☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #8308

אשכול אן א טיטל #8308

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8308

— » מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:21 pm

· #254554

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אפטעמיסט » מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:40 pm

· #254556
דער אשכול פיהלט ווי די אינטערוויואס מיט די מלחמה געליטענע.

פון וועלכער קראך רעדט מען?

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:07 pm

· #254567
און איך האב געמיינט אז יעדער וועט זיך האלטן זיין ניק לאורך ימים ושנים.. 😞

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:43 pm

· #254574
י.מ. סופר גרייט שוין צו אין די ארסענאלן די ארטיקלען 'די בראשית יארן פון קאווע שטיבל' וועלכע וועט לויפן אין די צייטונג יעדע וואך. לכה"פ 600 פארזעצונגען געפלאנט לעת עתה. בעיקר באציהט ער זיך אויף אונזער בעל עגלה זכותו יגון על דויטש.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:56 pm

· #254577
שמעקעדיג
י.מ. סופר גרייט שוין צו אין די ארסענאלן די ארטיקלען 'די בראשית יארן פון קאווע שטיבל' וועלכע וועט לויפן אין די צייטונג יעדע וואך. לכה"פ 600 פארזעצונגען געפלאנט לעת עתה. בעיקר באציהט ער זיך אויף אונזער בעל עגלה זכותו יגון על דויטש.

שמעקעדיג: איך האב געוואוסט אז דו קענסט נישט אדורך לאזן א געלעגנהייט וואו מ'רעדט פון די בראשית יארן, צו רעדן פון הרב י.מ. סופר און בערל בעל עגלה... 😂
לכבודו קען איך אראפברענגען נאך א פאר פון זיינע זיסע לשונות....למשל..."און ער האט זיך אייביג מתמרמר געווען"..."און ער האט זיך שטארק געפלאגט"..."כמים קרים על נפש עייפה"..."ברכיים אשר לא כרעו לבעל הציוני"...
און עטליכע לשונות פון הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו:.."ווילקירליכע פאלמעסונגען"..."און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע געמיטער"...!

גדעון » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:04 pm

· #254580
יאפ, מיר געדענקן. איך בין געווען פון די סאמע ערשטע ניקס דא.

גוטע צייטן געווען דעמאלטס, איך האב געהאט אסאך צייט צו פירן דער מערכה קעגן דער שטערן... ווער געדענקט?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:52 pm

· #254588
איך הייב אויף די האנט. ווען גייסטו האבן נאך צייט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:23 pm

· #254839
אנאנים, גדעון, דבילה, סטארבאקס, רואיק, שרגא, שלמה דיין, חבל על דאבדין ולא משתכחין.

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:35 am

· #254853
גדעון
יאפ, מיר געדענקן. איך בין געווען פון די סאמע ערשטע ניקס דא.

גוטע צייטן געווען דעמאלטס, איך האב געהאט אסאך צייט צו פירן דער מערכה קעגן דער שטערן... ווער געדענקט?

גדעון....און וואס איז געווארן...?.... 🙄 😂

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:36 am

· #254854
געפילטע פיש
אנאנים, גדעון, דבילה, סטארבאקס, רואיק, שרגא, שלמה דיין, חבל על דאבדין ולא משתכחין.

אפשר זענען זיי מגולגל געווארן אין די סאך נייע ניקס, וועלכע זענען לעצטנס צו געקומען, לאורך ימים ונשים... 😂

געפילטע פיש » פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:52 am

· #254910
berlbalaguleh
געפילטע פיש
אנאנים, גדעון, דבילה, סטארבאקס, רואיק, שרגא, שלמה דיין, חבל על דאבדין ולא משתכחין.

אפשר זענען זיי מגולגל געווארן אין די סאך נייע ניקס, וועלכע זענען לעצטנס צו געקומען, לאורך ימים ונשים... 😂

אורך נשים אדער אורח כנשים?

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:50 pm

· #254967
האבן מיר זיך דערלעבט, עס איז שוין דא זכרונות פון די זקני קאווע שטיבל, פון די גאלדענע בראשית יארן, וואס מ'האט זיך געמוטשעט מיט מנין, ווער האט גע'חלומ'ט עס וועט אמאל אזוי בליען אמאל די מוסדות, ממש מ'זעהט אפען די יד ההשגחה, ווי לא תשכח מפי זרעו, די היינטיגע יונגווארג נעמט דאס פאר גרענטעד מען דארף זיי מחנך זיין אפגעבן א שבח והודאה, לאמיר טאקע זינגען חסדי השם כי לא תמנו...

עניוועיס, א פרייליכע אפשערן קאווע שטיבל, לאמיר האפן וועסט בלייבען מיט די קאפל און ציצית וואס מ'טוהט דיר היינט אן, אז די אלע יגיעות און תפילות פון די הייליגע זיידעס זאל נישט זיין לריק, און זאלן מיר דערלעבן משיח'ן בקרוב פאר קאווע שטיבל וועט ארנסט אויסקוקען ווי די אלטע אידען וואס פארציילען אין מיאמי פון די בראשית יארן . און נישט פארגעסן, א מפלה פאר די שונאים, ייראו שונאי וייבושו.

קרעקער » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:12 pm

· #255065
נישט קיין ספק אז קאווע שטיבעל האט געטוישט די חסידישע געזעלשאפט אין נוא יארק
סהאט ארויסגעברענגט די אמתדיקע פרצוף פון רבנים ועסקנים
סרידערט וועגען עוולות וואס ווערט געטוהן קעגען יחידים
אסאך יודען האבען הנאה פון דעם
אשרי לו פון די באלבוס פון קאווע שטיבעל