☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שיר השר״ים אשר לשש

שיר השר״ים אשר לשש

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10162

פארוואס? » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:28 am

· #322269
שיר השר״ים אשר לשש
אונזער אלעמען באקאנטן חבר, @אנאנים האט אונז געשאנקען צווישן זיינע אנדערע באלערנדע אשכולות, אן אויסערגעווענליכע וואונדערבארע אשכול איבער הרב שלמה יהודה ראפאפורט, יעדעס ווארט איז זיך צו באלעקן, רייך און שיין כדרכו בקודש.

אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר, ואין כלום אלא קריטיק, שנאמר כלום זלות לבני אדם.

איז אזוי, בין הדברים האט ער אויסגעקליבן צו באטיטלען פאר הרב אברהם גייגער מיט א טיטל - שר״י - וואס דאס שטייט פאר ״שם רשעים ירקב״, ווען חברינו הרב @נהורא נפישא האט איהם אויפגעמערקט, האט ער געענטפערט בזה הלשון:

שר"י פאר גייגער איז ע"פ דינא דשו"ע. מעגליך אז שפינאזא פארדינט אויך אזא טיטל, אבער שפינאזא האט נאר פארצייכנט זיינע דעות און ווער ס'האט געוואלט האט זיך געקלאמערט ארום אים, גייגער האט געוואלט טוישן דעם כלל, ועל זה השצף קצף. שר"י פאר היטלער איז אפילו אינעם חילוני'ס אויגן, שר"י פאר גייגער איז אין א שותו"מ'ס אויגן.

אז מ׳רעדט פון דינא דשולחן ערוך, לאמיר אפיהרברענגען דעם שולחן ערוך און זעהן ווי עס שטייט, אם הלכה היא נקבל.

זוכנדיג אין אלע חלקי שולחן ערוך, האב איך אזא הלכה נישט געטראפן.
אדרבה אין גמרא יומא דף ל״ח ע״ב שרייבט די גמרא אז מ׳לערנט ארויס דער דין פון דאס וואס די תורה שרייבט אזוי ביי די אנשי סדום.
נו, די אנשי סדום זענען דאך געווען רשעים וחטאים, זיי האבן גע׳הרג׳עט און גע׳אנס׳עט אן קיין רחמנות, עס קען זיך הערן א שר״י אויף זיי.

איך בין נישט קיין גרויסער ידען אין היסטאריע, און איך האב נישט אויסגעפארשט דאס גאנצע לעבן פון הרב גייגער, אבער לויט וויפיל איך האב אביסל געבליקט אין זיין ביאגראפיע, זעה איך נישט אז ער זאל אמאל האבן גע׳הרג׳עט אדער באגנבעט א מענטש.

אונז מוזן נישט האלטן פון אלע זיינע קולות, און מיר זענען נישט מחוייב צו אדאפטירן זיין מהלך אין אידישקייט, מיר קענען אפילו האלטן אז זיין גאנצע השקפה איז געווען א טעות, אבער עס קומט איהם נאכנישט קיין ״שם רשעים ירקב״ דערפאר.

עס וועט נישט זיין צו אפפגעפרעגט צו זאגן, אז הרב גייגער האט בעקיפין אסאך תורם געווען אויך פאר די ארטאדאקסישע אידישקייט. אבער בכל ענין פאר די אלגעמיינע אידישע פאלק האט ער זייער אסאך תורם געווען, עס איז זייער שווער צו אוועקמאכן אזא ענק במחי יד, און נאך דערצו מיט א שר״י.

עס איז גרינג זיך צו ווארפן מיט דיזע טיטלען, היינט אויף הרב גייגער, דערנאך אויף הרב קוק, און פון דארטן ביז הרב שטיינמאן.

לאמיר היטן דעם טיטל, און עס נישט אויסליידיגן פון איהר באדייט, לאמיר עס אוועקלייגן פאר אזעלכע וואס זענען בארעכטיגט צו ווערן באלוינט דערמיט, א שטייגער ווי אדאלף היטלער שר״י.

ירח בן יומו » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:45 am

· #322272
די גמרא אין יומא דארט נוצט דעם טיטל אויף נאך אפאר עולות למשל אויף איינער וואס דואג לכבוד עצמו

יואב » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:59 am

· #322273
איך קען אויך נישט די ד' חלקי שולחן ערוך, ווי ווייט אבער כ'בין באקאנט מיט תורה בעל פה פעלט נישט קיין פעלער צו קאטאגארירן אפילו פיל קלענערע עוולות מיט טערמינען וואס געהערט דאס ערגסטע פון דער בריאה. באדדעם ליין: א חרדי וועט — לכאורה — אויף סך פרומערע מענטשן קענען טרעפן עפעס אויף וואס צו באזירן זיינע טיטלען.


פון מיין אייגענער פערספעקטיוו קען יעדער רופן וועם אימער ער וויל נאר מיט וועלכן טערמין ס'שמעקט אים. פרידאם אף ספיטש.

רימון » מאנטאג פעברואר 22, 2016 11:07 am

· #322274
Re: שיר השר״ים אשר לשש
מיין לייק איז פאר'ן גאונישן קעפל, נישט פאר'ן תוכן פון אוועקנעמען דעם ערליך פארדינטן טיטול פאר מכבלי כרמים בכרם ה'.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:33 pm

· #322282
ייש"כ פארוואס, פארן אויפברענגן, מ'קען אסאך מאריך זיין איבערדעם, אבער כ'וועל שרייבן בקיצור נמרץ.

מיין מיינונג איז נישט באזירט אויף מקורות אין הלכה, ווייל איך דארף זיך נישט מטריח צו זיין מעיין צו זיין אין אט די הלכה רופפת, ווען איך זע קלאר וויאזוי גדולים וטובים האבן זיך נוהג געווען אין אזא פאל.

ווען איך זאג גדולים וטובים, מיין איך דוקא אזעלכע וואס האבן געפירט זייער מלחמת חרמה פון די נאנט, ד.ה. אז זיי האבן פערזענליך געקענט דעם קאנטראווערסיאלען פיגור וואס שטייט אונטער די פסול'ע מיינונגען איבער וואס זיי האבן מלחמה געהאלטן, אזעלכע, האבן זיך קיינמאל נישט געטרויעט צו שרייבן שר"י, פשוט ווייל נישט יעדער וואס האט - לדעתך - פסול'ע מיינונגען און וויל איינפירן תיקונים בדת מיינט אז ער טוט דאס נישט מיט אויפריכטיגקייט בכל לבבו ובכל מאודו, די פאקט איז אז זיייער אסאך מתקנים בדת זענען אויפריכטיג און מייינען באמת צו טון און אויפצוטון, איי דו האלסט אז זיינע מיינונגען זענען פסול בתכליתו, דאן פירט א מלחמה אנטקעגן די מיינונג, אבער מישט דאס נישט מיט דעם מענטש פערזענליך, ווייל טאמער יא פאלטסטו פון דיין אויפריכטיגקייט, דו ווייסט קלאר אז דו ביסט נישט אויפריכטיג ווען די בא'טיטול'סט יענעם א רשע.

משא"כ די אלע וואס האבן געפירט א מלחמה מריחוק מקום, און האבן נישט געקענט אויף א פערזענליכן אופן יענעם אקעגען וועם זיי האבן לוחם געווען, האבן זיך יא געטרויעט צו שרייבן אקעגן דעם מענטש פערזענליך, ווייל די נאמען אקעגן וואס זיי זענען לוחם איז אין זיין קאפ נישט א פערזענליכקייט נאר אן אבסטראקטער זאך וואס איז איינס מיט די מיינונג אקעגן דאס וואס זיי זענען לוחם, און דאס האט נישט צוטאן דוקא מיט קנאות וכאמור.

אלזא ווען שש שרייבט היסטאריע, וואס איז א נושא וואס ס'פארלאנגט זיך עפעס פראפעסיאנאלקייט, דאן אז ער שרייבט איבער גייגער, שרייבט ער נישט נאר איבער איינער וואס שטעלט פאר פסול'ע מיינונגען וואס גדולי דורו האבן לוחם געווען, נאר ער שטעלט אויך פאר א היסטארישער פיגור, א מתקן דת מיט א אויפריכטיגקייט.

(אדרבה אין דעם ספעציפישן פאל דארף מען צו קוקען אויב די גרויסער בר-פלוגתא פון גייגער -רש"ר הירש- שרייבט אמאל אין זיינע שריפטן אויף גייגער - שר"י-)

מור וקציעה » מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:36 pm

· #322294
על אף וואס מגעפינט אין חז''ל ווי זיי דרוקען זיך אויס אויף געוויסע רשעים בלשון שר''י [כגון בגמרא תענית על ירבעם בן נבט] מ''מ להלכה אין לעשות כן מאחר שכל גדולי הפוסקים סתמו דלא כוותיהו

כתיב בתורה
כִּי יֵשְׁבוּ אַחִים יַחְדָּו וּמֵת אַחַד מֵהֶם וּבֵן אֵין לוֹ לֹא תִהְיֶה אֵשֶׁת הַמֵּת הַחוּצָה לְאִישׁ זָר יְבָמָהּ יָבֹא עָלֶיהָ וּלְקָחָהּ לוֹ לְאִשָּׁה וְיִבְּמָהּ. וְהָיָה הַבְּכוֹר אֲשֶׁר תֵּלֵד יָקוּם עַל שֵׁם אָחִיו הַמֵּת וְלֹא יִמָּחֶה שְׁמוֹ מִיִּשְׂרָאֵל.


רמב"ם הלכות יבום וחליצה א

מי שיש לו אח מ"מ אפילו ממזר או עובד כו"ם בין קטן בין גדול משיצא ראשו ורובו לאויר העולם קודם שימות אחיו ה"ז זוקק את אשתו לייבום



ובשולחן ערוך אבן העזר קנז
סעיף ד
נפלה לפני יבם משמד, יש מי שמתיר אם היה משמד כשנשאה אחיו; ואין לסמך עליו

סעיף ה
אם המת היה משמד, אשתו זקוקה לאחיו

מור וקציעה » מאנטאג פעברואר 22, 2016 1:48 pm

· #322298
נהורא נפישא

משא"כ די אלע וואס האבן געפירט א מלחמה מריחוק מקום, און האבן נישט געקענט אויף א פערזענליכן אופן יענעם אקעגען וועם זיי האבן לוחם געווען, האבן זיך יא געטרויעט צו שרייבן אקעגן דעם מענטש פערזענליך, ווייל די נאמען אקעגן וואס זיי זענען לוחם איז אין זיין קאפ נישט א פערזענליכקייט נאר אן אבסטראקטער זאך וואס איז איינס מיט די מיינונג אקעגן דאס וואס זיי זענען לוחם, און דאס האט נישט צוטאן דוקא מיט קנאות וכאמור.

(אדרבה אין דעם ספעציפישן פאל דארף מען צו קוקען אויב די גרויסער בר-פלוגתא פון גייגער -רש"ר הירש- שרייבט אמאל אין זיינע שריפטן אויף גייגער - שר"י-)

אגב, והיינו טעמא שהאדמו''ר מסאטמר ז''ל קילל את הגראי''ה קוק זצ''ל ובירך את האדמו''ר מליובאוויטש ז''ל כשפגשו

בן אדם » מאנטאג פעברואר 22, 2016 2:06 pm

· #322305
די גדולים וואס האבן געקענט רב קוק האבן נישט גערעדט אויף עם.

דעת תורה » מאנטאג פעברואר 22, 2016 7:38 pm

· #322329
Re: שיר השר״ים אשר לשש
די ראיה פון ולא ימחה שמו מישראל ברענגט מען פון גדולי הדור הקדום. נאר אם לדין יש תשובה, דמבואר בקידושין דעשיו ישראל מומר, ומ"מ דוד קללו ד'בדור אחר ימח שמו' (וכ"ש אי כפשוטו דקאי על שונאיו ישראלים גמורים. ובכלל צ"ע בההיא דדוד כמ"פ שקילל שונאיו ולכאורה הרי זה לאו דאורייתא).

נאר דא קומט עס נישט אריין בכלל. ווייל שר"י איז נישט קיין סתירה מיט ולא ימחה שמו מישראל.דהיינו די נאמען זאל ווערן פארפוילט, נישט אויסגעמעקט, ודו"ק.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:41 pm

· #322334
די הלכה אז מ'דארף צולייגן שר"י צו יעדן נאמען פון א חוטא, איז בערך אזא סארט הלכה ווי "לעולם אל יוציא אדם דבר מגונה בפיו" און חז"ל באציען זיך איבערדעם אז מ'דארף ליבערשט זאגן לא-טהור ווי איידער טמא (אחוץ אויב ס'ברענגט אן אריכות) מ'טרעפט נישט אז חז"ל זאלן אליין מדקדק זיין דערויף, ווי אויך אפילו די וואס שרייבן די אלע סארט קללות, זענען נישט אייביג מקפיד.

יעצט אז ס'איז פשוט אז ס'איז נישט פארהאן קיין חיוב, דארף מען צו זעהן צו ס'איז פארהאן א תועלת דערביי אדער גאר פארקערט.

בנוגע דאס אז רשר"ה האט זיך נישט באנוצט מיט שר"י ווייל ס'וואלט נישט געווען פאליטיש אויסגעהאלטן, מיט דעם בין איך פולשטענדיג איינשטימיג (ביסט נאר אויך מוסיף אז בעיני רשר"ה איז גייגער באטראכט געווארן אלס א רשע וועמען מ'דארף פערזענליך שעלטן, וואס אויף דעם בין איך מחולק).

ולהוי ידוע אז אזא סארט התנהגות איז היינט צוטאגס פילפאכיג מער אפגעפרעגט, זיך אפלערנענדיג פון היסטאריע ווי שעדליך און בלוטיג עס איז, האס אנטקעגן מענטשן וואס האבן אנדערע מיינונגען.

און דאס איז צוגאב צו דעם אז די טיטול רשע ווערט היינט ענדערש גענוצט אויף א שלעכטער און פארדארבענער מענטש, ווי איידער א זינדיגער מענטש, ממילא היינט אז ס'איז זייער נפוץ די סארט מענטשן וואס זענען זינדיג כלפי שמיא אבער באזיצן א לב טוב און זענען עוסק לטובת הכלל, ממילא איז דאס רופן אזא איינעם מיטן טיטול רשע גענצליך זינלאז.

ממילא, ווען ס'וואלט געווען א חיוב גמור מדינא, דאן וואלט מען געדארפט זוכען א לעזונג, אבער היות ס'איז בכלל נישטא קיין חיוב דערביי, ובפרט אז ס' איז גענצליך אפגעפרעגט היינט צוטאג, ממילא אין איינקלאנג מיט דעם וואס די תורה איז דרכיה דרכי נועם, טוט די תורה נישט אינדארסירן אזא התנהגות בנידון דידן.

אדרבה אויב איז פארהאן א חיוב, דאן פארוואס מחלק זיין לויטן אייגן געשמאק, איינשטיין איז דאך אויך געווען א כופר בי"ג עיקרים (אה ער איז געווען א תינוק שנשבה, וואס פארא סארט אויסרייד)


בדרך אגב, איבער די משנה אין יומא, איז כדאי צוצולייגן א נקודה, אז די עבודה בביהמ"ק איז געשטאנען אין צענטער פון רעליגיעזער לעבן, ממילא אזא איינער וואס האט אפגעזאגט הילף צו לייזן א פראבלעם וואס האט זיך געשאפט ביי די עבודה, איז באטראכט געווארן ווי א שלעכטע פארדארבענער עגאאיסט.

לגבי די ראיה פון מור וקציעה איז בהכרח פארהאן א חילוק צעווישן שר"י און ימ"ש (וואס דאס שטייט אויף עמלק) וכמ"ש דע"ת, ווייל קיינער וועט נישט זאגן אז אשת הוגרס בן לוי וואלט געווען פטור מיבום.

פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 22, 2016 8:48 pm

· #322335
פון איין זייט שטיי איך מיט @פארוואס - ווייל @אנאנים טענה׳ט אז אלע גדולים האבן געזאגט אויף גייגער די ארגסטע תוארים, סא האט ער רעכט צו נוצן שר״י אויף עמיצער וואס איז א רשע להלכה כמו שהאריך בדבריו. יעצט, די יושבי חושך וואס שרייבן די ארגסטע תוארים אויף הרב קוק זצ״ל, מיטן סמך אז ״אסאך גדולים״ האבן געשריבן מיאוס אויף אים, קומען אויך מיט די זעלבע טענות. הגם מען קען אפשר טרעפן ווינציגער שינד-רייד אויף הרב קוק ווי אויף הר׳ גייגער. אבער למעשה ציען די אנטי קוק׳ניקעס חיות פון די גדולים וואס האבן געהאמערט אויף הרב קוק.

און אנאנים ציעט אויך האלב פון זיין טענות א דאנק די פיילן וואס זענען געקומען צו פליען פון די גדולים אויף הר׳ גייגער. לפי זה מאי שנא הר׳ גייגער מלהבדיל הרב קוק?

און מצד שני פארשטיי איך אויך @אנאנים. עס איז אבסורד צו פארגלייכן די גרינדער פון רעפארעם, א מענטש וואס האט לכל הדיעות געטוישט כלל ישראל אויף אייביג לדראון. מיט א מענטש וואס העניק חמה בקמתו, און האט מדקדק געווען קלה כבחמורה. און האט געהאט א מהלך, וואס מען קען זאגן אין פינף ווערטער: The national dialogue with God די באנדרי פון שוואכע אידן מיט שומתומ״צ. עס איז נאריש צו מאכן א שטריך פון די פארגייער פון רעפארמיזעם צו די א.ג. פארגייער פון ציוניזם. צוויי מענטשן וועלכע האבן געלעבט אויף צוויי אנדערע פלאנעטן, און האבן רעוואלוציענירט מיט באזונדערע מאטיווען.

מור וקציעה » דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:11 am

· #322362
מעשה ברבי אברהם בורנשטיין, בעל "אבני נזר", ששמע יהודי מזכיר שם רשע מישראל ומוסיף "ימח שמו וזכרו". פנה אליו רבי אברהם ושאלו: "היודע אתה מה הדין בישראל משמד שמת בלא בנים?" שתק הלה. המשיך הרבי: "הנה הטור ושלחן ערוך פוסקים, שמומר שמת בלא בנים, אשתו חיבת בחליצה (אבן העזר קנז, ה), וחליצה הרי היא במקום יבום, ובמצוה זו אומרת התורה: ’יקום על שם אחיו המת ולא ימחה שמו מישראל’ (דברים כה, ו). ועתה הגע בעצמך: הנה התורה אומרת ’ולא ימחה’, ואלו אתה - הפקח הגדול - פוסק ’ימח שמו’?! אתמהא!".


רבי יוסף חיים זוננפלד זצ"ל, כששמע שאחד ממקרביו קלל את אחד האפיקורסים המפורסמים ביותר בירושלים, הגיב: אין אני נוהג ככה! הקדוש ברוך הוא מלא רחמים והוא יכול לרחם גם על רשעים כאלו. אין עיני צרה אם פלוני ירחם מה’ וגם יזכה לחיי עולם הבא. כאן, בעולם הזה, אנו מחויבים להתנגד להם, כי הרי הם מזיקים ומקלקלים את הסביבה, מה שאין כן כאשר עברו לעולם הבא. ולבסוף הפטיר: וכלום אתה חושב שאין כל צד טוב ברשע פלוני?! אין הקדוש ברוך הוא מקפח שכר כל בריה, ואפילו שכר שיחה נאה, ואין עברה מכבה מצוה, וזכות אינה בטלה אפילו באלפי אלפים חובות.

פארוואס? » דינסטאג פעברואר 23, 2016 6:06 am

· #322374
עס האט זיך געלוינט צו פותח זיין די אשכול, נאר כדי צו באקומען אזא לאנגע מענה פון הרב שש, כדרכו

איך האב נישט קיין צייט אזוי צו מאריך זיין, אבער אין קורצן, וועל׳ך ענטפערן:

די ערשטע טעות איז טאקע א טעות, די צווייטע איז געווען בכוונה.

קודם כל, באשר יואב׳ס נקודה, איך בין נישט דא געקומען ח״ו באגרעניצן די פרידעם אוו ספיעטש, איך שרייב נאר ווען ס׳איז ראוי צו נוצן דעם טיטל לדעתי, והבוחר יבחר.

א. דער טיטל ׳הרב׳ פארדינט ער פשוט ווייל אין פאקט האט ער געדינט אלס א רב אין א קהילה בישראל. למען הדיוק, זיין ריכטיגע טיטל איז הרב ד״ר אברהם גייגער. (אזוי איז ער באטיטלט אין וויקיפדיה).

ב. כ׳האב לאו דוקא געזאגט אז די חטאים זייערע זענען נאר געווען בין אדם לחבירו, אבער כ׳האב אויך נישט געהערט אז אויף הרב גייגער׳ס רעקארד איז דא גילוי עריות. סא, וואס פונקטליך איז דיין פוינט?


ג. די אלע וואס דו ברענגסט אז חז״ל זאגן אויף זיי וואס זיי זאגן, (און ניין, כ׳האב נישט פארזעהן די גמרא דארטן איבער בן קמצר, אבער כ׳האב עס נישט געברענגט ווייל עס איז נישט רעלעווענט), זענען מיר דען חז״ל? עס איז טאקע שווער צו פארשטיין וואס איז געווען די עולה פון בן קמצר אז עס קומט זיך איהם אזא טיטל. סא, פון יעצט און ווייטער יעדער מענטש וואס דו וועלסט כאפן ביי אזא עבירה, ווילסטו איהם באטיטלען מיט א שר״י?!

ד. ועוד והוא העיקר, דו האסט מחליט געווען להבחין בין דם לדם, פאר אברהם גייגער יא און פאר ברוך שפינאזא נישט. וכאן הבן שואל, דו אליינס פארשטייסט יא אז מ׳טיילט נישט אזוינע טיטלען אפילו פאר אן אפענער כמו-עיטיאיסט ווי שפינאזא. כאטש עס איז לכאורה אויבן אויף קעגן א מפורש׳ע גמרא. און קעגן דיין גאנצע פייערדיגע דרשה דא.

ה. בנוגע הרב גייגער׳ס רולע אין אסימילאציע און עקירת הדת, קען איך דיר נישט ענטפערן, ווייל איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די פרטים. אבער אזויפיל מיין איך איז ריכטיג צו זאגן אז הרב גייגער׳ס מהלך איז זייער ווייט פון די היינטיגע רעפארמער. כ׳מיין ער האט זיך נישט געהאט וואס צו שעמען אפילו פון געוויסע ארטאדאקסישע פראקציעס. למשל, תורה מסיני וואס דו דערמאנסט, אין די אפען-ארטאדאקס געמיינדעס איז עס שוין אמאל געווארן געטשאלענדזשט. (בי אוועיר, אז עס איז פארהאן א שטיקל חילוק אין דער נידון פון תורה מסיני אדער תורה מן השמים).

עס איז א שאד זיך צו טענה׳ן איבער די טערמינען, אנדערע רופן עס ׳קולות׳ בשעת אנדערע שרייען אז עס איז ׳עקירת הדת׳ און אנדערע שרייען אז עס איז ׳הצלת הדת׳. (ראה ערך ׳ישיבות הסדר באר״י׳ ׳השתתפות בבחירות בא״י׳, ׳עירוב אין וויליאמסבורג׳, ׳קברים אין בית-שמש׳).


ו. איך ארבעט נישט אין בי״ד של מעלה, אבער כ׳מיין אז אויב די היינטיגע אסימילאציע ווערט נזקף לזכותו פון הרב גייגער, קען די היינטיגע קריסטנטום ווערן נזקף לזכותו פון משה רבינו ע״ה.

ז. עס באדערט דיר אז כ׳האב געצויגן א קו פון הרב גייגער צו הרבנים קוק ושטיינמאן, אבער טאקע דאס איז מיין נקודה, פאר דיר באדערט עס פאר אנדערע איז עס א פשיטא.
ווייסטו דען נישט אז עז זענען פארהאן טויזנטער מענטשן וואס וועלן צושוידערט ווערן ווען מ׳גלייכט הרב שטיינמאן צו הרב קוק?
עס איז לכאורה נישט לאנג אין די היסטאריע פונעם עתיד, ווען אין געוויסע קרייזן וועט גייגער קוק שטיינמאן געזאגט ווערן בנשימה אחת מיט א שר״י.

יעדער איינער וועט משפט׳ן פון זיין פערספעקטיוו, א צדיק/מוטל-בספק/רשע האט געמאכט תיקון-הדת/קולות/עקירת-הדת, און אין די שפעטער דורות ווערט ער באטיטלט מיט א זצ״ל/ז״ל/שר״י.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 23, 2016 6:17 am

· #322376
Re: שיר השר״ים אשר לשש
נהורא נפישא, איהר האט צוגעטראפען צום אגרות משה. איך האב יעצט נישט דער מראה מקום, אבער די מעשה איז אזוי.
א מענטש איז א מלמד אין א דע"י סקו"ל און ער האט אין כתה די טאכטער פונ'ם ארטיג'ן קאנסערוואטיוו ראביי. ער פרעגט צו ער זאל זאגען דער אמת, אז די ראביי'ס זענען אבאנדע רשעים, אדער מעג ער פארדעקען די אמת כדי נישט אוועק צו שטופען די מיידעל. (א מין שאלה דאס?!)

ר' משה ענטפערט איהם אז דאס איז נישט דער אמת. אויפ'ן היינטיגע שפראך מיינט רשע איינער וואס איז פארדארבען אין מדות, אינ'ם לשון חז"ל איז א רשע איינער וואס האט עובר געווען אויף א דרבנן. דאס זאגען פאר א טאכטער אז איהר טאטע איז א רשע איז גאר דער נישט אמת!

ווען איך האב געזען דער תשובה האב איך שטארק הנאה געהאט. איך וועל באלד זוכען די מקור און צוצייכענען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

יהושע חיים » דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:28 am

· #322383
Re: שיר השר״ים אשר לשש
איך מיין אז עס איז דא א אינטערשייד ציווישן ימ"ש און שר"י ופשוט הוא
ימ"ש זאגט מען נישט אויף א איד (כהסיפור של הגרי"ח) משא"כ שר"י

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

שלום על ישראל » דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:27 am

· #322391
יהושע חיים
איך מיין אז עס איז דא א אינטערשייד ציווישן ימ"ש און שר"י ופשוט הוא
ימ"ש זאגט מען נישט אויף א איד (כהסיפור של הגרי"ח) משא"כ שר"י

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

דאס דארף מען לערענען מיט ברטנורא (נישט מיט די באטל).

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:16 pm

· #322408
יעצט געטראפען דער אגרות משה. ס'איז נישט אין זיין ספר, נאר אין אן אנדערע ספר. דאס הייסט יגל יעקב פון הרב יעקב דרדק, וואס ערהאלט כל מיני בריוויען פון גדולי ישראל אויף פארשידענע נושאים. דער ספר קען מען טרעפען דא און דער תשובה איז דא. ס'איז סתם אזוי אן אינטרעסאנטער ספר.

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:45 pm

· #322420
ליטוואק, ייש"כ פאר צוצייכענען דען מראה מקום, ער שרייבט דארט קלאר אז דער טאטע איז טאקע א רשע, נאר די פראבלעם איז אז די מיידל טייטשט אפ רשע אנדערש ווי דער מלמד, און פארדעם זאגט ער רוף איהם נישט רשע נאר אויב ביסט מסביר וואס דו מיינסט מיט די ווארט רשע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 23, 2016 4:07 pm

· #322431
Re: שיר השר״ים אשר לשש
בקיצור ער האט צוגעטראפען צו יוס'ל אשכנזי "וואס איז ביים רבי'ן אפיקורס, איז ביי איהם עם הארץ!"
וכן תקיש לעניינים אחרים

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מי אני » דינסטאג יוני 4, 2024 12:33 pm

· #564268
דר. סוּסאנא העשעל זאגט לגבי אברהם גייגר:
Geiger was trying to defend the liberalization. Let's also just keep in mind that Geiger was an observant Jew. He observed Judaism in the way which we today would call sort of, let’s say, Modern Orthodox. He did not travel on Shabbat. He kept kosher. He fasted not only on Yom Kippur, but on Tisha B'Av and other fast days and so on. So again, we can't confuse that kind of liberalization of Judaism of the 19th century with what we see today. It's different

But he also saw what was happening around him. He saw that Jews, as they were entering European society, were going to work on Shabbat because they owned a store and they needed to, or they were going to school because they were in a public school, a state school, and had to take their exam or just simply go to class, etc. So he understood that these changes were happening and he wanted to just hold it together, hold the Jewish community together and not give people the sense that by doing this, they were simply no longer Jewish or no longer practicing Judaism

So it wasn't that he was looking for ways to justify Jews not being religious. I don't think that's what was in his mind at all. That wasn't his temperament. He was after all trained as a rabbi and practiced as one. And yes, he was concerned about prayers, about certain beliefs
זי ברענגט ארויס אז גייגר האט טאקע געמאכט א השוואה צווישן דרכו ודרך הפרושים, לשיטת ישו (לעומת שיטתו של שאול התרסי).