שלום על ישראל, די שרייבסט די האסט אויסגעלאזט "רוב" אנדער דברי דופי, לויט וויפיל מען הערט, איז דאס וואס די האסט מעתיק געווען, די איינציגסטע קאנטריווערסיאלע ווערטער, גארנישט מער
הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10160
בלאט: 1 2
אינטערסאנטערשלום על ישראל, די שרייבסט די האסט אויסגעלאזט "רוב" אנדער דברי דופי, לויט וויפיל מען הערט, איז דאס וואס די האסט מעתיק געווען, די איינציגסטע קאנטריווערסיאלע ווערטער, גארנישט מער
אמת. איך האב געברענגט אלע "קאנטריווערסיאלע ווערטער"; כ'האב אבער אויסגעלאזט אסאך "דברי דופי" וואס מ'האט שוין דא באהאנדלט (חייב מיתה, די סאטמארע רבי איז געווען די איינציגסטע, וכו')
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
זכר למקדש כהלל כן דרש הלל בזמן שקווינס ישיבה היה קיים היה כורך שני רגלים וביצה אחת ואוכלן ביחד לקיים מה שנאמר ואת רגלי חסידו יאכלו.
C/P
C/P
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
ק/פ
אינגערמאן, האסט א סמארט-פאן? האב שכל, נוץ עס פאר ביזנעס און העלפן דיין חבר. נישט פאליטיזירען און נעמען אזא הייליגער שמועס פון ר' הילל וויינבערגער שליט"א פאר בחורים און דאס צופויקן פאר דיין פארוויילונג. הער אויף באצייטנס...
בעון נבול פה צרות רבות וגזירות מתחדשות, ובחורי שונאי ישראל מתים, יתומים ואלמנות צועקין ואינן הענין וכו'. (שבת לג א) האסטו אריינגעטראכט וואס דאס מיינט? דו ראציגער אינגערמאן, ווען דו גייסט און דו שיקסט ארום די נידעריגע ליצנות, האסטו געטראכט איין מינוט אז דו שפילסט זיך מיט פייער? האסטו געטראכט איין מינוט אז דו נעמסט אזוינע סענסעטיווע און האקעלע ענינים און מאכסט דערמיט ליצנות?
זענען נישט גענוג אינגע קינדער פארשניטן געווארן די לעצטע שטיק צייט? צו ווייסטו אז אין די לעצטע פאר וואכן זענען עטליכע טאטעס, מאמעס, און אינגע עופה'ליך דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה? צו ווייסטו וויפיל קינדער און עלטערע ווארטן איצט צו הערן די רעזולטאטן פון זייערע טעסטן? דו נעמסט די הייליג'סטע און פארכטיג'סטע וואס איז נאר פארהאן, דער ביהמ"ק, די קדשי קדשים, די פרוכת און דו שפילסט זיך דערמיט ארום מיט נידעריגע ביליגע ליצנות? האבן מיר טאקע פארלוירן די ביסל מענטשליכע אידישע געפיל? די ביסל ווארעמקייט? די ביסל מורא און פחד זיך אנצופאנגען מיט אזוינע האקעלע זאכן? אז א בעל דרשן האט גערעדט איבער א טעמע אויף א שפראך וואס האט אויסגעזעהן מאדנע, גוט דאס דיר א רעכט צו טשעפן מיט'ן אויבערשטן?
אינגע קינדער שטארבן, אינגע יתומימ'ליך און אלמנות וויינען און קלאגן אין צער און זייערע געוויינען ווערן נישט געענטפערט און צוגעהערט ווייל דו געמיינער לאו-לייוו האסט פשוט פארלוירן דעם אידישע געפיל, דער געטליכער אימה, דיין קשר מיט'ן רבש"ע? ביזטו א מאמין? צו גלויבסטו אז מיט דיין אומפארשעמטע ליצנות ביזטו א מזיד, א מערדער, א רוצח? הער דיר אויף צו שפילן מיט אידיש אומשולדיג בלוט, שאקל דיר אפ פונעם ביהמ"ק, שווענק אויס דיין שמוציגער פיסק... ליידן מיר נישט גענוג צרות? האסטו טאקע אינגאנצן פארלוירן דאס מינדעסטע אידיש געפיל וואס דו האסט נאך געהאט? וויאזוי קען מען גיין און מאכן ליצנות פון אונזער הייליגען ביהמ"ק, דער פרוכת, דער קדשי קדשים, דאס הייליגסטע, ס'איז שוידערליך צו טראכטן וואספארא צרות די ליצנות קען ברענגען אויף כלל ישראל, צו ביסטו דען פארזיכערט?... גיי טוה עפעס פראדוקטיוו מיט דיין צייט.
האב שכל, און הער אויף...

סמיר א חידוש אויף ק.ש. וואס לאזט צו א באזונדערע אשכול פאר די ביליגע דזשאוקס.
מענטשען נעמען אזא נושא זייער פערזענליך, אני הקטן האב אויך געוואלט שיקן אפאר ליצנות'לעך איבער דעם, און איך האב זיך אזוי מתבונן געווען וואס עס קוועטשט מיר דא מיר ווי אנדערע נארישקייטען וואס א פובליק פיגור קען באגיין אמאל, ולב יודע מרת נפשו.
און א זייט נאטיץ, פילייכט אונזערע קינדער וואלטען געקענט נוצן אביסל מער ספעציפישע חינוך אויף דעם נושא און איבער די געזונטהייט חלקים ארום. ווען א יונג מיידל לויפט פארוויינט צו איר מוטער אז זי האט דעגרייכט בגרות פרייען זיך די עלטערן און מען בארואיגט איר ווי נאר א מאמע קען. ווער פריידט זיך און בארואיגט דעם צומישטען ארימען בחור'ל? וואלט דען נישט געהאלפען אביסל אינפארמאציע אין א אויסגעהאלטענע setting?

[ציטאט אראפגענומען]
מאחורי מאחורי.. הייסט ס'איז נאר פאר טאטעס וואס זענען מעכטיג גרויס ווייל זיי שמועסן שוין אין פאליש אדער אין מאחורי, אבער די אלע צוריקגעשטאנענע קליינע קינדער זיי טארן עס נישט ליינען, ס'איז נישט פאר אונז. אפשר פארשטיי איך נישט אבער מיט וואס איז מאחורי מער מיוחס אז דארט זאל מען יא מעגן אבער דא נישט.
און סתם אזוי איז דער ר' הלל עתיד ליתן את הדין פאר די אלע ביליגע ליצנות וואס גייט ארום, ער האט גאנץ פיין געוואוסט אז לא זו הדרך מען רעדט נישט ווי א שוטה פון די גאס ווען עס קומט צו די האקעלע ענינים, אדער וויינט מען בדמעות שליש אז מען זאל רחמנות האבן אויף די נשמה אדער רעדט מען צו קינדער אז מען זאל זיך היטן פון פארדארבער, אפילו ר' יואל ראטה רעד שוין טויזענט מאל מער צו דער זאך, זיך אויפשטעלן און מיט אזא פרעכער שפראך אויסשמועסן די נושא פונעם אונטערשטן חלק פון די גוף צווישן די פוס א מין שוטה דער, און ער רעדט דאך צו נארמאלע סאטמערע בחורים וואס אדער איז מען שוין מעכטיג אויפגעקלערט אדער מעכטיג פארמאכט ס'איז נישטא קיין אינדערמיט.
נאך א טפשות פון זיין רעדן. ער קומט אין א סאטמארע ישיבה און נעמט זיך רעדן פונעם חפץ חיים אז אפילו ער האט אזוי געהאלטן, נישט נאר דער רבי ז"ל. איך האב אלץ פיינט געהאט די מיני פרעמדע חכמים וואס קומען רעדן אין סאטמער פון אנדערע גדולים אז מען זאל נישט מיינען אז נאר דעם רבין האט ער געבאדערט, די אפגעריסענער די ביסט אין סאטמער וואס קומסטו מיר דא ברענגן ראיות פון אנדערע, קיין שום סאטמארע תלמיד אין דער וועלט ברויך נישט אז מען זאל פארענטפערן דעם רבין אויף קיין שום ענין אין דער וועלט. גייט אייך צוריק קיין נייטרא אדער צו סאמבעטעל און דארט רעד דיין שפראך אבער נישט אין א סאטמארע ישיבה. איך ווייס אפילו נישט וויאזוי ער קען תשובה טאן.
פונקט זאגט מיר מיין חבר אז דער ר' הלל איז א סגולה פאר גוטע שלום בית, ווייל יעדעס מאל וואס ער גייט ארויף מסדר צו זיין זיין גט ל"ע און ער הייבט אן צו דילען מיט זיין עדיטוט און מיט די ריח פון זיינע שווערע ציגארעטלעך וואס ער רייכערט דארט אוועק אינעם בנין, אנטלויפט ער צוריק אהיים און ער מאכט שנעל שלום מיט זיין פרוי..
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
יעצט הייסט'ס שוין א פיפקע? פון קדש קדשים צוריק אראפ צו א פיפקע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פויייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
Re: הרה"ג הילל וויינבערגער דרשה אויף קדושה אין סאטמאר קווינס
ישראל גלויבערפויייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אם אין לך מה לעשות אל תעשה את זה פה.
וואס פונקטליך האסטו געטראכט ביים שרייבען פווווייי? האסט געטראכט ביסט געשמאק? האסט געטראכט טוסט א אובה איינער ביים ארויף ברענגן די אשכול? ביסט געווען באורד אלע דיינע באקאנטע איגנארירן דיר גייסטו קומען דא האקן א טשייניק?
כוויל פארשטיין. באמת מיטן גאנצע תמימות.
שטילע אינגערמאןישראל גלויבערפויייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אם אין לך מה לעשות אל תעשה את זה פה.
וואס פונקטליך האסטו געטראכט ביים שרייבען פווווייי? האסט געטראכט ביסט געשמאק? האסט געטראכט טוסט א אובה איינער ביים ארויף ברענגן די אשכול? ביסט געווען באורד אלע דיינע באקאנטע איגנארירן דיר גייסטו קומען דא האקן א טשייניק?
כוויל פארשטיין. באמת מיטן גאנצע תמימות.
ווער ס'רעדט אזוי צו בחורים, איז א חזיר! א פיגי, און מ'דארף אויסשרייען פוי!!!!!!!!!!!!
האסט נאך אלץ דיינע באמת'ע רצון צו פארשטיין מיטן גאנצן תמימות?
ישראל נניח אז ער האט עס נישט געדארפט זאגן, אבער וועם ווילסטי איינרעדן אז די קענסט ממש נישט דערטראגן אזעלכע דברי נבלות אזש אז ס'שרייט זיך ארויס 'פוי' מעומק הלב. האסטי טאקע קיינמאל געזעהן אזאנע מיאוסע ווערטער אין ק"ש אדער אויפ'ן אלגעמיינעם געוועב און פון דעסטוועגן האלט עס דיר נישט אפ פון ווייטער זיך דרייען דא?
שמעון וואלףישראל נניח אז ער האט עס נישט געדארפט זאגן, אבער וועם ווילסטי איינרעדן אז די קענסט ממש נישט דערטראגן אזעלכע דברי נבלות אזש אז ס'שרייט זיך ארויס 'פוי' מעומק הלב. האסטי טאקע קיינמאל געזעהן אזאנע מיאוסע ווערטער אין ק"ש אדער אויפ'ן אלגעמיינעם געוועב און פון דעסטוועגן האלט עס דיר נישט אפ פון ווייטער זיך דרייען דא?
פוי איז געזאגט געווארן מער אויף זיין צביעות, ווי איידער די סגנון.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/129945/%D7%9E%D7%93%D7%95%D7%A2-%D7%94%D7%AA%D7%A0%D7%A2%D7%A8-%D7%94%D7%A8%D7%91-%D7%9E%D7%A9%D7%9C%D7%99%D7%97%D7%95%D7%AA-%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%A8-%D7%9E%D7%A1%D7%90%D7%98%D7%9E%D7%A8.html">http://www.bhol.co.il/129945/%D7%9E%D7% ... D7%A8.html</a>
סיינאוט: הגם דער לינק איז נישט א טייל פונ'ם נושא פון דעם אשכול, איז אבער אינטרעסאנט צו באמערקן אז לויט דעם איז די גאנצע נושא פון די מסרבים להתייצב בלישכת הגיוס, אנגעפיהרט דורך דעם חשוב'ן, גרייז גרויען ראש ישיבה און ראש הפלג הירושלמי הרב שמואל אויערבאך שליט"א איין שטיק פעיק ניוז. אפילו די עדה החרדית (מי לנו גדול יותר מהם במלחמת ה' נגד הכופרים) איז אויך ארויס אקעיגן די פלג הירושלמי פון הרב אויערבאך. און זיי זענען יא מייעץ די בחורים און יונגעלייט זיך צו שטעללן צו די לישכת הגיוס און באקומען א פטור אדער א דיחוי. אפילו מהרז"ל שליט"א וחבורתו זענען שוין אויך ביי די מיינונג אז מ'דארף זיך יא צו צושטעללן . ווייל די פלג הירושלמי האט פשוט אויסגעפאפט דעם עולם. ברענגענדיג א פאררוקטע און פעילער'דיגע ..."חוות דעת משפטית"...פון זייער'ס א לאיער, רפאל שטוב. יעצט איז הדרא קושיא לדוכתיה. צו וואס האט אויסגעפעהלט דער גרויסארטיגער כינוס וואס חבורת מהרז"ל שליט"א האבן ארגאניזירט פארגאנגעם זומער. ווייל דער גאנצער רעש און טומל וואס הרב אויערבאך שליט"א האט אנגעמאכט איז באזירט אויף פאלשע , פארפירערישע און שעדליכע אינפארמאציע וואס איז נאר געשטעלט צו פיהרן די פריוואטע אגענדא מיט די שמאלע אינטערעסן פון דעם פלג. ומי שעומד בראשם.
ווען איך וואלט געווען א פארברענטער און פייער'דיגער חסיד פון ר' אהרן פון מאנרא (כ'זעה נישט קיין פעילער אין דעם. אבער, ס'מאכט א פאר חשוב'ע ניקס דא א ביסל נערוועז און טרייבט ארויף זייער בלוט פרעשור.) וואלט איך געזאגט אז מיין רבי האט דאס אלעס שוין פאראויסגעזעהן. ניין. נישט מיט רוח הקודש. נאר מיט פשוט'ע לאגיק. און אמת'דיגקייט אין די הנהגה. נישט צו פיהרן און לאזן זיך און א גאנצע עדה אידן פיהרן אין באד אריין דורך א איד וועלכער איז אלע יארן געזיצן על התורה ועל העבודה און געווען א מרביץ תורה בישראל. אבער אויף די עלטערע יארן האטציך איהם פארגלוסט אריינצוגיין אין פאליטיק (ראיה מהרב ש"ך זצ"ל) און ער קערט איבער א וועלט. אןן ער וויל אנקומען דארט, ווי מ'זאגט אויף ענגליש..."ביי האאק אר ביי קראאק"... וואס דער חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א האט אלץ נישט אנגעווערטשאפט. ווי געשיקט אומשולדיגע בחור'לעך צו גיין און שטערן דעם טרעפיק אויף די הייוועיס על לא דבר. און זיך רייצן און שלאגן מיט די פאליציי. און אריין שטעללן בחורים און יונגעלייט אין די אמת'דיגע סכנה פון ארעסט און זיכערע ביטול תורה. אן נאך אנדערע נישט טויגליכע זאכן...! יעצט האט דאס אלעס געפלאצט ווי א זייפן בלאז...!
נ.ב.: אויב די חשוב'ע מנהלים וסדרנים פון קאווע שטיבל האלטן אז די תגובה איז נישט אויפ'ן פלאץ אדער בכלל נישט ריכטיג, ווייל ס'מאכט א פאר חשוב'ע מענטשן נערוועז, קענמען אריבערפיהרן די תגובה אין דעם ריכטיגן אשכול אדער עס אויסמעקן אינגאנצן. איך וועל בכלל נישט ברויגז זיין. יישר כח. אני את האמת אמרתי ובזה יצאתי ידי חובתי...!

זיין מעשים קענסטו זאגען, זיין מאטיוועישען נישט.
דער כינוס איז געווען נאך א רינגעל אין די לאנגע קייט פון די ירושלימ׳ער געלט זויגען פון די סאקמארער שוטים (כלשון רבו). זי שטעלען זיך, און זיי באקומען געלט פאר׳ן זיך נישט שטעלען. און מ׳לאזט זיך ווייטער פארפירען, ווי די הייליגע מסורה גייט. פונקט ווי זאגען קאבערנעטט, כמו שביאר לנו יואב (ווי ביסטו?) בארוכה במקו"א.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גיט אז ער האט זיך ענטזאגט די שליחות
צו וואס ווייל מהר"א רייסט אראפ די אינם מתייצבים דארף ער ווערן א משולח פאר מהרי"י
ער קומט זאגן זיין אפיניען אז דאס איז די געווער קעגן די מדינה
עס ווערט ערווארטעט סוף יאר א גרעסערע כינוס פין 1000 אינם מתייצבים

ליטוואק פון בודאפעסט: דער פאקט איז אז די איינציגע וועלכע זענען ארויס פון די גאנצע פרשה (במחילת כבודם)..."אפגעשמיסן".... זענען חבורת מהרז"ל. זיי שפירן יעצט ווי ..."לעקיש"...מ'האט אנגעמאכט א טומל כאילו די גאנצע וועלט גייט ח"ו איינפאללן. כאילו די גאנצע תורה גייט ח"ו אונטערגיין. און די וועלט וועט צוריקגיין לתוהו ובוהו. און צום סוף, שטעלט זיך אויס אז די גאנצע מעשה איז גאר געווען א בלאף. שוין. די פאר פאבליסיטי-הונגעריגע מענטשן האבן באקומען זייער 15 מינוט פון פעים...! נאר די נעקסט טיים איינער וועט שרייען וואלף, וועט זיך שוין קיינער נישט מאכן צו טון ...! און הרב אויערבאך שליט"א וועט דארפן געפונען א נייעם קוואל פון פאנדינג פאר זיינע פראגראמען.. (נישט פון די מדינה הטמאה, שטייץעך...!)
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.....
איך וויל וויסען וויאזוי אונז קע'מיר אפאר דאללאר געניסען פון דער קוואל. פארוואס זאל אלס גייען צו יענעם? עס איז פשוט א בל תשחית אז אזויפיל געלט זאל זיך דרייען און איך זאל בלייבען 'לעקיש'.

איש את רעהוגיט אז ער האט זיך ענטזאגט די שליחות
צו וואס ווייל מהר"א רייסט אראפ די אינם מתייצבים דארף ער ווערן א משולח פאר מהרי"י
ער קומט זאגן זיין אפיניען אז דאס איז די געווער קעגן די מדינה
עס ווערט ערווארטעט סוף יאר א גרעסערע כינוס פין 1000 אינם מתייצבים
איך האלט אז זיי קענען מאכן דעם כינוס אין איינס פון די גרויסע דזשעילס אין ארץ ישראל. אדער אין א מיליטערישע באזע פון די טמא'נע צה"ל אדער די טמא'נע נחל חרדי. (אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט). או היקש וגזירה שוה וקל וחומר. ו---! ווייל די אינם מתיצבים וועללן דאך ממילא זיין דארט. און זיי קענען איינלאדענען זייער רעבי'ן אז ער זאלל דארט קומען...!
ערנסט גערעדט. האסט שוין אמאל געהערט פון אזא חסידות? - איז אמאל געווען אזאנס זייט דעם בעל שם, אז א חסיד זאל זיך שעמען מיט זיין רבי'ן און זאגן ברבים אז ער קומט נישט בשליחות פון זיין רבי?
כ'מיין ס'איז יענס געלעכטער...
כ'מיין ס'איז יענס געלעכטער...
..
איש את רעהוגיט אז ער האט זיך ענטזאגט די שליחות
צו וואס ווייל מהר"א רייסט אראפ די אינם מתייצבים דארף ער ווערן א משולח פאר מהרי"י
ער קומט זאגן זיין אפיניען אז דאס איז די געווער קעגן די מדינה
עס ווערט ערווארטעט סוף יאר א גרעסערע כינוס פין 1000 אינם מתייצבים
איש את רעהו: האלאו. דו ליינסט נישט גוט אפ די נייעס. ביטע זיי מדייק. ר' הילל וויינבערגער איז א חסיד פון מהרז"ל. נישט פון מהר"א. און ער האט געזאגט אז ער קומט נישט בשליחות רבו, המהרז"ל. פארוואס האט ער נישט געזאגט אז ער קומט בשליחות רבו. וואס וואלט געווען א גרויסער כבוד לבית רבו הק'...?!
Re:
berlbalaguleh #אין די לעצטערע טעג און וואכן האבן אפי' די רבני האגודה שארף גערעדט אז מ'זאל זיך בשום אופן נישט שטעלן...סיינאוט: הגם דער לינק איז נישט א טייל פונ'ם נושא פון דעם אשכול, איז אבער אינטרעסאנט צו באמערקן אז לויט דעם איז די גאנצע נושא פון די מסרבים להתייצב בלישכת הגיוס, אנגעפיהרט דורך דעם חשוב'ן, גרייז גרויען ראש ישיבה און ראש הפלג הירושלמי הרב שמואל אויערבאך שליט"א איין שטיק פעיק ניוז. אפילו די עדה החרדית (מי לנו גדול יותר מהם במלחמת ה' נגד הכופרים) איז אויך ארויס אקעיגן די פלג הירושלמי פון הרב אויערבאך. און זיי זענען יא מייעץ די בחורים און יונגעלייט זיך צו שטעללן צו די לישכת הגיוס און באקומען א פטור אדער א דיחוי. אפילו מהרז"ל שליט"א וחבורתו זענען שוין אויך ביי די מיינונג אז מ'דארף זיך יא צו צושטעללן . ווייל די פלג הירושלמי האט פשוט אויסגעפאפט דעם עולם. ברענגענדיג א פאררוקטע און פעילער'דיגע ..."חוות דעת משפטית"...פון זייער'ס א לאיער, רפאל שטוב. יעצט איז הדרא קושיא לדוכתיה. צו וואס האט אויסגעפעהלט דער גרויסארטיגער כינוס וואס חבורת מהרז"ל שליט"א האבן ארגאניזירט פארגאנגעם זומער. ווייל דער גאנצער רעש און טומל וואס הרב אויערבאך שליט"א האט אנגעמאכט איז באזירט אויף פאלשע , פארפירערישע און שעדליכע אינפארמאציע וואס איז נאר געשטעלט צו פיהרן די פריוואטע אגענדא מיט די שמאלע אינטערעסן פון דעם פלג. ומי שעומד בראשם.