וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10155
וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
אלס בחור בין איך געווען א געטרייע קונה פון די וויליאמסבורג – בארא פארק באס ליניע, נעמליך בי110, שוין יארן וואס איך האב נישט ארויפגעטרעטן אויף די באסעס, מיט קיין אנגענעמע זכרונות בין איך נישט געבליבן פון מיינע נסיעות [מערסטנס שטייענדיג] און איך אייביג פרובירט צו פארמיידן דעם קאשמאר פון אזא נסיעה, לעצטנס האט זיך מיך געמאכט אז איך האב געדארפט פארן אויף די ליניע, איך האב מיך געוואלט שפארן דעם צוואנציגער וואס קאסט א קאר סערוויס און די דבר תורה וואס ס'קאסט א היטש, און ווי א וואוילער איד האב איך גענומען דעם דריי דאלער און א קוואדער און זיך ארויפגעשטיפט מיט נאך א פופציג אידן אויף די באס וואס פארמאגט ארום דרייסיג זיץ פלעצער, און די אמאליגע קאשמאר זענען מיר צוריק ארויפגעקומען, אבער מיט מיין היינטיגע שכל פרוביר איך צו פארשטיין, ווי איז דער ציבור? פארוואס לאזט מען זיך שפייען אין די קאשע דורך א געלדגייציגער בעל הבית וואס נוצט זיין מאנאפאל מיט א עקלהאפטיגע אראגאנץ?
די סערוויס פון די פירמע האט נישט איר'ס גלייכן אפילו צווישן אונזערע היימישע געשעפטן וואס צייכנען זיך נישט אויס אין קאסטומער סערוויס, עס איז א זעלטנהייט פון א פירמע וואס פונקציאנירט בכלל נישט ווי א צוויי זייטיגע אונטערנעמונג פון א קאמפאני מיט קליענטן, די אפאראט פונקציאנירט גענצליך אן זיך וויסנדיג מאכן פון די געברויכן פון זיינע קאסטומערס, ער פייפט אויפ'ן עולם, ער לאכט זיך אויס, ווען האט איר די לעצטע מאל געזען אז ער עדווערטייזט בכלל אדער אז ער טוט סיי וועלכע זאך וואס צייגט אז ער זוכט צו זיך אהערשטעלן פאר זיינע קליענטן, עס קוקט עפעס אויס ווי ער שטעלט צו א סערוויס פאר וועלכע מיר אלע דארפן אים אפלאדירן און זיין דאנקבאר.
איר האט אמאל געזעהן אז ער זאל צושטעלן מער באסעס ווייל עס איז א פארנומענע סעזאן? איר האט אמאל געזעהן אז ווען עס איז א אייז קאלטע וועטער זאל ער צושטעלן נאך איין באס אז מען זאל נישט דארפן פרירן פאר קעלט? בכלל ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס ער האט עפעס געטוישט לטובת די רייזנדע?
און דער ציבור נעמט עס אן גלייכגילטיג, מען האט זיך שוין עפעס צוגעוואוינט אז מען קען גארנישט טון, די מערסט באנוצטע טראנספארטאציע ליניע פון היימישע אידן באלאנגט צו א מאנאפאל וואס טוט ככל העולה על רוחו, און מיר קענען נאר שלום מאכן מיט די מצב, פארן אין איבערגעפולטע באסעס, אן די מינדעסטע באקוועמליכקייט, לאמיר נעמען אזא רשעות פון אפילו נישט צושטעלן א נארמאלע סיסטעם צו באצאלן, ווילסט נישט געבן קיין טשעינדש? אקעי, אפשר שטעלסטו צו א מעגליכקייט פון צאלן מיט א קרעדיט קארטל אדער באקומען קרעדיט אנשטאט טשעינדש? וואס עפעס! פאר וועמען? עולם גולם וועט דאך ווייטער פארן א שאד יעדע פעני.
און די דרייווערס איז א פרשה פאר זיך, עס זעהט עפעס אויס אז צו ווערן אנגענומען אלס דרייווער דארף מען זיין קוואליפיצירט אין בהמה'ריי, נישט קענען קיין ענגליש און שרייען ווי א הונט אויף די רייזנדע, א דרייווער וואס פארשטייט וואס די פאסאדשיר וויל? א דרייווער וואס קען רעכענען וויפיל פיר קוואדער'ס זענען? צו וואס ברויך מען דאס אבי זיי נעמען ווייניגער ווי זיבן דאלער א שעה, מי יאמר לי מה תעשה, די בהמות וועלן ווייטער צאלן די דריי סינגעלס מיט'ן קוואדער, זיך אפווישן די נאז און נישט אפילו קאמפלעינען [איז דען דא ווי? איר האט אמאל געזעהן א נאמבער ווי מען קען רופן פאר קאמפלעינס?]
און די באסעס? השם ירחם, גייט ארום אין אלע פופציג שטאטן און איר וועט נישט טרעפן אזעלכע באסעס קרוסירן אויף די שאסייען, זיי זענען אזוי אלט ווי די המצאה פון באסעס, זיי האבן נאך געטראגן די שארית הפליטה פון עליס איילענד קיין וויליאמסבורג ווארשיינליך, שמוציג, עקלהאפטיג, פארקלעבט, צוזאמענגעשטיפט, און ווער רעדט נאך פון די טאנצעריי, עס טאנצט און טאנצט ביז עס מאכט זיכער אז יעדע פאסאדשיר איבעלט שוין, עס זעהט אויס אז ער טאנצט אפילו באנאכט אין פארקינג לאט.
יעדן טאג וואס די וויליאמסבורג – בארא פארק באסעס קורסירט נאך אויף אונזערע גאסן איז א חרפה און א בושה פאר אונזער געמיינדע, עס מיינט מען קען אונז פירן אין באד, מען באקומט א מאנאפאל און מען דארף גארנישט זיך צושטעלן, איך ווייס נישט וואס קען געטוהן ווערן, איך האב פרובירט צו רופן צו די טראנזיט דעפארטמענט געבן א קאמפלעין אבער איך האב זיך עפעס נישט קיין עצה געגעבען, איך וויל הערן פון אייך, וואס קען מען טוהן? צו איז נישט העכסט צייט אז מען זאל קענען פארן נארמאל פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק אן אריבערגיין דעם קאשמאר וואס רופט זיך די וויליאמסבורג בארא פארק באס?
מיר קרענקט זייער ווען די איזראעליס קומען אהער און מאכן אפילס פאר זייער מהדרין באסעס בעת עניי עירך פארן ווי סארדינען און די וואגאנען.
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
ממאכט אפילס פאר מהדרין באסעס?
באקומען אין אישי די נאמבער פונעם ברוקלין די, או, טי קאמישאנער, ווער עס קען זאל אים קאנטקאקטירן און זיך אפרעדן:
Brooklyn Borough Commissioner Keith Bray
646-892-1350
די חוצפא פון העכערן פרייזן ווען גאז האלט אין איין פאלן איז אויך אומדערהערבאר.
בכל אופן צושטעלן אזעלכע דרייווערס וואס רעדן מאלפע שפראך צו די קאסטומערס איז א חוצפא נוראה.
צו ווייסט איינער מער פרטים ווער איז דער בעל הבית? עס איז אינטרעסאנט צו וויסן צו איז די קאמפאני טאקע אין אזא שווערע מצב אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן נארמאלע באסעס און דרייווערס וואס נעמען מער ווי מינימום וועידש, איך ווייס נישט ווער די בעל הבית איז [לויט די רעקארדס א געוויסע דשעיקאב מערמעלסטיין] אבער לכאורה איז ער פשוט א געלדגייציגע מענטש וואס זוכט צו פארדינען נאך אפאר דאלער אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל, און ווארשיינליך איז ער ערגעץ וואו אויך א נדבן און באקומט כבוד פאר'ן געבן געלט בשעת ער פייפט זיך אריין אין זיינע קליענטן.
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
אזוי פיל ווייסעך יא, אז ער האט א גרויסע באס פירמע וואס טראגט און ברענגט מענטשן פון מאנהעטן צום עירפארט וכו', דארט מאכט ער זיין גרויס געלט, די וויליאמסבורג בארא פארק באס איז נאר א צושפייז.
בן זכאי, געווענליך בין איך נישט קיין גרויסער, און דוקא א קנאפער חסיד פון ארטיקלען וועלכע קוקן אויס צו שטארק קעסטלדיג, עקסטרעם אדער איבערגעטריבן. (הגם כ'באנוץ מיך טאקע מיט א סך אדעקטיוון און בלאז אויף זאכן צו אן עקסטרעם צי ארויס פון פראפארץ, איז דאס נאר להגדיל השמייכל, נישט אין ערנסטע ענינים.)
ס'איז אבער א פלא נורא וויאזוי דער חיה רעה גייט אן מיט זיין אומהומאנטעריש ביזנעס ועולם כמנהגו נוהג. נישט אז כ'האלט אז ס'איז דא וואס אדער ווער צו טון, אבער ס'איז האר-אויפשטעלנד וויאזוי דער צייכנט זיך אויס מיט א סארט גרויליקייט אין ממש יעדן שטאפל פון דעם פארצווייגטן ביזנעס.
און דער יאלד האט נאך דעם נערוו אריימצושיקן זיינע סרוחה'דיגע וואגאנען איבער די שטעט גרויס צו מאכן דעם נאמען פון גאט מיט'ן אמנ'יזירן דאס מענטשהייט ערב בוקר וצהרים. כ'ווייס נישט ווער ס'איז דער בעל הבית, און איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן. נעמט אייך דעם קידוש-לבנה'דיג אמן יהא שמיה רבא און ווישט דערמיט אונטער אייער קאלטבלוטיגע מחילה.
ענק שפילן זיך מיט פייער!
צי ווייסען ענק וויפיל אידן זאגן שוין ב"ה ברכת התורה בחברותא א דאנק דעם באס?!
ירא שמיםממאכט אפילס פאר מהדרין באסעס?
זיכער. כ'מיין פאראיאר אדער צוויי יאר צוריק זענען שד"ר ארויסגעקומען צו די אמעריקאנער ברודער מעורר צו זיין אויף די וויכטיגקייט פון די מהדרין ליניע ירושלים - בית שמש און מ'דארף צושטעלן שיינע באסעס אז מ'זאל נישט האבן קיין נסיון צו פארן מיט אגד.
איך דערמאן מיך ווי איך פלעג מיך שלעפן קיין מאנהעטן מיט די אידישע באס, אדער ווען איך פלעג גיין מיט'ן ב"פ - וויליאמסבורג באס אונטער שרעקליכע אומשטענדן און דא קומען אפגעריסינע איזראעליס רייסן געלט פאר זייערע באקוועמליכקייטן
וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
אה דאס איז דאך אלס די מלחמה קעגן די ציונים… נישט סתם פאר באקוועמליכקייט! ווייל ווי יעדער ווייסט איז דא מהדרין באסעס בשופי פון אגד.
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
וועלכע נאמבער דארף מען ריפען אריינצוגעבען א קלאגע קעגן די באס קאמפעני
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
פארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
די בעה''ב הייסט יעקב מערמלשטיין איך האב שוין אפאר מאל גערעדט צו עים. ער האלט(אזוי זאגט ער לכה"פ) אז ער געט גיטע סערוויס.
און ווער עס וויל נישט זאל נישט פארן
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
איך האב זיין טעלעפאן נאמבער אבער איך וויל עס נישט ארויף לייגן דא לעיני כל
בן זכאי אפילו צווישן אונזערע היימישע געשעפטן וואס צייכנען זיך נישט אויס אין קאסטומער סערוויס, עס איז א זעלטנהייט
איך בין מסכים מיט וואס דו זאגסט לגבי די באסעס, אבער דעי ווערטער מוז איך מיך דינגען.
ס'האט זיך שוין געענדיגט די צייטן וואס ביי די היימישע געשעפטען האט נישט עקזעסטירט די ווארט סערוויס בכלל, ס'ווערט ב"ה בעסער און בעסער, די קאמפאטישען איז שוין היינט גענוג גרויס און מ'קען שוין נישט טוהן וואס מ'וויל,
צענדליגע היימישע געשעפטען וואס שטעלן שוין היינט צו סערוויס אויפן העכסטן סטאנדארט.
יא, ס'דא די פאר אויסגערופונע וואס האבן נאך די מאנאפאל אויף געוויסע מארקעטס, טוהן וואס זיי ווילן און האבן פארפאקט דעם עולם, געב עס נאך אפאר יאר און זיי וועלן זיך אויך צולערנען אדער ארויס גיין פון ביזנעס
יא אמת ביזט גערעכט דזי ענד דזי האט זייער גיטע סערוויס...
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר נישט. אונז רופן עס ניי ווילי, אבער אויפן מאפע איז עס קלינטאן היל. זיין באס איז בארא פארק -''וויליאמסבורג''
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
קול הלשוןוועלכע נאמבער דארף מען ריפען אריינצוגעבען א קלאגע קעגן די באס קאמפעני
איך האב אויבן געשריבען א נאמבער, קענסט אויך אריינגעבן א פארמאלע קלאגע אין די וועבסייט פון dot
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט א טשארטער אויף די ליניע ער האט געווינען א ביד פון די dot אבער ער איז נישט גענצליך א פריוואטע קאמפאני ער איז אונטערגעווארפן אונטער די dot
Sent from my iPhone using Tapatalk
בן זכאיצו ווייסט איינער מער פרטים ווער איז דער בעל הבית? עס איז אינטרעסאנט צו וויסן צו איז די קאמפאני טאקע אין אזא שווערע מצב אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן נארמאלע באסעס און דרייווערס וואס נעמען מער ווי מינימום וועידש, איך ווייס נישט ווער די בעל הבית איז [לויט די רעקארדס א געוויסע דשעיקאב מערמעלסטיין] אבער לכאורה איז ער פשוט א געלדגייציגע מענטש וואס זוכט צו פארדינען נאך אפאר דאלער אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל, און ווארשיינליך איז ער ערגעץ וואו אויך א נדבן און באקומט כבוד פאר'ן געבן געלט בשעת ער פייפט זיך אריין אין זיינע קליענטן.
בן זכאי: לויט ווי איך זעה קענסטו איהם טאקע נישט. ווען דו קענסט איהם, וואלסטו שוין נישט געפרעגט קיין קשיות...!
די איינציגע צייט וואס איך האב איהם געזעהן ארומלויפן ווי א פארסמ'טע מייזל, איז געווען ווען זיין פרענטשייז איז אפגעלאפן. און ער האט דאס געדארפט באנייען, איז ער ארומגעלאפן צו די אידישע מוסדות אז זיי זאללן אונטערשרייבן די פעטיש'ן צו די סיטי גאווערנמענט אז מ'זאלל למען ה' באנייען זיין פרענטשייז, ווייל אן דעם וועט ח"ו דער אידישער יישוב אין ב.פ.-ווילי חרוב ווערן. איך געדענק איהם נאך אלס דרייווער ווען ער איז געקומען פון א"י, וואספארא ווילדע שטיק ער האט דאמאלס אפגעטון. ווי למשל, ארויפגיין אויפ'ן סיידוואק אויף ראטלידזש סטריעט, ווען א קאר איז געווען דאבל-פארקט. נאר עפעס א רשעות'דיג'ער בוים איז איהם געווען אין וועג. און זיינע טעראריסטישע שטיק, וואס ער האט אפגעטון, ווען ער האט אנגע'מקל'ט אנדערע דרייווערס וואס ס'האטציך איהם געדאכט אז זיי וויללן גיין קאמפעטישן מיט איהם. און זיי געבן ריידס פאר מענטשן. און ווען ר'האטציך ...שוין. מ'טאר נישט רעדן לשון הרע...!
נאר ווען ד'רעולם וועט נעמען מאכן מאסן טעלעפאן קאללס צו די סיטי אדער סיינען א פעטישן אקעיגן איהם און זיין קאמפעני וועט מען הייסן א מסור, לויט די היינטיגע פארדרייטע און פארקרומטע סטאנדארטן פון די אזוי-גערופענע התאחדות הרע-בנים...!
ירא שמיםפארוואס עפנט מען נישט קיין קאמפיטישאן?
ירא שמים: ווייל מ'ווילל בלייבן לעבן... 🙄
<a class="postlink" href="http://airconsumer.dot.gov/escomplaint/ConsumerForm.cfm">http://airconsumer.dot.gov/escomplaint/ConsumerForm.cfm</a>
<a class="postlink" href="http://forward.com/sisterhood/145004/brooklyn-bus-owner-denies-segregating-women/">http://forward.com/sisterhood/145004/br ... ing-women/</a>
בן זכאיhttp://airconsumer.dot.gov/escomplaint/ConsumerForm.cfm
דיין לינק פירט צו געבן א קאמפלעינט אקעגן אוויאציע טראנספארטאציע.
אפשר מיינסטו צו זאגן אז דער באס פליעט ווי א חי'?
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
קל וחומראזוי פיל ווייסעך יא, אז ער האט א גרויסע באס פירמע וואס טראגט און ברענגט מענטשן פון מאנהעטן צום עירפארט וכו', דארט מאכט ער זיין גרויס געלט, די וויליאמסבורג בארא פארק באס איז נאר א צושפייז.
בן זכאיצו ווייסט איינער מער פרטים ווער איז דער בעל הבית? עס איז אינטרעסאנט צו וויסן צו איז די קאמפאני טאקע אין אזא שווערע מצב אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן נארמאלע באסעס און דרייווערס וואס נעמען מער ווי מינימום וועידש, איך ווייס נישט ווער די בעל הבית איז [לויט די רעקארדס א געוויסע דשעיקאב מערמעלסטיין] אבער לכאורה איז ער פשוט א געלדגייציגע מענטש וואס זוכט צו פארדינען נאך אפאר דאלער אויפ'ן חשבון פון כלל ישראל, און ווארשיינליך איז ער ערגעץ וואו אויך א נדבן און באקומט כבוד פאר'ן געבן געלט בשעת ער פייפט זיך אריין אין זיינע קליענטן.
די בעה"ב איז יעקב מערמעלשטיין, ער איז בעה"ב פון אסאך באס קאמפעניס ובתוכם די דאבל דעקערס פון מענהעטען וכו', ער האט געעפנט א קאמפיין צו ענטפערן אמן..
פאריאר פסח האט ער געמאכט א גאנצע הכנסת ספר תורה טראסק פאר אלא קינדער פון אמן ואמן, וואס די געלט פאר די הכנסת ספר תורה האט זיך אויסעצאלט מיט די העכערונג אויף די וויליאמסבורג בארא פארק באס....
די DOT וואלט געדארפט געבן די רוט פאר די MTA, און אונז וואלטן געהאט באסעס גענוג און נאך, עס וואלטן געוועהן בעסערע באסעס ווי די יעצטיגע הערליכע וואגאנען וואס פירט אונז קיין וויליאמסבורג, אבער עס וואלט גיקומען מיט א טייערע פרייז פון $2.75, (אנשטאטס די ביליגע פרייס פון יעצט $3.25)
און לאמיר נישט פארגעסן אז די באס רוט איז דא לשם מצוה, ווען די MTA נעמט עס איבער וועלן זיי נאך וועלן מאכן געלט אויף אונזער חשבון 
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נעמט אין אכט!
אנגעהויבן פון די וואך דינסטאג, וועט מען מער נישט קענען ארויף אויפן באס נאר אויב מ'ווייזט דריי גאנצע דאללער מיט א קוואדער פאר'ן דרייווער. אויב קנייטשט מען איין די געלט הייסט עס נישט באצאלט, אזוי אויך וועט מען אייך נישט לאזן גיין ווייטער אויב האט איר נישט די פונקטליכע רעשט, אפי' איר ווייזט אים א צענער וואס איר גייט אויפטוישן. אויב פאלגט איר נישט די תקנות וועט די באס נישט פאר'ן ווייטער. דאס קומט נאכדעם וואס די קאמפאני האט איינגעזען אז א גרויסע עולם צאלט נאר א דאללער אדער דאס אויך נישט, מיט פארשידענע בארעכטיגטע און אימבארעכטיגטע תירוצים.
Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
ווי אויך מוז איעדער פאסאזשיר אן כאפען א פענסטער בשעת דער באס פארט כדי עס זאל נישט פארלוירען ווערן ערגעץ אויף די הייוועי. התורה חסה על ממונה של ישראל.
ס'איז נישט קיין וויץ, אדרבה גייט ארויף אויפן באס וועט עטץ זעהן די באס איז אנגעקלעבט מיט אזעלכע צעטלעך
אפשר עפנט מען אויף א פאטישען ווי דערעולם קען אינטער חתמ'ענען?
א חוצפה פון א גביר אדיר וואס פירט זיך אזוי אויף צו מענטשען.
איך קען א היימשע מענטש פון וויליאמסבורג וואס מיט יארן צוריק האט ער פראבירט צו עפנען א קאמפעטישען, און די בארא פארק וויליאמסבורג באס קאמפאני האט אנגעדרייט מאפינערישע שריט אויף אים, און דערנאך געגאנגען אין קארט און אים נישט געלאזט מנוחה ביז מען האט אים אזוי דערקוועטשט די יארן אז ער האט אויפגעגעבן.
די שאלה שטעלט זיך וואס קען מען טון היינט, זיי קענען נישט טון אויף אזוי ווייט ווי אמאל וועגען די ציבור וועט עס נישט צולאזן, מען דערף נאר א מענטש וואס איז זיך גרייט צו שלאגען מיטן גאנצען כח...
כוכב, ביסט אוועליבעל?
קיינער איז נישט גרייט ???
אלל ווי ניד איז א באס ענד א באס דרייווער!
נאו וואלאנטערס?
#טרעוועלערס_וועט _נישט_פעלן
ס'איז שייך צו ערלעדיגן אז די 'מאמענט' זאל האבן א אינטערוויו מיט'ן בעה"ב כדי צו הערן זיין צד?
מען טאר נישט אנהויבען רעדן מיט אים ווייל אפילו מען וועט אים אויפווייזן וואס פארא פורים ער מאכט מיט אונז וועט ער אפשר פאר 2 וואכען צושטעלן נאך אפאר עלטערע באסעס און דערנאך צוריק מיטן אלטען. עס איז דא צוויי ברירות, אדער פאנגט ער אן פון דאסניי און צושטעלן אזעלכע באסעס און סערוויס אזוי ווי ער גיבט פאר זיין דאבעל דעקער פירמע, אדער דארף איינער גיין קאמפטישען.
פארוואס וויינען און שרייען? הייב אויף א טעלעפאון און רוף 311
מען האט שוין דאס אויכט פראבירט
מען דארף איינער וואס האט פלייצעס און זאל טון צו דער זאך
רויטע וואנצעסכוכב, ביסט אוועליבעל?
רויטע וואנצעס: נאאא. כוכב איז א איד...מיט איהם (דעם בעה"ב פון די קאמפעני) קען נאר האנדלען דזשאן גאטטי דזשר. ער פארשטייט נאר די שפראך פון די בני עשו. די איטאליענער מאפיא...!
ירא שמיםאה דאס איז דאך אלס די מלחמה קעגן די ציונים… נישט סתם פאר באקוועמליכקייט! ווייל ווי יעדער ווייסט איז דא מהדרין באסעס בשופי פון אגד.
ירא שמים: ס'הייסט. ביים רעבין זכיסע יאגן אליינע, אינדערהיים אין ארשיווע איז מען נאך געפאהרן מיט מהדרין באסעס. נישט ח"ו נהנה צו זיין פון די פארשאלטענע ציונים...שאל אביך ויגדך. זקניך ויאמרו לך. אונז האבן א גרויסן היסטאריקער און שרייבער, הרב שמואל שלמה טעללער, המכנה (אדער המכין) את עצמו. ..."הרב ש.ב. מרגליות...דער ריכטיגער ממלא מקום פונ'ם פארשטארבענעם גרויסן שרייבער און קנאי, חכימא דיהודאי, הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון ואנחה אויף כלל ישראל... 😂
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
שלי שלךס'איז שייך צו ערלעדיגן אז די 'דער וועקער' זאל האבן א אינטערוויו מיט'ן בעה"ב כדי צו הערן זיין צד?
פאראכטן...
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
בערל כהאב שוין לאנג נישט געהאט פון דיר דיינע אריגענעלע תגובות… לעצטנס בוסטו עפעס געווארן צו אויפגעקלערט[emoji6][emoji39][emoji196][emoji196][emoji49][emoji48]
berlbalagulehרויטע וואנצעסכוכב, ביסט אוועליבעל?
רויטע וואנצעס: נאאא. כוכב איז א איד...מיט איהם (דעם בעה"ב פון די קאמפעני) קען נאר האנדלען דזשאן גאטטי דזשר. ער פארשטייט נאר די שפראך פון די בני עשו. די איטאליענער מאפיא...!
כ'האב נישט אנגעכאפט א גוטן משל. ווייל דזשאן גאטטי דזשר. איז א איד עפ"י הלכה. זיין מאמע איז א איד.
נאר אפשר קען מען לערנען פשט ווי ס'שטייט אין פסוק..."ויתילדו על משפחותם" אז ער ווערט גערעכנט לויט'ן שבט פון זיין טאטע. דאמאלס איז ער א כשר'ער איטאליענער...!
ירא שמיםבערל כהאב שוין לאנג נישט געהאט פון דיר דיינע אריגענעלע תגובות… לעצטנס בוסטו עפעס געווארן צו אויפגעקלערט[emoji6][emoji39][emoji196][emoji196][emoji49][emoji48]
ירא שמים: ס'הייסט אויפגעקלערט...?! איך בין א רבי זיכרוינע ליבראכע איד. נאר אויך א שטארקער ציוני... 😂 🙄
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נו וואס וועט זיין דא נאך אלע מעשיות גימער אין מלחמה
נו איינער האט א עצה וויאזוי מען הייבעט אן....
Sent from my iPhone using Tapatalk
נח מיט זיבן גרייזן

עס זעהט אויס ווי איינער פון די כינעזער דרייווערס האבען דאס געשריבען. פונקט אזוי ווי עס פלעגט זיין אויף די פלייש געשעפט'ן מיט 60 - 70 יאהר צוריק, "בשר בשר" אנשטאט בשר כשר
ירא שמיםבערל כהאב שוין לאנג נישט געהאט פון דיר דיינע אריגענעלע תגובות… לעצטנס בוסטו עפעס געווארן צו אויפגעקלערט[emoji6][emoji39][emoji196][emoji196][emoji49][emoji48]
ירא שמים: ס'איז דא א פשוט'ע סיבה פאר דעם. ווייל שמעקעדיג און די אנדערע חשוב'ע ניקס וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין ווילי-פעסט קענען דאך נישט פארליידן ווען מ'טשעפעט זייערע פארהייליגטע אייקאנס, ווי הרב סענדער דער דייטש,הרב מנשה פיליפ המכנה את עצמו הרב ישראל מ. סופר. און הרב שמואל שלמה טעללער המכנה את עצמו הרב ש.ב. מרגליות. ס'איז בבחינת ויחד יתרו. פאר מיר האט הרב דייטש זכותו יגון ואנחה על כל ישראל אויפגעטון איין זאך. ער האט מיר ארויפגעברענגט מיין בלוט פרעשור. ווען איך וואלט געווען א דאקטער וואלט איך פארשריבן א פרעסקריפשן פאר מענטשן וועלכע ליידן פון א נידריגן בלוט דרוק, אז זיי זאללן ליינען די געשרייבעכץ פון סענדער דער... און י.מ. סופר. דאס איז בדוק ומנוסה. אז ס'וועט זיי ארויפטרייבן די בלוט פרעשור. אבער פון די געשרייבעכצער פון דעם גרויסן היסטאריקער הרב שמואל שלמה טעללער קען מען נאר אויספלאצן פון געלעכטער. ער שרייבט דאך אזעלכע שטותים און זיין אופן פון שרייבן איז ווי איינער לערנט פאר פאר א כיתה פון 5 יעריגע אינגלעך... 😂 🙄
ר' בערל טייערער, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן דיין טעות.
איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דיין געשרייבעכץ. סענדער דויטש מיט די איבריגע חברה זענען ביי מיר נישט קיין שום אייקאן, נישט געווען און וועט נישט זיין. פינטל.
מצדי, קענסטו שרייבן וואס דו ווילסט אקעגן זיי - איך האב גארנישט דערקעגן.
וואס באדערט מיר יא, אויב יעדע אשכול ווערט פארדרייט צו דעם נושא, יעדן פסוק אין די תורה קענסטו אריינטייטשן סענדער דער דויטש מיט פליפ פלאפ המכונה.
ווי אויך, אז מען חזר'ט עס איבער יעדן טאג נאכאמאל, ווערט דאס אויסגעדראשן און דאס קען אביסעלע דענערווירן.. פארשטייסטו??
אדערווייז..... האב איך גאר שטארק הנאה פון דיר, הלואי אויף מיין זיידע געווינטשן אזא זיס אידל.... 😂 😉