וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10155
סאשי פישנח מיט זיבן גרייזן

פינקט היינט ווען איך דארף אזוי וויכטיג אנקומען אין בארא פארק, און סאיז מיר שוין יא געלונגען צו כאפען די באס די לעצטע מינוט אבער די דרייווער לאטמיר נישט גיין ווייטער וואס איז? מיין געלט איז צוקוועטשט!! כווייס נישט פארוואס אבער פינקט אלע געלטער וואס כהאב געהאט מיט מיר זענען געווען צוקוועטשט, בלית ברירה האב איך געמוזט אראפגיין ביי די געז סטעישאן און אויבלאזען די גאנצע דריי הונדערט און פינעף און צוואנציג אמעריקאנע סענט.. 😈 😈 😈 ...
נאר צוקוועשטע געלט איז א פראבלעם, צוקוועשטע מענטשן איז נישט קיין פראבלעם.
דער אמן מאגנאט גייט נישט אן בחייכון וביומיכן וואס דכל בית ישראל מאכט מיט פון זיין בעלי עגלות. ובזמן קריב זאל ער קעיר נעמען נעמען, אז נישט וועט ער ברויכן קדיש זאגן אויף די ביזנעס.
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
נעמט אין אכט!
די נייע געזעצן פון די קאמפאניע ווערן 'נישט' אינפארסירט דורך רוב דרייווער. איר קענט ווייטער אריינלייגן אלע איבעריגע פעניס וואס איר האט אין טאש, ואין פוצה פה מצפצף! (איך נעם נישט קיין אחריות אויף אייערע בושות כ'האב נאר אזוי געהערט.)
Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
<a class="postlink" href="https://telegram.me/Jewish/5349">https://telegram.me/Jewish/5349</a>
קאפיעד אן געבן קרעדיט. [emoji35]
אין די אויסגאבע יודישע ווינקל (בארא פארקע אויסגאבע) איז לעצטע וואך געווען א בריוו ווי איינער באשמיצט די באס קאמפעני ווי עס דארף צו זיין...
אויב איינער האט עס ביטע ארויפשטעלן.
רשע הוא אבל איכא דרכא אחרינא דמתקריא סובוויי
📎 Doc2.pdf
<a class="postlink" href="https://issuu.com/z9network/docs/kik-vikel_20160831__z9">https://issuu.com/z9network/docs/kik-vikel_20160831__z9</a>
למעשה האלט איך אז די בריוו אין קוק ווינקעל איז סתם מוגזם'דיג, ווייל די סיטי באס איז נישט עפעס כווייס איך וואס מורא'דיג א גוט טראנספארטאציע מיטעל, דאס יא אז משטעלט זיך נישט עפעס געוואלדיג צו צי אונזער ציבור, אבער די עולם זאל אוועקגיין מיט קאפוויי? אבי געהאקט
די מוזט שוין דרייוון א גוטע צוואנציג יאר אויב די ווייסט נישט אז מען באקומט קאפוויי אויף די בפ באס און אויב די קענסט בכלל שרייבן אין די זעלבע תגובה די בפ באס מיט די סיטי באס
היינט איז מיר א אמן חטופה באפאלן אויפן בי קיו אי. דער אמן-ווילי-ב"פ באס האט זיך ווילד אריינגעכאפט אין פראנט פון מיר.
רויטע וואנצעס: מיין שאלה איז אויב זיינע אזיאטישע חיות, וועלכע באלאנגען ענדערש אין א זאא אדער סאפארי, זאגן אמן און ברכות השחר ביחידות אדער מיט מנין. ווען איך זאלל דעם בעה"ב צו גלייכן צו מאיר לאנסקי וואלט עס געווען א בושה פאר די אידישע מאפיא... 😂 🙄
אן אמן מענטש ווערט ער מיר...! און וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט, דאס איז גארנישט...?... 🙄 😮
רויטע וואנצעסהיינט איז מיר א אמן חטופה באפאלן אויפן בי קיו אי. דער אמן-ווילי-ב"פ באס האט זיך ווילד אריינגעכאפט אין פראנט פון מיר.
היכי דמי תשובה? באותה ... באותה.. האסט געדארפט מאכען פון עם אן אמן יתומה דארט אויפ'ן BQE
וואלווי: אויב אמת'ע תשובה מיינט באותה...באותה...וכו' וואלסטו געקענט צולייגן רואיג נאך 6 באותה'ס... 😂 🙄 ...!
ער האט מזל. ווייל ער האט מער מאריך ימים געווען פון באגסי סיגל. המכונה בנימן זאב הלוי...!
berlbalagulehוואלווי: אויב אמת'ע תשובה מיינט באותה...באותה...וכו' וואלסטו געקענט צולייגן רואיג נאך 6 באותה'ס... 😂 🙄 ...!
ער האט מזל. ווייל ער האט מער מאריך ימים געווען פון באגסי סיגל. המכונה בנימן זאב הלוי...!
מאיר לאנסקי איז געראדע איינע פון די זעלטענע מאפיאנערען וואס האט אויסגעלעבט די יארן געהעריג. די מיסדים פון די ארגענייזט מאפיאנירן מיינט מען דאך נישט זיי האבן דאך ערענסט געמיינט דעם ציבור אזוי ראבין האוד....
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
פארוואס פעלט זיי אויס די פרי ווייפיי? זיי האבן ליב קאפוויי?
צו מיר קוקט אויס ווי ס'קומט פון א גראפיק דעזיינער, נישט פון קיין צוקונפטיגע באס קאמפעני.
אבער לאמיר האפן אז יש דברים בגוי...
[ציטאט אראפגענומען]
"GARND opening"...
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
די גרעסטע פאראדאקס איז נאך אז זיי זאגן מיר צו נאכזאגן אמן, חיות טורפות וואס טרעטן אויפ׳ן צבור,
און זיי זאגן מיר מוסר?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
אין ק''ש לינגאו הייסט עס ''ער האלט אינמיטן זיך מוחל זיין די עבירות''.
ק/פ
די סאמאטוכע די לעצטערע טעג און באצוג צום ערעפענונג פון א "נייע" ב"פ - וויליאמסבורג באס קאמפעני האט געשאפן אלע מינע קאנספעראציעס און טעאריעס. מאנכע האבן געוויסט צו זאגן אז עס איז זיכער שקר, אנדערע האבן קלאר געוויסט ווער עס שטייט דערונטער אא"וו... איינער איז אפילו געקומען מיט א גראבע ראי' אז עס איז פאלש וויבאלד עס האט א ספעלינג מיסטעיק... (סארי פארן דיך אויספאקן ברבים, אבער ס'האט מיר באמת געקאסט א שמייכל...)
סא, די צעטל וואס איז היינט ארויס איז געוועהן א מיטל וואס איז געוועהן ארי'ס איידיע צו טעסטן די טעמפעראטור ביים עולם ווי ווארעם די אלגעמיינע גאס איז פאר א נייע באס קאמפעני...
ב"ה אז די פידבעק איז געוועהן העכער אלע ערווארטונגען און די אינוועסטערס האבן אין א מזל'דיגע שעה היינט געגעבן די $500,000 דאון פאר די דילערשיפ אין וויסקאנסין צו ליעסן די 8 נייע עלעקטראנישע באסעס וואס גייען זיין רעדי מיט אלע קאסטום פיטשערס הערשט נאך יו"ט (סאפיסטעקעיטעט באצאלן סיסטעם, קאסטום מחיצות, סטאפ באטטענס וכו').
מען האט שוין געליעסט א ריזיגע גאראדזש אין די נעווי יארד וואו מען גייט אויפבויען די עלעקטעריק טשארדזשערס און מעקעניק שאפ. און זינט די באסעס זענען ריין עלעקטעריק און איז "ענווייראמענט פריינטליך", באקומען די בעלי בתים א גרענט פון די סיטי צו קויפן די באסעס וואס ערמעגליכט צו האלטן דעם פרייז נארמאל.
די נעמען פון די בעלי בתים גייען ארויסקומען פאר די גאס אין די נעקסטע פאר וואכן, ס'איז נישט קיין סוד, זיי זוכן פשוט עס צו האלטן שטיל ווי ווייט מעגליך.
לויט וויאזוי זיי צאלן אונז סאונדט עס ווי זיי האבן א וואנע מיט קעש... גראדע קען איך איינע פון דעי אינגעלייט פערזענליך און זיין שווער איז סאליד אויפן דאללער.
עטס קענטס איבערזאגן דעי דיטעילס אבער פליז נישט אין מיין נאמען און נישט פאורווערדן מיין מעסעדזש.
דערווייל איז עס סתם א פאשקעוויל.
אונטער חכםפארוואס פעלט זיי אויס די פרי ווייפיי? זיי האבן ליב קאפוויי?
דאס וועט זיי געבן פרייע מארקעטינג.
Re: וויליאמסבורג בארא פארק באס - חרפה היא לנו
זיי דארפן דען מארקעטינג?
די עצם קאמפעטישן איז שוין גענוג אז מענטשן זאלן גיין צו זיי, ווער רעדט נאך ווען עס איז כמעט האלב די פרייז און נארמאלע דרייווערס און באסעס.....
פאליטיקאנט: דער אלטער גענגסטער און לאו לייף, דער ..."אמן מענטש"... זיצט מסתמא יעצט און פלאנט וואס אנצושטעללן פאר די נייע קאמפעני און איהרע בעלי בתים. ווי אנברעכן די ביינער. און אריינגיסן צוקער אין די ענדזשין. אדער אויסלעכערן די רעדער פון די באסעס...!
אויף טעלעגראם איז דא א גרופע וואס באהאנדעלט די בארא-פארק-באס-מאנאפאל קריזיס....
<a class="postlink" href="https://t.me/BoycottBPWilliBus">https://t.me/BoycottBPWilliBus</a>
געב א שמייכל: איך האב נישט טעלעגראם. ביטע ברענג עפעס א לינק וואס ארבעט. אדער פארצייל דעם תמצית פון די ווערטער. ווייל ס'איז מיר סתם אינטרעסאנט צו זעהן ווי א וועלט נארט זיך. דער ..."אמן מענטש"... ווען ער האט געדארפט די וואוטס און חתימות איז ער ארומגעלאפן צו אלע ישיבות און מוסדות און צוגעזאגט הרים וגבעות. איינמאל ער האט באקומען די (באנייאונג) פון דעם פרענטשייז פון די סיטי האט ער אנגעפיפן א יעדן. צוגעשטעלט (זייער) געמיינע סערוויס...! דו קענסט רעדן צום לאמפ...!
אויך. איך האב אמאל שבת אינדערפריה ארויסגעקוקט פון מיין פענסטער האביך געזעהן א באס פון זיין קאמפעני וואס איז געפארן צו אטלאנטיק סיטי. ער איז מסתמא געזיצן ביי א ברייטן קידוש און גערוקט טשאלנט און קוגל...! און זיינע באסעס לויפן ארום (שטייצעך נישט ווילי-בארא פארק) אויף די גאסן...!