הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10075
שוין! אויך מיר א מאן דאמר.
איך מיין אז די דיפערענץ צווישן רעכניצ'ס cause און מאנדעל'ס, איז בולט,
איינס האט מיט רוחניות און איינס האט מיט גשמיות, ווען ס'קומט צו רוחניות איז דא א מקום פאר א בעל הבית צו זאגן א דעה, ווייל אויב דער רבי עסט חזיר מיינט נישט אז ס'איז כשר, נאר ס'מיינט אז דער רבי איז א שגץ, ווידעראום פאר מאנדעל אריינצורעדן אין די השקפה וואס די מוסד האט בוחר געווען געבויעט אויף יסודות פון זייערע פריערדיגע גדולים, איז חופצה.
מ'קען מיינען אז זיין סוקסעס איז געקומען פון זיין געבילדעט, אדער קענען ענגליש... ניטאמאל קען מען א טעות מאכן!
שלום על ישראל: איך האב נישט געהאט קיין הווה אמינא אז אין וויליאמסבורג גייט זיך עפעס טוישן לטובה. דארט גייט מען נאך אין די שיטה אז מ'דארף הרג'נען דעם שליח. שטאטס אויס צו הערן דעם מעסעדזש וואס ער האט צו זאגן. און זעהן מתקן צו זיין וואס מ'קען...!
כ'האף אז יעדער פארשטייט אז דאס איז א שטיק לצנות.
שלום על ישראלכ'האף אז יעדער פארשטייט אז דאס איז א שטיק לצנות.
ווייל דארט טרויעט מען זיך אפילו נישט צו שרייבן אזא בריעף...!
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
שלום על ישראלכ'האף אז יעדער פארשטייט אז דאס איז א שטיק לצנות.
גאנץ איינפך... ווייל ׳מאנדל׳ האט גאנץ פיין מצליח געווען,
מיט זיין שוואכע general education ....!!!
יב הלוי סאלאווייטשיקשלום על ישראלכ'האף אז יעדער פארשטייט אז דאס איז א שטיק לצנות.
גאנץ איינפך... ווייל ׳מאנדל׳ האט גאנץ פיין מצליח געווען,
מיט זיין שוואכע general education ....!!!
וממנו ילמדו וכן יעשו, יעדער זאל גיבן פאר די קינדער די שוואכסטע עדוקעשאן און האפן אז זיי וועלן זיין די איינס-פון-טויזענט וואס די מזל שפילט זיי אדער האבן א ספעציעלע הינטער-טירל און ווערן נישט געכאפט, וד"ל. איז דאס "גאנץ פיין מצליח זיין" וואס דו מיינסט?
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
📎 uploadfromtaptalk1454278506564.jpg
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
איך הער זיך צי די דרשה פון ראביי רייך, ער רעדט נישט צים זאך, ער ברעינגט ארויס די טענה פון שלמה יודא, אז זיי שפירן זיך עליטיזם, ער איז מודה צי אלע פראבלעם וואס רב שלמה יודא שרייט, וואס וויל ער, זאג אמעסארי דעץ אלל.
ווען ער רעדט אזוי שטיל, מען קען אזוי נישט rעדן, ער איז א עליט, ער איז א בעל גאווה, ראביי רייך, זאג די אמת, אז דו ביזט איצט פארשעמט, רעכניץ האט אייך אראפ געצויגן די ליטפישע ווערסיע פון פעפעטע הויזן, ביזטו אים מבזה ברבים וואס דו ווייסט גיט אז ער איז גערעכט, וועיל דו ביזט עס אליינס מודה, על כן וואס די גיהינם עפעהסטו דיין מויל, גיי דו און נעם ציזאם מנהלים, ער האט אייך געפלאצט א פימפל ווישט אייך אפ אייער נוז, עס איז גארנישט געשען, גיט אייך א נעם און ארלעדיג עס זאל מער נישט פאסירן, און מתן שכרו בצידו גארענטירט.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
איך האב נישט געהערט ראביי רייך, ווי קען מען איהם הערען? איך הער אז ס'דרייט זיך אן אינטערוויו מיט איינער יענק'ל מיולר אויף דער טעמע, איינער האט עס געהערט?
דער נושא דא איז אין די פרטים. רכניץ האט געזאגט אז די מנהלים זענען צדיקים, קדושים מרחם, אכצן דורות האלטען זיי אן דער זאך מיט ביידער הענט. שולדיג זענען די יונגעלייט וואס סטראשען די מנהלים נישט צו שיקען אין זיין חדר, טאמער 'יענער' ווערט אריינגעלאזט. וע"ז יצא הקצף אז ער האט אראפגעריסען יונגעלייט. ער האט נישט געזאגט וואס דער עולם האט געוואלט הערען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ווי אויבן געשמועסט: כדי צו האבן די גוט-ווילן פון די מנהלים וראשי הישיבות, דארף מען רעדן די שפראך וואס זיי קענען דערהערן. זיי נישט באזארגט, יעדער וואס האט געדארפט כאפן האט געכאפט. נישט אומזיסט האט זיך פארלאנגט די אויפקלערונג די קומענדיגע טאג.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
אין לעיקוואוד דרייען זיך קיפקע'ס פון יונגעלייט מיט צארען טראפעדיג פון די ליפען 'היתכן מ'האט אזוי מבזה געווען ישיבה'לייט?' אפשר זענען זיי נישט גערעכט, אבער אזוי רעדט מען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
R' Urun Reich, Rosh Hayeshiva in Lakewood speaking against Rechnitz that he is a businessman and Judaism is a voluntary system cant use those solutions BP has a parking problem... Just like Ted Cruz against the Jewish trump that the solution is like internet make a big Asifah..
אזוי נישט צום זאך.
אנטלויפט פון די אחריות, מאכט ליצנות פונעם פראבלעם (ער גלייכט עס צו, צו די פארקינג פראבלעם אין בארא פארק), ממש ווי א קינד. ער שיסט צוזאם ארייננעמען נפשות ישראל מיטן טרעפיק פארקינג?! איז ער אין א קאמא?! ער שטעלט עס דערנאך צו, צו טרעפן א שידוך. האט אים זיין מאמע אראפגעלאזט אלס קינד?!
נאכדעם מאכט ער חוזק פון עליטיזם (די פוסטע גאווה וואס זיי זענען אזוי באוואוסט) אז יעדער האט דאס, און ס'איז גאר א כח הנפש; א דערהויבנקייט...
נאכן מקדים זיין אז ער האט גרויס אהבה צו הרב רעכניץ, רעדט ער גאר מיאוס אויף אים, טאקע ברמיזה, אז די עשירים וואס זייער אינטאלעקטואלע שטאפל איז נאנט צו נול (!), און ס'איז פשוט א פאקט אז דער באשעפער האט זיי געגעבן מיליאנען דאללארן. הפנים ער האט זיך געלערענט פון די איזרעליס וויאזוי צו שלעפן יענעמ'ס געלד און דאן אים אויסלאכן מיט די געמיינסטע כפיית טוב.
באמת האב איך מורא צו רעדן אויף הרב רייך; כ'קען אים בכלל נישט, און ס'קען זיין אז ער איז אן אדם חשוב און א "גוד גיי". כ'וועל אבער ניצן זיינע אייגענע נקודות:
• ער פארציילט נאך פון די גמרא אז אז מר בר רב אשי האט זיך אנטזאגט צו פסק'נען ווען איינע פון די בעלי דינים זענען געווען א ת"ח, וויל ער וועט האבן א נגיעה. זאגט מיר נאר - טייערע ראש הישיבה - זענט איז גרעסער פון אן אמורא אז איר זענט דן ווי איר אליינס זענט א בעל דין?!
• ער טענה'ט אז הרב רעכניץ האט געזאלט מאכן א פריוואטע מיטונג מיט די ראשי המוסדות און נישט ארויסגיין אין פאבליק. ווער ווייסט דען נישט וואספארא ליצנות דאס איז און וואספארא תכלית דאס וואלט געברענגט; ס'וואלט ניטאמאל איין קינד געהאלפן. די קשיא צו אייך איז: פארוואס קומט איר ארויס אין פאבליק קעגען א יוד וואס ע"פ הסכם יששכר וזבולון, איז קיין אינטש ווייניגער חשוב אין הימל פון אייך (און דאס איז נאך פאר די טויזענטער אלמנות, יתומים, און יעצט מוסדות-לאזע קינדער ער העלפט כל ימיו). פארוואס האט איר נישט געמאכט א מיטונג מיט אים? מיר ווייסן אז איר האט זיין נומער, ווייל צום שנארן האט איר אים שוין גערופן כמה פעמים.
• ער ברענגט פון ר' חיים אז אמת ושלום אהבו, אז אמת קומט פאר שלום. א טייער ווארט. אין מסכת אבות שטייט דרך ארץ קדמה לתורה, וואס מיר אלע לערנען פון קינדווייז אהן אז מדות קומט פאר תלמוד תורה. והמבין יבין.
די גרעסטע חילול השם קומט פון אייער אויפטריט, און איר קענט דאס ליידער נישט פארריכטן. ועל זה נאמר מעוות לא יוכל לתקון וחסרון לא יוכל להמנות.
לאמיר צענעמען דעם רעכניץ: ער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה. אונז זעמיר טאקע אנגעווייטיגט אויפן סיסטעם און מ׳ברויך פארארבעטן מעשים אז זאכן זאלן זיך טוישן, אבער וואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך. מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך. אויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט. אויב זיין גאנג איז מיט חוצפה איז ער גארנישט בעסער פון דער שוטה רשע וגס רוח נפתלי מאסטער וחבריו בדומים לו וואס זייערע בייזוויליגע כוונות פארשטייט יעדער בר דעת.
איי עם אלל פאר עפענען מוסדות וואס וועלן צושטעלן סעקולארע עדיוקעישאן פאר די וואס ווילן א נארמאלע חינוך פאר זייערע קינדער. יא, דארט זאל יעדער האבן צוטריט צום אינטערנעט; אינפארמאציע וועט גערעכנט ווערן פאר א געזונטע זאך און וועט זיין ענקארעדזשד. מ׳עט לערנען דעם קינד קריטישע דענקונג ווי איידער לעבן ווי א סטאדע בהמות. מ׳עט אויך לערנען דארט אמונה ובטחון אמתית אהן די נארישע מייסעס וואס מ׳פארקויפט היינט בנוסח סאנטא קלאוס וד״ל. מ׳עט דארט פראדוצירן געזונטע מוחות און גלייכצייטיג ערליכע אידן וואס ׳עלן זיך פיהרן בדרך ישראל סבא און וועלן זיין עכטע מקדשי שם שמים ברבים און אור לעמים. סעקשאן אכט, מעדיקעיד, פוד סטעמפס, וועלפעיר אא״וו וועלן גערעכנט ווערן פאר ניבול פה. די קינדער ווען זיי וואקסן אונטער וועלן האפנטליך מצליח זיין בעזרת השי״ת און מ׳עט זיי קיינמאהל טרעפן שטייענדיג אויף לאנגע רייעס פון מחללי שם שמים בפרהסיא אין אפסטעיט ניו יארק וכדו׳. אז א חניך פון אט אזא מוסד וועט עפענען ס׳מויל זיינע, וועט ער נישט אראפברענגן די איי קיו פון גאנצן אומגעגנט... ר׳עט פארשטיין צו פינאנסן און וועט וויסן וויאזוי זיך צו אויפפיהרן און נישט ווערן אריינגעשלעפט בפח יוקשים פון פינסטערע ביזנעס דילס און האנדלונגן.
ניין, נישט אלע וועלן ווערן דאקטוירים, אדוואקאטן אדער אנדערע פראפעסיאנאלן, אבער זיי וועלן האבן בעסערע אויסזיכטן צו פארדינען ערליך געלט אין סיידן וועלכע אומנות ס׳עט זיך זיי גלוסטן.
לימודי קודש וועט זיין אויפן פארנעם אז נאך צעהן יאהר חדר, דריי יאהר ישיבה קטנה און נאך צוויי ביז דריי יאהר ישיבה גדולה וועט מען האבן וואס צו צייגן דערפאר... ווער עס וועט זיך נאר אהערשטעלן וועט קענען ווערן א מורה הוראות, אויב דאס איז זיין באגער. דעת תורה וועט באדייטן אז מ׳האט טאקע דעת און מ׳איז מלא וגדוש אין תורה. דער וואס האט נאר איינס פון די צוויי, וועט נישט ערלויבט ווערן צו זיין א ווארטזאגער בעניני הכלל.
כ׳האף אז ס׳זענען פארהאן גענוג לייטישע מענשן וואס זענען מוכן צו מקריב זיין פאר אזא אונטערנעמונג און וועלן זיך נעמען צו די ארבעט. כ׳האף אז די עשירים וועלן זיין גרייט צו משקיע זיין אין דעם פראיעקט און וועלן נישט ווערן דערשיטערט פון די וואס וועלן זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט דאס אונטערצוברענגען.
לאמיר אויפהערן שרייבן אויף בלאגס און טוהן למעשה.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
אנאנים, די בריוו איז זייער גיט געשריבן, אבער די מעשה זיינע האט זיך ג'ענדיגט אז עס איז אים געלינגען, הי ליווד העפעלי עווער עפטער, ווען זיין מעשה וואלט זיך מסיים געווען אז ער האט געמיזט אפציען מיט חרפות, אזוי ווי שי"ר שרייט וואלט ער געפאטשט זיינע הענט פאר שלמה יודא, און געשריבן א הערליכע בריוו לטובתו.
יחיאל יעקבזוןלאמיר צענעמען דעם רעכניץ
וואס עפעס? גיי צונעם די ליטווישע עליטיסטס וואס ווארפן אידישע נשמות אין מיסט
יחיאל יעקבזוןער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה.
פתיחת ההקדמה לפירושו למסכת אבותשמע האמת ממי שאמרה
יחיאל יעקבזוןוואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך. מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך.
לאמיר איבער'חזר'ן: איינער וואס איז פון די גרעסטע תומחי תורה שבדורינו, און האט א גלייכע חלק אין די לערנען פון טויזענטער לומדי תורה, מעג מען אנרופן "גראבער יונג", אבער גער תומחי תורה וואס - בסך הכל - בעט ער מ'זאל אויפהערן מיט די רציחה, דאס איז שוין חוצפה. אקעי, כ'נעם נאוטס.
יחיאל יעקבזוןאויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט.
פלעפלסט נאך דעם מר. רייך. ווער ווייסט דען נישט אז אין די שטיל ווערן די זאכען קיינמאל נישט פארראכטן.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
טמיראיינער קען אפשר מסביר'ן במה דברים אמורים. ווער האט שוועריקייטן זיינע קינדער זאלן ווערן אנגענומען? סתם ארבעטס מענטשען, אדער מענטשען וואס זענען קיל און קומען נישט נאך די פרימע אכשר דרא'דיגע סטאנדארטען?
אויב רעדט מען פון אן עדה יודען, איז ער דאך 100% גערעכט. זאל מען עפענען א נייע מוסד וואס זאל קעיטערן די סארט מענטשן והכל על מקומו יבא בשלום. און דעי מוסד וועט נאך האבן די מערסטע געלט ווייל עס וועט נישט באשטיין פון ארימע כולל יונגעלייט. עס וועט זיין א ווין ווין
יחיאל יעקבזוןלאמיר צענעמען דעם רעכניץ: ער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה. אונז זעמיר טאקע אנגעווייטיגט אויפן סיסטעם און מ׳ברויך פארארבעטן מעשים אז זאכן זאלן זיך טוישן, אבער וואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך. מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך. אויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט. אויב זיין גאנג איז מיט חוצפה איז ער גארנישט בעסער פון דער שוטה רשע וגס רוח נפתלי מאסטער וחבריו בדומים לו וואס זייערע בייזוויליגע כוונות פארשטייט יעדער בר דעת.
איי עם אלל פאר עפענען מוסדות וואס וועלן צושטעלן סעקולארע עדיוקעישאן פאר די וואס ווילן א נארמאלע חינוך פאר זייערע קינדער. יא, דארט זאל יעדער האבן צוטריט צום אינטערנעט; אינפארמאציע וועט גערעכנט ווערן פאר א געזונטע זאך און וועט זיין ענקארעדזשד. מ׳עט לערנען דעם קינד קריטישע דענקונג ווי איידער לעבן ווי א סטאדע בהמות. מ׳עט אויך לערנען דארט אמונה ובטחון אמתית אהן די נארישע מייסעס וואס מ׳פארקויפט היינט בנוסח סאנטא קלאוס וד״ל. מ׳עט דארט פראדוצירן געזונטע מוחות און גלייכצייטיג ערליכע אידן וואס ׳עלן זיך פיהרן בדרך ישראל סבא און וועלן זיין עכטע מקדשי שם שמים ברבים און אור לעמים. סעקשאן אכט, מעדיקעיד, פוד סטעמפס, וועלפעיר אא״וו וועלן גערעכנט ווערן פאר ניבול פה. די קינדער ווען זיי וואקסן אונטער וועלן האפנטליך מצליח זיין בעזרת השי״ת און מ׳עט זיי קיינמאהל טרעפן שטייענדיג אויף לאנגע רייעס פון מחללי שם שמים בפרהסיא אין אפסטעיט ניו יארק וכדו׳. אז א חניך פון אט אזא מוסד וועט עפענען ס׳מויל זיינע, וועט ער נישט אראפברענגן די איי קיו פון גאנצן אומגעגנט... ר׳עט פארשטיין צו פינאנסן און וועט וויסן וויאזוי זיך צו אויפפיהרן און נישט ווערן אריינגעשלעפט בפח יוקשים פון פינסטערע ביזנעס דילס און האנדלונגן.
ניין, נישט אלע וועלן ווערן דאקטוירים, אדוואקאטן אדער אנדערע פראפעסיאנאלן, אבער זיי וועלן האבן בעסערע אויסזיכטן צו פארדינען ערליך געלט אין סיידן וועלכע אומנות ס׳עט זיך זיי גלוסטן.
לימודי קודש וועט זיין אויפן פארנעם אז נאך צעהן יאהר חדר, דריי יאהר ישיבה קטנה און נאך צוויי ביז דריי יאהר ישיבה גדולה וועט מען האבן וואס צו צייגן דערפאר... ווער עס וועט זיך נאר אהערשטעלן וועט קענען ווערן א מורה הוראות, אויב דאס איז זיין באגער. דעת תורה וועט באדייטן אז מ׳האט טאקע דעת און מ׳איז מלא וגדוש אין תורה. דער וואס האט נאר איינס פון די צוויי, וועט נישט ערלויבט ווערן צו זיין א ווארטזאגער בעניני הכלל.
כ׳האף אז ס׳זענען פארהאן גענוג לייטישע מענשן וואס זענען מוכן צו מקריב זיין פאר אזא אונטערנעמונג און וועלן זיך נעמען צו די ארבעט. כ׳האף אז די עשירים וועלן זיין גרייט צו משקיע זיין אין דעם פראיעקט און וועלן נישט ווערן דערשיטערט פון די וואס וועלן זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט דאס אונטערצוברענגען.
לאמיר אויפהערן שרייבן אויף בלאגס און טוהן למעשה.
מאדנע אז אפילו אויף די פארפרומטע אייוועלט האבן רוב ניקס זיך אנגעונומען פאר רעכניץ און געקלאגט אז ראשי המוסדות מיינען אין אלגעמיין כבוד און פאוער, און אז מיט געלט קען מען איבערקומען די אלע שוועריגקייטן און ווערן אנגענומען אפילו פון שוואכערע שטובער. דאס איז ממש אן עפידעמיע וואס פאדערט מוסר און חיזוק, און ר' שי"ר האט דאס ערפילט מייסטערהאפטיג..
דיין תגובה איז - במחילת כבודך - איינע פון די מערסט-עקלהאפטע דא אין שטיבל.
שלום על ישראלכ'האף אז יעדער פארשטייט אז דאס איז א שטיק לצנות.
גראדע נישט געכאפט
שטייט אין ערגעץ נישט אז איינער וואס איז מתומכי (און מתומחי) תורה איז דער זעלבע ווי דער וואס לערנט. אלע הלכות כבוד ת"ח גייען אן ביי איינער וואס קען תורה, נישט ביי דער וואס גיבט געלט פאר תורה. אפשר איז זיין שכר אין הימל פונקט ווי, אדער מער ווי, דאס פון די לומדים, אבער דרך ארץ דארף מען האבען פאר'ן תלמיד חכם. און דער שכל זאגט אויך אזוי. דער כבוד פאר די מיינונג פון א תלמיד חכם איז ווייל דער וואס קען תורה האט א פארשטאנד אויף דער וועלט פון די תורה, וואס האט עס מיט דער גביר וואס גיבט געלט? וואס פארשטייט ער בעסער פון זיין געבען געלט? איך זאג נישט אז יעדער תלמיד חכם פארשטייט בעסער ווי א צווייטען, אבער ער פארשטייט בעסער ווי ער וואלט פארשטאנען אן זיין לערנען, און פאר דעם גיבט מען איהם כבוד, ועי' חזו"א אמונה ובטחון בזה.
לגופו של דברי הרב רייך, איך הער איהם יעצט אויס בשעת'ן שרייבען. ער רעדט טאקע מיט א גאווה, אבער זיין פונקטען זענען נישט אלע אינגאנצען אומריכטיג, עכ"פ פון אנהייב. אפשר וועל איך באלד טוישען מיינונג, אבער איך בין יעצט א דריטעל אריין און ער פאדערט אז פאר אידען טאר מען נישט רעדען אראפ, מ'מוז זיי געבען כבוד אלס אידען און נישט זיין קיין פוסע על ראשי עם קדוש. יעדער איינער דא וואלט אזוי געטענה'ט ווען רעכניץ איז 'נאר' א רב צו א פרעדיגער, אז מ'טאר נישט רעדען אראפ צו אידען. און זייענדיג א גביר איז רכניץ אויך נישט בארעכטיגט מיט'ן רעדען אזוי.
דאס יא, ווען ס'ברענט א פייער איז עס נעריש צו פאדערען אז מ'דארף רעדען איידעל נישט גראב, אבער גראב האט ער גערעדט. איך קען איהם נישט פערזענליך, אפשר איז רעכניץ נישט קיין גראבע יונג, אבער גערעדט האט ער גראב.
הרב רייך זאגט אז נאר איינער וואס איז אויסגעהאלטען אין בריחה מן הכבוד מעג מאנען פון איינער זיך אנטלויפען פון כבוד. אבער דער וואס זוכט כבוד פאר זיין געלט זאל נישט מאנען פון א פרומע נישט זוכען כבוד פאר זיין פרומקייט. אי דייקינן כולי האי, ווי וועט מען אנקומען? הרב רייך, דו ביסט טאקע מכבד תלמידי חכמים ווי דו פאדערסט פון איהם? דו ביסט דאך א מעמבער פון די משפחה הרודים את עם ישראל, און דו פרעדיגסט זייער מיינונגען טאג און נאכט?, ווי פאדערסט דו זאכען וואס דו האלטסט נישט דערביי?
זיין משל פון פארק'ן אין ב.פ. איז טאקע אזוי נעריש ווי ער איז מקדים, אבער אסאך שקר ליגט אין דעם. איך ווייס אז דאס איז דער שפראך פון ב.מ.ג. אז אלע פראבלעמען אין לעיקוואוד זענען פראבלעמען פון הצלחה נישט פון פעלער'ס, און ער איז א ציר נאמן לשולחו צו פרעדיגען די רייד, אבער דאס איז נישט דער מציאות דא.
מיט דרייסיג יאר צוריק האבען צוויי מענטשען מחליט געווען אנצוכאפען די שוואכקייטען פון יונגעלייט און גע'עפענט מוסדות וואס וועט שטימען מיט זייער גאווה אדער פארקערט, זייער געפילען פון נידרגיקטייט, מיט דעם אז מ'עט מאכען מוסדות וואס נעמען נאר אריין אזוינס צו איענס. דער ערשטע מוסד אין שטאט האט שנעל נאכגעמאכט, און אזוי האט זיך אנטוויקעלט א קולטור פון 'ווער האט בעסער משפחות'. דאס האבען די צוויי פארשוינען אויפגעטוהן, וואס איינער פון זיי איז דער וואס האט זיך גע'ערט ביי זיין אייגענע דינער.
ווען ס'איז דא צופיל קינדער און צו ווייניג מוסדות, וואלט מען געקענט צוטיילען אויף א נארמאלע אופן. יעדער מוסד האט דאך זיין גאנג און זיין חינוך, און עלטערען וואלטען געוועלט לויט זייער טבע און נטיות וואס זיי ווילען. אבער ווען די מוסדות האבען אוועק געשטעלט אז זיי פארקויפען נישט קיין בעסער חינוך, קיין אנדערע חינוך, אלע מאכען נאך די אנדערע, און די איינציגסטע חילוק וואס זיי קענען ווייזען איז ווער זענען די עלטערען פון די קינדער, הייסט'ס אז אלע האבען א פראבלעם, און נישט קיין פראבלעם פון הצלחה.
זיין קאלטע צוגאנג צו די וואס ליידען קומט פון איינער וואס זיצט על סיר הבשר, וואס האט לעצטענ'ס געבויט א גרויסע בנין פאר זיין אינסטיטוציע, וואס איז א חתנא דבי נשיאה און וועט קיינמאל נישט זארגען פאר זיין שטעלער און זיין קינדער אריינגייען אין מוסדות (על אף..........) און דעריבער רעדט ער מיט אזא ברייטקייט.
נאר איין זאך דארף מען צולייגען אויף זיין רעדע. ער איז נישט קיין אמעריקאנער, דעריבער איז זיין אויסשפראך אנדעריש און ס'הערט זיך מער גאווה'דיג ווי ס'איז. איך זאג נישט, ס'איז גאנץ געפערליך, אבער ס'הערט זיך ערגער ווי ס'איז אויפ'ן אמת, ווייל ער האט אזא מין 'בעסערע' אויסשפראך כאילו ער איז עפעס א קעניג צו א פראפעסער, און דאס האט מיט'ן זיין אן אויסלאנדישער, נישט מיט'ן זיין א ראש ישיבה.
@ שמעקעדיג
״דיין תגובה איז - במחילת כבודך - איינע פון די מערסט-עקלהאפטע דא אין שטיבל.״
במחילת כבודך הרמה, כ׳זאג קלאהר אז מ׳דארף אן אווערהאל אויף אונזער סיסטעם אבער דאס טוהט מען נישט דורך פארשעהמן מענטשן ברבים. רעכניץ איז א גראבער יונג ותו לא. אויסהאלטן מוסדות וכו׳ מאכט עם נאר פעימאוס ביים חרדישן ציבור. אזוי צו אזוי, טוהט מען דאס נישט ברבים. ער קען נוצן זיין איינפלוס פון ביי זיך אין אפיס אדער גיין פון מוסד צו מוסד און האקן אויפן טיש ביז מ׳עט עם אויסהערן. יא, כ׳ווייס גוט גוט פון דעם עפידעמיע, מיט מיינע קינדער האב איך זיך אויך געמוטשעט און כ׳פיהל אביסל באקריוודעט אבער ס׳טוישט נישט מיין מיינונג.
פארוואס טוהט מען דאס נישט ברבים??? זייערע עוולות ווערן געטוהן בסתר? צו יעדער האלט מיט די פראבלעם אין לעיקוואד.
און יא די גערעדאכץ פון "כבוד התעירעי" האט צוגעברענגט די אלע פראבלעמען דארט. הייליג צייט צו שרייען אויף די אלע, ת"ח שאין בו דעת וגו'! קיין שום דרך ארץ אדער רעספעקט האבן פאר איינעם וואס רודפ'ט יענעם על לא דבר, נאר ווייל איך בין העכער פון יענעם, אן קיין שום נארמאלע סיבה, דיין תורה קענסטו אראפפלאשן ווען ס'קומט נישט מיט קיין ביסעלע דרך ארץ און רעספעקט פאר אן אנדערע איד וואס איז וואויל, הייליג און טייער, סך הכל איז ער נישט דער בן תעירע ווי דיר.
און נאר דיך נישט, מ'האלט שוין נאכדעם פון קלאפן פריוואט, ס'העלפט נישט! אביסעלע אויפמערקזאמקייט און היפש ביסעלע גערידער וועט 'האפענטליך' מאכן סדר
הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
כגלייב רעכניץ איז אויך א בן טעירע ער איז מסתמא קובע עיתים לתורה, וויפיל שעה א טאג דארף מען לערנען צו ווערן פאררעכנט אלס בן טעירע און פאדערן רעספעקט פון א באלבאס אויף דעם ארויף?! אפשר ווייל ער זינדיגט מיטן מורא׳דיגן חטא פון גיין ארבעטן?!
הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
שעפטל, ער׳ט טאקע געפרואווט פריוואט?
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
מאך זיך נישט נעריש. אפשר טאר דער בן תורה זיך נישט גרויס האלטען, אבער פאר אונז פון די זייט מעג מען אנערקענען דער חילוק צווישען איינער וואס זיין טאג איז פארנומען מיט'ן זוכען דער דבר ה' כלפי איינער וואס איז קובע א שטיק צייט דורכצובלעטערען א דף יומי אפצוצאלען זיין טעגליכע פליכט. ס'איז נישט קיין מצוה און נישט קיין יראת שמים זיך בלינד צו מאכען ווילענדיגעהייט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ירא שמיםשעפטל, ער׳ט טאקע געפרואווט פריוואט?
יא ער האט שוין עטליכע מאל גערופן מנהלי המוסדות אז מ'זאל ארייננעמען די און יענע קינד
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
כרעד וועגן די עצם פראבלעם, נישט וועגן א געוויסע פאל.
ווייסעך נישט, אבער ער האט געניג פראבירט מיט שיינעם און שטילערהייט געבעטן און מ'האט אים געוויזן דעם ריקן
ליטוואק פון בודאפעסטמאך זיך נישט נעריש. אפשר טאר דער בן תורה זיך נישט גרויס האלטען, אבער פאר אונז פון די זייט מעג מען אנערקענען דער חילוק צווישען איינער וואס זיין טאג איז פארנומען מיט'ן זוכען דער דבר ה' כלפי איינער וואס איז קובע א שטיק צייט דורכצובלעטערען א דף יומי אפצוצאלען זיין טעגליכע פליכט. ס'איז נישט קיין מצוה און נישט קיין יראת שמים זיך בלינד צו מאכען ווילענדיגעהייט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אנערקענען וואס?????? אז יענער האט רעכט אויסצוטיילן צרות פאר א מענטש וואס איז נישט באגאנגן קיין שום עולה אויף דער וועלט, חוץ אנגענומען דעם בזיעת אפיך תאכל לחם אויף אן אנדערען וועג ווי יענער?
ליטוואק, איך קום נישט פון לעיקוואד, אינגאנצן דארט געווען דאכצעמער דריי מאל, זאג אבער דו, איז דאס אייביג אזוי געווען? האט א בעלעבוס אייביג געהאט א האלבע שלאפ-לאזע נאכט איבער די צוקונפט פון זיינע קינדער? (אפגערעדט די וואס זענען נאך לעת עתה אינדרויסן!), כפי ידיעתי איז דאס ממש א לעצטיגע זאך (טשאלענדזש מיך נישט מיט א יאר..)
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
ליטוואק פון בודאפעסטמאך זיך נישט נעריש. אפשר טאר דער בן תורה זיך נישט גרויס האלטען, אבער פאר אונז פון די זייט מעג מען אנערקענען דער חילוק צווישען איינער וואס זיין טאג איז פארנומען מיט'ן זוכען דער דבר ה' כלפי איינער וואס איז קובע א שטיק צייט דורכצובלעטערען א דף יומי אפצוצאלען זיין טעגליכע פליכט. ס'איז נישט קיין מצוה און נישט קיין יראת שמים זיך בלינד צו מאכען ווילענדיגעהייט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אז סאיז דא אזאך אז איינער איז מער פונ׳ם צווייטן, מסכים, סקען זיין וועגן לימוד התורה סקען זיין וועגן גמילות חסדים.
איז זאג דאס! זאג אז הגם דו ביסט חשוב'ער ווי מיר, מעגסטו נישט צונעמען דער עלעמענטיש'ע רעכט פון מחנך זיין קינדער אין חדרים. אבער זאגען אז רעכניץ איז דער זעלבע בן תורה ווי דער וואס זיצט און לערנט מאכט קאליע די גאנצע מערכה.
און בכלל, יעדער נערישקייט וואס טוט זיך אין יעדער מערכה, מאכט קאליע די גאנצע מערכה. איין זאך דארף געזאגט ווערען דא; אז יעדער מענטש האט אן עלעמענט'ע רעכט מחנך זיין קינדער, זין און טעכטער, ווי ס'דארף צו זיין, און מ'דארף עס זיי צושטעלען. אלע הויכגעשעצטע חשבונות פון 'טהר המחנה' און שאר כל מרעין בישין זענען נישט צום זאך במקום דער עלעמענטער"י רעכט און פליכט.
ווען מ'פארדרייט דער נושא אויף זייטיגע זאכען, כגון וויאזוי ער וואלט עס געדארפט זאגען, צו ווער האט א רעכט דאס צו זאגען, צו פריוואטע רעכטען פון מענטשען צו וואס, פארלירט מען פון דער עיקר נושא.
איך גלייב אבער נישט אז ס'וועט זיך עפעס ענדערען פון די דרשות, און ווען מ'האט שכל וואלט מען געטוהן אין א אופן וואס איז מער מסתבר צו געלונגען. מ'עט נאר דארפען זען.
ירא שמים האקט, אבער ער רעדט נישט צום זאך. ס'איז דא הלכות כבוד ת"ח, און א שכל דערצו אויך. 'ערע פאר א גומל חסדים איז א געפיל, אבער נישט קיין חיוב און נישט מיט די זעלבע שכל. ועי' חזו"א אמונה ובטחון בכ"ז.
ליטוואק פון בודאפעסט...אבער זאגען אז רעכניץ איז דער זעלבע בן תורה ווי דער וואס זיצט און לערנט מאכט קאליע די גאנצע מערכה...
ביטע נעם א קאלקולעטאר און לטמיר רעכענען באנאזאם. ע"פ הסכם יששכר וזבולון ווערט יעדעס מינוט תורה פון יעדער בעל תורה ביים ספר גערעכענט כאילו האב רעכניץ האט געלערענט דעם זעלבען מינוט אין די זעלבע מסכת. יעצט גייען מיר נוצן דעם קאלקולעטאר: הונדערט יונגעלייט לערנען פערציג שעות תורה א וואך = יעדע יונגערמאן האט געלערנט 40 שעה און בפשטות נישט גענומען קיין חלק אין פדיון שבויים, הכנסת כלה, העלפן קינדער טרעפן מוסדות און אנדערע גמילות חסדים, און הרב רעכניץ האט געלערנט 4,000 שעה די איין וואך, אויסער זיינע פדיון שבויים, הכנסת כלה, העלפן קינדער טרעפן מוסדות און אנדערע גמילות חסדים.
@יחיאל יעקבזון, זאג מיר יעצט, ווער איז דער
גראבער יונג?! (זאל איך זאגן עפ"ל?)
@ליטוואק פון בודאפעסט, מיר רעדן נישט פון די טעכנישע "הלכות כבוד ת"ח", נאר פון די רעספעקט וואס מ'דארף נאטירליך האבן פאר זיי, און בעיקר צוליב די זכות התורה. אויב ווילסטו דוקא יא רעגן פון די הלכה, דאן פארשטיי אז איינער וואס קען א הלכה אחת נקרא תלמוד חכם, כמעשה של טבי, עבד דרבי גמליאל (משנה, סוכה, פ"ב מ"א). (ער איז גראדע געווען א גוי!) ווי די גמרא (קידושין, מט:) זאגט אז המקדש על מנת שאני תלמיד או ע"מ שאני חכם. ועי' בגמרא (שבת, קיד.):
שבת, קיד....ואמר רבי יוחנן איזהו תלמיד חכם שמחזירין לו אבידה בטביעות העין זה המקפיד על חלוקו להופכו...
יעצט וואלט געווען א פאסיגע זמן צו לערנען א הלכה שו"ע (פשוט כדי אונז זאל מיר הייסן תלמידי חכמים...)
שלחן ערוך, יורה דעה, סימן מ, סיעף גותלמיד חכם המזלזל במצות ואין בו יראת שמים הרי הוא כקל שבצבור.
עליך אמר קרא, אויף אט די טענה האט דער רמב"ם געזאגט וז"ל (פ"ג מהל' תשובה הל"ב),
ושקול זה אינו לפי מנין הזכיות והעונות אלא לפי גודלם יש זכות שהיא כנגד כמה עונות שנאמר יען נמצא בו דבר טוב ויש עון שהוא כנגד כמה זכיות שנאמר וחוטא אחד יאבד טובה הרבה ואין שוקלין אלא בדעתו של אל דעות והוא היודע היאך עורכין הזכיות כנגד העונות
אפילו ווען דער רעדע וואלט געווען ווער האט מער מצוות, און חשבונות שמים, ביסטו נאך אלס נישט גערעכט. ומה גם אז דיין חשבון שטימט אויך נישט אין דער מציאות. ווען רכניץ האלט אויס א יונגערמאן צו קענען לערנען, איז ער א פולקאמער שותף אין זיין לערנען. אבער ווען ער גיבט א פאר דאללאר וואס מאכט א קליינע נ"מ אין זיין לעבען, וויאזוי ווערט ער א גאנצע שותף אין יעדער לערנען וואס ער טוט? ס'איז א פיינע זאך און ס'העלפט צו, אבער צו א גאנצע שותף קומט עס נישט.
און דאס איז אלס נישט נוגע ווען מ'רעדט פון דער פראקטישע ענין אז זיין דעה ווערט נישט בעסער מיט דעם אז ער האט שכר. זיין דעה איז פונקט וואס ס'איז געווען פאר ער האט געהאט געלט און געגעבען געלט, צו קלוג צו נעריש לויט זיין מציאות.
און די הלכות פון כבוד ת"ח זענען נישט אין דער לופט אזא הלכתא בלא טעמא. נא דיר דער לשון פון דער חזון איש אין דער אמונה ובטחון,
אם אמנם מצות כיבוד של חכמים ויראתם הם מן מצוות המעשיות, כמו מצות קימה, לפתוח ראשון, לא ישב במקומו, לא יסתור דבריו - הם יסוד בנפש, ראש וראשון בחובת הלבבות. כי הלא הכבוד הוא רגש הגדול מאחיו, ועל פיו משקל כל ערכי החיים. הכבוד בתלמיד חכם משמש להכנעה לחכמת התורה, לקבלת מלכותה קבלה רצויה, קבלה ענוגה ונעימה. כי מטבע המכבד להנות מאהבת המכובד בעת שלבו רוחש הכבוד, ועינו היפה ימריצה להתאבק בעפר רגלי חכמים, ואין טרחו בזה כטורח של עמלה ויגיעה, רק כמוצא חפץ לבו, וכהשיג משאת נפשו. ואותן התנועות המעשיות המגשמים את מצות המעשיי של הכבוד הן הנה עדויות עד כמה לבו מלא אמונה בתורה, ועד כמה ינהר להתרפק עליה ולהשתעשע בסגולותיה. ובר נש דלבו ריק מרגש זה, ואין נפשו חרדה לכבוד תלמיד חכם, לבו ריק מהכנעה לתורה, לבו ריק מקבלת עול מלכותה עליו. ואם סיבת חלי זה הוא ממיעוט הרגש כללי, כי נולד בטבע קר ובשכל גס ומחנכיו פשעו בו מלהחכימו ולהשכילו, אין הקולר תלוי בצוארו, ואמנם הוא חסר בנפשו ביסוד התורה ואהבתה, וחלקו רע תחת השמש. ואמנם אם הוא בעל כשרון בהשכל ודעת, ולבו מלא רגש כביר כח, אך נפתול נפתל בדרך חינוכו, ובאוות נפשו משתדל לעקור מלבו רגש הכבוד לחכמים כאשר מוצא בזה סתירה לכבוד עצמו, וברב גאותו הנחיל במחשבתו את כל הכבוד לנפשו בהיותו בעל בטחון, בהיותו מזכה רבים, בהיותו בחיר המדות, והלוא זה כל האדם וזה חובתו בעולמו, ומה יתרון לבעל החכמה בהויות דאביי ורבא - הנה זה חוטא בכפליים, ומוכה בכפליים. והגר"ח זצ"ל בספר נפש החיים בשער ד' האריך במשפטו, ודן אותו כמבזה תלמידי חכמים וכמגלה פנים בתורה. וז"ל, וגם כמה מאותן אשר קרבת אלק' יחפצון הם בחרו לעצמם לקבוע כל עיקר למודם בספרי יראה ומוסר כל הימים כו', ועדיין לא ראו מאורות מימיהם ולא נגה עליהם אור התורה, ה' יסלח להם כי כוונתם לשמים, אבל לא זו הדרך ישכון בם אור התורה.
און באמת דאס איז אלס נישט וויכטיג צו דער נושא, וויבאלד הרב רייך זאגט אליינס אז נישט נאר ווען ס'איז וועגען תלמידי חכמים טאר מען אזוי נישט רעדען, נאר אפילו א פשוט'ער ציבור אידען איז דאס נישט קיין וועג צו באטרעטען דער מענטשהייט. און דער נושא איז אסאך וויכטיגער ווי דן צו זיין וויאזוי מ'האט עס געזאגט.
ווען מ'רעדט פון נישט אראפ רעדן אויף יודען דארף מען דאס געדענקן ביי די אלע אינטערנעט כינוסים
לא ולא! דער בן תורה און באלעבאס זענען קיינמאהל אויפן זעלבן מדרגה.
שכר בעולם הבא איז איין זאך; זיך נעמען די דרייסטקייט צו מבזה זיין בני תורה איז גאהר עפעס אנדערש.
בעצם זענען מיר אלע שולדיג אין דעם שפל המצב. מ׳דארף זיך צאמנעמען און טוהן למעשה. זיך אהננעמען פאר א מבזה תלמידי חכמים ווייל ס׳פאסט פאר אונזערע אגענדא, ברענגט קיין גוטס און איז נישט בייהילפיג אינעם פארבעסערונג פונעם דורגעפוילטע סיסטעם אונזערע. זייטס נישט קיין ווייז גייז, און טוהט למעשה. נעמטס צאם א קבוצה פון ערנסטע מענשן און גרינדעט א מוסד וואס איז אויסגעהאלטן על פי דת תורה האמתית. גלייבט מיר, היפש וועלן אייך דאנקבאר זיין און די מוסדות וועלן אייך מקנא זיין. די קאמפעטישן וועט זיך אהנהייבן והכל על מקומו יבא בשלום. רעכניץ וועט דארפן זוכן אנדערע וועגן צו מאכן נויז אז מ׳זאל וויסן אז ער עקזיסטירט. זיינע קינדערישע ניגונים וועלן ווייטער זיין גאנגבאר ווילאנג ר׳האט אפאהר טאלער; דאונט ווארי.
איינפאלס, במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב, כמבואר כמה פעמים בש"ס.
שלום על ישראלאיינפאלס, במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב, כמבואר כמה פעמים בש"ס.
דאס איז נאך איינער פון די
דזשאוקער'ס. דא רעדט מען פון אן עוולה, נישט פון א חילול ה'.
און אדרבא, ממקום שבאת. דער גמרא זאגט אונז אז חילול ה' איז ווערט מער ווי כבוד הרב. און וואס איז די חשבון פון חילול ה' זעלבסט? ווען מ'גייט מחלל זיין שם שמים מפרסם זיין אז שוא עבוד אלקים, און דער וואס זיצט און לערנט איז גאר שלעכטער ווי דער וואס לערנט נישט, איז עס אויך בארעכטיגט פאר'ן ציל ראטעווען קינדער?
די זענען ליידיגע לאזונגען, נישט אמת'ע חשבונות.
איך האב קייינמאל פארהערט די מנהלי המוסדות חסידיש צו ליטפיש, צו וויסן וויפיל ת"ח זיי זענען, אבער איך ווייס יא וויפיל בעל צדקה רעכניץ איז, און איך ווייס יא וויפיל רשעות און אכזריות איז שוין געטוהן געווארן דורך די אזי גערופענע ת"ח, און בזיון התורה טוהן די וואס טוהען זיך אן די אצטלא דרבנן און מיט די לבוש טוהען זיי זייער שייגעץ שטיק, צא טמא יאמר להם, די אלע מנהלי המוסדות וואס מיטן תירוץ פון ת"ח טאר מען זיי נישט פארשרייען, די אלע בני תעירע וואס מיט זייער פראק צו די בנש"ק'ס וואס מיט זייער סטראקעס, האטלן זיי אפ אנדערע קינדער פון אנקומען אין מוסדות דארפן פארשריגן ווערן, און יעדער וואס האט זיינע אויגן אפן און זיין שכל נישט פארטעמפט ווייסט זייער גוט אז שטיל ארבעט נאר אין בית החיים, אין די רשעות'דיגע וועלט פון מוסדות ארבעט נאר און נאר קולות אויפן גאס און דעת הקהל,
איך האב שוין מיטגעהאלטן פערזענליך פון כמה פעלער וואס דורך די שטורעם פון יואלי לעבאוויטש זענען קינדער צוריק געקומען אדער געבליבן מיט זייערע עלטערן און דאס איז נאר א דאנק די שטורעם וואס ער האט פאראורזאכט, בשתיקה ווערט גארנישט געטוהן חוץ פון הבטחות, אזוי אויך רעכניץ ווייסט זייער גוט אז נאר דורך ארויס נעמען די שמוץ ברבים וועט ער אויפטוהן, און ניין ער האט נישט געטוהן ווי דער נידערטרעכטיגער מאסטער וואס האט געגאנגען וואשן אונזערע עכטע פראבלעמען ביי די גוים דורך מסירה, נאר ער האט אויפגעשטורעמט אונז אידן, וואס אונזערע ברודער און שוועסטער (אדער אונז אליין) ליידן פון די פוסעי על ראשי עם קודש און נאר אזוי קען ער אויפטוהן, כה לחי, לך בכוחך זה והושיע את ישראל.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
דאס הייסט אויף ענגליש wishful thinking רעכניץ האט נישט בארעדט קיין מנהלים פון מוסדות. אדרבא, ער האט זיי פארטיידיגט.
און דאס זאג איך דיר קלאר אז ס'גייט גארנישט ווערען פון דער דרשה. נישט ווייל מ'דארף טוהן שטיל, נאר ווייל מ'דארף טוהן מיט שכל, נישט סתם בולעוואניש שרייען. פונקט ווי יעדער מוסר שמועס.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ויואלי לעבאוויטש יוכיח, וואס ער האט נאר קאליע געמאכט און גערעדט
ליטוואק פון בודאפעסט סתם בולעוואניש
ווייל מיט רעדן רוהיג טוהט מען אויף, דאס איז ווי דו רופסט אן
ליטוואק פון בודאפעסט wishful thinking
זאג מיר ביטע, האסטו שוין איינמאל געארבעט צו אריינשטעלן אין א מוסד א קינד (נישט דיין אייגענע) וואס די מוסד האט נישט געוואלט? אויב יא מיט וועלכע מיטל האסטו מצליח געווען?
יעקבזון, כ'פארשטיי אז דו האלטסט אפשר פון עפענען מוסדות מיט עדיוקעישאן וכו', אבער לאמיר דיר מסביר זיין וואס מיר האט פארדראסן, פארוואס כ'האב מיך אויסגעדרוקט 'עקלהאפטיג'.
יחיאל יעקבזוןלאמיר צענעמען דעם רעכניץ: ער מיינט אז ווייל ער האט אפאהר גרייצער ווערט ער א בעל מנגן, א בעל מוסר און א בן תורה
דו הייבט אן מיט אד המינום אטאקעס, דו נעמסט זיך פערזענליך אנגרייפן א מענטש וואס פרובירט צו העלפן אנשטאט צו מסביר זיין די צווייטע זייט. וואס א חילוק וואס ער האלט זיך? און ווער זאגט ער האלט זיך? ער האט מחבר געווען הערליכע ניגונים, און פילע האבן הנאה דערפון, ער טאר שוין נישט זינגען? איך קען דיר אויסרעכענען א לאנגע ליסטע פון זעלבסט-איינגערעדטע זינגערס, הכלל, איז וואס? למאי נפק"מ? ווי קומט עס אריין דא? און בכלל וואס איז א חילוק צי ער האט יא געלט אדער נישט? ער האלט זיך פאר א בעל מוסר, א בן תורה? מהיכי תיתי? (אדרבה, ער פארענטפערט זיך כמ"פ ביי זיין דרשה אז ער איז נישט קיין בעל מוסר, און פארוואס ער נעמט די דרייסטקייט צו רעדן)
אונז זעמיר טאקע אנגעווייטיגט אויפן סיסטעם און מ׳ברויך פארארבעטן מעשים אז זאכן זאלן זיך טוישן, אבער וואס דער גראבער יונג האט געטוהן איז א שרעקליכע זאך.
כ'ווייס נישט צי דו מיינסט מיטן אויסדרוקן 'גראבער יונג' פיזיש אדער גייסטיש, אבער אלענפאלס איז עס זייער נישט איידל (מילד גערעדט), און ער פארדינט עס נישט. ער איז א איד א שטיק חסד, ער לעבט מער פאר יענעם ווי פאר זיך, והדברים ידועין. רופן אזוי סיי וועלכן צווייטן איד איז עקלדיג, און אודאי אזא בעל צדקה וחסד וואס האט שוין גורם געווען מער ווי איינמאל א קידוש ה'.
מבזה זיין בני תורה ברבים איז אן אומפארגעבליכע פארברעך.
זייער אסאך מענטשן וואס גייען נישט צניעות'דיג אדער טוען אנדערע א.ג. 'עוולות' זענען אויך בני תורה, און מען מוסר'ט זיי כסדר. זאגן מוסר, אויפמערקזאם מאכן אויף אן עוולה, הייסט נישט מבזה געווען. און זאגן אז מען לערנט נישט לשם שמים איז פשוט א ווייטאגליכער אמת (לכה"פ לעניית דעתו), והאמת ניתן להיאמר. צב"ש טאמער א איד וועט שמועסן אינמיטן קדיש, האסטו א פליכט 'וגוערין בו', אפגעזעהן צי יענער איז א ת"ח, ובמקום שאין איש השתדל להיות איש. לאזן ראשי ישיבות טוהן רשעות און נישט מוחה זיין ווייל זיי זענען בני תורה, איז "העמידו דבריהם על דין תורה" (@ליטוואק שריי מיך נישט אן...)
אויב איז ער טאקע אינפלוענשל, קען ער אויפטוהן שטילערהייט.
האט מען שוין געענטפערט דערויף, לא מני' ולא מקצתי'.
אויב זיין גאנג איז מיט חוצפה איז ער גארנישט בעסער פון דער שוטה רשע וגס רוח נפתלי מאסטער וחבריו בדומים לו וואס זייערע בייזוויליגע כוונות פארשטייט יעדער בר דעת.
ממש אזוי?? גיין צו די באהערדע און בארעדן די חינוך פון אלע היימישע מוסדות און זיי אריינשטעלן אין א סכנה איז ביי דיר די זעלבע ווי מעורר זיין די רבנים בכל לשון של בקשה אויף דברים הצריכים תיקון? ביסט אויפן קאפ?
(געוואלדיג האקט ענליך)
איי עם אלל פאר עפענען מוסדות וואס וועלן צושטעלן סעקולארע עדיוקעישאן פאר די וואס ווילן א נארמאלע חינוך פאר זייערע קינדער. יא, דארט זאל יעדער האבן צוטריט צום אינטערנעט; אינפארמאציע וועט גערעכנט ווערן פאר א געזונטע זאך און וועט זיין ענקארעדזשד. מ׳עט לערנען דעם קינד קריטישע דענקונג ווי איידער לעבן ווי א סטאדע בהמות. מ׳עט אויך לערנען דארט אמונה ובטחון אמתית אהן די נארישע מייסעס וואס מ׳פארקויפט היינט בנוסח סאנטא קלאוס וד״ל. מ׳עט דארט פראדוצירן געזונטע מוחות און גלייכצייטיג ערליכע אידן וואס ׳עלן זיך פיהרן בדרך ישראל סבא און וועלן זיין עכטע מקדשי שם שמים ברבים און אור לעמים. סעקשאן אכט, מעדיקעיד, פוד סטעמפס, וועלפעיר אא״וו וועלן גערעכנט ווערן פאר ניבול פה. די קינדער ווען זיי וואקסן אונטער וועלן האפנטליך מצליח זיין בעזרת השי״ת און מ׳עט זיי קיינמאהל טרעפן שטייענדיג אויף לאנגע רייעס פון מחללי שם שמים בפרהסיא אין אפסטעיט ניו יארק וכדו׳. אז א חניך פון אט אזא מוסד וועט עפענען ס׳מויל זיינע, וועט ער נישט אראפברענגן די איי קיו פון גאנצן אומגעגנט... ר׳עט פארשטיין צו פינאנסן און וועט וויסן וויאזוי זיך צו אויפפיהרן און נישט ווערן אריינגעשלעפט בפח יוקשים פון פינסטערע ביזנעס דיעלס און האנדלונגן.
ניין, נישט אלע וועלן ווערן דאקטוירים, אדוואקאטן אדער אנדערע פראפעסיאנאלן, אבער זיי וועלן האבן בעסערע אויסזיכטן צו פארדינען ערליך געלט אין סיידן וועלכע אומנות ס׳עט זיך זיי גלוסטן.
לימודי קודש וועט זיין אויפן פארנעם אז נאך צעהן יאהר חדר, דריי יאהר ישיבה קטנה און נאך צוויי ביז דריי יאהר ישיבה גדולה וועט מען האבן וואס צו צייגן דערפאר... ווער עס וועט זיך נאר אהערשטעלן וועט קענען ווערן א מורה הוראות, אויב דאס איז זיין באגער. דעת תורה וועט באדייטן אז מ׳האט טאקע דעת און מ׳איז מלא וגדוש אין תורה. דער וואס האט נאר איינס פון די צוויי, וועט נישט ערלויבט ווערן צו זיין א ווארטזאגער בעניני הכלל.
כ׳האף אז ס׳זענען פארהאן גענוג לייטישע מענשן וואס זענען מוכן צו מקריב זיין פאר אזא אונטערנעמונג און וועלן זיך נעמען צו די ארבעט. כ׳האף אז די עשירים וועלן זיין גרייט צו משקיע זיין אין דעם פראיעקט און וועלן נישט ווערן דערשיטערט פון די וואס וועלן זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט דאס אונטערצוברענגען.
לאמיר אויפהערן שרייבן אויף בלאגס און טוהן למעשה.
דא מאכסטו סתם בייסיגע ליצנות, און כ'וועל זיך נישט מטפל זיין דערמיט.
ליטוואק פון בודאפעסטשלום על ישראלאיינפאלס, במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב, כמבואר כמה פעמים בש"ס.
דאס איז נאך איינער פון די
דזשאוקער'ס. דא רעדט מען פון אן עוולה, נישט פון א חילול ה'.
און אדרבא, ממקום שבאת. דער גמרא זאגט אונז אז חילול ה' איז ווערט מער ווי כבוד הרב. און וואס איז די חשבון פון חילול ה' זעלבסט? ווען מ'גייט מחלל זיין שם שמים מפרסם זיין אז שוא עבוד אלקים, און דער וואס זיצט און לערנט איז גאר שלעכטער ווי דער וואס לערנט נישט, איז עס אויך בארעכטיגט פאר'ן ציל ראטעווען קינדער?
די זענען ליידיגע לאזונגען, נישט אמת'ע חשבונות.
דאס גרעסטער דזשאוקער איז מיט שרייען "דזשאוקער" ווען דו האסט גארנישט. די גמרות ברכות יט:, ערובין סג., סנהדרין פב., שבועות ל:, אלע זאגן אז במקום שיש חילול השם, אין חולקין כבוד לרב.
דאס אז די מוסדות ווארפן אידישע נשמות אין מיסט, איז א חילול השם און א הפרת תורתך
דאס אז די מנהלים און ראשי הישיבות פירן זיך אויף ווי חיות, איז א ריכטיגע חילול השם
דאס אז די מוסדות גיבן נישט קיין מינימאלע עדיוקעשאן איז א חילול השם, ווי שוין ברייט פארשמירט.
ווי אויבן דערמאנט:
שלחן ערוך, יורה דעה, סימן מ, סיעף גותלמיד חכם המזלזל במצות ואין בו יראת שמים הרי הוא כקל שבצבור.
איין זאך ווייס איך, אז אנשרייען א מענטש העלפט נישט אריינצושטעלען א קינד. מ'חנפ'ט און מ'איז מסביר פארוואס ס'איז די בעסטע זאך פאר זיין נגיעות איהם אריינצושטעלען.
און שמעקעדיג, לערנען שלא לשמה איז א חסרון, אבער ס'נעמט נישט צו פון כבוד התורה, ועי' בנפה"ח בכל זאת.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
אקעי, שלום על ישראל, יעדער עוולה איז חילול ה'?! ווייל ס'געפעלט דיר נישט מיינט עס אז ס'איז א חילול דיין שם, נישט חילול זיין שם. ס'איז אן עוולה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליטוואק, איך וועל דיר פארציילן סודות פון חדר, יעדער קינד וואס איז געווארן אנגענומען אין מוסדות וואס האבן נישט געוואלט, איז דאס געווען נאר דורך קולות און סטראשונקעס, ליידער ביי די עושי מעשי רשע ארבעט נאר די אופן.
ליטוואק פון בודאפעסטאקעי, שלום על ישראל, יעדער עוולה איז חילול ה'?! ווייל ס'געפעלט דיר נישט מיינט עס אז ס'איז א חילול דיין שם, נישט חילול זיין שם. ס'איז אן עוולה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פשוט, ווען בני תורה פירן זיך אויף נישט ווי ס'דארף צו זיין, איז עס א חילול השם. אזוי האט מען געלערנט אין חדר.
ליטוואק פון בודאפעסטאיין זאך ווייס איך, אז אנשרייען א מענטש העלפט נישט אריינצושטעלען א קינד. מ'חנפ'ט און מ'איז מסביר פארוואס ס'איז די בעסטע זאך פאר זיין נגיעות איהם אריינצושטעלען.
און שמעקעדיג, לערנען שלא לשמה איז א חסרון, אבער ס'נעמט נישט צו פון כבוד התורה, ועי' בנפה"ח בכל זאת.
און איך ווייס מער פון "איין זאך" (...), ס'איז נישט נארמאל צו זאגן אז חנופה איז די וועג, ס'איז גראדע רוב מאל נישט אמת אויך נישט.
די גאנצע "לערנען שלא לשמה" אישו אז זאמד וואס הרב רייך ווארפט, און איז נישט ווערט צו דיסקוסירן.
Re: הנגיד שלמה רעכניץ פייערדיגע דרשה קעגן מוסדות סעלעקציעס
שלום על ישראלליטוואק פון בודאפעסטאקעי, שלום על ישראל, יעדער עוולה איז חילול ה'?! ווייל ס'געפעלט דיר נישט מיינט עס אז ס'איז א חילול דיין שם, נישט חילול זיין שם. ס'איז אן עוולה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פשוט, ווען בני תורה פירן זיך אויף נישט ווי ס'דארף צו זיין, איז עס א חילול השם. אזוי האט מען געלערנט אין חדר.
און דו האסט נאך געגלויבט....
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיר האבן נאכנישט זוכה געוווען צו
@שש'ס אנאנליז (אשכול) איבער דעם ענין. הלהן תשברנה?