☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה

דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9972
בלאט: 1 2

אלאדין » פרייטאג יאנואר 1, 2016 1:05 am

· #315556
דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
הקדמה

מיר אלע קענען דעם שמועס איבער ווי הויך די מחיצה דארף זיין, פון צען טפחים ביז צוואנציג איילן, וכל המוסיף מוסיפין לו. האט אבער איינער געקלערט אמאל ווי דיק די מחיצה דארף זיין? מיין פראגע איז אייגנטליך מעטאפאריש: ווי ווייט דארף דורכלויפן די געזעלשאפטליכע מחיצה צווישן די צוויי מינים? מ'קען באטראכטן פארשידענע אספעקטן וואס האבן א שייכות מיט די באציאונגען צווישן מענער און פרויען אין דער היימישער וועלט, און ס'איז דא א ברייט פעלד צו דעבאטירן וועגן דעם, גענוג טעמע פאר מערערע אשכולות אויף קאווע שטיבל. איידער איך וועל קענען אליין שרייבן וועגן דעם וועל איך דארפן מסדר זיין מיינע מחשבות, אבער קודם כל וויל איך דערציילן וואס ס'האט מיך געברענגט צו טראכטן וועגן דער טעמע.

דער גורם וואס האט ערוועקט מיין אינטערעס איז א בינטעלע בריוו וואס איך האב ערהאלטן פון א חבר, א היימישער יונגערמאן, וואס אנטהאלט א קארעספאנדענץ צווישן אים און א היימישע פרוי, וואו זיי שמועסן דורך די טעמע פון באציאונגען צווישן מענער און פרויען אין אונזער סביבה. זייער באקאנטשאפט האט זיך אודאי געקענט שאפן נאר דורך סאציאלער מידיע, און נישט אויף דער גאס וואו היימישע מענער און פרויען קומען נישט אין בארירונג כמעט. איך ווייס נישט צי די צוויי זענען עמטליכע שרייבער, אבער ווייניגסטנס אין דעם בריוו אויסטויש ווייזן זיי ארויס טאלאנט, און איך האב זיי געבעטן רשות צו פובליצירן אפאר בריוולעך, כדי צו ערוועקן א פלפול חברים.

די ערשטע פאר בריוו זענען נישט דירעקט אדרעסירט פון איינעם צום צווייטן, נאר ס'איז באזונדערע ארטיקלען וואס זיי האבן אויסגעטוישט צווישן זיך אבער מ'קען זען ווי איין ארטיקל קארעספאנדירט צום אנדערן. ערשט דערנאך ווערן די בריוו אדרעסירט מער דירעקט פון איינעם צום צווייטן. וואס ס'איז אינטערעסאנט איז די פערספעקטיוו פון וועלכער זיי באטראכטן די פראגע פון "טיילונג צווישן מענער און פרויען." מיר זענען געווענליך געוואוינט צו קוקן אויף דעם פון א פרומקייט שטאנדפונקט, אבער אין זייער קארעספאנדענץ דערקענט זיך א גאנץ אנדער קוק – אן אוניווערסאלע מענטשליכע פערספעקטיוו.

אין דעם בריוו אויסטויש ווערט אויפגעברענגט די פראגע, צי דער פארנעם פונעם ריס צווישן מענער און פרויען אין אונזער געזעלשאפט איז בכלל בארעכטיגט. דאס הייסט, דער געדאנק אין די שורות איז נישט קיין פארזוך צו צעברעכן די מחיצה אין די ספערעס פון צניעות, נאר הויפטזעכליך אין די ספערעס פון נארמאלע מענטשליכע באציאונגען. זיי ביידע גלייבן, ווי ס'קוקט אויס פון זייערע שריפטן, אז אין אונזער היימישער וועלט איז נישטא קיין געהעריגע קאמוניקאציע צווישן די צוויי מינים, און ס'גייט פיל ווייטער פון דעם וואס וואלט זיך געפאדערט צוליב פרומקייט. אין זייערע ווערטער דערקענט זיך אן אומצופרידנהייט מיטן מצב און א פרואוו דאס דורכצוקומען. (דער בריוו אויסטויש אליין קען באטראכט ווערן ווי אזא פרואוו.)

ווען איך האב אריינגעקלערט האב איך דערזען אז זיי בארירן א ריכטיגע נקודה. די טיילונג צווישן די צוויי מינים אין אונזער געזעלשאפט הייבט זיך נישט אן ווען מ'ווערט עלטער נאר פון גאנץ קליין. פון די דריי יאר און ווייטער גיט מען אכטונג אז די צוויי זייטן זאלן זיך צוזאמקומען ווי ווייניגער. ווען מ'נעמט אין באטראכט די קינדער מאגאזינען וואס קומען ארויס אויף אידיש, ווי למשל די "קינדליין" אדער די קינדער אפטיילונג אינעם "מאמענט", לאזט זיך באמערקן אז ס'איז געשטעלט מיט א דגש אויף א יונגלישער-מענערישער זייט, אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי די ערוואקסענע וועלט אין וועלכער מיר לעבן. ס'איז זיכער אז ביידע מינים פארלירן פון דעם וואס זיי קענען נישט פירן קיין דיאלאג, און די דיפערענץ וואס שאפט זיך מיט דער צייט איז צומאל ווי פון צוויי באזונדערע פעלקער.

ס'איז א שאד איך זאל מאכן לאנגע הקדמות ווען איך האלט סיי ווי ביים ארויסשטעלן עטליכע בריוו, אז מ'זאל קענען זען פון וואס ס'רעדט זיך. איך האב באקומען נישט מער ווי עטליכע בריוו און זיי זעען מיר אויס אינטערעסאנט. איך האב געבעטן רשות עס ארויסצושטעלן אויף קאווע שטיבל, און איך האף אז דאס וועט זיי מוטיגן צו שרייבן ווייטער און אדרעסירן די טעמע פון יעדן מעגליכן קוק ווינקל. איך וועל ארויסשטעלן נאר איינס אדער צוויי בריוו אויפאמאל, כדי צו געבן א געלעגנהייט צו קאמענטירן און דעבאטירן די געדאנקען וואס ווערן ערווענט אין די שריפטן פון ביידע זייטן.

איך דארף נאר באצייכענען דעם פאקט אז די פרוי האט געשריבן אירע בריוו אויף ענגליש, נישט אויף אידיש, אבער איך וועל יעדן בריוו איבערזעצן אויף מאמע לשון פאר'ן ארויסלייגן אויף קאווע שטיבל. דער פאקט אז היימישע ווייבער ניצן אן אנדערע שפראך ווי די מענער, איז נאך אן אנדייט אויף דעם שפאלט וואס האט זיך געשאפן צווישן די צוויי זייטן. איז דען נישט די שפראך דער סימן פון א פאלק? אויב אזוי, וואס א פנים האט עס ווען פופציג פראצענט פון א גרופע ניצט אן אנדערע שפראך ווי די אנדערע פופציג פראצענט? דאס וואס מיר רופן "מאמע לשון" פארלירט ביי אונז צוביסלעך דעם פעמינינען חן ווען די מאמעס הערן עס אויף צו ניצן. ווער איז שולדיג אויף דעם?

אויף מיין פראגע צו דעם יונגערמאן, צי ער האט שוין אמאל פערזענליך געטראפן די פרוי מיט וועמען ער פירט א שריפטליכן דיאלאג אויף סאציאלער מידיע, האט ער געענטפערט אז זיי האבן זיך געזען נישט מער ווי איין מאל אויף א קורצער צייט, אבער ס'איז געווען אונטער א דרוק און ער געדענקט ניטאמאל וויאזוי זי קוקט אויס (ער האט עס געזאגט מיט א טאן פון אנטוישונג). אין מיינע אויגן האט עס צוגעלייגט צו דער רעלעוואנטקייט פונעם בריוו אויסטויש, ווייל ס'פארקערפערט פאקטיש א דיאלאג צווישן צוויי זייטן וועלכע קענען זיך נישט צוזאמקומען אויף א נארמאלן באגעגעניש צוליב די אומשטענדן פון דער סביבה. איך גלייב אז זיי וואלטן גערן אויסגעטוישט זייערע געדאנקען אויף א גלעזל קאווע אין א לאקאלער קאפע, אבער דער געזעלשאפטליכער מציאות מאכט עס מער קאמפליצירט.

אויך דער סטיל פונעם שרייבן איז אנדערש צווישן די צוויי. דאס שרייבן פונעם מאן איז דאכט זיך מער וויזיאנעריש, בשעת דאס שרייבן פון דער פרוי איז פשטות'דיג און אפנהארציג (וועלכע געפעלט מיר דוקא מער). די צוויי פארשידענע סטילן קען אפשר אויך זיין אן אפשפיגלונג פון דער טיילונג צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה, אדער ווייזט עס סתם אזוי אז זיי האבן פארשידענע כאראקטערן. דאס וועל איך לאזן פאר אנדערע צו באשטימען. איין זאך איז אבער קלאר, אז זיי זענען פאראייניגט אין דעם וואס דרוקט זיי, און אין דער האפענונג אז ס'זאל געפונען ווערן א לעזונג צו דעם. אפילו אויב מיר וועלן נישט מסכים זיין מיט זייערע מיינונגען וועט עס זיין אן אינטערעסאנטער אנהויב פאר א דעבאטע.

צו ליינען די בריוו פון דער פרוי אין דער אריגינעלער [ענגלישער] ווערסיע, זעט דעם אשכול.

אלאדין » פרייטאג יאנואר 1, 2016 1:07 am

· #315557
ישראל מ.:
ניו יארק

א ריס וואס פאדערט א רפואה

האט איר שוין אמאל געהערט עמיצן רעדן וועגן דעם אז די מענטשהייט דארף מאכן שלום צווישן זיך? אז פעלקער, רעליגיעס און קולטורן דארפן זיך פאראייניגן צו אויסלייזן די וועלט? על פי רוב רעדט מען וועגן דעם מיט א מאך מיט דער האנט, ס'איז אליין א מין אמונה אין וואס מ'גלייבט – אז די וועלט מוז זיין אזוי און אזוי – און ס'איז נישט אויסגעשלאסן אז אט די אמונה גופא זאל זיין א גורם אפצוטיילן צווישן מענטש און מענטש. דאס פאסירט דעמאלט ווען דער שטרעבן צו שלום איז מער נישט קיין עכטער, נאר אן אויסגעדראשענער, א רעליגיע פון פאליטישער קארעקטקייט.

וואס זאל מען טון? סוף כל סוף איז די צרה פון שנאה אן אלוועלטליכער פראבלעם, און נאר געציילטע סענסיטיווע מענטשן קענען פילן דעם צער פון אזא גרויסן באגריף ווי ס'איז "די מענטשהייט". אין תוך גערעדט איז עס אן ענליכער מין צער צו דעם וואס צדיקים האבן אויף דער "גלות השכינה". דאס הייסט, אז מ'טראכט נישט מאמענטאל וועגן זיך, וועגן די אייגענע קליינליכע פראבלעמען, נאר וועגן דער גרויסער אלגעמיינער צרה פון דער בריאה – די מחיצות וואס טיילן אפ צווישן מענטש און גאט, וואס וועט פארראכטן ווערן נאר ביי דער גאולה שלימה. איז עס דען עפעס וואס דער געווענליכער ביזנעסמאן קען טראכטן וועגן דעם? אודאי נישט. ס'איז אן איידעלער וואונטש פון גוטע מענטשן מיט א סענסיטיוון הארץ.

ס'איז אבער דא אמאל וואס אפילו דער פראסטער מענטש קען דערפילן דעם צער פון דער מענטשהייט, און דאס איז ווען ער שטויסט זיך אליין אן אין דער גרעניץ וואס טיילט אפ צווישן מענטש און מענטש. ווען ער אליין וויל דערגרייכן ערגעץ און ער קען נישט, ווען ער אליין וויל אויסשטרעקן א האנט צו א געליבטן וואס געפינט זיך אין אן אנדער גלויבן, אדער אין אן אנדער פאלק, צו וועלכן ער קען נישט צוקומען, דארט דערוועקט זיך מיטאמאל זיין אינערליכן פארדרוס אויף די מחיצות וואס מענטשן האבן אויפגעבויט צווישן זיך. דער ווייטאג ביי אזא מענטש איז קאנקרעט און ממשות'דיג, ער פילט עס אויף דער אייגענער הויט און ס'רייסט אים גענוג ביים הארצן.

איין אזא ביישפיל איז פארגעקומען מיט א געוויסן נאצי, אויגוסט לאנדמעסער, וועלכער האט זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט קעגן דער נאצי פארטיי נאכדעם וואס ער האט זיך פארליבט אין א אידישן מיידל, און ס'האט אים טייער געקאסט. יעדער מענטש, מעג ער זיין סיי ווי פאנאטיש, איז מסוגל צו פילן אמאל די לעכערליכקייט פון זיין שנאה – אויב ס'קומט אים נאר אויס זיך צו טרעפן פאר דער זעלבער וואנט אין וועלכער ער גלייבט, און ער זעט נישט קיין אויסוועג וויאזוי עס בייצוקומען. וויבאלד אזעלכע ראמאנטישע מעשה'לעך געשעען נאר זעלטן, פארבלייבט עס א ווייטאג נאר אין די הערצער פון פארפייניגטע נשמות וועלכע קלאגן אויף דער גלות השכינה.

***

אין אונזער פרומער סביבה קומט צו נאך א שיכט פון מענטשליכער צעטיילונג. אפגעזען וואס די סיבות זענען צו דער מחיצה צווישן מענער און פרויען, ווייסן מיר אז די מחיצה איז נישט בלויז א פיזישע – נאר נאך מער א גייסטישע. די וואנט וואס הערשט צווישן מענער און פרויען אין דער היימישער וועלט איז אין א מאס נאך דיקער ווי די מחיצה צווישן איד און גוי. אויב איז דא עפעס וואס דער פעמינינער מין קען צוגעבן פאר דער וועלט – און איך גלייב אז ס'איז דא א סך – וועט עס קיינמאל נישט קענען דערגרייכן אונזער היימישע וועלט, וויבאלד דער דאמינאנטער מין איז נאר דער מענערישער, און די מענער זענען נישט בכח צו עפענען א הארץ צו דעם שוואכערן מין.

איך ווייס נישט צי א היימישער איד האט זיך אמאל אפגעשטעלט טראכטן וועגן דעם, אבער ס'איז פאקטיש אן אומגלויבליכער פארלוסט פאר דער געזעלשאפט ווי א לעבעדיגער ארגאן. די נאכווייען דערפון זענען קענטיג אין דעם אופן ווי די מענערישע חדרים און ישיבות פירן זיך – שלאבעריש און אומקאמפעטענט – אין פארגלייך מיט דעם הערליכן סיסטעם וואס די ווייבער האבן אוועקגעשטעלט אין די מיידל שולעס. דער חינוך פון מיידלעך דערגרייכט א הויכן סטאנדארט, אין דער צייט וואס די יונגלעך באקומען נישט אפילו דעם מינימום וואס א פרומער חינוך וואלט געמעגט האבן. ס'איז א שאד נאר וואס די דערגרייכונגען פון די מיידלישע גראדואנטן ווערט פארוואסערט נאך דער חתונה, ווען זיי פארלאזן די ווייבער-דאמינירטע טעריטאריע.

איז עס נאך א טייל אינעם ריס פון דער מענטשהייט? מסתמא יא. די מחיצות וואס מ'לייגט אין בית מדרש צווישן מענער און פרויען וואלטן נישט געדארפט זיך איבערגיסן אויף יעדן איינציגן אספעקט אין לעבן. מיר קענען נישט טוישן די וועלט, ס'וועלן מסתמא שטענדיג פארבלייבן טיילונגען צווישן מענטשן, אבער אין דעם פאל איז עס א ריס וואס לויפט דורך אין סאמע מיטן פון אן אייגענער גרופע. ס'איז נישט בלויז א פארלוסט פון דער געזעלשאפט ווי א כלל, נאר אויך פון אינדיווידועלן וואס לעבן דערין. לאמיר זאגן אז מ'קען טאקע נישט טוישן דעם מצב ווי ס'איז, מוז אבער קלאר זיין אז ס'איז א ריס אין דער בריאה – אזא וואס בעט זיך אויף א רפואה, אפשר נאך מער ווי סיי וועלכער אנדערער ריס.

שפאנענדיג אין בית מדרש שבת צופרי, האב איך אמאל דורכשפאצירט צוויי פרומע ווייבער וואס האבן געשמועסט וועגן עפעס אן ענין, און מיר האט זיך געדאכט אז זיי שמועסן וועגן טעאלאגיע. געהערט שוין אזוינס? א פרוי זאל פארפירן א טעאלאגישן שמועס? האט זיך מיר געוואלט אפשטעלן, הערן וועגן וואס ס'גייט די רייד, איך האב געוואלט צולייגן מיט א ווארט וואס איך קלער, מיר וואלטן אפשר ביידע צופרידן געווען אויסצוטוישן געדאנקען, אבער די גייסטישע מחיצה וואלט קיינמאל נישט דערלאזט די מענערישע געדאנקען זיך אויסמישן מיט די ווייבערישע.

מיר קענען נישט טוישן די וועלט, אבער מיר קענען כאטש האפן. אזוי למשל האב איך נאסטאלגישע געפילן צו דער אראבישער קולטור, קען איך עפעס טון דערוועגן אינעם מצב וואו מיר לעבן היינט? דער מציאות פונעם לעבן איז שטערקער פון אונזערע רצונות און חלומות. ס'איז אבער וויכטיג צו געדענקען אז ס'איז נישט דער אידעאלער מצב. נישט יעדער פילט אייניג דעם שפאלט צווישן מענטש און מענטש, צווישן מענער און פרויען, אבער די סענסיטיווע הערצער דארפן דאס שטענדיג פילן, און טראגן מיט זיך דעם צער פונעם ריס – באוויינענדיג די גלות השכינה וואס איז מאניפעסטירט אינעם שטענדיגן שפאלט אינערהאלב דער אייגענער געזעלשאפט, צווישן די צוויי פארשידענע קולות, מיט זייערע אייגנארטיגע צוויי נשמות.

-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

ברכה גיטל ש.:
ניו יארק

אין ווייבער-שול

ס'איז שטיל אין שול. מ'הערט נאר א רואיגע ברומעריי. ס'איז נאך פרי. אין ווייבערשול געפונען זיך פונקט דריי ווייבער אויסער מיר. איינע איז די רעביצין, א קינדערלאזע פרוי וואס איז נעבעך דערביטערט געווארן פון די פילע האפנונגסלאזע יארן וואס זי איז אריבער. דערנאך איז דא די עלטערע פרוי, וועלכע זיצט די צווייטע אין דער רייע. זי זעט שוין אויס ווי א ניינציג יעריגע פרוי פון ווען איך האב זי באקענט מיט יארן צוריק, און זי האט זיך גארנישט געטוישט פון דעמאלט. צום לעצט געפינט זיך דא דעם דיינ'ס ווייב, יענע וואס וויינט ביי אשרי...

ס'איז נאך פרי. אינאיינעם זענען מיר פיר מענטשן. ס'וועלן נישט קומען היינט נאך ווייבער אין שול, חוץ אויב ס'וועט זיין עפעס אן אויפרוף אדער א קידוש. אדער אויב ס'וועט זיך פונקט מאכן א פרוי וואס וועט דארפן קומען הערן ברכו נאכ'ן געבורט פון איר בעבי.

איך שטיי אויף מיין פלאץ, אנגעלאנט אויף די גראטעס פונעם ווייבערשול. איך קוק אראפ דורך די שפאלטנס פון די הילצערנע ברעטלעך פון דער גאלעריע. דארט אונטן זע איך א קינד וואס חזר'ט איבער די פרשה אין חומש, א בחור וואס ליינט אפ די תורה צעטלעך וואס זענען צעווארפן אויף די טישן, קליינע קופקעס פון מענער וועלכע באגריסן זיך, כאפן א שמועס, אדער פאליטיזירן אמאל.

איך קוק אראפ און זע די קעפ פון די מענער. צווישן אונז און זיי טיילט אפ נישט מער ווי א ד' אמות. טאקע נישט מער ווי א קליינע שטרעקע, אבער פאקטיש איז דא צווישן אונז א גאלף וואס איז אזוי ברייט און טיף ווי דער אטלאנטיק. איך וויל מיטהאלטן וואס דארט טוט זיך, צולייגן אן אויער צו די אמפערנישן און אנטיילנעמען אינעם וויכוח. איך קען באשטיין אריינצואווארפן מיינע פאר גראשן. לאזן הערן מיין מיינונג, אויסהערן וואס זיי האבן צו זאגן, און זיך דינגען. איך ווינטש מיר נישט צו זיין א מאן. איך האף נאר אז הלואי וואלטן זיי נישט געווען אזוי ווייט אוועק פון מיר.

אזוי נאנט און דאך אזוי ווייט...

איך קום אין שול יעדן שבת. מ'זאגט מיר אז איך בין נישט מחוייב. מ'זאגט מיר אז איך זאל נישט מאכן פון דעם קיין קביעות. ווייבער טוען נישט אזעלכע זאכן. אויב איך וואלט דאס געלאזט ווערן א קביעות, וואלט איך נאכדעם געדארפט אז מיין מאן זאל מיר עס מתיר נדר זיין.

מיין פלאץ איז אינדערהיים.

***
איך פארלאז די שול. איך באגעגן מיינס א חבר'טע אויפ'ן וועג אהיים. מיר כאפן א שמועס. מיר רעדן וועגן די קינדער, וועגן אונזערע שווער און שוויגער. אונזערע מענער. א.א.וו. מיין חבר'טע לאזט פאלן אפאר ווערטער איבער דער ראלע וואס א פרוי האט אין אוועקשטעלן איר שטוב ווי ס'דארף צו זיין, זי רעדט וועגן דער השפעה וואס א פרוי קען האבן אויף אירע קינדער, וועגן דעם כח וואס ליגט אין אן איבערגעגעבענע ווייב, און זי לאזט דערביי פאלן אפאר אויסגעדראשענע קלישעען, אזוי ווי "הינטער יעדן סוקסעספולן מאן איז דא א ווייב וואס שטיצט אים..."

איך הער מיך צו, מיר שמעקט אבער נישט די באשטימטע ראלעס. מיר געפעלט נישט דער געדאנק אז די באזיצערס פונעם כראמאזאם XX זאלן זיך מוזן געפינען נאר אינדערהיים צווישן משפחה. אויף א מינוט גיב איך א קלער וועגן דער גאלעריע אין שול. איך טראכט וועגן דער שוואכער אנוועזנהייט פון ווייבער אין שול. איך אנערקען צום סוף אז מיין חבר'טע איז גערעכט. מיין פלאץ איז נישט דארט. אבער איך פיל אויך נישט אז מיין פלאץ זאל זיין ערגעץ אנדערש.

א יונגערמאן איז אונז פארבייגעגאנגען. ער גיט זיך א דריי אויס הערנדיג די שטימע פון אונזערע קולות. אין זיין בליק האט זיך דערקענט א פארביילויפיגער גלאנץ. א בליץ פון פארשטאנד. אפשר גאר א בענקשאפט? האט ער אונז געהערט רעדן? האט ער מיך געהערט טראכטן?

אפשר האב איך נאר גע'דמיונ'ט...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 9:28 am

· #315585
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
א הערליכע געדאנק!
א פארשידענהייט אין מענטשהייט און א פארשידענהייט אין דעות איז אלס א גוטע זאך.
אבער איך האב א שטיקל עצה. אלע פון אונז האבען לכאורה ווייבער, ווי אויך מאמע'ס שוועסטער'ס און טעכטער. מיר קענען אנהייבען דורכ'ן אויסהערען זייער מיינונגען, אנפרעגען וואס זיי האלטען און שעצען זייער אייגענארטיגע שטאנדפונקט, אפילו ווען מיר דינגען זיך צו מען 'ווייסט אנדעריש'.

יהושע חיים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 9:49 am

· #315586
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
איך גיי בכלל נישט געבען גערעכט פאר די דיקקייט פון אונזער מחיצה
אבער וואס יא איז אז ע"פ רוב זענען די אינטערסן פון מענטשן אסאך געוואנדן אויף גענדער (נישט דוקא ביי אידן) כדוגמא קארס זענען געווענטלעך דיסקארטירט ביי זכרים וכו' וכו' דהיינו אז אפילו מען וועט אוועקנעמען די מחיצה וועלן קיפקעס בלייבן געווענטלעך גענדער אפגעטיילט נישט ווייל אזוי דארף זיין נאר ווייל אזוי איז (ביי אנדערע פראקציעס פון מענטשהייט) און אזוי וועט עס זיין (ביי אינז נאכן אוועקנעמען די מחיצה)

פארשטייט זיך אז פון יעדער כלל איז דא א יוצא מן הכלל אבער אזוי איז בדרך כלל

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 9:59 am

· #315588
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
ס'איז נישט שווארץ און ווייס. זיי האבען וואס צוצולייגען צו אונזער לעבען און מיר האבען וואס צוצולייגען צו זייער'ס. עם בפני עצמם וועלען זיי בלייבען, אבער אינטער-פאלקישע באציאונגען פארברייטער'ט דער לעבען און שכל.

פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 1, 2016 10:17 am

· #315593
מען קען פארבן די דעבאטע מיט צוויי סארט קאלירן, און דאס איז ווי פאלגנד: ביים כנסייה הגדולה איז אנשטאנען א סכסוך צווישן אגודות ישראל מיט די חסידישע רבנים. די אגודה האט אקאדאמירט פלאץ פאר פרויען מיט א גרויסע מחיצה און אן עקסטערע אריינגאנג. און די חסידים האבן רעוואלטירט אז פרויען טארן בכלל נישט קומען. און די אגודה האט געטענה׳ט אז מען האט דאס גענוג סעגרעגירט, און עס איז נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט.

איז מען געגאנגען פרעגן דעם חפץ חיים זי״ע. האט דער חפץ חיים געזאגט: מיר געפונען אסאך מאל ביי טומאה אין די תורה, וואו דער אייבירשטער זאגט ׳אני ה׳ שוכן אתם בתוך טמאתכם׳ אפילו דו זינדיגסט בין איך ביי דיר. ביי איין פאל זאגט אבער דער אייבירשטער אז איך גיי אוועק און דאס איז ערוה. ׳ולא יראה בך ערות דבר׳ ׳ושב מאחרך׳. דער אייבירשטער זאגט אז דארט וואו עס איז דא ערוה בין איך אפוועזענד. פירט אויס די חפץ חיים אז ענקער שאלה דא איז אויב דער אייבירשטער זאל זיך דא יא געפונען אדער נישט.

חרידישע אידן האבן גענומען ׳ערוה׳ צו א שארפע עקסטרעם. אפילו אז אסאך מאל איז עס איבערגעטריבן און אבסורד, אבער עס איז זיי מוטב צו גיין אזוי ווייט ווי איידער אריינגיין אין א חשש ערוה אלס מורא פון ׳ושב מאחרך׳. דאס איז אין איין ווארט די פרומע קאליר און אידילאגיע פון סעגרעגאציע ביי חרידים.

די אנדערע זייט קאליר איז זייער קאנטארווערסיעל, און די דעבאטע גייט שוין אן הונדערטער יארן אויב סעגרעגאציע מאכט ערגער אדער בעסער. די טענה פון די גויים איז, נישט צו מאכן סעגרעגאציע אזוי זאלן די צוויי מינים אויפוואקסן אינאיינעם, זיי זאלן ווערן אמיונירט צווישן זיך (so to speak) וואס דאס קען זיי העלפן בייקומען די נסיונות אין לעבן. ווידעראום די אידן׳ס מהלך איז, טייל זיי אפ פיזיש און גייסטיש, מאראליש און עמאציענעל, איי וואייזוי טוסטו זיי אימיונירן? איז זייער טענה, איך דארף נישט, ווייל זיי זענע סייווי צוטיילט.

יעצט קען מען אריינגיין אין אן אייביגע דעבאטע וועמענס וועג ארבעט בעסער. למעשה זעען מיר ביי גויים פראצענטועל א ריזיגע צאל אינצידענטן ווי רעיפ, טארטשער אא״וו, וואס מען זעט נישט ביי אידן. יא! אידן האבן אויך סעקסועל פראבלעמען, אבער קיינמאל נישט דאס וואס קומט פאר ביי די גויים. יעצט ווען מען באטראכט די מטבע טרעפט מען ביי אונז א ריזיגע חלל וואס דאס איז געווען בעצם די כוונה פונעם בעל האשכול. דער חלל פון עמאציענעל אפגעהאקט צווישן זיך. דער איינדריק אז א מאן קען קיינמאל נישט האבן קיין דיילאגע מיט א פרוי אין סייוואספארא פארנעם. איז די ארגומענט, אויב מען קען דורכאויס די סעגראגאציע אפטיילן פיזיש פון גייסטיש. פיזיש אפשר יא, כדי צו באלאנסירן די פראבלעם פון מין אנושי. אבער גייסטיש נישט, ווייל אויב האקסטו אים אפ גייסטיש און אויב ער וועט יא אמאל קומען אין בארירונג צו די אנדערע מין איז ׳יצא שכרו בהפסדו׳. און דאס פאסירט טאקע היינט ווען די מחיצה האט זיך אויפגעהויבן און מענער קענען האבן טעכנעלאגיש גרינגער קאמיוניקאציע צו די אנדערע מין.

אויף די אלגעמיינע בילד זעט זיך אויס ווי עס ארבעט. אבער ווען דו קוקסט אן די בילד פון די נאנט טרעפסטו מענטשן וואס סטראגלען מיט די פראבלעם. די מויער איז אזוי דיק אז איינמאל עס איז דא א קליין לעכל האסטו מער שאדן אויפגעטון. איז די שאלה אויב מען זאל זיך רעכענען מיט די מיעוט המצוי, ליין: טויזענטער אידן, וואס מוטשענען זיך דערמיט. אדער ניין! עולם כמנהגו נוהג, דאס איז דער סיסטעם, און רוב עולם -די וואס ווייסן נישט אז מחיצה בכלל איז נייע ערפונדונג פון קאלוב- ווייסן אפילו נישט וואס פעלט זיי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 10:54 am

· #315597
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
דאס איז די פראבלעם! ווען מ'רעדט פון א פרוי'ס מיינונג, לויפט מען גלייך צו אינטימער באציאונגען. האסט אמאל אויסגעפרעגט דיין באבע איהר מיינונג אויף עפעס? דיין שוועסטער ווייסט בכלל אז זי האט אן אייגענארטיגע קאפ? דאס האט נישט מיט ערוה און נישט מיט תאווה. פרויען האבען וואס צוצולייגען צום קולטור און לעבענסגאנג און מיר לאזען זיי אויס צו אונזער שאדען

כפי זכרוני, דער מעשה ביים כנסייה גדולה איז צו ס'זאל זיין דארט א מחיצה, נישט צו זיי זאלען דארט זיין. אין דער כל כתבי ח"ח ווערט עס געבראכט דוכט זיך, אז די דייטשער האבען געזאגט אז מ'דארף נישט קיין מחיצה ווייל ס'איז דאך נישט קיין דאווענען. די מענטשען פון די ח"ח האבען פארפיהרט אז מ'דארף יא. דער גערער רבי האט געזאגט זיין באקאנט ווערטעל אויף די חילוק צווישען יונתן בן עוזיאל און זיין רבי הלל- דער תלמיד האט פארברענט פייגלאך אין די לופט ביים לערנען, דער רבי האט געקענט באווייזען נישט צו פארברענען די פייגלאך! כ"כ בכל כתבי ח"ח.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 1, 2016 10:59 am

· #315599
פרייוויליג: אויף איין נקודה איז נחום הידוע נישט מסכים מיט דיר.(נישט אז נארמאלע מענטשן רעכענען זיך מיט איהם.) אז ביי די גויים איז דא פיהל מער פראבלעמען פון א סעקוסאלע נאטור ווי ביי (ערליכע) אידן....!
ווער רעדט נאך פון דיין נייע אוואטאר... 🙄 😂

יעקב מענטש » פרייטאג יאנואר 1, 2016 10:59 am

· #315600
א שיינע געדאנק.

אבער איך מיין אז ס'איז גאנץ קלאר אז האבן א 'עמאציאנאלע' קאנעקשאן מיט דעם אנדערן מין איז נישט אזוי איי איי איי עפ"י הלכה.

אדרבה ווייסט איינער צו מעגן עפ"י הלכה מעגן א מאן און פרוי כאפן א שמועס אין פאליטיק ? אדער סתם אזוי וואס צו מאכן פאר סאפער.

די ראיה פון די שולעס ווס. חדרים, איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, ווייל דארט קומט אריין א השקפהדיגע שאלה וואס האט מען ערווארטעט אין די חדרים ווס. מיידל סקולס, און די תירוץ איז ניכר אין די טעגליכע ווערטשאפט אין די ביידע.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:04 am

· #315602
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
זייער שיינע רגשות׳דיגע בריוון אבער אני בעניי האב איך נישט ארויסגעהאט וואס פונקטליך איז די פראבלעם מיט דעם מהלך,
ולגופו של ענין יא די ראלע פון א פרוי איז אינדערהיים וכל כבודה בת מלך פנימה וזהו כבודה וזהו הדרה.
כ׳ בשו״ע ״מאד מאד צריך להתרחק מן הנשים״ ובפרט בדור פרוץ הזה וואס די מנוולים פרואוון וואס מער צו צוברעכן די מחיצה דארפן מיר מאכן מער דיק די מחיצה און אויף וויפיל א מאן דארף א פרוי אויף דעם האט ער זיין אייגענע פרוי.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:12 am

· #315604
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
שולעס ווס. חדרים, אין דעם ענין מוז מען מודה זיין אז די בתי חינוך פאר מיידלעך איז לאין ערוך בעסער ווי די מענערישע און די תוצאות איז אויך ניכר אויף די פירות וד״ל, כווייס אבער נישט וואס דער אינגערמאן וויל פון דעם ארויסדרינגען צו מאכן זיין פוינט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:20 am

· #315605
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
ירא שמים ברענגט דער צד הפסד שבו. אבער מ'דארף קלאר וויסען די פרייז וואס מ'באצאלט פאר דער התנהגות. שפעטער קען מען שוקל זיין רווח כנגד הפסד.

יעקב מענטש » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:23 am

· #315606
ירא שמים
שולעס ווס. חדרים, אין דעם ענין מוז מען מודה זיין אז די בתי חינוך פאר מיידלעך איז לאין ערוך בעסער ווי די מענערישע און די תוצאות איז אויך ניכר אויף די פירות וד״ל, כווייס אבער נישט וואס דער אינגערמאן וויל פון דעם ארויסדרינגען צו מאכן זיין פוינט.

ווי איך פארשטיי, איז זיין פוינט אז ווען פרויען זאלן ווען זיין אויף די וועד החינוך בארד אין חדר, וואלטן זיך ווען די חדרים בעסער געפיהרט ווייל מ'וואלט געהאט א 'פרויען'ס פערספעקטיוו' אין די החלטות, והא ראיה די סוקסעס אין די מיידל סקולס.

די תירוץ אויף דעם איז, אז ס'האט גארנישט מיט די טיילונג צווישן מענער/פרויען, ס'איז א 'שיטה' וואס די חדרים האבן לגבי סעקיולארע חינוך

חוני המעגל » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:28 am

· #315608
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
יעקב מענטש
ירא שמים
שולעס ווס. חדרים, אין דעם ענין מוז מען מודה זיין אז די בתי חינוך פאר מיידלעך איז לאין ערוך בעסער ווי די מענערישע און די תוצאות איז אויך ניכר אויף די פירות וד״ל, כווייס אבער נישט וואס דער אינגערמאן וויל פון דעם ארויסדרינגען צו מאכן זיין פוינט.

ווי איך פארשטיי, איז זיין פוינט אז ווען פרויען זאלן ווען זיין אויף די וועד החינוך בארד אין חדר, וואלטן זיך ווען די חדרים בעסער געפיהרט ווייל מ'וואלט געהאט א 'פרויען'ס פערספעקטיוו' אין די החלטות, והא ראיה די סוקסעס אין די מיידל סקולס.

די תירוץ אויף דעם איז, אז ס'האט גארנישט מיט די טיילונג צווישן מענער/פרויען, ס'איז א 'שיטה' וואס די חדרים האבן לגבי סעקיולארע חינוך

איך האלט נישט אז דאס איז גערעכט, אז די סקולס זענען בעסער.

סיי די סקולס קענען בענעפיטן פון די מענער פערספעקטיוו, און די חדרים פון פרויען.

Sent from my iPhone using Tapatalk

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:36 am

· #315610
דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
יעקב מענטש, טיילווייז בוסטו גערעכט אבער סהאט אויך צוטוען וואו אזוי די שולעס זענען צושטאנד געקומען ולדעתי איז די עיקר בראך אין די ישיבות וואס די ציל פון א ישיבה היינט איז פיל אנדערש פון איר ציל אמאל און מפירט עס נאך אויפן אלטן שטייגער כאלו יעדער גייט דא ווערן רעק״א ודין גרמא פארוואס אזא גרויסע פארצענט פון בחורים קומען ארויס אזעלכע פראים.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:39 am

· #315611
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
ליטוואק פון בודאפעסט
ירא שמים ברענגט דער צד הפסד שבו. אבער מ'דארף קלאר וויסען די פרייז וואס מ'באצאלט פאר דער התנהגות. שפעטער קען מען שוקל זיין רווח כנגד הפסד.

תסביר, מה המחיר?

שמערל » פרייטאג יאנואר 1, 2016 11:53 am

· #315613
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
פרייוויליג. אנשטאט מדמה זיין דעם איד צום גוי, לאמיר ענדערש מדמה זיין דעם גוי צום גוי, אזוי וועלן מיר נישט האבן קיין נגיעה פון איין צד אויפן צווייטן. ווי איז דא מער רעיפ, אין א צוריקגעשטאנענע קאלטור ווי מענער פרויען זענען אפגעטיילט און די פרויען גייען אינגאנצן באדעקט, א שטייגער ווי אפגאניסטאן אדער אין א מאדערנע סאסייעטי ווי צניעות איז בשפל המצב?

לעצם הדברים קומט די וויכוח איבער א פיזישע אפטיילונג נישט דא דא אריין, די עמאציאנאלע אפטיילונג צווישן די סעקסעס וואס איז דא די לעצטע פופציג יאר ביי די חרידים איז עפעס וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט און איז קיינמאל אין היסטאריע נישט פארגעקומען. לאמיר בלויז אנצייגן פאר א ביישפיל די מערסט אויסגעשפראכענע גמרא אויף די נושא, די מעשה מיט דער אמורא וואס האט אפגעשטעלט א פרוי פרעגן וועלכע וועג פירט קיין ציפורי, און זי האט אים געגעבן א פסק פארן מרבה זיין שיחה עם האישה, אז ער וואלט ווען געברויכט זאגן מיט א קורצערן לשון, לאמיר זיך פראבירן מצייר היינטיגע צייטן א רב צו א שיינער איד אדער אפילו א געווענליכער חסידישער אינגערמאן צו ער קען אפשטעלן א היימיש ווייבל אויף דרייצענטער עוועניו פרעגן ווי איז דער פיש געשעפט, קען אזאנס היינט געמאלט זיין אפילו מיטן קורצסטן לשון? און ווער רעדט נאך פונם פרוי, אנשטאט ענטפערן העט זי נעמען ווארפן פארבן און עפעס ארויסשטאמלן, ווער חלומ'ט פון האבן די חוצפה און מוסר זאגן פארן מאן פארן רעדן צופיל?

עס איז קלאר אז דער מצב היינט איז מורא'דיג נישט געזונט, און איז לדעתי דער גרעסטער גורם פון שלום בית פראבלעמען ביים חרידיש'ן ציבור, אפגערעדט פונם קולטוראלן פארלוסט וואס מיר דערלייגן פונם אומקיוניאציע צווישן די גענדערס.

יעקב מענטש » פרייטאג יאנואר 1, 2016 12:12 pm

· #315616
שמערל

דו האלטסט טאקע אז די ציהל (אדער גלוסטעניש) פון די צוויי בריוון שרייבער איז אז איך זאל מעגן פרעגן א פרוי אויף 13 עוו. ווי די פיש געשעפט איז ? (אגב איך האלט אז רוב עולם וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם צו פרעגן דירעקציעס פון א פרוי אויב א מאן איז נישט עוועילעבל אויף די מינוט, חוץ אפשר א רבנישע פערזענליכקייט).

זיי רעדן דאך פון כאפן א שמועס אין פאליטיק און סתם אזוי שמועסן, עפעס וואס 'איך מיין' איז אסור עפ"י הלכה,

איך פארשטיי וואס דו פראבירסט אונטערצושטרייכן, אבער דאס וואס אלאדין וויל איז נישט עפעס וואס מ'קען טוישן,

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 12:14 pm

· #315617
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
ירא שמים
ליטוואק פון בודאפעסט
ירא שמים ברענגט דער צד הפסד שבו. אבער מ'דארף קלאר וויסען די פרייז וואס מ'באצאלט פאר דער התנהגות. שפעטער קען מען שוקל זיין רווח כנגד הפסד.

תסביר, מה המחיר?

וואס פארשטייט מען נישט? ווייבער קענען מוסיף זיין צו דער שמועס, אבער מ'דארף זיך דערווייטערען פון זיי. דער רווח פון זייער צוגעלייגטע מיינונגען ווערט פארלוירען מחמת דאס זיך דערווייטערען.
לגופו של הלכה, גלויב איך נישט אז ס'גייט אן לעת הצורך. נישט ווייל דער צורך איז דוחה, נאר ווייל אין אזא אופן איז עס נישט אסור. לא ע"ז דבר הכתוב.

לגבי דער בריוו אויסטויש: -
איך געדענק מיט כמה יארען צוריק, האב איך געליינט די בלאג'ס פון פרידע וויזעל און שורי ברקוביץ. איך בין נתפעל געווארען אז פון א פארמאכטע קולטור האבען די פרויען געהאט אן אייגענארטיגע בליק. ווען זיי זענען אראפ פון אידישע וועג האב איך געקלערט אז ס'איז אוממעגליך. ווען זיי ווערען אויפגעקלערט, גליטשט שוין די וועג. א מאן קען אריינלייגען זיין חכמות אין לערנען בעיון, אבער א פרוי האט נישט קיין וועג. איך קלער נאר, איך ווייס נישט. אבער א פארלוסט איז עס זיכער געווען פאר אונז.

רימון » פרייטאג יאנואר 1, 2016 12:27 pm

· #315620
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
איך בין שפראכלאז. אלא-דין אכבאר.
די שריפט אליין, וואס טיילט אזוי כאראקטעריסטיש קונצליך אפ צווישן מין און מין, דארף מען שטודירן נאך איידער מ'קאנצענטרירט זיך איבער דער אינהאלט פון דעם דיאלאג.
זאג נאר א רגע, דאס איז אבער א נאוועלע, שטימט?

רימון » פרייטאג יאנואר 1, 2016 12:30 pm

· #315621
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
שוין, א שאד אזא שיינעם מאמר זאל נמשך ווערן מיט וויכוחי סרק. חבל. זכרני ימים מקדם.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:05 pm

· #315635
שמערל

לעצם הדברים קומט די וויכוח איבער א פיזישע אפטיילונג נישט דא דא אריין, די עמאציאנאלע אפטיילונג צווישן די סעקסעס וואס איז דא די לעצטע פופציג יאר ביי די חרידים איז עפעס וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט און איז קיינמאל אין היסטאריע נישט פארגעקומען. לאמיר בלויז אנצייגן פאר א ביישפיל די מערסט אויסגעשפראכענע גמרא אויף די נושא, די מעשה מיט דער אמורא וואס האט אפגעשטעלט א פרוי פרעגן וועלכע וועג פירט קיין ציפורי, און זי האט אים געגעבן א פסק פארן מרבה זיין שיחה עם האישה, אז ער וואלט ווען געברויכט זאגן מיט א קורצערן לשון, לאמיר זיך פראבירן מצייר היינטיגע צייטן א רב צו א שיינער איד אדער אפילו א געווענליכער חסידישער אינגערמאן צו ער קען אפשטעלן א היימיש ווייבל אויף דרייצענטער עוועניו פרעגן ווי איז דער פיש געשעפט, קען אזאנס היינט געמאלט זיין אפילו מיטן קורצסטן לשון? און ווער רעדט נאך פונם פרוי, אנשטאט ענטפערן העט זי נעמען ווארפן פארבן און עפעס ארויסשטאמלן, ווער חלומ'ט פון האבן די חוצפה און מוסר זאגן פארן מאן פארן רעדן צופיל?

די ראי' איז גאנץ א שוואכע ראי' און פארקערט פון וואס די גמ' וויל אוריסברענגען אז אפי' ביי אזא טעכנישע זאך און אפי' אויף א איבריגע ווארט איז נוגע אל תרבה שיחה עם האשה ק"ו אויף ריגשיות'דיגע באציאונגען.

שמערל » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:07 pm

· #315636
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
איה"נ אנאנים אז דאס איז דער היסטארישער סיבה פאר די חילוק פון די תלמוד תורה און שולעס, אבער דער שרייבער איז נאכאלטס גערעכט אז אויב וואלטן ווען די פרויען אויך געהאט א ווארט ביי די אינגלעך, וואלט עס ווען פיל בעסער אויסגעקוקט

רימון » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:16 pm

· #315639

ליין איבער. קיינער רעדט נישטא פון רגשותדיגע באציאונגען. אלאדין זאגט נישט אז מענער און פרויען זאלן זיצן אינאיינעם און נאשן פונעם זעלבן שיסל פאפקארן. ער רעדט פון אן אומזעבארער מויער וואס לאזט נישט קיין מקום אז איין מין זאל געניסן פון וואס די צווייטע האט צו אפפערן, ווי מענער און פרויען זאלן לעבן אין צוויי באזונדערע פלאנעטן, און ניטאמאל זאל זיך געפינען א ראקעט שיף וואס זאל פירן פאסט פון איין פלאנעט צום אנדערן.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:21 pm

· #315640
ליטוואק פון בודאפעסט
ירא שמים
ליטוואק פון בודאפעסט
ירא שמים ברענגט דער צד הפסד שבו. אבער מ'דארף קלאר וויסען די פרייז וואס מ'באצאלט פאר דער התנהגות. שפעטער קען מען שוקל זיין רווח כנגד הפסד.

תסביר, מה המחיר?

וואס פארשטייט מען נישט? ווייבער קענען מוסיף זיין צו דער שמועס, אבער מ'דארף זיך דערווייטערען פון זיי. דער רווח פון זייער צוגעלייגטע מיינונגען ווערט פארלוירען מחמת דאס זיך דערווייטערען.
לגופו של הלכה, גלויב איך נישט אז ס'גייט אן לעת הצורך. נישט ווייל דער צורך איז דוחה, נאר ווייל אין אזא אופן איז עס נישט אסור. לא ע"ז דבר הכתוב.

לגבי דער בריוו אויסטויש: -
איך געדענק מיט כמה יארען צוריק, האב איך געליינט די בלאג'ס פון פרידע וויזעל און שורי ברקוביץ. איך בין נתפעל געווארען אז פון א פארמאכטע קולטור האבען די פרויען געהאט אן אייגענארטיגע בליק. ווען זיי זענען אראפ פון אידישע וועג האב איך געקלערט אז ס'איז אוממעגליך. ווען זיי ווערען אויפגעקלערט, גליטשט שוין די וועג. א מאן קען אריינלייגען זיין חכמות אין לערנען בעיון, אבער א פרוי האט נישט קיין וועג. איך קלער נאר, איך ווייס נישט. אבער א פארלוסט איז עס זיכער געווען פאר אונז.

ליטוואק פון בודאפעסט: דו רעדסט במחילה גרויסע שטותים. אויך ביסטו נישט אינפארמירט מיט דעם אינדיווידואלן מצב וואס האט צוגעברענגט די צוויי פרויען וועלכע דו האסט דערמאנט דא. ס'האט בכלל נישט צו טון מיט זייער זוכן העכערע עדיוקעישן. א טייל איז די אומשטענדן אין זייער משפחה וועלכער האט צוגעברענגט צו זייער רוחניות'דיגע ירידה. און א צווייטער טייל איז זייער פערזענליכער כאראקטער. אין פאל פון די צווייטע, וואס דו דערמאנסט. האביך ערשטהאנטיגע אינפארמעישן איבער די סיבות פון איהר ווערן אףף די דערעך...און ס'האט גארנישט צו טון מיט השכלה. כדאמרן לעיל...!

פארשוויגען » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:21 pm

· #315641
שמערל
פרייוויליג. אנשטאט מדמה זיין דעם איד צום גוי, לאמיר ענדערש מדמה זיין דעם גוי צום גוי, אזוי וועלן מיר נישט האבן קיין נגיעה פון איין צד אויפן צווייטן. ווי איז דא מער רעיפ, אין א צוריקגעשטאנענע קאלטור ווי מענער פרויען זענען אפגעטיילט און די פרויען גייען אינגאנצן באדעקט, א שטייגער ווי אפגאניסטאן אדער אין א מאדערנע סאסייעטי ווי צניעות איז בשפל המצב?

נו ווי? מן הסתם איז דא מער רעיפ אין אמעריקע ווי אין אפגאניסטאן ניין?
[ציטאט אראפגענומען]

כ'בין נייגעריק ווער די אקאדעמיקער וואס האלטן זיך פאר מומחים זענען, און וואס איר מיינט אז זיי קענען נישט משיג זיין? זיי זאגען אז זיי פארשטיין נישט? אדער איר האלט אז זיי פארשטיין נישט? קען זיין מ'האט שוין געשריבען איבער דעם אויב איר קענט צוצייכענען אדער מער אויסקלערן וואס איר מיינט יישר כח.

רימון » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:26 pm

· #315643
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
פונקט ווי יעדער פארשטייט אז א ישיבה ווי א פרוי איז די קעכערין, איז געמאלט אז די ישיבה וועט האבן בעסערע עסן ווי די שכינות'דיגע ישיבה וואו א מאן קאכט, גענוי אזוי קען דער פרויערישער מין און כאראקטער ביישטייערן צו אנדערע טיילן פון דער ישיבה, נישט נאר אין קיך. און אלאדין זאגט נישט אז א ישיבה זאל אויפנעמען א פרוי אלס משגיח, ווי ירא שמים וועט באלד ערקלערן, נאר דער פרויערישער גייסט וואלט געמעגט טרעפן א שפאלט אין דער דיקער מחיצה און אריינדרינגען ביזן אין מענער שול. די מענער שול קען נאר בענעפיטירן דערפון.

רימון » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:30 pm

· #315646
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
שמערל
איה"נ אנאנים אז דאס איז דער היסטארישער סיבה פאר די חילוק פון די תלמוד תורה און שולעס, אבער דער שרייבער איז נאכאלטס גערעכט אז אויב וואלטן ווען די פרויען אויך געהאט א ווארט ביי די אינגלעך, וואלט עס ווען פיל בעסער אויסגעקוקט
ווער רעדט פון דעם אז די פרוי זאל האבן א ווארט.
זאל דער מאן נעמען די פשוטע קאנצעפטן פון סדר, אראגאניזאציע און דערגרייכונג פון דער מיידל שולע און עס נוצן אין חדר.

פרייוויליג » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:35 pm

· #315648
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
שמערל
איה"נ אנאנים אז דאס איז דער היסטארישער סיבה פאר די חילוק פון די תלמוד תורה און שולעס, אבער דער שרייבער איז נאכאלטס גערעכט אז אויב וואלטן ווען די פרויען אויך געהאט א ווארט ביי די אינגלעך, וואלט עס ווען פיל בעסער אויסגעקוקט
מיר קריכן דא אריין אין א באזינדערע דעבאטע איבער מיינונגען פון פרויען ביי מענערישע שטעלונגען און דרינגט אויך אריין אין די שיטת פון פעמיניזעם. אבער איך ווייס נישט צו דאס איז אונזערע שמיעס דא. עס קען מעגליך זיין אז אונזערע אנטי פעמיניזעם קומט א דאנק סעגרעגאציע, אבער דאס איז לדעתי א שמיעס פאר זיך וויאזוי תורה טריי אידן דארפן אנקוקען פרויען רעכטן. מיר רעדן דא איבער געזעלטשאפטליכע עמאציענעל סעגרעגאציע נישט איבער פיזישע סעגרעגאציע אדער אנטי פעמיניזעם אידילאגיעס ווי למשל אז פרויען מעגן נישט דרייווען. מיר דיסקוסירן די דיקע מויער וואס האט זיך ערווארבן צווישן מענער און פרויען. און ווי אנדערע האבן שוין ערווענט דא איז נישט די ציל אריינצוגיין אין ווייבער שול און קאנסאלידעטן זייערע שיחות חילון. די געדאנק איז אפצורייסן די אומוויכטיגע מויער ווי פרעגן א מיינונג, א עצה, א שיטה אד״ג. די שמיעס איז זייער דקות׳דיג און קען זייער גרינג צופאטשקעט ווערן מיט ענליכע נושאים.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:41 pm

· #315649
דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחיצה
פרייוויליג, דאס וואס דו רעדסט איז לכאורה דא ביי אונז סנישט אויסגעשלאסן אז א חסידישע אינגערמאן זאל גיין צו א פרוי פאר טערעפי אדער ראט, (לדוגמא די בעלזער רעביצין) ובכלל יעדע מאן האט דאך א ווייב אטאמאטיש איז דא עפעס א וויבערישע השפעה אינעם געזעלשאפט בכלל. איזל ואימלך בדביתהו איז א וויכטיגע זאך אין די מענערישע וועלט.
רימון, זאג נישט אויס פארן עולם וואס איך גיי זאגן כוועל נישט האבן וואס צו זאגן נאכדעם.

שמערל » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:44 pm

· #315650
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
איך בין נישט אריינגעקראכן אין גארנישט ניי, כ'האב סך הכל מסביר געווען די ווערטער פונם שרייבער זעלבסט אז, מיר דערלייגן פון נישט האבן פרויען אינעם חינוך סיסטעם פון אינגלעך.
לאמיר געבן א דוגמא וואס וועט אייך אפשר זיין מער צום הארצן. עס איז א נארמאלע אנגענומענע זאך אז א מאמע זאל אנרופן א מלמד אויסשמוען א פראבלעם מיטן קינד, עס איז אבער נישט נארמאל אז א טאטע זאל אנרופן א טיטשער.
יעצט פארוואס זאל נישט זיין אז ביי פי טי עי, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך זאלן זיך ביידע עלטערן משתתף זיין? איז עס עפעס א חסרון בגדרי צניעות? וואלט עס נישט ארויס געהאלפן מיטן אפנקייט צווישן עלטערן און מחנכים און פארבעסערט חינוך בכלליות?
דיר תירוץ איז נישט אז עס איז קעגן צניעות, נאר אז די חומה צווישן מענער פרויען איז אזוי שטארק אז עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן אז דאס וואלט ווען געברויכט זיין.

רימון » פרייטאג יאנואר 1, 2016 2:45 pm

· #315651
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
א ראי' די בעלזער רביצין...
א פרוי וואס טיילט קנאבל און מטבעות, קען דאך נישט זיין מער צוגעפאסט.

אלאדין » פרייטאג יאנואר 1, 2016 3:21 pm

· #315657
א דאנק פאר אלע וואס האבן געגעבן חיזוק, און אויך פאר די וואס האבן געגעבן קריטיק. איך קען באשטיין אריינצואווארפן מיינע פאר גראשן, אבער ס'וועט מסתמא שוין בלייבן אויף נאך שבת.

רימון
איך בין שפראכלאז. אלא-דין אכבאר.
די שריפט אליין, וואס טיילט אזוי כאראקטעריסטיש קונצליך אפ צווישן מין און מין, דארף מען שטודירן נאך איידער מ'קאנצענטרירט זיך איבער דער אינהאלט פון דעם דיאלאג.
זאג נאר א רגע, דאס איז אבער א נאוועלע, שטימט?

איך בין מסכים מיט דיין באמערקונג. ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען צו דערקענען דעם אונטערשייד אין סטיל, און איך בין נייגעריג צי ס'האט צוטון מיט אונזער שמועס אדער ס'איז א צופעליגער זייטיגער כאראקטער-אונטערשייד.

אויב ס'איז א נאוועלע, איז עס אן אמת'ע נאוועלע. איך נעם אחריות אויף דעם אז ס'שטייען צוויי אמת'ע מענטשן הינטער די בריוו, א מאן מיט א פרוי, נאר זייערע נעמען זענען אודאי געטוישט. דא האב איך ארויפגעשטעלט די אריגינעלע ענגלישע ווערסיע פון "ברכה גיטל".

ביליג » פרייטאג יאנואר 1, 2016 3:42 pm

· #315658
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
איין זאך איז זיכער אז עס איז נישט דא קיין קלארע הלכות וואס ,ווען ,ווי און וויאזוי צו רעדן צו א פרעמדע פרוי
אונזערע זיידעס זענען יעדע מאל ווען מ'איז געקומען אויף א שמחה געגאנגען זאגן א לאנגע מזל טוב צו די אנדערע זייט מחיצה פאר שוועסטערס, מומעס ,שוועגערינס און קאזינס
היינט קומט מען צו א שוועסטערס שמחה און מען זעהט איר אפילו נישט
נישט לאנג צוריק בין איך געווען ביי א חתונה וואס איז געווען מחיצות ביי די חופה
עס איז דא מענער וואס געבן נישט די האנד פאר זייער באבע
הגם וואס עס איז נישט דא קיין גבול אויף קדושה אבער רוב ליינער קענען זאגן אויף זיך אליין אז ווען עס איז נישט דא אנדערע מענטשן ארום זיי וואס ער האט pair pressure וועט ער יא שמוסן מיט א פרעמדע פרוי מיט וועמען ער שמוסט נישט געווענדלך
וואס זענען די גיידליינס ?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 4:09 pm

· #315661
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
ביליג

הגם וואס עס איז נישט דא קיין גבול אויף קדושה

און ווער האט דיר געזאגט אז דאס מיינט ס'איז נישט דא קיין גבול צו זיך דערווייטערען פון ווייבער? דער תורה האט איהר גדרים, און יעדער קען אויפווייזען אז עקסטרעמע הנהגות אין דער הינזיכט ברענגט אומגעוואלטע תוצאות.

שמערל » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 6:27 pm

· #315666
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
ביליג
איין זאך איז זיכער אז עס איז נישט דא קיין קלארע הלכות וואס ,ווען ,ווי און וויאזוי צו רעדן צו א פרעמדע פרוי
אונזערע זיידעס זענען יעדע מאל ווען מ'איז געקומען אויף א שמחה געגאנגען זאגן א לאנגע מזל טוב צו די אנדערע זייט מחיצה פאר שוועסטערס, מומעס ,שוועגערינס און קאזינס
היינט קומט מען צו א שוועסטערס שמחה און מען זעהט איר אפילו נישט
נישט לאנג צוריק בין איך געווען ביי א חתונה וואס איז געווען מחיצות ביי די חופה
עס איז דא מענער וואס געבן נישט די האנד פאר זייער באבע
הגם וואס עס איז נישט דא קיין גבול אויף קדושה אבער רוב ליינער קענען זאגן אויף זיך אליין אז ווען עס איז נישט דא אנדערע מענטשן ארום זיי וואס ער האט pair pressure וועט ער יא שמוסן מין א פרעמדע פרוי מיט וועמען ער שמוסט נישט געווענדלך
וואס זענען די גיידליינס ?

זייער גוט ארויסגעברענגט, איך וועל נאר צולייגן אז דער גרעסטער חילוק זעט מען נאך ביי א גוי, פרויען וועלן פילן פיל מער קאמפטערבל צו שמועסן / שמייכלן מיט א גוי ווי מיט איד, אדער ענדערש בעטן א גוי א טובה ווי למשל העלפן אראפטראגן א קעריזש אין די סובוועי ווי איידער פון א איד. דאס צייגט אז די חומה צווישן מענער פרויען ביי אונז איז א קולטוראלע, און האט גארנישט מיט פרומקייט און קדושה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 6:37 pm

· #315667
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
אי משום הא, נו נו. מיט א גוי איז דאך נישט דא קיין הו"א פון בציאונגען, משא"כ א היימישע. און כמבואר לעיל, דער גאנצע דערווייטערונג האט אן עומק, נישט סתם אן עקל, וככל הקרוב להתכלית, ניכר יותר.

ביליג » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 6:50 pm

· #315672
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
אל תרבה שיחה ... באישתו אמרו
ביאזה דרך נילך ללוד
ועוד

רימון » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 7:28 pm

· #315677
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
יעדער שלום בית קעיס איז דאך צווישן א פארל, א מאן און פרוי. געוויס באנוצט מען זיך מיט פרויען צו אינטערווענירן. ס'איז אבער א שוואכע ראי' אז א פרוי האט סיי וואס פאר א אריינדרינגונג אין מענער שול, אנבאלאנגט די מענער זעלבסט.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 7:34 pm

· #315679
ביליג
איין זאך איז זיכער אז עס איז נישט דא קיין קלארע הלכות וואס ,ווען ,ווי און וויאזוי צו רעדן צו א פרעמדע פרוי
אונזערע זיידעס זענען יעדע מאל ווען מ'איז געקומען אויף א שמחה געגאנגען זאגן א לאנגע מזל טוב צו די אנדערע זייט מחיצה פאר שוועסטערס, מומעס ,שוועגערינס און קאזינס
היינט קומט מען צו א שוועסטערס שמחה און מען זעהט איר אפילו נישט
נישט לאנג צוריק בין איך געווען ביי א חתונה וואס איז געווען מחיצות ביי די חופה
עס איז דא מענער וואס געבן נישט די האנד פאר זייער באבע
הגם וואס עס איז נישט דא קיין גבול אויף קדושה אבער רוב ליינער קענען זאגן אויף זיך אליין אז ווען עס איז נישט דא אנדערע מענטשן ארום זיי וואס ער האט pair pressure וועט ער יא שמוסן מיט א פרעמדע פרוי מיט וועמען ער שמוסט נישט געווענדלך
וואס זענען די גיידליינס ?

ביליג: דו זאגסט זייער גוט.נאר דו מיינסט זיכער צו זאגן אין ענגליש...peer pressure...!

ביליג » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 7:37 pm

· #315680
Re: דער געזעלשאפטליכער ריס צווישן די צוויי זייטן פון דער מחי
למעשה האט א פרוי אן אנדערע וועג פון טראכטן און ספעציעל ביי שלום בית קעסעס איז דאך נישט שייך צו פארשטיין די צד שני אן טראכטן די וועג ווי זי טראכט

ירא שמים » מוצ"ש יאנואר 2, 2016 9:08 pm

· #315690
[ציטאט אראפגענומען]

@אנאנים סתם נייגעריג וואס זענען די אספעקטן וואס זענען אמאל געווען א אינטעגראלן טייל פון לעבן אפילו פאר די פרומסטע אידן פון אמאל?

שמערל » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:11 am

· #315719
כ'ווייס נישט לויט וועלכן מעסטער ווערט סאודי אראביע פאררעכנט צו זיין פארגעשריטן, און כ'ווייס נישט וועלכע מקור די האסט גענוצט צו באקומען א פארלעסליכן נאמבער איבער די רעיפ רעיט אין סאודי אראביע, און כ'פארשטיי נישט פארוואס זאל בכלל פארגעשריטנקייט זיין א סיבה צו ווייניגער רעיפ. זענען נישט די אפגאניסטאנער צוריקגעשטאנענע מענטשן שטרענגער רעליגיעז ווי די פארגעשריטענע אמעריקאנער? זייערע פרויען גייען דאך פארדעקט ביז צו די אויגן נישט ווייל זיי זענען צוריקגעשטאנען - די מערסט צוריקגעשטאנענע שבטים גייען אינגאנצן נאקעט, נאר ווייל זיי זענען שטרענג רעליגיעז און פרום, נו פארוואס זאל דאס אז זיי האבן נישט קיין לעקטער און געהעריגע סוער זיין א פאקטאר צו העכערע רעיפ ראטעס?

הכלל די פארגעשריטענע גויים - די וועלכע האבן ערפינדן סוער און לעקטער - טענה'ן /מיינען אז צניעות איז בכלל נישט קיין פאקטאר אויפן רעיפ ראטעס. צו אפווענדן זייער מיינונג מיט אפאר דעמאגאגישע קשיות איז לדעתי נישט גענוג. איז לאמיר עס אזוי לאזן ווייל לדינא איז עס במילא נישט נוגע, קיינער איז נישט געקומען דא צו אדוואקאטירן ווייניגער צניעות - די הלכות צניעות ביי אונז איז בכלל נישט רעיפ רילעיטעד, מיר זענען אזוי מחויב על פי הלכה און שוין.

ישראל קאפקע » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:22 am

· #315724
פשוט, ווען מען וויל שטודירן אויב/וויאזוי א געוויסע פאקטאר (רעליגיע, אין אונזער פאל) עפעקטירט א מעגליך פארבינדענע ערשיינונג זוכט מען צוויי ענליכע גרופעס וואס לעבן אונטער ענליכע באדינגונגען און גלייכע אומשטענדן מיטן אויסנאם פון דעם פאקטאר וואס מען וויל שטודירן.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:25 am

· #315727
שמערל:איך וויל קוקן אויף דעם גאנצן ענין לגבי די מוסלאמינישע רעליגיע פון אנ'אנדער'ן קוקווינקל. ס'אן אינטרעסאנטע זאך, אז ביי פיהל מוסלאמינער גייט דער מאן אנגעטון איגאנצן ווי א..."גוי"... אויך די זכרים ביי זיי. בעת די ווייב און די מיידלעך גייען אנגעטון..."שטרענג רעליגיעז". מיט די גאנצע פארדעקונג אויף די פנים...!

אלאדין » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:29 am

· #315729
ירא שמים
זייער שיינע רגשות׳דיגע בריוון אבער אני בעניי האב איך נישט ארויסגעהאט וואס פונקטליך איז די פראבלעם מיט דעם מהלך,
ולגופו של ענין יא די ראלע פון א פרוי איז אינדערהיים וכל כבודה בת מלך פנימה וזהו כבודה וזהו הדרה.
כ׳ בשו״ע ״מאד מאד צריך להתרחק מן הנשים״ ובפרט בדור פרוץ הזה וואס די מנוולים פרואוון וואס מער צו צוברעכן די מחיצה דארפן מיר מאכן מער דיק די מחיצה און אויף וויפיל א מאן דארף א פרוי אויף דעם האט ער זיין אייגענע פרוי.

אליבא דאמת האב איך נישט קיין סך וואס צו זאגן, ווייניגסטנס אויף דער מינוט, און איך וועל לאזן די בריוו רעדן פאר זיך. איך וועל אבער פרובירן אריינצואווארפן אפאר שורות:

קיינער רעדט נישט וועגן לויפן באקענען ערגעץ א פרוי, כדי צו הערן וואס "יענע זייט האט צו זאגן..." אויף דעם וואלט זייער גוט געווען דיין עצה צו ניצן דאס ווייב. מ'רעדט וועגן דעם אז די טיילונג זאל לכתחילה זיין באגרעניצט צו דעם תחום פון צניעות, און נישט צו אלע תחומים אין לעבן - וואס דארט מעג און דארף זיין מער אפנקייט צווישן די מינים. דער יונגערמאן רעדט וועגן אריינלאזן א פרויען דיסקורס אין די ד' אמות פון דער מענערישער וועלט, בשעת די פרוי רעדט וועגן אריינלאזן א מענערישן ווידערקול (אפשר דער אינטעלעקטואליזם?) אין דער ווייבערישער וועלט. ווי אנדערש ס'זענען די פערספעקטיוון פון די צוויי בריוו, זענען זיי אבער זייער פאראלעל און זענען זיך משלים.

דו רעדסט וועגן "ראלעס פון פרויען", אבער מיר האלטן סך פארדעם. ס'איז זייער כשר און גלייך צו רעדן וועגן "יענעמ'ס ראלע" אן דעם וואס מ'זאל זיי געבן די מעגליכקייט צו זאגן א ווארט אין סיי וועלכער אפערע וואס האט צוטון מיט דער געזעלשאפט... איך גלייב אויך אז ווען מיר וועלן פרעגן אינדיווידועלע פרויען אין אונזער משפחה צי זיי זענען צופרידן מיט זייערע ראלעס וועט די תשובה זיין פאזיטיוו, אבער ס'האט א שוואכע קראפט ווילאנג מ'האט נישט געעפנט קיין וועג פאר דער ווייבערישער דיסקורס צו ווערן דערהערט.

[ציטאט אראפגענומען]

אודאי איז עס נישט נאר צניעות פאראנויע. דא שפילן א ראלע אן א שיעור סאציאלאגישע פאקטארן, נאר על פי רוב ווערן זיי אויסגעטייטשט ווי א צניעות ענין.

מיר דאכט זיך אבער אז דו האסט צוזאמגעמישט צוויי פונקטן. ס'איז אמת אז ווייבער האבן אן אנדערע טבע ווי מענער (מסתמא דאס מיינסטו צו זאגן ביים שרייבן "עם בפני עצמם"), אבער פונקט אזוי קען מען זאגן אז "שטילע מענטשן" און "רעדעוודיגע מענטשן" זענען פעלקער פאר זיך. סוף כל סוף זענען מיר פארט איין פאלק... דאס וואס דו שרייבסט ווייטער וועגן דעם אונטערשייד אין חינוך איז שוין א באזונדערער שמועס.

די סקולס מאכן די מיידלעך פאר ראבאטס? אין דעם געביט האבן דוקא די מיידלעך אן אויבערהאנט איבער די יונגלעך. די מיידלעך גראדואירן מיט א מעגליכקייט צו שטעלן צוויי פיס אין דער גרויסער וועלט, בשעת די בחורים בלייבן אין גרויסן טייל געזעלשאפטליכע אינוואלידן אויף א גאנץ לעבן. פון דער אנדערער זייט אבער האלט מען אויך אפ פון די מיידלעך עלעמענטארע אידישע ידיעות (אין סאטמאר למשל וועט מען נישט לערנען מיט זיי אפילו קיין לשון-קודש) וואס פארשארפט ווייטער די דיפערענץ צווישן מענער און ווייבער. בנוגע נאך דער חתונה, קומט מען ווידער צוריק צו אונזער שמועס, אז זיי פאלן אריין אין א טעריטאריע וואו פרויען האבן בעצם נישט קיין קול. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט וועגן אינדיווידועלע פאלן, נאר וועגן דעם אופן ווי ס'פירט זיך אין אלגעמיין.

די אונטערשטע שורה איז אז דער פארנעם פונעם ריס צווישן די מינים וועגן וואס דו רעדסט, ווערט געשאפן דורך דער געזעלשאפט מיט די אייגענע הענט. דערפאר טאקע פאדערט עס א לעזונג.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 3, 2016 1:32 am

· #315730
נאך אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע: אז די אראבער גייען שוין אזוי מיט די פארדעקטע פנים'ער נאך א סאך פריער ווי זיייער אפגאט מוחמד איז געבוירן...
די משנה אין פרק במה אשה יוצאת אין מס' שבת ברענגט אז..."הערביות" פי' רש"י נשים ישראליות שגרים בארצות הערבים...יוצאות רעולות...אז די אידישע פרויען וועלכע וואוינען אין די אראבישע לענדער מעגן אום שבת ארויסגיין אויף די גאס מיט די פארדעקטע פנים'ער...כאטש די אידישע רעליגיע פארלאנגט דאס נישט...און ס'הייסט דרך מלבוש...!

פארשוויגען » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:06 pm

· #315839
דער חילוק פון חדרים מיט סקולס האט נישט מיט לימודי חול דווקא. אפילו נאר לימודי קודש חומש און גמרא וואלט מען געמעגט מאכן מער מסודר איין רבי פאר חומש איינער פאר נביא איינער פאר גמרא בעיון איינער הלכה איינער מוסר ומעשיות, און נאך פארבעסערונגען מער מסודר מיט בחינות און קלאר דער קוריקעלום. ענליך ווי עס איז אויסגעשטעלט ביי מיידלעך. עס איז שוין דא היינט חדרים וואס זענען מער מסודר. פארוואס סתם מייאש זיין.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:20 pm

· #315843
אט אזוי!
דער חילוק צווישען מיידעל סקולס איז נישט נאר אין די חומר הנלמדת. אין חדרים איז נישט דא קיין שום פאראנטווארטליכקייט. א קינד דארף נישט ווייזען וואס ער קען און וואס ער קען נישט. א מלמד דארף נישט ווייזען וואס ער טוט צו העלפען א קינד וואס כאפט נישט אלס. אבי דער קינד שטערט נישט, איז ער גוד טו גו. ווען מ'וואלט געברענגט א גייסט פון פראפעשיאנעליזם אין חדרים, ווען יעדער קינד וואלט געווען פארהערט און מ'וואלט נישט סת גענוצט די פארהער'ס אויף זיי צו שרעקען, נאר אמת'דיג וויסען וואס פעלט, וויאזוי צו העלפען, אפילו די קינדער וואס זענען נישט קיין פראבלעמען, וואלטען מיר אלע בעסער אויסגעקוקט.
סתם אזוי, א פרויעריש בליק אויף די מוסד וואלט אריינגעברענגט ווייניגער machoism צווישען די קינדער און שפעטער בחורים. מ'וואלט זיך נישט געשעמ'ט אזוי פיל צו זיין ווייך און איידעל.

אלאדין » זונטאג יאנואר 3, 2016 6:32 pm

· #315851
שש, איך האב דיר געענטפערט אין יענעם אשכול וואס דו האסט געעפנט.

בנוגע דעם שמועס פון מיידל חינוך קעגן יונגל חינוך, בין איך אודאי איינשטימיג מיט @פארשוויגן און @ליטוואק. איך גלייב שטארק אז ווען מ'זאל ארייננעמען א פרוי אינעם באורד פון די חדרים און ישיבות (!) וואלט מען בעסער געשטאנען.
בלאט: 1 2