דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9933
67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9933
בלאט: 1 2
פארוואס האב איך טשילס? א דאנק @אנאנים, און א דאנק פאר @הרוצה בעילום שמו פאר מפרסם זיין זיין מעשה.
די מעשה איז שוין באלד אזוי איינדרוקספול ווי יואלי לעבאוויטשעס מעשה. זאל די מעשה אויך פארשפרייט ווערן.
געוואלדיגפארוואס האב איך טשילס? א דאנק @אנאנים, און א דאנק פאר @הרוצה בעילום שמו פאר מפרסם זיין זיין מעשה.
כדארף נישט שרייבן גארנישט @געוואלדיג מדבר מתוך גרוני
ספליסט פין מיר טראפלעך
גרויסע מענטשעלע
ספליסט פין מיר טראפלעך
יישר כח פארן מיטיילן. יארן צוריק האב איך געליינט א בוך פון א היימישע פרוי וואס שילדערט די פסיכילאגישע ענדלאזע חלל וואס דאס שאפט אין א קינד פאר אייביג. די בוך Triangle of Despair, Circle of Hope געשריבן אונטער א פעסודענאמען איז זינט דאן אראפגענומען געווארן פון די שעילווס ווייל די משפחה האט נישט געגליכן די פירסום. ס'איז כדאי לזיכו הרבים דאס איבערצודריקן (כ'האב עס געזעהן לעצטענס אין א לייברערי. און אויב ווייסט איר די משפחה נאמען, ביטע נישט דערמאנען).
פראפעשאנעלס זאגן אז ווען א קינד הערט, אפי' אומדירעקט, א קרום ווארט קעגן זיין/איר טאטע אדער מאמע שטעכט מען דאס קינד אליינס, ווייל דאס איז עצם מעצמי און א פסיכילאגישע יסוד פארן מענטש. פאר רוב פון דאס קינד'ס יארן פון דעוועלפמאנט, האבן ייעדעס קינד שוועריקייטן מחלק צו זיין צווישן עלטערן און די אייגענע self. ווען א קינד איז געברעינוואשד צו האסן א טאטע אדער א מאמע, טוט דאס קינד אין די זעלבע צייט זיך זעלבסט האסן. און דאס איז חרבות לנצח ממש. און דאס איז גילטיג אפי' אויב גאר subtle מערכות, ווי למשל קרימען ווען דאס קינד ברענגט אהיים א מתנה פון די אנדערע עלטערן. ק"ו ווען מ'רייסט שטיקער מיט דירעקטע אטאקעס און קאנפליקט. ווער רעדט נאך אויב מ'ניצט ס'קינד ווי א mercenary קעגן די עלטערן, דאן באגלייטן די שולד געפילן אויף דער עלטער וואס אפי' א קאץ זאל נישט מיטמאכן. פארדעם זענען די עסקנים אדער רבנים געאייגענט צו מישן זיך אין די זאכן גענוי וויפיל זיי זענען ווערט צו מאכן א 747 פליען.
אין די פארגעשריטענע וועלט איז א דבר פשוט אז א קינד האט רעכטן. ס'איז דא פארשידענע ווערסיעס אבער דא קענט איר זעהן א דוגמא.
אין די זעלבע צייט וואס יואלי לעבאוויטש באקעמפט די פייער וואס פלאקערט, ברויך מען אויך ארויסהייבן די שינו לטובה וואס מאכט זיך ביי מער און מער פעלער, ווי געזינטע עלטערן באגייען זיך מיט דאס גרעסטע מאס אחריות צו פארמיידן סיי וועלכע קאנפליקט, דירעקט ווי אומדירעקט, און פיל מאל טראץ די פרעשור פון עסקנים און משפחה צו קעמפן ענדלאז. ס'איז פארהאן דאס אויך, וממנם ילמדו.

Every child whose parents divorce has:
The right to love and be loved by both of your parents without feeling guilt or disapproval.
The right to be protected from your parents' anger with each other.
The right to be kept out of the middle of your parents' conflict, including the right not to pick sides, carry messages, or hear complaints about the other parent.
The right not to have to choose one of your parents over the other.
The right not to have to be responsible for the burden of either of your parents' emotional problems.
The right to know well in advance about important changes that will affect your life; for example, when one of your parents is going to move or get remarried.
The right to reasonable financial support during your childhood and through your college years.
The right to have feelings, to express your feelings, and to have both parents listen to how you feel.
The right to have a life that is a close as possible to what it would have been if your parents stayed together.
The right to be a kid.
אין די זעלבע צייט וואס יואלי לעבאוויטש באקעמפט די פייער וואס פלאקערט, ברויך מען אויך ארויסהייבן די שינו לטובה וואס מאכט זיך ביי מער און מער פעלער, ווי געזינטע עלטערן באגייען זיך מיט דאס גרעסטע מאס אחריות צו פארמיידן סיי וועלכע קאנפליקט, דירעקט ווי אומדירעקט, און פיל מאל טראץ די פרעשור פון עסקנים און משפחה צו קעמפן ענדלאז. ס'איז פארהאן דאס אויך, וממנם ילמדו.
דערציילט מיר א יונגערמאן א גרוש, ער איז געגאנגען צו זיין געוועזענער שווערס רב זיך באקלאגן ובכן מען לאזט אים נישט צו זיין אינגל, דאס טויג דאך נישט פארן קינד אליין?
ענטפערט אים דער רעספעקטירטער רב אז ער זעט דאס קינד כסדר, ער קוקט אויס גליקליך און צופרידן, און עס פעלט אים גארנישט אנעם טאטן. ודפח"ח.

יואליש, איך בין זעכער אז לויט די היינטיגע אנגענומענע נארמע דארף א קינד זיין טאטע און אז ער האט עס נישט וועט אים עפעס ערנסט פעלן. אבער דאס איז מעגליך בלויז ווייל דער מאדעל פון אונזער לעבן איז געבויט אויף חיי משפחה מיט טאטע מאמע, וואלט אבער דער מאדעל געווען אנדערש אויסגעשטעלט וואלט עס מעגליך נישט געווען א יסוד אינעם קינדס לעבן.
ענגלס, פון די מיסדי שיטת הקומיניזם, און שיתף פון קארל מארקס, האט שטודירט דאס עקסטרעם סאצעאליסטיש לעבן פון פארשידענע אמער-אינדיאנע שבטים אין צפון-מזרח אמעריקא, אונזער משפחה מאדעל פון טאטע מאמע האט ביי זיי נישט עקזיסטירט, נאר אנשטאט דעם איז געווען א שבט, דהיינו, א גרופע זכרים און נקבות האבן זיך גרופירט, און ביז א יאר דערויף האבן אנגעהויבן צו שפראצן קינדער אן א וויסן ווער עס איז זייער גענעטישער טאטע, אזויווי א ריכטיגער סאציאלער גרופ האט יעדער געטראגן יעדנס אחריות, די קינדער האבן פון אזא באגריף טאטע נישט געוויסט צו זאגן און אפשר קוים פון א באגריף מאמע, און דער מהלך שטאמט ביי זיי לכאורה זינט ששת ימי בראשית.

עקזיסטירט נאך היינט אזא מושג?
מסכים. אבער די רעדע דא איז דאך נישט אז די קינדער זאלן נאכאמאל געבוירן ווערן צו א שבט אויף א רעזערוועשאן 😃
כאטש יואלי לעבאוויטשעס דרשה אז א קינד דארף זיין טאטע איז געווען רירנד ביז גאר, וואלט אבער א דרשה פון ר' מיכל לעבאוויטש אז "א טאטע דארף זיין קינד" געווען פיל מער רירנד.
עס איז דא במשך השנים אסאך אזעלכע דרשות פון עם, ווי ער שרייט און וויינט, אז א טאטע דארף זיינע קינדער
ס'פאלט מיר יעצט איין א געדאנק אז דאס וואס פסיכילאגן זאגן היינט אז א קינד'ס אייגענע אינדענטיטעט איז געמישט מיט די עלטערן איז מרומז אין די תורה פאריגע וואכעדיגע סדרה. ונפשו קשורה בנפשו. פאר בנימין איז וויכטיגער געווען צו זיין מיטן אייגענע טאטע אין ארומקייט און הונגער מער פון זיין אין קעניגליכע פאלאץ מיט פלעגונג, רייכטום און באקוועמליכקייט.
#בדרךאפשר
#בדרךאפשר
א אידעס איז דא במשך השנים אסאך אזעלכע דרשות פון עם, ווי ער שרייט און וויינט, אז א טאטע דארף זיינע קינדער
דאס זענען צוויי באזונדערע, אן אמת'ע, געברויכן. לדעתי איז דאס קינד'ס צורך פאר זיינע עלטערן הונדערט מאל שטערקער, און דאס ברויך זיין די פריאריטעט. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען אן ערוואקסענע ברויך א דאך איבערן קאפ אין קינדער ברויכן א דאך איבערן קאפ קומען קינדער קודם.
ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא. אפי' דאס אז דאס אבנט, דאס דבר המפסיק בין לב לערווה, איז באשטאנען פון אנאנים איז אויך מרומז...
😃 😃 😃
😃 😃 😃
אין צוזאמענהאנג מיט דעם קליפ א קינד דארף זיין טאטע, איז אינטרעסאנט צו ברענגען די היסטאריע פון דעם קעניג "שאקא" - דער גרינדער פונעם מעכטיגסטער סוב-סאהארא אפריקאנער אימפעריע אין די היסטאריע, דער זולו אימפעריע אינעם היינטיגן מזרח-דרום אפריקא וועמענס שטארקייט עס האט אפילו איבערגעשטיגן די גבירה פון די פארגעשריטענע האלענדישע און ענגלישע אינוואדירער - וואס זיין אומזיגבארע גבורה און עקשנות'דיגער קאמפסגרייטקייט - צוליב וואס היסטאריקער באטיטלען אים "דער נאפאליאן פון אפריקא" - האט ער אנטוויקלט א דאנק דאס זיין אפגעשטויסן פון זיין לעבעדיגן טאטן. אבער דא איז עס געווען דווקא צוליב וואס זיין טאטע איז געווען דער וואס האט אים -אינאיינעם מיט זיין מאמען- אוועק געווארפן, צוליב געלט מאנגל. ומעשה שהיה כך היה.
סאנזאנ-גאקאנא, דער מנהיג פונעם זולו שבט, א קליין שבט'ל צווישן אנדערע צענגליגע קריגערישע דרום אפריקאנע שבטים, האט פארמאגט צוויי ווייבער. האט ער זיך אבער אמאל באגעגנט מיטן שיינעם "נאנדי" א טאכטער פון א דערנעבנדיגער מנהיג, און מיט איר פארברענגט ויבא אליה... רעכענענדיג אז זי וועט נישט פארשוואנגערט ווערן פון אים.
פון הימל האט מען אבער אנדערש געוואלט, ויהי היום, און נאנדי באווייזט זיך נאכאמאל בבית המלך סנזנגקונה, און זאגט אים אן די בשורה אז זי איז פארשוואנגערט געווארן פון אים והנה הרה היא.
סאנזאנגאקאנא איז שאקירט געווארן דערפון, הייסט עס אז ער וועט יעצט דארפן נעמען אחריות פון נאך א ווייב מיט קינדער?
"ניין -האט ער זיך אנגערופן צו איר - דו מאכסט א טעות, א "שאקא קאפער (beetle) האט דיר געוויס געביסן און דערפאר איז דיין בויך אויפגעבלאזן.
עס האט אבער נישט לאנג גענומען זיך צו איבערצייגן אז נישט קיין ביס פון א שאקא קאפער האט איר בויך אויפגעבלאזן, נאר עס געפונט זיך א קינד בבטנה, ותלד בן, ותקרא שמו שאקא על שאמר אביו פן חיפושית השוקו נשכה את אמו ולא הרה היא.
אזוי ווי דער מלך הזולו האט זיך איבערצייגט כי הוליד לו בן מננדי, האט ער איר געהייראט. אבער מיט די צייט האט ער געזען כי לא יכול לשאת עול אשה שלישית, וישכם מלך זולו בבוקר וייקח לחם וחמת מים וייתן אל ננדי שם על שכמה, ואת-הילד וישלחה, ותלך ננדי אל המדבר צום שבט פון איר פאטער.
גאר שווערע צייטן איז דער קליינע שאקא אדורך, זיינע חברים פלעגן אים דערמאנען אז ער האט נישט זיין טאטן מיט זיך, און אז ער וואוינט אין אן אנדער שבט. איינמאל ווען די גרופע קינדער האבן אינאיינעם געגעסן גריס וואס די שכינות'דיגע מאמעס האבן אינאיינעם אפגעקאכט, איז שאקא פאר א קורצע וויילע אוועק פונעם חבירה קינדער, האבן די קינדער אים אנגעגרייט א שפיצל און אנגעהייצט אויף פייער דעם גריס, און ווען שאקא האט זיך אומגעקערט, האט ער זיך אפגעבריט די ליפן. שאקא האט זיך גענומען ביטערליך וויינען, און די אכזריות'דיגע קינדער האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער אויסרופענדיג: "רוף דיין טאטן פון זולו".
שאקא האט אנגעהויבן איינזען, אז כדי איבערצולעבן די שפטישע רדופות איבער זיין טאטנס אפוועזנהייט, וועט ער זיך מוזן אליין שטארקן און זיך אויסלערנען וויאזוי זיך צו באשיצן. שאקא איז פארוואנדלט געווארן אין א שטייפער יונג מיט א געוואלדיגער דרייסטקייט. און ווען עס איז געקומען זיין צייט צו דינען בצבא שבטו האט זיך דער שר הצבא גאנץ שנעל איבערצייגט אז ער האט פאר זיך א לייב, א דרייסטער לוחם מיט אויסנאמליכע סטראטעגיעס, און עס האט נישט לאנג גענומען און שאקא איז געווארן דער שר הצבא מיט א אויסגערופענער כאריזמע.
שאקא'ס רייץ נאך מלחמה האט נישט געהאט קיין אפשטעל, און מיט א שטורעמישער ענערגי, האט ער מיט זיינע בליציגע סטראטעגיעס אנגעהויבן אייננעמען איין שבט נאכן אנדערן, און שאקא איז פארוואנדלט געווארן אין א מנהיג פון א שטיקל לאנד. זיין יועץ ראשי איז געווען זיין אייגענע מאמע.
שאקא האט יעצט געהאט א שאיפה, צוצוקומען צום לאנד פון זיין פארשטארבענעם טאטן, איר אייננעמען, און איבערנעמען די מלוכה פון זיין טאטן נאך וועם ער האט אזוי געגארט, וואס איז דערווייל געווען אין די הענט פון איינע פון זיינע האלבע ברודער.
דער שעיפה איז אויסגעפירט געווארן גאר שנעל, און די אלע איינגענומענע שבטים דורך שאקא זענען פארוואנדלט געווארן אלס א טייל פון דער מלכות הזולו וואס איז ביז יעצט געווען א פארשטויסענער שבט. שאקא האט אבער געהאט פלענער צו פארגרעסערן דאס מלכות, וואס האט זיך געפירט פון זיין טאטנס לאנד, און צוביסליך איז דער זולו מלכות פארוואנדלט געווארן אין א אימפעריע, די שטערקסטע און דרום סהרה'ס היסטאריע.

יואלישא אידעס איז דא במשך השנים אסאך אזעלכע דרשות פון עם, ווי ער שרייט און וויינט, אז א טאטע דארף זיינע קינדער
דאס זענען צוויי באזונדערע, אן אמת'ע, געברויכן. לדעתי איז דאס קינד'ס צורך פאר זיינע עלטערן הונדערט מאל שטערקער, און דאס ברויך זיין די פריאריטעט. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען אן ערוואקסענע ברויך א דאך איבערן קאפ אין קינדער ברויכן א דאך איבערן קאפ קומען קינדער קודם.
א דאך איבערן קאפ אפשר יא, אבער קשר מאן ימר?
מיין סברא זאגט פארקערט, א קינד אן קיין טאטן, ווי נישט ווי ער וואקסט אויף און סעטלט זיך א נייער לעבן צום סוף. דער טאטע אן די קינדער, ספעציעל ווען מען ערציט אים די קינדער אנדערש ווי ער וויל, איז זיין לעבן עליל צו ווערן ריאונירט עד סטף ימיו און שטארבן ביגון שאולה רח"ל.
און אז דו ביסט שוין געקומען מיט א ראיה פון די תורה, וועל איך אויך ברענגען א ראיה פון די תורה, פאר וועם איז דער ריס געווען שווערער, פאר יוסף דער זון, אדער פאר יעקב דעם טאטן?
יואליש
איין יואליש לעבאוויטש איז פונקט אזוי גוט ווי די פסעכלאגישע ביכער
דאס ווייזט אז דברים יוצאין מן הלב זענען מער ווערט ווי טויזנט באשרייבעכץ
ער האט אויפגעשטארעמט א וועלט

[="moshav zekeinim"][quote פאר וועם איז דער ריס געווען שווערער/[quote]
איין גאט זאל אפהיטן אויב מ'דארף פרעגען אזא סארט קשיא.

וואס מיינסטו צו זאגן?
גאנצליואליש
איין יואליש לעבאוויטש איז פונקט אזוי גוט ווי די פסעכלאגישע ביכער
דאס ווייזט אז דברים יוצאין מן הלב זענען מער ווערט ווי טויזנט באשרייבעכץ
ער האט אויפגעשטארעמט א וועלט
די בוך וואס כ'האב פארגעשלאגן איז נישט קיין פסיכילאגישע בוך. ס'איז אן אמת'ע מעשה געשילדערט ביי א קינד (היינט א באבע פון אייניקלעך).
און וואס גענוי קוועטשט דיר דא? יעדער האט ליעב "העפילי עווער עפטער" מעשה'לעך, אבער די מעשה וואס ראשעקעל האט געפאוסט פאר ווער עס האט א מוח בקדקדו פארשטייט אז דאס איז ווייט פון דעם. די חרבנות בלייבן פאר אייביג אפי' ווען ס'איז והשיב לב בנים על אבות אין די שפעטערדיגע יארן. איז די וועלט אויפגעשטורעמט געניג צו אינטערווינען אין אנגייענדיגע קעיסעס "אן קיין אויסנאם"? אדער ביי אנגעייענדיגע קעיסעס פארשטייט מען נאך אז "די קעיס איז אנדערש" און "יענע פאל איז אנדערש" און "דער רב ווייזט זיכער וואס ער טיט" און "יענער עסקן איז אן עקספערט און עוסק לשם שמים" וכו'. ווייל אויב יא, אפשר ברויך מען זיך יא זיך זעלבסט עדיוקעטאן צו פארשטיין דעם שורש פורה ראש ולענה פון parental alienation.
בונה עולם האט זיך נישט באגעניגט מיט אויפשטעלן אלד-עידזש הייזער צו באשעפטיגען קינדערלאזע פארפעלקער. זיי ארבייטן צו אפשטעלן די צרה אין צייט' בעוד מועד when it matters the most. און דאס איז די שווערסטע אין די פעלער. בשעת די נקמה געפילן פון די קעגנזייטיגע צדדים פלאקערט און די שקרים פליען אין ביהמ"ד און די קינדער פאלן שטילע קרבנות - בשעת יעדער איז פארנימען מיט ווער ס'איז גערעכט אין א גט, דאנמאלס איז דאס וויכטיגסטע צו נעמען א דרייסטע פשרות'לאזע שטעלונג קעגן "יעדע" טאטע אדער מאמע וואס עליענעט קינדער למחצה שליש ורביע, קעגן אן עסקן און רב וואס גיט סטראטעגישע, גייסטישע, פיזישע אדער פינאנציעלע שטיצע.
יואלי לעבאוויטש איז קוראזשפאל און א היראו וואס שרייט אז גאנצעטע הייזער מיט קינדער דערין פלאקערן. מ'ברויך נאך אלס צוקומען צו פייער לעשער. מ'ברויך נאכאלס אינסטאלירן ספרינקלער סיסטעמס און סמאוק דידעקטארס און אנדערע מאדערענע זיכערהייט מאסנאמען. ס'ענדיגט זיך נישט מיטן שרייען "ראטעוועט!"
איך וויל נישט האלטען אנדעריש פון אלע דא, אבער ס'פעלט נאך אויס א פסיכאלאגישע בירור. ס'איז לייכט צו זאגען קליפ און קלאר 'א קינד דארף א טאטע', אבער מ'דארף נאך קלערען אפאר שאלות -
וואס טוט מען ווען א טאטע מאמע קענען בשום פנים ואופן זיך טראגען מיט די אנדערע? זיי קענען נישט האנדל'ן איינער מיט'ן צווייטען. מ'מוז מאכען א ברירה אדער זי אדער איהם. וואס טוט מען?
ווען די צוויי לעבען גאנצליך אנדערע לעבענשטייגער'ס. ער איז א קריסט געווארען וואס זיין לעבען איז איבערגעגעבען צו יאשק'ן און זי לעבט א חסידיש'ער לעבענשטייגער. וואס טוט מען?
דער טאטע/מאמע זענען טאקע געפערליכע שלעכטע מענטשען, וואס טוט מען?
די זענען נישט לייכטע פראגע'ס און מ'דארף א מומחה וואס האט נישט קיין נגיעה, נישט 'פארשטייער'ס' און עסקנים זאל זיך אריינטוהן אינ'ם נושא לטובת הקינד און קיין אנדערע נישט.

כ'מיין אז דו מישסט אויס "קאסטאדי און וויזיטעשאן" אישוס (וואס איז פון די דברים קשים מאוד אבער ס'האט מהלכים) מיט alienation וואס איז אלעמאל רציחה און קיינמאל נישט בארעכטיגט. טראכט פון alienation ווי פון מאלעסטעשאן. יעצט פרעג צו ס'איז דא קאמפלעצירטע פעלער ווי מאלעסטעשאן איז בלית ברירה א מהלך.
בדרך אגב, א טאטע/מאמע וואס קען זיך ערלויבן צו alienate איז א טאטע/מאמע וואס הייסט צו צושניידן דאס קינד, גזרו את הילד החי לשניים. און פיל מאל איז דאס א סיבה פארוואס די געריכט וועט אוועקנעמן די קאסטאדי פון אזא טאטע/מאמע.

Thank you Yoely!
For bringing up an issue that touched the hearts of so many of us. This is unfortunately an epidemic that we as single parents are going through, some more than others. The Aguna issue has gotten a lot of attention recently and painted our community in a very bad picture like we are some kind of animals looking to chain our women. When I asked for names of real Agunos I got one in DC, Crown Heights, 2 in Israel they have a hard time in naming a fifth. I could name hundreds single parents that are the denied seeing their kids one way or the other.
I successfully fought just for my kid to have the right of making a phone call whenever he desires.
I know off a Tzadik of a Yungerman who hasn't seen his kids for more than a year now for the most ridiculous reasons out there. He just recently started fighting back after getting help from the community.
You see something say something don't let it happen to others!
Thanks again R' Yoel!

איך האב אוכט געזעען די קליפ,סהאט מיך אוכט באטרערט.
אבער דא be honest.
איך בין א קינד פון א נארמאלע שטוב מיין טאטע און מאמע זענען נישט ג׳געט.
איך האב נישט קיין ברעקיל געפיל נישט צו מיין טאטע און נישט צו מיין מאמע.
מיין טאטע האט מיר לכאורה קיינמאל און לעבן נישט געהאלזט אדער געקישט.
מיין מאמע דרייט מיר די ביצים כסדר,און פרובירט מיר צו טיילען דיעות.
מיין טאטע און מאמע ביידע זיצען מיר אופען קאפ,און זענען בלויז א שטער פאר מיר.

אבער טאטע מאמע זענען זיי פארט, עצם מעצמי ובשר מבשרי. ווען דו וועסט איינמאל מחליט זיין אפצוהאקען גענצליך א קשר מיט זיי, אוי וועסטו ליידען. ס'איז נישט מעגליך אפצוהאקען א פיס, ווי מיאוס ס'זאל נאר זיין, און דער בלוט ווערט נישט פארסמ'ט.
אבער ווען דער טאטע איז א מאלעסטע"ר צו וואס, איז דער היזק ווערט דער ריווח. און דאס דארף יעדעס מאל גערעכענט דורך אומאפהענגיקע מענטשען. אבער א היזק איז עס פארט.

רושםאיך האב אוכט געזעען די קליפ,סהאט מיך אוכט באטרערט.
אבער דא be honest.
איך בין א קינד פון א נארמאלע שטוב מיין טאטע און מאמע זענען נישט ג׳געט.
איך האב נישט קיין ברעקיל געפיל נישט צו מיין טאטע און נישט צו מיין מאמע.
מיין טאטע האט מיר לכאורה קיינמאל און לעבן נישט געהאלזט אדער געקישט.
מיין מאמע דרייט מיר די ביצים כסדר,און פרובירט מיר צו טיילען דיעות.
מיין טאטע און מאמע ביידע זיצען מיר אופען קאפ,און זענען בלויז א שטער פאר מיר.
ווען ח"ו עפעס מאכט זיך ביי דיר גייט דיין טאטע מאמע זיך זארגן, אין די ווייסט אז די האסט איינער וואס זארגט זיך.
כמאך נישט אוועק עס איז א פראבלעם דיינע עלטערן זענען לכו מער פין די פריעדיגע דור וואס מזאגט טאטי דארף אפשר א קאפי - אנשטאט פריינדליך די דארפסט א קאפי (מער נאטירליך גערעדט).
אגב ביי די ענד פין די קליפ זאגט ער הולי ברודערס אין שוועסטערס אפי' אויב ענק האבן יא א טאטע/מאמע קאל זיי אן זאגן טאטי איי לאוו יא מאמי איי לאוו יא אפי זיי זענען נישט געוואינט עס צוהערן אין עס איז פרעמד פאר זיי.
כהאף אז די צו דיינע קינדער פירסט דיך אויף אנדערש.
זייער אסאך פון אונזער טאטעס קענסטו זאגען איי לאוו יא און זיי וועלען קוקען אויפען לאמפ.
בפרט די עלטערע דזשנעריזשען.
בפרט די עלטערע דזשנעריזשען.
און זייער א סך פון די טאטעס וועלן דיר שטערן מער ווי זיי וועלן דיר העלפן. (אפשר טאמער וועסטו זיצן אין תפיסה, וועלן זיי דיר שיקן א קדושת לוי אויף חנוכה).
עס האט מיר אנפארטרויט א איד א מיליאנער, אז זיין טאטע איז געווען א פיינע איד, אבער ווען ער וואלט נאך היינט געלעבט וואלט ער קיין מיליאנער נישט געווען.

ווען מען איז אונטער געוואקסן, און מען בויט אן אייגענער שטוב, דארף מען שוין נישט קיין עלטערן בדרך כלל, על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו.
טאמער איז דא א פיינע קשר משפחתי, דאן איז אדרבה, איז עס נישט ווייניגער ווי א קשר מיט א גוטע חבירה אדער שכנים. אבער טאמער נישט דאן לעזזאל...

אבי גערעדט (לדעתי...) נישטא א זאך וואס קען ריפלעיסן עלטערן, אפגערעדט אין פריידן, אבער אין ליידן איז דאס זעכער, ווי ווייט מ'זאל זיך האלטן פון זיי, אבער ווען מ'גייט אדורך א צרה צו וואס נאר עלטערן קענען באמת באקוועם מאכן דעם מענטש
איך פארשטיי לגמרי נישט דער שפראך פון געוויסע, וואס רעדן און קוקן אזוי אראפ אויף זייערע עלטערן.
פאר די יונגער דאס לעבן גייט זיי צו גוט, זיי האבן נישט געמאכט קיין כי הוא זה, נישט זיי מיט זייערע עלטערען, נישט זיי מיט זייערע קינדער.
ג-ט זאל אייך וויטער בענטשען מיט געזונטער און לאנגע יארן מיט פיל נחת פון די קינדער, אין די קינדער זאלן האבן נחת פון זייערע עלטערן.
עס גייט מיר נישט און קפא אריין די הארטע שטיין הארציגע מענטשען, ווי קאלט קען זיין אזא איינער צו רעדן אזוי אן קיין שום הרגשה לטובה כלפי טאטע און מאמע?

א. קיינער ווייסט נישט וואס יענער מאכט מיט. אלזא, מ'קען נישט משפט'ן פון די אייגענע איבערלעבעניש אויף יענעם. אפשר איז יענעמ'ס טאטע טאקע א קריך און א שטער.
ב. דער תועלת וואס מ'האט פון עלטער'ן איז לאו דוקא וואס מ'קען טאפען מיט די הענט. דער הרגש פון באלאנגען אין די וועלט, אז פונ'ם געבורט'ס ביז היינט שטייט נאך די זעלבע גוף וואס איז געווען זיין אכסניא, די זעלבע גוף וואס האט איהם געזייגט, גיבט צו א הרגש פון סטאביליטי. א מענטש וואס האקט זיך אפ פון זיין עלטער'ן איז אנגעפיקעוועט מיט נפשיות'דיגע פראבלעמען. היינט איז עס שווער איבערצוצייגען, ווייל געווענדליך אז מ'האקט זיך אפ איז דאך געווען א סבה דערצו און אפשר איז דער סבה דער טעם פון זיין פראבלעמען. אבער פון קריג'ס איבערלעבער, און איבערהויפט קינדער טראנספארט מענטשען, וואס האבען נישט געליטען פונ'ם קריג מער ווי דאס ווערען אפגעהאקט פון די עלטער'ן, איז עס גאנץ קענטיג, ואבי אמי בתוכם.

דולה ומשקהאיך פארשטיי לגמרי נישט דער שפראך פון געוויסע, וואס רעדן און קוקן אזוי אראפ אויף זייערע עלטערן.
פאר די יונגער דאס לעבן גייט זיי צו גוט, זיי האבן נישט געמאכט קיין כי הוא זה, נישט זיי מיט זייערע עלטערען, נישט זיי מיט זייערע קינדער.
ג-ט זאל אייך וויטער בענטשען מיט געזונטער און לאנגע יארן מיט פיל נחת פון די קינדער, אין די קינדער זאלן האבן נחת פון זייערע עלטערן.
עס גייט מיר נישט און קפא אריין די הארטע שטיין הארציגע מענטשען, ווי קאלט קען זיין אזא איינער צו רעדן אזוי אן קיין שום הרגשה לטובה כלפי טאטע און מאמע?
איך האב עס אויך אמאל נישט געקענט פארשטיין, אבער נאכן הערן פון עטליכע מענטשן פירסט הענד מעשיות אויף זייערע עלטערן וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף (עקסטרעם פיזישע און עמאציאנאלע אביוז), קען איך הערן אז נישט יעדער האט אזוי ליב די עלטערן ווי איך און דו.
דאנק גאט אז דו קענסט עס נישט פארשטיין.
@דולה ומשקה
דאס אז געוויסע עלטערען צוברעכן זייער אייגענע קינדערס פאטאנציעל,טאטעס און מאמעס וואס צושטערן זייערע עצם מעצמ׳דיגע קינדערס שלום בית דאס פארשטייסטו יא ?
וויפיל יונגעלייט און ווייבלעך ביי אונז און קאממיונוטי זיצען מיט פארלייגטע הענט און לעבן נישט די לעבן וואס זיי ווילען באמת,ליגען וואו געפאנגענע,נאר צוליב זייערע עלטערענס פרעשער.
וויפיל שוואכע ווייבלעך געבוירען קינד נאך קינד און לעבן א צופליקטע לעבן,ווייל זיי ציטירען אז אויב זיי וויל נישט מיט גיין מיט די עלטערענ׳ס אגענדא וועלען זיי ווערען פארווארפען פון זייערע באליבטע עלטערען.
אזוי ווי שמעקעדיג שרייבט גיי ארויס אויף די גאס און הער צו אביסעל וויאזוי געוויסע עלטערען בא אונז פיהרען זיך אויף צו א קינד וואס ברענגט זיי נישט קיין נחת, (כדוגמת,גייט אטראפ אנדערש אנגעטוהן ווי די משפחה לחומרא/לקולא, גייט צו די אנדערע רבי,גייט ארבעטען,גייט נישט ארבעטען,ארבעט מיט עפעס וואס איז נישט גענוג מכובעדיג ביי אונז די משפחה. איך קען שרייבען ביז מארגען דוגמאות.
אויב וועל איך אמאל האבען א געלעגנהייט וועל איך פארציילען אפאר מעשיות וואס איך האב מיטגעהאלטען,די מעשיות גייט אהן יום יומיות,נאכדערצו ביי די שיינע משפחות בינינו (און ווער איז קען נישט קיין שיינע יוד ביי אונז)

@שמעקעדיג, @רושם, דאס איז א גאנצע אנדערע נושא.
יואל לעבאוויטש רעדט דא פון אינגאנצען א אנדערע זאך, ער דערמאנט כמה פעמים אין דעם יעצטיגע שטארק מפורסם'דיגע קליפ, ווען דער מדובר איז "געטרייע עסקים". ווייל אוודאי זאלען עלטען נישט קאנטראלירען זייערע קינדער, זיך אריין מישען אין זייער שלום בית וכו' וכו'. און אזוי אויך זאלען נישט די קינדער זיין קיין בני סורר ומורר.
יואל לעבאוויטש האט ארויס געברענגט א נקודה, א גאר שטארקע נקודה, לגבי ווען עס קומען אינדרויסענדיגע אזוי גערופענע 'עסקים' 'כלל טוהער'ס', וואס זיי קומען אריין אינעם בילד ציווישין איש לאשתו, און שלעפען און רייסען אוועק די קינדער מיט א אכזריות פון איינע פון די צדדים. און אלעס מיטן לשם שמים, זיי מיינע 'נאר' דער תועלת פונעם קינד. זאגט ר' יואל: ניין, דער קינד ליידט שטארק ווען ער האט נישט איינע פון זיינע עלטערען.

אמת.
קיינער דיסעגריד נישט און דיע פעלער.
כאב זיך באצויגען אויף די קעפל פון די נושא צו א טאטע האט טאקע אייביג ליב זיינע קינדער.

איך האב זיך באצויגן נאר אויף דיינע ווערטער, דולה.
moshav zekeinimדערציילט מיר א יונגערמאן א גרוש, ער איז געגאנגען צו זיין געוועזענער שווערס רב זיך באקלאגן ובכן מען לאזט אים נישט צו זיין אינגל, דאס טויג דאך נישט פארן קינד אליין?
ענטפערט אים דער רעספעקטירטער רב אז ער זעט דאס קינד כסדר, ער קוקט אויס גליקליך און צופרידן, און עס פעלט אים גארנישט אנעם טאטן. ודפח"ח.
א טיפש פון א רב. אבער פארוואס האב איך דעם געפיל אז דו פארקרומסט א יעדע שמועס צו חרדיזם, דאס ווערט גערופן א "טראלל" אין די אינטערנעט שפראך. גוים קענען אויך צוריקהאלטן קינדער פון א טאטע, עס האט גארנישט צו טוען מיט חרדיזם.
טאקע פרידאם אף ספיטש, אבער עס קומט צו ברעכן, מען דארף אריינלייגן אלע טענות און באקריוודעטקייטן אויף די חרדים אין איין אשכול...
רושםאיך האב אוכט געזעען די קליפ,סהאט מיך אוכט באטרערט.
אבער דא be honest.
איך בין א קינד פון א נארמאלע שטוב מיין טאטע און מאמע זענען נישט ג׳געט.
איך האב נישט קיין ברעקיל געפיל נישט צו מיין טאטע און נישט צו מיין מאמע.
מיין טאטע האט מיר לכאורה קיינמאל און לעבן נישט געהאלזט אדער געקישט.
מיין מאמע דרייט מיר די ביצים כסדר,און פרובירט מיר צו טיילען דיעות.
מיין טאטע און מאמע ביידע זיצען מיר אופען קאפ,און זענען בלויז א שטער פאר מיר.
איך בין אין די זעלבע קאשע ווי דיר, בעיקר קען איך נישט דערליידן מיין טאטע, אבער איך וואוין כאטש נישט נאנט צו זיי, און לעצטענס נאך א דרשה אויף כיבוד אב ואם, ברעך איך מיר און איך רוף אים א יעדע צופרי זאגן א גוט מארגן...
יואלישכ'מיין אז דו מישסט אויס "קאסטאדי און וויזיטעשאן" אישוס (וואס איז פון די דברים קשים מאוד אבער ס'האט מהלכים) מיט alienation וואס איז אלעמאל רציחה און קיינמאל נישט בארעכטיגט. טראכט פון alienation ווי פון מאלעסטעשאן. יעצט פרעג צו ס'איז דא קאמפלעצירטע פעלער ווי מאלעסטעשאן איז בלית ברירה א מהלך.
בדרך אגב, א טאטע/מאמע וואס קען זיך ערלויבן צו alienate איז א טאטע/מאמע וואס הייסט צו צושניידן דאס קינד, גזרו את הילד החי לשניים. און פיל מאל איז דאס א סיבה פארוואס די געריכט וועט אוועקנעמן די קאסטאדי פון אזא טאטע/מאמע.
עס איז לייכט צו רעדן, מען דארף עס אויך אויספירן הלכה למעשה.
איך האב א קרוב וואס די מאן שיקט נישט קיין פעני, די קינדער האבן אים פיינט, זי האב זיך אנגעליטן פון אים, און ליידט נאך אלץ, אבער זי צווינגט זיי צו פארן, און אפילו די הוצאות הדרך צאלט די מאמע ווייל זי ווייסט אז פאר די געזונט פונעם קינד דארף ער עס האבן..
די קשר צו די עלטערן איז נישט קיין טעכנישע און נישט אייביג די פראקטישסטע. די נקודה אז "א קינד דארף א טאטע", איז ווי אויבנדערמאנט, אן אינערליכן דראנג, גרעוועטי, וואס מ'קען נישט פארמעקן. מילא, מאכט נישט אויס צו די טאטע איז אביסל משוגע אדער שערט נישט די זעלבע רעליגיע ווי דאס קינד אד"ג, אמת, ס'קען שאפן פראבלעמען, אבער די סעלושען איז זיכער נישט אפהאקן (סיידן ממש אויסנאם'ס פעלער), וויבאלד דאס גופא איז אויך הארמפול. אזוי ווי א ניק אויבן, האט עס מגדיר געווען: די עלטערן זענען א חלק פונעם מענטש. אז א מענטש ליידט אויף געוויסע גייסטישע אומגעזונטהייטן זאל ער זיך פיינט האבן דערפאר? (ס'גראדע א באקאנטע קאנסעפט "מענטשן וואס האבן זיך פיינט"), זאל ער עס איגנארען? צו זאל ער דילען דערמיט? כ'מיין ס'נישט דיבעיטעבל. אויף די עלטערע יארן ווען די עלטערן ליגן אויסגעלאשן, אין שפיטאל צו אינדערהיים, און די קינדער ברויכן כסדר קומען 'אריינפאפן' (מיט א פתח..), טוישן בגדים, סתם זיצן שעות ארוכות, סטערסט עס דען נישט אויס, פיזיקלי און עמאושענעלי? פרעג נאר איינער וואס איז עס שוין אדורך וואספארא צופראסקעט תקופה דאס איז. פארוואס זיך איבעררייסן? לייגזע אין א האום.. ס'נישט 'הכרת הטוב' וואס טרייבט.. מ'רייסט'צך איבער ווייל די געפיל זאגט אזוי. פעמים מאכט נישט קיין סענס ווי ווייט מענטשן לייגן די עלטערן פאר זיך, ס'טאקע די הארץ וואס טרייבט, נישט די מוח. אז די עלטערן זענען א שטער אינעם קינד'ס לעבן דארף מען פרובירן עס אויסצוארבעטען פונקט ווי מ'ארבעט אויף די אייגענע שטערונגען. מ'מוז נישט, מ'וויל.
שמעקעדיגאיך האב זיך באצויגן נאר אויף דיינע ווערטער, דולה.
נישט ריכטיג, רבי משה יהושע הגר מוויזניץ יוכיח.
אנדערע האבען איהם אנגעדרייט נאך דעם וואס ער איז ארויס געקומען אין די עפענטליך מיט זיין באקאנטע דרשה. ער האט געווארפען ווי א הונט זיין זוהן און אייניקעלך אן דער מינדעסטע רחמנות נישט אריין טראכטענדיג קיין רגע איבער דער וואויל-זיין פון זייער עתיד (דאס איז כולל חתונות, בר מצוה'ס, ברית'ן, וכו' וכו') גארנישט. האט ער געהאט א געפיל צו זיינע קינדער יארן פריער נאך איידער דער פרשה האט זיך אנגעהויבען, מסתמא נישט ווייל ווען יא וואלט דאס קיינמל נישט געקענט פאסירען אויף אזא אופן ווען עס האט געפלאצט.
משא"כ דער אהבה וואס דער זוהן האט געהאט כלפי זיין טאטע האט זיך קיינמאל נישט אויסגעוועפט במשך די לאנגע אכצן יאר, אדרבה ער האט קיינמאל נישט געהאט אויף געגעבען.
בהכרח דארף מען זאגען - אויב מ'קען ברענגן א ראי' פון דעם מעשה - אז דער אהבה וואס א זוהן האט צו א טאטע איז אסאך שטערקער ווי דער אהבה וואס א טאטע האט אויף זיין זוהן.
א טאטע האט ליב א קינד פינטעל
אוודאי אסאך מאל איז דער טאטע פארדרייט און מישט אויס זיינע נגיעות און טרעט אויפן קינד אבער דאס נעמט נישט אוועק אז ער האט ליב דאס קינד ער איז פשוט נעריש און נישט גראד
למשל רושם אנלעס דיין טאטע האט דיר באמת אביוסד אויף א אקטיווער פארנעם איז לכאורה ווייסט ער פשוט נישט וויאזוי זיך צו ארויסברענגען און די מאמע האט נישט די שכל וויאזוי זיך אומצוגיין אבער געווענליך איז דא ליבשאפט
און חוץ פון דעם די אומדירעקטע סעקיוריטי און חינוך וואס עלטערן געבן איז אומשאצבאר אפילו מען זעהט עס נישט אהן
נישט אז עס קומט זיך אייביג קרעדיט פאר די עלטערן אבער פארן קינד איז כמעט אייביג וויכטיג א טאטע
אוודאי אסאך מאל איז דער טאטע פארדרייט און מישט אויס זיינע נגיעות און טרעט אויפן קינד אבער דאס נעמט נישט אוועק אז ער האט ליב דאס קינד ער איז פשוט נעריש און נישט גראד
למשל רושם אנלעס דיין טאטע האט דיר באמת אביוסד אויף א אקטיווער פארנעם איז לכאורה ווייסט ער פשוט נישט וויאזוי זיך צו ארויסברענגען און די מאמע האט נישט די שכל וויאזוי זיך אומצוגיין אבער געווענליך איז דא ליבשאפט
און חוץ פון דעם די אומדירעקטע סעקיוריטי און חינוך וואס עלטערן געבן איז אומשאצבאר אפילו מען זעהט עס נישט אהן
נישט אז עס קומט זיך אייביג קרעדיט פאר די עלטערן אבער פארן קינד איז כמעט אייביג וויכטיג א טאטע
גרויסע מענטשעלע
כהאף אז די צו דיינע קינדער פירסט דיך אויף אנדערש.
!!That's the main
כמיין אז די רעדע פון ליבשאפט איז נישט די נקודה דא. א קינד "ברויך" ביידע עלטערן פונקט ווי ער ברויך עסן. אז א קינד'ס סיסטעם גייט כאדאראם און ער שפירט נישט קיין הונגער מיינט נישט אז ער "ברויך" נישט קיין עסן. ער וועט גאנץ פשוט פיזיש שטארבן אויב עסט ער נישט. א קינד וואס מחמת איזהו סיבה זאגט אז ער וויל נישט זעהן זיין/איר טאטע אדער מאמע מיינט נישט אז ער/זי קען דאס גייסטיש סורווייווען.
בלויע רעקלmoshav zekeinimדערציילט מיר א יונגערמאן א גרוש, ער איז געגאנגען צו זיין געוועזענער שווערס רב זיך באקלאגן ובכן מען לאזט אים נישט צו זיין אינגל, דאס טויג דאך נישט פארן קינד אליין?
ענטפערט אים דער רעספעקטירטער רב אז ער זעט דאס קינד כסדר, ער קוקט אויס גליקליך און צופרידן, און עס פעלט אים גארנישט אנעם טאטן. ודפח"ח.
א טיפש פון א רב. אבער פארוואס האב איך דעם געפיל אז דו פארקרומסט א יעדע שמועס צו חרדיזם, דאס ווערט גערופן א "טראלל" אין די אינטערנעט שפראך. גוים קענען אויך צוריקהאלטן קינדער פון א טאטע, עס האט גארנישט צו טוען מיט חרדיזם.
טאקע פרידאם אף ספיטש, אבער עס קומט צו ברעכן, מען דארף אריינלייגן אלע טענות און באקריוודעטקייטן אויף די חרדים אין איין אשכול...
גערעכט מען וואלט געדארפט מתקן זיין פון רב צו עסקן
אפילו ער קען זיין א רב אבער עס האט נישט צוטון מיט זיין תורה אדער רבנית נאר פשוט ווייל ער איז אן עסקן (און דאס האט הרה"צ מפעסט געמיינט מיט עסקנים)
מגייט דא אריין און זייער א לאנגע סוגיא.
אפאר נקודות.
סאיז זעכיר דא יתומים וואס זענען אנגעקומען זייער אסאך און לעבן ,אהן האבען א טאטע .
און סדא צווישען זיי וואס וואלטען קיינמאל נישט אנגעקומען ווי זיי זענען מיט א טאטע.
ביי מענטשען וואס זענען גרויסע בעלי כישרון און שטארקע פערזענליכקייטען,מאכטסיך זייער אפט אז א טאטע איז א שטארקע שטער זיך צו קענען אויסשפרייטען זייער מציאות,און ארויסגעבען זייער כוחות בשלימות.
(ביי חסידים ווייסט מען פון צאנזער רב און שינאווער רב,איך האב אוכט אמאל געזעען געשריבען איך געדענק נישט ווי,אז ר׳ נתן אדלער האט געהייסען דעם חת״ם סופר אלץ בחור אפצוהאקען פון זיין טאטע,ווייל ער איז שטער פאר זיין הצלחה.)

mevakeshא טאטע האט ליב א קינד פינטעל
אוודאי אסאך מאל איז דער טאטע פארדרייט און מישט אויס זיינע נגיעות און טרעט אויפן קינד אבער דאס נעמט נישט אוועק אז ער האט ליב דאס קינד ער איז פשוט נעריש און נישט גראד
למשל רושם אנלעס דיין טאטע האט דיר באמת אביוסד אויף א אקטיווער פארנעם איז לכאורה ווייסט ער פשוט נישט וויאזוי זיך צו ארויסברענגען און די מאמע האט נישט די שכל וויאזוי זיך אומצוגיין אבער געווענליך איז דא ליבשאפט
און חוץ פון דעם די אומדירעקטע סעקיוריטי און חינוך וואס עלטערן געבן איז אומשאצבאר אפילו מען זעהט עס נישט אהן
נישט אז עס קומט זיך אייביג קרעדיט פאר די עלטערן אבער פארן קינד איז כמעט אייביג וויכטיג א טאטע
אוודאי דארף א קינד א טאטע,
אנפארטענשלי איז דער געבוירער פונעם קינד נישט אייביג קוואלפיצירט צו זיין א טאטע .
איך קען טאטעס וואס זענען נישט געקומען צו זייער קינדערס חתונות,ווייל זיי האבען נישט געוואלט נישט ווייל מהאט זיי נישט גערופען.
אוודאי איז דא אזא זאך ווי א נאטורליכע אהבה,וואס איעדער האט ליב זיין איין יעריגע בעבי,די שאלה איז שפעטער ווען דער קינד וואקסט אונטער,די קינד ווערט א שטיקעל מענטש,די טאטע הייבט אהן צו זעען די חיסרונות פון די קינד,די טאטע קען נישט ליידען אז די קינד גייט זיין אייגענע וועג,
דעמאלס ווערט ליידער זייער אסאך מאל די אהבה פארשטעקט און אנשטאט אהבה הייבט אהן צו ברענען שנאה.
מזעעט ליידער טאטעס וואס קענען נישט דולדען געוויסע פון זייער קינדער,טאטעס וואס דערנידערען געוויסע פון זייער קינדער,טאטעס וואס צוהאקען זייער קינדער דורך דערהייבען איין קינד איבער די אנדערע,יא סאיז ליידער דא בינינו.
און די אמת איז סאיז נישט קיין גרינגע זאך,מדארף האבען גוטע מידות צוזיין א גוטע טאטע,און צוזעען ווי די קינד גייט זיין אייגענע וועג און נאכאלץ ליב האבען די קינד.
מדארף קענען דערהייבען א קינדס חסרונות (אדער בעסער געזאגט, דולדען די אייגענע חיסרונות וואס מזעעט אונעם קינד),דערהייבען א קינד וואס איז נישט די געלונגסטע,א קינד וואס איז לאו דווקא די מוראדיגע נחת יונגעל.
איך קען מענטשען וואס צו אנדערע מענטשען און בית מדרש רעדן זיי אייביג העפליך מיט רעספעקט,אבער צו זייערע קינדער רעדן זיי ערגער ווי צו א קנעכט.
זיי קוקען אהן די קינד ווי עפעס א נכס וואס זיי האבען,אהן קיין שום רעספעקט און זיי האבען נישט קיין געדולד צו זיי.
סאיז נישט קיין אוטאמעטיק,מדארף אסאך ארבעטען אויף זיך צוזיין א גוטע טאטע.
רושם
(ביי חסידים ווייסט מען פון צאנזער רב און שינאווער רב,איך האב אוכט אמאל געזעען געשריבען איך געדענק נישט ווי,אז ר׳ נתן אדלער האט געהייסען דעם חת״ם סופר אלץ בחור אפצוהאקען פון זיין טאטע,ווייל ער איז שטער פאר זיין הצלחה.)
שינאווער רב איז שוין געווען אן ערוואקסענע מענטש און זיי האבן זיך געקריגט און הלכה וכו'
אבער ביים חת"ס איז די מעשה גאר אנדערש
די מעשה גייט אזוי (לויט ווי עס ליגט מיר אין זכרון) אז דער חת"ס האט געזאגט א דרשה און זיינע אינגע יארן (אפשר גאר פאר די בר מצוה) און געפרעגט א קשיא בשם זייערס א זיידע (ווידער פארגעסן ווער) און אפגעפרעגט די קשיא אז עס איז בכלל נישט קיין קשיא, פון ציווישן די עולם שטעלט זיך אויף זיין טאטע און גייט צו צו עהם און לאזט עהם אראפ א פאטש (די צווייטע פון זיינע דריי פעטש) און ער איז אראפ פון די בלעמער פארשעמטעהייט
זיין רבי ר נתן אדלער האט עהם געלאזט רופן אז ער זאל מער נישט רעדן צו זיין טאטע און אפילו נישט וואוינען ביי זיין טאטע וכך הוה
אבער לאמער צולייגן נאך איין פרט אז די הייליגע חת"ס האט אבער נישט געקענט אויסהאלטן און ער איז אוועקגעפארן פון פפ"ד אויף צוויי יאר ווייל ער האט געמיינט אז עס וועט עהם זיין גרינגע (אויב איך געדענק גוט איז ער צוריק געקומען ווייל ער האט זיך געבענקט נאך זיין רבי ר' נתן)
נ.ב. א שטיקל טובה איז ארויסגעקומען פון זיין אוועק ציעהן אז דער שופט ביי דעם באקאנטע מעשה וואס האט עהם דערקענט פון יארן פריער ואכמ"ל איז דער באגעגניש געווען דעמאלס
בלאט: 1 2