☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » איך בין א "אייוועלט איד"

איך בין א "אייוועלט איד"

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9917
בלאט: 1 2

בעל מדות » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 3:07 pm

· #313449
איך בין א "אייוועלט איד"
אויף אייוועלט איך שרייב
חלילה מיטיילן פאר מיין ווייב
צום עקספערט זי וועט לויפן
מפטיר יונה זיך איינקויפן

צו אייוועלט איך געהער
איך בין געסעטלט איך קלער
איך דריי זיך מיט א געפיל
איך ווער רעספעקטירט אין שול

צו אייוועלט איך באלאנג
איך פרוביר שטייגן אין ראנג
ווערן הויעך צווישן די אחראים
מיט די צייט קענען מעקן אלע פראים

אייוועלט איז מיין קרייז
מיין ניק איז "אייער-שפייז"
איך שרייב די וועטער
ווי איך הער פון מיין פעטער

איך פארמער מיינע תגובות
מיט תורות פון שאלעשידעס
צו גרוסן דריי מאל טעגליך
דאן פייערן תגובות פארמעגליך

אין גראמען כ'בין א סעלעב
פון די בעסטע אויפן געוועב
אלץ וויסנשאפטלער מיר מען האלט
אין רוחניות, א הויעך געשטאלט

אין טון חסד איך בין אנערקענט
גרינע איך טייל און ספענדט
מען שעצט מיר זייער ערליך
איך בין א מחמיר געפערליך

אויף אייוועלט איך לעב
ווי א מאגנאט איך קלעב
איבערשרייבן ספרים
מוחה זיין אויף גראבן קברים

מיט א לשם יחוד און גארטל
מיט א משומר קארטל
צופלאטשקען די פאות, די הוט אנטון
לאמיר מוחה זיין, דא יעדן נאכטון

ווי די אקסידזשען אויפן פלאץ דא
עגבערן, און מחאות, בכל עת ושעה
זיך דערטרענקען אין פיש-זאפט
ווי די קאר גאז, צום מענטש נאפט

משפיע זיין עצבות און קלאג
לזכר חורבן בית המקדש יעדן טאג
ווער קען בעסער ארימטרוילן
ווייזן די וועלט די טייטש פון פארגרוילן

אויף אייוועלט איך געב אנאליזן
אין רוחניות שארפע שפיזן
ווער איז נישט לויט מיינע סטאנדארטן
צו מאכן געלט זאל ער ווארטן

איך בין א אייוועלט שטיצער
ביי מיין טאטן אן אויסניצער
זיין קאמפיוטער גרין און געל
זען מכלומרשט ביזנעס אימעיל

אייוועלט איך בין אנערקענט
ברעכן נייעס, באשמירן די ווענט
א פרישע אשכול שנעל פאבריצירט
אז קאשוי שול אין מאנסי רענאווירט

ברעכן נייעס אין אייוועלט איך טוה
די יונגערע ניקים נישט לאזן צורוה
א שר האלפיים אט איך ווער
טעגליך גוט מארגן תגובות כ'פארמער

פון גילוי איך צצצציייטער
אויב אויסגעפונען מיין מוטער
זי וועט טוישן נאמען לעגאל
מיר איינבינדן אין שטאל

מיט אנעים זמירות בין איך נאנט
אין געשעפט נישט ווערן אייגעמאנט
קיין לאנדאן כאף צו פארן
צאלן געלט, זיך איינשפארן

אדאנק עטליכע ניקים
מיט ספעלן געהאלפן אזוי סך
איך ווייס אז עס גראמט שוין נישט
אבער אויף אייוועלט קען אזאנס אויך מיטגיין

שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 3:52 pm

· #313456
גיט געזאגט נאר ווייניג געזאגט!
ברעכאץ איז א אנדערסטיעטמענט!!!
איך האלט מ'דארף עפענען א נייע בלאג נישט אזוי געצוימט ווי אייוועלט און אוודאי נישט אזוי גרויליג ווי די ניי קאווע שטיבל! אדער גאר זאל קאווע שטיבל צירוק בוקומען איהר ארגינעלען חן און די אלע צואה טרינקער זאלען עפענען א אייגענען בלאג אין סוער פונעם moishav zekeinim אדער ווי ערגעץ אין רוחות-וויל און ווער עס גלייכט די דשענדערטויש און די אלע נאבעלע א.ט.ד.'ס זאלען גערען אהין גיין....

בעל מדות » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:08 pm

· #313474
[ציטאט אראפגענומען]

אז דו רעדסט שוין יא, איך טרעט נישט אריבער די שוועל לעצטענס דא אויפן שטיבל, טראץ מיין דראנג צו באזיכן דא, האלט איך זיך איין צוליב וואס "קאווע שטיבל" איז פארשוואנגערט מיט א "שעדליך פארפעסטעוועטע דייעריע" אנגעקאקט מיט וויירוסעס, ניקים וואס וואלטן שוין לאנג נישט געדארפט זיין דא, און זיצן דא על אפם פון רוב אקטיווע שרייבער אויף קאווע, באמיסטיגנדיג די פעלדער מיט שמוץ און כפירה ליידער.
איך האב איבער "10" ארטיקלען וואס איך האב זיך אפגעהאלטן פון אהערברענגען, נישט ווילנדיג זיך דרייען דא צוליב די אנשיקענישן, און איר ווייסט אז איך פלעג האלטן און איין ברענגען סחורה מיט וואס די ציבור פלעגט זיך באלעקן.

זיי פארמאגן א אייגענע וועפ-זייטל אגעס עס סאקט קומען זיי אן דא צוריק, מען דארף זיי ארויסרייסן מיט די ווארצלען און אויפהענגען אויף די שטריק, זאלן זיי פלאטערן אינאיינעם מיטן שכן'ס אינטערהויזן, מען האלט אינאיין דערקלערן אז מיר זענען נישט נייגעריג אין זייערע חכמות, טא פארוואס איבערקייען שטרוי.

אנאנים מען דארף פשוט סטרייקן אזויווי איינגעפירט ביי יעדע ציוויליזאציע.

גר ותושב » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:13 pm

· #313476
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
Please stop the hate!!!!!

די יונייטעד נעישענס האט געבעיטן אז ביידע צדדים זאלן זיך פירען מיט אן איינגעהאלטן קייט עס זאל נישט פארערגערן די מצב.
קיין איינער פון די צוויי צדדים זענען נישט ציפרידען ווי די מצב קוקט יעצט אויס העצן וועט נאר מער ערגער מאכט ביטע זייט אנגעהאלטן נישט צו פארערגערן די מצב איך גלייב אז מען קען שיקן די טענות צו די גבאים און זיי גייען פרובירן צו קער נעמען אבער רבותי דורך העצן קומט מען נישט אן אינערגעטס.

נאסע ליילעך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:27 pm

· #313480
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
אה.. מיי בעעד. איך האגעמיינט אז "קאווע שטיבל" איז א פלאץ ווי יעדער קען ביישטייערען זיינע געדאנקען און עס אויסשמועס'ן מיט אנדערע. נישט אז מיר אינטערסירט עס דווקא, אבער די געדאנק פון דעם בלאג איז אז מ'קען דא רעדן ברייטער'ס ווי דער אלגעמיינער גאס פארנעמט (ביז שמוץ). אז מ'הויבט אן אוועקשטעלן גייד ליינס, איז אין לדבר סוף. יעדער האט'צך זיינע לימיט'ס, ואין דעותיהן שוות. א צווייטער העט'צך באלד אפרעדן אויף די באד'זשי וואס יואב דערמאנט אין זיין לעצטיגע מייסטערווערק. די פוינט איז, שמוץ וכדומה, איז ביי יעדן אנגענומען אלץ אפגעפרעגט, עטליסט אלץ א נארמאלע ענווייערמענט. אבער פונדאמענטואלע ווערדעס איז ביי יעדען אנדערש, ווען א אלגעמיינער סענס סטריט יודל כאפט ווען א בליק אויף קאווע שטיבל (מיט די א.ט.ד'ס החוצה) וואלט ער אויך שומו שמים'ט דערויף. סאטמאר רב וואלט'צך אפשר אויסגעדריקט: "ענדערש זיך אנליינען מיט צוואנציג סעקלוארע ביכער ווי איינמאל באזוכן קאווע שטיבל!".. אולי. כ'פארשטיי אז פארשפרייטן כפירה קען זיין איז עפעס אנדערש, כ'זעה אבער נישט פארוואס די ברייטקייט זאל זיך דא אפשטעלן. בכלל, אויב איז עפעס ניי דא איז עס די 'צואה-ברעכאטס' גערעדאכטס... באמת דעיס איז דעפינטלי איינע פון די פרינצעפל'ס פון קאווע שטיבל, און פון מענטשהייט. קאווע שטיבל האט שוין נישט די זעלבע חן ווי אמאל, וואס? יאפ, דעט'ס לייף, מיין משגיח פלעגט אויך אזוי פארפירן אויפן היינטיגן דור.. "היינטיגע יונגווארג"... איטסע מעטטער אף טעיסט.

Sent from my SM-T800 using Tapatalk

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:32 pm

· #313483
די פייערדיגער ווערטער דערמאנט מיר פון די פייערדיגע דרשות קעגן פירצות ביהדות דורך די אפוטרופסי הדור, פיליפ, און טעלער ודומיהן.

שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:44 pm

· #313487
נאסע ליילעך

גיי הענג אויף דיין @נאסע לאלעך ערגעץ אנדערש!
דאס איז נישט קיין matter of taste!
חז"ל באטיטלען דאס מיט "צואה רותחות!!! באלד וועלען די אלע גיט מאכערס און יו ען רעדנערס מסביר זיין יעדער האט ליב צי עסען אנדערע צואה, איינער מער דייעריעאיש געשטימט וכדו' איך וויל נישט אריין גיין צי טיעף אבער עס איז טיפער פונעם שאול תחתית...
עס איז נישטא קיין פשרות מיט אנגעפרעסענע כופרים!!! עטץ שטיקטס און סרוכעטס פון א סוער פלענט עטס זענטס אנגעפיקעוועט מיט אלע ערליי גיפט....
ניין איך קים נישט פון סענס סטריט און אויך נישט מיין טאטע, איך געהער בכלל נישט קיין סאטמאר און נישט דאס איז די שמועס דא, עס איז נישט נערמאל ווי איעדע פארפוילטע עפל האט באקומען דא א פלאטפארמע ווי אויסציגיסען זיין אפפאל! און יעדער מיז דא שמעקען זייער פארשטינקעמע אינטערוועש וואס זיי האבען דא אויפגעהאנגען!!!
פליס געט דע HELL אויט אוו הער! און אז עט ווילטס נישט וועל מיר אונז גיין, דאס וועט זיך ווענדען אין די מנהלים מחליט צי זיין אויף וועלכע וועג דער שטיבל זאל פארען
אבער זייטס זיכער אז אזוי וועט עס נישט בלייבען!
אין אדם דר עם נחש בחפיפה אונז זעמער זאט ביז ארויף פון ענקער דרעק...

----
דער אלטער קאקער פונען @moshev zekeinem האקט

ישראל קאפקע » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:47 pm

· #313488
moshav zekeinim
די פייערדיגער ווערטער דערמאנט מיר פון די פייערדיגע דרשות קעגן פירצות ביהדות דורך די אפוטרופסי הדור, פיליפ, און טעלער ודומיהן.

הרב מושב, איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער איר באנוצט זיך מיט די זעלבע סטיל 'פייערדיגע ווערטער' וועגן די 'שרעקליכע געפארן פון חרדים' וואס מען מוז 'אויסרייסן און אונטערברענגען'.
צו אונזער שווארץ מזל ביזטו איבערגעצייגט אז דאס קומט דווקא אויף דעם פארום וואו 75% פון די באטייליגטע פאלן אריין אין די געמיינדע וואס מען דארף פייערדיג אונטערברענגען. טעלער, דייטש און פיליפ טוען דאס כאטש נישט דא.
(איך פארשטיי אז איז האט א תירוץ אז איינער האט אייך פערזענליך בארירט, אבער דאס איז אונז גאנץ ווייניג נוגע און טוישט נישט די וועג ווי אזוי אייערע ווערטער ווערן אנגענומען).

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:58 pm

· #313491
צו אלע וואס ווילען אנטלויפען מחמת די כפירה וואס דרייט זיך דא -

לדעתי דארף מען טוהן פארקערט. דער מציאות איז קלאר, טאמער רוב רובם פון אקטיווער שרייבער'ס וועלען נישט האנדלען יענער סארט נושאים, ווען די אשכולות וואס ווילען פרעדיגען קעגען תורה און שומריה וואלט'ן געבליבען פאריתומ'ט און כמעט נישט ארויפגעקומען אינ'ם 'אקטיווע אשכולות' רשימה, ווייל די מאמינם וואלט'ן אויפגעהאלטען זייער חלק פונ'ם שמועס, וואלט דער שטיבען נישט אזוי געשטינקען.

לדעתי דארף מען לאזען די אמונה אשכולות געפיהרט ווערען נאר על מי מנוחות, אהין און צוריק מיט שכל און דרך שאלה ותשובה. און דער וואס באלאנגט נישט דארט, אי ווייל ער האט נישט קיין יד אין די זאכען, אי ווייל ער האט נישט דער מעגליכקייט פון רעדען איידעל אין די זאכען, וועט ממילא נישט אריינקומען.

אבער אנטלויפען איז נישט דער עצה. גענוג און נאך מענטשען דא אין ק"ש האבען נישט קיין צווייטע פלאץ צו זיין. זיי זענען צו אויפגעקלערט פאר אייוועלט און צו פרום פאר פאליש. ווען נישט פאר'ן ק"ש האבען זיי נישט קיין ברירה, און דער פשטות איז אז מ'וועט אנקומען קיין פאליש, רח"ל. לצורך הרבים והיחיד ווערען אלע געבעטען צו שרייבען און מחזק זיין דער שטיבעל, מיט שכל און אויסגעהאלטענקייט, ומעט מן האור דוחה הרבה מן החשך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:05 pm

· #313492
אסאך האבען שוין אריינגעהאקט, אבער איך וויל נאך צולייגען.
למעשה זענען דא אסאך וואס דרייען זיך אין דער חסידיש'ע געזעלשאפט וואס ס'באדערט זיין קשיא'ס אין אמונה. מאנכע זענען קלוגע, מאנכע זענען פארביסען און אנדערע האבען געוויסע נושאים וואס עסט זיי אויף. אבער אסאך האבען איין פראבלעם. זיי שפירען ביי זיך דערשטיקט, זיי קענען זיך אין ערגעץ נישט אויסגעבען. דעריבער זענען זיי אין געפאר אז איין שיינע טאג וועט אלס פלאצען, און ווער ווייסט וואס וועט אלס זיין דער collateral damage. ווען זיי האבען א וועג ארויסצולאזען זייער קשיא'ס אביסל און זען אז מ'נעמט עס ערנסט און דער וועלט קומט נישט צו א סוף, קענען זיי ווייטער לעבען מיט'ן אנערליכע רנגלעניש. ווען מ'וואלט אלס אויפגענומען מיט דרך ארץ, אפילו דער וואס ס'קומט זיך איהם נישט כגון moshav zekeinim ודעימיה, וועט יענער מסוכנ'דיגע איינזען אז זיין קשיא'ס זענען נישט קיין גאנצע סתירה צו דער לעבען, און אפילו ער שרייבט זיך נישט איין, ער רע'אגירט נישט, מ"מ קען מען איהם בארו'איגען דערמיט.
לדעתי דארף מען דאס אויך נעמען אין חשבון.

שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:07 pm

· #313493
ליטוואק פון בודאפעסט
צו אלע וואס ווילען אנטלויפען מחמת די כפירה וואס דרייט זיך דא -

לדעתי דארף מען טוהן פארקערט. דער מציאות איז קלאר, טאמער רוב רובם פון אקטיווער שרייבער'ס וועלען נישט האנדלען יענער סארט נושאים, ווען די אשכולות וואס ווילען פרעדיגען קעגען תורה און שומריה וואלט'ן געבליבען פאריתומ'ט און כמעט נישט ארויפגעקומען אינ'ם 'אקטיווע אשכולות' רשימה, ווייל די מאמינם וואלט'ן אויפגעהאלטען זייער חלק פונ'ם שמועס, וואלט דער שטיבען נישט אזוי געשטינקען.

לדעתי דארף מען לאזען די אמונה אשכולות געפיהרט ווערען נאר על מי מנוחות, אהין און צוריק מיט שכל און דרך שאלה ותשובה. און דער וואס באלאנגט נישט דארט, אי ווייל ער האט נישט קיין יד אין די זאכען, אי ווייל ער האט נישט דער מעגליכקייט פון רעדען איידעל אין די זאכען, וועט ממילא נישט אריינקומען.

אבער אנטלויפען איז נישט דער עצה. גענוג און נאך מענטשען דא אין ק"ש האבען נישט קיין צווייטע פלאץ צו זיין. זיי זענען צו אויפגעקלערט פאר אייוועלט און צו פרום פאר פאליש. ווען נישט פאר'ן ק"ש האבען זיי נישט קיין ברירה, און דער פשטות איז אז מ'וועט אנקומען קיין פאליש, רח"ל. לצורך הרבים והיחיד ווערען אלע געבעטען צו שרייבען און מחזק זיין דער שטיבעל, מיט שכל און אויסגעהאלטענקייט, ומעט מן האור דוחה הרבה מן החשך.

פיין געזאגט!
למעשה טוען מיר אזוי פאר א לאנגע צייט שוין, מיר באנעמען זיך בכלל נישט - נישט נאר נישט צי די נושאים, - נאר אויך נישט צי די ניקים בכלל
אבל דא עקא אז זיי האבען גענומען דעם ווארט און איעדער נושא ברענגען זיי אריין זייער טוילעט.... צי מ'רעדט פון חינוך אדער וואס אימער קימען זיי אן מיט'ן פראבלעם פונעם סיסטעם וכדו'!!

שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:15 pm

· #313495
ליטוואק פון בודאפעסט
אסאך האבען שוין אריינגעהאקט, אבער איך וויל נאך צולייגען.
למעשה זענען דא אסאך וואס דרייען זיך אין דער חסידיש'ע געזעלשאפט וואס ס'באדערט זיין קשיא'ס אין אמונה. מאנכע זענען קלוגע, מאנכע זענען פארביסען און אנדערע האבען געוויסע נושאים וואס עסט זיי אויף. אבער אסאך האבען איין פראבלעם. זיי שפירען ביי זיך דערשטיקט, זיי קענען זיך אין ערגעץ נישט אויסגעבען. דעריבער זענען זיי אין געפאר אז איין שיינע טאג וועט אלס פלאצען, און ווער ווייסט וואס וועט אלס זיין דער collateral damage. ווען זיי האבען א וועג ארויסצולאזען זייער קשיא'ס אביסל און זען אז מ'נעמט עס ערנסט און דער וועלט קומט נישט צו א סוף, קענען זיי ווייטער לעבען מיט'ן אנערליכע רנגלעניש. ווען מ'וואלט אלס אויפגענומען מיט דרך ארץ, אפילו דער וואס ס'קומט זיך איהם נישט כגון moshav zekeinim ודעימיה, וועט יענער מסוכנ'דיגע איינזען אז זיין קשיא'ס זענען נישט קיין גאנצע סתירה צו דער לעבען, און אפילו ער שרייבט זיך נישט איין, ער רע'אגירט נישט, מ"מ קען מען איהם בארו'איגען דערמיט.
לדעתי דארף מען דאס אויך נעמען אין חשבון.

אבער פארוואס מאכען א קיגעל פון דעם???
עס איז דא געניג אידען וואס האבען נישט קיין קשיות אין אמונה און אפילו אויב יא ווילען פארט לעבען און זיך מחזק זיין מיט אמונה, דארף זיין א עקסטערע שטיבל מיט ספעשלס וואס קענען זיך באנעמען מיט אט די חברה! אבער עס איז beyond אונזער מהלך
עס איז דא אלע ערליי organisations עס איז זיכער דא וואס ווייסען וויזוי צי האנדלען די חברה, ווער זאגט אז ק"ש איז א פלאץ פאר קשיות אין אמונה? אדער פאר מענטשען וואס האבען קשיות?
וועסט דאך אוודאי פרעגען ווער זאגט אז ק"ש איז פאר מיר? גיט געפרעגט... גיב א קיק וויאזוי און מיט וועם עס האט זיך געגרינדעט און זאג די דעם אנטווארט..
און אפילו נישט דאס איז איינמאל קלאר אז מ'דארף מאכען א טיילונג ווי אין אונגארען... משלנו או לצרינו
90% פון ק"ש איז יעצט נישט ציפרידען מיט'ן וועג וויזוי עס לויפט יעצט!
הוא אשר דברנו זאלען די מנהלים אפמאכען פארוועם עס איז געמאכט און די אנדערע וועלען גרינדען א נייע בלאג!
אבער דאס איז קלאר עס ארבייט נישט ציזאמען....

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:27 pm

· #313499
ליטוואק ביזט ראנג. ס'זענען געווען גענוג און נאך ניקס וואס פלעגן דא שרייבן איבער האקעלע נושאים למשל לעיקוואד, יאיר, יואליש און נאך, און פון קיינעם פון זיי האט נישט געשפראצט האס, זיי האבן נישט באשמיצט קיין גאנצע עדות אידן. אין זייערע אויפגעקלערטע תגובות האבן זיי צומאל ווינדערליך געקענט גאר קומען צו זיין אויפן צד פונעם 'סיסטעם', פון די 'אין די באקס' אידן, וויאזוי? ווייל זיי האבן געשריבן אויפריכטיג אן קיין אגענדעז! זיי זענען נישט דא געווען צו פארשעמען און טשעפען, און זיי האבן דעבעיטעט מיט רעספעקט!
וחלופיהן איז אויף די אנדערע א.ג. יעצטיגע אויפגעקלערטע ניקס וואס רעגן אויף יעדן נארמאלן וואוילן, אפילו נישט 'אין די באקס' אידן וואס דרייען זיך דא.

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:08 pm

· #313509
און וואו און פארוואס זענען זיי פארשווינדן?

איינע פון זיי האט מיר געזאגט אז ער זעט נישט קיין תכלית מיטן אויפקלערן און קאווע שטיבל, מען שרייבט און שרייבט די לעצטע פאר יאר און אלעס בלייבט ביים זעלבן.

א צווייטער ניק נאך וועם אלע בענקען זיך האט מיר געזאגט אז "די צמצום אין קאווע שטיבל איז אים דופק די ביצים".

נאסע ליילעך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:29 pm

· #313513
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
אזוי ווי ליטוואק שרייבט, ווען מ'זעהט עפעס א נעגעטיוו'ן תגובה צו באשרייבונג, אויפן סיסטעם, מיינט נאכנישט אז דער יעניגער איז א כופר אדער א שמץ של כופר. ער געט פשוט ארויס זיין בויך וויי, איבער וואס פיל פון די מיטגלידער זענען איינשטימונג דא. אפילו מ'זעהט אביסל האס (וואס איז קיינמאל נישט כדאי) איז אויך נישט עק וועלט. האבן פאבלעמען מיטן סיסטעם האט נישט קיין שייכות מיט אמונה, ער קיין זיין גאר א גאטפארכטיגער פערזאן. אדרבה זאלן די מנהלים מעורר זיין פונקטלעך הראוי ושאינו ראוי און האלטן דעם פארום אויף די ריכטיגע ליניע. נאך איין הערה: ס'נישט קיין חדר דא ווי מ'פליקט'צך איינער דעם צווייטן פערזענליך, ס'קונדעריש, אינעפעקטיוו, און איבערהויפט נישט מענטשליך. אז ס'דא א פראבלעם איז גוט מעורר צו זיין און זעהן ס'זאל וועיפערייזן. מלחמה איז די לעצטע מיטל אפילו מ'דילט מיט עשו.

Sent from my SM-T800 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:32 pm

· #313515
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
יא יא ליפא, אבער אין די שיינעדיגע טעג פון ק"ש האבען די מושב'ס געשוויגען. דאס פארטרייבען לעיקוואוד האט אונז אנגעברענגט דער זינלאזע האס, וואס איז הן נישט חכמה'דיג הן נישט אידיש.

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:42 pm

· #313517
לעיקוואוד איז אוועק פאר עפעס אנדערש אינגאנצן, ער האט געוואלט מ'זאל מער נישט שרייבן אנאנים עפעס אזוי אויב געדענק איך גוט. אלנפאלס זעסטו אז זיי קומען דאך נישט צוריק אפילו יעצט ווען ס.זענען שוין דא די נישט 'מצומצמים', נו זעט נישט אויס אז דאס איז דער ענטפער.

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 8:29 pm

· #313531
זיי זענען נישט גרייט זיך צו שלאגן מיט אלע הייליגע חברה אזוי ווי איך. זיי זענען נישט גרייט מען זאל זיי רופן "טוילעט", אדער "אנגעווייטוגטער". איך האב אמאל אנגעהויבן צוטירן חלקים כתבים פון פארשידענע רעליגיעס, האט מען ווילד אטאקירט דערגעגן. אויך מיינע אשכולות מיט מיינע אינטערוויוס מיט דרייווערס און א אריינפיר צו די ערשטע פילאזאפן האט מען אראפגעריסן, וועלעכער ברייטער קאפ איז אינטרעסירט זיך צו שלאגן מיט שטעך ווערטער פאר יעדער צווייטער נושא וואס שטימט נישט אין איינעם'ס קעסטל.

אפילו צו סתם אור אלטע היסטאריע און דברי חכמה איז דא פארהאן א שוואכע אינטערעסע. דער עיקר וואס דער עולם ליינט מיט דארשט איז דאך לעצטיגע פאליטיק פונעם דור הקודם וואס דאס רופן זיי היסטאריע (גיב א קוק פון וואס דער היסטאריע פארום באשטייט...), אדער קייט מען איבער די סעלבע שער באשה און מוסדות פראבלעם נאכאמאל און נאכאמאל אן קיין תכלית'דיגער שריט. אז ראובן האט געוואלט איבערזעצן עת לאהוב איז גארנישט געווארן דערפון.

הכלל, דער עולם האלט דא בעיקר ביים פאטשקענען, אבער ווען איינער פאטשקעט אויף א נייער אופן, אדער קומט מיט א נייער ווינקל אין היסטאריע אויסער מקורות פון אידישע מנהגים, איז ער עלול אראפ געריסן צו ווערן.

שלמה המלך » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:14 pm

· #313549
די וואס ווערען אראפגעריסען אז זיי זענען א "טוילעט" איז נישט ווייל זיי האבען געברענגט מחקר אביסעל ארויס פונעם באקס
כלל וכלל לא
זיי ווערען אראפגעריסען ווייל אין איעדע ארטיקל מיז מען צילייגען האס ווערטער! אדרבה דוק ותשטעך... אין יעדע ציווילע שמועס קימט פריש א שטעך א צינישער שמייכל וכדו' אויף כל הקודש לנו!!
יא אונז זעמער גענוג ברייט והא ראי מיר דרייען זיך אין ק"ש און יא אייערוועלט איז געוועהן צי שמאל פאר אונזעערע קעפעלעך! אונז זעמער רייף פאר נאך, טיפער וכדו' אבער נישט אויפ'ן חשבון פון זאכען וואס זענען פארהייליגט באנונז! אונז זעמער נישט גרייט אס מ'זאל אראפרייסען חז"ל בשום פנים ואופן און אויך נישט די זוה"ק און מיש נישט קיין קיגעל פון פיליפ טעלער און בעק מיט'ן חז"ל אר"י הק' און בעש"ט
אונז קעמער אויך די כוזרי וכדו' אבער האט אונז נישט געברענגט קיין האס צי וועלעכע זענען שמעלער פון דעם! אפשר א רחמנות געפיהל וכדו'
אונז זעמער אונעם סיסטעם אונז זעמער דתיים און יא אויך חרידים! 99% ק"ש חבירים זענען חרידים און זענען נישט גרייט אויף אטאקעס אין יעדען תגובה! מיר האבען אויך פארשידענע קשיות און ווייטאגען אבער עס טיט וויי און מ'זיכט עצות נישט אונז טויש מיר רעליגיע אדער דשענדער פאר דעם..
און ווער יא איז דער מיעוט שבתוכינו און ב"ה מיר וועלן זיך נישט לאזען ווערען אנגעפיקעוועט מיט כפירה למחצה לשליש ולרביע....
לכתחילה ווייס מען נישט צי גיין אין ענקערע אשכולות און ווען יא אוודאי נישט מגיב זיין אבער ווען מ'קימט אריין און אונזער אשכולות און מ'ברענגט אריין שטינק אין די נאז טיט דאס וויי! און ווען עס טיט וויי שרייט מען!!

פליקער » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:34 pm

· #313551
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
ווען איז שוין אפריל 1

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 5:51 am

· #313585
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
שלמה המלך מישט צוזאם אפאר זאכען.
ווען איינער וויל עפענען אן אשכול דורכצושמועס'ן צו דער אריז"ל האט געקענט נגלה, אדער מברר צו זיין צו דער רמח"ל איז טאקע געווען פון כת ש"ץ, איז עס אן ענין פון טעם. רוב ניק'ס האבען עס נישט ליעב, אבער פרייהייט פון ווארט איז וויכטיגער.
אבער דער היינטיגע איבערפלוס פון טענות איז נישט ווייל ס'איז קדוש לנו, נאר ווייל מ'שפעט. א צימערמאן איז אונז אנגעקומען וואס שרייבט מאמרים כנוסח פיליפ, נאר פון די אנדערע זייט! ווילדע לאזונגען אומבאזירטע 'פאקטען', און צינישע שטעכעריי וואס טוט גארנישט אויף. מ'קומט דא אין שמייכעל, איז עס פארשמירט, מ'וויל ליינען וועגען נייעס אין לאנדאן, גליטשט מען זיך אויס נאכאמאל.
די חברה וואס ווילען זיך האלטען מער געבילדעט ווי די בארבארישע חרדים האבען אריבערגעפיהרט די נידריגסטע עלעמענט'ן פון חרדיז'ם, די מחאות און זידעלעריי, און האלטען זיך היינט 'אויפגעקלערט'! א טשאלענט מיט חזיר און קעז איז פונקט אזוי שווער אויפ'ן מאגען ווי מיט פלאנקען

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:31 am

· #313594
ניין ניין, נישט שלמה מישט צאם, נאר דו מישט צאם. דער עולם (א טייל) האט פיינט קאנטערווערשענל צוטאטן און דערויף זענען זיי מוחה, און דו רעדסט בשם כל הקהל כאילו זיי "שפעטן" פון אומבאזירטע פאקטן. דאס וואס דו זאגסט איז בסך הכל דיין אייגענע פשטל וואס דו האסט מחדש געווען מיט דיין ליטווישן קאפ, כדרכך צו באקן סברות וואס האט נישט מיטן מציאות.

און ווי נאריש איז צו צוגלייכן מיין מוחאה קעגן חרדיזם צו צימערמאן המוחה. אפשר וועסטו זאגן אז די אלע וועלעכע גייען שארף ארויס קעגן אייסיס זענען אויך אזוי ווי אייסיס נאר פונקט פארקערט, אייסיס האסט די נישט סוני מוסלעמענער ביז טויט און זייערע געגנער האסן אייסיס ביז טויט, וד"ל. און בכלל, וויפיל נאך דארף איך אויפווייזן אז אנגעהויבן צו טומלען האב נישט איך "דער צימערמאן פון אנטי חרדיזם" נאר די פרידליכע איינוואוינער פון קאווע שטיבל וואס האבן זיך אריין געריקט אין מיין קאפי פעיסט אשכול, און ווי דער פרידליכער ירא שמים האט זיך אויסגעדרוקט, אז ער האט בקבלה מפי רבותיו אז מען דארף שרייען שייגעץ ארויס, און ח"ו צו זיין א נייס גיי.

און זאג מיר, על מה יצא הקצף, אויף מיינע קאמענטארן אין אנדערע אשכולות, אדער אויף מיינע צוטאטן אין מיין "אייגענע" אשכול?
און וואס זאגסטו, דער עולם דא דולדעט בלויז פאקטן באזירט אויף גאר קראנטע מקורות. זינט ווען?

הער אויף צו באקן דיינע סברות בשם כל הקהל

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:13 am

· #313596
מושב, דער ליטוואק האט זייער גוט ארויס געברענגט, און יא שלמה המלך האט דאס מאל זיך אביסל צומישט, די מאטא פון קאווע שטיבל איז אז עס איז א פארום געמאכט דורך חרדים מיט א אפענע קאפ צו דיסקוסירן יעדע נושא, פון עראפלאן קראכן ביז ווער האט מחבר געווען דער זוה"ק,

דריי הויפט תנאים זענען דא כדי צו קענען שרייבן, 1. כפירה איז נישט ערלויבט, 2. שמוץ איז נישט ערלויבט. 3. שרייבן מיט רעספעקט.

די אלטע חכמים וואס שרייבן שוין נישט דא פאר סיי וועלכע סיבה (וואס איז נישט נוגע יעצט) האבן אבער געשריבן אויף א וועג וואס אפילו ווען מען איז געווען טאטאל מחולק מיט זיי האט מען געקענט פירן א דיאלאג א שמועס, מען האט גערעדט מיט רעספעקט צו א צווייטן מען האט מכבד געווען און געשעצט יעדן מיינונג על אף עס איז אנדערש ווי מיינס, אבער געוויסע אקטיווע חברים האבו פשוט געמאכט א טעות זיי זענען נישט געקומען מיט א ציהל פון שמוען און פארברענגען נאר מיט א שליחות קודש, געוויסע צו זיין א מפיץ אמונה, און געוויסע צו אטאקירן די לעבנס שטייגער פון די מענטשן וואס די שטיבל איז געמאכט געווארן דורך זיי און פאר זיי, און די ווערן טאקע שנעל מיואש, דער מפיץ אמונה ווייל ער ווערט געוואר אז ער ווייסט צו ווייניג, און דער מפיץ דתיות ווייל ער זעהט אז די שטיבל איז נישט געמאכט פאר זיין סארט מענטשן, נאכאמאל די שטיבל איז געמאכט געווארן דורך חרדים פאר חרדים צו קענען רואיג שמועסן און פארברענגען, די אלטע חברים האבן נישט געהאט א ציהל צו אויפקלערן דעם עולם נאר צו שמועסן צוזאמען און זיי האבן געגעבן דעם פארדינטן רעספעקט פאר יעדן איינעם,

לאמיר דיר פארציילן, כאטש איך בין שוין לאנג קיין גבאי נישט, פארט ווען איך באמערק אז איינער האט אטאקירט פערזענליך וכדו' נישט קיין חילוק וועמען וועל איך איהם נאך אלס שיקן א אישי און בעטן צו האלטן די פלאץ רעספעקפול ווייל דאס איז די יסוד פון דער מקום, אבער ווען איינער קומט און שרייב איך האב פיינט חרדים, און אויב האסטו ליב חרדים קענסטו גיין צו אמיש, און פילאזאפיע מיינט שמועסן מיט קריסטן און קאטאליקן איבער זייער גלויבונג, אפענקייט מיינט פשוט צו ציטירן גאנצע שטיקלעך פון דער ברית החדשה, דעבאטירן מיינט ק/פ פון אלע זעלבסט מארט באריכטן פון די לעצטע 10 יאר, ברענגט דאס א קאנטער רעאקציע וואס כאטש אז עס דארף נאך אלס זיין רעספעקטפול איז עס ווייטאגלעך,

אויב ווילסטו טאקע פשוט אויסשמועסן זעלבסט מארד, נעם אלע באריכטן סארטיר דאס לויט באגלייבטקייט, מאך אביסל ריסוירדזש, און קום מיט א דעטאלירטע און רעספעקטפולע באריכט און אנאליז און מען וועט דאס שיין אויסשמועסן.

אונטערשטע שורה קאווע שטיבל האט 3 הויפט תנאים 1. נישט כפירה. 2. נישט שמוץ. 3. רעספעקטפול.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 8:10 am

· #313600
איך האב הנאה אז דו פארשטייסט זיך מיא ליטוואקן, אבער דער דעת רוב המוחים איז דאס נישט. פלענטי אשכולים פון זידלעריי זענען דא שוין געעפנט געווארן נישט מיטן ציל צו שמועסן.

בנוגע דיין ערשטער פאראגראף. די אלטע חכמים זענען טאקע געווען רעספעקטירט, אבער טאקע דערפאר האבן רובם אפגעצויגן פון דא, ווייל זיך צו האלטן רעספעקטירט האבן זיי נישט געקענט ברעכן נארמעס. און איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים. און נאכאמאל, אפילו די "בדרכי נועם" פון די "אלטע חכמים" זענען נישט נתקבל געווארן בברכה.

יעצט בנוגע מיין "אטאקירן": איך זעה איין זאך, אז קיין שופט צדק ביסטו נישט. קוק איבער די אשכולות, און זאג מיר ווער עס האט אנגעהויבן מיט פערזענליכע אטאקעס.

דו ברענגסט פון מיר אז "אויב האסטו ליב חרדים קענסטו גיין צו אמיש". וואס מאכסטו זיך תמעוואטע? האסטו נישט געזען כלפי וואס איך האב עס געזאגט? ירא שמים האט געטענה'ט אז דאס שיינקייט פון חרדים דארף נישט קיין לינק'ס ווייל מען זעט דאס באשיינפערליך פון די אידישע צורה און אויפפירונג, האב איך דערויף רעאגירט אז אי משום הא, זענען די אמיש אויך הייליג. איז דאס אויך נישט געווען די שטייגער פון "די אלטע חכמים" צו רעאגירן?

דערנאך קומסטו מיט א שירה ארטיקלען מיינע אזוי צו זאגן אז איך האב זיי פאררופן אלס אינטעליגענטע אפענע ארטיקלען, בעת עס איז געווען גאנץ איינפאכע (קינדערישע) ארטיקלען , כלשונך: "און פילאזאפיע מיינט שמועסן מיט קריסטן און קאטאליקן איבער זייער גלויבונג, אפענקייט מיינט פשוט צו ציטירן גאנצע שטיקלעך פון דער ברית החדשה, דעבאטירן מיינט ק/פ פון אלע וועבסיידטס".

איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער איך האב שוין דא געשריבן גאנץ אינטעליגענטע ארטיקלען, איבער מוזיק ושירה, היסטאריע איבער אידישע ראציאנאליסטן, און יא, איך האב אויך אנגעהויבן אן אשכול איבער ראשות הפילוסופיה אין טאלעס, דרום טערקיי. און דאס איז אויסער אנדערע אינטעליגענטע תגובות אין אנדערן'ס אשכולות.

און ברענגען שטיקלעך ברית החדשה, אבער נאך ווי איז עס אפנקייט, ספעציעל אז מען ברענגט צו דער זעלבער צייט אויך שטיקלעך פון די כתבי יסוד של השומרונים, און הינדוס, און ווען מען שטעלט מיר נישט אפ וואלט איך געברענגט פון די דרוזים, מאיאנער, מוסלעמענער, ווייקינגס, גריכן, און פילע אנדערע אלטע שריפטן, וואס עפנט א לעבעדיגער פענסטער צום אור אלטן אמאל ככתבם וכלשונם, און ווייזט לעבעדיג פון וואס מענטשן זענען געווען אינספערירט.

און כלפי קאפי פעיסטן וועגן חרידישע זעלבס מארד האב איך מיר שוין גענוג מסביר געווען, און אפילו דאס ביז יעצטיגע מסביר זיין האט נישט אויסגעפעלט פאר די פארקוועטשטע קעפ, און דערווייל פיל איך נישט פאר נויטיג זיך ווידער אמאל צו מסביר זיין.

דעת תורה » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:09 am

· #313611
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
ס'איז זייער שיין פון דיר אז דו זאגסט ארויס אפן אז דו האסט א שנאה כבושה, און ביסט דא פאר א אגענדע, מיט א גאנצע - אדמיטעדלי, נישט אזא קלוגע - מהלך און סטראטעגיע ווי אזוי אויס צו פירן דיין פלאן.

דא עקא, דאס איז פשוט הייזשעקינג. ק"ש און אירע ליינער זענען נישט דא כדי צו ווערן סיטינג דאקס צו אייערע - אדער סיי וועמענס - אגענדעס. עפנט אייך א בלאג זייט מוחל, און פירט אייערע מערכות כבידות, לכתחילה איז אפילו בעסער א האטליין, וואס איז גאראנטירט מיט טויזנטער צוהערער. אבער ביטע, מיין קאפע הויז וואו איך קום פאר א טרונק און א שמועס, נישט פאר א אסיפה מיט א פארטייאישע אגענדע, לאז געמאכט.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:41 am

· #313615
שש, נאך אזוי לאנג זיך איינהאלטן האסטו זיך ענדליך גוט אויסגעמייכנט. ווייזט אויס אז דער פנינים שזורים אשכול איז נישט גענוג אקטיוו, ביסטו לאנגווייליג געווארן און ענדליך אהער געקומען שימפן מיט דיינע מצמצום'דיגע חברים.

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:43 am

· #313616
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
מושב איך וויל זען דיינע חברים?

גר ותושב » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:45 am

· #313617
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
moshav zekeinim
שש, נאך אזוי לאנג זיך איינהאלטן האסטו זיך ענדליך גוט אויסגעמייכנט. ווייזט אויס אז דער פנינים שזורים אשכול איז נישט גענוג אקטיוו, ביסטו לאנגווייליג געווארן און ענדליך אהער געקומען שימפן מיט דיינע מצמצום'דיגע חברים.

אם תשובה יש בידך כתוב ואם לאו שתוק ער האט גוט מעורר געוועין האסט וואס צו ענטפערן אדרבה אבער סתם אטאקירן איז דאך באקאנט אז ווען דער הינט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלאנגען.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:47 am

· #313619
דעת תורה, דו האלסט טאקע אז מיינע אשכולות זענען "פארטייאישע מערכות"? און האלסטו טאקע אז קאווע שטיבל פארמאגט נישט קיין מערכות אשכולות? (און זאג מיר נישט אז נישט אזעלעכע סארט מערכות העטעך פעטעך).

און אגב, מיט דיר קען מען זיך לעצטנס אפילו אין ריין אינטעליגענטע ענינים זיך נישט אויסשמועסן געהעריג, טאמער דינגט מען זיך מיט דיר כאפט דיר א כעס און די דרוקסט זיך אויס "וואט טהע העל ווילסטו" און אנדערע שיינע לשונות פאר ווער עס איז נישט מסכים מיט דיר.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:49 am

· #313620
גר ותושב
moshav zekeinim
שש, נאך אזוי לאנג זיך איינהאלטן האסטו זיך ענדליך גוט אויסגעמייכנט. ווייזט אויס אז דער פנינים שזורים אשכול איז נישט גענוג אקטיוו, ביסטו לאנגווייליג געווארן און ענדליך אהער געקומען שימפן מיט דיינע מצמצום'דיגע חברים.

אם תשובה יש בידך כתוב ואם לאו שתוק ער האט גוט מעורר געוועין האסט וואס צו ענטפערן אדרבה אבער סתם אטאקירן איז דאך באקאנט אז ווען דער הינט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלאנגען.

געענטפערט האב איך שוין גענוג און נאך, און שש האט בעיקר אטאקירט.
דו ביסט בלינד, דו זעסט נישט וואס ער האט געשריבן אין זיין צווייטער האלב פון זיין תגובה?

פרייוויליג » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:54 am

· #313621
To whom this may concern

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די מטרה פון געוויסע ניקים דא איז מיטן ארויפצווינגען זייער שרייבעריי (ליין: זידלעריי) אויף אנדערע מענטשן. אויב א מערהייט פון ניקים האבן אויסגעדריקט קעגנערשאפט מיינט דאס אז זיי האבן נישט די מינדערסטע אינטערעסע צו זייערע מיינונגען. איך פארשטיי נישט וואס די דעבאטע בכלל איז דא. איינער וואס שרייבט און זיינע שרייבונגען זענען נישט מותאם פאר רוב ליינער קוק איך עס אן ווי א פאשקעוויל. וויאזוי פלאנען זיי ארויפצעצווינגען זייערע פינגער אפדריקן אויף אנדערע דורך צארן און שנאה? עמיצער וואס דרייט זיך דא פאר א וויילע כאפט זייער שנעל די מהלך פונעם שטיבל, וואו מען קען אלעס כמעט שרייבן אבער אן א פארעם פון לקנטר. פאר די וואס כאפן נישט וואס מיר רעדן דא, און וויפיל מאל מ'וועט זיי זאגן "קיינער איז נישט נייגעריג אין פאלנע כפירה, האס, און רייצענדע דעמאגאגיע" זאל מעגליך וואטשען די פילם פון ברוס אלמיידי, וואו מען זעט דארט א ביישפיל פון איינעם וואס וויל ארויפצווינגען זיין און געווינען טראסט אויף זיין פרוי. די דעבאטע דא האט מיר דערמאט פון יענע פילם. גארנישט ארבעט נישט מיט געוואלד, נישט ליבשאפט, נישט צארן, נישט דעבאטעס, און נישט שרייבן קעגן די ווילן פון אנדערע. רצונו של אדם זה כבודו.

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:55 am

· #313623
איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים

הרב מושב, ריכטיג וואלט געווען אייך צו וואונטשן א "טראגט אייך אפ פון דאנעט". אייער מערכה פארלעצט די רעגולאציעס און איז פשוט אוממענטשליך און נאריש.

נאר פארדעם גיט מיר ביטע צו פארשטיין פארוואס דאס רעאגירן אויף אייער שנאה-אגענדע מיט אנטי שנאה-אגענדע שנאה שטערט אייך אזוי, איז דאס נישט וואס איר ווילט?
אדער האלט איר אז אייער שנאה קאמפיין מוז געענטפערט ווערן דווקא מיט ליבשאפט, פארשטאנד און קאלטע לאגיק דורך מיטגלידער פון די געמיינדע וואס איר אטאקירט, און וועלכע, איר האט שוין קלארגעשטעלט מערערע מאל, איר האט פערזענליך פיינט?

אויך, אלס קלוגער אידל וואלט איר שוין געמעגט באמערקן ווי אומעפעקטיוו, און קאנטער-פראדאקטיוו אזא קאמפיין איז. עס טוט ערנסט בעקפייערן, נישט דא קיין שמועס, אדער דיסקוסיע דא, נאר א עקלהאפטיגע shouting match. און איר פאר'מאוס'ט נאר דער גאנצער פארום און פאר'סמ'ט די אטמאספערע פאר יעדן איינעם דא.

די שולד טראגט איר, נישט זיי, כאטש זייערע פערזענליכע אטאקעס זענען נישט בארעכטיגט. עס איז איר וואס זוכט קאנפראנטאציעס, פרעדיגט האס און פיינטשאפט, און איר וואס האט קרופטירט און פארדרייט לאגישע באזירטע דיסקוסיע צו א מערכה פון שנאה און האס.

צו דעם אלעם איז אייער איצטיגע קלאג-ליד איבער די רעאקציעס עקסטרעם היפאקריטיש.

טוישט אייער סטראטעגיע אדער
#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:56 am

· #313624
moshav zekeinim
און איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים.

פון "א ווארט צום נייעם מעמבער"
עס איז קלאר אז עס מוז עקזיסטירן אן ארט וואו חרדי'שע אידן זאלן קענען פארברענגען אין א היימישן גייסט, און זיך קענען צונויפשמועסן בדיבוק חברים. אבער דאס פלאץ דארף זיין אן אנגענעמער ווינקל וואו עס הערשט אחוה, "שלום" ורעות צווישן די חברים, און דערצו דארף זיין טאלעראנץ וואס איינער קען פארנעמען דעם צווייטנס באמערקונגען, און א פלאץ ווי חרדי'שע אידן פון אלע שטרעמונגען און פראקציעס זענען וועלקאם צו שמועסן איבער כל מיני נושאים. אט דאס איז אונזער קאווע שטיבל.

איך פארשטיי אז דו ווילסט פירן א מערכה, אבער דא איז נישט דאס פלאץ!!!!

#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:11 am

· #313627
איך בין א "אייוועלט איד"
יעדער וואס האט א דעה איבער די ענין זאל עס לייגען אויף זיין חתימה בבחינת א באמפער סטיקער

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:12 am

· #313628
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
פארוואס קומט נישט די הנהלה ארויס מיט א קלארשטעלונג?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:20 am

· #313630
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
דאס איז א שמייכעל אשכול. מ'זאל עפענען א באזונדערע אשכול מיט פסיכאלאגישע אנאליזען אויף מושב'ס פיהראכץ, חקירות איבער זיין אפשטאם און לעזונגען צו די סתירה פון איינער וואס קען אזוי אין די איידעלע קראפט פון נגינה, און דערנאך רעדט אזוי גראב אויף דער מענטשהייט.
אלע קאווע שטיבעל דענקער'ס און פסיכאלאגען זענען געליידענט אנטייל צו נעמען, אבער נישט אין שמייכעל, נאר אין שבת אחים צו וואס

דעת תורה » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:22 am

· #313631
moshav zekeinim
דעת תורה,

און אגב, מיט דיר קען מען זיך לעצטנס אפילו אין ריין אינטעליגענטע ענינים זיך נישט אויסשמועסן געהעריג, טאמער דינגט מען זיך מיט דיר כאפט דיר א כעס און די דרוקסט זיך אויס "וואט טהע העל ווילסטו" און אנדערע שיינע לשונות פאר ווער עס איז נישט מסכים מיט דיר.

link pls?

אהרן » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:47 am

· #313636
איך בין באמת אביסעלע צומישט מיט דעם מושב, בעסער געזאגט מושב איז אביסל צומישט.

הייבט אהן מיט נשיקות דער עולם הייבט אהן שטעלן קשיות, מען וויל פארשטיין, וואס האט חרידיזם מיט סועסייד? די איינציגסטע אנטווארט וואס קומט צוריק איז, מען דארף גיין אלל די וועי, מען דארף אויפדעקן דעם פארטוך, חוץ מזה איז ער מלא טענות, היתכן מען לאזט אים נישט באריכטן אומשולדיגע נייעס, אבער ווען מען בעט אים א לינק אדער דאטום הערט מען נישט צוריק קיין ווארט עד שבא @ירא שמים און צוגעברענגט אפאר לינקס אז מען זאל כאפן וואס דא גייט פאר

סא מושב, ביטע, ווילסט פירן מערכות? גיי קיין אייועלט
ווילסט אויפדעקן די קארפעט גיי קיין פאליש
ווילסט פירן א אפענע דיסקוסיע, דאס זענען געווענליך די כללים פאר א דיסקוסיע;
1- ווען די מאכסט א קלעים זיי מסביר וואס לדעתך די סיבה איז.
2- ברענג מקורות אויף וואס די שרייבסט.
3- מאך זיכער עס איז האסן פריי.
4- רעכן זיך כבוד המקום וחבירים.

א דאנק.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:13 am

· #313645
אהרן, איך קען דיר נאר ענטפערן איין זאך: קוק איבער מיין קאט און פעיסט אשכול בכובד ראש און זעה וויאזוי עס איז צו געגאנגען. דערנאך אויב האסטו נאך פראגעס קום צוריק.

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:48 am

· #313647
ציממערמאן??? ווי ביסטו ווען מ׳דארף דיך האבן, סאיז ל ו ס ט י ג ל ע ב ע ד י ג דא, קום שוין אריבער אהער פארנט פון מושב זקנים איז דא א גרויסע דעמענסטראציע אנגעפירט דורך הרב אנאנים דומץ אמשניוב עד כדי כך אז דער געוואגטער ציגלע שרייבט שוין זיין חתימה מיט רויטע שטרענגע אותיות. ר׳ משה דוד נידערמאן גייט יעצט האלטן זיין דרשה אין ענגליש.

נ״ב מושב סאיז צייט צו עפענען נאך אפאר אשכולות אז די הינט בילט מיינט אז די שטיין איז געלונגען. צו די ביסט יא גערעכט מיט דיינע השערות צו נישט איז יעצט גאר א קליינע נפק״מ אבי ס׳לעבעדיג אין שטיבל 😂 😃 😛 🙂

אהרן » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:06 pm

· #313650
moshav zekeinim
אהרן, איך קען דיר נאר ענטפערן איין זאך: קוק איבער מיין קאט און פעיסט אשכול בכובד ראש און זעה וויאזוי עס איז צו געגאנגען. דערנאך אויב האסטו נאך פראגעס קום צוריק.

דאס זענען געווענליך די כללים פאר א דיסקוסיע;
1- ווען די מאכסט א קלעים זיי מסביר וואס לדעתך די סיבה איז.
X
2- ברענג מקורות אויף וואס די שרייבסט.
X
3- מאך זיכער עס איז האסן פריי.
X
4- רעכן זיך כבוד המקום וחבירים.
X

ירא שמים » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:07 pm

· #313651
@שבת אחים פון וואו נעמסטו די אלע סמייליס?

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:21 pm

· #313652
אהרן, דא שטעקט דיין טעות, איך האב בכלל נישט אנגעהויבן א דיסקוסיע, איך האב בלויז אנגעהויבן מיט א ליסטע פון חרדישע זעלבס מארדן, און צו אטאקעס האב איך רעאגירד ווי מען רעאגירד צו אטאקעס.

און אויף דיין טענה אז מען האט מיר געבעטן לינקס האב איך שוין געענטפערט אויפן פלאץ אז איך קען מיר נישט אויס וויאזוי צו ליפערן א לינק. וואלט מיר איינער דאס אנגעוויזן וויאזוי דאס צו מאכן וואלט איך עס אוודאי געברענגט, נאר מען איז געווען ביזי אטאקירן און וויסן דעם אמת.

און באמת, האב איך מיר דא אונטער גענומען צו ברענגען געלינקטע אינפארמאציע? האב איך געעפנט אן אשכול באזירט מפי השמועה, אז מה?

Milk shake » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:35 pm

· #313655
קומט אן אלטער זעצער פון אלד עידזש האום, און מושב'ט אן אלע אשכולות, קאווע שטיבל איז לעצטנס געווארן א גרויל!

בן אדם » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:44 pm

· #313657
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א שמייכעל אשכול. מ'זאל עפענען א באזונדערע אשכול מיט פסיכאלאגישע אנאליזען אויף מושב'ס פיהראכץ, חקירות איבער זיין אפשטאם און לעזונגען צו די סתירה פון איינער וואס קען אזוי אין די איידעלע קראפט פון נגינה, און דערנאך רעדט אזוי גראב אויף דער מענטשהייט.
אלע קאווע שטיבעל דענקער'ס און פסיכאלאגען זענען געליידענט אנטייל צו נעמען, אבער נישט אין שמייכעל, נאר אין שבת אחים צו וואס

אין די היסטאריע פארום

סמבטיון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 1:16 pm

· #313662
פאר ווער סעהאט געוואלט פארשטיין און זיך געווינדערט, פארוואס איך האב געפענט דעם אשכול ארויסצוגעבן א סוכות אויסגאבע, און טאג שפעטער פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט, דא האט איהר דעם תשובה, ווינאר איך האב באמערקט אז מושב האט איבערגענימען די לייצעס, האב איך געוויסט ביי מיר חד חלק, אונז גיימער קיין פארטנערס נישט זיין אין דעם פראיעקט, און יעצט למעשה, חברה, איך האב נישט קיין סך צוצילייגן, עס דרייען זיך דא גרעסערע און קליגערע שרייבערס ווי מיר, איך קען נאר אויסדריקן מיין פאדריסונג מיט די רעשט ק"ש מיטגלידער אויף דעם פאברעך וואס שפילט זיך דא אפ. מושב דאס לעבן איז אונז זייער געשמאק אזוי ווי עס איז, טוה מיר א פערזענליכע גענאדע און שפאציר אוועק פון דא, לאז די מענטשהייט במנוחה.

יואב » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 1:17 pm

· #313663
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
ליטוואק פון בודאפעסט
א טשאלענט מיט חזיר און קעז איז פונקט אזוי שווער אויפ'ן מאגען ווי מיט פלאנקען

שטארק!

שושן פורים » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 1:30 pm

· #313664
אהרן
moshav zekeinim
אהרן, איך קען דיר נאר ענטפערן איין זאך: קוק איבער מיין קאט און פעיסט אשכול בכובד ראש און זעה וויאזוי עס איז צו געגאנגען. דערנאך אויב האסטו נאך פראגעס קום צוריק.

דאס זענען געווענליך די כללים פאר א דיסקוסיע;
1- ווען די מאכסט א קלעים זיי מסביר וואס לדעתך די סיבה איז.
X
2- ברענג מקורות אויף וואס די שרייבסט.
X
3- מאך זיכער עס איז האסן פריי.
X
4- רעכן זיך כבוד המקום וחבירים.
X

באזירט אויף אייערע הנחות דא, זייט ביטע מסביר פארוואס איר האט געגעבן אן עקס פאר די אלע פיר תנאים

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 2:10 pm

· #313668
שלמה המלך
ליטוואק פון בודאפעסט
אסאך האבען שוין אריינגעהאקט, אבער איך וויל נאך צולייגען.
למעשה זענען דא אסאך וואס דרייען זיך אין דער חסידיש'ע געזעלשאפט וואס ס'באדערט זיין קשיא'ס אין אמונה. מאנכע זענען קלוגע, מאנכע זענען פארביסען און אנדערע האבען געוויסע נושאים וואס עסט זיי אויף. אבער אסאך האבען איין פראבלעם. זיי שפירען ביי זיך דערשטיקט, זיי קענען זיך אין ערגעץ נישט אויסגעבען. דעריבער זענען זיי אין געפאר אז איין שיינע טאג וועט אלס פלאצען, און ווער ווייסט וואס וועט אלס זיין דער collateral damage. ווען זיי האבען א וועג ארויסצולאזען זייער קשיא'ס אביסל און זען אז מ'נעמט עס ערנסט און דער וועלט קומט נישט צו א סוף, קענען זיי ווייטער לעבען מיט'ן אנערליכע רנגלעניש. ווען מ'וואלט אלס אויפגענומען מיט דרך ארץ, אפילו דער וואס ס'קומט זיך איהם נישט כגון moshav zekeinim ודעימיה, וועט יענער מסוכנ'דיגע איינזען אז זיין קשיא'ס זענען נישט קיין גאנצע סתירה צו דער לעבען, און אפילו ער שרייבט זיך נישט איין, ער רע'אגירט נישט, מ"מ קען מען איהם בארו'איגען דערמיט.
לדעתי דארף מען דאס אויך נעמען אין חשבון.

אבער פארוואס מאכען א קיגעל פון דעם???
עס איז דא געניג אידען וואס האבען נישט קיין קשיות אין אמונה און אפילו אויב יא ווילען פארט לעבען און זיך מחזק זיין מיט אמונה, דארף זיין א עקסטערע שטיבל מיט ספעשלס וואס קענען זיך באנעמען מיט אט די חברה! אבער עס איז beyond אונזער מהלך
עס איז דא אלע ערליי organisations עס איז זיכער דא וואס ווייסען וויזוי צי האנדלען די חברה, ווער זאגט אז ק"ש איז א פלאץ פאר קשיות אין אמונה? אדער פאר מענטשען וואס האבען קשיות?
וועסט דאך אוודאי פרעגען ווער זאגט אז ק"ש איז פאר מיר? גיט געפרעגט... גיב א קיק וויאזוי און מיט וועם עס האט זיך געגרינדעט און זאג די דעם אנטווארט..
און אפילו נישט דאס איז איינמאל קלאר אז מ'דארף מאכען א טיילונג ווי אין אונגארען... משלנו או לצרינו
90% פון ק"ש איז יעצט נישט ציפרידען מיט'ן וועג וויזוי עס לויפט יעצט!
הוא אשר דברנו זאלען די מנהלים אפמאכען פארוועם עס איז געמאכט און די אנדערע וועלען גרינדען א נייע בלאג!
אבער דאס איז קלאר עס ארבייט נישט ציזאמען....

שלמה המלך: איך מעג פרעגן פארוואס פונקט יעצט האט זיך אנגעצינדן דער גרימצארן פון כל הקהל הקודש הזה אויף איין געוויסן ניק. ה"ה מושב זקנים. על מה חרה אפו וחמתו בערה בו פון די גאנצע קהילתנו הקדושה. אמת דער מוש"ז האט געוויסע אפיניאנס און מיינונגען וועלכע געבן אמאל א קיצל און אפילו א שטעך. זיינע מיינונגען און אויסדרוקן זענען וואס מ'רופט..."אוואנט גארד"... נישט איעדער פארשטייט וואס דער אויסדרוק מיינט. אבער ס'איז זיכער דא א גרויסער טייל פונ'ם עולם וועלכער פארשטייט וואס דאס וויל זאגן.
רבותי. ההני העני ממעש (ומדעת). איך בין נישט מער ווי א פשוט'ער בעל עגלה, וועלכער פארשטייט צו גארנישט מער ווי געבן עסן פאר די פערד און זיי גוט אנשמייסן אז זיי זאללן פארן שנעלער... אבער דאך ביטע דער עולם כולנו (אויסער מיך, שטייצעך) חכמים. כולנו נבונים זאללן מיר ביטע מסביר זיין לפי קט שכלי וערכי פארוואס די באמבע האט פונקטליך יעצט געפלאצט. האט ער געשריבן עפעס אפיקורס'יש. ביטע ווייזט מיר אן אויף דעם ספעציפישן מאמר אדער אויסדרוק....
החותם מתוך צער עמוק בלב... 😢

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 2:12 pm

· #313670
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
דאס מאל האט מש"ז אפענעהייט געשריבען אז ער האסט חרדישיז'ם און אמאל איז ער מודה אז ער האסט חרדים אויך. וע"ז יצא הקצף. ווען ער זאגט נאר מיינונגען וואלט מען ארומגעשמועס'ט. אבער יעצט האט ער ארויסגענומען זיין געווער פון זיין הויזען והבערה ללהב יצאת
בלאט: 1 2