איך בין א "אייוועלט איד"
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9917
ליטוואק פון בודאפעסטדאס מאל האט מש"ז אפענעהייט געשריבען אז ער האסט חרדישיז'ם און אמאל איז ער מודה אז ער האסט חרדים אויך. וע"ז יצא הקצף. ווען ער זאגט נאר מיינונגען וואלט מען ארומגעשמועס'ט. אבער יעצט האט ער ארויסגענומען זיין געווער פון זיין הויזען והבערה ללהב יצאת
ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר אזוי גוט מסביר זיין אז אפילו א פשוט'ער בעל עגלה ובזמן קריב קען עס אויך פארשטיין...!
דעם אויסדרוק און מליצה..."הבערה ללהב יצאת"...האביך ערגעץ געזעהן. איך מיין אין חת"ס...!
פרעגסט גיט רעב בעריש, אביסל אנטפער האסטו שוין געקריגען איך וועל נאר צילייגען אביסל
באמת איז דאס אן אריכות הדברים נאר איך האב נישט קיין צייט נערווען און געדולד מסביר צי זיין, און מחוור זיין הדברים כשמלה די השלתשלות הדברים פון ווי די צרות דא האבן זיך אנגעפאנגען און ווי עס האלט יעצט.
ועל מה ועל מי יצא הקצף!
איך האב נישט געגרינדעט ק"ש און איך בין נישט די פאן טרעגער דא, אבער איך בין פון די ערשטע און אלטערע שבתוכינו, און פון די הייפעלע יודען וואס האבען זיך אויפגעהויבן פון איי וועלט און אוועקשפאצירט נישט ווייל מיר זענען ווייניגער יוד אדער חרדי, פרום, היימיש עהרליך וכדו' ווי זיי, ניין אונז זעמער אלע פון איין טייג געקנאטען, מיר האבן נאר נישט סובל געוועהן די צענזור און איינזייטיגקייט און אנדערע פראבלעמען פונעם אייער וועלטל, ממילא האט מען געמאכט שבת פאר זיך.
אבער לאמיר דאס קלאר שטעלען פאר אייך:
מיר אלע! - איך רעד פון יענעם זמן - זענען חרד'ישע היימישע חסיד'ישע יודען! און מיר זענען "נישט" גרייט צי טוישן רעליגיע בשו"א און מיר זיכען אפילו נישט די וועג ארויס פונעם "באקס" אדער פונעם "סיסטעם" אין וואס מיר זענען אויפגעצויגען געווארען!!! די הערסט קלאר??? יא חזר איבער מיר זענען חרד'ישע היימישע חסיד'ישע יודען! און מיר זענען "נישט" גרייט צי טוישן רעליגיע און אפילו נישט ארויס פונען "באקס" פונעם "סיסטעם" אין וואס מיר זענען אויפגעצויגען געווארען!!!
נאר וואזשע דען, עס באדערט אונז פארשידע זאכען און פארשידע זאכען זענען שטארק ווייטאגליך אונעם סדר ביום און אינעם הלוך ילך פון אונזער לעבען, און מיר זיכען ציזאמען עצות ותחבולות אן עצה צי געבען, מיר שמועס'ן דאס אויס באנאזאם, מיר קרעכצען באנאזאם און מיר בעטען גאט ב"ה באנאזאם זאל אונז חונן דעת זיין פארבעסערן דעם מצב ווי ווייט מעגליך און א בחינה פון איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק! און מיר וועלען זיך אזוי לאנג אויסשמועס'ן און פרובירן זיך צי העלפן ביז אונז וועל מער געהאלפען ווערען!!
מיר געבען נישט אויף אונזער אמונה פאר סיי וועלעכע פרייז דאס וועט אונז קאסטן! מיר זענען איבערגעקומען די צדוקים און די קראים, די מענדלזוניסטן און כת ש"ץ מיר זענען איבעגעקומען די השכלה און אויך היטלער... אזוי וועלען מיר איבערקומען די נייע רשעים'לעך - און מיר ווילען אויף דעם אופן בלייבען אויף אייביג לנצח נצחים!
אונזער אמונה באשטייט פון די דרייצען אני מאמין'ס וואס די רמב"ם האט אונז געלערענט! ביי אונז איז יעדע מאמר חז"ל הייליג און טייער! אפגעזעהן צי מיין גרויסע חכמת שלמה פארשטייט דאס צי נישט, צי די גדולי המחקר זענען איינשטימיג צי זיי, אונזער מסורה גייט קבלת משה מסיני דורך געגאנגען אונזערע רבי'ס רשב"י ותלמידיו האר"י הק' ותלמידיו און די הייליגע בעש"ט ותלמידיו!
מיר זענען נישט גרייט צי הערען שימפף רייד, לצנות וכדו' אויף חשבון פון אונזערע פארגייער במישירין ובעקיפין אויף קיין איינע וואס מיר האבען אויסגערעכענט און וועלען זיך אננעמען אויף זייער כבוד בכל התוקף מיט ציין און נעגל עד הסוף!!!
מיר זענען העכסט ציפרידען אויף דעם וועג, און מיר וועלען בעזהשי"ת אונזערע קונדער אויך אזוי אויפציען... מיר זענען דאנקבאר פאר אונזערע עלטערען פאר אונזער חינוך און פארן באשעפער פאר אלעס! אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!!!
פונקט ווי קינד באקומט א גרויסע ירושה וואס ער קען מיט זיין קליין שכל אלעס פארטאכעווען אין איין מינוט שטעלט מען אפיטרופסים ער זאל דאס נישט אנווארען אזוי לאנג ביז זיין מח איז שוין אנטוויקעלט אין דעמאלץ גיט מען אים אהין דאס פעקל, דאס זעלביגע מיט אונז! ווען אונז זעמער געווען קליין האב מיר געקענט טראכטען אנדערע וועגען זענען בעסער אבער ב"ה מ'האט אונז אריינגעצווינגען אינעם סיסטעם, יא ב"ה פארדעם! היצטערט זענען מיר שוין גרויס און מיר קענעם שוין מאכען אייגענע החלטות און טוישען אויב אונז וויל מער! קיינער צווינגט אונז שוין נישט! אבער מיר זענען זייער ציפרידען אויך דעם וועג! יא עס האט אסאאאאאך פראבלעמען און שטרויכלינגען אבער אונז וועל מיר אלעס פרובירען אויסארבעטען דאס בעסטע וואס מעגליך!!! בע"ה
און טאקע ווייל אונז לעב מיר אין א שווערע דור מלא נסיונות און יעדע קלייניקייט זיכט מען כל מיני עצות מען זאל מיר נישט פארפארען, מיר לעבען אין א אפענע וועלט וואס האט אונז געברענגט אסאך גיטס און אסאך צרות יגון ואנחה, און אונז וועל מיר פרובירן ניצן די טעכנעלאגיע זיך צי האלטען צי די אויבערדערמאנטע!
ק"ש נאט זיך אנגעפאנגען אלץ א גרויסע ישועה פאר יודען יראים ושלימים וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט, מ'וויל זיך אביסל אויסטשוכענען די נערווען, און טאקע יא מיט די טעכנעלאגיע, נישט ווייל אונז האלט מער לכתחילה אזוי, נאר ווייל דאס איז למעשה די מציאות!!! אז אונז זיץ מיר אויפ'ן קאמפיוטער, אונז וויל מיר נישט קיקען קיין פארנאגראפיע! און אונז וויל מיר נישט קיקען די אלע גרויליגע בלאגס פון די אויפגעקלערטע חברה! ניין!!! אויסדריקליך נישט...
ב"ה אונז זעמער אויך נישט קיין בהמות אסאך פון אונז האב מיר געניג און נאך ברייטע ידיעות, און אונז וויל מיר זיך מרחיב זיין די ידיעה און אלעם, אונז וויל מיר זיך אן עצה געבען מיט די יום יומית'דיגע אישו'ס וואס מער ווייניגער טראג מיר אלע דער זעלבער יאך!
ק"ש האט דאס לכתחילה און מיט די צייט שיין מסדר געוועהן אויף א הערליכען אופן למשל צי מאכען אן עקסטערע צימעס, און אן אחורי הפרגוד, וכדו' וכדו' פארשידענע גיטע אויפטוען פאר אונזערע היימישע חרדישע יודען און אזוי איז דאס געפארען פון אנפאנג.
אבער ציביסלעך האט מען אנגעפאנגען אביוזען דעם ליבעראליזאציע וואס ק"ש האט פארגעשטעלט VS איי וועלט, און די פאר'סמ'טע חברה זענען געקומען צילויפען! אהה געטראפען ווי צי גרעפעצען און.... זיי האבען אנגעפאנגען אריינרוקען סם דא און דארט! אזוי תמ'עוואטער'הייט אריינגעווארפען שטינק באמבעלעך פון די זייטען און געקיקט די רעזאלטאטען צי עס וועט זיין א פייער צי נישט! צי וועט מען זיי ארויסיאגען ווי מוואלט ווען געטוהן איבעראל, צי מ'וועט זיי פארשוינען.
באמת זענען מיר אליין שילדיג, אונז וואלט מער געדארפט גלייך שטורעמען און שטארקען מיט די פיס!!! דא איז נישט קיין טוילעט!!! ווער עס דארף גדולים זאל מוחל זיין ארויסגיין, און מאכען קיין פאלושען אין די לופט, אבער מיר האבען געהאט שיריים קושמארען פון איי וועלט און מרובירט צי זיין "נייס" איידל! נישט שרייען, שטיפען און שטויסען... שיינער הייט זיך אויס'טענ'נען וואס דאס האט אונז גארנישט געהאלפען נאר געברענגט ווייטער און ווייטער טיפער און טיפער.
איך האב נישט קיין נערווען פאר חזרה, די אלע אשכולות וואס האבען זיך אנגעפאנגען דא און דארט, אבער די אביוזערס האבען געזעהן עס געשעהט גארנישט ווי כאילו אונז באמערק מיר נישט, אדער עס באדערט אונז נישט וכדו' האבען זיין געריקט נאך און נאך ביז לעצטענס ווען די כופרים האבען זיך געהעריג אראפגעצויגען די הויזען! אויסגעטויהן דעם שלייער און ערקלערט "איך קים דא מיט א שנאה כבושה" וכדו'
איי ווי איז ענקער מענטשהייט? וואס גייסטו צי יענעם אין דיינינג רום צי יענעם אין בית מדרש און פארקויפסט דיין בויך וויי, פארוואס רעכענסט די זיך נישט מיט אונז אז מיר זענען נישט נייגעריג אויף דיין דברי כפירה? דיר געפעלט בעסער דעם קריסט אדער מוסולמענער וכדו' אדער די חלוני וכדו' געזינטערהייט גיי אהין בלאג ארום אגאנצען טאג, אדער זאל מייכענען אויפ'ן צווייטען מיט אן אימפעט! מיר זענען נישט געגאנגען און מיר גייען נישט אין ענקערע בלאגס און אויב יא פארקויף מיר ענק נישט אונזערע השקפות! וואס קימסטו דא מיט דיין פארביסענקייט און טרעטס אויף כל הקודש לנו!!!
דאס רשעות גרייכט אזוי ווייט אז זיי ווייסען גאנץ גיט וואס באדערט אונז, און טאקע אויף דעם שפילען זיי מיט אונזערע נעווען!! די רשע מרושע #גיי_ארויס_פון_דא און לאז אונז לעבען!!
ק"ש איז נישט דיין פלאטפארמע פאר דיין צואה רותחות און נישט די קיר השטן ווי די זאלסט זיך אויסמייכענען, אונז האב מיר אונזערע אייגענע פראבלעמען מיט וואס מיר דארפען זיך ספראווען און מיר זיכען עצות אויף דעם....
צום שלוס:
האף איך די אלע האבען פארשטאנען קלאר אונזער שטעלונג.... און מיר אלע בעטען די מנהלים און אחראים אז עס געניג געוועהן מיט די איגנארענץ!! ס'איז צייט פאר ערענסטע שריט.
היצטערט נאך מיין אריכות, קיק די ערשטע אייעלע וואס דער אדמיניסטראטור דער מייסד השטיבל האט געלייגט ביים גרינדען דעם נעסט! ווי ער שריבט דאס אין איין וארט....
הודעהדורך admin » מאנטאג פעברואר 27, 2012 10:16 pm
די ווירטואלע וועלט איז א חלק פון דעם היינטצייטיגן לעבן און עס איז קלאר אז עס מוז עקזיסטירן אן ארט וואו חרדי'שע אידן זאלן קענען פארברענגען אין א היימישן גייסט, און זיך קענען צונויפשמועסן בדיבוק חברים. אבער דאס פלאץ דארף זיין אן אנגענעמער ווינקל וואו עס הערשט אחוה, שלום ורעות צווישן די חברים, און דערצו דארף זיין טאלעראנץ וואס איינער קען פארנעמען דעם צווייטנס באמערקונגען, און א פלאץ ווי חרדי'שע אידן פון אלע שטרעמונגען און פראקציעס זענען וועלקאם צו שמועסן איבער כל מיני נושאים. אט דאס איז אונזער קאווע שטיבל.
אט דאס איז זיינע ווערטער אן מוסיף אדער גורע זיין....
געוואלדיגmoshav zekeinimאון איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים.
פון "א ווארט צום נייעם מעמבער"
עס איז קלאר אז עס מוז עקזיסטירן אן ארט וואו חרדי'שע אידן זאלן קענען פארברענגען אין א היימישן גייסט, און זיך קענען צונויפשמועסן בדיבוק חברים. אבער דאס פלאץ דארף זיין אן אנגענעמער ווינקל וואו עס הערשט אחוה, "שלום" ורעות צווישן די חברים, און דערצו דארף זיין טאלעראנץ וואס איינער קען פארנעמען דעם צווייטנס באמערקונגען, און א פלאץ ווי חרדי'שע אידן פון אלע שטרעמונגען און פראקציעס זענען וועלקאם צו שמועסן איבער כל מיני נושאים. אט דאס איז אונזער קאווע שטיבל.
איך פארשטיי אז דו ווילסט פירן א מערכה, אבער דא איז נישט דאס פלאץ!!!!
#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט
יא עס איז @געוואלדיג
איך בין מיט דיר אלל דע וועי
ר' שלמה; אייערע דיבורים זענען טאקע יוצאים מן הלב, אבער ביסט זיך טועה ומטעה.
'מושב' איז נישט דער גרעסטער כופר אין קאווע שטיבל און נישט דער צענט גרעסטער. מ'האט זיך פשוט ארויפגעכאפט אויף אים ווייל ס'פעלט אים די פרעסטיזש ווי אויך די פיינעסס פון אנדערע. וכאן מצא בע""ח מקום לגבות.
לויט אייער וויזיע זענט איר אין די 'ראנג', קאווע שטיבל שטעלט נישט צו וואס איר זוכט, ליידער.
מפוזרי קיינעם גייט נישט אן צו ער איז אן אפיקורס צו נישט, ער מעג אפילו זיין צימערמאן אליין וואס קומט דא מאכן פאן. ס'איז ''וואס'' מ'שרייבט און ''וויאזוי'' מ'שרייבט עס. שלמה המלך איז ספאט אן.
איך האב מיר בעיקר באצויגען צו שלמה'ס לאנגע תגובה.
מפוזריר' שלמה; אייערע דיבורים זענען טאקע יוצאים מן הלב, אבער ביסט זיך טועה ומטעה.
'מושב' איז נישט דער גרעסטער כופר אין קאווע שטיבל און נישט דער צענט גרעסטער. מ'האט זיך פשוט ארויפגעכאפט אויף אים ווייל ס'פעלט אים די פרעסטיזש ווי אויך די פיינעסס פון אנדערע. וכאן מצא בע""ח מקום לגבות.
לויט אייער וויזיע זענט איר אין די 'ראנג', קאווע שטיבל שטעלט נישט צו וואס איר זוכט, ליידער.
עס איז זייער קלאר אז דער אלטער קאקער איז נישט דער איינציגסטער! אבער ער האט זיך דער ערשטער אראפגעצויגען די הויזן!!! גערעדט קלארע דיבורים ער קימט מיט א "שנאה כבושה" ממילא האט ער גאבאסט דעם אייטער באבעל וואס קוועטש אונז שוין לאנג!
והשנית איך האב געברענגט די ווערטער וואס דער מייסד פונעם שטיבל האט געשריבען "פארוועם" און "פארוואס" ער האט געדרינדעדט די שטיבל!
ממילא איז מיין פלאץ דא און אפשר דיינס נישט... יא יא מ'האט עס טאקע אוועקגעדרייווט פאר עוועי... אלענספאל איך גיי מיך נישט לאזען ווערען אריינגעשלעפט אין קטנות המוחין!! יעדער האט קלאר פארשטאנען וואס איך האב געשריבען... איך האב אפשר שטארק געצויגען דעם שטריקל אויף רעכטס מער ווי דער דרך הישר, אבער אז די גרועים האבען נישט קיין פראבלעם מיטן עס שלעפען אויף לינקס טא פארוואס לא יהא כהנת כפונדקית?
דיין טענה צו אים איז ווייל זיין סטייל איז צו גראב און אופענסיוו? אדער ווייל ער גייטס צו לינק? זיינע קלארע דיבורים זענען ווייט נישט אזוי דיסטעיסטפול ווי די באהאלטענע - גאנץ אפענע - סארקאזם, גרימשעצונג, חויזעק און ביטול וואס מ'הערט דא כסדר פון די שענסטע לייט אין שטיבל. ס'זעט אויס ווי דו האסט פשוט מורא אנצוהייבן מיט די גרויסע.
ניין בכלל נישט, איך בכלל נישט מורא געהאט אנציפאנגען מיט די גרויסע, אסאך גרויליגע ביליגע לצנות איז טאקע געקומען פון אנדערע רח"ל אבער איך מיך נישט געהאלטען פאר די פאן טרעגער, און נישט געהאלטען ביים שרייען שבת אין די גאסען (ליידער) צימאל האב איך יא געעפענט א פיסק און עס געגאנגען אהין צירוק ביז איך האב שוין נישט געהאט קיין נערווען אדער מיין צייט האט מיר עס נישט ערלויבט האב איך אוועקגעוואקט און פערטיג.
(איך האב טאקע פארדעם באקומען ווייניג לייקס און די אלע האבען מיך טאקע דיסלייקט אויב זיי האבען מיך מטעות אמאל געלייקט! ווי כאילו די קטנות איז נוגע.. (איינמאל האט מיך איינער געשריבען לויב ווערטער אין אישי און געזאגט אז ער וואלט מיך ווען געלייקט ברבים אבער... יא) וועגען דעם וואס איך האב זיי געזאגט וואס אנדערע שעמען זיך צימאל ציזאגען!)
עכ"פ דער אלט געזצענער האט פשוט געבאסט דעם באבעל ווי איך האב שוין געשריבען, ער האט נישט אויפגעהערט מיט זיין חזיר פיסק, קיק נאך אביסל זיינע תגובות ווי ער האט אין יעדן נושא געטראפען דם פראבלעם פון חרידיזם... משוגענער איינער הער שוין אויף! ניין HE WENT ON AND ON
ביז מ'האט אים געפרעגט מה זה האט ער גענפערט דאס איז מיט א חשבון!
אויב אזוי אז עס איז מיט א חשבון האב מיר אן אלטען חשבון מיט דיר אויך!! און יעדער האט אויסגאגאסען דאס נאטירליכען ווייטאג אויף אים... גארנישט מער
און די אלע וואס טוען דאס וואס ער נאר מיט א שלייער זענען עתיד ליתן את הדין!!! פאר'ן פאר'סמ'ן די יוגענד מיט אזעלעכע דברי בזוי אויף אונזער שטאם און גלויבען... נאר וואזשע דען איך בין נישט גאטס פארזארגער לאז דעם אלמעכטיגער גאט קער נעמען פון וועם ער וויל און ווער ער וויל, אבער אלץ פינטעלע יוד האב מיר געשפירט פאר א פליכט אז דער זקן ממרא מיז פארשריגען ווערען!! וזה הוא
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
שלמה המלך האט אונז אראפגעלאזט א פאסיגע דרשה. פארוואס פאסיג? ס'איז דען געשטאנען אזעלכע דברי חכמה דארט? ניין. אבער אלס א קורא פסוק במקומו איז עס זייער פאסיג. ווייל די אשכול האט דאך א קעפיל, וכידוע וואס דער רבי ר' מענדילע האט געזאגט "ווען ס'איז נישט קיין קאפ, איז דער ס"מ בראש". אין דער קעפיל שטייט "איך בין א "אייועלטניק", און דער מבול פון אותיות פאסט טאקע דארט אריין אין אייוועלט.
קודם זע'מיר ארטאדאקסישע (מיינט מ'עסט נאר כשר'ס, נעה, מ'ברענגט נאר צום מויל עפעס וואס האט נישט דער מידנעסטע חשש) היימישע, (הייסט מ'עסט קינדעל שמח"ת און מ'לייגט ח"ו נישט קיין פלאסטיק טישטוך אויפ'ן טיש שבת, ווען ס'איז מעגליך איינער וועט קומען זען 'שטייט זיך) ולא נח דעתיה ביז ער האט זיך אויסגערופען אלס, טאדאדאם, א חסידיש'ער איד (דאס בין איך נאך נישט זיכער איהר באדייט, אבער ס'דוכט זיך ס'האט מיט זיצען מיט נאסע פאות פאר'ן דאווענען און קוקען ווי א האן אין בני אדם אין עפעס א ספר מיט מיסטעריאוזער שטערעלעך אינדערמיט, וואס דער דרוק זעט אויס אז מ'האט געטינקען דער מאשינקע אין אן עיוכ"פ מקוה פאר'ן דרוקען).
אבער דאס איז נישט מער ווי אן אריינפיהר צום פונקט. דער עיקר איז אז די דאזיגע גלויבונג איז נישט אויף אפצוקויפען. ניין! פאר קיין שום געלט נישט! זאג נאר, איינער האט דיר געמאלדען געלט?! אין חומש (דער ספר פון ווי אלס האט זיך אנגעהויבען) ווערט אזא איינער דערמאנט "אם יתן לי... מלא ביתו כסף וזהב...", ס'האט איינער דיר געמאלדען געלט? איך בין אויך אן ארטאדאקס, אבער בשם אלע נישט חסידיש'ער קען איך דיר זאגען אז מיר האבען קיין דאללאר פאר דיר! אדרבא מעלד דו אונז געלט, וועט מיר דיר אפשר אויפנעמען פאר די ריכטיגע פרייז. אונזער געלט האט מען אלס אויסגעגעבען אויף צוועלף אתרוגים פאר סוכות און זיך איינקאסירען ישן מעהל פאר די ווינטער. ס'איז אפשר געשמאק זיך איינצורעדען אז מ'שטייט דא ביי עפעס א נסיון פון חנניה מישאל ועזריה מיט א נגדוהו, אבער דערווייל בעט מען דאס נישט פון דיר. יא, ביים זאגען ק"ש און ווען מ'זעט א פייער ברענען און ביי יעדער איבעריגע מינוט, אבער נישט דא און נישט יעצט און נישט דורך מושב מיט שבת.
סך הכל וויל ער אויסברעכען זיין אומאיינגענעמער מיינונג אין דיין שטיבל. מיש נישט אויס דיין אומבאקוועמלעכקייטען מיט נסיונות אין אמונה.
דיין גאלדענע קייטען און רייכע טראדיציע רעדעכץ לאזען זיך הערען ווי איינער וויל זיך אליינס איינרעדען און איבערצייגען. טאמער דו גלויבסט אין תורת משה פונקט ווי דו גלויבסט אין דער אר"י און דער בעש"ט ביסטו אויף געזונטע צרות. אמונה אין תורה איז י"ג עיקרים. אמונה אין קבלה איז קיין עיקר בכלל נישט. דער וואס גלויבט נישט אין קבלה איז נישט קיין גרעסערע אפיקורס ווי דער רמב"ם זעלבסט. און אין בעש"ט איז נאך א קלענערע מצוה. סך הכל ווילסטו קיין דאללאר נישט נעמען צו גלויבען פונקט ווי דער חזו"א און פיל אנדערע וואוילע אידען האבען געגלויבט.
דיין נוסח קעגען אונזער אנשמירער'ס לייגט אונז אלע אין א פלאנטער. הבט ימין וראה...שמאל ולא אמצא. פון ביידע זייטען זע'מער צוקוועטשט. דער לינקער רעדט חזרי'ש און דער רעכטער רעדט קינדעריש.
מושב האט פארחזר'ט מיט נידריגע אומבאזירטער אטאקע'ס אן א תכלית פון תיקון. אלס אנדעריש איז #notinmyname
.
📎 IMG_20151222_191923-2.jpg
אויסגעמעקט צוליב בקשת @געוואלדיג
זאג נאר @ליטפאק ווער זאגט דיר אז איך באלאנג אין איי ווועלט און די דא?
ווער האט דאס דיר געמאלדען? אפשר איז די מעשה פארקערט די באלאנגסט אין די מושב זקינים און איך באלאנג דא?
ווייל אפאר יעניגע האבען זיך דא באקוועם געמאכט מיינט אז זיי באלאנגען דא???? אבסעלוד נישט,
אטנשולדיגט! קיקט איבער וועמענס דיינינג רום דאס איז דא, און מיט וואס פארא תנאים ער לאז דיך דא אריין! און אז די ביסט בועט אין זיינע תנאים מיינט נאך נישט אז די באלאנגסט דא! די ביסט דא בגניבה! פלניא גזלנא הוא..
באמת וואלט איך דיך איגנארירט עס פאדערט זיך מיר נישט קיין באציאונג אויף דיין תגובה נאר איך זעה אז די האסט די לעזבע זאך געשריבען אויך אין אנדערע אשכולות! ווי די האסט לעצטענס געענטפערט פאר @משבק א לינק צי איי וועלט
וויל איך דיך אויוועקען פון דיין זיסען שלאף!
WAKE UP AND SMELL THE COFFEE
אז דיר שמעקט נישט וואס אונז שרייב מיר גיי ערגעץ אנדערש!
WE ARE HERE TO STAY
וועדער יו לייק איט אר נאט...
אונז וועל מיר ענק ארויסטרייבען ווי די הינט בע"ה....
איך האב נישט ציפיל צייט אבער איך גיי בל"נ מאכען אביסל זמן, און ארויפשארצען די ארבל בל"נ! מיט וויפיל צייט איך האב יא...
בעזר די חבירים דא די חרידיזם דא שבתוכינו!! (פאר וועם חרידיזם איז יא גיט...)
moshav zekeinimשש, נאך אזוי לאנג זיך איינהאלטן האסטו זיך ענדליך גוט אויסגעמייכנט. ווייזט אויס אז דער פנינים שזורים אשכול איז נישט גענוג אקטיוו, ביסטו לאנגווייליג געווארן און ענדליך אהער געקומען שימפן מיט דיינע מצמצום'דיגע חברים.
א תירוץ על דרך דאנעלד טראמפ
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
שלמה המלך - דו קענסט ענטפערען די שאלה ווער האט דיר גע'אפערט געלט?
און נאך עפעס, דיין אויפשאר'ן דער ארבעל, דאס וועט זיין מיט'ן ציל מיר ארויסצושטופען פון דא? איך וואלט הנאה געהאט צו זען ווי ס'וועט זיך אויס'ארבעטען.
Pass the popcorn and enjoy the show
ליטוואק פון בודאפעסטשלמה המלך - דו קענסט ענטפערען די שאלה ווער האט דיר גע'אפערט געלט?
און נאך עפעס, דיין אויפשאר'ן דער ארבעל, דאס וועט זיין מיט'ן ציל מיר ארויסצושטופען פון דא? איך וואלט הנאה געהאט צו זען ווי ס'וועט זיך אויס'ארבעטען.
Pass the popcorn and enjoy the show
וישן ויחלום שנית... וואס?
געלט?
איך האב קיין השגה פון וואס די רעדסט! איך קען נישט די ליטפיקע שפראך און אויך נישט די בודאפעסטע....
ארויפשארצען די ארבל און זאגען וואס איך וויל אן זיך שרעקען פון דיר וכת דילך! דאס האב איך געזאגט... און איך האף דיר וועט דאס נישט שמעקען און די וועסט דיך אפטראגען און לויפן ווי די הינט.. (איך האב צופעליג נישט גערעדט פון דיר / צו דיר אבער אויב די האסט דאס גענימען פערזענדליך עס דאס מיט אפעטיט)
איך בין נישט אין א רעיס מיט דיר איך עקעל מיך פון שטיין מיט דיר אין ווארט....
אבער אויב האסטי גיטע פאפקארען שיק אהער אביסל.
והנה שבע שבלים בריאות וטובות צומחות אחריהן.... חחרררחחחרררחחחרר
[ציטאט אראפגענומען]
אלעס איז שולדיג דער פייער צינדער.
ריכטיג, ווי אויך די אקסיגאן.
רויטע וואנצעסריכטיג, ווי אויך די אקסיגאן.
ניין. די צוריקשרייערס זענען די וואסער.
טאקע? איז פ"וו ברענט ווייטער די פייער? כ'מיין ס'איז גאזאלין וואס זעהט אויס ווי וואסער.
רויטע וואנצעסטאקע? איז פ"וו ברענט ווייטער די פייער?
ווייל ס'נעמט צו לאנג פאר די הנהלה זיי צו פירן לעזאזל
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
[ציטאט אראפגענומען]
דא איז שמייכעל און איך פארברענג געשמאק. דוכט זיך איך האב א פיינע אראפגעלאזט אויף שלמה המלך און זיין 'קנאות'.
און דו שלמה'לע - דו זאגסט אז דו גיבסט נישט אויף דיין אמונה פאר קיין שום געלט. וויל איך וויסען וואס און וויפיל האט מען דיר געמאלדען?
[ציטאט אראפגענומען]
א נייער מחותן אויפן אויבערפלאך @אנאנים!
זאגשע נאר ווער האט דיך געפרעגט יונגעלע?
די ביסט געשטעלט פון די באערדע אדער פון באי כחם ווי די שרייבסט צי מאכען סדר דא???
זייטס וויסען איך האב דיך נישט געפרעגט ווען צי קומען און ווען צי גיין און ווי צי גיין, איך בין דא, און איך וועל מיך מיך באקוועם מאכען דא בע"ה על אפך וחמתך און שרייבען וואס און וויזוי מיר שמעקט! ווען איך וויל און ווילאנג איך וויל! ווען איך וועל מחליט זיין צי גיין וועל איך דאס טוהן אן דיין גיטהייסינג
יש"כ גדול - WE APPRECIATE YOUR HELP
באמת וואלט איך אזא קטנות המוחין בכלל נישט גע'ענפערט אבער אין קריגס צייטן איז אנדערש... זאלסט נישט מיינען כיון דשתקי וכו' אדער אז איך האב מיך ציקראצט פון דיינע לייקס...
הצלחה אויף ווייטער
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
ס'וואלט מיר נישט געווען קיין פלא צו הערען אז מושב זקנים מיט שלמה המלך רעדען זיך דורך און פלאנען זייער אטאקע'ס אינאיינעם. זיי שטימען געוואלדיג. אפשר האט איינער א טאכטער דער צווייטע א זוהן און מ'קען זיך משדך זיין צוזאמען.
שידוך וואלט נישט געשטימט. ווייל מושב איז א אינסטיגעיטער, שלמה איז נאר רעספאנדער. דו מאכסט דעם זעלבן טעות ווי רויטע וואנצעס.
נאכדעם וואלט זיך די קאפל גע'גט און מושב וואלט געקומען שרייען אז אונזער סיסטעם סאקט. דאס ווילסטע?
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
כאילו יעצט האלט ער אז אלס גלאנצט.
און אין א חתונה דארף מען אייביג אן אינסטיגעיטאר און א רעספאנדער. כך הוא דרכו של עולם.
און ווער זאגט גט'ן איז אזוי שלעכט? סתם א חרדישע פאבי"ע! האב חתונה, גט זיך, ויאכלו ענוים וישבעו.
נאנא לאז עס אזוי ס'איז געזונט
moshav zekeinimאז ראובן האט געוואלט איבערזעצן עת לאהוב איז גארנישט געווארן דערפון.
גראדע איז דאס אין פילן שוואונג.
שוין א חודש צייט ווואס איך פריש אויף דעם את לאהוב אשכול יעדען טאג צו זען אויב סע שוין דא פרישע ווארע. קיין ריר געבט זיך עס נישט, און אויב האלטסט יא ערגעץ אויף א וועג, איז אדרבא, אפשר טיילסטו שוין מיט פארן עולם כאטש עפעס א חלק?
סמבטיוןשוין א חודש צייט ווואס איך פריש אויף דעם את לאהוב אשכול יעדען טאג צו זען אויב סע שוין דא פרישע ווארע. קיין ריר געבט זיך עס נישט, און אויב האלטסט יא ערגעץ אויף א וועג, איז אדרבא, אפשר טיילסטו שוין מיט פארן עולם כאטש עפעס א חלק?
דו שרייבסט אויך און דו ווילסט וויסן ווי אנדערע האלטן, אדער דו ביסט סתם א סקרן? מען האט געבעטן נישט ארויפצולייגן קיין האלבע זאכן כדי עס זאל נישט ארומפארן.
נישט סתם פאר נייגעריקייט, איך ווארט באמת מיט שפאנונג.
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים ביסט אויך אויף אייוועלט?
איך דריי מיך דארט מפעם לפעם, איך מוז זאגן אז עס איז געווארן א גועל נפש אריינצוטרעטן דארט, איך וואלט משנה שם געווען אנשטאט אייוועלט צו "צימערמאן וועלט". נישטא קיין 5 הודעות אן א מחאה אויף עפעס, מען מאכט אלעס אוועק, אלעס איז פסול און טריפה, אלעס איז אפגעפרעגט, יעדער וואס שרייבט מ'כלומר'שט אביסל אויפגעקלערט איז "אנגעטרינקען מיט קאווע", וואס אימער איימיצער טוט אדער שרייבט באקומט א טוץ קריטיקירער, יעדער פרובירט שפילן פרומער ווי דעם חבר, ווי מער סיקריקיש-עקסטרעם אלס מער גרינע באקומט מען, זיי מיינען אז דער רבש"ע שעפט נחת פון זייערע נארישע מחאות און פרומע שטיק, אמער נאר זיי גייען אויפן רבי'נס דרך וואס האט אויסדרוקליך פארלאנגט ביי די שאלעשידעס תורות צו באזוכן און קוואקען אויף אייוועלט, נישט ח"ו אויף קאווע שטיבל.
שמעקעדיגאיך דריי מיך דארט מפעם לפעם, איך מוז זאגן אז עס איז געווארן א גועל נפש אריינצוטרעטן דארט, איך וואלט משנה שם געווען אנשטאט אייוועלט צו "צימערמאן וועלט". נישטא קיין 5 הודעות אן א מחאה אויף עפעס, מען מאכט אלעס אוועק, אלעס איז פסול און טריפה, אלעס איז אפגעפרעגט, יעדער וואס שרייבט אביסל אויפגעקלערט איז "אנגעטרינקען מיט קאווע", וואס אימער איימיצער טוט אדער שרייבט באקומעט א טוץ קריטיקירער, יעדער פרובירט שפילן פרומער ווי דעם חבר, ווי מער סיקריקיש-עקסטרעם אלס מער גרינע באקומט מען, זיי מיינען אז דער רבש"ע שעפט נחת פון זייערע נארישע מחאות און פרומע שטיק, אמער זיי גייען נאר אויפן רבי'נס דרך וואס האט אויסדרוקליך פארלאנגט ביי די שאלעשידעס תורות צו באזוכן און קוואקען אויף אייוועלט, נישט ח"ו אויף קאווע שטיבל.
וואס מיינסטו למשל?
שטארקע ווערטער וועגן די מאמענט די וואך וואס שמירט אויס א פריוואטער סכסוך ברבים
באופן כללי, א רבי אויפן דעקל איז מיר אסאך מער ניחא ווי א בדחן, און כאטש מיינע קאמענטארן בנוגע די טעמע אין א זשורנאל איז ווארשיינליך דאס זעלבע, איז עס פארט אנדערש ווען מ'הערט עס פון א רבי ווי פון א בדחן.
והשנית, באמת אויב נעמט מען די "מעכאליסטן/לעבאוויטש" פרשה אלס א דוגמא פון שלום בית פראבלעמען און מחלוקת צווישן משפחות, איז דאס לדעתי בכלל נישט דער בעסטער עקסזעמפל, ליידער האט יענע פרשה אריינגענומען גאנץ אן אנדערע נושא, אין וועלכע נאך צענדליגע משפחות זענען געווארן אפעקטירט, עלטערן האבן נישט גערעדט מיט קינדער אפי' די וואס האבן זיך נישט גע'גט, ברודערס זענען נישט געגאנען צו קיין שמחות ביי אייגענע געשוויסטער וכו'
נישט אז דער טעמע באלאנגט יא אין א זשורנאל, אבער דאך איז עס מער א "כלל ישראל" נושא, און (פארווייטאגטע) היסטאריע וואס אין פופציג יאר ארום איז עס נישט אנדערש ווי די "קליווא גט" וואס ווערט היינט באשריבן מיט אלע קליפערליך אין אלע אידישע אויסגאבעס. אוודאי איז עס נאך ווייט צו פריה צו באשרייבן, ובפרט ווען די באטרעפנדע לעבן נאך גרעניצט זיך עס מיט הלבנת פנים ולשון הרע, ווער וויל האבן א חלק אין די עבירות חמורות.
אבער פון א זשורנאליסטישען שטאנדפוקנט געפעלט מיר די טעמע בעסער ווי די טעמע פון גיטין און צוטיילטע משפחות, וואס יעדע פאל איז אנדערש און מ'קען נישט מאכן דערפון א כלליות'דיגע נושא אין א מאגאזין
נער הייתי גם זקנתי, ליידער בין איך באקאנט פון גאר נאנט מיט עטליכע העווי גיטין קעיסעס, ווי איך האב אויבן געשריבן ברמז "ביודעי ומכירי קאמינא", און ווי איך האב שוין איינמאל געשריבן, מישט מען אין דעם אשכול צוויי נושאים, איינס איז דער עצם ענין פון מחלוקת צווישן משפחות ביי גיטין, א זאך וואס דארף אויסדריקליך אדרעסירט ווערן. און דאס צווייטע איז "דער מאמענט", צו זיי זענען די מצילים פון כלל ישראל אדער גאר די בענעפיטירער און אפארטוניסטן פון די פרשה הכאיבה.
מענטשן אויף דער וועלט מאכן אסאך מיט, יעדער האט זיך זיין פעקל, השי"ת זאל זיך מרחם זיין און שיקן דעם גואל צדק וואס וועט זיין דער גרעסטער משיב לב אבות על בניהם, ביז דאן לעבן מיר ליידער אין א וועלט וואס צרות קומט אויף האלסעיל רח"ל און מ'דארף אסאך בעטן צו קענען ביישטיין די אלע נסיונות.
יואלי לעבאוויטש ואביו האדמו"ר מניקלשבורג זענען נאר איין ביישפיל פון ליידער הונדערטער משפחות, אבער ווי אסאך האבן שוין אנגעמערקט איז ביי יעדע פרשה דא צדדים וצדי צדדים, צו גיין שרייען מיט הויכהילכערס אז ביי היימישע אידן איז דא א מגיפה פון די צרה, און גארנישט ממש ווערט נישט געטאן אין די נושא, כאילו אין בית אשר אין שם מת, יעדן טאג ווערט א צווייטע טאטע אפגעהאקט פון זיינע קינדער דורך א.ג. "עסקנים", איז זייער זייער איבערגעטריבן בלשון המעטה, עס שמעקט פון דער אלגעמיינער "אנטי סיסטעם" ווינט וואס בוזשעוועט ליידער די לעצטע פאר יאר בקרב מחנינו, געפירט דורך די קצה המחנה'ניקעס פון; פיסטריט, ק"ש, שמעלצער גרופעס והמסתעף, וואס ווען מ'ווערט שוין גוט אנגעטרינקען פון יענע חשיש איז שוין סימפל אז "די רבנים זענען אלעס שולדיג" און "נאר אזא מאמענט קען העלפן".
דער אמת איז אז השי"ת איז נאך ווייט פון באנקראט ב"ה, תלי"ת עס זענען דא אסאך ערליכע אידן וועלכע ווערן נישט היפנאטיזירט פון ריזיגע בלאון-אפפ בילדער מיט "אבוהון של ישראל" דעקליך, און יא עס זענען פארהאן גענוג און נאך עוסקים בצרכי ציבור באמונה אויף וועם מיר אלע וואס גייען יא אין שול יעדן שבת, הערן אויס דאס ליינען און האבן אינזינען ווען דער גבאי זאגט הויך "הקב"ה ישלם שכרם" אז לכה"פ זאלן די עסקנים נישט פאלן א קרבן פון זייערע פארציקער די מגולחים און שותי קאווע.
איך קען ב"ה פערזענליך א באשיידענעם אינגערמאן אין די פערציגער יארן, און דאס איז נאר איין פון צענדליגע עסקנים, וואס זיין טעל. הערט נישט אויף צו זיין פארנומען איבער פארמיטלען צווישן צדדים פון סעפארטירטע אדער גע'גטע פאמיליעס. דו וועסט אים נישט זעהן אויף קיין דעקליך פון מאמענט און ער זוכט נישט קיין פאבליסיטי, איך קען זאגן בפה מלא, דער אינגערמאן האט שוין משיב געווען צענדליגע אויב נישט הונדערטער קינדער צו זייערע עלטערן, אן קיין פאמפע און קיין פרסום, ער דארף נישט קיין "אבוהון של ישראל" טיטל וכו'
די אלע וואס קומען דא מיט קראקאדיל טרערן און ווילן באוואשן די מוחות מיט די "גילט פילינג" אז ענדליך האט מען געגעבן פאר די אנגעטרונקענע א פלאטפארמע, און יעצט איז כלל ישראל אין די ריכטיגע הענט, נידער מיט די אלע פאנאטישע רבנים, נידער מיט די רשעות'דיגע עסקנים, זאלן וויסן אז דאס איז ליידער ליידער זייער נישט קיין גוטע נייעס פאר אונזערע דורות.
השי"ת זאל אונז שומר ומציל זיין פון די מצילים
א עקל א גרויל, כהאב נישט עפעס מער וואס צוצילייגן, קומט א יוד, עפענט זיך ברבים, טיילט מיט זיין לעבנס געשיכטע אויפן פלאטפארמע, גייט אריין אין מויל פונעם וועלט, אלטס צו אויפטוהן פאר די באטראפענע פאמיליעס, און דאס איז די רעאקציע אויף צוריק..
אז א איד וויל ביי זיך אין שיל אויסשמועסן זיין מעשה איז איין זאך
מאכן א פובליק אישו פאר יעדן איז איבערגעטריבן נאך אביסל קומט ביי אינז פאוסט העדליינס ווי נאך די אומקום פון שטארק הי"ד
[ציטאט אראפגענומען]
וועמען טרינקט מען?
מען זאגט אז ס'בלאנגט נישט אין פובליק מה כל הרעש
איך פארשטיי נאכנישט פארוואס פונקטליך באלאנגט דאס נישט אין פאבליק, פאר וועלכע סיבה? ווייל די רוצחים און רשעים טוהען דאס נאך היינט? ווייל ביסט נאך איינגערעדט אז יעדער מיטן עסקן טיטל טוהט נאר גוטס?
אין א וועלט ווי די רבנים זענען נאר דא אויף צו אנפילן די אויבן אן און די עסקנים פירן זיי ביי די נאז, איז נאר דא איין מיטל וואס שטעלט אפ די רשעות און טעראר, די מיטל וואס האט געארבעט ביי די אראבער, דעת הקהל, יא דער מאמענט האט געטוהן א געוואגטע ארבעט אבער די וועלט האבן זיי אויפגעשטורעמט, עולם התיקון איז דאס נישט אבער די עשקן וועט שוין טראכטן צוויי מאל פאר ווען ער וועט טוהן די רשעות, די ארטיקל באלאנגט אין פאבליק און נאר אין פאבליק נאר ווי דען?!
איך בין א "אייוועלט איד"
כפארשטיי נישט פונקט וואס דער שרייבער וויל דארטן אבער א פאוינט האט ער אז מאכן יעדע רב און עסקן פאר א פארברעכער איז נישט קיין גלייכע זאך.
איך האב פריער געענדיגט ליינען די ארטיקל, און קיינער קלעימט נישט אז יעדער עסקן און רב זענען רשעים פארקערט עס ווערט קלאר ארויסגעברענגט די חילוק צווישן די עוסקים בצרכי ציבור באמונה און צווישן די לשם שמים'ניקעס.
געוואלדיגאיך האב פריער געענדיגט ליינען די ארטיקל, און קיינער קלעימט נישט אז יעדער עסקן און רב זענען רשעים פארקערט עס ווערט קלאר ארויסגעברענגט די חילוק צווישן די עוסקים בצרכי ציבור באמונה און צווישן די לשם שמים'ניקעס.
לאמיך צולייגן מיינע צוויי צענט.
די ארטיקל איז געציהלט קעגן געוויסע מענטשען, די טענות זענען ווארשיינליך גערעכטע, אבער עכ"ז איז עס נאך אלץ געציהלט קעגן א גרופע [א.ג.] עסקנים.
איך געדענק נישט אין היסטאריע (אויסער ביי פארשטינקענע פאליטיק) אז א צייטונג זאל 'אפיציעל' ווערן א פאשקעוויל, און קעיר נעמן פון שטאטישע פראבלעמען, איך גיי יעצט נישט אריין צו ס'דארף זיין אזוי צו נישט, אבער דאס איז די מציאות אז ס'איז קיינמאל נישט געווען, און די סיבה איז פארשטענדליך, 1) די חרידישע אידנטום ווערט געפיהרט דורך רבנים נישט דורך צייטונג שרייבער 2) ס'איז זייער ביליג און נישט אידישלעך צו באשמוצן אידן אין פובליק (אפי' אנאנימע).
האלטסט אז ס'וואלט געפאסט אז דער מאמענט זאל כאפן א אינטערוויו מיט א מאנסי איינוואוינער וואס גייט צאמשעלטן דעוועלאפערס וואס מאכן א חורבן אין מאנסי און קארופטרין די ארטיגע באהערדע ?
זענען די טענות ריכטיגע ? יא
באלאנגט דאס אין א צייטונג ? אויסדריקליך נישט.
יעקב מענטש
האלטסט אז ס'וואלט געפאסט אז דער מאמענט זאל כאפן א אינטערוויו מיט א מאנסי איינוואוינער וואס גייט צאמשעלטן דעוועלאפערס וואס מאכן א חורבן אין מאנסי און קארופטרין די ארטיגע באהערדע ?
האסט געברענגט א גוטע דוגמא און די ענטפער איז א הילכיגע יא און נאכאמאל יא, וויפיל די דעוועלעפערס האבן שוין יא גערעדט וועגן העלפן די מאסן איז נאר דורך די דעת הקהל וואס מען אויפגעוועקט
און לאמיר קוקן די פראבלעם סטרעיט אין די אויגן, איז דא די פראבלעם מיט א גרויס חלק פון די אזויגערופענע עסקנים? אויסדריקליך יא, סא ווי דען באלאנגט אזא ארטיקל, אפשר צו זאמלען שטויב אין די הייזער פון די זעלבע רבנים וואס די חתימה זייערע איז נישט ווערד די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן? ווי דען זאל דער המון עם און די געליטענע אויסשרייען זייער וויי געשריי אויף די מעשי רשע? נאר דא אין ק"ש, ניין!! עס איז שוין העכסט צייט צו אויפשוטורעמען די מאסן דאס איז די אינציגסטע מיטל וואס ארבעט ליידער ווייל נאר מה יאמרו הבריות דערשרעקט די רשעים,
און פאר אמת'דיגע עוסקים בצכי ציבור הבאמונה בליבט נאר איבער צו וואונטשן תחזקנה ידיכם ומחלקכם יהיה חלקי.
מ'דארף ארויסברענגען נאך א תועלת פון די העלדישע טריט פון יואלי לעבאוויטש.
ביז היינט, האבען געוויסע געמיינט אז זיי קענען טוהן אומרעכט'ן, האלט'ן די אטעם עד יעבר זעם, און דערנאך הייבען דער קאפ. יעצט זעט מען אז פונקט ווי די תוצאות פון דיין שייגעץ שטיק האבען א קיום לעד ולנצח, אזוי אויך וועט דיין שולד בלייבען לעד ולנצח, און מ'וועט דיר אפיר רופען דערויף.
דאס איז גילטיג אין אסאך סכסוכים אין כלל ישראל. איך האב נישט קיין מיינונג אין דעם, אבער ביי די מחלוקת אין סאטמאר, האבען א סאך חשבונות פון מנהיגים און עסקנים אויסגעבראכען. אלע שלעגעריי אויף בני יואל האט צוריק געביסען אין די שלעגער'ס (איך זאג גארנישט וועגען די בארעכטיגקייט, נאר אז מ'טוט אזעלכע זאכען זאל מען נישט מיינען אז מ'וועט עס פארגעסען).
דער בעלזער רעבע האט געמיינט אז ער וועט זיך שלאגען, און א שטיק צייט שפעטער וועט מען פארגעסען דערפון און ער וועט בלייבען א רבי ווי אלע רבי'ס. דערווייל זוכט ער מיט נעגעל צו ווערען אנגענומען, היינט נאך מער ווי דרייסיג יאר נאכ'ן שלעגעריי. איך גלויב נישט ער וואלט עס געטוהן ווען ער ווייסט די פרייז.
עכ"פ יעצט לערנט מען אז א פרייז איז אייביג דא, און הנושה בא לקחת ביום מן הימים.
לערנט'ס ענק אפ פון זיי - באבוב, פאנאוויעז, לעיקוואד, חצר בני ברק וחצר ירושלים, ועוד ועוד.
געוואלדיגיעקב מענטש
האלטסט אז ס'וואלט געפאסט אז דער מאמענט זאל כאפן א אינטערוויו מיט א מאנסי איינוואוינער וואס גייט צאמשעלטן דעוועלאפערס וואס מאכן א חורבן אין מאנסי און קארופטרין די ארטיגע באהערדע ?
האסט געברענגט א גוטע דוגמא און די ענטפער איז א הילכיגע יא און נאכאמאל יא, וויפיל די דעוועלעפערס האבן שוין יא גערעדט וועגן העלפן די מאסן איז נאר דורך די דעת הקהל וואס מען אויפגעוועקט
און לאמיר קוקן די פראבלעם סטרעיט אין די אויגן, איז דא די פראבלעם מיט א גרויס חלק פון די אזויגערופענע עסקנים? אויסדריקליך יא, סא ווי דען באלאנגט אזא ארטיקל, אפשר צו זאמלען שטויב אין די הייזער פון די זעלבע רבנים וואס די חתימה זייערע איז נישט ווערד די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן? ווי דען זאל דער המון עם און די געליטענע אויסשרייען זייער וויי געשריי אויף די מעשי רשע? נאר דא אין ק"ש, ניין!! עס איז שוין העכסט צייט צו אויפשוטורעמען די מאסן דאס איז די אינציגסטע מיטל וואס ארבעט ליידער ווייל נאר מה יאמרו הבריות דערשרעקט די רשעים,
און פאר אמת'דיגע עוסקים בצכי ציבור הבאמונה בליבט נאר איבער צו וואונטשן תחזקנה ידיכם ומחלקכם יהיה חלקי.
איך זעה אונז זענען בכלל נישט מחולק אויף דעם מהות פון דעם ארטיקל, 1) די חילוק צווישן מיר און דיר איז נאר וואס איז די ראלע פון א צייטונג ביים היימישן עולם, 2) צו איז דאס די ניווא וואס מ'ערווארטעט פון א היימישע אויסגאבע
ליטוואק, סע קאסט מיר א לאך, ביזט פאר עכט? בעלזע רב זוכט מיט נעגל צו ווערן אנגענימען? ביי וועם דארף ער זיין אנגענימען פונקלעך? ביי ר אהרן? ביי ר זלמן לייב, אדער ביי די אויסגעוועפטע שריים פון עדה? ביי מחנובקע/בעלזע רבי? בעלזע רב זוכט שלום היינט צו די ווילסט יא אדער נישט, ער איז זיך גרייט צו בייגן פאר וועם סזאל נאר זיין, ער וויל סזאל זיך ענדיגן מיט די מחלוקת און די חסידושע הויפן. דאס מיינט נישט אז ער האט חרטה פארן טוהן וואס ער האט אויפגעשטעלט.
לאמיר נישט פאדרייען די שמועס, צוריק צום נושא.
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
איך לאך אויך פון איהם. וואס דארף ער די גאנצע מעשה. אבער פארפאלען, ער טוט עס און ס'גייט איהם קיינמאל נישט גייען. אפילו ווען ער לעבט 150 יאר וועט ער קיינמאל נישט ווערען זקן האדמו"רים.
צוריק צום נושא
שטארקע ווערטער, זייער באלערנד.
נו לאמער צוריק גיין צום נושא.