דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9879
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9879
אוי גיסטו אויל אויף מיין פייער
מיר מיזן די טייערע קינדערלעך געיבן א שרעקליכן עטיטוט, בכדי זיי אויסלערנען אז שנארן איז נישט קיין עסק,
ווען מיר זאלן געיבן פארן קליינעם געוואגטן אינגעלע, וואלסטו וועין אויסגעוואקסן מיט חלומות צי זיין א גרויסע געוואגטע שנארער, ני איז וואס אז דיינע חלומות זענען געגאנגען צי וואקסן א גרויסע עושר.

דע אידן וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג פון געלט גייערס האבן מיר אלץ אויסגעקוקט צו זיין דיפרעסטע נשמות זייער פארווייטיגט.
אוי זאגסטו גוט. און נאך מער איז דאס ווען פונקט ווען דער געלט גייער שטרעקט אויס די האנט, דארף מען דאן ארויסשלעפן דעם טעלעפאון פון טאש, און יענער מיינט נעבעך אז מען זוכט אויף א קוואדער...
איך האב אמאל געשריבן איבער דעם ענין ווי אזוי אויפצונעמען א צדקה זאמלער. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6063">viewtopic.php?f=24&t=6063</a><!-- l -->

זייער א ריכטיגע נקודה הרב געוואגטער,
מ'קען די סוגיא פארברייטערען צו אנדערע זאכן אויך, ס'איז דא מענטשען וואס ווען ס'קומט אריין פאון קאל וואס פארשפרעכט צו זיין אומבטעמ'ט, דריקן זיי אראפ דעם ignore קנעפל און ער פרובירט צו פארגעסן אז יענער האט אפי' גערופן,
איגנארירן א מענטש איז פון די מיאוסט'ע התנהגות א מענטש קען טאן, ווען די איגנארירסט איינעם ליגט אין דעם א סטעיטמענט 'דו ביסט נישט ווערט מיין אויפמערקזאמקייט',
----------------------------------------------
אגב מעג מען אויסלערנען די קינדער אז ווען זיי שטייען אין די רייע צו קלאפן מיט די פושקע אין סמעדרעש, און זיי זעען ווי דער אינגעל פאר זיי האט באקומען א ליידיגע האנט, האט נישט קיין פשט צו צוגיין מיט א פרישקייט צדקה נאר צו קענען נאכמאל זוכה זיין א בליק צו טאן אויף יענעמ'ס פריש אויסגעשטרעקטן האנט

איך בין מיט יעדן בדעה אחת אז עס קריכט אויף די נערוון; אבער אלה הצאן מה חטאו, סך הכל טוען זיי בלויז וואס מען האט זיי באפוילן,
גלייבטס מיר איך ווער גוט נערוועז פון די געלט גייער (פאר מער דרוקט דא), אבער מיר ווילן דאך אויסלערנען די קינדער צו פאלגן וואס מען הייסט.
דאס בעסטע איז זיך צו פארשאפן א זעקל פעני'ס, רובא דרובא קלענערע קינדער ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם און זיי וועלן זיין צופרידן מיט סיי וועלכע מטבע.

אנאנים איז שוין גארנישט אזוי געוואגט.
היינטיגע קינדער זענען שוין נישט אין שנארען אזוי ווי אמאל,
מיין זין האט געדזשוינט די אויל אינדאסטרי
ער פארקויפט אויל פאר די מאסע, און וועט באקומען א פאקסי פאפ ווען ער פארקויפט א טרעילער שמן זית זך

געוואקטער, דו ביסט א תופס מחשבה, ממש דאס האב איך געקלעהרט היינט 'דערפרי, קוקענדיק ווי פיהל מענטשען [וועלכע זענען שוין 'סיק און טייערד' פון מאכען יעהדע מינוט נאכאמאהל צו ווייזען 'אין לי'] און קוקען אויף די בחור'לאך און קינדערלאך ווי זיי וואלטען געוועהן עפעס א לאך אין וואנט, נאך ווינציקער ווי ווען א מורישקע קומט צו קריכען אונטער די פיס, מ'קען מקיים זיין חסד אויב נישט צדקה מיט גיבען יענעם א ברעקעל רעספעקט אלץ א יומען ביאינג.
ביסט גערעכט, אבער נאר האלבוועגס.
למעשה איינער וואס האט נישט, שעמט זיך שטארק צו שלעפען די אקסעל און זיך אנטשולדיגען פאר'ן נישט האבען. ובפרט ווען דער וואס קומט נאך געלט איז נישט קיין ארימאן, נאר א קינד וואס מ'האט מאלעסטירט צו גייען פאר עפעס א מוסד וואס עגזיסטירט נישט כדי די רבינ'ס גבאים וועלען האבען צו לעבען. אדער איינער וואס רעדט זיך איין אז דורך מוטשענ'ן די מענטשהייט קויפט ער איין עוה"ב, און זאלען אלע צופלאצט ווערען פאר זיין עוה"ב יאגאכץ. און שטייט דארט א יונגערמאן וואס פלוצלונג איז געפאלען אויף איהם א צען טויזענט דאללארדיג'ע ביל פון טעראפ"י פאר א קינד, און צו ענדיגען דער חודש קען ער קוים אפילו אן דעם, און ער ווייסט נישט צו ער וועט נאך אנהאלטען זיין דזשאב, און דא קומט מען נאכאנאנד אונטערשטרעכעלען זיין צרות. ער מוז געדענקען נאכאמאל און נאכאמאל וואס פאר א שלעמאזעל ער איז. נישט גענוג אז זיין ווייב האלט אין איין דערמאנען, נישט גענוג אז זיין קעשענע איז טאקע לער, נישט גענוג אז זיין נערווען ציען זיך אן ביז תולה ארץ פאר'ן שווערע קשיא 'כסף מנלן', נישט גענוג אז די מוסדות פאדערען זייער 'הכרת הטוב' אויסקוועטשען, דארף ער נאך זיין די שלעכטער אויך?!
כי יעמוד לימין אביון, אז דער אויבישטער שטייט לעבען יעדער ארימאן גייט אויפ'ן אמעריקאנער מענטש אויך, נישט נאר אן איזרעל"י וואס קומט דא יאר נאך יאר אויף חתונה צו מאכען, און נישט נאר אויפ'ן תימנ'ער וואס האט אן עקסטער חן ווייל ער איז פון תימן און...... יא, דער אמעריקאנער ארימאן האט אויך דער אויבישטער מיט איהם, און זיין כבוד איז אויך וויכטיג.

ליטוואק פון בודאפעסטדער אמעריקאנער ארימאן האט אויך דער אויבישטער מיט איהם, און זיין כבוד איז אויך וויכטיג.
איך זע נישט די כבוד וואס שטעקט אין איגנארירן א מענטש, און אפילו א קינד.
דאס דרייען מיט די האנט צייגט לאו דוקא אז ער האט נישט קיין געלט, עס מיינט פונקט אזוי אז ער וויל נישט געבן פאר דעם צוועק. דאס איז בכלל נישט קיין בזיון.
אבער ער ווייסט פארוואס ער דארף איהם אפזאגען, און איהם שטעכט עס יעדעס מאל. ווען ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, קען ער זיך אליינס איינרעדען אז ער האט איהם נישט געזען.
איך טוה עס נישט. איך האב אפאר מאל ארומגענומען משולחים און איך ווייס דער צער פון ווערען איגנארירט. אבער דער בליק כאילו מ'רעדט פון אן עשיר א בעל גאווה וואס קוקט אראפ אויפ'ן שנאררער איז אפט נישט אין פלאץ. אפט האנדל'ט זיך א פארקערטע מעשה

א לימוד זכות: די אידן וואס איגנארירן זענען זייער נזהר אין שקר ממילא ווילן זיי נישט דרייען מיטן האנט וואס דאס צייגט אז מהאט נישט ווען למעשה האבן זיי דאך יא, ווידער זאגן אז כהאב און כהאלטעך נישט ביים געבן ווילן זיי נישט מצער זיין דעם קאלעקטער, ממילא האבן זיי נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו איגנארירן.
איך בין אמאל געגאנגען נאך געלט, ווייזט מיר א איד אזוי ארום און ארום מיט די האנט, פרעג איך אים צו ער קען מיר ביטע מסביר זיין וואס ער וואונקט דא? ענטפערט ער מיר "איך ווייז דיר אז אויב זאלסט דיך איבערדרייען פינף מאל וועסטו אויך נישט באקומען פון מיר"..
.
פארוואס גייט מען ביים דאווענען. ס'זייער ריכטיג צו איגנאירן
די פראבלעם איז נאכמער די פריש געבוירנע געלד גייערס ווייסן ניטאמאל וואס דאס מיינט דרייען מיט די הענט אדער א שאקל מיט די אקסעל ער בלייבט שטיין פאר 5 מינוט מיט א אויסגעשטרעקטע הענט.
אגב פארוואס טאקע זאל זיך נישט יעדער אינגערמאן איינהאנדלן א פעקל ניקלס אין טיילן פאר אלע קינדער.

אונז זעמיר שוין פונעם אינגען דור, וואס מען האט שוין איינגעשפאנט צו גיין נאך געלט, און איך געדענק וויאזוי מען האט זיך אויפגעפירט צו מיר, פרוביר איך זיך פאר אנדערע צו אויפפירן מענטשליך, פאר א קינד געב איך עפעס, אדער זאג איך עם קלאר, טייער קינד אייעם סארי אבער כהאב נישט יעצט, טוהסט א גרויסע מצוה, כאטשיג צו מקיים זיין דעם והמפייסו.
ובזה יצאתי
ובזה יצאתי
שמעון וואלף.
אויב אזוי וועללן בעלזער, קלויזנבורגער, סקווירא'ער און להבדיל, ציונים אויך ארויסלייגן אזעלכע צעטלעך אויף זייער טיר. און סתם קמצנים וועללן ארויסלייגן א קורץ בריוול. מיר קענען נישט צו קוקן ווי איהר פלאגט זיך. דעריבער וועללן מיר נישט ענטפערן פאר קיין משולח אדער שנארער.
יישר כח.
מיין האנט טוט אזוי וויי פון דרייען … אגאנצן דאווענען האב איך געהאלטן אין איין דרייען… דיין שולד געוואגטער…
געווענליך ווען איך זע די "זייט א %100 געווינער" סלאגאן אויף א ראפעל, זיך איך אויף אין שול א געקויפטע ראפעל אדער גיי איך צו דער מענטש וואס גייט ארום נאך געלט און פארקויפט די נייטרא ראפעל, און איך בעט די געלט אויפן פלאץ, אויב בין איך א זיכערע געווינער איז דאך די געלט אדער חפץ מיינס, איז פארוואס ארומשלעפן ביז ר"ח אדר ב, תשע"ז, געב מיר עס יעצט און פטור אן עסק, זאגסט דאך ממילא אז איך בין א זיכערע געווינער.
איך ווייס אז דאס איז גארנישט מער ווי א נארישע סלאגאן, וואס קיינער גלייבט נישט אינדעם ממילא, אויב געט מען צדקה איז אלס צדקה אויס און צו געווינען עפעס איז גאר א נידריגע טשאנס, אבער מיטדעם אלעם דארפן די מוסדות און שנארער קאמפיינערס שרייבן אמת און נישט פארקויפן שטותים פארן עולם.

דער סלאגן גייט ארויף אויף די קיאפאנס אויף די אנדערע זייט פון דער ראפיל/רעסיט
diffפארוואס גייט מען ביים דאווענען. ס'זייער ריכטיג צו איגנאירן
מ'גייט ספעציעל ביים דאווענען, כדי צו קענען אויפוועקן די אידן ווען זיי פאר'חלום'ען זיך אינמיטן דאווענען..
איך האב געטראפן א נייע עצה זיך אפשאקלען פון די קינדער שנארער'ס, עס איז בדוק ומנסה, און ציליב די ווירקזאמקייט האב איך באשלאסן עס מפרסם צי זיין.
נעמט ארויס די סמארט פאון און ס'קינד לויפט.
דערווייל כאפט מען נאך נישט קיין פעטש, נאר לכל היותר א 'פעך'.

Smart idea
איך האב עס געטרייט. די קינדער זענען אנטלאפן; די ערוואקסענע זענען געקומען צו לויפן.

פליקעראיך האב געטראפן א נייע עצה זיך אפשאקלען פון די קינדער שנארער'ס, עס איז בדוק ומנסה, און ציליב די ווירקזאמקייט האב איך באשלאסן עס מפרסם צי זיין.
נעמט ארויס די סמארט פאון און ס'קינד לויפט.
דערווייל כאפט מען נאך נישט קיין פעטש, נאר לכל היותר א 'פעך'.
יעצט כאפ איך שוין פארוואס אין מיין שול הענגט א ווארענונג נישט ארויסצונעמען א סמארטפאון אין סמעדרעש 😉
שמעקעדיגפליקעראיך האב געטראפן א נייע עצה זיך אפשאקלען פון די קינדער שנארער'ס, עס איז בדוק ומנסה, און ציליב די ווירקזאמקייט האב איך באשלאסן עס מפרסם צי זיין.
נעמט ארויס די סמארט פאון און ס'קינד לויפט.
דערווייל כאפט מען נאך נישט קיין פעטש, נאר לכל היותר א 'פעך'.
יעצט כאפ איך שוין פארוואס אין מיין שול הענגט א ווארענונג נישט ארויסצונעמען א סמארטפאון אין סמעדרעש 😉
נישט אזוי זיכער אז ס'אז א גוטער תירוץ. מ'עט דיך נאך הייסן שנעל ווייער מיך אן אי-פעי