☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ

די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9871
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 1:29 pm

· #311217
די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
איך בין ב"ה נישט אויסגעקאכט אין די אינדיאנע עבודה זרות, אבער א לעגענדע גייט ארום אז דארט האבן געוויסע מענטשן אויפגענומען פאר זייער אפגאט א... קו. יא, א פשוט'ע קו, וואס מען מעלקט מילך פון איר. ווען א קוה גייט אדורך די גאס, וועלן זיך אירע חסידים אפשטעלן מיט רעספעקט. אך און וויי אויב א קאר פרובירט אדורכצופארן אדער אפילו בלויז צו פייפן און שטערן די קוה וואס האט זיך פונקט געשטעלט אינמיטן די ראוד. דאס איז פון די ג' חמורות. אויב די הייליגע קוה (פון דא שטאמט דער אויסדרוק "האולי קאו"?) וויל גיין פאר אירע צרכים, וועט מען מיט גרויס עהרפורכט און "קעלבערנע התפעלות" זיך שטעלן ארום און איר לאזן מקריב זיין דעם קרבן בעל פעור, לריח ניחוח אשה לקאשקע. און ווען דער בהמה גיט איימיצן א קאפע, איז מען מקבל די יסורים באהבה, ווארשיינליך האט מען געדארפט עפעס אפקומען און די קוה מיט איר גרויס רחמנות האט געשיקט א דערמאנונג פון אונטן.

איר לאכט. מיר, די פארגעשריטענע נארמאלע אמעריקאנער, וועלכע זענען מער נישט סטאק אינעם מיטל-אלטער מיט די אויסגעטראכטע פאנאטישע אפגעטער, קענען נישט פארשטיין זייער געדאנקען-גאנג. זעהען זיי דען נישט אז דאס איז א פשוט'ע בהמה, א ילוד קיעלע? ווי קען מען זיין אזוי נאריש און גלייבן אין אזא עבודה זרה, וואס פה להם ולא ידברו?

האב איך פאר אייך נייעס, אמעריטשקע: איר טוט די זעלבע פאנאטישע שטיק, איר זענט גארנישט בעסער. איר האט פשוט אויסגעקליבן א צווייטע אפגאט וועמען צו דינען אנשטאט די קיעלע. אייער אפגאט רופט זיך: "געזעץ". און לאמיר זיך ערקלערן.

יעדער בר בי רב פארשטייט וואס איז א געזעץ, עס איז זייער פשוט. ליתר ביאור, האב איך שוין אביסל מסביר געווען אין דעם אשכול עיי"ש. געזעץ איז נישט קיין ציל אדער א מטרה פאר עפעס, עס איז נאר א אמצעי, א עצה, צו האלטן די מענטשן פארזיכערט. יעדע לאנד האט די מינימום אחריות קעהר צו נעמען פון אירע בירגער, און באשטימען געזעצן אז מען זאל קענען וואוינען דארט רואיג און פארזיכערט, און שלעכטע מענטשן זאלן נישט קענען האבן קיין פרייע האנט און שטערן די וואוילע בירגער. זעלבסטפארשטענדליך אז מען איז אויך מקיים דעם שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך, עס פעלט זיך אויס צו האבן געזעץ-אינפארסירער וועלכע זאלן זיכער מאכן אז מען פאלגט אויס די געזעצן און עס איז נישט קיין הפקר פעטרישקע, ואלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו; אבער יעדער פארשטייט אז דאס איז נאר לטובת די מענטשהייט, די מענטשן זענען די עיקר, און דער געזעץ איז נאר א הילף פאר די מענטשן. מען פארשטייט אויך אז ווי מער מענטשן און ווי מער מעגליכע פראבלעמען, אלס מער געזעצן פאדערט זיך צו באשטימען. אלמלי עס וואלטן געלעבט נאר א מנין מענטשן אין שטאט, וואלט מען געקענט רואיג לעבן אן קיין רול'ס און געזעצן.

דער פראבלעם ווערט נאר, ווען די וויזיע ווערט פארנעפלט און מען פארטוישט פריאריטעטן. מען פארגעסט וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל. ווען מען מאכט אן עיקר פונעם געזעץ, און א טפל פון די מענטשהייט. אין אנדערע ווערטער, מען מאכט דעם געזעץ פארן ציהל, פאר אן עבודה זרה. און דאס שטעלט זיך ארויס אויף מערערע אופנים.

אין אמעריקע, ווייסט יעדער, איז קיינער נישט העכער דעם געזעץ. אפילו נישט די געזעץ געבער אליינס. ניטעמאל דער פרעזידענט. לפי"ז איז לכאורה יתכן אז אויב צב"ש דער פרעזידענט באשטעטיגט א געזעץ וואס ער זעלבסט האט מחדש געווען, און שפעטער מחמת איזה סיבה וועט ער ברעכן זיין אייגענעם געזעץ, קען מען אים באשטראפן דערפאר. ווייל איינמאל ער האט אונטערגעשריבן דעם געזעץ, איז עס געווארן אזא סארט אפגאט וואס אפילו ער זעלבסט טאר עס נישט פארלעצן און מוז האבן רעספעקט דערפאר. אזוי אז עס קען אויסקומען אז דער העכסטער פערזאן פונעם לאנד, דער מערסט-רעספעקטירטער פרעזידענט וואס יעדע ווארט פון אים פארמאגט א שטארקע חשיבות, וואס רוב לאנד האט אים אריינגעוועלט, טאמער האט ער זיך פארטשעפעט מיט עפעס א געזעץ, פארלירט ער אינסטענטלי זיין גאנצע חשיבות. (געוויס פארשטייט מען די מטרה דערפון אז קיינע דיקטאטורן זאלן רעגירן ווי אין די פארגאנגענהייט, אבער מען מוז נישט אלעמאל לויפן צום צווייטן עקסטרים).

געזעצן, ווערן געמאכט דורך מענטשן. פשוט'ע מענטשן, אזוי ווי איך און דו. מענטשן וואס קענען צומאל מאכן טעותים, גראבע טעותים. אסאך געזעצן ווערט געמאכט אונטער פרעשור, אונטער די איינפלוס פון לאביאיסטן, אונטער כעס פון געוויסע אויסברוכן אין לאנד וואס מען פרובירט צו קאנטראלירן, און דעריבער טיילט מען צו אומ'יושר'דיגע שטראפן און מען נעמט אן א (צומאל צייטווייליגן) זערא טאלעראנץ. אלענפאלס, א געזעץ ווערט קאנטראלירט בלויז פון מענטשן, א בשר ודם. עס שטעקט נישט קיין באזונדערע קדושה אזוי ווי, להבדיל, א מצות עשה דאורייתא אדער ניטעמאל א דרבנן וואס באשטימען מצוות צי מקובל מסיני אדער דורך רוה"ק. פארקערט, רוב מאל ווערט עס געטריבן בלויז דורך געוויסע אגענדעס און הרגשים. ממילא ע"פ שכל וואלט א געזעץ נישט געדארפט האבן קיין שום חשיבות מצד עצמו. נאר וויבאלד עס פעלט זיך אויס לטובת די מענטשהייט, האט מען באשטימט אזא זאך ווי פאליטישאנ'ס געזעץ געבער, און געמאכט אז דער געזעץ זאל האבן א געוויסע וועליו וואס מענטשן זאלן רעספעקטירן און אויספאלגן, אלעס צוליב זייער אייגענע טובה.

ביי חז"ל טרעפן מיר אפט א איידיע פון "לא פלוג". א געזעץ בלייבט א געזעץ, אפגעזעהן פון די אומשטענדן. אבער מיר טרעפן אויך אז במקום ספק איז מען מקיל, במקום פיקוח נפש איז מען אלעס מבטל, א שוואכער מענטש טאר גאר נישט פאסטן יוכ"פ. ביי הפסד מרובה קען מען ארומשפילן און זיך פארלאזן אויף געוויסע קולות; ווי אויך איז א גרויסע נפק"מ צווישן א שוגג, אונס און מזיד. אונטערשטע שורה, מען רעכנט זיך מיטן מענטש, די תורה מאכט זיכער אז די מצוות עשה און ל"ת זענען באופן פון "וחי בהם", מען זאל לעבן דערמיט, עס זאל דינען לטובת דעם מענטש.

ווען מען ארבעט מיט שכל, וואלטן זאכן געווען אנדערש אין אונזער אמעריקע. אבער אז מען דינט אן עבודה זרה, האט מען אזא קארופטירטן סיסטעם ווי די געזעץ אינפארסירער, פאליציי און פראקורארן, קענען אויסנוצן דעם געזעץ צו מאנעוורירן א קעיס לויט זייער אגענדע. ווי איך גלייך זיי אנצורופן, "לעגאלע מאפיא". זיי קענען דיר פייניגן און רואינירן דאס לעבן, אלץ אונטערן געזעץ. מען מאכט די מענטשן אלס קנעכט פארן געזעץ. ווען איינער דערשיסט א צווייטן צום טויט רח"ל, וועט מען נישט יענעם ארעסטירן ווייל ער האט געטון א פארברעכן פאר די מענטשהייט; נאר ווייל ער האט געבראכן דאס געזעץ, אונזער עבודה זרה. "האסט נישט געוואוסט? ביסט א שוגג?" סארי, דאס אינטרעסירט אונז נישט. דו דארפסט וויסן אלע ביליאנען געזעצן פונעם געבורט, כי לכך נוצרת.

לאמיר נעמען א פשוט'ע משל. שטעלט אייך פאר עס איז 3 ביינאכט, נישטא קיין נפש חיה אויפן ראוד ווי ווייט אייער אויג קען זעהן, פון אלע 4 זייטן איז ליידיג. איר קומט אן צו א סטאפ סיין, און איר זענט מיד, און ממילא זענט איר נישט געקומען צו א פולשטענדיגע סטאפ ביים סיין, און איר פארט זיך רואיג ווייטער. וואס איר האט אבער נישט באמערקט, אז א פאליציאנט זיצט אין א טונקעלע קאר אין דער זייט און לאקערט בכליון עינים אויף א קרבן, און אצינד האט ער אייך "געפאקט ביי די מעשה". ער צינדט אן די לעמפלעך און מיט א חי'שע אפעטיט שטעלט ער אייך אפ, כדי צו געבן א פעטן טיקעט און איינקאסירן אביסל הכנסות פאר די רעגירונג. ווען בלעמ'ס אייזל וואלט דא געקענט רעדן, וואלט ער געזאגט דעם פאליציאנט, "הער אפיציר, דער גאנצער געזעץ פון זיך אפשטעלן ביי א סטאפ סיין איז דאך אך ורק לטובתינו, אז אויב קומען מערערע אויטא'ס זאל זיין א סדר, נישט א צומישעניש וואס אין מוקדם ומאוחר בסטאפ סיין וואס קען גורם זיין אומגליקן. אבער יעצט אז די גאס איז ליידיג, נישט קיין איינציגע קאר אין די ארומיגע 2 מייל, איז דאך לכאורה פאראן א מקום להקל נישט צו קומען צו א פולשטענדיגע סטאפ"... איר מיינט אז אזא טענה וואלט געהאלפן? דער פאליציאנט וואלט גאנץ זיכער איגנארירט די בקשה און געגעבן זיין טיקעט, ווייל נאך אלעם האט דאך דער דרייווער געבראכן די עבודה זרה וואס הייסט 'געזעץ'. נישט אזוי? מען האט דא געכאפט דעם טוטער, דער גורם פאר אלע פראבלעמען וואס פלאגט דעם לאנד...

לאמיר אנכאפן נאך א דוגמא. ווען א פראקוראר זעהט ער האט א שוואכע קעיס, אנשטאט צו באפרייען דעם אנגעקלאגטן און זיך אפלאזן פון זיין קרבן, וועט ער טון כל מה שביכלתו יענעם צו מאכן אויסקוקן ווי א פארברעכער, דורכן נוצן דעם געזעץ ע"ז. צב"ש ביי די באקאנטע רובאשקין קעיס, צווישן די עטליכע טויזענט צו וויפיל קלאגעס ער איז געפינען געווארן שולדיג, איז געווען איין קאונט פון א אומבאוואוסטע געזעץ אז מען טאר נישט באצאלן פאר די פארמער נאך א געוויסע צייט-אפשניט און רובאשקין האט בלא יודעין געצאלט שפעטער ווי דעם צייט אפשניט. דער געזעץ האט מען מתקן געווען לאנגע יארן פריער צוליב געוויסע סיבות וואס איז שוין היינט נישט שייך, די פארמערס געבן שוין לענגערע טערמינען, אלע שלאכט הייזער שלעפן ארום מיטן באצאלן, און עס גייט זיי נישט אן, כמעט קיינער ווייסט ניטעמאל פון דעם געזעץ, עס איז מער נישט נוגע. לויט ווי מען פארציילט, האט אפילו דער ריכטער אויך נישט געוואוסט דערפון, נאר דער פראקוראר וואס האט געוואלט אויפבלאזן זיינע עוולות, האט עס אפירגעזוכט און אפירגעקראצט פון עפעס אן אלטן געזעץ בוך, און פארלאנגט אן עונש דערויף, ס'טייטש, דער באנדיט האט געבראכן דאס געזעץ!

ווען מען טראכט טיף אריין דערין, איז אוממעגליך מען זאל נישט אויספלאצן אין א כעס אקעגן דעם צודרייטן מהלך המחשבה פון אונזער קולטור אין אמעריקע. די מערסטע מאדנע איז אז אפילו קלוגע מענטשן, ווי פילע היימישע אידן און געריבענע פאליטיקאנטן, וועלן נישט פארשטיין וואס איז ראנג מיט אזא מהלך. האסט גענומען א מענטש וואס איז כמעט אומשולדיג, אים אנגעשמירט מיט א גאנצע פאק קלאגעס וואס יעדער ווייסט ער האט נישט געמיינט שלעכט, און אים פאראורטיילט פאר 30 צי ווייסעך וויפיל יארן צו שמאכטן אין תפיסה מיט די ערגסטע פארברעכער. אבער די 'קלוגע חברה' פארשטייען נישט. ביי זיי איז עס א דבר פשוט, עס איז א הלכה למשה מסיני "יו דו דע קריים יו דו דע טיים", מען האט נאך א בפירוש'ע חז"ל אלס ראי', דינא דמלכותא דינא! טא זאל יענער פארפוילט ווערן, הו קעירס.

איך וויל נישט נעמען קיין עקסטרעמע משלים, אבער כדי לסבר את האוזן וועל איך זיך יא ערלויבן. ביי די נאצישע רעזשים איז אויך געווען "געזעצן" פאר די אידן. "ווער עס וועט זיך אנטקעגן שטעלן דעם געזעץ און נישט קומען אין געטא מארגן אינדערפרי וועט דערשאסן ווערן". און נאך אזעלכע סארט געזעצן. שטייצעך אז די אידן וואס האבן זיך אויסבאהאלטן פארדינען טאקע טויט שטראף, ווייל זיי האבן נישט אויסגעפאלגט די געזעצן, דינא דמלכותא דינא, ואין עונשין אא"כ מזהירין...

ס'איז מיר א פלא אז נאך די מלחמה, ביי די נירנבורג פראצעס, האבן זיך א גרויס חלק פון די מערדער ימ"ש באנוצט מיט די זעלבע אויסרייד, אז זיי האבן פשוט אויסגעפאלגט וואס מען האט זיי באפוילן! זיי האבן זיך נישט געקענט אנטקעגנשטעלן, אויב יא זענען זיי אויסגעשטאנען טויט שטראף, ממילא זענען זיי פשוט "אומשולדיג"! אינטרעסאנט אז מען האט נישט אנגענומען זייער תירוץ... לויט אונזער מהלך המחשבה וואלט מען זיי גאר געדארפט געבן רעספעקט אז זיי האבן אויסגעפאלגט די געזעצן און באפעלן פון זייערע אויבערהארן.

ווי געזאגט, דאס זענען עקסטרעמע אויסנאם משלים, און נישט דאס איז מיין כוונה. געוויס איז אמעריקע נישט קיין לאנד פון רציחה און זיי צו פארגלייכן צו נאצי'ס איז אבסורד; אבער די מטרה פונעם משל איז צו ווייזן אז געזעצן דארף זיין שכל'דיג פאר די טובה פון די בירגער, און אויב ווערט עס געמאכט דורך א ווילדע החלטה, אדער עקסטרעמיסטישע מהלך המחשבה (צב"ש געזעצן וואס טראמפ וואלט געשריבן אקעגן די אימיגראנטן...) דאן האט דער געזעץ נישט קיין שום חשיבות. און נאך מער, אפילו א געזעץ וואס איז יא פארשטענדליך (ווי למשל א סטאפ סיין כנ"ל) און משום לא פלוג דארף מען אייביג סטאפן אפילו ווען עס איז נישטא קיין קאר אויף די אנדערע זייטן, וואלט מען אויך געמעגט געבן א הנחה אויב עס קומט אויס א פאל כנ"ל אז עס איז שפעט ביינאכט, דער דרייווער איז מיד, און עס איז נישט פאראן קיין איין קאר ווי ווייט דער אויג קען זעהן, ווייל סוכ"ס איז דער געזעץ געמאכט געווארן טאקע נאר ווען עס זענען פאראן מערערע קארס, פאר א איינצלנעם קאר דארף מען דאך נישט קיין געזעצן.

אונטערשטע שורה, אז איר וועט אריינטראכטן אין מיינע ווערטער, און איינזעהן ווי אזוי מען באגייט זיך אין אמעריקע מיט מענטשן לגבי דעם געזעץ, וועט איר זעהן אז דער געזעץ אין אמעריקע איז א בלויזע עבודה זרה צו וועמען רוב בירגער אין לאנד דינען ערליך, מיט א הייליגע רעספעקט. אויב אזוי, איז שוין נישט דא וואס צו לאכן פון די אינדיאנע בהמות (תרתי משמע, סיי די אפגעטער און סיי זייערע חסידים וחסידות) וואס דינען זייער קוה אפגאט מיט ציטער און רעספעקט. מיר זענען ביידע אויפן זעלבן פעידזש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 10:54 pm

· #311267
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
ווען איך בין דאס ערשטע מאל אנגעקומען אין אמעריקא, אלס אכצען יעריגע בחור, האב איך באמערקט אין לופטפעלד א גרויסע שילד ווארענען מענטשען נישט צו נוצען אומלעגאלע טעקס"י ווייל it's the law, נישט ווייל ס'איז א סכנה נאר וועגען די געזעץ.
שפעטער האב איך געזען די שילדען אין גאס buckle up, it's the law
אויף די ראדיא האבען זיי ערקלערונגען אז מ'גייט כאפען מענטשען וואס דרייוען אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל
קיינמאל רעדט מען נישט פון די שכל'דיגע סבה פארוואס זיך אויפצופיהרען מיט'ן געזעץ

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2015 11:32 pm

· #311269
זייער גערעכטע פונקטן, שמעקעדיג. און שש, האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. מ'זעט עס אפט ביי די וואס פארהייליגן די קאנסטיטוציע ממש ווי די עשרת הדיברות, און וועלן זיך מוסר נפש זיין דערויף כנתינתם מסיני. מ'זעט עס בעיקר ביים רעליגיעזע קריסטן און ביי היימישע אידן, וואס פארהייליגן די פאטער פון אמעריקע וואס האבן אוועקגעשטעלט די קאנסטיטוציע, ווי כאילו זייער רצון ווען זיי האבן דערקלערט אינדיפענדענס באלד צווי הונדערט און פופציג יאר צוריק איז אונז עפעס מחייב ווי אזוי מיר זאלן לעבן היינטיגע צייטן און א גענצליך אנדערע וועלט. דאס נעמט זיך לכאורה פון די הערכה וואס אונז היימישע אידן, און להבדיל אלע רעליגיעזע מענטשן, האבן פאר אונזערע פארגייער, אונזערע רביס, ולמעלה בקודש, אחרונים, ראשונים, אמוראים, תנאים, וכו', די אמונה הכרחית פון ירידת הדורות, און אז זיי האבן פארשטאנען בעסער פון אונז וויאזוי זיך צו פירן און 2015.

אבער דאס וואס דו האסט טענות אויף געזעצן אז זיי זענען נישט בויגזאם צום אינדיווידואלען אינצידענט פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט. ווילסט אז אין די סטאפ סיין געזעץ זאל שטיין, במה דברים אמורים, ווען ס'דא אסאך קארן, אבער צוויי אזייגער אינמיטן נאכט נישט. וועט זיך אבער אנהויבן א גאנצע מערכה וואס איז די דין מיט איינס אזייגער ביינאכט, און וואס איז די דין פון צוויי אזייגער ביינאכט ווען די רבי מאכט חתונה? וואס איז די דין מיט טיימס סקווער צווייע ביינאכט? און אויב וועט מען איינצעזן אז טיימס סקווער האט א דין פון טאג, לילה כיום תאיר, וואס איז אבער די דין מיט צוויי בלאקס אוועק פון טיימס סקווער? צו מאכט מען א לא פלוג, אדער איז דא א דקות'דיגע חילוק וואס מ'דארף גוט ארויסהאבן די ש"ך אין סימן ק"ב. און יעדע פאליציאנט וועט דארפן זיין בקי אין אלע נושאי כלים, און ווען ער זעט א קאר דורכפארן א סטאפ סיין דריי חלקים פאר צוויי אזייגער וועט ער ארויסנעמען די גרויסע באנד שו"ע און מעיין זיין צו ס'האט שוין א דין פון צוויי אזייגער ע"פ שיטת הגר"א.

יעדע סיסטעם פון געזעץ האט די חסרונות, אפילו אונזערע הלכות אויך. די זעלבע טענות וואס דו האסט אויף געזעצן קען מען טרעפן אין הלכה אויך, צו א לא פליג, צו א חזקה, צו געוויסע הלכות וואס וואלטן באמת געווען אנדערש ווען מ'האט ווען היינט די בצים צו טוישן, נאר וויבאלד די הלכה'דיגע "קאנסטיטוציע" איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר אונזערע צייטן ווער האט דער די ברייטע פלייצעס צו מאכן שינויים, חדש איז דאך אסור מן התורה. קענסט צוגלייכן דיין דרייע פארטאגסיגע סטאפ סיין צו איינער וואס דארף זיך ארויפשלעפן זעכצן שטאק שבת נאכמיטאג אין ניינציג דעגריס וועטער, הייסט דאס דען עונג שבת? שביתת מלאכה? נארוואדען, א סיסטעם איז א סיסטעם, אמת, די סיסטעם דארף האבן א וועג וויאזוי ס'זאל זיך אפדייטן, אבער יעדע סיסטעם וועט האבן די חסרונות.

וואס דו קענסט יא האבן טענות איז אויך די אינפארסירער פון די געזעצן, אז זיי וואלטן געמעגט ארבעטן מיט טאקט, מיט שכל, און אליינס פארשטיין אז מ'מאכט נישט משוגע מענטשען אינמיטן נאכט פארן נישט קומען צו א פולקאמע סטאפ, און נישט זיין טריגער העפי און ארויפשפרינגען אויף יעדע געלעגענהייט ווען זיי קענען ארויסווייסן ווער ס'איז באלעבוס אין שטאט. און דאס איז די חורבן פון די פאליס קולטור וואס מיר האבן דא, און ביזט גערעכט, ס'איז א חורבן.

רימון » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 12:43 am

· #311276
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
הערליכער ארטיקל.

קליגער אינגערמאן » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 1:03 am

· #311280
נו גיט, יעדער דא האט זייער פיין און שיין ארויסגעברענגט די פראבלעם מיטן ע"ז "געזעץ". יעצט אויף למעשה אפשר זאל מען דעם ארטיקל טרענסעלעטן און שענקען פאר באהארא ושתפיו

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 6:12 am

· #311291
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
געפילטע פיש - ס'איז טענו בחטין והודה לו לזכר קדשו. די פראבלעם איז נישט דער געזעץ. דער פראבלעם איז די קולטור. ווען א פאליציאנט זוכט א קרבן אנשטאט'ס פארזיכער'ן די געסער, ווען א רעגירונג און א ריכטער'ן לייגט אוועק א מענטש פאר קלאגעס וואס האבען קיינער נישט געשעדיגט, הייסט'ס די ציבור לאזט צו אזא מין פיראכץ. ס'איז קולטוריש בארעכטיגט. דער פאליציאנט שעמט זיך נישט צו רעדען פון זיין קונץ וואס ער האט אויפגעטוהן. דאס איז גאר די ע"ז

מאטי » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 2:04 pm

· #311325
די פראבלעם מיט די סטאפ סיין גריזלי אטאקירער ווי אויך די איבריגע אומבאצוימטע כוחות פון די פאליציי האט אייגענטליך צוטון מיט אן אנדערן ע"ז, כ'ווייס נישט צו מ'קען דאס אנרופן ע"ז ווייל ס"שטייט געשריבן דערויף in God we trust. עכ"פ, שיתוף געוויס..

ליפא » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 3:07 pm

· #311329

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 4, 2015 4:15 pm

· #311332
אנאנים: איך. יא, איך אני הגבר. דער וואס וויל נישט שרייבן ווייטער די זיכרונות פון מאנטעווידעא, אורוגוואי. און ער זוכט נאר כסדר פארשידענע פוילע תירוצים...!
איך ווילל נאר מעורר זיין א קליינע הערה'לע וואס איך האלט אז ס'אי נישט שלא מן העניין. ניין. ס'האט גארנישט צו טון מיט אורוגוואי אדער ציונות. אדער מיט ש.ש.ט. אדער ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו אדער מיט הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשה פליפ-פלאפ. איך רעד דא איבער דיין נתינת טעם אין צווייטן פאראגראף פון דיין איצטיגע תגובה. נעמליך דער טעם פארוואס דער צווייטער אמענדמענט פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע ערלויבט פאר פריוואטע בירגער צו האלטן געווער.
אבער דער נתינת טעם וואס דו געסט אן איז נישט דער ריכטיגער. ווייל לפי האמת איז פאראן א גאר אנדערער טעם. וועלכער שטייט ארויסגעשריבן אין דעם אמענדמענט אליין. אבער דאס אליינס דארף אויך א שטיקל הסבר. דער ציל און צוועק פון די מיליציע וועלכע האט זיך געדארפט שאפן. והנה. אין די בראשית יארן פון די אמעריקאנער רעפובליק, איז נאך דאס מערסטע חלק פונ'ם לאנד געווען א..."פראנטיער"...ד.מ. א גרעניץ. שוואך באוואוינט. נישט צוזאמגעשטופט אין גרויסע שטעט אזוי ווי היינט. און מ'האט געדארפט האבן עקסטער שמירה, פון באנדיטן און רויבער, וועלכע האבן געלאקערט אויף די פריוואטע בירגער...! גוט שבת...!

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:45 am

· #317616
דאס איז וואס איך רעד

.
📎 Justice.jpg

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:55 am

· #317618
אז זיין יוניאן בעה"ב רימט איהם אויס אלס א מענטש פון יושר, מה יאמרו אזובי הקיר.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 15, 2016 12:08 pm

· #317622
דאס איז אלעס איין קייט געקניפט און געבינדן.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 25, 2018 7:24 pm

· #407143
שמעקעדיג
די מטרה פונעם משל איז צו ווייזן אז געזעצן דארף זיין שכל'דיג פאר די טובה פון די בירגער, און אויב ווערט עס געמאכט דורך א ווילדע החלטה, אדער עקסטרעמיסטישע מהלך המחשבה (צב"ש געזעצן וואס טראמפ וואלט געשריבן אקעגן די אימיגראנטן...) דאן האט דער געזעץ נישט קיין שום חשיבות.

ליינענדיג אביסל וועגן דעם סומאטוכע פון די אומלעגאלע אימיגראנטן ווי מען רייסט אפ די קינדער פון די עלטערן – מאמענט וואלט שוין געמעגט ארויסגעבן א ענגלישע ווערסיע פון דעם "א קינד דארף א טאטן" קאמפיין – און ווי דער שטייפער אטוירני דזשענעראל, סעשאנס, האט נישט געגעבן קיין damn צו די אומגליקליכע קינדער, און געזאגט פאר די מידיא אז ער גייט זיך נישט ברעכן פאר'ן דרוק און זיך פארענטפערן פאר'ן פארסירן דעם געזעץ, האב איך מיר אביסל דערמאנט וועגן דעם אשכול, אולי אביסל אויף אן אנדער אופן.

מיר טריאומפירן כסדר מיט אונזער דעמאקראטיע. מיר זענען בעסער ווי אונזערע פארגייער אין אלע דורות, ווי איין דיקטאטור האט געהערשט אויפ'ן לאנד און געטון ככל העולה על רוחו. עס איז נישט געווען קיינע אינדיווידואלע רעכטן פאר א מענטש טאמער האט דער הערשער אנדערש געוואלט. דער הערשער האט געהאט די פולע מאכט איבער יעדע מענטש, באשעפעניש אדער חפץ. אלעס איז געווארן בטל ומבוטל פאר זיין רצון. און מחמת זה האבן די בירגער ביטערליך געליטן, מען האט געפייניגט און גע'הרג'עט אן רחמנות, אלעס אונטערן נאמען פונעם מלך/הערשער/גראף/בישאף/וואטערווער וואס איז איבער אלעם. איין בליק אויף צפון קארעא זאגט אונז ווי שרעקליך דער מצב וואלט געקענט זיין.

היינט צו טאגס, ביי אונז, איז מער נישטא אזא זאך. עס הערשט פולשטענדיג דעמאקראטיע! איר הערט? געענדיגט מיט די צייטן ווען א פרעזידענט קען טון מיט די בירגער כאדם העושה בתוך שלו. די בירגער וועלן אים אריין, און אפילו אויב ער איז אן אויסגעצייכנטער פרעזידענט, און ער ווערט נישט אימפיטשט פאר שענדליכע מעשים, מוז ער אפטראגן נאך 2 קורצע טערמינען. מיר בירגער קענען וואוטן ביי פעדעראלע און לאקאלע וואלן, מיר זענען ממש באגליקט.

ממש באגליקט. הא?

לענ"ד זענען מיר אין כמעט די זעלבע פאזיציע ווי אמאל, נאר מיט א צווייטע שלייער. אנשטאט דער דיקטאטור זאל זיין א מענטש, איז עס דער "געזעץ". אונטער'ן נאמען פון געזעץ קענען די געזעץ-אינפארסירער אפטון אלעס בייזן. עס איז אביסעלע בעסער געווארן לעצטנס מיט די סאציאלע מידיא, ווי מען זעהט קלאר די רשעות און ברוטאלקייט פון די פאליציי אדער אנדערע לאו-אינפארסמענט אגענטן, אבער נאך אלץ ווערט דער ציווילער בירגער אונטערדרוקט אונטער די מערדערליכע רעזשים פונעם געזעץ.

עס ווייזט זיך ספעציעל ארויס ביי די אימיגראנטן. אנגעהויבן פון דעם ארכי-ברוטאלער שעריף פון אריזאנא, דזשאו ארפייא ימ"ש, וועמען איך האב שוין עטליכע מאל באשריבן אין די שפאלטענעס פון אונזער שטיבל, ווי ער האט אויסגעפייניגט די אימיגראנטן אויף שרעקליכע אופנים, אלעס בלויז פאר'ן חטא פון וועלן קומען אויף אמעריקע, און געענדיגט מיט די יעצטיגע סומאטוכע פון די טראמפ אדמיניסטראציע – וואס ב"ה מען האט זיך שוין ענדליך געבראכן צום דרוק און אפגעשטעלט די אומזיניגע אפטיילונג, וואס אלו הצאן מה חטאו – אבער בשעת די גזירה איז יא געווען אין פולן קראפט, האט דער סעשאנס ניטאמאל זיך געוואלט פארענטפערן און מסביר זיין, ווייל "אז זיי ברעכן דאס געזעץ איז עס זייער שולד, און איך דארף מיך נישט פארענטפערן פארן איינהאלטן דאס געזעץ". דאס זענען זיינע ווערטער. ער האט גארנישט געטון ראנג. ער האט חרוב געמאכט דורות אבער ער האט נאר געפאלגט וואס דער דיקטאטורישע געזעץ זאגט...

איר מיינט אז די עבודה זרה גייט זיך אמאל טוישן ביי אונז?

אונטער חכם » מאנטאג יוני 25, 2018 10:20 pm

· #407152
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
איך ווייס נישט, ווען אונזערע זיידעס אין אייראפע האבן געשווערצט די גרעניצן, האבן זיי געוואוסט אז מען קען זיי שיסן צוזאמען מיט די קינדער און קיינעם וועט אפילו נישט אנגיין.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 25, 2018 10:28 pm

· #407153
ביזטו משוגע?! ווייסט וואס שווערצן א גרעניץ מיינט?! א לאנד אן א גרעניץ קען זיך פארמאכן. און דאס אליינס אז מענטשן פארשטייען נישט פארוואס א לאנד דארף א גרעניץ ווייזט אין וואספארא פרייע לאנד אונז לעבן. אז דו ווילסט וואוינען אין אן עכטע פרייע לאנד, מיין איך זאלסט מופן קיין אפריקע. דארט וועסטו קענען שווערצן וויפיל גרעניצן דו ווילסט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 25, 2018 10:32 pm

· #407154
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
נאר עקסטרעם פארשטייסטו? מ׳קען האבען א גרעניץ און נאכאלס זוכען א מענטשליכע לעזונג פאר קינדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גראף » מאנטאג יוני 25, 2018 10:42 pm

· #407157
רביה''ק זי''ע
ביזטו משוגע?! ווייסט וואס שווערצן א גרעניץ מיינט?! א לאנד אן א גרעניץ קען זיך פארמאכן.


ווי אזוי קען מען עס נאכדעם פארמאכן אויב עס האט נישט א גרעניץ..[emoji6][emoji16]

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 25, 2018 10:43 pm

· #407158
ליטוואק פון בודאפעסט
נאר עקסטרעם פארשטייסטו? מ׳קען האבען א גרעניץ און נאכאלס זוכען א מענטשליכע לעזונג פאר קינדער.

גערעכט, איך האלט נישט מיט די פאליטיק איבער די קינדער, איך רעג מיך פשוט אויף די לינקע טפשות. כ'אמיך לעצטנס גע'טענה'ט מיט א לינקער וואס איז געווען זייער אויפגערעגט אז די פרעזידענט בויט א וואנט. האב איך איהם געזאגט, אז דו ווילסט קען מען עפענען אלע גרעניצן, מ'קען אויפלעזן אלע לענדער, און די גאנצע וועלט זאל זיין איין גרויסע לאנד. ווי שיין וואלט געווען ווען אלע מענטשן קענען זיך לעבן צוזאמען אן קיין טעראר, און אן קיין דראג קארטעלן. אבער אז דו פארשטייסט יא פארוואס מ'דארף האבן א גרעניץ, דארף מען אויך זיכער מאכן אז ס'איז פארזיכערט. סתם א גרעניץ וואס מיינט נישט גארנישט האט דאך נישט קיין שום פשט. זאגט ער מיר, אה גערעכט, כ'האב קיינמאל נישט געכאפט.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יוני 25, 2018 11:52 pm

· #407165
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
שמעקעדיג; עז אלוועיס שיין געשריבן, באט כ'מיין אז דו ביזט נישט גערעכט אין דעם נושא, ווייל ווען ווען נישט די עבודה זרה פון געזעץ וואלט די וועלט נישט געהאט קיין קיום, ווי אזוי שטייט דארט, אילמלא מוראה של.... איש את רעהו חיים בלעו. און ס'מוז אויך זיין ווער ס'זאל אינפארסירן דעם געזעץ, פאליציי וכדומה. יא ס'דא עוולות, און פארשידענע אומרעכט ווערן געטוהן אין נאמען פונעם געזעץ, און אז דו קוקסט צוריק אין אידישע היסטאריע וועסטו זעהן אז אסאך עוולות זענען געטוהן געווארן אין נאמען פון געזעץ און ווער ס'איז אריינגעפאלן דערין איז אך און וויי יענעם געווען, אבער למעשה האט געזעץ צוגעגעבן צו סאסייעטי מער און אסאך מער פון וויפיל ס'האט שאדן געטוהן. געדענק, אינז זענען נאכנישט אין עולם התיקון.
כ'פארשטיי אז דו מיינסט אוודאי נישט ס'זאל הערשן אנארכיע ווי יעדער מאכט געזעץ לויט זיין געשמאק, ווייל אויב יא וועט זיין פלגש בגבעה מעשה'ס יעדן מאנטאג אין דאנערשטאג.

און דאס וואס דו רעדסט דיך אפ וועגן סעשאנס מיט צוטיילן די קינדער, ס'איז א שווערע נושא, ס'איז אמת אז ס'איז אן אכזריות, אבער ס'ווענדט זיך פון וועלכע ווינקל דו קוקסט עס אן.

איז אזוי קודם כל איז עס נישט סעשאנס אויפטוה, קלינטאן האט עס אנגעהויבן און אבאמא האט עס זייער שיין פארגעזעצט, מיט זיין שיין צינגל וואס כאילו ער נעמט זיך אן פאר די באקריוודעטע און גרויסער בעל רחמנות, האט ער געהאלטן די קינדער אין די ערגסטע אומשטענדן און קיינער פון די יעצטיגע שרייערס האבן אים ניטאמאל געפרעגט הלמאי?? בא סעשאנס און האט ווייטער געפירט דעם געזעץ, אבער דאס אינאר א סייד פאינט.

און לאמיתו של דבר איז דא דא זייער א גרויסער פראבלעם מיט די אימיגראנטן, ס'טייטש ווען אמעריקע זאל נישט פירן קיין קאמף מיט די וואס ברעכן זיך אריין אין א פרעמדע לאנד איליגעל, יא, קעגן דעם געזעץ, וואלט אמעריקע היינט צו טאג געווען מעקסיקא, נו זאל זיין מעקסיקא וואס אידען?? שטעל דיך פאר ווען א חברה וואס וואוינען אין שכינות פון אנדערע זאלן אפמאכן אז זיי לעבן אן ארעם לעבן און די שכנים זייערע לעבן א לעבן און ס'צייט צו לעבן פינקט ווי זיי, און אומר ושותה מ'הייבט זיך אן אריין צו ברעכן ביי יענעם אין גארטן מ'מאכט זיך באקוועם אויף יענעמס אפגעהארעוועטע ארבייט און הייבן אן מאכן שבת פאר זיך, הארגענן אפ יענעמס פארמעגן וכדומה, איז יענער דער ריכטיגער בעה"ב ברויך ווען זיין שטיל, אדער רופן די פאליציי און טוהן אלעס פטור צו ווערן פון יענע חברה?? יעצט וועסטו אוודאי טענה'נן נע! ס'דאך אינו דומה ווי פרעמדע כאפן זיך אריין צו יענעמס פריוואטע נכסים ווי יחידים כאפן זיך אריין אין א גרויסע לאנד, ס'אבער נישט אזוי, און ס'באמת יא שטארק דומה, ווייל אויב אמעריקע אדער סיי וועלעכע לאנד וואלט נישט געשטאנן אויף וואך וואלטן גאנצעטע מדינות אינטערגעגאנגן, ווען אמעריקע וואלט נישט געפייט מיט ציין און נעגל וואלטן אינז געלעבט היינט צו טאגס אין יונייטעד סטעיט אוו מעקסיקא, קוק אן וויפיל מעסיקאנער וואוינען היינט צו טאגס דא אין אמעריקע אומלעגאל שוין מיטן פייטן אויף נישט אריין צו לאזן, און יעצט שטעל דיך פאר ווען מ'וואלט זיך נישט געשלאגן דערויף!!
נאר וואס דען דיין טענה איז וואספארא מיטלען און געזעצן זאלן ווערן געמאכט צו באשיצן די גרענעצן. דער תירץ איז, אלעס וואס מ'קען, דאס אז מחנות פון הינדערטער טויזענטער און מיליאנען מענטשן פרובירן זיך אריין צו כאפן אין א שכינות'דיגע לאנד איז א מלחמה, ס'טאקע נישט אן אפיציעלע מלחמה צווישען די צוויי לענדער ס'איז אבער א מלחמה אויף יענעם לאנד און אמעריקע מעג און איז מחוויב צו טוהן אלעס צו באשיצן אירע גרענעצן,

ס'דערמאנט מיך ווען כ'בין געווען א אינגעל געוואוינט אין וויליאמסבורג און ס'האט געהערשט א גרויס הפקרות פון איין זייט בעדפארד סטייוויסאנט, פון די אנדערע זייט כל מיני פראדזשעקס בלע"ז עם כל מיני חאלעריוס, די טרעין מיט אנדערע זייט אריבער די טרעין'ס בקיצור פון אלע זייטן איז מען געווען ארום גענומען מיט די ערגסטע עלעמענטן, ס'האט געהערשט א הפקירות, שחורים האבן זיך ארום געדרייט האלב נאקעט מיט גרויסע הויך הילכערס, אויפגעדרייט יעדן פייער היידרענט, געפלינדערט פון ווי מ'האט געקענט, געווען גאנצעטע גאסן ווי מ'האט ניטאמאל געחלומט אדורך צו וואקן, די פאליציי האבן אויסגדרייט זייער גענאק און זיך גאנץ ווייניג געקימערט וואס גייט פאר אין די גאסן, כ'געדענק די דזשאוק איז געווען ווען די פאליס קומט אן נעמט אריין דעם פארברעכער אין איין זייט קאר און לאזט עם ארויס פונעם אנדערע זייט קאר. אזוי האט עס אנגעהאלטן א שטיק צייט ביז די איינוואוינערס האבן אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג און מ'האט גענומען דאס געזעץ אין די האנט, און מ'האט געמאכט ארדענונג און ס'נישט קיין חילוק געווען וואס דער שגץ האט געטוהן, פון גנב'נן א טאמעיטא פון שווארץ גראסערי אויף לי עוועניו ביז אראפ כאפן א קייטל פון א פרוי, צו צונעמען א פאקעטבוק, איז געווען איין געזעץ, ס'געווען לא פלוג, מ'האט געשריגן כאפצעם, מיט קולי קולות און דער געכאפטער איז ארויס בשם ועין ושתי ידים ורגלים, און ווען די פאליציי איז אנגעקומען האט מען שוין כמעט געקענט פלאנירן ווי יענעם צו לייגן.
איי פארן גנב'נן א טאמעיטא קומט די זעלבע שטראף ווי איינער כאפט אראפ א קייטל?? און דער ענטפער איז יא, אויב איז פארהאן א מגיפה פון גניבות, קוקט מען נישט וואס יענער גנב'ט נאר מ'ראט עס אויס אינגאנצן.

דאס זעלבע איז אויך מיט די מעקסיקאנער וואס טוען אלע מיטלען זיך דורך צו כאפן די גרענעצן מוז אמעריקע באשיצן אירע גרענעצן און מאכן געזעצן וואס זאל באהיטן אירע בירגער מיט זייערע פארמעגן.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 26, 2018 12:08 am

· #407166
גאלדענער אדלער, הערליך א_ווי אייביג. איך האב זיך שוין געבענקט נאך דיר!

איך מיין אז דו (ווי אויך רביה"ק) מיססן מיין נקודה. איך האב נישט קיין פראבלעם אזוי ווייט מיט וואס מען האט געטון מיט די קינדער (עכט יא, אבער כ'וויל צוקומען צו די נקודה), אוודאי אויב איז עס וויכטיג פאר אונזער זיכערהייט דאן איז דאך נישטא קיין ברירה.

ווען מען פרעגט סעשאנס, היתכן די אדמיניסטראציע טוט אזעלכע רשעות? און ער ענטפערט אז בלית ברירה מוז מען דאס טון צוליב אונזער סעיפטי, החרשתי. אבער די פרעכע וועג וואס ער האט געענטפערט, איך וויל פשוט אינפארסירן דעם געזעץ און איך גיי זיך נישט פארענטפערן פאר קיינעם פאר'ן אויספאלגן דאס געזעץ, דאס האט מיר אויפגערעגט! ווייל דא רעדט ער נישט צום זאך, ער דינט נאר זיין געזעץ געטשקע! עס איז עקלדיג. קענסט אפילו ענטפערן אז דער געזעץ דינט א וויכטיגע צוועק, אבער ווייז ארויס אז דער געזעץ דינט די מענטשהייט! נישט אז די מענטשהייט דינט דעם געזעץ, און דעריבער קען מען יעצט אפטאן כל מיני רשעות. ודו"ק.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 26, 2018 9:56 am

· #407179
קודם, אזוי ווי דו פארשטייסט אז די תורה איז נישט קיין תורה אויב איז נישטא חוקים וואס זענען יהרג ואל יעבר, די זעלבע געזעץ.

נאכדעם, צומאל רופט דער מנהל אריין דער בחור אין אפיס און באשטראפט אים פאר נישטיקייטן וואס ער קען איבערווייזן דעם בחור אז ער קען עס פראוון, ווען אינאמתן מיינט ער די הארבע עבירות וואס זיין גאט-פילינג זאגט אים דער בחור האט עס געטוהן.

אויכעט, פארגעס נישט אז די וואס מאכן די געזעצן זענען אויך נאר די וואס האבן די פויסטן אין די פוירסט פלעיס. נו, ווען דיינע פויסטן וועלן גובר זיין, וועט דאך געזעץ מער נישט מעלה ומוריד זיין סייווי ווייל דו וועסט איינשטעלן אן אנדער געזעץ אדער קיין געזעץ. אזוי זעט מען אויס ווען יעדער שטינקער דרייט זיך ארום האלטענדיג אז זיין מיינונג איז נישט נאר דער חושיבסטער נאר עפעס א מיינונג בכלל. ער ווארפט אראפ פון זיך דעם עול פון געזעץ ווייל זיין איינצלנע שכל ווייסט בעסער.

ס'דערמאנט מיר פון יענע קליפ וואס כ'האב נישט לאנג צוריק געזען פון א אינגערמאן וואס שטעלט זיך אויף רעדן ביי א מלוה מלכה אין עפעס א שוהל אין בארא פארק, מסבירן פארוואס די אמעריקאנער גוים האבן עס אזוי ראנג, פריה ורביה מיט עקידה, א גאנצע פיקח און מבין מיר אויסגעשטיגן. און איך מיין מיך אויך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 10:03 am

· #407180
די פראבלעם איז נישט היטען די געזעץ, עס איז דאס מאכען די געזעץ פאר די איינציגסטע חשבון, די fundamentalism דערפון.

זוכט'ס אויף די נאמען dolores umbridge, ותמצאו נחת. יא, היט אפ די גרעניצען, מ'קען עס אבער טוהן אן אריין שמייסען אין קליינער קינדער.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 26, 2018 10:06 am

· #407181
קענסט די זעלבע זאך זאגט אנטקעגן די וואס נוצן אויס דאס געזעץ צו אביוזן די געזעץ? ס'גייט ונתנו, אהין און צוריק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 10:43 am

· #407183
עס איז דא א קינדערישע נאטור אייביג צוריק צו שיסען אזא היסח הדעת 'יענער האט אויך געטוהן'. וואס האט עס אהער? אז דו ווילסט, זענען זיי אויך אומגערעכט. די שאלה איז אויף א מדינה וואס פיהרט זיך אויף מיט א שטייפע גלויבונג אין די געזעץ, אויסלאזענדיג סיי וועלכע מענטשליכע חשבונות.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 26, 2018 11:07 am

· #407188
גוט, לאמיר זיך שטעלן אויף דעם, פארוואס איז 'יענער האט אויך געטוהן' אזוי נאריש? אפילו שמעקעדיג האט דאס גענוצט בתוך דבריו און איך שטעל מיך פאר דו אויך אין די פארגאנגענהייט נאר כ'האב נישט קיין נערוון אפירצוזוכן א דוגמה.
שמעקעדיג
אלע שלאכט הייזער שלעפן ארום מיטן באצאלן, און עס גייט זיי נישט אן

אבער די עסענץ פון דיין טענה איז דוקא דאס טאקע: דו טענה'סט 'זיי נישט מקבל די געזעץ ווי א גלויבן, קוק אויף סוירקעמסטענסעס; וואס אנדערע טוען; פראקטישקיייט וכו'

נו, אויף דעם ענטפער איך. עמיצער וואס איז מטה די געזעץ צו קענען זיך אנפייפן אויף די געזעץ ברויך מען אויפקומען מיט געזעצן נאר מיט די חשבון טאקע יענעם צו מסדר זיין. פונקט אזוי. אז דו האסט א פראבלעם דערמיט, רוף מיך צו א דועל. מיין אויבערהאנט אין א דועל איז סייווי דאס וואס האט מיר געשטעלט אין די פאזיציע צו קענען מאכן די געזעצן. און אויב שטעלט זיך ארויס אז דו האסט די אויבערהאנט, האט מסתמא גאט איינגעזען אז יעצט איז צייט געקומען אז דו זאלסט מאכן די געזעצן.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 11:22 am

· #407190
'יענער האט עס אויך געטון' איז א שטארקע תירוץ, ס'ווייזט א פאר זאכן.
איינס, אז איר קענט נישט דן זיין טראמפּ ספעציפיש אויף עפעס וואס זיין פארגייער וואס איז לדעתך פיל מער אויפריכטיג פונקט אזוי שולדיג.
צוויי, די גאנצע א.ג. סקאנדאל וואלט אייך געדארפט אפשטעלן א מינוט טראכטן, וואו זענען די אזוי עמאציאנאלע מידיא אפאראטן געווען ווען ס'האט פאסירט אזוינס גלייכן אונטער זיין פארגייער? אויב איז אמת אז ס'איז געווען אזוינס גלייכן אונטער אובאמא דאן וואלט אייך געדארפט שווער ווערן, וואס האט היינט פאסירט אז זיי זעהן פאר וויכטיג צו מאכן אן עסק? און נישט סתם א עסק נאר גאר א קריזיס? מיינען זיי טאקע אמת'דיג די מיס'פארטשונעט קינדערלעך? אדער מיינען זיי דא עפעס אן אנדערע אגענדע וואס זיי זיכן אויסצופירן אונטער די שלייער פון א קריזיס. און אויב איז דאס אמת, דאן כאפט איר זיך מיט אויף א וואגן פון א נאראטיוו וואס האט גארנישט צו טוהן מיטן קריזיס און איר העלפט שטיפן אן אגענדע וואס האט גארנישט צו טוהן מיטן וואוילזיין פון די קינדערלעך נאר מיט אסאך אנדערע אגענדעס.
דריי, אפשר איז מעגליך אז אפטיילן איז די ריכטיגע שריט? עלטערן וואס שטעלן איין דאס לעבן פון קינדער אויף אזא פארנעם איז אפשר טאקע בעסער אז מ'זאל זיי אוועקנעמען די קינדער?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 12:23 pm

· #407195
ווער רעדט פון טראמפ? ווער רעדט פון די מידיא?

אונז מענטשען וואס קוקן צו אזא שרעקליכע פאסירונג, ווערן באזארגט. און ווען די בארעכטונג איז 'געזעץ', איז עס נאך א גרעסערע שרעק.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 12:25 pm

· #407197
וואס עפעס איצט? וואו זענט איר געווען פאר טראמפּ? דאס אז די מידיא פירט אן אגענדע אונטער א שלייער פון א קריזיס איז א סך א גרעסערע שרעק און זארג

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 12:27 pm

· #407198
ביסט זייער גערעכט. דאס איז א שטארקע שאלה. ווען מיר וועלען ענדיגן לעזן די גרויסע פראבלעם פון קינדער אפגעהאקט פון זייערע עלטערן, וועט מען האבען צייט פאר די מינדערוויכטיגע פראבלעם פון טראמפ מיט די מידיא וכו'.

דיינע שאלות זענען א היסח הדעת פון די עיקר נושא, וואס איז דאס מאכען די געזעץ פאר א געטשקע.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 12:36 pm

· #407205
ניין. די גאנצע א.ג. סקאנדאל איז א 'היסך הדעת' פון די אמת'ע אגענדע וואס ליגט אונטער די גאנצע אנשיקעניש, און וואס איך פראביר איז סך הכל צוריקצוברענגען דיין דעת צו רעאליטעט. ווילסט באמת טוהן פאר די אומשולדיגע קינדער זאלסטו טוהן ווען מ'טוהט פאר זיי. די גאנצע געטוּאכטץ איז איין שטיק פאלשקייט ס'האט גארנישט מיט די קינדער און אייער אקטיוויטעטן איצט וועט זיי נישט העלפן, ס'וועט אבער יא העלפן זייער אגענדע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 12:38 pm

· #407207
איך שטיי דא, איך זעה וויינעדיגע קינדער און איך הער א תשובה 'געזעץ'. דאס איז א שרעק פאר מיר אלס איד אין א מדינה וואס אזעלכע חשבונות קענען זיגען קעגן אנדערע חשבונות.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 12:43 pm

· #407208
האסטו בכלל אדורך געטוהן די נושא און דן געווען צו די קינדער וואלטן טאקע געזאלט זיין צוזאמען מיט זייערע עלטערן? האסטו אריינגעטראכט וואס איר וואלט געהאלטן ווען איר הערט אז א חסידישע אינגערמאן האט אויף זיך גענומען צו נעמען זיין צוויי יעריגן קינד אויף אזא עקספעדיציע צו ס'איז בכלל יושר אדער הומאריסטיש רעספאנסיבל איהם בכלל צו לאזן האלטן די קינדער? פארוואס זענען זיי אנדערש? ווייל מ'האט אנגערייצט אייערע עמאציעס מיט א בילד וואס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס?

איר שטייט און זעהט ווי קינדער וויינען. איך האב אויך געזעהן נעכטן ביים דאקטער ווי א קינד שטייט און וויינט ווייל די דאקטער וויל איהם היילן.

ס'איז דא צו דאס אלעס א סך מער ווי מיר ווייסן אדער טראכטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 12:58 pm

· #407210
וואו! דאס איז פונקט ווי באקומען שאטס ביים דאקטאר! ס'איז אלס פאר זייער טובה, זיי וועלן נאך דאנקען דערפאר.

אפילו נניח די אלע זינלאזע טענות, אבער די שרעקליכקייט דערפון איז אז זיי זאגען דאס נישט. פאר זיי איז גענוג דאס ווארט 'געזעץ', וע"ז ידוו כל הדווים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 1:08 pm

· #407211
איך ווייס נישט צו דער עולם איז באקאנט אין די העררי פאטטער ביכער, וואס האבען אסאך משלים פאר לעבען. קוקט'ס דא פאר א קורצע באהאנדלונג אויף די מהלך פון דאלאר'ס אמברידזש.

און דאס איז א נאך א מראה מקום, א שאד די אומאיידעלע שפראך.

נקודת-אמת » דינסטאג יוני 26, 2018 1:59 pm

· #407222
רביה''ק זי''ע
ביזטו משוגע?! ווייסט וואס שווערצן א גרעניץ מיינט?! א לאנד אן א גרעניץ קען זיך פארמאכן. און דאס אליינס אז מענטשן פארשטייען נישט פארוואס א לאנד דארף א גרעניץ ווייזט אין וואספארא פרייע לאנד אונז לעבן. אז דו ווילסט וואוינען אין אן עכטע פרייע לאנד, מיין איך זאלסט מופן קיין אפריקע. דארט וועסטו קענען שווערצן וויפיל גרעניצן דו ווילסט.

ידוע ומפורסם בשם רבינו-הקדוש-זכותו-יגן-עלינו-בעל-ויואל-משה-ודברי-יואל-וקונטרס-על-הגאולה-ועל-התמורה
אז ער האט זיך אמאהל אנגערופן, אז ווען די רעגירונג (אין די פאראייניגטע שטאטן) וואלט געוואוסט וויפהל פרנסה פלעגן יידישע קינדער אינדערהיים פארמאגן בלויז פאר'ן שווארצ'ן דאס גרעניץ
וואלטן זיי אנשטאדט מאכן דער געזעץ פון די אפענע גרעניצן ביי אלע 50 סטעייט (אדער 51 מיט ישראל...) געמאכט אפציעלע גרעניצן, און אזוי וואלטן אלע געמאכט פרנסה דערפון...
(אין ארץ-ישראל רופט מען דאס: "מנוע צמיחה כלכלי")
דיסקלעימער: איך ווייס נישט אויב ער האט דאס געזאגט מיט אן ערנסטקייט אדער בלויז פאר א דזשאוק...

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 3:34 pm

· #407237
ליטוואק פון בודאפעסט
אפילו נניח די אלע זינלאזע טענות, אבער די שרעקליכקייט דערפון איז אז זיי זאגען דאס נישט. פאר זיי איז גענוג דאס ווארט 'געזעץ', וע"ז ידוו כל הדווים.

מאן יימר? פארוואס האב איך יא געהערט פון זיי אט די אנדערע סיבות? אפשר איז די שרעקליכקייט דערפון אז די מידיא שפילט עס אראפ כאילו די אדמיניסטראציע שרייט געזעץ, און זיי פארהוילן פון אייך רוב פון די סיבות און אינפארמאציע וואס די אדמיניסטראציע האט זיי איבערגעגעבן? און מעגליך אז מיט'ן לאזן די אומגליקליכע קינדער צוזאמען מיט זייערע ברוטאלע [א.ג.] עלטערן, לייגט מען די פיצקעלע קינדער גאר אין א גרעסערע סכנה?

קומזיץ » דינסטאג יוני 26, 2018 3:51 pm

· #407244
די מעשה מיט די קינדער איז גארנישט אזוי שווארטץ אויף ווייס ,
די גרויסע אמעריקא אקעגן אפאר קליינע קינדער,
און אומצאליגע פעלער ראטוועטעט מען זיי פון גרויסע פראבלעמען וואס זיי מאכן מיט דורך די פראצעדור פון זיך אריבער כן די גרעניץ,
און זייער אסאך פעלער איז עס נישט זייער עלטערן נאר א קרימינאל א שמוגלער וואס ניצט אויס די לעכער אין די געזעץ אז מען זאל עם אריינלאזן ווייל ער איז זייער עלטערן ,
די אוממענטשליכע אומשטענדען וואס די קינדערישע גייען אדורך בשעת די שמוגלער אז ס'איז דא אסאך קינדער וואס קומען נישט אן לעבעדיג ברענגט א פראגע אויב מ'זאל בכלל לאזן די קינדער ביי אזעלכע עלטערן וואס אינטערסירט נישט זייער קינד'ס וואלזיין , און וועגן די אלע סיבות אליין מיז מען טוהען וואס מען טוט,
און עס איז טאקע א גרויסע ווייטאג אפצוטיילען קינדער פון עלטערן "ביזן אדורך ג'יין די געריכט פראדעצור ", אבער מען באהאנדעלט זיי זייער גיט און עס קאסט אסאך געלט פאר אמעריקא,
און ווער איז שילדיג? נאר די עלטערן!!
ווען איינער א אמעריקאנער זיצט אין טורמע איז ער אויך אפגעטיילט פון זיינע קינדער
איינער וואס טוט א פאברעכען און קומט אריין און לאנד אומלעגאל איז א פאברעכער

קומזיץ » דינסטאג יוני 26, 2018 3:53 pm

· #407245
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=eGuSdXiFtLk">https://m.youtube.com/watch?v=eGuSdXiFtLk</a>
דא האט איר איר ווי א בארדער פאטראל אגענט טיילטמיט וואס ער זעהט אלץ

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 3:59 pm

· #407248
איינער פון די זאכען וואס באדייט די רעכטע לאגער, איז ממש די היסח הדעת וואס מיר זעען דא.

עס האט נאך קיין איינער פון די רעגירונג באאמטע געזאגט אז די סיבה פאר'ן אוועקנעמען קינדער איז צוליב זייער וואוילזיין. קיינער נישט! דאס אריין ברענגען פרעמדע ענינים איז געווארפען זאמד, אומוויכטיגע רייד.

די רעגירונג האט געהאט אן אויסוואל, אדער לאזען עלטערן האלדזן די קינדער אדער נישט. אדער צוטיילען די עלטערען פון זייער קינדער, אדער נישט.

באשולדיגן די עלטערן איז נישט איינער פון די ברירות, ווייל עס מאכט נישט אויס פאר די וואוילזיין פון די קינדער. אז מ'האט גענומען די צד פון אוועקנעמען די קינדער ווייל 'מ'רעדט פון פארברעכערס' און 'אזוי זאגט די געזעץ' איז א הימל געשריי און א סכנה פאר אונז אידן.

איך גיי להדיא נישט אריין אין די עצם אנרופען די עלטערן 'פארברעכערס' און זיי באשייגעצן, ווייל עס קומט דא נישט אריין. נאר צו דערמאנען אז אין 1938 זענען מיר אונז פוילישע אידען אין דייטשלאנד, מיינע זיידעס און באבעס, אויסגעשטאנען די זעלבע מצב. די געזעץ האט זיי צוגענומען די בירגערשאפט, און וואס קען מען טוהן מיט פארברעכערס?

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 4:07 pm

· #407250
מיטן גאנצן גלייך גילטיקייט שעמט איר זיך נישט צו פארגלייכן אומשטענדן וואו מענטשן וואס זענען אויסגעשטאנען גע'הרג'ט צו ווערן אויב מ'וואלט זיי צוריקגעשיקט, צו אזעלכע וואס ס'פעלט זיי כמעט גארנישט און שטעלן איין דאס לעבן פון זייערע פיצעלע אומשולדיגע קינדער אלץ זיך צו קענען בעסער מאכן? איז טאקע כדי אזוי טוהן? זאל אונזער רעגירונג צורעדן מענטשן און זיי בארעכטיגן צו הרג'נען זייערע קינדער פשוט זיך בעסער צו מאכן די לעבן?

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 4:19 pm

· #407253
זעהט דא. איך מיין אז ער איז גאנץ קלאר. ווען אייערע לינקע וואלטן עס געמיינט אמת'דיג וואלט עס שוין פון לאנג געווען מסודר. זיי מיינען דאך אבער נישט די אומגליקליכע פיצעלע קינדער, זיי מיינען סטריקטלי פאליטיק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 4:22 pm

· #407254
איך מיין דו מישט אויס די היסטאריע. אין 1938 האט מען נאך נישט גע'הרג'עט, עכ"פ נישט אויף א מאסגעבענדן אופן. מ'האט צוגענומען די בירגערשאפט פון אלע פליטים פון די ערשטע וועלטס קריג. זיי האבען שוין נישט געהאט קיין פוילישע בירגערשאפט, אלזא שטעקן זענען זיי געבליבן ביים גרעניץ צווישן פוילין און דייטשלאנד.

אמער, די געזעץ האט דאך אזוי געהייסן.

און ווען די דייטשע רעגירונג האט איינגעזען אז די וועלט האט געשוויגן, זענען זיי געגאנגען א טריט ווייטער. נישט מיט קרימינאלע טאטען, ניין. נאר 'געזעצליך', אלס מיט די געזעץ. ווייל א לאנד מוז האבען געזעצען, און יעדער מוז זיי הארכען.

און אט די פונדאמענטאליזם פון די דייטשע רעגירונג און זייער בירגער, האט זיך געוואקסען און זיך אנטוויקעלט ביז צו 1942 און די מאס מערדערס זייערע. עס איז נישט געווארען איבערנאכט, און נישט נאר דורך א פסק פון א דיקטאטור. די געזעץ האט זיי צוביסלעך געמאכט פאר צווייטע ראנגיגע בירגער, צוביסלעך איינגעבאקען ביים פאלק אז די חברה זענען 'פארברעכערס', נישט מענטשן וואס צוליב זייערע שווערע אומשטענדן האבען אמאל פארלעצט א געזעץ. נישט מענטשן וואס האבען א משפחה אדער טריבאלישע נאנטשאפט מיט איינער וואס לעבט א לעבן פון פארברעכונג. נאר 'פארברעכערס' אן קיין שום רעכטן, אויף יעדער רעכט וואס זיי האבען געבעטן, איז די תשובה 'פארברעכערס'.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 4:27 pm

· #407255
קורקלענד
זעהט דא. איך מיין אז ער איז גאנץ קלאר. ווען אייערע לינקע וואלטן עס געמיינט אמת'דיג וואלט עס שוין פון לאנג געווען מסודר. זיי מיינען דאך אבער נישט די אומגליקליכע פיצעלע קינדער, זיי מיינען סטריקטלי פאליטיק.

איך האב געזען. ער זאגט אז וויבאלד מ'דארף טוישען די געזעץ, דארפען די קינדער ליידען ביז מ'טוט עס. און טאמער מ'טוישט עס נישט, שולדיג בלייבן די וואס טוישן נישט.

עס איז א פלא אז מענטשן וואס האבען געלערנט חומש אין חדר קענען נאכברענגען אזעלכע סארט טענות. איך גיי טוהן שלעכטס ביז דו גיבסט מיר וואס איך וויל, ממילא ביסטו שולדיג פאר מיין שלעכטס!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 26, 2018 4:31 pm

· #407257
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס די לינקע חברה זענען פארנומען האקן יעדן טאג אויף א צווייטע זאך, קיינער קויפט דאך נישט אפ זייערע שטותים, יעדער ווייסט דאך אז ס'איז ריין פאליטיק. יעצט זע איך אז ס'טאקע דא תמימותדיגע מענטשן וואס קויפן אלעס אפ.

אונטער חכם » דינסטאג יוני 26, 2018 4:53 pm

· #407259
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
עס איז נישט קיין שום דמיון פון א געזעץ וואס האט צוגענומען בירגערשאפט פון מענטשן על לא דבר, צו א געזעץ וואס פארבאט מענטשן צו טוהן א געוויסע זאך, נישט קיין חילוק וואס די פארבאט איז.

איך זאג נישט אז די צווייטע איז גוט, אבער קיין צושטעל איז עס נישט.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 4:56 pm

· #407260
ליטוואק פון בודאפעסט
קורקלענד
זעהט דא. איך מיין אז ער איז גאנץ קלאר. ווען אייערע לינקע וואלטן עס געמיינט אמת'דיג וואלט עס שוין פון לאנג געווען מסודר. זיי מיינען דאך אבער נישט די אומגליקליכע פיצעלע קינדער, זיי מיינען סטריקטלי פאליטיק.

איך האב געזען. ער זאגט אז וויבאלד מ'דארף טוישען די געזעץ, דארפען די קינדער ליידען ביז מ'טוט עס. און טאמער מ'טוישט עס נישט, שולדיג בלייבן די וואס טוישן נישט.

עס איז א פלא אז מענטשן וואס האבען געלערנט חומש אין חדר קענען נאכברענגען אזעלכע סארט טענות. איך גיי טוהן שלעכטס ביז דו גיבסט מיר וואס איך וויל, ממילא ביסטו שולדיג פאר מיין שלעכטס!

וואס קען ער טוהן? ער איז דאך נישט קיין דיקטאטור!

קומזיץ » דינסטאג יוני 26, 2018 4:57 pm

· #407261
ליטוואק פון בודאפעסט
איינער פון די זאכען וואס באדייט די רעכטע לאגער, איז ממש די היסח הדעת וואס מיר זעען דא.

עס האט נאך קיין איינער פון די רעגירונג באאמטע געזאגט אז די סיבה פאר'ן אוועקנעמען קינדער איז צוליב זייער וואוילזיין. קיינער נישט! דאס אריין ברענגען פרעמדע ענינים איז געווארפען זאמד, אומוויכטיגע רייד.

די רעגירונג האט געהאט אן אויסוואל, אדער לאזען עלטערן האלדזן די קינדער אדער נישט. אדער צוטיילען די עלטערען פון זייער קינדער, אדער נישט.

באשולדיגן די עלטערן איז נישט איינער פון די ברירות, ווייל עס מאכט נישט אויס פאר די וואוילזיין פון די קינדער. אז מ'האט גענומען די צד פון אוועקנעמען די קינדער ווייל 'מ'רעדט פון פארברעכערס' און 'אזוי זאגט די געזעץ' איז א הימל געשריי און א סכנה פאר אונז אידן.

איך גיי להדיא נישט אריין אין די עצם אנרופען די עלטערן 'פארברעכערס' און זיי באשייגעצן, ווייל עס קומט דא נישט אריין. נאר צו דערמאנען אז אין 1938 זענען מיר אונז פוילישע אידען אין דייטשלאנד, מיינע זיידעס און באבעס, אויסגעשטאנען די זעלבע מצב. די געזעץ האט זיי צוגענומען די בירגערשאפט, און וואס קען מען טוהן מיט פארברעכערס?

אסאך רעגירונג באאמטע האבן ארויפגעברענגט די נקודה אז קרימינאלן נעמען פרעמדע קינדער און זאגן אז ס'איז זייערע קינדער און ס'איז א פראבלעם פאר אמעריקא און א פראבלעם פאר די קינדער,
אזוי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן איז נאצי דייטשלאנד נישט קיין פארגלייך, קיינער נעמט נישט צו בירגערשאפט פון אן אמעריקאנער בירגער,
סך הכל וואס מען טוט איז אז עס הערשט א קריזיס סיי פאר אמעריקא אז יעדע קרימינאל קען אריינקומען אימגעשטערט און סיי די וועגן ווי אזוי מען ברענגט אריין די קינדער איז א שוידער און מען מוז עס אפשטעלן,
און וועגן דעם אינפארסירט מען די געזעץ פון א גרעניץ וואס איז דא ביי א יעדע נארמאלע מדינה,
די עלטערן טוען א פאברעכען מיט'ן זיך אריינ'גנב'ענען אין פרעמדע לאנד, און נאך מער, וועגן זיי זענען מפקיר די קינדער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 5:27 pm

· #407263
דאס איז גענוג? וויבאלד א חלק זענען נישט די עמטליכע עלטערען, ממילא זאל מען זיי אלע אפשיידען מספק? פארוואס דארף מען אפילו אפענטפערען אזא טענה?

נאצי דייטשלאנד איז נישט קיין פארגלייך, אוודאי. ווייל דארט איז דייטשלאנד און שפעטער האט מען געזען אז מ'האט זיי אויסגעהרג'ט אין גאז קאמערען, און דא האט מען עס ביזדערווייל נישט געזען. אבער אז מ'קוקט אן די סיסטעם פון דעמאלס, וויאזוי עס האט זיך אנטוויקעלט די ענדגילטיגע לעזונג, זעט מען פאראלעלען. עס איז נישט די זעלבע, אבער מ'דארף פון דעמאלס אפלערנען. איינער פון די זאכען וואס מ'האט דעמאלס גענטוהן איז שטעלען א שטייפע הארכזאמעקייט און גלויביגקייט אין די געזעץ, וואס דארף צו זיין העכער מאראלען און העכער מענטשליכקייט. א צווייטע זאך איז דאס אפשטעמפלען מענטשען אלס אומבארעכטיגט פאר סיי וואס זיי דארפען. און היינט אויך. לאמיר זאגען אז די עלטערען האבען געטוהן אומריכטיג מיט'ן ברענגען זייער קינדער אהין, איז וואס? פאר דעם דארף מען נאך וויי טוהן זייער קינדער? פארדעם זענען זייער קינדער אומבארעכטיגט פאר א האלדזונד פון זייער עלטערען? אלס איז שוין פערטיג. מ'דארף זיי שטראפען און מ'דארף זיך אן עצה געבען מיט די קינדער.

און בפרט אין די היינטיגע אומשטענדען, ווען די אומלעגאלע אייגראנטען זענען נישט די גרעסטע פראבלעם וואס שטייט פאר די בירגער פון די מדינה. עס איז דא נאך פיהל זאכען וואס מ'דארף ערשט לעזען, און נאר אדאנק רעטאריק פון פאליטיקאנטען און אנדערע שקרנים, האט מען געלייגט די זאך אויפ'ן מזרח וואנט פון זאכען וואס מ'דארף אויפטוהן. וויאזוי? דאס איז נאך א לעקציע פון די דייטשער אין זייער וועג ארויף ביז צום וועלען אויסמעקען א גאנצע פאלק. מ'טוט עס דורך מאכען א בוגי מאנסטער, שטעלען געוויסע מענטשען אלס די שלעכטע און אלע פראבלעמען ארויף לייגען אויף זיי. אומלעגאלע אימיגרעישען איז א פראבלעם, אבער גאנץ א קליינער. ווען מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זייער פארלעצען איין געזעץ פון זיך אריינשווערצען צום לאנד, זענען זיי באופן כללי פאזיטיווע בירגער פאר די לאנד. יעדער וואס זוכט ארבעטארערס קען צו דעם מעיד זיין. אז מ'טראכט נאר פון די וואוילזיין פון די לאנד און נישט פון די געזעצען, וואלט מען געדארפט זיי לאזען בלייבען. נאר דער עולם דארף דאך א בוגי מאנסטער, פאמפט מען אויף יעדער מעשה וואס מ'קען צו מאכען די גאנצע געמיינדע פאר פארברעכערס און גענג מעמבערס. און דאס איז זיכער אז וואס מער מ'מאכט זיי פאר דריטע קלאס מענטשען, וועט עס זיי נאך מער שטופען צו די גענגס.

און דאס איז לאו דוקא א סוף מעשה במחשבה תחלה. מ'דארף נישט אז דאס זאל זיין די ציל פון די רעכטע לאגער, ובפרט די אומוויסענדע נאכשלעפער. אבער אין אזא מצב, שפראצען זיך ארויס די נידריגע עלעמענטען, ווייל די אומשטענדען זענען רייף פאר זייער מאכט, יעצט קענען זיי טוהן וואס זיי ווילען, ווייל די לאנד איז שוין גרייט פאר זיי. און דאס שלעפט די מענטשהייט נאך נידריגער אז מענטשען וואס היינט וואלטען נישט געחלומ'ט פון די סארט שלעכטס, קענען שוין אנהייבען קלערען דערפון, ווייל אן א געזעץ איז נישט דא קיין לאנד.

די ישועה פון די זאכען איז נאר א דאנק די רעוואלוציע וואס שטעלט עס אפ. ב"ה אז דאס אפשיידען קינדער פון עלטערען האט מען אפגעשטעלט, און טאקע צוליעב דעם ווייל ביזדערווייל קען עס די באפעלקערונג נישט פארליידען.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 5:52 pm

· #407264
אין אנדערע ווערטער האט איר שטארקע פּאַראַנויע א דאנק געוויסע קאנספיראציעס וואס איר האט אויסגעטראכט אז טראמפּ איז היטלער.

גייט טרעפט א פסיכיאטער וואס זאל אייך אויסהאקן אייער פּאַראַנויע וואס איז בּאזירט אויף פוסטע קאנספיראציעס און פאַנטאַזיעס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 5:53 pm

· #407266
דו מוזט זיך אויסלערנען וויאזוי צו ליינען אידיש.
טראמפ דארף נישט זיין היטלער, אבער אויף די יסודות קען א היטלער קומען צו לויפען. און אפילו ווען נישט, קענען האלבע און פערטעל היטלערס קומען צו לויפען.
בלאט: 1 2