☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ

די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9871
בלאט: 1 2

אונטער חכם » דינסטאג יוני 26, 2018 6:46 pm

· #407269
Re: די אמעריקאנע עבודה זרה: דאס געזעץ
ניין, אויף די יסודות פון באשטראפן פארברעכער אויף א זאך וואס איז נארמאל צו פארבאטן, אפילו עס איז רשעות'דיג און אכזריות'דיג קען מען נישט בויען דאס באשטראפן מענטשן בלויז ווייל זיי געהערן צו א געוויסע ראסע אדער רעליגיע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 7:10 pm

· #407272
איך האב דיר שוין געוויזען די לעכערליכקייט פון די טענה. בקצרה, דאס אליינס אז רשעות איז ערלויבט אין געוויסע אופנים, און בפרט ווען די ריוח איז גארנישט אזוי גרויס, איז די פתח צו גרעסערע פראבלעמען. באשטילען די נויג קעגען רשעות איז א מסוכן'דיגע זאך, ווייל אויף דעם פארלאזען מיר זיך קעגען די עכטע רשעים אין די וועלט.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 7:36 pm

· #407278
אנציווייזן די לעכערליכקייט אין א סיסטעם איז נישט קיין גרויסע קונץ, יעדע סיסטעם האט לעכער. אזויווי איך האב שוין פריעד איבערגעוויזן, וועט אן אנדערע סיסטעם מעגליך נישט אפטיילן די קינדער ס'וועט אבער ברענגען אנדערע גרעסערע פראבלעמען, ווי למשל אז מענטשן זאלן מער אַנשטעלן די לעבן פון זייערע, אדער אפי' חלילה יענעם'ס קינדער אא''וו.

פילייכט וואלט בעסער געווען ווען איר קומט מיט א לעזונג וואס וועט פארמיידן די פראבלעם און אלע אנדערע. אז איר האט נישט קיין לעזונג אדער א בעסערע סיסטעם, דאן וואס איז די פוינט פון אונטער האקן א סיסטעם וואס איז דערווייל ס'בּעסטע שייך?

לייכטזיניקייט אנצוריפן 'דאָ פראָצעס' רשעות און אכזריות ווען ס'זעהט סך הכל אויס אזוי, אבער אין אַן אמת'ן מיינט מען די טובה פון די קינדער.,איז אסאך א גרעסערע פראבלעם ווי די גאנצע א.ג. סקאנדאל דא. דאס אז די מידיא ווערט געפירט דורך א קליין הייפעלע עליטע וואס קיינער האט נישט ערוועלט, און זיי פירן די גאנצע נאראטיוו איז ביי מיר אסאך א גרעסערע פראבלעם. ווייל ס'ווערט זייער שווער מבחין צו זיין וואס איז באמת רשעות און וואס ס'איז פאלשערהייט פארגעשטעלט געווארן אלס רשעות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 26, 2018 7:58 pm

· #407282
וויאזוי 'פירן' זיי די נאראטיוו? דו האסט נישט קיין געהיימע וועג צו וויסן דיין אינפארמאציע? דו האסט עס אויך פון 'די מידיא'. קיינער ווערט נישט געפיהרט, נאר יעדער האלט אז 'יענער' פיהרט עפעס.

קורקלענד » דינסטאג יוני 26, 2018 8:37 pm

· #407285
איך פרוביר וואס ווייניגער צו שעפן נייעס פון די 'מעין סטריעם מידיא'. מ.ס.מ. איז די טעלעוויזיע, ראדיא, נאציאנאלע צייטונגן און נאציאנאלע וועבזייטלעך. איך האב מיר א ספעציפישע ליסטע פון קוועלער בעיקר פון אייגנארטיגע בלאגס וואס איך לייען וואס זיי שרייבן. פאר יעדע נושא האב איך אפאר אנדערע בלאגס וואו איך קוק זיך אום. בכלליות בין איך א שטארקע חסיד פונעם דראדזש רעפארט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:11 pm

· #407497
קורקלענד
פילייכט וואלט בעסער געווען ווען איר קומט מיט א לעזונג וואס וועט פארמיידן די פראבלעם און אלע אנדערע. אז איר האט נישט קיין לעזונג אדער א בעסערע סיסטעם, דאן וואס איז די פוינט פון אונטער האקן א סיסטעם וואס איז דערווייל ס'בּעסטע שייך?

ווי פריער געשריבן, פארפארט מען פונעם עצם נקודה צו פאליטיק.
נניח אז דו ביסט גערעכט, און דאס איז טאקע די בעסטע סיסטעם דערווייל ווי אזוי צו הענדלען די סיטואציע.
איז ווען מען פרעגט דעם מר. סעשאנס, היתכן די רעגירונג פירט זיך אויף אזוי אוממענטשליך צו די נעבעכדיגע קינדער? און ער זאגט, קוקט אהער, איך פארשטיי ענקער זארג, עס איז טאקע א פראבלעם, נאר דאס איז ליידער די מציאות מיט וואס מיר דארפן זיך ספראווען, מיר האבן דערווייל נישט קיין בעסערע וועג, אדרבה אויב האט איר א לעזונג דערצו לאזט מיר הערן, אא"וו, וואלט מען נאך אלץ געקענט דן זיין און זיך טענה'ן צי ער איז גערעכט צי נישט; אבער לכה"פ האט ער גערעדט ווי א מענטש צווישן מענטשן, ווי א נארמאלער מענטש מיט געפילן, מסתמא האט ער אויך אייגענע קינדער, און ער פארשטייט אז דאס איז נישט קיין לכתחילה, נאר וויבאלד די סיטואציע האט עס גורם געווען, מוז מען בע"כ אזוי האנדלען, און ווי די משל הנ"ל מיט די שאט'ס פונעם דאקטאר, וואס ער איז מסביר פאר ווער עס וויל נאר הערן אז עס קומט מתוך רחמנות לטובת דעם פאציענט.

אבער די פרעכע ענטפער "איך גיי זיך נישט פארענטפערן פאר'ן פאלגן די געזעץ" איז אבסורד.
מען פייניגט מענטשן אין תפיסה אויך ווייל דער געזעץ לאזט.
וואס טוסטו אז מארגן וועט זיין "ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף", ס'פעלט ליידער נישט אזעלכע אין אמעריקע, עס יאווען זיך כסדר פאליטישאנס מיט אן אגענדע פון שנאת ישראל, און ער מאכט עפעס א געזעץ אקעגן די אידן, און די אגענטורן גייען בלויז "פאלגן דאס געזעץ" בלינדערהייט?

מענטשליכקייט און מאראל פארלירן גענצליך זייער וועליו ווען עס קומט צו געזעץ?

*****

מערקווירדיג, וואס כ'האב פונקט געזען אין א נייעסל.
גיבט א קוק דא
<a class="postlink" href="https://www.yahoo.com/news/m/ac9f4607-4b1f-3f96-b8a3-c6478b9d367b/bronx-teen-denied-help-as-he.html">https://www.yahoo.com/news/m/ac9f4607-4 ... as-he.html</a>

Bronx teen denied help as he bled to death inside bodega, disturbing video shows

א שרעקליכע נייעסל, מיט א יונגן בויטשיק וואס האט געבלוטיגט צום טויט און אנשטאט אים העלפן האט מען אים גאר פארשיקט פון א געשעפט וואו ער איז זיך געקומען בעטן פאר הילף.
ווי געווענליך, לייען איך צומאל די קאמענטס. עטליכע שרייבן אז למעשה איז "נישט פאראן א געזעץ" אז מען מוז העלפן א פרעמדע מענטשן וואס בלוטיגט צום טויט.... אנדערע שרייבן נאך מער, אז מען קען דיר גאר סוען טאמער דו פרובירסט צו העלפן און למעשה האסטו נישט מצליח געווען, אפגערעדט אויב עפעס איז ערגער געווארן...

עטליכע קאמענטירער ברויזן געפערליך דערויף.
איינער שרייבט - ממש מיין פוינט:
📎 Riki.JPG

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:30 pm

· #407504
איך בין נישט אזוי זיכער אז סעשאנס איז טאקע אזויווי דו מאכסט איהם, ער איז מן הסתם שוין מיד פון די נאכאנאדע האקן פון די לינקע חברה און האט שוין איינגעזען אז לאגיק רעדט נישט צו זיי, און זיין סטעיטמענט איז אן אנדערע וועג פון זאגן OFF #$@&.

קורקלענד » דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:50 pm

· #407508
אויך בין איך נאכנישט איבערצייגט אז סעשאנס איז א צדיק, יעדע פראסעקיוטער איז לדעתי זיך ווערט דאס געלט. די סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז זיי האבן צופיל כח מיט זייער ווייניג איבערזיכט און אין צוגאב צו דעם זעהן זיי נאר זייער זייט.

קומזיץ » דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:58 pm

· #407518
איך מיין אז אזוי רבינו הקדוש והטהור.. האט געזאגט ער האט נישט קיין ברירה און ער טוט עס נישט ווייל די געזעץ הייסט און אפילו עס איז אכזריות גייט עם עס נישט אן,
ער טוט עס ווייל ער דארף עס טוהן און ער ניצט די געזעץ פאר א תירוץ
און באמת וואלט עס געדארפט ארבעטן און אמעריקא אבער די לינקע היינטיגע טעג אינטערסירט נישט קיין געזעץ און נישט די קאנסטיטאציע

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:13 am

· #410833
אין טאראנטא אויכעט?

.
📎 no_legal_reason.JPG

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 5, 2020 1:41 am

· #443638
א שטאך אריין אין די אמעריקאנער עבודה זרה באלאן:

The Hill: Ridiculous laws are symptom of America's overcriminalization problem | TheHill

<a class="postlink" href="https://thehill.com/opinion/criminal-justice/484928-ridiculous-laws-are-symptom-of-americas-overcriminalization-problem">https://thehill.com/opinion/criminal-ju ... on-problem</a>

גראף » דאנערשטאג מערץ 5, 2020 10:57 pm

· #443660
שמעקעדיג
א שטאך אריין אין די אמעריקאנער עבודה זרה באלאן:

The Hill: Ridiculous laws are symptom of America's overcriminalization problem | TheHill

<a class="postlink" href="https://thehill.com/opinion/criminal-justice/484928-ridiculous-laws-are-symptom-of-americas-overcriminalization-problem">https://thehill.com/opinion/criminal-ju ... on-problem</a>
איך האב אמאל געהערט פון א ראדיאו טאלק שאו האוסט דוכט זיך מארק לעווין וואס ער איז א לאיער און זייער שטארק פארנומען מיט די קאנסטיטושען אז מען דארף איינפירן אז פאר איעדע נייע געזעץ וואס מען מען שטעלט איין דארף מען אויסמעקען צוויי געזעצן. און די זעלבע מיט רולס און רעגולעישען'ס.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 17, 2021 3:22 pm

· #475921
ליידער איז עס נישט נאר אין אמעריקע, נאר קאנאדע האט זיך אויך צוגעכאפט צו דעם געזעצליכע ע"ז
קוקט און שטוינט!

<a class="postlink" href="https://youtu.be/KkLS6w2bmX8">https://youtu.be/KkLS6w2bmX8</a>

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 4:04 pm

· #475923
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. ס'האט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן. וויאזוי די קינדער וויינען...!

אבער ווען זיי טוען די זעלבע (להבדיל) (אוי.קעי. שבת אחים. ס'איז א טייפא. נישט להבדיל. או.קעי. יעצט ביסטו העפפי...!) פאר רבנים און גבאים פון בתי מדרשים קען מען זיי נישט באשולדיגן אין אנטיסעמיטיזם...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 17, 2021 9:53 pm

· #475975
ייש"כ גאלדענע אדלער, עס רייסט די הארץ צוצוקוקן.

קוקנדיג אביסל די קאמענטארן, זעה איך טאקע ממש די זעלבע ווערטער ווי איך האב געשריבן אין די פתיחת האשכול.
בלאט: 1 2