☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9825
בלאט: 1 2

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 1:50 pm

· #309241
בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
ס'איז צום האפן אז די הויכפונקט פון די דרשות ביי יעדע כ"א כיסלו פייערונג וועט זיין צו דערמאנען די אמעריקאנער אידנטום און באפעלקערונג אז NEVER AGAIN! אונזער בלוטיגע היסטאריע פון יענע יארן לעבט מיט אונז און מיר וועלן קיינמאל נישט שטיצן א קאנסערוואטיווע אנטי פליטים פלאטפארמע, מיט רעטאריק און געזעצן קעגן פליכטליגן פון מלחמה זאנעס. נעווער איגען וועלן מיר שטיין גלייכגליטיג ווען די פאלאטישאנס לויפן נאך די המון עם'ס פחדים איבער די פרעמדע אינוואנדירער, וועלכע זענען ע"פ רוב באמת נרדפים און לויפן פאר זייער לעבן.

Children!!

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/news/worldviews/wp/2015/11/17/what-americans-thought-of-jewish-refugees-on-the-eve-of-world-war-ii/?tid=sm_fb">https://www.washingtonpost.com/news/wor ... ?tid=sm_fb</a>

גאלד » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 1:55 pm

· #309242
NEVER AGAIN מיינט נישט דאס,
ס'מיינט גענוג מיט ניצן די עצה פון תפלה תשובה ומעשים טובים,
מ'העמיר נעמען די זאך אין די האנט אריין,
און מ'העמיר זאגן פארן רבוש"ע thanks no thanks,
עפרא לפומיה!

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 1:59 pm

· #309243
איך ניץ נעווער איגעין וויאזוי איך וויל (פארשטייט זיך ס'איז א מליצה וואס כ'האב reclaimed). נעווער איגעין מיינט מיר וועלן נישט איבער'חזר'ן די טעות, און איך באצו זיך צו די טעות פון לאזן fear mongers אונז - יעצט אז מיר זענען די אינסיידער אמעריקאנע בירגער ביים סיר הבשר - פארוואנדלן און מענטשן נאקעט פון הומאנטרישע געפילן.

פאר זיבעציג יאר האבן מיר נישט פארגעסן צו דערמאנען די אמעריקאנער איבער זייער האליקאוסט-שותפות צוליב דעם וואס די פאליטישאנס האבן זיך געלאזט פון די אנטי אימיגראציע סענטימענטן אינעם דעת הקהל אין יענע צייט. פון די קריטיק איז משמע אז מיר אלס אמעריקאנער וואלטן נישט באגיינגען דעם טעות. יעצט איז א טעסט.

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:03 pm

· #309246
אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.

בעריש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:06 pm

· #309247
יואליש
ס'איז צום האפן אז די הויכפונקט פון די דרשות ביי יעדע כ"א כיסלו פייערונג וועט זיין צו דערמאנען די אמעריקאנער אידנטום און באפעלקערונג אז NEVER AGAIN! אונזער בלוטיגע היסטאריע פון יענע יארן לעבט מיט אונז און מיר וועלן קיינמאל נישט שטיצן א קאנסערוואטיווע אנטי פליטים פלאטפארמע, מיט רעטאריק און געזעצן קעגן פליכטליגן פון מלחמה זאנעס. נעווער איגען וועלן מיר שטיין גלייכגליטיג ווען די פאלאטישאנס לויפן נאך די המון עם'ס פחדים איבער די פרעמדע אינוואנדירער, וועלכע זענען ע"פ רוב באמת נרדפים און לויפן פאר זייער לעבן.

Children!!

<a class="postlink" href="https://www.washingtonpost.com/news/worldviews/wp/2015/11/17/what-americans-thought-of-jewish-refugees-on-the-eve-of-world-war-ii/?tid=sm_fb">https://www.washingtonpost.com/news/wor ... ?tid=sm_fb</a>

פארשטייט זיך אז מדמה זיין הילפלאזע אידן וואס האבן בשעתו נישט פארגעשטעלט קיין שום טרעט צי די היינטיגע סיריער פליטים איז קיין דמיון.
על אף אז דער גרויסער רוב בתוכם זענען טאקע לעגעטימע פליטים (כאטש זיי שטייען נישט אויס עקסטינקשען ווי די אידן און אייראפע בשעתם). דאך דער קליינער פראצענט מאסן מערדער בתוכם איז גענוג סיבה נישט צי כאפן איז געהעריג שוקל זיין דעם ענין.
מקען פארקומען אלץ א ליבעראלער קאפ און אויך פארשטיין דעם דיפרענס.

איבער די כ"א כיסליו דרשות האב איך נישט קיין אינפאו

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:08 pm

· #309248
בנימין
אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.

איז א דייטש אדער א סאוויטישע איד (דורכאוס די קאלטע קריג) נישט געווען א פאטענציעל אינפילטערעט שפיאן אדער סאבאטזשירער? מ'האט אנגעשפארט יאפאנעזער אמעריקאנער אלס חשדות. ווען פחד נעמט איבער די געדאנקן איז אלעמאל דא א פאטענציאל רוצח אין יעדע אימיגראציע פאליסי. מיינסט טאקע אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אידן פונעם שיף בלויז ווייל מיר ברויכן נישט קיין אידן? הגם דאס קען אויך האבן געווען די מציאות, אבער ס'האט געהאט בעיקר צו טוהן מיט די אלגעמיינע אנטי אימיגראציע גייסט אין לאנד.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:16 pm

· #309252
די חשש איז לעגעטים, און אלע חששות זענען לעגעטים. אבער אלס א מעטער אוו פערספעקטיוו: ווי גרויס איז די חשש? און מיט וויפיל ווייניגער איז די סכנה ווען פליטים ווערן נישט אנגענימען (אימיגראציע איז אלס א פאקט וואס וועט אלס אנגיין, און ראדיקאליזאציע אויף עקזעסטירענדע ביגער איז אלס א סכנה), און וואס איז די פרייז וואס די פליטים וועלן צאלן פאר די חשש, און איז עס נישט נישט א פאקט אז די וועלכע זענען קעגן יעדע סארט אימיגראציע און בכלל גרויסע נאציאנאליסטן זענען די וועלכע זעהן דא אן עפענונג צו פארשפרייטן פחדים? ס'איז געווען א צייט וואס זיי האבן טראמפייטערט אז מ'ברויך א וואנט מיט מעקסיקא ווייל אייסיס קען פון דארט אינפילטרירן.

סך הכל איז אז סכנות, עכטע סכנות, עקזעסטירן איבעראל און יעדען טאג. די שאלה איז וויפיל פון אונזער ווערדן זענען מיר גרייט אויפצוגעבן (סיוויל ליברעטיעס און הומאנעטערישע באנעמונג) וויל א סכנה עקזעסטירט. און ווער רעדט נאך ווען די סכנה עקזיסטירט גענוי אזוי נאך די אלע טוישונגן.

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:21 pm

· #309253
זיכער זענען געווען גוטע תירוצים פאר'ן נישט וועלן אריינלאזן די אידן. די אלע סיבות זענען אבער נישט געווען קיין באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד. יעדער ווייסט אז אריינעמען פליטים איז נישט די געשמאקסטע זאך פאר סיי וועלכע לאנד, מען דארף אבער אוועקלייגן נגיעות אין דער זייט ווען עס קומט צו אומגליקליכע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין גואל.
טייל פון פליטים פון סיריע האבן שוין באוויזן וואס זיי קענען אין פאריז. און אריינעמען די זעלבע סארט מענטשן קין אמעריקע, קען יא זיין א באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד.
בלייבט די פראגע ווי שטעלט מען די ליניע פון אוועקגעבן פון זיך לעומת רחמנות האבן אויף זיי.

יואליש האקט אריין מיט ענליכע געדאנקען. נו, זאג דו אליין, נאכ'ן מיטהאלטן די טעראר אין פאריז, ביזטו גרייט אזוי סאך אויפצוגעבן פאר רחמנות? אדער דארף מען אויך רחמנות האבן אויף זיך אליין אביסל. און אפילו ווען סכנות וועלן אייביג בלייבן, מעג מען דאך טון וואס מען קען כאטש צו פארמינערן די סכנות.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:28 pm

· #309254
בעריש

על אף אז דער גרויסער רוב בתוכם זענען טאקע לעגעטימע פליטים (כאטש זיי שטייען נישט אויס עקסטינקשען ווי די אידן און אייראפע בשעתם).

פארגעס נישט, די טשארטס וואס כ'האב געברענגט איז פון די 1930s. און כ'בין נישט די קיין עקספערט איבער די מצב די סיריע פליטים ברויכן זיך ספראווען מיט. אבער דאס האב איך פון די האלאקוסט מעמאריעל סייט אין די יו עס.

The conflict is not simply a civil war between opposing armed forces. What started as a democratic uprising has now become an overtly sectarian conflict in which civilians are targeted for atrocities based upon their religious and ethnic identity. Members of Syria’s Sunni Muslim majority are bearing the brunt of the Syrian government’s massive campaign of crimes against humanity and war crimes, while some of the forces opposing the regime have committed abuses and atrocities against members of Syria’s religious and ethnic minorities.

In addition, the self-proclaimed Islamic State (IS; also known as the Islamic State of Iraq and Greater Syria, or ISIS)—which has been battling both the Syrian and Iraqi regimes as well as some of the Syrian opposition forces since the spring of 2013—is waging a campaign of persecution and horrific brutality against religious communities that do not ascribe to its brand of Islamist extremism.

The uprising’s transformation into a sectarian conflict has seen a dramatic rise in the civilian death toll: nearly one-half of the more than 220,000 killed have been civilians—including an estimated 20,000 children. As sectarian violence becomes more widespread and systematic, there is increasing danger that it could escalate to genocide.

The result of this conflict is a humanitarian catastrophe of staggering proportions. Every day Syrian men, women, and children are falling victim to the constant bombardment of their neighborhoods, schools, markets, and hospitals; to starvation, exposure, preventable diseases, and lack of medical care; and to torture, rape, and killings. The rapidly rising number of Syrian refugees now exceeds four million, and another 7.6 million are internally displaced.

<a class="postlink" href="http://www.ushmm.org/confront-genocide/cases/syria">http://www.ushmm.org/confront-genocide/cases/syria</a>

זיכער ברויכן מיר שוקל זיין, אין fear mongering ביי קאנסערוועטיווע קולות ברויך אריינעמען די פערספעקטיוו פון וואס דאס מיינט צו זיין א פליט פון סיריע. און אלס א איד, אויפגעוואקסן אין א משפחה פון האלאקוסט קרבנות און אויפגעוואקסן מיט די היסטאריע פון די האלאקוסט בין איך זייער סקעפטיש און אפי' פארעקלט פון די "חששות" קאמפעין.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:36 pm

· #309255
בנימין
זיכער זענען געווען גוטע תירוצים פאר'ן נישט וועלן אריינלאזן די אידן. די אלע סיבות זענען אבער נישט געווען קיין באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד. יעדער ווייסט אז אריינעמען פליטים איז נישט די געשמאקסטע זאך פאר סיי וועלכע לאנד, מען דארף אבער אוועקלייגן נגיעות אין דער זייט ווען עס קומט צו אומגליקליכע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין גואל.
טייל פון פליטים פון סיריע האבן שוין באוויזן וואס זיי קענען אין פאריז. און אריינעמען די זעלבע סארט מענטשן קין אמעריקע, קען יא זיין א באלדיגע לעבנ'ס געפאר פאר'ן לאנד.
בלייבט די פראגע ווי שטעלט מען די ליניע פון אוועקגעבן פון זיך לעומת רחמנות האבן אויף זיי.

יואליש האקט אריין מיט ענליכע געדאנקען. נו, זאג דו אליין, נאכ'ן מיטהאלטן די טעראר אין פאריז, ביזטו גרייט אזוי סאך אויפצוגעבן פאר רחמנות? אדער דארף מען אויך רחמנות האבן אויף זיך אליין אביסל. און אפילו ווען סכנות וועלן אייביג בלייבן, מעג מען דאך טון וואס מען קען כאטש צו פארמינערן די סכנות.

פראנקרייך האט נאכנישט אריינגענימען קיין פליטים. דער איינער פליט איז אריינגענימען געווארן ערגעץ אנדערש. כ'בין איבערצייגט אז די סכנה פון פיפציג טעראריסטן זאלן זיך איינהאנדלן מיליטערישע-סטיל מאשין גאונס מיט הונדערטער רונדעס פון עמאניציע און זיך ארויסלאזן אויף אן אטאקע אין יעדע פון די פופציג סטעיט אין א פארנומענע שאפינג מאאל און אויס'הרג'ן אין צען מינוט הונדערטער אמעריקאנער איז א "עקזעסטירענדע סכנה." די וואפן איז גרינג צו באקומען, און רוב מאל אפי' לעגאל. די פאטענציאל טעראריסטן עקזיסטירן אין לאנד און וועלן אלעמאל עקזעסטירן. (אגענטליך לעבן מיר מיט די מציאות פון עמאציאנעל-דיסדארבט-גאן-טעראריזם אין אמעריקע). כ'בין אויך איבערצייגט אז די פחד ווערט אויסגעניצט צו באיינפלוסן די אימיגרציע דעבאטע. כ'בין אויך איבערצייגט אז אפי' מ'זאל אפשטעלן יעדע אזיל רעכט אפליקאציע פון סיריע איז די סכנה נישט פארמינערט מיט א האר. איך בין אויך איבערצייגט אז סיריע פליטים אנטלויפן פון א סכנה און מיר אין אמעריקע ווילן פארשפארן די טיר אלס א רעזאלט פון א פחד-געפירטע לאגיק.

ווען דער קאנסערוואטיווער פאליטיקאנט וועט זיין גרייט צו אויפגעבן זיין "רעכט" צו פארמאגן סעמי-אוטאמעטיק וואפן און זאפאסן פון ביקסן פאר די סעפטי פון אמעריקאנע קינדער (נישט קיין חשש, א טאג טעליכע מציאות) און פאר די מניעה פון טעראר וואס אמעריקע גייט ווירקליך דורך יעדע פאר חדשים (נאכמאל, נישט קיין חשש, א מציאות), וועל איך וויסן אז זיי זענען ערענסט מיט זייער קלעים אז מ'ברויך שוקל זיין די סכנה אין די "סעקרעפייסעס" מיר זענען גרייט צו מאכן דערפאר. ביז דאנמאלס בין איך איבערצייגט אז די דעבאטע איז בלויז אן אטעמפט צו אויסנוצן א טראגעדיע פאר עקזעסטירענדע אגענדעס. און היסטאריע זאגט אונז אז פאליסיס געמאכט אונטערן שאטן פון פחד אויסגעניצט ביי פאלאטישאנס איז א דיזעסטאר. ס'האט געשפילט א ראלע אין אנהייבן מלחמות (כמעט יעדע אגרעסיווע מלחמה אין היסטארי) און אוועקענעמן רעכטן פון בירגערס און זיך באגיין מיט אכזריות אין אלגעמיין מיט מענטשן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:46 pm

· #309258
לכאורה וועט הרב ישכר כ"ץ ביי זיין כ"א כסלו דרשה ארומרעדען דער נושא.

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:48 pm

· #309259
אז די סכנה עקזיסטירט, בארעכטיגט דאס נאכנישט אז מען זאל דאס פארגרעסערן. און אפילו מיט א האלבע האר.
דער אמת איז לכאורה ערגעץ וואו אינצווישן. מען קען טאקע נישט אינגאנצן פארקוקן אויף די אומגליקליכע פון סיריע, מען דארף אבער האבן גאר שטארק אפענע אויגן צו גוט קוקן וועמען מען נעמט אריין, און נישט אריינלאזן סיי וועמען. סוס"כ זענען די לענדער - פון וואו די פליטים קומען - אנגעפולט מיט גאר אסאך בארבארישע רוצחים וועלכע וועלן מיט פרייד הרג'ענען ווי מער אמעריקאנער.
קען זיין אז איך בין געשלאגן מיט "איסלאמאפאביע". אין הארצן האב איך טאקע מער מורא פון א מוסלימענער ווי פון א קריסט. קען זיין אז עס קומט פון דעם וואס אין די לעצטע יארן זענען רוב בארבארישע מאסן רציחות דורכגעפירט געווארן דורך מוסלימענער.

דאס איז אבער זיכער אז דער נושא וועט נישט בארירט ווערן ביי קיין איין כ"א כסליו מסיבה...

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:56 pm

· #309260
יואליש
ווען דער קאנסערוואטיווער פאליטיקאנט וועט זיין גרייט צו אויפגעבן זיין "רעכט" צו פארמאגן סעמי-אוטאמעטיק וואפן און זאפאסן פון ביקסן פאר די סעפטי פון אמעריקאנע קינדער (נישט קיין חשש, א טאג טעליכע מציאות) און פאר די מניעה פון טעראר וואס אמעריקע גייט ווירקליך דורך יעדע פאר חדשים (נאכמאל, נישט קיין חשש, א מציאות), וועל איך וויסן אז זיי זענען ערענסט מיט זייער קלעים אז מ'ברויך שוקל זיין די סכנה אין די "סעקרעפייסעס" מיר זענען גרייט צו מאכן דערפאר. ביז דאנמאלס בין איך איבערצייגט אז די דעבאטע איז בלויז אן אטעמפט צו אויסנוצן א טראגעדיע פאר עקזעסטירענדע אגענדעס. און היסטאריע זאגט אונז אז פאליסיס געמאכט אונטערן שאטן פון פחד אויסגעניצט ביי פאלאטישאנס איז א דיזעסטאר. ס'האט געשפילט א ראלע אין אנהייבן מלחמות (כמעט יעדע אגרעסיווע מלחמה אין היסטארי) און אוועקענעמן רעכטן פון בירגערס און זיך באגיין מיט אכזריות אין אלגעמיין מיט מענטשן.

יעצט זע איך וואס דו האסט צוגעשריבן איבער די לאגיק פון די פאליטיקאנטן. קודם בין איך נישט זייער ווארטזאגער, איך זאג בלויז מיין אייגענע אפיניען. און צווייטנס, אויב גייסטו מיט דעם לאגיק אז די טעראריסטן קענען "סיי ווי" זיך איינהאנדלען וואפן, איז דאס אויך אמת אפילו ווען איז דא א שטרענגערע גאן קאנטראל. און פון די אנדערע זייט, וואלטן אסאך שולע-שיסערייען געקענט פארמיטן ווערן, ווען דער וועכטער איז ווען מער באוואפנט.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:58 pm

· #309261
האמיר די תירוץ. באוואפן יעדן אמעריקאנער און נעם אריין די פליטים....

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:00 pm

· #309262
ניין. באוואפענען די אמעריקאנער איז צוליב די עקזעסטירענדע סכנות, און נישט אריין "אלע" פליטים איז אז די סכנות זאלן זיך נישט פארמערן.

בעריש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:03 pm

· #309264
חג כ"א כסלו על שום מה
יואליש
בנימין
אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.

איז א דייטש אדער א סאוויטישע איד (דורכאוס די קאלטע קריג) נישט געווען א פאטענציעל אינפילטערעט שפיאן אדער סאבאטזשירער? מ'האט אנגעשפארט יאפאנעזער אמעריקאנער אלס חשדות. ווען פחד נעמט איבער די געדאנקן איז אלעמאל דא א פאטענציאל רוצח אין יעדע אימיגראציע פאליסי. מיינסט טאקע אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אידן פונעם שיף בלויז ווייל מיר ברויכן נישט קיין אידן? הגם דאס קען אויך האבן געווען די מציאות, אבער ס'האט געהאט בעיקר צו טוהן מיט די אלגעמיינע אנטי אימיגראציע גייסט אין לאנד.

ציזאגן אז דער איד בסוף שנות השלושים איז א פאטנציעלער שפיאן נאך ווערן פערסיקיוטעט זינט 1933 איז גאר גאר א שטארקער דוחק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:12 pm

· #309266
Re: חג כ"א כסלו על שום מה
נישט פון דייטשע שפיאנען האט מען זיך דערשראקען, נאר פון קאמוניסט'ן.
נו, ר' ישכר קען שוין שרייבען א תשובה אויך לכבוד די טאג

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:13 pm

· #309267
כ'ווייס נישט פאר א פאקט אז דאס איז געווען די חשש (און טאמיר נישט א פאשיסט איז ער זיכער א קאמיוניסט.... ווי די ביטערע איראנישע מצב פונעם איד האט דאנמאלס דיקטירט), כ'ווייס אז ס'איז געווען אן אלגעמיינע aversion פאר סיי וועלכע סארט אימיגראציע און דאס איז מסתם געווען די עיקר קעגנערשאפט וואס האט אריינגענעמן "אויך" דעם איד אין זיין קלעם. אבער די פאניק פון דייטשע אינפילטראציע האט זיכער עקזעסטירט דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה. כ'קען זעהן א גאזיליאן טאלקינג פאונטס וואס קאנסערוואטיווע וואלטן ארויסגעשיבט אין די 1930ס. און ס'וואלט טאקע געווען אינטערעסנאט דאס צו דורכטוהן. אבער פארלאזענדיג זיך אויפן כלל פון מה שהיה הוא שיהיה בין איך גאנץ קאנפידענט אז די אלע טאלקינג פאונטס זענען געניצט געווארן.

בעריש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:19 pm

· #309269

דערפאר ברויך מען אויסציזיכען דעם דרך הממוצע. נישט זיין קאנסערוועטיוו אדער ליבעראל. נאר שוקל צי זיין יעדער פאטענציעלער סכנה פאר זיך.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:23 pm

· #309270
וואס זאל איך טוהן אז די דרך הממוצע דא האט א ליבעראלע בייעס. 🙂

און כ'מיין עס גאנץ אמת'דיג. אויב זאגט מען זיך אפ פון אנטייל נעמען אין די לינדערן די פליטים קריזיס צוליב פחד פון טעראריזים ברויך מען גיין סך ווייטער פון דעם. מ'ברויך אפשטעלן אימיגראציע פון מיטל מזרח, צפון אפריקע און אפי' פון איירופע (צוליב זייער מיטל מזרח דעמאגראפיקס). צו זיך אויסדרייען די ריקן אויף די סיריע פליטים איז א ראדיקאלע מאוו וואס איז פאפולער אין די פאולס אבער האט זייער ווייניג פאליסי מעריטס.

אבער אלס א איד, אן אפשטאמיגער פון אימיגראנטן און א פערסעקיודעט קלאס, שפיר איך א פליכט צו ארויסהייבן און סימפאטיזירן מיט די סכנה אין וואס די סיריע פליטים גייען דורך. ס'איז די זשאב פון די רעגירונגס אנגעשטעלטע צו דיעלן מיט די סעקיוריטי חשש. ווען סאטמאר, למשל, פראטעסטירט ישראל'ס באהאנדלונג פון די אראבער קומען זיי מיט א קאמפריהענסיוו פאליסי פאר די מיטל מזרח סומעטאכע? ניין. זיי זענען דא אלס אדוואקאטן פאר א פואנט אוו וואיו. כ'שפיר דאס זעלבע איז מיט מיר, כ'ברויך זיין די אדוואקאט פאר די הומאנטארישע נקודה, וואס ווערט פארלוירן אין די דעבאטע. כ'בין נישט דא צו אפערען קאמפרעהענסיוו סעלושענס.

מיר, מער פון סיי ווער, האבן נאטירליך א בייעס כלפי נרדפים און די פארוואגעלטע ווייל מיר ווייסן וואס דאס מיינט, על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ובמים. און דאס איז געווען מיין אריגינעלע נקודה (כ'בין נישט דא צו פארמינערן די חשש און די סכנה מיט וואס מיר לעבן שוין פאר יארן). ווי ליגט אינזער בייעס? איך וועל טרעפן ק"נ טעמים להצדיק הנרדף ווייל כ'האב געוואלט אז מיינע עלטערן זאלן האבן פארדינט פון אזא בייעס ווען זיי זענען געווען אין א סכנה.

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:33 pm

· #309271
יואליש
...מיינסט טאקע אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אידן פונעם שיף בלויז ווייל מיר ברויכן נישט קיין אידן?...

יא! 100%!

בנימין » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:40 pm

· #309272
יואליש
מיר, מער פון סיי ווער, האבן נאטירליך א בייעס כלפי נרדפים און די פארוואגעלטע ווייל מיר ווייסן וואס דאס מיינט, על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ובמים. און דאס איז געווען מיין אריגינעלע נקודה (כ'בין נישט דא צו פארמינערן די חשש און די סכנה מיט וואס מיר לעבן שוין פאר יארן). ווי ליגט אינזער בייעס? איך וועל טרעפן ק"נ טעמים להצדיק הנרדף ווייל כ'האב געוואלט אז מיינע עלטערן זאלן האבן פארדינט פון אזא בייעס ווען זיי זענען געווען אין א סכנה.

דעם דעהער קען איך שוין הערן. כאטש וואס עס קען טאקע זיין א סכנה, דארפן מיר אבער זוכן לצדד לטובת די נרדפים.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 3:45 pm

· #309273
בעריש
יואליש
בנימין
אויב רעדסטו פון די פליטים פון סיריע, האב איך א הומאנעטערישן געפיל זיי נישט אריינצולאזן. זיי זענען פאטענציאלע רוצחים. די סוגיא איז גאנץ אנדערש ווי אין 1939.

איז א דייטש אדער א סאוויטישע איד (דורכאוס די קאלטע קריג) נישט געווען א פאטענציעל אינפילטערעט שפיאן אדער סאבאטזשירער? מ'האט אנגעשפארט יאפאנעזער אמעריקאנער אלס חשדות. ווען פחד נעמט איבער די געדאנקן איז אלעמאל דא א פאטענציאל רוצח אין יעדע אימיגראציע פאליסי. מיינסט טאקע אז מ'האט נישט אריינגעלאזט אידן פונעם שיף בלויז ווייל מיר ברויכן נישט קיין אידן? הגם דאס קען אויך האבן געווען די מציאות, אבער ס'האט געהאט בעיקר צו טוהן מיט די אלגעמיינע אנטי אימיגראציע גייסט אין לאנד.

ציזאגן אז דער איד בסוף שנות השלושים איז א פאטנציעלער שפיאן נאך ווערן פערסיקיוטעט זינט 1933 איז גאר גאר א שטארקער דוחק.

אייגענטליך רוזוועלט האט דאס געזאגט אין פובליק!

פון די האלאקוסט מאזעום'ס וועבזייט:

After Nazi Germany initiated World War II by invading Poland, Roosevelt, like many government officials and ordinary Americans, suspected that refugees from German-controlled Europe were potential Axis spies, who would provide intelligence to the enemy and who, if permitted to settle freely in the United States, would serve as a “fifth column” in the event of a German or Japanese invasion. Jewish refugees were particularly vulnerable to this perception because they were presumed to (and often did) have relatives under German control whose lives could be used as incentive for them to spy.

At a press conference on June 5, 1940, Roosevelt stated: “Now, of course, the refugee has got to be checked because, unfortunately, among the refugees there are some spies, as has been found in other countries. And not all of them are voluntary spies—it is rather a horrible story but in some of the other countries that refugees out of Germany have gone to, especially Jewish refugees, they found a number of definitely proven spies.”

<a class="postlink" href="http://www.ushmm.org/wlc/en/article.php?ModuleId=10007411">http://www.ushmm.org/wlc/en/article.php ... d=10007411</a>

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:02 pm

· #309280
ווי פרעדיקטעט. מ'ברויך נאר זיכען. 🙂

אבער לאמיר מבחין זיין צווישן די "ראדיקאל" אידן פון מזרח איירופע און די "ראדיקעל" מוסלעמענער פון היינט. די ערשטע איז געווען א פחד איבער זיין ראדיקעל לגבי די אמעריקאנע קולטור (וואס איז שאנדפול ביז גאר אז מ'זאל דאס נעמען אין באטראכט) און די צוויטע מיינט א סכנה פאר די סעפטי פונעם פאלק. אבער הצד השוה איז אז היסטעריע איז גרינג צו מאניופעקטערן און ס'איז "אלעמאל" איבערגעטריבן פאר אגענדעס. מיט א ניכטערע בליק אויף צוריק וועלן זיי אלעמאל אנערקענט ווערן פאר א שאנדפולע פלעק אין היסטאריע.

chusid » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 9:14 pm

· #309323
.
📎 1447812788_tmp_12219376_1083080285077938_3180143056896628911_n.jpg

גראף » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 10:28 pm

· #309327
איך װיל נישט פירן אויף אנדערע רעלסן אבער דא האלט איך אז מען װאלט געקענט פארמײדן אסאך פון די פליטים זאל בכלל װערן פליטים װען מען (די פאליטישענס) זאלן לכתחילה נוצען די קאפ און אװעקלײגן די עגאו ספעציעיל קעגן רוסלאנד אין סוריה. און ממילא האלט איך אז די װעסטערן מדינת דארפן נעמען א חלק. נאר װאס יא – די אראבישע לענדער מיט אויל האבן אוצרות מיט געלט און ריזיגע שטחים, ס'איז הויך צײט זײ זאלן צולײגן א האנט. טאמער נאמען זײ שוין ארײן, זאלן זײ נעמען נאך מער. זײ קענען עס עפארדן און פארשטײען זיך אסאך בעסער דורך די שפראך און לכאורה רעליגיע. עס איז אסאך מער זײער קאפװײ װי אונזער, נאר אמעריקא איז א לאנד פון פליטים און אימיגראנטן.

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 1:39 pm

· #309523
די OU שטעלט זיך אויף די זייט פון רחמנות און נעווער עגען

advocacy.ou.org/2015/orthodox-union-statement-regarding-syrian-refugees-issue/

יואליש » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:01 pm

· #309532
די טעמע ברויך ווערן אפגעטיילט פון כ"א כיסליו.

יואליש » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:03 pm

· #309533
אייגענטליך לויט אוי יו האבן די כ"א כיסליו אידן נישט פארדינט אזיל רעכט ווייל זיי אדאפטען נישט אמעריקאנע וועליוס. שאנדפול! און זיי זענען די ערשטע צו פארשרייען א געזעץ וואס נעמט נישט אין באטראכט ארטאדאקסישע וועליוס (און מיט רעכט). היפאקריטן

געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:08 pm

· #309535
יואליש
די טעמע ברויך ווערן אפגעטיילט פון כ"א כיסליו.

@אנאנים
@סדרן
@אסף המזכיר

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:20 pm

· #309539
יואליש
אייגענטליך לויט אוי יו האבן די כ"א כיסליו אידן נישט פארדינט אזיל רעכט ווייל זיי אדאפטען נישט אמעריקאנע וועליוס. שאנדפול! און זיי זענען די ערשטע צו פארשרייען א געזעץ וואס נעמט נישט אין באטראכט ארטאדאקסישע וועליוס (און מיט רעכט). היפאקריטן

זיי מיינען עס נישט וויאזוי דו לערנסט עס אפ. און דו ווייסט דאס.

אין א צייט ווען די האוז שטימט מיט א וועטא פרוף מאיאריטעט צו 'סוספענדירן' די וויכטיגסטע אמעריקאנער און הומאניטארישע ווירדן, און טראמפ, קארסאן, קרוז, בוש און (ווי אומגלויבליך עס הערט זיך) ראנד פאול, שפייען האס, זינאפאביע, רעליגיעזע ביגאטרי און פאשיסטישע העצע, איז נישט קיין צייט צו פאליטיזירן די סטעיטמענט פון אן ארגאניזאציע וואס אדוואקירט צו נעמען די ריכטיגע שריט.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 3:27 pm

· #309543
<a class="postlink" href="http://thehill.com/blogs/ballot-box/presidential-races/260727-trump-wont-rule-out-database-special-id-for-muslims">http://thehill.com/blogs/ballot-box/pre ... or-muslims</a>

<a class="postlink" href="http://m.motherjones.com/mojo/2015/11/david-vitter-syrian-refugees-louisiana-governor">http://m.motherjones.com/mojo/2015/11/d ... a-governor</a>

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:08 pm

· #309585
דאס פאסירט אין אמעריקע אין 2015.
😢
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2015/11/19/politics/paris-attacks-syria-refugee-family-indiana-connecticut/index.html">http://www.cnn.com/2015/11/19/politics/ ... index.html</a>

בר-כוכבא » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:35 pm

· #309609
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
מסכים מיט בעריש׳ן. ס׳פילט זיך א נאך׳טעם פון מענטשן וואס האבן זיך געמאכט אן אידענטיטעט פון ליבעראליזם ווייל זיי עס מאכט זיי פילן ווי א טייל פון דער אינטעליגענציע.
פאראן א חסרון הניכר אין דער לאגיק פון די ״ליבעראלן״ אין דעם אשכול.
והנלענ״ד כתבתי.

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:29 pm

· #309619
בר-כוכבא
מסכים מיט בעריש׳ן. ס׳פילט זיך א נאך׳טעם פון מענטשן וואס האבן זיך געמאכט אן אידענטיטעט פון ליבעראליזם ווייל זיי עס מאכט זיי פילן ווי א טייל פון דער אינטעליגענציע.
פאראן א חסרון הניכר אין דער לאגיק פון די ״ליבעראלן״ אין דעם אשכול.
והנלענ״ד כתבתי.

גערעכט אנדערש זאל מען גיין מיטן קאפּ גראד אין וואנט אריין מיטן חכם טראמפּ און דעם פארשלאפענם ד״ר קארסאן ווי איידער אינטעליגאציע און לאגיק א זאך וואס קאנסערוועטיוון זענען זייער נישט באקוועם דערמיט און פאר א גיטע סיבה ווייל ווען מ׳טראכט אביסל און מניצט דעם קאפ קומט מען ח״ו אן צו ליבעראליזם היל״ת.

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:31 pm

· #309620
בען קארסאן גלייכט צו די פליטים פון סוריא צו קראנקע הונט! 😉
Ben Carson compares Syrian refugees to dogs

<a class="postlink" href="http://www.politico.com/story/2015/11/ben-carson-syria-refugee-dogs-216064">http://www.politico.com/story/2015/11/b ... ogs-216064</a>

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:41 pm

· #309621
Ted Cruz: Muslim refugees from Syria should go to other Islamic countries
א זוהן פון א קובאנער אימיגראנט!
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2015/11/17/politics/ted-cruz-refugees-syria/">http://www.cnn.com/2015/11/17/politics/ ... ees-syria/</a>

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:42 pm

· #309622
שומו שמים!!! אמעריקא 2015???
Jeb Bush: Let's Focus On Helping The Christian Syrian Refugees, Rather Than The Muslims
Bush said that the U.S. should use a careful screening process to ensure the refugees it accepts are Christian

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/jeb-bush-syrian-refugees-christian-muslim_5648b98de4b045bf3def84df">http://www.huffingtonpost.com/entry/jeb ... bf3def84df</a>

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:44 am

· #309631
Anti-refugee rhetoric echoes dark past
extreme responses to the Syrian refugee crisis

<a class="postlink" href="http://www.msnbc.com/msnbc/6-extreme-responses-the-syrian-refugee-crisis">http://www.msnbc.com/msnbc/6-extreme-re ... gee-crisis</a>

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:30 am

· #309656
גראדע עטליכע עצות פון דארט איז מיר אליינס איינגעפאלן. דאס בעסטע וואלט טאקע געווען אויב מען קען די אלע פליטים אריינשטעלן אין ספעציעלע קעמפס אדער לאגערן, און האלטן אן אויג אויף זיי, ביז סיריע וועט ווערן מער פארזיכערט, און דאן זיי צוריקשיקן.

עס וועט טאקע זיין א שטיקל עול און זיי וועלן פאלן צולאסט אויף די רעגירונג, אבער פארט קוקט דאס אויס ווי די פערפעקט סאלושען צווישן די אלע טענות. בפרט אז עס איז בלויז צייטווייליג (האפענטליך..)

יואליש » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:37 am

· #309657
כ'האב געקלערט פון עפעס ענליך. אז היות די פראצעס נעמט יארן, און מיט די רייען בילל אפשר נאך לענגער, אפשר קען מען זיי פלאצירן אין א די פי לאגער ביז די פראצעס שפילט זיך אויס. איבער צוריקשיקן ווייס איך נישט ווי סעיף ס'איז, ווענדט זיך ווער לויפט און פון וועם מ'לויפט און ווער ס'וועט זיין אין קאנטראל דאן.

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:49 am

· #309670
גערעכטע טענות, אבער בעסער ווי זיי בכלל נישט אריינעמען און ראטעווען זייער לעבן?

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:58 am

· #309673
כעלעמער האסט שטארקע נקודות. מען קען מסתמא אדרעסירן עטליכע פון זיי, אבער דאס איז נישט דער נקודה.
אונזערע זיידעס האבן געהאט א שלעכטע נאך-טעם פון די די.פי. לאגערן? מעגליך! אבער איז דען דאס נישט געווען א מיליאן מאל בעסער ווי אין די אוישוויצע לאגערן? איז עס אפילו א פארגלייך?
מען קען דאך נישט זעצן יעדן פליט אדער מלחמה איבערלעבער על כסא מלוכה אויף יענעמ'ס חשבון פאר א גאנץ לעבן!

קודם דארף מען פרובירן זיי ראטעווען פון א שווערן טויט, און פון א שווערן לעבן, זיי זאלן האבן די מינימום, א דאך איבערן קאפ, צו עסן, און וואוינען מיט די משפחות אן קיין פחד מוות.
דאס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו א תפיסה וואס דארט ווערט מען ראדיקאל צוליב די אומשטענדן, ווי מען נעמט ארויס א מענטש פון די כלים אויף טריט און שריט און מען דעגראדירט אים ערגער ווי א בהמה.
משא"כ אויף אזא מקום ווי מ'נעמט אריין מענטשן צו ראטעווען פון טויט און זיי לאזן לעבן אויף א פארהאלטניסמעסיג רואיגן פארנעם, דארף נארמאל ערוועקן הכרת הטוב געפילן, נישט ראדיקאליזם.

ואת הנלענ"ד כתבתי.

===
שבת'ל האקט ענליך

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:17 am

· #309682
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין מיט דיר אלל די וועי, איך בין געוועהן דער ערשטער צוזאגן אין ק״ש אז מ׳דארף זיי אריינעמען און איך בין א קינד פון צוויי אימגראנטאן, אבער כדאי צו קאמפּערמייזן מיט די רעכטע און קאנסערוועטיווען (עכ״פ די מאדערעטס און מעסיגע) וואלטסטו נישט איינגעגאנגען עטליסט אויף אזא פשרה?

יואליש » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:20 am

· #309683
מגיד, גיטע טענות און כ'האב ספעציעל געקלערט פון די ראדיקאלייזירונג חלק און צוקוועטשטע אומשטענדן. כ'האב זיכער נישט געקלערט פון א לאגער אין אמעריקע, נאר מער אזא עליס איילענד אויפהאלטונג ווי די פליטים שטראמען. ווי שנעלער זיי ווערן אינטאגרעטעד אין נארמאלע געזעלשאפט איז טאקע בעסער. אבער אין די קלימאט פון סיריע אויף איין זייט און נאציאנאליזים אויף די אנדערע זייט ברויך מען שפאלטן דעם ים סוף אינדערצווישן.

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:22 am

· #309685
Holocaust Museum Condemns Treatment Of Syrian Refugees In U.S
"While recognizing that security concerns must be fully addressed, we should not turn our backs on the thousands of legitimate refugees."

<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/holocaust-museum-syrian-refugees_564f10ede4b0d4093a573793">http://www.huffingtonpost.com/entry/hol ... 093a573793</a>

ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:08 pm

· #309690
[ציטאט אראפגענומען]

ווען איז סטעריאטייפן ווייסע פארמערס מיט כתובי קעקע געווארן אננעמבאר?
די פראבלעם איז די ווייס-סופרעמאסיסטישע, נעא-קאנפעדערעט און נעא-נאצי עלעמענט.
(טייל האבן טאטוס, און פארן אויף מאטארביציקלעך 😛 ) זיי זענען אנגעגעסן מיט האס און, העכסט באזארגנד, באוואפנט מיט מיליטערישע סטיל געווער. (שאצט זיי נישט אונטער, אויף סאציאלע מידיע זענען זיי ענדעמיש. פון מיין אייגענע ערפארונג).

איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
גוט ערצויגן, טאלערנט, פראדוקטיוו, אינטעליגיענט, רעדן אלע א פליסיגן ענגליש, נעמען אנטייל אין יעדן ווינקל פון אונזער ארבייטסקראפט און זענען אן אינטעגראלער טייל פון אמעריקע און איר צוקונפט. א שיינענדע סוקסעס סטארי.

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:30 pm

· #309700
ישראל קאפקע

איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
גוט ערצויגן, טאלערנט, פראדוקטיוו, אינטעליגיענט, רעדן אלע א פליסיגן ענגליש, נעמען אנטייל אין יעדן ווינקל פון אונזער ארבייטסקראפט און זענען אן אינטעגראלער טייל פון אמעריקע און איר צוקונפט. א שיינענדע סוקסעס סטארי.

יא טאקע א נחת צו זעהן ווי צענדליגע פון זיי זענען שוין אין סיריע זיך צו לערנען וויאזוי צו אטאקירן זייער צווייטע היימלאנד, און צענדליגע פון זיי זענען שוין ארעסטירט געווארן דאהי פאר וועלן מאכן אטאקעס, און לאמיר טאקע זעהן ווי די וואס זענען די 100% סוקסעס זאלן ארויס ווייזן זייער זיין א חלק פונעם שמעלץ טאפ דורך פארדאמען אין נאמען פון איסלאם די פאריזער אטאקעס.

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:41 pm

· #309705
האסט פארגעסן פון די אלע מוסלעמענער וואס מען האט געכאפט פלאנען אטאקעס? איך רעד שוין נישט פון די ווען אין טיימס סקווער און פון די באסטאן מאראטאן און פון די פארט הוד שיסעריי ועוד ועוד

ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:42 pm

· #309706
געוואלדיג
און לאמיר טאקע זעהן ווי די וואס זענען די 100% סוקסעס זאלן ארויס ווייזן זייער זיין א חלק פונעם שמעלץ טאפ דורך פארדאמען אין נאמען פון איסלאם די פאריזער אטאקעס.

זאלן זיי שיקן די פארדאמונג צו דיר פערזענליך אין אימעיל, אדער איז ארויפשטעלן אויף קאווע שטיבל גענוג?

(צו וועלכע 100% סוקסעס ראטע באציסטו זיך?).
בלאט: 1 2