☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9825
בלאט: 1 2

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:54 pm

· #309708
ישראל קאפקע

זאלן זיי שיקן די פארדאמונג צו דיר פערזענליך אין אימעיל, אדער איז ארויפשטעלן אויף קאווע שטיבל גענוג?

אויף די פראנט פעידזש פון די גרויסע צייטונגען

ישראל קאפקע

(צו וועלכע 100% סוקסעס ראטע באציסטו זיך?).

ישראל קאפקע

איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
גוט ערצויגן, טאלערנט, פראדוקטיוו, אינטעליגיענט, רעדן אלע א פליסיגן ענגליש, נעמען אנטייל אין יעדן ווינקל פון אונזער ארבייטסקראפט און זענען אן אינטעגראלער טייל פון אמעריקע און איר צוקונפט. א שיינענדע סוקסעס סטארי.

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:57 pm

· #309712
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלדיג
די טעראריסטן צו זיי זענען געווען פליטים אדער לאנגע וואוינענדיגע אימיגראנטן איז א סימן אויף די פראבלעם מיט אריינעמען מוסלעמעינער פליטים,

בן אדם » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:11 pm

· #309715
איך זע נישט אז ארייננעמען די פליטים אין אן עקסטרע קעמפ זאל זיין א געלונגענע אפציע, דאס גייט קאסטן צופיל פאר די רעגירונג. ס'גייט ס"ה זיין נאך א תירוץ פארוואס ארויפצושרויפן די שטייערן מיט די דעבט לימוט כדרכם בקודש, און עס נאך אנלייגען אויף די רעפאבליקאנער אז מ'האט עס נאכגעגעבן פאר זיי.

אויב מ'לאזט זיי יא אריין זאלן זיי זיין אין גאנץ א שטארקע אויפזוכט, זיי זאלן דארפן געבן ריפארטס יעדע צוויי וואכן פון וואס זיי האבן שוין אויפגעטון - מיט בילדער. זיי זאלן נאר גיין אין געוויסע רעגירונג אויסגעווועלטע שולעס, אין נאר לערנען אויסגעוועלטע לימודים. און זיי זאלן אריבערגיין ספעציעלע טעסט (רוף עס נישט אינוועסטיגעישען) יעדע שטיק צייט.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:26 pm

· #309716
שטעל דיר פאר אזא גזירה קומט ארויס אויף היימישע אידן, מיר מעגן נאר גיין אין שולעס וואס די רעגירונג אפראווט און לערנען בלויז וואס זיי שטעלן צו.......
מען קען נישט זיין היפאקריטיש, און זיך אויפפירן אנדערש צו זיי ווי צו אידן.

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:27 pm

· #309717
איך האב אן עצה: זאל מען שענקען פאר די פליטים עפעס א קליין לענדל אין מיטל מזרח צו וועלכן זיי האבן היסטארישע קשרים, און זיי געבן וואפן צו אייננעמען דאס לאנד און עס אויפבויען.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:33 pm

· #309720
יאיר, ביסט א געזונטער לץ.
אויף מאכן ליצנות ביטו דא, הא? באקומסט אפילו נישט קיין ברוך המחזיר פון מיר.

בן אדם » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:41 pm

· #309722
שמעקעדיג
שטעל דיר פאר אזא גזירה קומט ארויס אויף היימישע אידן, מיר מעגן נאר גיין אין שולעס וואס די רעגירונג אפראווט און לערנען בלויז וואס זיי שטעלן צו.......
מען קען נישט זיין היפאקריטיש, און זיך אויפפירן אנדערש צו זיי ווי צו אידן.

ווי קומט דא אריין אידן? ווען אונז זעמער געווען קינדער האבן אונז אויך נישט געהאט קיין ברירה, מ'האט געטון וואס מ'האט געהייסן. זיי זענען יעצט קינדער, כתינוק שנולד דמי און מ'דארף אנהייבן מיט זיי פון סקרעטש!

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 4:07 pm

· #309730
ישראל קאפקע
[ציטאט אראפגענומען]

ווען איז סטעריאטייפן ווייסע פארמערס מיט כתובי קעקע געווארן אננעמבאר?
די פראבלעם איז די ווייס-סופרעמאסיסטישע, נעא-קאנפעדערעט און נעא-נאצי עלעמענט.
(טייל האבן טאטוס, און פארן אויף מאטארביציקלעך 😛 ) זיי זענען אנגעגעסן מיט האס און, העכסט באזארגנד, באוואפנט מיט מיליטערישע סטיל געווער. (שאצט זיי נישט אונטער, אויף סאציאלע מידיע זענען זיי ענדעמיש. פון מיין אייגענע ערפארונג).

איבער די מוסלעמענער יוגנט ביזטו 100% גערעכט. עס איז א נחת צוצוקוקן ווי די יונגע דור מוסלעמענער אימיגראנט-אפשטאמיגע זענען טייל פונעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ.
גוט ערצויגן, טאלערנט, פראדוקטיוו, אינטעליגיענט, רעדן אלע א פליסיגן ענגליש, נעמען אנטייל אין יעדן ווינקל פון אונזער ארבייטסקראפט און זענען אן אינטעגראלער טייל פון אמעריקע און איר צוקונפט. א שיינענדע סוקסעס סטארי.

ישראל קאפקע: שישו מעי. נאר פון אט דעם דעמאגראפישן טייל קענען פאטענציאל ארויסקומען די בעסטע און מערסט ערפאלגרייכע רעקרוטס פאר די אלע טעראריסטישע ארגאניזאציעס ווי על-קאידא און אייסיס. נאך די ריכטיגע אנדאקטרינירונג פון זייערע אימאם'ס אין די פארשפרייטע מאסק'ן...!

שמערל » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:54 pm

· #309755
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
כעלעמער, כ'מיין אז עס איז אביסל איבערגעטריבן צו זאגן אז אמעריקא איז א שוויץ באד פאר ראדיקליזם, יא מיר האבן מיט וואס זיך צו פארבעסערן אין אונזער טאלעראנץ צו מוסלמענער, אבער מיר שטייען נאכאלטס בעסער פון רוב אנדערע. און טאקע פארדעם איז אין אמעריקא דא די ווייניגסטע ראדיקאלאזאציע ווי אין אנדערע אייראפעאישע לענדער.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:46 am

· #309792
שמעקעדיג
שטעל דיר פאר אזא גזירה קומט ארויס אויף היימישע אידן, מיר מעגן נאר גיין אין שולעס וואס די רעגירונג אפראווט און לערנען בלויז וואס זיי שטעלן צו.......
מען קען נישט זיין היפאקריטיש, און זיך אויפפירן אנדערש צו זיי ווי צו אידן.

וויפיל אידן האבן זיך שוין באטייליגט אדער אנגעפיהרט א מאסיווע באלאגערונג און שחיטה אדער באמבארדירונג אין נאמען פון די אידישע רעליגיע...?! די מוסולמענר, יא...!!!

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:46 am

· #309795
berlbalaguleh
שמעקעדיג
שטעל דיר פאר אזא גזירה קומט ארויס אויף היימישע אידן, מיר מעגן נאר גיין אין שולעס וואס די רעגירונג אפראווט און לערנען בלויז וואס זיי שטעלן צו.......
מען קען נישט זיין היפאקריטיש, און זיך אויפפירן אנדערש צו זיי ווי צו אידן.

וויפיל אידן האבן זיך שוין באטייליגט אדער אנגעפיהרט א מאסיווע באלאגערונג און שחיטה אדער באמבארדירונג אין נאמען פון די אידישע רעליגיע...?! די מוסולמענר, יא...!!!

ר' בערל, דו זאגסט אייביג דערמאנסט מיך פון א מעשה, יעצט איינמאל דערמאנסטו מיך פון א מעשה, טאקע א טרויעריגע מעשה אבער א אמת'ע מעשה און א גוטע מוסר השכל; א וואך נאך די שרעקליכע אכזריות'דיגע מארד פון לייבי קלעצקי ע"ה איז א חסיד'ישע איד געזיצן אין א פארק און געוואטשט זיינע קינדער, און איינע פון די נישט אידישע קינדער האבן זיך געוואלט אראפזעצן לעבן דעם איד, רופט זיך אן די מאמע פונעם קינד: זעץ זיך נישט אראפ לעבן אים, פרעגט דער קינד פארוואס? זאגט די מאמע האסט נישט געזעהן אויף טעלעוויזשאן לעצטע וואך וואס זיי טוען? זיי צושניידן קינדער אויף שטיקער און דערנאך לייגן זיי עס אריין אין פריזער...

ר' בערל טייערער, ביסט אסאך עלטער פון מיר און מסתמא קלוגער פון מיר, אבער דאך ווען ס'קומט צו מוסלומענער און אראבער ווערט איר אביסל ראדיקאל ווייל איר זענט א שטיקל פאטריאט פאר די מדינה, אבער די פאקט איז אז רוב מוסלומנער זענען נישט ראדיקאל, פונקט ווי רוב פרומע אידן זענען נישט קיין מערדער אזויווי לוי אראן. נאר צווישן איינס און א האלב ביליאן מענטשן איז דא גאר א קליינע פראצענט וואס זענען פונדעמענטאליסטן און זיי מאכן אן אסאך גערודער, מסתמא א קלענערע פראצענט מוסלימענער זענען רוצחים אדער שטיצן רציחה פון וויפיל פראצענט חסידים באלאנגען צום שאנדפולע העלבראנץ קולט! און פונקט ווי דו פארשטייסט אז נישט יעדע חסיד איז א העלבראנץ נאר גאר א קליין פראצענט, די זעלבע איז מיט די מוסלומענער.

איך האב במשך פון די לעצטע 10 יאהר געהאט אסאך מוסלומענער וואס האבן געארבעט פאר מיר אין מיין ביזענס, כ'קען דיר נישט אויפהערן צו זאגן ווי געטריי, נארמאל און רעספּעקטפול זיי זענען, איינע פון זיי א פרומע מוסלומענער אימיגראנט האב איך געטראסט מיט צענדליגער טויזענטער דאללער קעש און ער האט אין זיין לעבן נישט גע'גנב'ט א ניקל! ווען ער האט חתונה געהאט האט ער שוין דעמאלסט נישט געארבעט פאר מיר פאר אפאר חדשים, דאך האט ער געמאכט די חתונה אין א גלאט־כשר קעיטערינג האלל אין פלעטבוש, כדי איך מיט מיין ברודער זאלן זיך קענען באטייליגן!!! א צווייטער פון זיי האט אוועקגעמופט צו א צווייטע סטעיט ווייל זיין ווייב גייט דארט אין קאלעדזש, און שוין דריי יאר וואס ער שיקט מיך א טעקסט מעסעדזש צו וואונטשען א העפי האלידעי פאר חנוכה צייט און אנדערע אידישע ימים טובים, און ער פרעגט זיך אייביג נאך אויף מיר און מיין משפחה. איך האב געהאט אין מיין לעבן מעהר ווי טויזנט ארבעטארער און איך קען אנפולן גאנצע אשכולות פון נעגעטיוו מעשיות וואס איך האב געהאט מיט געוויסע ארבעטארער פון פארשידענע קולטורס און בעקגראונדס, אבער איך קען נישט זאגן קיין איין שלעכט ווארט אויף די בערך פערציג מוסלומסנער וואס האבן געארבעט פאר מיר במשך די יארן!

@אנאנים האט געשריבן א גאנצע ארטיקל, כ'האב געפלאנט צוריק צו שרייבן און אויפווייזן ווי לעכעריג און סתירות'דיג זיין גאנצע געשרייבאכץ איז, אבער נאכן עס אדורכליינען האב איך מחליט געוועהן אז ס'איז א שאד צו רעדן צו אים פאר צוויי סיבות, ערשטענס איך גיי נישט ענטפערן א אטאקע וואס איז פול מיט האַס קעגן יעדעם וואס איז ליבעראל געשטימט, און ער האט פערזענליך אטאקירט (אזויווי ער האלט אין איין טוהן) אפאר פון די סאמע בעסטע שרייבער דא אין שטיבל בתוכם@ישראל קאפקע און@יואליש וואס ווייקן זיך שוין דא מיט אונז אין שטיבל אסאך לענגער ווי משזר. צווייטענס איך גיי נישט אנפאנגען צו רעדן מיט א מענטש וואס איז א אתה בחרתנו'ניק און האלט אז אלע אראבער זענען רוצחים!

ר' בערל, ס'איז דא אסאך פליטים פון סוריא וואס זענען אומשולדיגע מענטשן ובתוכם קליינע קינדערלעך, אסאך פון זיי זענען נעבעך יתומים, זיי זענען גארנישט שולדיג, זיי וואלטן געטוהן אלעס אוועקצוגיין פון די רשעות און אנקומען צו מנוחה ונחלה, און מיר אידן וואס האבן אזויפיל יארן געליטן וואלטן געדארפט זיין דער ערשטער זיי צו פארשטיין און העלפן! פארגעס נישט אונזער חתימה איז דאך רחמנים ביישנים וגומלי חסדים...

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:49 am

· #309804
[ציטאט אראפגענומען]

"וכדומה.."]שש, ס'דא איין פראבלעם וואס דו פארשטייסט נישט, אריינעמען סירישע פליטים איז די פראצענט סכנה פאר אונז די זעלבע ווי סיי וועלכען אנדערע אימיגראנטען.

אויב וויל אייסיס אריינשיקן דא איינעם איז די לעצטע וועג דאס צו טוהן דורך די פראסעס פון אימיגראנטען, וואו מגייט אדורך א משך פון צוויי יאר פון דרישות וחקירות, אינטענסיווע נאכפארשעריי, אויספילן פאפירן, שווערע ביורקראטיע, און אויב ס'דא סיי וואסערע חשש אדער אומקלארקייט אין דיין היסטאריע אדער בעקגראונד ווערסטו זאפארט צוריקגעוויזען און קענסט נישט אריינקומען.

פאר א טעראריסט זיך אריינצוווישען קיין אמעריקע איז אסאך גרינגער פון דעם ווען ער קומט אריין מיט א וויזע אלס גאסט, און האלט זיך אונטער דעם רעדאר ווילאנג ער וויל דא בלייבן,

די מענטשן וואס נעמען זיך די מי און פלאג פון ווערן א לעגאלע סיטיזען, און דורך גיין די צוויי יאר פון הארץ עסעניש, קודם מיינט עס אז די היסטארי זייערס איז הונדערט פראצענט קלין, און צווייטענס אז מוויל אנהייבן א פרישע לעבן, אן אמעריקאנע לעבן, און איבערלאזן אלא גארבידש פון וואו מען קומט. אנדערש פארוואס זאל מען מיטמאכען דעם פראצעדור.

און די היסטארי ווייזט טאקע אז פון די לעגאלע אימיגראנטען האט מען קיינמאל קיין צרות נישט געהאט, נישט קיין חילוק פון וואו זיי קומען.

[ציטאט אראפגענומען]

זאלסטו מיר מוחל זיין, אבער די דאזיגע ווערטער איז ריין ראסיזם און די פונקט פארקערטע פון וואס אמעריקע איז געבויט אויף, און מיט דעם מהלך וואלסט "דו" נישט יעצט געזעצן דא אין אמעריקע על סיר הבשר.[
/quote]

@וכדומה..האט דיר גאנץ פיין גענטפערט !!!

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 8:20 am

· #309807
קודם ציה דו צוריק פון דיינע פערזענליכע אטאקעס אויף @יואליש און @ישראל קאפקע דערנאך וועל איך ווייטער רעדן מיט דיר, אבער ווילאנג דו קענסט נישט דורכקומען דיינע שוואכקייטן פארלאנג גארנישט פון יענעם, זיי האבן א רעכט צו זאגן זייער מיינונגען אפילו ס'שטימט נישט מיט דיינע דעות און פארדעם דארפן זיי נאכנישט ווערן אטאקירט!

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 9:03 am

· #309812
[ציטאט אראפגענומען]

מחילה פארוואס? מחילה פארווען? מחילה פארוועם? ווייל זיי האבן געזאגט א אנדערע מיינונג פון דיר? ביסט טאקע א גרויסע שרייבער אין ק״ש און איך בין זיכער אז אסאך אידן האבן הנאה פון דיין שרייבן און סדערקענט זיך ווי דו לייגסט אריין שווערע כוחות און ארבעט אבער ווי ווייט איך ווייס איז עס נאכנישט דיין פערזענליכע שטיבל און אסאך אנדערע חשובע ניקס האלטן אנדערש פון דיר איז !HOLD YOUR HORSES

ס׳געפעלט מיר ווי מיט דיין רעכטע האנט מאכסטו א ריזיגע ברוכים הבאים פאר א יעדע גיטע ניק וואס קומט צוריק און מיט דיין לינקע האנט האסטו אוועקגעשטיפט אסאך גיטע שרייבערס אין ק״ש בתוכם איינע פון די בעסטע שרייבערס וואס די היימישע עולם פארמאגט וואס שרייבט אין אסאך היימישע אידישע און ענגלישע אויסגאבעס און ער איז געוועהן איינע פון די בעסטע שרייבערס דא אין שטיבל פונעם ערשטען טאג, ער האט מיר געזאגט בפני: איך האב פארלוירן אינטרעס אין ק״ש זייט אנאנים איז געווארן די רבי פון ק״ש!

גר ותושב » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:02 am

· #309828
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
האסט פארגעסט שליט"א אדער לכה"פ תליט"א

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 10:21 am

· #309830
גר ותושב
האסט פארגעסט שליט"א אדער לכה"פ תליט"א

גאנץ א גיטס! גר האסט מיטגעברענגט דזשוקס היינט אין חדר? א קאנסערוועטיוו זאל האבן א סענס אף הומאר? כבין כמעט זיכער אז דו האסט געזעהן די דזשאוק אויף די ׳לעפי טעפי׳ קענדי רעיפערס זיי האבן אויך בערך אזא סענס אף הומאר ווי די רעכטע 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:07 am

· #309841
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
פארוואס מאכט מען א פארטיי פון א מיינונג? איך קוק עס אן ווי שבת, אז דער רחמנות זאל זיין דער עיקר דא, און מ'זאל זוכען עצות פאר די סכנה.
אבער דאס מיינט נישט אז דער רעכטע פעלט א חוש ההומור.
דער ארבעט פון שש אוועקצושטעלען יעדער וואס האלט נישט ווי איהם אלס א שוטה לאזט אויך א שלעכטע נאכטעם, אבער נישט יעדער איינער האט דער רואיגער מוט צו קענען איינשלינגען דער מושג אז אנדערע דעות זענען אויך דעות. מ'דארף קענען לעבען מיט פארשידענע סארט מענטשען, צומאל האלט מען שטארק די נאז.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:52 am

· #309857
ביסט גערעכט, כהאב דאך נאר געמאכט אז וויץ. די סיבה פארוואס איך האב געזאגט אז די רעכטע האבן נישט קיין סענס אף הומאר איז ווייל רובם ככולם פון היינטיגע קאמידיענס זענען לינק גענויגט, פארשטייט זיך אז ס׳איז דא רעכטע וואס האבן אויך א סענס אף הומאר למשל די לעצטע האלב נארמאלע ריפובליקען פרעזידענט ראנאלד רעיגאן האט געהאט א שטיקל סענס אף הומאר..

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:16 pm

· #309865
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב נישט געשריבן קיין ליגענט נאר יעדער איינער וואס ליינט דיינע תגובות פון די סוריא פליטים זעהט ווי דו לייגסט אראפ א בילד ווי אלע מוסלימענער זענען רוצחים און דו זאגסט אז ס׳איז א חוצפה צו זאגן אז אמאליגע צייטן האט מען געהאלטן אז די מזרח אייראפע אידן זענען באלשעוויקן (לייקענט אפענע היסטאריע וואס יעדע חדר אינגל ווייסט) הערסט נישט אויף צו מאכן חילוקים צווישן אונז אידן און מוסלימענער פארוואס אונז האט מען ״יא״ געדארפט ארויסהעלפן און די מוסלימענער ״נישט״ און פון דיינע ווערטער איז קלאר ווי די לייגסט זיי אלע אראפ אלץ מערדער אויב נישט האט נישט קיין פשט דיינע גאנצע געשרייבאכץ, אויב זענען זיי פיעספול און נישט ראדיקאל איז פארוואס זאל מען זיי נישט אריינעמען? ווייל זיי זענען נישט קיין קריסטן? אלא מאי דאס איז וואס דו האלטס אז אלע זענען רוצחים און יעצט פראבירסטו אביסל צוריק צו ציען ווייל דו זעסט אז דיינע געדאנקען זענען נישט אזוי פאפולער ווי דו האסט געמיינט ציסטו אביסל צוריק א שטייגער ווי דיין צוטרייטען רבי דאנאלד טראמפ וואס ציעט שוין אויך אביסל צוריק אין די נושא נאכדעם וואס ער האט געכאפט פון יעדעם איבערן קאפ

יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:17 pm

· #309866
איך בין אומבאקוועם אריינצולאזן פליטים וואס 1 פון 5 פון זיי זענען אן רעקארד צו זאגן אז זיי וואלטן געקענט ביישטיין אפצאווישן איזראעל פון די מאפע, אזוינע מענטשען, אפי' זיי זענען גערודפט פון א אנדערע סעקטע וואס אין צוגאב צו איזראעל/מערב וועלט האסן זיי זייערע ראדיקאלע קאנקורענטן, ברויכן בלייבן אינדרויסן פון אונזער מחנה,

דעם פרייטאג הער איך 770 זאגט דארטן דער אידישער רעדנער, אז די פליטים איבער וואס די רעדע איז, זענען בכלל נישט פון די חברה וואס באווייזען זיך ביי די גרעניצן פון די אייראפעאישע פרייע מדינות, דאס זענען פליטים וואס זענען שוין 20 יאר נישט אין סיריע, און זענען שוין אין די פייפליין, לאאאנג פאר איינער האט געוואוסט וואס אייסיס איז טייטש, א"כ האב איך גארניקס קעגן זיי.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:27 pm

· #309871
יעקב מענטש

ערשטענס ווער זאגט דיר די סטאטיסיקס פונקטליך ? פון ווי נעמסטו דעס?

צווייטענס נעם אריין די פיר גיטע פון די פינף, ס׳איז דא א וועג וויאזוי מ׳קען גאר גרינג אויסגעפינען ווער די גיטע און ווער די שלעכטע זענען! איינס פון פינף אידן זענען אויך לכאורה געוועהן באלשעוויקן ביי די צווייטע וועלט מלחמה איי וועסטו פרעגן פון ווי מיין מקור איז ס׳איז די זעלבע מקור פון ווי די נעמסט אז איינס פון פינף סיריער פליטים האלטן אז מ׳דארף אראפ ברענגען איזרעיאל, איך האב עס געהערט אויף 770 😛

דריטענס איז אזויווי אסאך ניקס האבן שוין געשריבן אז רובא דרובא פליטים וואס לויפן אוועק פון דארט און ווילן קומען קיין אמעריקא זענען נישט די ראדיקאלע בכלל פארקערט זיי ווילן לעבן פריי און ווילן פארגעסן פון די גארבידזש און אמעריקא האט נאך מיט זיי קיין פראבלעמען נישט געהאט דאכצעך! יא ?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:30 pm

· #309875
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
אין וועלכע חדר ווייסט יעדער אינגעל די פאליטישע נויגונגען פון דער אידענטום פון פאר'ן קריג? מ'ווייסט וויפיל באנען זענען געפארען קיין גור פאר יוכ"פ און ווער האט געטריי משמש געווען דער רבי'ן אין קראלע. וועלכע א.ג. רבנים האבען נוטה געווען צו ציונות און ווער האט געשטיצט ריישע רב'ס אגודיסטישע דעות. אבער פון באלשעוויקען (אחוץ חילוש..... שששש, זאג קיינער נישט אויס) ווייסט מען גאנץ ווייניג אין חדר פון זיי צו זאגען.

יעקב מענטש » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:34 pm

· #309876
שבת אחים
יעקב מענטש
איך בין אומבאקוועם אריינצולאזן פליטים וואס 1 פון 5 פון זיי זענען אן רעקארד צו זאגן אז זיי וואלטן געקענט ביישטיין אפצאווישן איזראעל פון די מאפע, אזוינע מענטשען, אפי' זיי זענען גערודפט פון א אנדערע סעקטע וואס אין צוגאב צו איזראעל/מערב וועלט האסן זיי זייערע ראדיקאלע קאנקורענטן, ברויכן בלייבן אינדרויסן פון אונזער מחנה,

דעם פרייטאג הער איך 770 זאגט דארטן דער אידישער רעדנער, אז די פליטים איבער וואס די רעדע איז, זענען בכלל נישט פון די חברה וואס באווייזען זיך ביי די גרעניצן פון די אייראפעאישע פרייע מדינות, דאס זענען פליטים וואס זענען שוין 20 יאר נישט אין סיריע, און זענען שוין אין די פייפליין, לאאאנג פאר איינער האט געוואוסט וואס אייסיס איז טייטש, א"כ האב איך גארניקס קעגן זיי.

ערשטענס ווער זאגט דיר די סטאטיסיקס פונקטליך ? פון ווי נעמסטו דעס?

ס'געווען א לייוו אינטערוויו מיט די חברה ערגעץ, איך קען מיך נישט דערמאנען וואו.

אויף 770 האב איך געהערט א אינטערוויו מיט א INS אפישעל וואס האט מסביר געווען די פראסעס פון באקומען asylum און 'ער' האט געזאגט אז דער עולם איז פשוט מיסאינפארמד, און ס'האט נישט מיט די חברה וואס פליסן אריין קיין פראנרייך און דייטשלאנד.

לגבי אריינעמן די איבעריגע פיהר וואס קוקן יא אויס ווי וואוילע דזשעפערסאניען דעמאקראטן, בין איך היבש סקעפטיש, קוק אן וויאזוי פראנקרייך, דייטשלאנד, ענגלאנד ווער אינפעסטירט פון די שאריא-געזעץ זוכערס,!!

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:40 pm

· #309878
געוואלדיג
רבותי ביטע נישט אטאקירן פערזענליך, מען האט גענומען א שיינע אידעאלאדישע שמועס און דאס פארוואנדלט אין א קינדערישע דיבעיט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:59 pm

· #309882
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
האומר דבר בשם אומרו......

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:56 pm

· #309913
ביל מאהר מענייני דיומא... 😂 😃 😂
(פון א ליבעראל פערספעקטיוו)

WATCH: Bill Maher [FULL] Monologue On “Real Time” 11/21/2015

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=AKWZ8cYetLg">https://www.youtube.com/watch?v=AKWZ8cYetLg</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 7:00 pm

· #309924
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
איך ווייס נישט צו מ'האט עס שוין דערמאנט, אבער דער רייד פון דער טראמ"פ שבת אז ער האט געזען ווי טויזענטער מוזלעמעניר פרייען זיך אום 9/11 איז עקעלהאפטיג ביז גאר, און גראבע ליגענט, וכמו שביארו אויפ'ן ראדיא שוין.
אבער איך האב געהערט היינט אויף NPR א וויכטיגע נקודה. די ראדיקאלע טעראריסטען פראבירען צו מאכען אן אנשטעל כאילו די וועלט איז צוטיילט פון מוזלעמענער און נישט מוזלעמענער, ולאם מלאם יאמץ, כשזה קם זה נופל. טאמער די רעכטע פרעדיגען אויך אזוי, זענען זיי איין שיטה.
און דאס איז נישט סתם דעמאגאגי"ע. טאמער א מוזלעמענער מענטש א פלעינער ארבעטארער וואס וואוינט אין פאטערסאן נ.דזש. און זוכט צו פארדינען זיין חיונה און ערציען זיין קינדער צו האבען א גליקליכע אמעריקאנער לעבען און אויך זיין א פרומער מוזלעמענער. יעצט טאמער ער הערט די האס פון די רעכטע, דער פארשלאג פון טראמפ אז מ'זאל האלטען אן אויג אויף אלע מוזלעמענער, ווייסט ער אז צווישען ווייסע אמעריקאנער איז ער אן אויסגעשפיגענע. ווי זאל ער יעצט גייען? ביי וועמען וועט ער זיך שפירען באקוועם? און זיין קינדער וואס וואקסען אונטער מיט געפאר און אומבאקוועמליכקייט אין שולע און צווישען שכנים. ווי איז זיי באקוועם צו זיין? ווען מ'זאגט הויך אז מ'וויל נאר קריסט'ן נישט מוזלעמענער, פיהלען עס אלע די לאקאלע מוזלעמענער. פאר יעדער ראדיקאלע וואס מ'האט אויסגעשלאסען פון דארט, האט מען פאבריצירט דאהי.
די רעכטע שיטה, נישט נאר ס'איז אוממענטשליך, ס'העלפט ניטאמאל דער זיכערקייט.

chusid » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:13 am

· #309953
רעפאבליקאנע זענען צעטיילט איבער אסר'ן גאן'ס פאר ספק טעראריסטן! אפשטעלן הומאנעטערישע הילף--יא , אסר'ן גאן'ס--ניין...

www.cnn.com/2015/11/22/politics/donald-trump-ben-carson-guns-terror-watch-list/index.html?sr=fbpol112215donald-trump-ben-carson-guns-terror-watch-list0731PMStoryLink&linkId=18953920

שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 11:02 am

· #309974
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו מ'האט עס שוין דערמאנט, אבער דער רייד פון דער טראמ"פ שבת אז ער האט געזען ווי טויזענטער מוזלעמעניר פרייען זיך אום 9/11 איז עקעלהאפטיג ביז גאר, און גראבע ליגענט, וכמו שביארו אויפ'ן ראדיא שוין.
אבער איך האב געהערט היינט אויף NPR א וויכטיגע נקודה. די ראדיקאלע טעראריסטען פראבירען צו מאכען אן אנשטעל כאילו די וועלט איז צוטיילט פון מוזלעמענער און נישט מוזלעמענער, ולאם מלאם יאמץ, כשזה קם זה נופל. טאמער די רעכטע פרעדיגען אויך אזוי, זענען זיי איין שיטה.
און דאס איז נישט סתם דעמאגאגי"ע. טאמער א מוזלעמענער מענטש א פלעינער ארבעטארער וואס וואוינט אין פאטערסאן נ.דזש. און זוכט צו פארדינען זיין חיונה און ערציען זיין קינדער צו האבען א גליקליכע אמעריקאנער לעבען און אויך זיין א פרומער מוזלעמענער. יעצט טאמער ער הערט די האס פון די רעכטע, דער פארשלאג פון טראמפ אז מ'זאל האלטען אן אויג אויף אלע מוזלעמענער, ווייסט ער אז צווישען ווייסע אמעריקאנער איז ער אן אויסגעשפיגענע. ווי זאל ער יעצט גייען? ביי וועמען וועט ער זיך שפירען באקוועם? און זיין קינדער וואס וואקסען אונטער מיט געפאר און אומבאקוועמליכקייט אין שולע און צווישען שכנים. ווי איז זיי באקוועם צו זיין? ווען מ'זאגט הויך אז מ'וויל נאר קריסט'ן נישט מוזלעמענער, פיהלען עס אלע די לאקאלע מוזלעמענער. פאר יעדער ראדיקאלע וואס מ'האט אויסגעשלאסען פון דארט, האט מען פאבריצירט דאהי.
די רעכטע שיטה, נישט נאר ס'איז אוממענטשליך, ס'העלפט ניטאמאל דער זיכערקייט.

הארכע מיך אויס, ביטע. איך בין מסכים מיט דיר אז אויב מיר וועלן אלע אננעמען אז די וועלט איז צוטיילט צווישען מוסעלמענער און אינפידאלן, וועט דאס זיין ווי א הסכמה צו אייסיס' שיטה. אבער וואזשע זאלן מיר טוען אז ס'איז אמת? איז אזוי: איז עס נישט אמת, דאן באווייז מיר דעם שקר. סתם זיך פארדעקן די אויגן כדי די אומאמס זאלן הייסן ליגנערס, וועט אונז פשוט מאכן בתי היענים.

ס'איז פארהאן אן ערשיינונג פון א טיפישע דזשאו וואס וואוינט אין א סובבורב און לעבט א באשיידענע פאמיליע לעבן און גלייבט אין די מוסעלמענער רעליגיע און פראקטעצירט אלעס וואס מחמוד הייסט. ס'לאזט זיך זאגן אז ער, זי און די קינדער קענען אין קיין פאל נישט ווערן דיסקרימענירט פארן זיין עהרליכע מוסעלמענער. דאס איז מופרך. ערשטענס איז די מוסעלמענער רעליגיע אזאנס וואס פרעדיגט גאוואלדטאטן און אומרעכן. (כ'ווייס אז מאנכע וועלן אנווייזן להבדיל אויף אונזערע הייליגע תורה, אבער קיין קיין רב אין דער וועלט האלט נישט אז מיר מעגן דאס פראקצירן בזה"ז. אע"כ איז דאס - עכ"פ לעת עתה נישט רעלעוואנט.) די רעליגע רעדט וועגן הארגענען אלע אומגלויביגע און פארגוואלדיקן פרויען [און דערנאך זיי הארגענען צו ראטעווען די כבוד פון די משפחה] און קינדער. צווייטענס, ס'האט שוין פאסירט מער ווי איינמאל אז טעראריסטישע פארשלאפענע צעלן זענען געווען אקוראט די זעלבע סצענע (וואוינט אין א סובבורב און לעבט א באשיידענע פאמיליע לעבן, וכו').

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 11:10 am

· #309976
דו ווילסט מיר זאגען אז אלע מוזלעמענער אין אמעריקא זענען סייאווי דזשיהאדיסט'ן און מ'קען גארנישט טוהן דאס אויסצומיידען?!
איז טאקע פארוואס פאסירט גאנץ ווייניג אטאקע'ס אויפ'ן אמעריקאנער לאנד?
און טאקע דאס וואס דו זאגסט וועגען די קוראן, למעשה אז מ'פארשט ריכטיג נאך, איז עס אביסל איבערגעטריבען, מ'דארף עס ליינען אין גאנצען ועוד ועוד. איינער וואס וויל וויסען, קען זען אז א 'פרומע מוזלעמענער' דארף נישט זיין א דזשיהאדיסט.
אלענפאל'ס, דער דעה אריינצולאזען די פליטי סוריא איז נישט ווייל די רחמנות וועגט איבער די סכנה, נאר פארקערט, דאס נישט אריינלאזען איז גאר די סכנה. דאס באזייטיגען א גאנצע עדה איז א סכנה פאר מענטשען אין אמעריקא, און די רעכטע זענען דא די וואס ווערען 'ווייך אויף זיכערהייט', און די לינקע זענען גאר די 'פאלק'ן' אין די פאל, וואס זוכען צו פארזיכערען די מענטשהייט אין אמעריקא.

שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 11:30 am

· #309977
ליטוואק פון בודאפעסט
דו ווילסט מיר זאגען אז אלע מוזלעמענער אין אמעריקא זענען סייאווי דזשיהאדיסט'ן און מ'קען גארנישט טוהן דאס אויסצומיידען?!

אפשר "זענען זיי" נאכנישט קיין דזשיהאדיסט'ן, אבער זיי זענען פאטענציעלע דזשיהאדיסט'ן.
ליטוואק פון בודאפעסט
איז טאקע פארוואס פאסירט גאנץ ווייניג אטאקע'ס אויפ'ן אמעריקאנער לאנד?

דאס האט נישט צו טוען מיט זי רצון הטוב פון די גוטהארציגע מוסעלמענער, ווייל ווען יא דארפסטו דאן מסביר זיין וואזוי איז מעגליך אז ס'איז פארהאן אזוי ווייניג אטאקעס אין אמעריקע כאטש פון די מועט מוסעלמענער דזשיהאדיסט'ן וואס איז יא פארהאן? אלא מאי? מיר האבן א בורא, שומר העיר. און - פון א גשמיות'דיגע באגריף - האבן מיר א רעגירונג מיט צענדליגע טויזענטער אינטעלידזשענס אגענטן און מיליאנען אפאראטן פאר דעם צוועק.
ליטוואק פון בודאפעסט
און טאקע דאס וואס דו זאגסט וועגען די קוראן, למעשה אז מ'פארשט ריכטיג נאך, איז עס אביסל איבערגעטריבען, מ'דארף עס ליינען אין גאנצען ועוד ועוד. איינער וואס וויל וויסען, קען זען אז א 'פרומע מוזלעמענער' דארף נישט זיין א דזשיהאדיסט.

עס איז היבש שטאדירט געווארן דורך דריטע פארטייען און מ'איז געקומען צו די החלטה אז ס'איז פארהאן פארשידענע אינטערפרעטאציעס אין די אלע געמיינע ווערטער אינם קאראן. און דאס איז שוין די מערסט-ליבעראלע החלטה. איז, מאן יאמר אז כ'טראסט דעם פאלנער מוסעלמענער אז ער וועט אננעמען די לינקע אפטייטש? למען האמת, גלייב'ך אז רובא דרובא נעמען אהן די לינקערע אפטייטשן, אבער זיי זענען נאכאלץ א טיקינג-באמבע, ווייל ס'פעלט נאר אויס אז איין פרומער אימאם זאל זיין ערגעצווי אין פאטערסאן א אורח הכבוד און דער וואס זיכט "א גליקליכע אמעריקאנער לעבען" זאל אהננעמען דעם עקסטרעמער דרשה מיט א קימו וקבלו, קיימו מה שקבלו כבר. היל"ת.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 11:32 am

· #309978
דו באציסט צו האלבע ווערטער.
נישט דער אימאם איז דער פראבלעם, נאר דער רעכטע אמעריקאנער וואס זוכט ארויסצושטופען א גאנצע עדה פון די געזעלשאפט איז די פראבלעם.

שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:11 pm

· #309981
ליטוואק פון בודאפעסט
דו באציסט צו האלבע ווערטער.
נישט דער אימאם איז דער פראבלעם, נאר דער רעכטע אמעריקאנער וואס זוכט ארויסצושטופען א גאנצע עדה פון די געזעלשאפט איז די פראבלעם.

דוקא לאו. וויאזוי פארגיבסטו דעם עקסטרעמער אימאם פארן פארדרייען די א.ג. נארמאלער מוסעלמענער, ווייל "טאמער די רעכטע פרעדיגען אויך אזוי, זענען זיי איין שיטה." ווער מיינסטו האט מער איינפלוס אויפן דזשאו, עפעס א שמייליגע אומאם אדער טראמפ?

הייפאטעטיש, אויב כ'וואלט אהנגענומען דיין בחינה אז באמת ווערט נישט קיין א.ג. נארמאלער מוסעלמענער איבערגעטוישט צו א עקסטרעמער, פשוט דורך א ווילדער פרעדיגער, דאן וואלט איך אפשר געקענט פארשטיין אז דער קאנסערוואטיווער וואס פראפאגאנטירט די זעלבע ווי דער אומאם, טאקע דאס מאכט דעם רושם. די היסטאריע האט אבער געוויזן א צווייטע בילד.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:34 pm

· #309982
Re: בינו שנות דור ודור - אין חדש תחת השמש
טראמ"פ און דער אימאם זענען שותפים אין די ראדיקאליזרען, און ביידע דארף מען אפשטעלען

שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:45 pm

· #309984
ליטוואק פון בודאפעסט
טראמ"פ און דער אימאם זענען שותפים אין די ראדיקאליזרען, און ביידע דארף מען אפשטעלען

דאס איז נאר א מיינונג, און קען אויך נאר געזאגט ווערן נאכן קומען צו א הנחה אז דער אומאם אליינס האט נישט די אינפלוענס דאס צו משפיע זיין. און אפילו דאן, איז עס נישט קיין שותפות, ווייל דעם משוגע'נער טראמפ איז לכה"ד נישט דא צו שפטופן פאר טעראריסטישע אטאקעס; דו טענה'סט נאר אז געוויסע ראדיקאליזירטע פארשוינען קענען ארויסנעמען די אומריכטיגע מעסעדזש.

און איך בין בכלל נישט מסכם (אז דער אומאם אליינס האט נישט די השפעה). והא ראיה, מיר האבן געזעהן טעראריסט וואס שטאמען פון א.ג. נארמאלער מוסעלמענער, נאך אסאך פאר די קאנסערוואטיווע באוועגונג האט זיך גענומען רעדן דערוועגען, און זיכער אסאך פאר דער טראמפ איז געווארן א קאנדידאט.
בלאט: 1 2