גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9811
גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
וואס ערווארטסו פון גאט צו טוהן ווען א פיינע, ערליכע, איידעלע, וואוילע און גוטע בחור'ל פון 13 יאר, פון א געזונטע גוטע און ערליכע שטוב, קלאפט אן די טירן פון אלע ישיבה-קטנות אין עיר הגדול בארא פארק, און וויינט בתחנונים "איך וויל לערנען תורה פון א רבי", "איך האב ביז יעצט געלערנט פיין, און וויל ממשיך זיין על דרך התורה", "איך וויל נישט זיצען ליידיג א גאנצען טאג", איך וויל.... לערנען!" - און די ענטעפער איז "ניין", "נישט ביי מיר"! "מ'נעמט שוין נישט אריין", "גיי צו א צווייטען"?
אזוי גייט אדורך איין טאג, נאך א טאג, דריי טעג, א וואך, איין וואך, צוויי וואכן, "פינף וואכן"!!!! און דער בחור'ס אויגעלעך זענען שוין געשוואלן פון טרערן!! די מאמעס תהילים איז שוין אויפגעבלאזן און די טאטע וואלגערט זיך אין בעט און שרייט פון יסורים "ר-א-ט-ע-וו-ע-ט"!!!!!!
ס'איז א פחד צו טראכן ווי לאנג גאט וועט זיך איינהאלטן און געבן א שארפע בליק אויף אונזער שטאט!!!
ערשט יעצט האבן מיר געלערנט אין רש"י: על צעקת ריבה אחת, דאס געוויין פון איין ליידענדע מיידלע - זאגט דער "מדרש" - האט מכריע געווען דעם כף חוב וואס האט געברענגט די חורבן הגדול פון הפיכת סדום וכו'.
ליידער צופיל אבער אפשר עפן די א ישיבה נישטא גענוג ישיבות
טיערע בוחיר ביסטי שון אין א ישיבה טאמער נישט כאפ דיך יעצט מיט
ישיבה אהבת התורה
Due to the high demand
We are opening up a second registration drive, beginning on Sunday morning
From 9 Am to 1 pm .
The place to register
Is 1966 63 street
Those interested please
Email <!-- e --><a href="mailto:yosibenv10@gmail.com">yosibenv10@gmail.com</a><!-- e -->
And we will reply to you .
בחורים
Of age 13 and up are welcome.p
וואס איז שלעכט מיט דער ישיבה
איך ערווארט אז דער בחור וועט חלילה בלייבן עלנד ווי א שטיין קיינער וועט אויף זיין זייט נישט קוקן, און די מנהלים און ראשי ישיבות און רבנים וועלן ווייטער שטאפן זייערע טאשן און האבן א גוטן טאג, זייערע ישיבות און מוסדות וועלן ווייטער בומען, די באנק אקאונטס ווערן מער געשוואלן און די חסדים מער אדוק, זיי וועלן ווייטער לעבן א גוט לעבן אהן קין טראגעדיעס און אפילו אן קיין שלעכטע חלומות.
# הסתרפנים
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל.
ווילאנג די גאנצע שטאט איז נישט פאראייניגט און אלע מוסדות פילן אז זיי האבן א אחריות האבן זיי דאך א גערעכטע טענה גיי צו יענעם.
ירא שמיםווילאנג די גאנצע שטאט איז נישט פאראייניגט און אלע מוסדות פילן אז זיי האבן א אחריות האבן זיי דאך א גערעכטע טענה גיי צו יענעם.
וואס רעדסטו נערישקייטן סתם אין די וועלט אריין.
נישטא קיין איין איינציגע סיבה וואס קען לעגעטעמאזירן די וועג וויאזוי בחורים און קינדער ווערן היינט באהאנדעלט בנוגע ישיבות און חדרים.
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
איך ברענג ארויס א נקודה ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען.
@ירא שמים, יעדער איד האט א חיוב אלס לא תעמוד על דם רעיך צו אריין נעמען יעדע בחור (ווילאנג ער מאכט נישט קאליע אנדערע) אין א ישיבה, אבער נאר די וואס האבן א ישיבה זענען סיפק בידם לעשות און פארדעם זענען זיי מחויב, עס איז קיין תירוץ גיי צו די אנדערע.
@ירא שמים די זאגסט סה"כ וואס די מנהלי המוסדות זאגן, אבער סאיז זייער נישט ריכטיג, שיין גערעדט, א מרביץ תורה מיינט נישט איינער וואס פאנדרעיזט און געט אראפ א חלק דערפון פאר אכילה לינה ושתייה פאר בחורים מצויינים, דעס איז אפשר גמ"ח...
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
הלכות קען איך נישט און איך ווייס נישט ווי ווייט סאיז סיפק בידם, סוכ״ס קען א ישיבה נישט אריין נעמען יעדע בחור וואס וויל אריין, און איך בארעכטיג בכלל נישט די צוגאנג און די הארצלאזיגקייט פון די ישיבות, אבער בעלבאטיש גערעדט, ווען סווען דא א וועד פאר אלע ישיבות און יעדער איז זיך משתתף און מאיז צוזאמען נושא בעול אז יעדער בחור אין שטאט זאל האבן א ישיבה, און יעדער נעמט אריין אפאר שוואכע בחורים וכדו׳ איז איין זאך, היות סאיז נישט אזוי און איינער וואס עפנט א ישיבה קומט ער נישט צושטעלן א נאך א ישיבה פארן שטאט ער קומט נאר מאכן פאר זיך א ישיבה וואס זאל האבן א גוטע נאמען און סזאל זיך אים לוינען, פארוואס זאל ער אריינעמען ווען סלוינט זיך אים נישט?! ובפרט ווען זיינע קאלעגע ישיבות טוען די זעלבע.
ירא שמיםפארוואס זאל ער אריינעמען ווען סלוינט זיך אים נישט?!
וואס מיינט לוינט נישט?
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
אזא סארט וועד איז נאך אזוי וויכטיג ווי די איחוד הקהילות אויף טעכנעלאגיע אזוי ווי בר כוכבא האט אמאל אויסגעשמועסט.
ביסט אביסל פארטומעלט צווישען די מושג פון א עצה, ביז לעגעטימאציע. וויבאלד לדעתך איז דא א לייזונג און א וועג ארויס, ווערט עס נאך נישט לעגעטים. און דאס איז חוץ פון דעם פאדעמענטאלער אומ-ריכטיגער און אפילו שלעכטער גישה וואס די 'אנשי המוסדות' גייען צו צו דעם מושג פון לימוד און הרבצת יהדות.
לאמיך נאר קלאר שטעלן איין זאך:
סקען זיין אז לכבוד דעם וואס עס גייט פארקומען א ווירטואלע דייאלאג, גייט אויסזעהן כאילו סאיז דא צוויי צדדים, אבער געדענקט אז סאיז פשוט נישט אמת, סאיז נישט פארהאן קיין שום אמת'ע צד פון לעגעטעמאזירן רשעות און שפך דם. אפגעזעהן וואס פאר א שפראך מען ניצט. נקודה.
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
לדעתי איז דאס די הסבר אויפן תופעה, די הגיון שבשגעון.
קאווע טרינקערוואס ערווארטסו פון גאט צו טוהן ווען א פיינע, ערליכע, איידעלע, וואוילע און גוטע בחור'ל פון 13 יאר, פון א געזונטע גוטע און ערליכע שטוב, קלאפט אן די טירן פון אלע ישיבה-קטנות אין עיר הגדול בארא פארק, און וויינט בתחנונים "איך וויל לערנען תורה פון א רבי", "איך האב ביז יעצט געלערנט פיין, און וויל ממשיך זיין על דרך התורה", "איך וויל נישט זיצען ליידיג א גאנצען טאג", איך וויל.... לערנען!" - און די ענטעפער איז "ניין", "נישט ביי מיר"! "מ'נעמט שוין נישט אריין", "גיי צו א צווייטען"?
אזוי גייט אדורך איין טאג, נאך א טאג, דריי טעג, א וואך, איין וואך, צוויי וואכן, "פינף וואכן"!!!! און דער בחור'ס אויגעלעך זענען שוין געשוואלן פון טרערן!! די מאמעס תהילים איז שוין אויפגעבלאזן און די טאטע וואלגערט זיך אין בעט און שרייט פון יסורים "ר-א-ט-ע-וו-ע-ט"!!!!!!
ס'איז א פחד צו טראכן ווי לאנג גאט וועט זיך איינהאלטן און געבן א שארפע בליק אויף אונזער שטאט!!!
ערשט יעצט האבן מיר געלערנט אין רש"י: על צעקת ריבה אחת, דאס געוויין פון איין ליידענדע מיידלע - זאגט דער "מדרש" - האט מכריע געווען דעם כף חוב וואס האט געברענגט די חורבן הגדול פון הפיכת סדום וכו'.
Why is this good boy not finding a yeshiva and other good bucherem are? Last I checked all yeshivas are full so they are taking in other good boys why not him? Something is missing from your story
Why isn't he continuing in the same mosad he learned until now?
Why does a yeshiva have more responsibility to take him in than you opening a yeshiva for him?
איך ווייס נישט צו דו האסט קינדער אדער נישט, אוןאין וועלעכע יארגאנג, אבער לידיעתך זענען ליידער פארהאנען אין אלע אידישע (לייען: היימישע) געגנטער פיל פיל אינגלעך בחורים און מיידלעך וואס געפונען זיך נאך יעצט אן קיין מוסד, סתם פאר רשעות, עס איז קיין שאלה פארוואס ער איז אינדרויסן און פארוואס מען וויל איהם נישט אננעמען, למשל זיין חדר האט נישט קיין ישיבה און זיין טאטע באלאנגט נישט פאר קיין פארטיי און ער האט נישט קיין קאנעקשנס צו די קנאקער'ס וכו' וכו', וירד
@big boy מן ההר אל העם אפשר דריי זיך מער צווישן דעם המון עם וועסטו הערן ליידער גענוג און נאך שוידערליכע מעשיות ווי מען שפילט מיט אידישע וואוילע נשמות ווי מיט א באלי מען ווארפט דא און דארט און אויב עפעס איז דאס די חורבן פונעם דור, און אויב האט ער א ישיבה און דו נישט, דארף ער אריינעמען און דו נישט.
עס איז א געלעגנהייט פאר עלטערן וואס גלייבן סייווי נישט אין ישיבה סיסטעם, צו שיקן זייער בחור אין קאלידזש, די שאלה איז צו ביי די פערצן קען מען שוין גיין אין קאלידזש, אבער עס איז אויך נישט אפגעפרעגט צו עפענען א אייגענער קאלידזש פאר די יוגנט, די "מסכנים" וועלן זיך גאנץ שנעל כאפן אז זיי טיען צעהן מאל מער אויף אין זייער לעבן ווי זייערע "גליקליכע" חברים וועלעכע זענען יא אנגענומען געווארן אין "א ישיבה" (א פלאץ פארן זיצער...). און אז זיי וועלן האבן א שיעור תורה ביינאכט און אמאל אויך פארטאגס וועלן זיי נישט זיין צוריק געבליבן אין לערנען פון רוב פון זייערע ישיבה חברים.
איי, אויב שוין עפענען עפעס אן אייגן מוסד זאל עס שויו זיין א ישיבה? געזונטערהייט! טאמער קען מען מאכן א אייגן ישיבה פאר די "ארויסגעפאלענע" זאל זיין מיט הצלחה, אבער איך בין נאר מציע פאר די וואס זעען סייווי נישט קיין תכלית אין אזא סיסטעם, און דער גאנצער ישיבה דארפן זיי פשוט אריין צו פאסן אין זייער חבורה, אז אויב איז סייווי נגזר געווארן אויף זיי צו זיין פון די שולי המחנה זאלן זיי כאטש פארדינען דעם אמת דורך דעם און געבן די געלעגנהייט פאר זייער זון צו שטייגן באמת.
עס זענען אבער ליידער נאך נישטא א גענוג גרויסע גרופע וועלעכע זענען גרייט ארויס צוטאנצן פון די ענני הכבוד מרצון עצמם אדער פשוט פארגרעסערן די ענני הכבוד איבער גרעסערע שטחים אין לעבן. מען איז ענדעשער בוחר צו זיין א האלב נעבעכדיגער ארויס געפאלענער, אין יעדנס דמיון געפונט זיך נאך דער עמוד אש בתוך המחנה, מען כאפט נישט אז מיט אביסעלע געוואגקייט קען מען בויען אייגענע פרישע ענני הכבוד מיט א שיינענדיגע עמוד אש וועלעכע קענען אין שאטן לייגן די אלטע עמוד הענן אויף וועלעכעס עס וואקסט שוין שימל, און די אלטע עמוד אש וואס צאנגט מיט א שוואכער ליכט.
איים סאו סארי, באט איך פארשטיי באמת נישט וואס מ'וויל פון די ישיבות לעבען'ס האבן. די ישיבות האבן זיך געגרינדעט מיט א ציל, טאקע אלע בערך די זעלבע, אבער דאך האט יעדער אביסל א אנדערע שניט. און פארדעם האבן זיי אויך די רעכט אויסצוקלויבן וועלכע בחורים מעגן יא אדער נישט אריין. און כ"ש אז זיי זענען נישט מחויב אויפצונעמען אזא סארט בחור וואס פקע שמיה אז די ישיבות ווילען עם נישט, מ'האט דאך אפגעזאגט אסאך בעסערע פון עם, און סתם אזוי מאכט דאס קאליע די אזויגערופענע ציל פון די ישיבה.
אבער אויב שולדיג, איז יא; ס'שוין דא איינמאל וועם צו באשולדיגן. אבער נישט די הייליגע ישיבות, נאר דעם אשרי ילדתו...! דאס זענען די עלטערן וואס זענען נעבעך איינגערעדט אז טאמער זיצט מען נישט אפ בין כותלי ישיבתינו הקדושה פאר 5-7 יאר איז נוח לו שלא נברא, ער'ט נאך חלילה גיין מדחי אל דחי ותוצאותיו וכו' וכו' מיט די גאנצע שאלעשידעס תוירע, און ווער רעדט נאך פון א שידוך באשעפער זאל אפהיטן.
משא"כ אויב וועט ער יא אפזיצען אין ישיבה וועט זיכער ערפילט ווערן אונזערע זיסע חלומות ווי ער וועט נאך אויסוואקסן דער גדול בישראל.
טייערע עלטערן, אנשטאט צו זיין אזוי געברעין וואשט, און זיך איינרעדן די שטותים, טוט צו די זאך. האק נישט אזויפיל אויף די ישיבות טירן און טעלעפאנען, טרעף עם אן ארבייט וואס איז געשמאק פאר עם, שיק עם צו קארסעס אדער אין קאלעדזש ער זאל זיך אויסלערנען א פאך און עפעס אויפטון מיט זיין לעבן. טרעף עם/דינג א געשמאקע חברותה פאר לכה"פ א שעה א טאג ער זאל אביסל לערנען מיט עם, און אנשטאט צו צאלן די געשוואלענע שכר לימוד/תפיסה (תפיסת המוחות) פרייזן וועט מען צאלן פאר עפעס זאכליך און וואס האט זיכער א גוטע תוצאה. און איך זאג ענק; ער וועט נאך זיין א בעסערע תלמיד חכם ווי די חתנים מיט די לאנגע פאות ביד די ווייסע זאקן אראפ, ער וועט זיין אסאך מער באזעסן און מעטשאר ווי די אזוי גערופענע אויסגעקליבענע ישיבה בחורים.
מ'דארף נאר געדענקן דעם פסוק:
חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה
מושב זקינים האט אריין געהאקט עמער יעצט זען
האמיר דא נאך איינעם וואס מישט צווישען עצות און לעזונגען, ביז לעגעטימאציע און בארעכטיגונג.
Enjoy the mess!
כאטש ענקערע נקודות האבן אין זיך אמת איז די מציאות אז אויב וועט ער אין קיין ישיבה נישט לערנען וועט ער עפ"י דרך הטבע זיך מוטשענען מיט שידוכים און נישט זין אנגענומען צווישן חברים סא עס איז נישט קיין עצה.
ליין איבער די ערשטע תגובה, מען רעדט דא פון א געהעריגע בחור, און אויב איז פקיע שמיה אז מען וויל איהם נישט זענען אויך זיי שולדיג אויף דעם זאלן זיי ווישן זייער אייגענע שמוץ. עס איז רשעות שאין כמוה צו לאזן א בחור אויפן גאס ווייל איך האב רעכט, איך בין נישט מחויב, איך מען האט אפגעזאגט בעסערע וכו' וכו',
איך געדענק ווען אין א שמועס מיט א באוואוסטער רב זאגט ער מיר בתוך הדברים ווען איך האב איהם געפרעגט אויף עפעס וואס ער האט געזאגט, איך בין נישט מחויב צו געדענקען...
בדידי הוי עובדא ווען מיינע קינדער זענען געבליבן אויפן גאס ווייל די מוסד ווי זיי האבן געלערנט האט זיך צוגעמאכט, די רשעות מיט וואס מוסדות האבן זיך באגאנגען צו מיר איז אין לשער ווען איך שרייב פון דעם עפנט זיך אויף נאכאמאל די ווייטאג, און מיינע קינדער זענען געווען די מצוינים פון זייער קלאס (נישט לפי דברי, נאר לדברי המחנכים משם ועתה) אבער זיי זענען געווען אינדרויסן פאר איבער צוויי חדשים פון דעם לערן יאר נאר צוליב די פוילע רשעות'דיגע תירוצים, און ביז צום סוף נאך גרויס פרעשור האט ענדליך א מוסד זיי אריינגענומען, אויב דו האסט יא געקענט און האסט נישט חרטה, פארוואס די רשעות קודם פון צוויי חדשים???
געוואלדיגכאטש ענקערע נקודות האבן אין זיך אמת איז די מציאות אז אויב וועט ער אין קיין ישיבה נישט לערנען וועט ער עפ"י דרך הטבע זיך מוטשענען מיט שידוכים און נישט זין אנגענומען צווישן חברים סא עס איז נישט קיין עצה.
ליין איבער די ערשטע תגובה, מען רעדט דא פון א געהעריגע בחור, און אויב איז פקיע שמיה אז מען וויל איהם נישט זענען אויך זיי שולדיג אויף דעם זאלן זיי ווישן זייער אייגענע שמוץ. עס איז רשעות שאין כמוה צו לאזן א בחור אויפן גאס ווייל איך האב רעכט, איך בין נישט מחויב, איך מען האט אפגעזאגט בעסערע וכו' וכו',
איך געדענק ווען אין א שמועס מיט א באוואוסטער רב זאגט ער מיר בתוך הדברים ווען איך האב איהם געפרעגט אויף עפעס וואס ער האט געזאגט, איך בין נישט מחויב צו געדענקען...
איך זע נישט פארוואס מ'דארף זיך מוטשענען מיט שידוכים, ער איז האט דאך ממילא נישט באלאנגט אין ישיבה איז מוז ער נישט טרעפן די זעלבע פרומע שידוך וואס די ישיבה בחורים טרעפן.
למעשה האב איך מיך טאקע בעיקר באצויגן צו א בחור וואס ס'דא א געוויסע סיבה פארוואס די ישיבות ווילן עם נישט האבן און נישט סתם ווייל זיי האבן נישט קיין פלאץ וכדו', אבער נישט אייביג מיינט דאס אז די עלטערן דארפן אפווישן זייער שמוץ, און נישט יעדער זאך וואס מ'האט אויסגעלערנט אז ס'הייסט שמוץ איז דאס טאקע שמוץ, נאכדערצו ווען די באשעפער האט עם אראפגעשיקט מיט די אזויגערופענע שמוץ. ישיבה איז נישט קיין מקוה וואס יעדער אידישע נשמה מוז אריין גיין. אויב מ'וויל דוקא קען מען זיך אן עצה געבן אן דעם און בלייבן אן ערליכער איד א ירא ושלם. ס'באוואוסט פון צדיקים די טייטשט אויף איזהו חכם המכיר את מקומו אז דאס גייט אויף רוחניות, נישט יעדער דרך עבודה איז געמאכט פאר יעדעם, יעדער דארף קוקען וואס איז גוט פאר עם און זיך נישט לאזן פון א מאסן איינרעדעניש נאר נוצען אמאל די אייגענע דעת.
וועגן א געהעריגע בחור, דאס איז טאקע א פראבלעם וואס ווערט ערגער און ערגער. אבער ווייטער, מ'קען נישט באשולדיגען איין ישיבה מער ווי די צווייטער. לדעתי -און אסאך האבן דאס שוין אנגעמערקט- ליגט דאס אחריות אויף די רבנים.
ריכטיג, מען קען נישט באשולדיגן איינעם מער ווי א צווייטן נאר אלע רבנים און תופסי ישיבות גלייך.
לכאורה וואלט דאס געווען די ריכטיגע וועג, מאכען א כמו מירער ישיבה, יעדער וואס האט נישט קיין ישיבה איז דארט "יעלקאם" נישט קיין חילוק זיין בעקראונד, וויל די טאטע קען ער צאלען פאר א עלטערע 'חזרה בחור' זאל צולערנען מיט זיין זון, עלטערע בן תורה'ס (ח''ו ניט די "לעקטשאר" מגידי שיעור) זאל דארט פאלערנען א שעה יעדן טאג. און לאזען גיין די רשעי הישובות צי די שווארצע פעפער.
נישט אימזיסט האט די הייליגע רב (מצאנז) ז''ל אראפגעריסען די אינגערישע ישובות און גערימט די שטיבלעך, ער האט געזען מיט זיין הייליגע אויגען וואס'פארא חורבן ס'וועט ארויסקומען דערפון.
איך האב נישט געוואוסט אז צאנזער רב האט געהאקט אויף ישיבות. קענסט ברענגען מקורות?
פארוואס נישט עפענען א קלויז מיט מינעמאלע תקנות (נישט רייכערן אדער פירן קיפקעס אין בהמ"ד)
קאווע מיט סעלטצער איבער טאג
אן עס זאל מיט א קאפעטעריע וואו מען קען קויפן מיטאג
אן עקסערסייז ראם
אפאר גיטע שואל ומשבי'ס אויף פארשידענע ענינים טייל אפיציעל און טייל סתם אידען ת"ח
אפאר משפיעם צו וועם א בחור קען דארך רעדען סיי וואס
זייטיגע צימערן אויף פארלערנען אויף פארשידענע לעוועלס
א קובץ צוויי מאל א יאר (פאר PR)
אן פרי-פעד איינטריט קארד פאר שכר לימוד א חודש אויף א מאל (וואו לאנג דו האלסט דיך צו דו תקנות ארבעט דיין קארד)
וואס פעלט??
דאס קען זיין א געשמאקער פלאץ פאר א גיטער בחור א גיטען קאפ און אויך פאר א בחור וועם די ישיבה וויל מער נישט האלטן ווייל מען האט אים געכאפט מיט א פליפ פאן
outspoken האס מיך אויסגעכאפט
[ציטאט אראפגענומען]
מען קען מדייק זיין דיינע ווערטער אין זיך שטעלן אויף זיי.
איך גיי דאס נישט טוהן יעצט. איך וועל זיך בעיקר באציען אויף די כוונה זייערע.
און ווי אנדערע, מאכסטו א שטיקל טעות.
די עוולה טוען די 'אנשי המוסדות-ישיבות' און נישט קיין אנדערע. זיי נעמען דעם בחור ביים קארג און זענען אים מרחק, שליסען זיי אויס. זיי זענען די וואס טוען די רשעות.
נאר אויף דעם פראבלעם פארשטייסטו אז סאיז דא א עצה, און די רבנים זענען אולי די וואס דארפן מטכס עצה זיין. און קענען אויספירן די לעזונג.
אבער וויבאלד סאיז דא א וועג ארויס, גיבט דאס נאך נישט קיין לעגעטימאציע פאר די עושי העוולה.
איך גיי נישט הויך אויסרעכענען די חשבונות פארוואס די ארגינאלע עושי העוולה זענען בהכרח די 'אנשי המוסדות-ישיבות', און די אומ-ריכטיגע צוגאנג זייער צו די גאנצע נושא פון א בחור און א ישיבה, און יהדות און איר הרבצה דאס קען יעדער מאכן פאר זיך. איך זאג נאר איין זאך, ריינוואשען עוולות מכח ווייל עס איז דא אן עצה צו פארמיידען די עוולה, איז א עוולה זעלבסט.
קענסט זאגען אז בתוצאה פון די עוולה פון די 'אנשי המוסדות-ישיבות' ווערט נולד אז די עושי הקולי קוראס טוען אויך עוולות, אולי שצידקת, אבל לא התייחסתי לזה.
דער רעיון פון נישט האבן ישיבות איז לכאורה פארשטענדליך. ווי מער עס איז פארהאן איין פארקערפערטער כח אלס מער וועט עס שפעטער זיין לצנינים בעינינו. ווי ווייניגער מען דארף זיין אפהענגיג אלס געזונטער איז, דאס איז א פאקט וואס עס איז שוין איבערגעוויזן געווארן גענוג קלאר לאורך ההיסטאריע.
דער באריממטער שרייבער בן העכט אין זיין בוך וועגן קאסטנער שרייבט "ווי מער מען מיינט די טובה פונעם פאלק, אלס גרעסערע צרות איז פארן יחיד".
וואו אימער מען האט מצליח געווען צו שאפן א רעגירונג מיט אינדיווידועלע פרייהייט האט עס געשאפן מער צופרידנהייט ביי די בירגער.
ישיבות בפרט און אונזער גאנצער סיסטעם בכלל איז שריים פונעם אמאליגער פארדארבענער הערערכיע פון מעמדות.
רבותי, איר ווילט ווייטער ליידן דאן טוט גארנישט, האפט בלויז אז איר וועט צום סוף קענען זיין פון די "אנגענומענע" און קענען רחמנות האבן אויף די גאסן קינדער, זייט ווייטער עגאאיסטיש, האטס אייך אליין'ס אינזין און שרייטס ווייטער ווי גמלים.
.שו''ת דברי חיים יור''ד סימן מז, פון זיין גרויסע שווער די ברוך טעם ז''ל
📎 Untitled.jpg
moshav zekeinimדער רעיון פון נישט האבן ישיבות איז לכאורה פארשטענדליך. ווי מער עס איז פארהאן איין פארקערפערטער כח אלס מער וועט עס שפעטער זיין לצנינים בעינינו. ווי ווייניגער מען דארף זיין אפהענגיג אלס געזונטער איז, דאס איז א פאקט וואס עס איז שוין איבערגעוויזן געווארן גענוג קלאר לאורך ההיסטאריע.
דער באריממטער שרייבער בן העכט אין זיין בוך וועגן קאסטנער שרייבט "ווי מער מען מיינט די טובה פונעם פאלק, אלס גרעסערע צרות איז פארן יחיד".
וואו אימער מען האט מצליח געווען צו שאפן א רעגירונג מיט אינדיווידועלע פרייהייט האט עס געשאפן מער צופרידנהייט ביי די בירגער.
ישיבות בפרט און אונזער גאנצער סיסטעם בכלל איז שריים פונעם אמאליגער פארדארבענער הערערכיע פון מעמדות.
רבותי, איר ווילט ווייטער ליידן דאן טוט גארנישט, האפט בלויז אז איר וועט צום סוף קענען זיין פון די "אנגענומענע" און קענען רחמנות האבן אויף די גאסן קינדער, זייט ווייטער עגאאיסטיש, האטס אייך אליין'ס אינזין און שרייטס ווייטער ווי גמלים.
די האלסט טאקע אז די גאנצע אידעלאגיע קומט יעצט דא אריין.
איך זאג נישט אז כבין מחולק.
אבער וואס האט דאס אהער.
ומה עוד, אז סאיז דיר נישט מציל פון די טענה אז א וועג ארויס גיבט נישט קיין רעכט פאר די עוולה.
@הקטן איך פראביר צו פארשטיין דיין נייע מהלך (אחוץ אויב די בוזט סארקאסטיש). אט איז א רשימה פון וואס מ'האט שוין:
מינימאלע תקנות
קאווע
סעלטצער
קאפעטעריע
עקסערסייז רום
שואל ומשיב'ס אויף "פארשידענע ענינים"
משפיעים זיך דארך צו רעדן סיי וואס
שיעורים צימערן
מיין שאלה איז נאר אויף די לעצטע זאך - די קובץ פאר PR - וואס גייט שטיין דארט...?
דאכט זיך אז אן קיין עול קען מען נישט האבן דעם ריכטיגן סיפוק. ס'מוז זיין עפעס א סדר און א צוזאמארבייט, הה"ד טוב לגבר כי ישא עול בנעוריו.
אפשר אויב דו וועסט חאטש צולייגן בחינות וועט עס שוין האבן עפעס א פשט
הקטןoutspoken האס מיך אויסגעכאפט
אבער ס'גיט אז א גוטע שרייבער צולייגט דאס אויף קליין געלט...
בן אדם@הקטן איך פראביר צו פארשטיין דיין נייע מהלך (אחוץ אויב די בוזט סארקאסטיש). אט איז א רשימה פון וואס מ'האט שוין:
מינימאלע תקנות
קאווע
סעלטצער
קאפעטעריע
עקסערסייז רום
שואל ומשיב'ס אויף "פארשידענע ענינים"
משפיעים זיך דארך צו רעדן סיי וואס
שיעורים צימערן
מיין שאלה איז נאר אויף די לעצטע זאך - די קובץ פאר PR - וואס גייט שטיין דארט...?
דאכט זיך אז אן קיין עול קען מען נישט האבן דעם ריכטיגן סיפוק. ס'מוז זיין עפעס א סדר און א צוזאמארבייט, הה"ד טוב לגבר כי ישא עול בנעוריו.
אפשר אויב דו וועסט חאטש צולייגן בחינות וועט עס שוין האבן עפעס א פשט
אין חדש תחת השמש די אלע וואס די ליבלינער האט פארטריבען פון ישיבה האט הרה''ק מבאבוב ז''ל געראטעוועט מיט די (א''ג אן קיין עול) שטיבלעך.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב דאס פארשטאנען מתחלה.
פארוואס זענען די רבנים שולדיג דא?
איך זאג נישט אז זיי זענען נישט אויך שולדיג, אבער ווער נעמט דעם בחור און ווארפט אים אויף די גאס, דער ראש ישיבה און נישט דער רב.
דער ראש ישיבה לייגט דעם בחור אין די אדמה ללא עוול בכף בחור.
דער רב קען ארויס העלפן, אבל העוולה ביד המנהל.
און דאס וואס די ביסט מצדיק דעם ראש ישיבה ווייל ער איז נישט משועבד וכו', כל זה אכניס בדברי שכתבתי, אז די ראשי ישיבה האבן א גישה מקולקלת בנוגע בחורים וישיבות וליהדות ולהרבצתה. חשבון עס אליינס אויס.
און סתם אזוי פארשטיי איך נישט.
אפשר איז נישט די תפקיד פון יעדן ראש ישיבה צו האבן א ישיבה?
וואוינסט אפשר אין בארא פארק??? אה, אין ארץ ישראל? ווי שטייסטו איין? איין מינוט מיין צעטיל. קענסט אופשרייבן דיין אדרעסס און טעלעפאון נומבער?
אנאנים האסט אריין געהאקט
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
שש, נניח מען קען לעגיטימעזירען די ר"י פארן לאזן בחורים זיך וואלגערען אויף די גאסען, מרעד מיר דאך קאלטע לאגיק, אבער פארוואס בלעימען די רבנים? זיי מאכן דאך נישט די קול קורא׳ס, זיי חתמ׳ן סה"כ וואס די עסקנים ברענגען פאר זיי, נישט אזוי?
דער רב האט ארויפגעמאכט א ביהמ"ד ער שרייב אונטער קו"ק הנוגע פאר זיין קהילה וואס איז ער מחויב פאר די שטאט?
@קאווע טרינקער, אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אז גארנישט שלעכט וועט געשעהן צו ב"פ, וועסטו מודה זיין אז די ישיבות האבן רעכט צו זייער התנהגות? איך מיין צו פרעגן מה ענין שמיטה וכו'? אויב איז עס שלעכט איז עס שלעכט מצד עצמו, עס פעלט נישט אויס צוצולייגן די סגולות'דיגע פחדים. דאס פאסט פאר ראבינאוויטש און מוסדות רמ"א. כנלענ"ד.
.
געוואלדיגדער רב האט ארויפגעמאכט א ביהמ"ד ער שרייב אונטער קו"ק הנוגע פאר זיין קהילה וואס איז ער מחויב פאר די שטאט?
דעמאלטס זאל ער שרייבן נאר קול קורא'ס אויף די עוולות אין זיין אייגענע קהילה און נישט פון די גאנצע שטאט.
הוגה@קאווע טרינקער, אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אז גארנישט שלעכט וועט געשעהן צו ב"פ, וועסטו מודה זיין אז די ישיבות האבן רעכט צו זייער התנהגות?
.
ניין. כ'וועל זאגן אז גאט איז מאאאאאאריך אף.
אקעי סאו פליז טויש די קעפל גזר דין שוועבט אויף "וויליאמסבורג", רח"ל אדער גזר דין שוועבט אויף "מאנסי", רח"ל
איך וואוין אין בארא פארק און איך זיך מיר נישט קיין צרות און דאס איז כולי עלמא מודי אז וויליאמסבורג און מאנסי האבן אים אויך נישט געוואלט אריין נעמען.
בן אדם@הקטן איך פראביר צו פארשטיין דיין נייע מהלך (אחוץ אויב די בוזט סארקאסטיש). אט איז א רשימה פון וואס מ'האט שוין:
מיין שאלה איז נאר אויף די לעצטע זאך - די קובץ פאר PR - וואס גייט שטיין דארט...?
דאכט זיך אז אן קיין עול קען מען נישט האבן דעם ריכטיגן סיפוק. ס'מוז זיין עפעס א סדר און א צוזאמארבייט, הה"ד טוב לגבר כי ישא עול בנעוריו.
אפשר אויב דו וועסט חאטש צולייגן בחינות וועט עס שוין האבן עפעס א פשט
איך בין בכלל נישט סארקאשטיש!
וועגן דער קובץ - איך גלייב דאס קען ווערן א פלאץ פאר בחרים בעלי כשרון וואס זענען נישט איטערעסירט זיך אריין צילייגן אין א mold פין א ישיבה מסגרת.
נאר וואס? פין אנפאנג קען דאס זיין א שטיקעל בושה פאר א בחור אהין ציגיין, וואו אויך דער זארג וועגן שעעעדיכעעםםם, פארדעם פעלט אויס א שטיקעל PR קאמפען.
אן קיין עול קען מען טאקע נישט האבן דער ריכטיגער סיפוק און א בחור וואס לערענט דארט איז טאקע געווענדליך נאר איינער וואס האט זיך
אליין גענימען דער עול, ווייל ווען נישט גייט ער ניטש אריין אין בהמ"ד (דאס איז איינע פין די סיבות צו האבן דארט דעם עקסערסייז ראם)
הה"ד טוב לגבר
כי ישא עול בנעוריו - ער זאל זיך
אליין נעמען
ווען דער מגי"ש לייגט דעם עול איז דער בחור בועט און דעם - אויב נישט במעשה איז דאס במחשבה, און דאס ברענגט א שנאה צום לערנען.
די קאלעדשעס זענען פיל מיט בחרים וואס האבן בוחר געווען צו נעמען אויף זיך אן עול
אויב דער בחור האלט אז לימוד התורה איז הצלחה אין לעבן, האסטו מיט וועם צו גיין צום טיש, ווען נישט גייט סיי וואו קיין ישיבה דאס נישט טוישען
בנגע בחינות - דאס איז נישט אויסגעשלאסען, אבער דער בחור דארף דאס בוחר זיין - מיר קענען סך הכול געבען אן אינסענטיוו (למשל א טאוועל פין וויפיל בלעטער דער בחור האט זיך שוין אלס פארהערט)
[ציטאט אראפגענומען]
די גאנצע מושג פון ווייזען 'די פינגער אוף שעים' אויף די רבנים, ( הגם זיי האבן עס שוין סייווי ) איז א גוטע טאקטיק אז עס זאל אויס קומען אז מען בלעימט נישט קיינעם. וועלכע רב באשולדיגסטו? גיי נעם ארויס א ביזנעס דיירעקטארי און זיך אויף א רב. און יעדער וועט טענהן לטובתו אז סהאט נישט מיט אים. אבער מיין לאגיק זאגט, אז מען קען נישט באשולדיגן א זייטיגען מענטש, ענדערש באשולדיג דער וואס באגייט די עוולה, און די בלוט טראפט פון צווישען זיינע פינגער.
די רעכענונגען פון די אנשי המוסדות-ישיבות לטובת זייער ביזנעס, כל זה אכניס כשאני אומר שיש להם גישה מקולקלת בענין חינוך בני ישראל.
און אויב טוען זיי רשעות מכח דעם גישה מקולקלת, זענען זיי די עושי עוולה, ומעשיהם נבזה.
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
דו מיינסט ווען דו וועסט ענדיגען די הלכה למעשה ?
ירא שמיםהלכות קען איך נישט און איך ווייס נישט ווי ווייט סאיז סיפק בידם.... ער קומט נאר מאכן פאר זיך א ישיבה וואס זאל האבן א גוטע נאמען און סזאל זיך אים לוינען, פארוואס זאל ער אריינעמען ווען סלוינט זיך אים נישט?!
מען געט צדקה ווייל עס לוינט זיך? פארוואס זאל זיך לוינען פאר איינעם אוועק צי געבען א דאלער? לוינט זיך אוועק צי געבען א שטיקל פיש אין פלייש ביי א שבת סעודה פאר א גאסט?
א יעדער פארשטייט אז מ'געט נישט אוועק די גאנצע פארמעגען פאר צדקה, אין על פי הלכה טאר מען טאקע נישט, אין מען פארלאנגט נישט צי באגראבן עקזיסטינג ישיבות. אבער וואס איז פשט פין די פארשלאסאנע טירן מיט זיבען שלעסער!
דער גרויסער מרביץ תורה מעג אריינעמען אין קאפ וואס א יעדער בר בי רב ווייסט אז על שלשה דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל
גמילות חסדים. אין דא איז מען מפלפל צי עס לוינט זיך...
ווען דער ראש הישבה מאכט א דינער פארשטייט ער אז דער עמך יוד זאל געבן צדקה אפי' עס לוינט זיך נישט
נאכאמאל די אויסגעדראשענע טאפיק פון ישיבות. נאר איין ווארט. פאר די נעמסט דיך שעלטן ישיבות נעם דיך ענדערש שעלטן אונזער צוגאנג צו ישיבות. סאיז שוין היינט נישט קיין סוד אז די אלע קליינע ישיבות וואס האבן געמאכט א פאליסי אז מען גייט העלפן כלל ישראל מען גייט אריינעמן אפילו שוואכערע בחורים האבן מאוס אפגעשניטן. קיינער וויל נישט אהין שיקן זיינע קינדער. קיינער שטיצט זיי נישט מאראליש. זיי פלאגן זיך מיט געלט. קיינער נעמט זיך נישט אן פאר זיי. קוק אן וויאזוי זיי קוקן היינט אויס. אפילו רבי יואל ראטה'ס ישיבה וואס ער האלט אן מיט מסירות נפש ממש וואספארא שווארץ נאמן ער האט אויפן גאס. מן דכר שמיה זאלסט קאלן איינעם אנטראגן א שידוך און זאגן אז דער בחור לערנט ביי יואל ראטה ער האקט מיט דיר אפ לעולם ועד. דאס איז אונזער מצב ליידער. די גרויסע ישיבות האלטן זיך נישט ביים פלאגן מיט א בחור וואס ברענגט אריין איבלען פון די גאס און פארוואס זאל זיך א מנהל אדער מגי"ש יא פלאגן וואס באקומט ער פארדעם. א חוץ טויטע קללות פון די טאטעס פון די גוטע בחורים. די רבנים זענען די לעצטע וועמן די זאלסט בלעימן. בכלל ווייז מיר וועלעכע רבי'לע אדער רב ספירט היינט בכלל א ישיבה. קיינער האלט זיך נישט ביים אריינלייגן אין אזא פלאנטער. פרעגט אייך נאך אביסל ווי די שוואכע בחורים מאכן דיר דעם טויט מיט די סמארט פאונס, מיט די אלע באמישקייטן, פארוואס. פארוואס. און פארוואס זאל איינער זיין אינטערסירט צו דילען מיט די גארבעדש אז ווען ער רעגט זיך אויף זאל ער קאלן נ.ר. אז מען האט אים געטשעפעט סאיז פגיעתן רעה מיט אלע מפרשים. דער חכם איז טאקע 15 אבער ער ווייסט שוין אלעס. און צום סוף וועט מען מען דיך נאך בלעימן אז דער בחור איז א באם, אמער ער האט דאך געלערנט אין דיין ישיבה. לאז דיך אפ פון די אלע שטותים דינג דיר אליינס עטליכע אמתדיגע ערליכע יונגעלייט וואס זאלן לערנען מיט אים סוועט דיך קאסטן פונקט אזוי סאך ווי מען בעט היינט אין די קליינע ישיבות. אדער שיק אים אין קאלעדש. גוד לאק ער זאל דארט האלטן ביים לערנען. אדער שיק אים ארבעטן און די ברעך קאפ ער זאל האבן א שעור בלויז איין שעה א טאג כאלו דאס איז בכלל מעגליך היינט צוזאמן מיט א סמארט פאון. דער אויבערשטער וועט אונז נאך העלפן כלל ישראל פארמערט זיך אויף מיליאן ב"ה און לדעתי וועט נאך ווערן א מעכטיגע ארגאניזירטע סיסטעם ביי אונזער מוסדות ווי די מנהלים וועלן מוזן ארבעטן צוזאמן מיט די שטאטישע חברה אבער דערווייל זעמער סטאק. קיינער האלט נישט ביים ארויסגיין פון באקס אפילו א טראפ, אינקלאדעד איך און די. איך רעד נישט פון דיין ק"ש ניק. איך רעד פון ריאליטי.
הקטןבן אדם@הקטן איך פראביר צו פארשטיין דיין נייע מהלך (אחוץ אויב די בוזט סארקאסטיש). אט איז א רשימה פון וואס מ'האט שוין:
מיין שאלה איז נאר אויף די לעצטע זאך - די קובץ פאר PR - וואס גייט שטיין דארט...?
דאכט זיך אז אן קיין עול קען מען נישט האבן דעם ריכטיגן סיפוק. ס'מוז זיין עפעס א סדר און א צוזאמארבייט, הה"ד טוב לגבר כי ישא עול בנעוריו.
אפשר אויב דו וועסט חאטש צולייגן בחינות וועט עס שוין האבן עפעס א פשט
איך בין בכלל נישט סארקאשטיש!
וועגן דער קובץ - איך גלייב דאס קען ווערן א פלאץ פאר בחרים בעלי כשרון וואס זענען נישט איטערעסירט זיך אריין צילייגן אין א mold פין א ישיבה מסגרת.
נאר וואס? פין אנפאנג קען דאס זיין א שטיקעל בושה פאר א בחור אהין ציגיין, וואו אויך דער זארג וועגן שעעעדיכעעםםם, פארדעם פעלט אויס א שטיקעל PR קאמפען.
אן קיין עול קען מען טאקע נישט האבן דער ריכטיגער סיפוק און א בחור וואס לערענט דארט איז טאקע געווענדליך נאר איינער וואס האט זיך
אליין גענימען דער עול, ווייל ווען נישט גייט ער ניטש אריין אין בהמ"ד (דאס איז איינע פין די סיבות צו האבן דארט דעם עקסערסייז ראם)
הה"ד טוב לגבר
כי ישא עול בנעוריו - ער זאל זיך
אליין נעמען
ווען דער מגי"ש לייגט דעם עול איז דער בחור בועט און דעם - אויב נישט במעשה איז דאס במחשבה, און דאס ברענגט א שנאה צום לערנען.
די קאלעדשעס זענען פיל מיט בחרים וואס האבן בוחר געווען צו נעמען אויף זיך אן עול
אויב דער בחור האלט אז לימוד התורה איז הצלחה אין לעבן, האסטו מיט וועם צו גיין צום טיש, ווען נישט גייט סיי וואו קיין ישיבה דאס נישט טוישען
בנגע בחינות - דאס איז נישט אויסגעשלאסען, אבער דער בחור דארף דאס בוחר זיין - מיר קענען סך הכול געבען אן אינסענטיוו (למשל א טאוועל פין וויפיל בלעטער דער בחור האט זיך שוין אלס פארהערט)
אליין נושא בעול זיין איז נישט שייך ביי יעדעם, און מסתם רוב יונגווארג קענען דאס נישט באווייזן. זיי מוזן האבן עפעס צו וואס זיי זאלן זיין צוגעבינדן, אין קאלעדזש איז אויך אלעס מיט א סיסטעם און קיינער פירט גארנישט אליינס, און אויב יא איז פעלט עם פשוט עדוקעישן.
די ערשטע זאך וואס מ'דארף זען איז אז ס'זאל בכל אופן ששייך זיין אנגענומען אין גאס אזא סארט ישיבה און אויך אז די גבירים זאלן האבן א געפיל פארדעם.