☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9811
בלאט: 1 2

הקטן » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 9:28 pm

· #309005
@בן אדם איינע פין די סיבות אז דער אינגווארק איז נישט נושא בעול איז ווייל מיר טיען דאס שוין פאר זיי.
דער קאלידיש בוי קען זיך קלויבן וואס ער וויל לערנען - ער קאן אויך פאברענגען די צייט אויב ער וויל, און ער וועט זיין דער וואס וועט צאלן די פרייז
איך האב געשריבן וועגן משפיעים איך האב אינזין געהאט א שטייגער וואו א guidance counselor וואס קען העלפן א בחור דיסיידען וואס צו לערנען, שאפן חבריתות מציע זיין א שיער

מיין חלום איז, דער גאנצער פאריעקט וועט זיין אינטער איינס אדער צוויי גבירים - מיט א וועד פין ערליכע פארשטענליכע בעלי בתים בני תורה.

בן אדם » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 9:38 pm

· #309006
דער קאלידזש בוי קען זיך טאקע קלויבן, אבער איינמאל ער האט שוין געקליבן, זיצט ער מיט א גאנצע קלאס און מ'ארבייט צוזאמען, און מ'דארף אלעס מיטהאלטן און צומאל אפילו באקומען קנסות.

א בחור איז נאך א טין עדז'שער און ער איז נאך נענטער צו זיינע בעיבי יארן וואס דאן האט מען עם געטון זאכן אן פרעגן און אן מסביר זיין. וואס עלטער מ'ווערט ווערט מען ווייניגער בעיבי אבער נישט אויף איינמאל נאר ציביסלעך.

בן אדם » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:05 pm

· #309010
איך פיל פאר וויכטיג מוסיף צו זיין, אז קעיר נעמען פון א בחור אזוי ווי ער האט נאך אביסל בעיבישקייט און עם, האט בעיקר צו טון מיט די חינוך אלס אינגעל. וואס מער מ'בויעט עם אויף אלס אינגעל וועט ער זיין ווייניגער קינד און אסאך מער מעטשאר.

הקטן » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:14 pm

· #309011
און וואו פריער דו וועסט אים געטרויען שנעלער וועט מען אים קענען געטרויען
אויף ענגליש הייסט דאס א self fulfilling prophecy

איז ווען דו זאגסט דער בחור איז נאך א בעבי און קען נישט אליין - ביסטו ליידער גערעכט!

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:39 am

· #309043
בקיצור, ס'איז אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי. איך בין נישט מקנא די בחורים און נישט די ראשי ישיבות. יעדער האט זיך זיינע שוועריגקייטן.

דערווייל, פסק'ן איך, אז דער גזר דין וואס שוועבט אויף ב.פ. זאל בלייבן אויף HOLD.

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:53 am

· #309084
בן אדם
געוואלדיג
דער רב האט ארויפגעמאכט א ביהמ"ד ער שרייב אונטער קו"ק הנוגע פאר זיין קהילה וואס איז ער מחויב פאר די שטאט?

דעמאלטס זאל ער שרייבן נאר קול קורא'ס אויף די עוולות אין זיין אייגענע קהילה און נישט פון די גאנצע שטאט.


די וואס פארענטפערן די ראשי ישיבות אז זיי זענען נישט מחויב פאר די וועלט, זאלן אויך אויף די רבנים נישט האבן קיין טענות זיי זענען אויך נישט מחויב, קיינער האט זיי נישט אויפגענומען, זיי האבן מיט קייינעם נישט געסיינט קיין קאנטראקט, און זענען נישט מחויב קיין דו"ד פאר קיין בשר ודם, אבער אונזער תורה לערנט אונז אז יעדער וואס איז סיפק בידו צו העלפן א צווייטן איז מחויב דאס צו טוהן אלס לא תעמוד על דם ריעך, דאס נעמט אריין סיי דעם ראש ישיבה סיי דעם רב סיי דעם עסקן און אויך מיר מיט דיר אויב קענען אונז עפעס אויפטוהן און אנשטאט דעם שרייבט מען דא איז מען עובר אויף דעם, און אויב קען מען נאר אויפטוהן דורך שרייבן דא איז מען מחויב דאס צו טוהן.

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:56 am

· #309085
איך זעה אז מען האט פארפארן פונעםן נושא, דא רעדט מען אויסדריקלעך נישט פון
shem-tov
די גרויסע ישיבות האלטן זיך נישט ביים פלאגן מיט א בחור וואס ברענגט אריין איבלען פון די גאס און פארוואס זאל זיך א מנהל אדער מגי"ש יא פלאגן וואס באקומט ער פארדעם. א חוץ טויטע קללות פון די טאטעס פון די גוטע בחורים. די רבנים זענען די לעצטע וועמן די זאלסט בלעימן. בכלל ווייז מיר וועלעכע רבי'לע אדער רב ספירט היינט בכלל א ישיבה. קיינער האלט זיך נישט ביים אריינלייגן אין אזא פלאנטער. פרעגט אייך נאך אביסל ווי די שוואכע בחורים מאכן דיר דעם טויט מיט די סמארט פאונס, מיט די אלע באמישקייטן, פארוואס. פארוואס. און פארוואס זאל איינער זיין אינטערסירט צו דילען מיט די גארבעדש אז ווען ער רעגט זיך אויף זאל ער קאלן נ.ר. אז מען האט אים געטשעפעט סאיז פגיעתן רעה מיט אלע מפרשים. דער חכם איז טאקע 15 אבער ער ווייסט שוין אלעס. און צום סוף וועט מען מען דיך נאך בלעימן אז דער בחור איז א באם, אמער ער האט דאך געלערנט אין דיין ישיבה.


מען רעדט דא נישט פון דעם סארי האסט א ראונג נאמבער דא רעדט מען פון

קאווע טרינקער
א פיינע, ערליכע, איידעלע, וואוילע און גוטע בחור'ל פון 13 יאר, פון א געזונטע גוטע און ערליכע שטוב,


ועל זה ידוו כל הדווים אז אזא בחור ווערט ארום געווארפן ווי א הונט.

בן אדם » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:19 pm

· #309094
געוואלדיג
בן אדם
געוואלדיג
דער רב האט ארויפגעמאכט א ביהמ"ד ער שרייב אונטער קו"ק הנוגע פאר זיין קהילה וואס איז ער מחויב פאר די שטאט?

דעמאלטס זאל ער שרייבן נאר קול קורא'ס אויף די עוולות אין זיין אייגענע קהילה און נישט פון די גאנצע שטאט.


די וואס פארענטפערן די ראשי ישיבות אז זיי זענען נישט מחויב פאר די וועלט, זאלן אויך אויף די רבנים נישט האבן קיין טענות זיי זענען אויך נישט מחויב, קיינער האט זיי נישט אויפגענומען, זיי האבן מיט קייינעם נישט געסיינט קיין קאנטראקט, און זענען נישט מחויב קיין דו"ד פאר קיין בשר ודם, אבער אונזער תורה לערנט אונז אז יעדער וואס איז סיפק בידו צו העלפן א צווייטן איז מחויב דאס צו טוהן אלס לא תעמוד על דם ריעך, דאס נעמט אריין סיי דעם ראש ישיבה סיי דעם רב סיי דעם עסקן און אויך מיר מיט דיר אויב קענען אונז עפעס אויפטוהן און אנשטאט דעם שרייבט מען דא איז מען עובר אויף דעם, און אויב קען מען נאר אויפטוהן דורך שרייבן דא איז מען מחויב דאס צו טוהן.

סאו ווילסט ארויסברענגען אז יעדער איז שולדיג, אדער קיינער איז נישט עכט שולדיג ?

במחכ"ת ביידע וועגן זענען נישט גערעכט.

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:32 pm

· #309098
איך האב זייער קלאר געשריבן, יעדער וואס איז סיפק בידו לעשות און ער טוהט נישט, הקולר תלוי בצאוורו.

יעקב מענטש » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:52 pm

· #309140
אחד העם
[ציטאט אראפגענומען]


מען קען מדייק זיין דיינע ווערטער אין זיך שטעלן אויף זיי.
איך גיי דאס נישט טוהן יעצט. איך וועל זיך בעיקר באציען אויף די כוונה זייערע.
און ווי אנדערע, מאכסטו א שטיקל טעות.
די עוולה טוען די 'אנשי המוסדות-ישיבות' און נישט קיין אנדערע. זיי נעמען דעם בחור ביים קארג און זענען אים מרחק, שליסען זיי אויס. זיי זענען די וואס טוען די רשעות.
נאר אויף דעם פראבלעם פארשטייסטו אז סאיז דא א עצה, און די רבנים זענען אולי די וואס דארפן מטכס עצה זיין. און קענען אויספירן די לעזונג.
אבער וויבאלד סאיז דא א וועג ארויס, גיבט דאס נאך נישט קיין לעגעטימאציע פאר די עושי העוולה.
איך גיי נישט הויך אויסרעכענען די חשבונות פארוואס די ארגינאלע עושי העוולה זענען בהכרח די 'אנשי המוסדות-ישיבות', און די אומ-ריכטיגע צוגאנג זייער צו די גאנצע נושא פון א בחור און א ישיבה, און יהדות און איר הרבצה דאס קען יעדער מאכן פאר זיך. איך זאג נאר איין זאך, ריינוואשען עוולות מכח ווייל עס איז דא אן עצה צו פארמיידען די עוולה, איז א עוולה זעלבסט.
קענסט זאגען אז בתוצאה פון די עוולה פון די 'אנשי המוסדות-ישיבות' ווערט נולד אז די עושי הקולי קוראס טוען אויך עוולות, אולי שצידקת, אבל לא התייחסתי לזה.




אז מ'דינגט נאר איין דזשעניטאר צו רייניגען א גרויסע לאנטש רום, קענסט אים בלעימען אז ס'איז שמוציג ?


איך האלט גראדע נישט אז די פיילן דארפן זיין געציהלט צו די רבנים, איך האלט אז דא דארף זיין א וועד הישיבות וואס טוט רעפרעזענטירן אלע ישיבות, און מ'טיילט זיך מיט די פתולת און די עידית, און 'נאר אזוי' קען מען דאס מתקן זיין,

און זיי זאלן אויך פאנד רעיזען פאר די ישיבות אזוי ארום שאפן א 'שטיקל' אינסענטיוו פאר די ישיבות -וואס עפ"י רוב מוטשען זיך פינאנציעל - אנטייל צונעמן. אבער נישט דאס איז דער שליסל צו סוקסעס, דער עיקר איז אז ס'זאל זיין א גרעסערע פראצענט ישיבות אנגעשלאסן דערין ווי נישט.

אין ווילי ביי ביידע סאטמערע פראקציעס איז די זאך זייער שיין מסודר,

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:28 pm

· #309155
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
מ'האלט זיך מרביצי תורה, מחנכים, פארשטייער'ס, תלמידי חכמים וכו' וכו', אבער קיין עצה ווי זיך צו ספראווען מיט א בחור האט מען נישט?! און דער בחור איז גאר שולדיגט!
האסט פראבירט צו טרעפען א וועג צו די בחור'ס הארץ? האסט פארשטאנען זיין אנגסט? האסט צוגעשטעלט א לערן סיסטעם גע'אייגענט פאר איהם?
און מאך נישט קיין טעות. ווען דער סיסטעם וואלט געווען געצילט אז דער בחור'ס כשרונות זאלען זיך אויסדרוקען און אנטוויקעלען, ווען מ.שטעלט צו פאר'ן מצויין וואס ער דארף צו ווערען א גדול בתורה, קענסטו מיר זאגען אז נאר דאס קענסטו. אבער היינט וואס דער מצויין איז דערדרוקט צו שטימען מיט א סיסטעם, און דער ביסל שוואכער בחור איז אינגאנצען אויסגעשפיגען, בלייבט מען מיט א סיסטעם וואס שטימט פאר א וואוילע אינגעלע, וואס איז נישט צו קלוג און האט נישט קיין אייגענע דעת, און דערמיט ביסטו א גאנצע קאפעלוטש מאכער?!
ר' ישראל סאלאנטער שרייבט אויפ'ן משנה 'כל העוסקים עם הציבור אל יהיו עוסקים אלא לשם שמים', וואס דארט זעט מען א לשם שמים איז נישט נאר א מעלה אזוי ווי ביי אנדערע מצוות, נאר לעיכובא. טאמער ס'איז נישט לש''ש, זאל מען עס נישט טוהן. זאגט ער אז דער מכוון איז נישט אויף די כוונה פונ'ם עוסק, נאר אויף זיין מהלך העסק. ער מוז עוסק זיין אין אן אופן וואס אלע מעשים זענען געווידמעט לש''ש.
יעצט, האט א ראש ישיבה דען 'רעכטען'? קען ער דען זאגען 'ס'איז מיין ישיבה און אזוי ווי איך'? טאמער זיין מעשים מאכען קיילע פאר'ן ציבור, איז ער נישט בארעכטיגט, און די שולד בלייבט אויף איהם.
און אז מ'וויל באשולדיגען די 'רבנים', ביטע באהאלט נישט קיין נעמען. יעדער וואס קומט מאנען צניעות מיט אינטרנט מיט געלט פאר הערשעלע, זאל מען שטעלען אויפ'ן שולד באנק. צו הייסט ער אייזנברגר צו פארטוגאל, הגר צו האראוויץ. באהאלט זיי נישט אונטער א טאץ פערפעל צו קאטשיניו, א דריי מיט'ן גראבע פינגער ביי א קרעפל פשעטל צו פייערדיגע בכיות וועגען חטא הידוע, אדער חתימות און ברכות אויף וויכטיגע זאכען ווי יוכ''פ קטן פאר'ן זוממער אדער נישט גשוירענע קעפ אין ווייבער שול. די שולד איז אדער זייערע אדער ראש ישיבות מיט נעמען, אדער ביידער.
וכ''ה אין לעיקוואוד, מאנסי, וומסב''ג, מאנטשעסטער און אשדוד.

Kool man » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 7:15 pm

· #309162
אראפ מיט'ו גזר דין!
נעם שוין אראפ דעהם גזר דין דארט!

אפשר זאל איך עפענען א אשכול אז ס'הענקט א גזר דין אויף פלעטבוש, ווייל איין נאכט בין איך געגאנגען נאך געלט פאר הכנסת כלה און רוב מענטשען האבען נישט געהאלטען ביים עפענען די טיהר?? אפשר הענגט א גזר דין אויף וויליאמסבורג ווייל איין שבת האב איך געזוכט ווי איינצושטיין און קיינער האט מיך נישט אריינגענומען, [ביז צום סוף האט זיך איימיצער דערבארעמט און מיר איבערגעגעבען זיין שיינע בעיסמענט]? אפשר הענגט א גזר דין אויף מאנארא ווייל זי האבען יארען לאנג נישט געוואלט ארייננעמען J&J פראדוקטען? אדער א גזר דין אויף מאנסי, ווייל מיין פעטער איז אמאהל געזיצען א שעה אין די שניי מיט א פלעט טייער און קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט, ביז.. איינער האט זיך מרחם געוועהן? דו האסט א פראבלעהם מיט א בחור, וואס איז טאקע א גרוסער ווייטאק, און איך מאך נישט די פראבלעהם א טראפ קלענער, [און איך האב שטארק מיטגעפיהל, און דער פראבלעהם מוז גאהר ערענסט אדרעסירט ווערען,] אבער ס'שיסט זיך נישט קיין גזר דין'ס טעיק איט איזי און טשילל אףף..

ס'קמט נישט קיין גזר דין, זייטס רוהיג בארא פארק, אשריכם בארא פארק, איהר האט מעהר ישיבות ווי וויליאמסבורג און מאנסי אינאיינעם, קול תורה הילוכ'ט אפ טאג און נאכט, יודען טיילען אוועק מיליאנען פאר צדקה יעדע יאהר און יעדע טאג, הכנסת אורחים פאר הונדערטער מענטשען טאג טעהגליך, א שטאהט אנגעשטאפט מיט מצוות און מעשים טובים, נישט קיין גזר דין, נאר
א געוואלדיקע ברכה הענגט איבער דיר בארא פארק!

יאסל ראקאווער » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:45 pm

· #309185
יעקב מענטש


אז מ'דינגט נאר איין דזשעניטאר צו רייניגען א גרויסע לאנטש רום, קענסט אים בלעימען אז ס'איז שמוציג ?


איך האלט גראדע נישט אז די פיילן דארפן זיין געציהלט צו די רבנים, איך האלט אז דא דארף זיין א וועד הישיבות וואס טוט רעפרעזענטירן אלע ישיבות, און מ'טיילט זיך מיט די פתולת און די עידית, און 'נאר אזוי' קען מען דאס מתקן זיין,

און זיי זאלן אויך פאנד רעיזען פאר די ישיבות אזוי ארום שאפן א 'שטיקל' אינסענטיוו פאר די ישיבות -וואס עפ"י רוב מוטשען זיך פינאנציעל - אנטייל צונעמן. אבער נישט דאס איז דער שליסל צו סוקסעס, דער עיקר איז אז ס'זאל זיין א גרעסערע פראצענט ישיבות אנגעשלאסן דערין ווי נישט.

אין ווילי ביי ביידע סאטמערע פראקציעס איז די זאך זייער שיין מסודר,


יעקב מענטש שלאגט פאר א געוואלדיגע עצה. די עשירים דארפען זיך צוזאם נעמען באגודה אחת און זיך אינטערנעמען, וועלכע ישיבה ס'נעמט נישט א מינימום 5-10 פארצענט פון די וועד הישיבות ליסט (די וועד וועט מסדר זיין כל שאין להם קטף ונטף) גיבט מיר אונז נישט קיים געלט. די ראשי ישיבה איז נישט וועלטס פארזארגער. די גביר איז אויך נישט. אונז זעמער מחזק תורה, נישט ביזנעסעס.

ירא שמים » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 10:52 pm

· #309188
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
די עשירים?! וואסערע אינטרעס האבן זיי דא?! זייערע קינדער נעמט מען דאך אריין.

יאסל ראקאווער » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 12:01 am

· #309195
גראדע האב איך אפאר עקסטערע דאללער און איך בין מחזק תורה כל הזמן. ערשט, אלץ איינער וואס טיילט געלט פרוביר איך מברר צו זיין צו מיין געלט גייט צו עניים הגונים. איך, און איך בין זיכער הונדרעטע אנדערע, זענען נישט אינטערעסירט צו מחזק ראשי ישיבה'ס פריוואטע ביזנעסעס. ריכטיגע עניים שאינם הגונים.

צווייטענס, די פאקט אז די וועד לייגט אריין די בחור אין א ישיבה נעמט אוועק א גרויסע דילעמע פון ראשי ישיבה, ער קען זיך, כביכול, ווארפען מיט בחורים! ווייל למעשה צום סוף גייען אלע בחורים האבן עפעס א ישיבה. די גאנצע סאשעל פראבלעם מיט טאטעס וואס ווילן נישט זייערע קונדער מיט אנדערע פאלט אוועק. ער איז וועד בחור. וואס קען מען טוען?

זה נהנה וזה נהנה.

און ווייסט וואס נאך? ס'וואקט אריין צו מיר א ראש ישיבה אדער א אדמיניסטרעיטער וואס איז נישט א חלק פון די וועד גיב איך א פעני און ווארף אים ארויס. אונו דארף מיר אויך קענען סקרינען. מ'קען נישט מפרנס זיין די וועלט.

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 12:11 am

· #309196
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
אין לעיקוואד איז דוכט זיך דא עפעס אזא סארט סיסטעם, ליטוואק גערעכט?

ירח בן יומו » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 12:13 am

· #309197
דעם שבת איז פארשפרייט געווארן א קונטרס "הצלת בחורי ישראל"
מיט גאנץ ענדליכע טענות.
ער שלאגט דארט פאר א מהלך אז די ישיבות זעלבסט זאלן אפשאצן יעדער בחור ביי די 15 יאר, און די וואס וועלן שוין עפ"י דרך הטבע קיין ר' עקיבא אייגר נישט וואקסן זאל מען זיי צו שטעלן אין די ישיבה זעלבסט קלאסן פון עפעס אזוי ווי מוזיק פארבן, קאמפיוטערס, וכו',

און א בחור וואס קען ציען נאר צוויי סדרים א טאג וועט ביי די נאכט סדר זיך עפעס צו לערנען און אויס ניצן די צייט. און א בחור וואסקען נאר ציען איין סדר זאל צוויי סדרים עפעס צו טוהן.

אבער אלעס אין די ישיבה זעלבסט שלאפן און עסען אין די ישיבה,די סדרים וואס ער לערנט יא וועט זיין אין די ישיבה. אזוי נאך וועלען וואקסן פיינע ערליכע בעלי בתים מיט קביעת עתים לתורה און מיט תפילה בציבור וכו'.

איי ווי אזוי קען מען לאזן ארבעטס בחורים צוזאמען מיט בחורים לומדים צוזאמען? די לומדים וועלן דאך שוואכע ווערן?
שרייט ער אז ווער זאגט אז היינט איז בעסער? היינט צו טאג יעדער בחור וואס איז נישט צוגעפאסט %100 צו א ישיבה איז שוין אין די גאס, אויף'ן אינטערנעט, וכו' וכו'. מאי חזית דדמך סומק טפי? אז מ'וועט אויסשטעלן אין די שיבה זעלבסט א פלאן פאר ערליכע בעלי בתים קען מען דאך אפראטעווען אזוי פיל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 7:59 am

· #309206
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
דער סיסטעם אין לעיקוואוד איז בעיקר נוגע מיידלעך. אינגלעך איז נישט דא קיין פראבלעם ווייל ס'איז דא אן א שיעור ליידיגייער'ס וואס עפענען 'מתיבתות' און אזוי איז דא אן איבערפלוס פון ישיבות. מ'זאגט נאך א ווערטעל אז אין אנהייב יאר לאזט מען נישט קיין שום מיידעל גייען אין שולע ווילאנג נישט אלע מיידלאך האבען א פלאץ, און קיין שום מתיבתא מעג נישט עפענען ווילאנג אלע מתיבתות האבען נישט קיין בחורים'!
אבער ביי מיידלאך איז דער תיקון אויך געמישט מיט שלעכט'ס, ואכ''מ ועוד חזון למועד.

ירא שמים » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:41 am

· #309224
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
און וואו אזוי ארבעט עס? משרייבט איין די מיידלעך אין די וועד און די וועד צוטיילט זיי?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:09 pm

· #309249
Re: גזר דין שוועבט אויף "בארא פארק", רח"ל
אין אנהייב האט דער וועד געשתדל'ט פאר יעדער מיידעל און פראבירט צוצושטעלען וואס מ'האט געוואלט. וויבאלד מ'האט למעשה צוטיילט דער איבעריגע צווישען אלע מוסדות, האבען די מוסדות זיך צוגעשטעלט, ווייסענדיג אז ס'איז מער ווייניגער צוטיילט אייניג צווישען זיי. איין מאל האט זיך גע'עפענט א נייע הייסקול און דער מנהל האט זיך נישט צוגעשטעל. 'איך האב נאר דערהויבענע מיידלעך ביי מיר' (דער מנהל איז א משפחה פון משה פינקל הנודע לשמצה, ומובן מאד), און די וועד מיט די ראשי ישיבות האבען אפגעהאלטען אלע מיידלעך שולע'ס פון זיך עפענען ביז יענע מיידלאך זענען ערלעדיגט. איין מאל אין מיט'ן יאר האט זיך פארמאכט א מוסד און מ'האט אלע מיידלעך הייסקול'ס פארמאכט ביז זיי זענען נישט מסודר.
דער כח פון די וועד איז וויבאלד דער דעת הקהל און ראש ישיבות איז געווען אז מ'דארף יעדעם ערלעדיגען, האבען זיי ענדעריש געפאלגט א וועד וואס זיי האבען אנגעקוקט אלס זייער'ס. ס'איז אויך געווען א פאר גבירים וואס זענען דארט געזעסען וואס האבען גענומען אחריות פאר די געלט פון דאס ארייננעמען, למשל אז מ'האט געדארפט מאכען א בוי קאמפיין צוצובויען צום מוסד, אדער א מיידעל האט געדארפט באזונדערע הילף, האבען זיי צוגעשטעלט.
היינט אבער, מיט'ן וואוקס פון שטאט, האבען זיי געטוישט און מ'פאדערט אז יעדער מיידעל מוז זיך אריינשרייבען אין פיהר עלעמענטער''י שולע'ס און צוויי הייסקול'ס. טאמער מ'ווערט נישט אנגענומען אין איינער פון זיי, זאגט צו דער וועד הילף. אויב אבער מ'האט נישט געפאלגט, ביסטו אין גאס. וכך הוה. היי יאר זענען ניין מיידלאך געבליבען אין גאס פאר'ן נישט פאלגען די תקנה און נישט ווערען אריינגענומען אינ'ם מוסד וואס זיי האבען געוואלט. ס'האט געהאנגען צעטלעך אין גאס אפאר וואכען צוריק מיט א רמז צו א נאמען פון איין מנהל, אבער איך האב גערעדט צו יענער מנהל און ס'גייט איהם ווייניג אן.
דער סיסטעם האט אנדערע פראבלעמ'ן אויך, אבער למעשה אזוי איז עס.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:09 pm

· #309250
.

Big Boy » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 12:07 am

· #309338
I’m not exactly sure why the Rosh Yeshivas are here to be blamed and not the parents. Everyone here is coming with tanes to the Rosh Yeshivas because of yiddishkeit or what it says in the Torah. Last I checked the only one that is mechiyev to learn Torah with a child is his own father and grandfather. Basically the melamdim, menahalim and Rosh Yeshivas are just doing the parents a favor by doing the work that the parents are supposed to do. The idea that the person that is supposed be doing a mitzvah (parents) going to yell at someone that is not mechiyev to do it (Rosh Yeshivas) I find it sadly funny. It is as if one of you would come to me and yell at me why I’m not going around looking for a lilev for you.


Also, I think all of you know that most of the times that a bucher is not accepted it’’s because the mosed has a problem with the bucher’s house. You might say that sometimes the yeshives demands or issues are silly. But if you are saying that the Rosh Yeshivas need to have a heart, where is the heart of the parents that they can’t change whatever serious or silly demands the yeshiva has when again the father is the one that has to learn Torah with his son.


Also, if a Rosh Yeshiva decides to take in “shvache bucherem”, guess what. A lot of parents will take out their good boys because they wouldn’t want their sons to dorm with “shvache” in the end the Rosh Yeshiva will be left only with “shvache”. Then the parents of the “shvache” will take out their sons because they want their sons to learn in a good yeshiva.


There was a mosed in Boro Park called Bais Uvi that tried to be for “shvachere” boys. Guess what, it closed. The reason being is that the parents (again, the problem comes back to the parents) don’t want their kids to go to a “shvache” yeshiva. They parked their kids there for a year to make the child a little “mentchlech” ans now they had a full year to work on their master plan. They started using all kind of “protektzia” to get their child into a “normal” mosed. The minute the good mosed accepted their child they left Bais Uvi and it closed.


My final question to you all is. Why does a rosh yeshiva have more responsibility to someone else’s child than you do? I’m sure you’re saying that you are not equipped to handle bucherem. The Rosh Yeshivais yelling the same thing. “I and my staff are not equipped to handle shvachere bucherem”. So it’s as much his responsibility as it is yours.


Of course there are some instances where yeshives are wrong. My comments are just in general not on a particular case.

הקטן » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:02 am

· #309371
א יעדער ווייסט דעם פראבלעם, און בלעמען דעם בלעמען יענעם וועט נישט קיין סך העלפן, אויב וועט דאס לייזען איין פרבלעם וועט דאס ברענגען מיט זיך א צווייטע.
ס'איז צייט צו האבן א אלטערנעטיוו צו די ישובה סיסטעם. די ישיבות האבן א מקום אבער ס'פעלט אויס נאך מהלכים
איך האב געשריבן איין אזא מהלך איך בין זיכער ס'דא נאך
בלאט: 1 2