☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » טול קיסם - טול קורה

טול קיסם - טול קורה

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9805

פארוואס? » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 1:29 pm

· #308583
טול קיסם - טול קורה
איז ער פון די פני הדור,
מרחיקין ממנו כהרחקת השור,
אויף איהם שטייט פגיעתן רעה,
אפי' כשאין משחקת לו השעה.


מ'דארף איהם שטיצן,
ער זאל חלילה נישט שוויצן,
לאזט זיך קאסטן פאר א ברכה,
אבער אין תורה ואין עמה מלאכה.


דאס האנט האט קיין האמער בארירט - אויסער ביים מזוזה,
דאס קאפ האט קיין צורתא דשמעתא - נאר א צורתא דזוזא,
דאס הארץ - האט קיינמאל באגעגנט יענעמ'ס ווייטאג,
דאס מויל - פול מיט ליגנט נישט נאר ביז פרייטאג,


א מוכיח בשערים,
אבער וואס איז בחדרי חדרים?
ביי דיינע שמחות - תקנות,
ביי זיינע - קומען די אבות.



טול קיסם? - טול קורה!
ער איז העכער דין תורה,
און הימל ער פליהט,
בשעת דאס הארץ שפריצט בלוט.



רופן רופט מען זיי מזיקים,
אויסער ביי א מחלוקת פון צדיקים,
בלוט זאל זיך גיסן,
אבי א בלויע בעקיטשע איז נישט צוריסן.


טראכט נישט! נאר דאס נישט!
בלייב אזוי, בלייב צומישט,
אויב פארשטייסטו נישט מיט גוטן,
זעה נאר ווי אנדערע האבן אפגעשניטן.


מעמדות זאלסטו איהם געבן,
וועסטו בלייבן ביים לעבן,
גיי אריבער זיך קוויטלען,
עס אויך פארהאן אנדערע מיטלען.


בניך תעביר למולך באש,
ער דארף האבן גענוג פלייש,
איז ער פאר זיי דארט?
ער האט נישט איבער קיינעם א ווארט.


טול קיסם? - טול קורה!
ער איז העכער דין תורה,
און הימל ער פליהט,
בשעת דאס הארץ שפריצט בלוט.



איך וועל אבער דא נישט בלייבן שימלען,
איך וועל קערן אלע הימלען,
דאס איז פאר מיר סם,
איך האב נישט דערין קיין טעם.


גאט דארף נישט דיין קראקאדייל טרערן,
ער וויל דו זאלסט יענעמ'ס ווייטאג אויסהערן,
ער האט פיינט דיין מועד און חודש,
עס באמוטשעט איהם דיין עבודת הקודש.


וויין שוין נישט ביי שאלעשידעס,
ארבעט בעסער אויף דיין אייגענע מדות,
פארגעס שוין פון אומ-עקזיסטירנדע ציונות,
לייז אויף דיינע אייגענע פדיונות.


דער אינטערנעט איז דא צו פארבלייבן,
די מציאות מוזסטו קענען דערהייבן,
קענסט אונזער מויל פארשטאפן,
אבער אונזער מוח נישט פאפן.

טול קיסם? - טול קורה!
ער איז העכער דין תורה,
און הימל ער פליהט,
בשעת דאס הארץ שפריצט בלוט.

moshav zekeinim » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 1:33 pm

· #308586
געוואלדיג.

moshav zekeinim » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 1:44 pm

· #308590
עס האלט שוין נאנט וואס מען ווען אונזער מויל נישט קענען פארשטאפן
נאך אביסל וועלן די רבנים זעהן אז זיי טיען זיך פאפן.

רימון » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 3:20 pm

· #308602
Re: טול קיסם - טול קורה
גאונות!

בן אדם » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 4:43 pm

· #308619
[ציטאט אראפגענומען]

👍

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:18 pm

· #308635
געוואלדיג געשריבן! מיר האט דאס ספעציעל בארירט ווייל איך האב פונקט יעצט אין די תקופה מיטגעלעבט די רשעות פון אזא איינער אויף מיין אייגענע הויט און איך בין נאך אונטער די רושם דערפון. די פאלגענדע פאר שורות האבן ביי מיר ארויפגעברענגט raw emotions. 😢

מעמדות זאלסטו איהם געבן,
וועסטו בלייבן ביים לעבן,

בניך תעביר למולך באש,
ער דארף האבן גענוג פלייש,



.

moshav zekeinim » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:22 pm

· #308636
דער ניגון מיט אנאנים'ס הוספה וועט זיין דער הימנע פון דער גרויסע רעוועלוציע במהרה בימינו.

moshav zekeinim » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:31 pm

· #308637
טראכט נישט! נאר דאס נישט!
בלייב אזוי, בלייב צומישט,
אויב פארשטייסטו נישט מיט גוטן,
זעה נאר ווי אנדערע האבן אפגעשניטן.

(@פארוואס)

טרעט אויף גופי התורה,
אבער רירט זיך נישט פון מסורה.

(@אנאנים)

ווער איז דער קומענדיגער ביאליק (אין אידיש)?

פארוואס? » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:23 pm

· #308717
לשאלת רבים, עטליכע מקורות:


מרחיקין ממנו כהרחקת השור,

מרחיקין משור תם חמשים אמה ברכות ל"ג ע"א. - וכ"ש שור חכם.


אפי' כשאין משחקת לו השעה.

אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו - ברכות ז' ע"א - ובצדיק אפילו כשאין השעה משחקת.


דאס מויל - פול מיט ליגנט נישט נאר ביז פרייטאג,

עם הארץ אימת שבת עליו והוא אומר אמת. ירושלמי דמאי טז, ב - מכלל דת"ח אפי' בשבת משקר.


ער האט פיינט דיין מועד און חודש,

חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי. ישעיהו א, יד.


עס באמוטשעט איהם דיין עבודת הקודש.

היו עלי לטרח נלאיתי נשא. שם.

פליקער » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:01 pm

· #308746
Re: טול קיסם - טול קורה
פארוואס?
לשאלת רבים, עטליכע מקורות:


מרחיקין ממנו כהרחקת השור,

מרחיקין משור תם חמשים אמה ברכות ל"ג ע"א. - וכ"ש שור חכם.


אפי' כשאין משחקת לו השעה.

אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו - ברכות ז' ע"א - ובצדיק אפילו כשאין השעה משחקת.


דאס מויל - פול מיט ליגנט נישט נאר ביז פרייטאג,

עם הארץ אימת שבת עליו והוא אומר אמת. ירושלמי דמאי טז, ב - מכלל דת"ח אפי' בשבת משקר.


ער האט פיינט דיין מועד און חודש,

חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי. ישעיהו א, יד.


עס באמוטשעט איהם דיין עבודת הקודש.

היו עלי לטרח נלאיתי נשא. שם.

פארוועים מען ברויך מסביר'ן איז מסתם פון די יושבי חושך, ביטע האב קאנפידענץ און אינז דא אז מיר האבן פארשטאנען יעדע ווינק

moshav zekeinim » פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:19 pm

· #308750
ביסט נישט גערעכט, איך האב עטליכע פראזן נישט פארשטאנען.