☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שימלען! שימלען!

שימלען! שימלען!

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7655

פארוואס? » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:18 pm

· #238097
שימלען! שימלען!
דא געבוירן, וועסטו דא שטארבן
דיין האר וועט דא טוישן זיינע פארבן
זיץ דא, פטור פון אלע דאגות
ריינגעוואשן פון אלע קלאגעס

מיר וועלן דיר קלייבן א פאך
דיין עדיוקעישן איז אונזער זאך
דיין ליבשאפט וועלן מיר אפיהרזוכן
אין פרעמדע פעלדער זאלסטו נישט פארקריכן

דו ווייסט נישט וואס דו ווילסט
דו פארשטייסט נישט וואס דו פיהלסט
דו קענסט נישט אליינס קלערן
מיר וועלן ווישן דיינע טרערן

מיר האבן אונזערע גדולים
מחיה מתים און מרפא חולים
פאר קול קורא׳ס איז דא חתימות
און פאר דיר אביסל צימעס

איז עס פאר דיר סם
טרעף דערין א טעם
קענסט קערן אלע הימלען
שימלען! שימלען! דא וועסטו בלייבן שימלען!



חתונה מאכן וועלן אונז דיר
אהן אונז געב זיך נישט קיין ריר
קינדער יערליך זאלסטו צושטעלן
די נחת-מאשין זאל זיך נישט אפשטעלן

זייער חינוך איז אונזער מישען (mission)
דו זאלסט זיי נאר ווישן
שטיי אין דער זייט
מיר וועלן זיי נוצן אין די ריכטיגע צייט 

זיי זענען זייער האקל
חוץ ווען מ׳נוצט דעם מקל
מ׳טאר זיי נישט לאזן טראכטן
זיי זאלן נישט האבן קיין פארדאכטן

די עלטערע פארלירן זייער תמימות 
מיר קענען נישט הערן זייערע שטימעס
זיי זאלן נאר צולייגן די פלייצעס
מיר ברויכן נישט זייערע עצות

איז עס פאר דיר סם
טרעף דערין א טעם
קענסט קערן אלע הימלען
שימלען! שימלען! דא וועסטו בלייבן שימלען!



אמת, איידלקייט און שיינקייט
נישטא אין ערגעץ אזא ריינקייט
חסד, גוטהארציגקייט אין מידות טובות 
פאר א דור פון בעלי חובות

סייענס איז א וויץ
ליבשאפט איז שמוץ
טאלאנטן איז גאוה
פרייהייט איז א תאוה

קריטיק מיר טוהן נישט אננעמען
זאלסט אונז חלילה נישט פארשעמען
טעותים ביי אונז קיינמאל
ביי יענעם - נאך איינמאל

מיר פארשטייען יעדע טראגעדיע
אויף אונז פארלייגט זיך די מידיע
טאמער פרעגסטו דאך
בהדי כבשי דרחמנא למה לך

איז עס פאר דיר סם
טרעף דערין א טעם
קענסט קערן אלע הימלען
שימלען! שימלען! דא וועסטו בלייבן שימלען!



ביי אונז פראבלעמען? - קיינמאל נישט!
עפעס טעותים? - ביסט אינגאנצן צו׳חוש׳ט?!
נייע תיקונים? - חדש אסור מן התורה!
צוריק צום מסורה? - אכשר דרא!

אויב טראכטן טוהסטו - אן ״אויבער חכם״ ביסטו
טרערן פארגיסטו - א ״נעבאך״ ביסטו
שרייען טוהסטו - אן ״אנגעווייטאגטער״ ביסטו
לאכן ווילסטו - א ״קאלטער לץ״ ביסטו

סיפוק זיכסטו -א ״דערפרעסטער״ ביסטו
א לעבנס מיינונג זיכסטו - א ״צומישטע נשמה״ ביסטו
ליבשאפט ווילסטו - א ״בעל-תאווה״ ביסטו
שמחת החיים טרעפסטו - א ״קל שבקלים״ ביסטו

טראכט נישט! וויין נישט! שריי נישט! לאך נישט! 
זוך נישט! טרעף נישט! ליב נישט! טאנץ נישט!
זיי ביי אונז, און ערגעץ אנדערש נישט
בלייב דא, גיי נישט, ווער צומישט. 

איז עס פאר דיר סם
טרעף דערין א טעם
קענסט קערן אלע הימלען
שימלען! שימלען! דא וועסטו בלייבן שימלען!

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:26 pm

· #238099
צו ר' יום טוב עהרליכ'ס ''צימבלען צימבלען''?

וואוו, סאם סיריעס טעלענט!!
נישט צום גלייבן די מוראדיגע טאלאנט וואס וואלגערט זיך ארום דא אין שטיבל!

''סייענס איז א וויץ
ליבשאפט איז שמוץ
טאלאנטן איז גאוה
פרייהייט איז א תאוה''

אזויפיל געזאגט, אין אזוי ווייניג ווערטער! אזוי עלעגאנט! 👍 👍

בר דעת » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:35 pm

· #238100
wowo
איך לאך און איך וויין אויף איינמאל, עס באמבעלט מיר אין אויער, שימלען שימלען, שימלען שימלען,

פליקער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:44 pm

· #238101
ציקער זיס א ביטער געלעטער

אפטעמיסט » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm

· #238102
מאטעמאטיק?
יוון!
גיוואלד,
עם נבון.

צימעס?
אוודאי!
דאס =
עולם הבא!

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:48 pm

· #238103
איז דאס נאך א אייוועלט סטיל אשכול?

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:04 pm

· #238104
הו, לויטערע גאונות!

יואב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:33 pm

· #238105
פארוואס?  געוואלדיג גוט!

כוכב, הער אויף מיט דער נעגעטיוועטי. ניטאמאל א לייק האסטו אים פארגינען. וואס גייט פאר מיט דיר לעצטנס? איך בין סעריעס.

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:44 pm

· #238106
געלייקט ווי נאר כהאב געליינט, נאך איידער דיין קריטיק.
איך בין ב''ה א כראנישער לייקער, אין פאקט בין איך אין רוב אשכולות דער סאמע ערשטער לייקער צוליב מיין געטרייע קאמיטמענטענט צו מחזק זיין די שטיבל שרייבער.
מיין קריטיק - ווערטל האט זיך נישט באצויגן צו פארוואס נאר די נאכפאלגנדע תגובות א שטייגער ווי בר דעת וועלכע האט אויסגעזען ווי א טיפישער אייוועלט קאמפלימענט, בר דעת האט אין פאקט א לאנגע רעקארד צו דופליקירן אייוועלט תגובות, האב איך געפרעגט ציניש סארקאסטיש מיין שאלה.
אלנפאלס ישר כוח פאר דיין קאנסטרוקטיוו קריטיק, איך וועל עס בעז'ה נעמען אין קאנסידיראציע.

בר דעת » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:49 pm

· #238107
כוכב
בר דעת וועלכע האט אויסגעזען ווי א טיפישער אייוועלט קאמפלימענט, בר דעת האט אין פאקט א לאנגע רעקארד צו דופליקירן אייוועלט תגובות, .


נאדיר, האב איך דופליקירט א קאווע שטיבל תגובה. אבער דא איז פארוואס דער מחותן מיט זיין הערליכע פאום, לאמיר נישט פארקריכן אויף זוטות און רעדן פון פורים קטן אינמיטן יום הקדוש.

מנחם » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 11:08 pm

· #238109
געוואלדיגע רייד!

לעצטענס האב איך געטראפן אין די קעלערן א פארשטויבטע פאמע פון קאווע טרינקער (צוליבן איסור חמור ארויפצוברענגען אלטע אשכולות האב איך איר געלאזט רוען) <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1357">viewtopic.php?f=23&t=1357</a><!-- l -->
ליינענדיג די שורות האט מיר עס דערמאנט.
צופעדיג אין אמת

בשבילי! » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:08 am

· #238113
איך האב מיט כח אראפגעדריקט דעם מייז בשעת לייקן דעם ריזן ביטערן זיסן ליידער'דיגן אמת'ן קונץ ארטיקל, אזוי גוט!
פארוואס? פארוואס!!

בר דעת » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:20 pm

· #238167
אנאנים איז גוט מעורר, פארוואס? אפשר טויש די קעפל אזוי : שימלען? טומלען!

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:31 pm

· #238182
ביוטפיל און טאלאנטפול. עס ווינדערט מיר נאר דאס גוטע געפיל וואס איך שפיר בשעת'ן ליינען דיין פאעזיע. אולי שטאמט דאס פון דיין לייגן אין פערספעקטיוו ווער פונקטליך איז דא צומישט צוחושט און פריקען פאריקט.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:50 pm

· #238184
בר דעת
wowo
איך לאך און איך וויין אויף איינמאל, עס באמבעלט מיר אין אויער, שימלען שימלען, שימלען שימלען,

וואס טוסטו דא טומלען
אין אלע הימלען
אז ס'טוט שימלען

שטעלט אייך אפ גלייך
ארעם און רייך
ביים עק פון טייך

לאזט אונז קלערן
און נישט שטערן
יעדנ'ס מיינונג צו הערן

אין היץ און קעלט
איבער די גאנצע וועלט
יעדער טוט וואס עים געפעלט...
ואין אנחנו. אינז קענען נישט ווייטער... 😂

פארוואס? » פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:54 pm

· #238186
בר דעת
אנאנים איז גוט מעורר, פארוואס? אפשר טויש די קעפל אזוי : שימלען? טומלען!

איך בין מכבד אנאנים׳ן צו מאכן אן עקסטערע ״טומלען״, אלס א חלק פון די למעשה פראיעקט.

שעפטאל » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:16 pm

· #536269
@פארוואס? פארוואס? זאלסטו נישט שרייבן מער?!!!

יואלמ » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 6:20 pm

· #536281
WOW. אזוי גוט ארויסגעברענגט.

כ'וויל צילייגן א געדאנק אז מ'דארף נישט שימלען און מ'קען נישט טומלען. מ'קען פשוט טוהן וואס מ'וויל אהן פילן אינטערדריקט. איך פיל ווי כ'בין א פרייע מענטש און איך זעה נישט אז איינער זאל מיך איינטיילן וואס כ'מעג ליינען און וואטשען, אדער וויפיהל קינדער איך דארף האהן, אדער וועלכע השקפות איך דארף האלטן. אונז זעמיר פרייע מענטשן און אונז קענען אויסוועלן צי טוהן וואס אונז ווילן (ווילאנג ס'שטימט מיט די ווייב).
Let's take ownership over our lives and choose what we want instead of seeing ourselves as being controlled by others.

איך זאג דעיס נישט אלץ קריטיק צום פאום; ס'איז ענדרש א הוספה.