☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אשכול אן א טיטל #9781

אשכול אן א טיטל #9781

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9781
בלאט: 1 2

— » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 8:10 pm

· #307749

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

הויזן טראגער » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 8:16 pm

· #307751
ובזה החלי:

חקרן » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 11:28 pm

· #307778
שש-משזר, זייער א גוטע אנהויב... דער ציבור איז שטארק נייגעריג אין אייער אפשאצונג, ובינהם איך אויך. איך בין שוין געווען נייגעריג נאך איידער איר האט אנגעהויבן שרייבן, כמבואר באשכול אחר, ועכשיו ביותר נאכן גוטן אנהויב.

איך וויל זיך פארט דינגען אויף איין סעיף וואס איר האט ערווענט, וז"ל:
א סעריע וואס האט כמעט נישט געצויגן צו זיך נעגאטיווע ביקורת, נאר פרומע ווי פרייע האבן דאס ברובם שטארק אויסגעלויבט.

דאס איז נישט אינגאנצן אמת, בשעת טייל חרדים האבן געזען דערין א מיטל ווי אזוי צו פארשווארצן דאס פנים פון דער חרדי'שער אידנטום, עס זענען געווען פיל טענות אויף דער היימישער גאס דערויף, ופוק חזי...

אבער אויסער דעם שרייבט איר זייער גוט, הן דא און הן אין פאריגן אשכול (וכאן המקום להודות אויף אלע אייערע זעלטענע מאמרים, בשעת איר בארייכערט אונזער שטיבל מיט זאפטיגע ארטיקלען).

ישראלי » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:35 am

· #307787
אפשר קענט איר מיר זאגן ר' שש ווי די רעסטאראנט געפינט זיך?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:55 am

· #307792
אינטערסאנט וויזוי זיי רעדן אזוי גיט יודיש אויב זיי זענען ממש פרייע

אגב זיי מאכן א טעות זיי טייטשן אפ דפוק א צוקלאפטער מיינען זיי אז חרדישע זאגן עס אזוי אבער דערווייל זאגן אונדז עס "דפוק" אן עס איבערטייטשן

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 3:02 am

· #307804
קאצקע ציקער
אינטערסאנט וויזוי זיי רעדן אזוי גיט יודיש אויב זיי זענען ממש פרייע

אגב זיי מאכן א טעות זיי טייטשן אפ דפוק א צוקלאפטער מיינען זיי אז חרדישע זאגן עס אזוי אבער דערווייל זאגן אונדז עס "דפוק" אן עס איבערטייטשן

קאצקע ציקער: לפענ"ד קומט שלום שטיסל און זיין ..."ברודער" נחומ'קע פון א שטוב וואו מ'האט גערעדט אידיש. ווייל זייער אידיש איז צו פליסיג אז זיי זאללן עס נאר האבן נאכגעזאגט פונ'ם סקריפט. דב'עלע גליקמאן/שלום האט אמאל אין אן אינטערוויו געזאגט אז זיי האבן נישט גערעדט אידיש אין שטוב. אבער די מציאות ווייזט אנדערש. איך האב שוין געזעהן א סאך אקטיארן, (אויף אמעריקאנער פילמס) וועלכע האבן באמת נישט געקענט נאטורליך קיין אידיש און זיי האבן נאר נאכגעפאלגט דעם סקריפט. ווי זיי האבן זיך געבראכן די ציין ארויסזאגנדיג די סענטענסעס אויף אידיש. און ביי שלום פליסט עס נאטורליך...!

יהושע חיים » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 8:16 am

· #307807
איך מיין אז לייגן קיווע אלס א מלמד איז א טעות וייל אין אונזער קאמיוניטי איז א' א מלמד מער ווייניגער א כלי קודש און א רעספעקטפולער דזאב ב' די בחורים זענען צווייטע קלאס (חורבן פאר זיך ואכמ"ל) די צוויי פאקטן שטימען נישט צונאזאם
אדרבה אפשר קען מיר איינער זאגן פון א מלמד א בחור?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

דעת תורה » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 9:16 am

· #307812
דאס האט מיט אנדערע - סאציאלע און הלכה'דיגע - פאקטארן, נישט מיט די חשיבות פון א מלמד (אגב נישט אמת) אדער די צווייטע קלאס שטאנד פון בחורים (אויך נישט אמת). מעגליך אין ירושלים זענען יא בחורים מלמדים.

יואליש » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 9:30 am

· #307813
יהושע חיים, דעם דעטאל האט מיך טאקע אויך געבאדערט. איז מעגליך אז אין א"י מאכט זיך דאס יא? כ'מיין זיי האבן גענימען די איידיע פון "סרוגים", ווי איינע פון די קערעקטערס (עמי) איז א גרוש און א מלמד אין א מיידל שולע. אבער יענץ איז מער בני עקיבא און נישט דומה צו די חרידישע שטיסל.

אגב, די הלכה איז אז א רווק טאר נישט זיין א מלמד טאקע פארדעם ווייל ער ברויך זיך אנקערן מיט די מאמעס און ס'קען קומען צו וואס ס'איז געקומען אין די "שטיסל סעריע" (הגם נישט ממש, ווייל זי איז נישט געווען קיין אשת איש).

הוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 9:41 am

· #307815
איך קען א יונגערמאן דאהי וואס האט חתונה געהאט העכער די דרייסיג, ער קומט פון ירושלים וואו ער איז געווען א מלמד פאר זעקס יאר אין א מעינסטרים חסידישע ת"ת.


.

ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 10:10 am

· #307816
איין קשיא אויפן קעפל, די מיסיע, איז דען פארהאן דא א מיסיע חוץ פון מאכן געלט און כבוד?

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 1:51 pm

· #307843
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ס'איז דא שטיקל חילוק פון שלום'ס אידיש רעדן ביז נחומ'קע'ס. נחומ'קע רעדט גאנץ גוט. אבער שלום רעדט און אויף אזא אופן אז אלע ניואנסן, און די שפת הגוף זענען אויך די פון א ליטווישן כולל יונגערמאן...יחיד במינו. אן עכטער ישיבה-מאן וואלט עס נישט געקענט בעסער אראפלייגן. איך ווער טאקע נתפעל פון דעם...!

רימון » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:31 pm

· #307859
דער חילוק איז ווארשיינליך צוליב וואס די דירעקטארס זענען אליין באהאוונט אין דער אידישער שפראך, ווייסן זיי וואס זיי ווילן הערן, ווידעראום אין אנדערע פילמס.



Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

קאצקע ציקער » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 7:03 pm

· #307913
בערל'ן ברענגט עס גיט ארויס. קען זיין אז נחום איז א גיטע עקטאר, און ער רעדט א פיינע יודיש אבער סדאך נישט אזוי ארגינעל ווי שלום. שלום איז עפעס אזוי אטענטיש אזוי ארגינעל אלע זיינע מאשענס איז אויסגעשפיגן א טשאלמע... וויזוי ער כאפט א ציגארעטל אד"ג. ווען מען זעהט עים רייכערן קען זיך דיכטן ווי א טשאלמע כאפט א ציגארעטל אין סאטמאר אויפן פארטש אויף רחוב יואל....

טמיר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:03 pm

· #308003
הרב שש, דו האלטסט אז ע"פ הלכה מעג מען דאס קוקן? ווען מען קוקט אויף א שיין מיידל וואס עקט, ברענגט דאס נישט קיין ראי' לשם הנאה אויך?
איך פרעג פון דיך, ווייל דו זעסט אויס ווי אן ערליכער און א יודע ספר

סביב העולם » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:19 pm

· #308007
אריין אין איי וועלט

טמיר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:24 pm

· #308008
איך פארשטיי נישט, כופרים קענסטו דולדען און תורה טרייע אידן נישט? אתמהה
איך רעדט נישט דא פון חומרות, וועגן דעם גיי איך נישט פרעגן ר' ח"ל כץ

קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 3:04 pm

· #308047
[ציטאט אראפגענומען]

וואס פארשטייסטו נישט , פריוואט עס צו פרעגן איז עס דאך נישט אינטערסאנט ס' דארף גיין ברבים...

טמיר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 3:31 pm

· #308052
כ'האב נישט געמיינט דוקא דיך, כ'האב נאר אנגעכאפט די שענסטע הדרת פנים

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 7:20 pm

· #308066
שטיסל עונה 2 פרק 5 קען עמיצער ביטע מזכה זיין לרבים?

יהושע חיים » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 7:32 pm

· #308067
עס איז שוין דא?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

מבקר » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 7:34 pm

· #308068
עדיין לא הודלפה לרשת.

זוכער » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 8:13 pm

· #308072
אין ישראל האט שוין געשפילט פרק 5 און 6.

ירח בן יומו » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 11:12 pm

· #308084
וואו קען מען זיי אלע זעהן כסדרם? (בחנם לכתחילה).

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 1:25 am

· #308092
ירח בן יומו
וואו קען מען זיי אלע זעהן כסדרם? (בחנם לכתחילה).

דא

סביב העולם » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 1:30 am

· #308093
ירח בן יומו
וואו קען מען זיי אלע זעהן כסדרם? (בחנם לכתחילה).


Shtisel שטיסל

<a class="postlink" href="https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvC5f6FP1UH6jI4og">https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvC5f6FP1UH6jI4og</a>

חקרן » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 8:20 pm

· #308170
עס טוט מיר לייד אז ביידע לינקס זענען ביי מיר פארמאכט. קען עס מיר איינער שיקן אויף קאפי, דראפבאקס, דזשאמבא, אדער עני אנדערע וועג ווי אזוי כשרע קענען דאס זען? - איך בעט זייער שטארק, אלס חבר.

יישר כח.

סביב העולם » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 8:25 pm

· #308171
חקרן
עס טוט מיר לייד אז ביידע לינקס זענען ביי מיר פארמאכט. קען עס מיר איינער שיקן אויף קאפי, דראפבאקס, דזשאמבא, אדער עני אנדערע וועג ווי אזוי כשרע קענען דאס זען? - איך בעט זייער שטארק, אלס חבר.

יישר כח.

אויב האסט געדילד צי ווארטן ביז מארגן אין אויב קיינער וועט מיך נישט אויסכאפן וועל איך בלנדר עס מארגן ארויף לייגן אויף דראפבאקס

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 8:32 pm

· #308172
חקרן
עס טוט מיר לייד אז ביידע לינקס זענען ביי מיר פארמאכט. קען עס מיר איינער שיקן אויף קאפי, דראפבאקס, דזשאמבא, אדער עני אנדערע וועג ווי אזוי כשרע קענען דאס זען? - איך בעט זייער שטארק, אלס חבר.

יישר כח.

וועלכע פרק דארפסטו?

חנווני » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 12:44 am

· #308183
ווען הייסט עס קומט ארויס פרק 5?

חקרן » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 7:04 pm

· #308243
סביב העולם
חקרן
עס טוט מיר לייד אז ביידע לינקס זענען ביי מיר פארמאכט. קען עס מיר איינער שיקן אויף קאפי, דראפבאקס, דזשאמבא, אדער עני אנדערע וועג ווי אזוי כשרע קענען דאס זען? - איך בעט זייער שטארק, אלס חבר.

יישר כח.

אויב האסט געדילד צי ווארטן ביז מארגן אין אויב קיינער וועט מיך נישט אויסכאפן וועל איך בלנדר עס מארגן ארויף לייגן אויף דראפבאקס


יישר כח.

חקרן » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 7:04 pm

· #308244
קאצקע ציקער
חקרן
עס טוט מיר לייד אז ביידע לינקס זענען ביי מיר פארמאכט. קען עס מיר איינער שיקן אויף קאפי, דראפבאקס, דזשאמבא, אדער עני אנדערע וועג ווי אזוי כשרע קענען דאס זען? - איך בעט זייער שטארק, אלס חבר.

יישר כח.

וועלכע פרק דארפסטו?


5 און 6

רימון » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 8:00 pm

· #308249
זוכער
אין ישראל האט שוין געשפילט פרק 5 און 6.

פון וואו האסטו גענומען די פארפירערישע אינפארמאציע?

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

ראוונע » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 9:38 pm

· #308254
קען איינער ארויפלייגען א דראפבאקס לינק צו אלע עפיזאדען?

ברוך בער » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 10:53 pm

· #308258
אינעם צווייטן עפיזאד ביים ברית דער מוהל זאגט די פסוקים און זאגט נ'שבעה בטוב ביתך מיט א 'שין. נאך צענדליגער אזאנע קליינע טעותים. נאך אלעם מוז מען געבוירן ווערן פרום עס צו האבן הינדערט פראצענט.

יהושיע » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 7:44 am

· #308292
יהושע חיים
איך מיין אז לייגן קיווע אלס א מלמד איז א טעות וייל אין אונזער קאמיוניטי איז א' א מלמד מער ווייניגער א כלי קודש און א רעספעקטפולער דזאב ב' די בחורים זענען צווייטע קלאס (חורבן פאר זיך ואכמ"ל) די צוויי פאקטן שטימען נישט צונאזאם
אדרבה אפשר קען מיר איינער זאגן פון א מלמד א בחור?

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

נישט ריכטיג, עס איז פארהאן ישיבות ווי בחורים קענען זיין א צייטווייליגער (סובסוטוד) מלמד. אזוי האט ער דאך אנגעהויבן, דאן האט מען געזעהן ער טויגט צו דעם פאך איז ער פארבליבן.
ווי למשל תורה תמימה, תורה ודעת ישיבה אפ ברוקלין וכדו' קענען פאר א נויט ניצן א בחור פאר א שטעל פארטרעטער.

Sent from my SM-N900T using Tapatalk

סביב העולם » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 12:37 pm

· #308326
איך האב ארויף געלייגט אלע אויף דראפ באקס דא האט איר א לינק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0ytw3/AAAj9rZnmAGdeRU_ywmNOdfsa?dl=0">https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0y ... Odfsa?dl=0</a>

לית דין בר נש » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:55 pm

· #308342
@סביב העולם פארוואס קומט ביי מיר נאר ארויף 14:59 אויף אלע קליפס נישט די גאנצע?

סביב העולם » דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 3:56 pm

· #308343
לית דין בר נש
@סביב העולם פארוואס קומט ביי מיר נאר ארויף 14:59 אויף אלע קליפס נישט די גאנצע?


עפעס מיז זיין ראונג מיט דיין פלעיער ביי מיר איז דא די גאנצע

ירח בן יומו » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 12:11 pm

· #308560
סביב העולם
איך האב ארויף געלייגט אלע אויף דראפ באקס דא האט איר א לינק

סאררי איך האב געדארפט אראפ נעמען די לינק איך על אפדעיטן די לינק בקרוב

קאצקע ציקער » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 8:53 pm

· #308652
ר'שש ס'קימט נאך חלק ג' פון דיינע הערליכע אנאליזן?

וכדומה.. » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:49 am

· #308843
.
📎 KL.jpg

ראוונע » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 11:35 pm

· #309025
סביב העולם
איך האב ארויף געלייגט אלע אויף דראפ באקס דא האט איר א לינק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0ytw3/AAAj9rZnmAGdeRU_ywmNOdfsa?dl=0">https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0y ... Odfsa?dl=0</a>

א גרויסע יישר כח הרב סביב העולם

בנימין » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:13 pm

· #309087
די עקטערס רעדן מאחורי הקלעים פון די צווייטע עונה.

ראוונע » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 11:04 pm

· #309334
סביב העולם
איך האב ארויף געלייגט אלע אויף דראפ באקס דא האט איר א לינק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0ytw3/AAAj9rZnmAGdeRU_ywmNOdfsa?dl=0">https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0y ... Odfsa?dl=0</a>

די לינק ארבייט שוין נישט
קענסט עס אפשר איבערלייגען?
א גרויסע יישר כח פון פאראויס

סביב העולם » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 12:12 am

· #309341
ראוונע
סביב העולם
איך האב ארויף געלייגט אלע אויף דראפ באקס דא האט איר א לינק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0ytw3/AAAj9rZnmAGdeRU_ywmNOdfsa?dl=0">https://www.dropbox.com/sh/iejlr6671d0y ... Odfsa?dl=0</a>

די לינק ארבייט שוין נישט
קענסט עס אפשר איבערלייגען?
א גרויסע יישר כח פון פאראויס
איך האב עס שוין פאראכטן עס דארפ שוין צי ארבטן

ראוונע » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 8:49 am

· #309360
יישר כח

סביב העולם » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:29 am

· #309381
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/sh/78xfequvhh3jzek/AADtt1aFoHhaSoMyvudzPwT7a?dl=0">https://www.dropbox.com/sh/78xfequvhh3j ... PwT7a?dl=0</a>

ראוונע » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:10 pm

· #309442
סביב העולם
https://www.dropbox.com/sh/78xfequvhh3jzek/AADtt1aFoHhaSoMyvudzPwT7a?dl=0

א ריזיגע יישר כח

חקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:17 pm

· #309616
די שטיקל ווי די עקטערס רעדן איבער די עונה 2. קען אפשר איינער ארויפלייגן פאר די צוריקגעבליבענע געבלאקטע... די משוגעים וועלכע פאלגן נאך די רבנים (כדאי די קינדער זאלן פארבלייבן אין די מוסדות...), יא יא, די צודררייטע חברה... קען איינער זיך מרחם זיין נעבעך אויף זיי, און ארויפשטעלן די שטיקל ווי די עקטערס רעדן, אויף קאפי, דראפבאקס, אדער עני אנדערע וועג פאר די פריקן משומר חברה?
בלאט: 1 2