☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אשכול אן א טיטל #9781
אשכול אן א טיטל #9781
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9781
בלאט: 1 2
פישערער רבי » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:15 pm
· #310339
הרב סביב העולם כ'וויל דא שרייבן און אויסדריקן א ריזיגע הארציגע אמת'ע ייש"כ כ'האב געזוכט אין אסאך ערטער די פרקים פון שטיסל און געטראפן נאר אחד מעיר ושניים ממשפחה און ב"ה בין איך געפאלן אויף דיין לינק און דארטן כ'האב געטראפן אלע פרקים מיט א גוטע איכות בסדר מסודר.
א ריזיגע ייש"כ.
סביב העולם » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 8:25 pm
· #310629
עונה 2 פרק 5 גיי איך ארויף לייגן אויף מיין דראפ באקס לינק ביז א האלבע שעה
שוין ארויף געלייגט
קיקטס אין האטס הנאה
https://www.dropbox.com/l/sh/RKZRiKbREgfPas4ZzwKpLr
פישערער רבי » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 9:11 pm
· #310638
הרב סביב העולם א ריזיגע יישר כח!!!
גלייך נאך שבת בין איך דא אריין און שוין געטראפן פרק 5 אויף דיין דראפבאקס.
ממש אויף די מינוט.
ראוונע » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 9:15 pm
· #310640
סביב העולם
עונה 2 פרק 5 גיי איך ארויף לייגן אויף מיין דראפ באקס לינק ביז א האלבע שעה
שוין ארויף געלייגט
קיקטס אין האטס הנאה
https://www.dropbox.com/l/sh/RKZRiKbREgfPas4ZzwKpLr
דיין חלק אין עולם הבא איז גאר גרויס
ביזט מזכה אסאך אידען
יישר כח
פישערער רבי » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 9:34 pm
· #310642
חקרן
די שטיקל ווי די עקטערס רעדן איבער די עונה 2. קען אפשר איינער ארויפלייגן פאר די צוריקגעבליבענע געבלאקטע... די משוגעים וועלכע פאלגן נאך די רבנים (כדאי די קינדער זאלן פארבלייבן אין די מוסדות...), יא יא, די צודררייטע חברה... קען איינער זיך מרחם זיין נעבעך אויף זיי, און ארויפשטעלן די שטיקל ווי די עקטערס רעדן, אויף קאפי, דראפבאקס, אדער עני אנדערע וועג פאר די פריקן משומר חברה?
אט דא האסטו אויף copy.com איך האף אז דער לינק איז גוט און ס'וועט ארבעטן אויב ס'ארבעט נישט שרייב דא
סביב העולם » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 11:47 pm
· #310649
אזוי ווי זיי האבן געסטאפט די לינק האב איך דא אויף דערווייל א לינק נאר צי עונה 2 פרק 5
https://www.dropbox.com/l/sh/hNKW1d200bOofBryLr9fQo
ראוונע » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:11 am
· #310655
רב שש
ווען די האסט א מינוט אויב די קענסט מסביר זיין די קערעקטער פון גיטי
צו מיר איז זי א עכטע טיפיקעל אידישע מאמע וואס טרעפט אלץ א סיבה צו זיין אנגעבלאזען אין האט אלץ א גוטע תירוץ פארוואס
איז דאס טאקע וואס זי דארף ארויסצוברענגען?
באשטעטיגט » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 4:33 am
· #310660
שטיסל 2 - פרק 6
"שלג" - שולם נפגש עם האלמנה מנוחה, ומנורה שנשרפת גוררת אירועים משונים ומפתיעים. בינתיים, עקיבא שולח עם חבר מכתב אהבה לביתה של ליבי באנטוורפן.
וכדומה.. » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:37 am
· #310662
די מכה בפטיש פארוואס זי האט אפגעמאכט חתונה צו האבן מיט ליפא איז געווען ווען זי האט באמערקט אז ער האט אוועקגעגעבן זיינע גלאווס (כפפות) פאר די שומר הפתח ביים האטעל, וואס דאן פאלט זי פאר זיין גוט הארץ.
ראוונע » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 11:25 am
· #310676
זייער שיין ארויסגעברענגט הרב שש (ווי אלעמאל)
וואס מיר האט בעיקר געבאדערט מיט גיטי איז אז ווען זי האט באמת געהאט א סיבה צו זיין ברוגז אויף אים אין אים אפלאזען (ווען ער איז געווען אין ארגענטינע) דעמאלטס האט זי זיך גאר געשטעלט אויף זיין זייט אין נישט געלאזט קיינעם רעדן שלעכטס אויף אים אין ווען ער איז אהיימגעקומען האט זי נישט געוואלט רעדן דערפון זאגענדיג אז די עיקר איז אז די ביזט צוריק דא
ווייטער ווען זי האט באמת נישט געהאט קיין שום סיבה צו זיין ברוגז אויף אים. ווייל למעשה האט זי אויך געוואלט געבן די נאמען נאר אן געלט (אין זי האט זיך בכלל נישט אדורכגערעדט מיט איר מאן וועגן דעם) אין ליפא האט סל הכל געוואלט כאטשיג עפעס ארויסנעמען דערפון. אין שפעטער ווען זי האט געוואלט צוריקציען האט שוין ליפא נישט געקענט גארנישט טוען דארט בלאזט זי ווי משוגע עד כדי כך אז אפילו ווען זי איז שוין ענדליך צוריק צו איר מאן אז די שטוב זאל צוריק ווערן אין ארדענונג וויל זי נישט אז ליפא זאל שלאפען אין איר צימער
איך וואלט געזאגט אז אין גיטי שפיגעלט שטארק אפ די selfish כאראקטער פון איר טאטע שלום
ווי אויך אנפאנג פון די סעריע זעהט אויס ווי ליפא איז די צופארענער אין גיטי איז די געסעטעלטע למעשה יעצט הייבט אן אויסזעהן פארקערט ווי ליפא טוט זאכען דורכגעטראכטערהייט אין גיטי עקט לויט אירע הרגישים
באשטעטיגט » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:18 pm
· #310717
-זעהט מיך אויס צוצילייגען צי איהר כאראקטער ,אז זי איז נישט סובל נייע געדאנקען אויף אזוי ווייט אז זי מיינט די וועלט איז איינגעפאלן-1)וואס הייסט געבען א נאמען פין עצמי ובשרי נאך א פרעמדן 2)וואס הייסט א מיידל זאל מינק זיין 3)מאן באקימען א smart phone אין אזוי ווייטער 4)א יונג מיידל זאל חתונה האבען אזוי פין איין מינוט אויפן צווייטע
זי ראגירט צו די אלע זאכען אזויווי די וועלט איז אנגעפאלען.
-חוץ פין דעם וואס זי האט א אייגענע שטארקע מיינונג וואס איז באזירט מער אויף רגש ווי שכל (אזויווי אסאך היימישע פרויען)
-ווען זי וואלט אביסל מבטל געוועהן איהר דעת צו איהר מאן (אפי' ער איז נישט דער גרויסע תנא קמא)וואלט זי געוועהן מער ציפרידן אין אסאך פראבלעמען וואלטען אוועק געפאלן.
קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:34 pm
· #310719
למעשה קימט אויס די דריי גיטי מיט איהר ברידער קיווע מיט דער טאטע שלום ליידען פון איין זאך , און וויאזוי שלום ברענגט עס גיט ארויס "נעם דיינע געפילן אין שטיפ עס גיט גיט אראפ אין בויך!! עמוק עמוק בבטן... און די תוצאה איז וויזוי ס'קיקט אויס! וועגן דעם קען זיך גיטי נישט געהעריג אויסדריקן איהרע הרגשים פאר איהר מאן וויזוי עס באדארף צו זיין.און די זעלבע זאך קיווע.
וואלטן זיי ווען נישט אראפגעפלאשט זייערע געפילן וואלט קיווע געזאגט פאר זיין טאטע אין פרצוף אריין : טאטי דו קימסט טאקע מיט אבער דו זאלסט זיין שטיל דארט האסט פארשטאנען.... נישט אלעמאל דארפסטו זיך אנרופן... ודי בזה
moshav zekeinim » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 3:35 pm
· #310720
וואס לערנט מען דא אפ? אויב אזוי קען מען טרעפן תורה קאודס אינעם קוראן...
האט דער מחבר הסרט טאקע מכוון געווען צו די אלע פרטים? האט ער מכוון געווען אז די שטעסלס זאלן אנטהאלטן א באהאלטענער געמיינזאמער כאראקטער?
באשטעטיגט » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 4:05 pm
· #310722
-באופן כללי וועלען גיטע עקטערס זעהן די סקריפט ,אין זעהן צו זיי קענען זיך אריינלייגען צו זיין די כאראקטער ,ממילא מיז עס שטימען,אין צומאל מיז מען טוישען די סקריפט אז זי זאל קענען פילן אז זי שפילט אטענטישע מענטש.
-א גיטע אקטער פראבירט זיך אינגאנצען ארייצולייגען אין די שיך פין די כאראקטער
-די אקטארס זענען געוועהן היבש לאנג אין מאה שערים צו פארשטיין וואס חרדים פילען ,טראכטען,וכו אויסגעפרעגט וכדו'
דא האסטו ווי גיטי איז זיך אליין מסביר אביסל אין די ערשטער עונה https://www.youtube.com/watch?v=uoD__W44tbA
יהושע חיים » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:11 am
· #310792
איך גלייב איך בין נישט די איינציגסטע וואס וויל וויסן אויב די מאחורי'דיגע ענינים זענען במכוון נישט דא, אדער עס איז פשוט עם הארצות.
ראוונע » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:23 am
· #310813
זיי דיך אביסל מער מסביר
פישערער רבי » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 8:06 pm
· #311345
רבותיי דא ס'ליגט שוין פרק 6
http://www.dailymotion.com/video/x3h1bz ... e-6_travel
אבער דא קען מען נישט דאונלאוד'ן כ'ווארט שוין בקוצר רוח אז הרב סביב העולם וועט עפענען זיין קאמפיוטער נאך שבת און אהער לייגן דער לינק צו דאונלאוד'ן פרק 6.
באשטעטיגט » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 9:00 pm
· #311348
שטיסל 2 - פרק 7 יישדר במוצ"ש הבא
זה יהיה התוכן-
"גמ"ח ילדים אבודים" - במהלך ההכנות לחתונה עם מנוחה, שולם נזכר ביום הולדתה של אשתו שנפטרה. רוחמי חוזרת לבית הוריה אחרי שבעלה עזב לצפת ומעוררת את כעסה של גיטי, שמנסה לבטל את הנישואים. עקיבא עוזב את הבית ופוגש ילד אבוד
סביב העולם » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 9:02 pm
· #311349
אויב איינער קען מיר עס אריין שיקן אויף טעלעגראם וועל איך עס אפלודן
נישט געזארגט סנישט קיין שום שאלה פין גילי סאיז א גוגל נאמבער
סביב העולם » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 9:19 pm
· #311352
סביב העולם
אויב איינער קען מיר עס אריין שיקן אויף טעלעגראם וועל איך עס אפלודן
נישט געזארגט סנישט קיין שים שאלה פין גילי סאיז א גוגל נאמבער
איך האב עס יעצט באקימען אין סוועט זיין אויף טעלעגראם ביז 30 מיניט אי״ה
סביב העולם » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 9:29 pm
· #311353
דא האט איר א לינק
https://www.dropbox.com/s/xgikticd7ugqv ... 5.mp4?dl=0
דאס איז נאר פאר עונה 2 פרק 6
אזוי ווי איך ווייס נישט ווי לאנג די לינק גייט ארבעטען זאל מען עס גלייך דיינלודן אין אויב נאך איינער קען זאל נאך איינער עס אפלודן
באשטעטיגט » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 10:30 pm
· #311364
מיין ווייב איז אויס מענטש ,איך האב זי געפרעגט צו זי וואלט מיך מנדב געוועהן א ניר אויב עס וואלט אויסגעפעלט ח"ו אין זי האט געענפערט "מן הסתם -איך וואלט געדארפט טראכטען -איך מיין-אויב ס'נישט דא קיין ריסק..." נאך דעם האב איך געוואטשט צוזאמען מיט איהר די פרק ,יעצט זאגט זי "אוי- איך האב נישט געפאסט די טעסט ...איך בין יא מסכים איך האב נאר געזאגט....."
(איך האב זי געזאגט ס'גיט ס'גיט איך ווייס די ביסט א אמת'ע אשת חיל אין איך האב זי...)
וכדומה.. » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 10:43 pm
· #311367
האטס זיך נאך איינער דא פארבענקט נאך אלישבע ווען עקיבע מיינט אויפן באס פאר א רגע...
#געווען אמאל גוטע צייטן
באשטעטיגט » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 10:45 pm
· #311368
וכדומה..
האטס זיך נאך איינער דא פארבענקט נאך אלישבע ווען עקיבע מיינט אויפן באס פאר א רגע...
#געווען אמאל גוטע צייטן
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט אז דאס איז ליבי אין זיין טאג חלום ?
יעצט זעה איך די ביסט גערעכט ,איך האב עס איבער געקיקט !
פישערער רבי » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 10:56 pm
· #311369
א גרויסער ייש"כ הרב סביב העולם א דאנק על העבר און א געבעט להבא 😉 🙂 👍
באשטעטיגט » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2015 11:53 pm
· #311376
איך וועל נישט מוחל זיין די producer אויב צום סוף וועט קיווע נישט חתונה האבען מיט ליבי !
יעצט זעה איך אז זיי גייען נישט חתונה האבען צום סוף 😢
http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/724/681.html
שושן פורים » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 2:44 pm
· #311427
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס עס פעלט זיך אויס צוויי אשכולות פאר די זעלבע נושא??
@שמעקעדיג
שמואל פרימו » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:40 pm
· #313251
שש: איכה... וועק דיר אויף פון שלאף... ס'קומט באלד שובבי"ם.
בלאט: 1 2