☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9756
בלאט: 1 2

היסטאריקער » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:37 pm

· #306703
צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
קומענדיגען זונטאג איז געפלאנט א פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא וואס וויל פארקויפן פאר ארטיסטן.

אן אריינגיין אי די צדדים לייג איך ארויף די בריוו וואס ער האט געשריבן (אבער נישט געשיקט) פאר די רבנים

וירא הקהל וישפוט
📎 לוי יצחק ריבא.pdf

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:49 pm

· #306706
באקומען פון איינעם א פייל איבערן בעפארשטייענדיגן פראטעסט

קוקט אויס ס'איז אין די וויליאמסבורגע אויסגאבע'ס

📎 Protest.1.jpg
📎 Protest.2.jpg
📎 Protest.3.jpg
📎 Protest.4.jpg

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:51 pm

· #306709
2 3 4 גייט עפעס נישט, @שעפטל

אהרן » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:58 pm

· #306711
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
קינדער אין די וויגן..

טמיר » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:59 pm

· #306712
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
Doesn't make any sense, ווי אזוי קויפט מען א לאט פאר מען זעט וואס טוט זיך דארט?

קען אפשר איינער זאגן ווער איז דער ריבא, און האט ער עס טאקע געטון לשם מצוה?

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 4:19 pm

· #306718
כ'פארשטיי נישט. פארוואס רופט נישט ריבא דעם מייזליש צו דין תורה?

גנדי » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:24 pm

· #306727
וואס גייט די דין תורה אויפטוהן?

יונה כהן » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 5:50 pm

· #306733
היסטאריקער
קומענדיגען זונטאג איז געפלאנט א פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא וואס וויל פארקויפן פאר ארטיסטן.

אן אריינגיין אי די צדדים לייג איך ארויף די בריוו וואס ער האט געשריבן (אבער נישט געשיקט) פאר די רבנים

וירא הקהל וישפוט


איך בין נישט באקאנט אין דער ענין אבער לתועלת ידיעת הרבים האב איך געוואלט מגיב זיין אויך איין נקודה וואס דער כותב שרייבט אין #6 וז"ל "...והן מחמת חשש שקרוב הדבר להפסד שבני אדם ממילא לא ירצו לקנות דירה שעקרו אילנות באותה מקום"

עס קען זיין אמת אז קונים וועלען מורא האבען צו קויפען סיי ווי סיי, אבער אין אמת'ן איז נישט דא קיין סכנה בכלל אויף אזא "מקום". דער סכנה איז נאר רובץ אויף דער מענש וואס איז עוקר דעם אילן בלי היתר. וכל זה מבורר בשו"ת יעב"ץ חלק א' סי' ע"ו און ער שרייבט צו: "וכל זה פשוט וברור מאד"
📎 IlanPeirosYavetz.JPG

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:15 pm

· #306740
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
דער עיקר איז אז ס'גייט זיין באסעס. ולה' הישועה!

יונה כהן » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:29 pm

· #306743
[ציטאט אראפגענומען]



איך האב מקדים געווען אז מענשען האבען דאך מורא, אבער זייער מורא האט נישט קיין יסוד בכלל. און אויב מענשען האבען פחדים וואס איז נישט מיוסד אין ספרי קודש איז עס סתם אן אמונה טפילה.

דער טו"ז וואס איר ברענגט איז נישט אזוי ווייט נוגע ווייל דער שמועס איז איבער דעם קוצץ אדער זיין שליח און עס איז פארהאנן אן ענין מחמיר זיין פאר'ן קוצץ נישט צו נוצן קיין היתרים "עוקר" זיין א בוים. אבער דא קומט דער יעב"ץ אין זאגט אז לגבי דער "מקום" וואס אויף דעם איז ברור איז נישט דא קיין שום חשש. אדרבה זאל איינער ברענגען עפעס א מקור אז א "מקום" טראגט אויף זיך א סכנה עולמית לעלמי עד.

נ.ב. איך ווייס גאנץ גוט אז פאר רוב מענשען זענען מיינע ווערטער אומזיסט, אבער למען האמת האב איך געברענגט דעם יעב"ץ

שטיינער » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:40 pm

· #306745
למעשה קען ער טרעפן א קונה? כ'מיין אז נישט.
אויב האט איינער א עכטע פראבלעם, קען ער עס קויפן

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 7:04 pm

· #306748
גנדי
וואס גייט די דין תורה אויפטוהן?

אז ער וועט צוריק באקומען זיין געלט און די פראטעסט וועט זיין ביי מייזליש. איינער האט זיין אדרעסס? מיין קינד אין וויגן וויל וויסן

פליקער » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 7:31 pm

· #306754
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
ווי זענען די רבני העיר פאר די הימל שרייענדיגע עוולה אז מען פארקויפט דירות פאר היימישע אידן פאר די שטוינעדע טייערע פרייז פון פיר הינדערט פיפציג דולר פאר א אינטישטע פיס און פינף מיאות פאר א פאדישטע פיס.
צי דינגען א לעכל אויב איז עס עטוואס גרעסער פין דעם באטרעפענדער'ס נוז לאך, דאן איז די מעשה צוויי אלפים חודשלעך, נאר אויב מען האט א פלאן בהשגחות סאכדעס הגנבים,
ווי איז די פראטעסט פון אינז אלע, קעיגן די רבנים וואס לאזן דאס צי.
איי וואס וועט עס אויפטיען, נאר אויפ דעם לויטעט די אלטע כלל, אז מען שרייט טוט עס וויי.

יואליש » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 8:11 pm

· #306757
ס'מאכט נישט אויס צו די המון עם'ס היסטעריע איבער א פרוכט ביימער איז באזירט אין הלכה, מנהג אדער אין עמעראצעס אדער אור אלטע סופערסטישאן. אויב איז די פאקט אז מענטשן טראגן זיך ארום מיט א פחד ווי נאר דאס ווארט "פרוכט בוים" און "הוי"ז איז דערמאנט אין איין זאץ, מיינט דאס אז דער דעוועלעפאר האט א לעמאן צו פארקויפן. זיך דערגרונטעווען אין די מקור פון די סופערסטישאן איז אקעדעמיק, אירעללעוואנט אין פינאנציעלע טערמינען.

אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן די עולם הפוך וואס דא קומט פאר מיט פרוכט ביימער. במושכל ראשון וואלט איימיצער ערווארטעט אז מענטשן וועלכע נעמען אזוי צו הארצן די מעסעדזש פון היטן אויף לעבעדיגע אילנות וועלן לכאורה זיין שטארק סימפאטיש צו ענוואראנמעטעליסטן און זייערע צוועקן לגבי אפראטעווען ביימער בפרט און לייף בכלל. דערווייל שטעלט זיך ארויס אז דאס איינצוגסטע חלק וועלכע די מענטשן נעמען ארויס אז די אומראציאנאלע סופערסטישאן, און בכלל נישט די כוונה דערפון, פון שעצן לעבן אין צמחים. אדרבא, די גרעסטע ביטול און אפשיי רעזערווירן די זעלבע מענטשן פאר ענווייראנמענטעליסטן.

שצם_חנכל » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:52 pm

· #306789
בני בלי שם הענגען פאשקאווילן, פארעפענטליכען א פריוואטע סעל, פארופען אומרוען אין די גאסן און דער מסודר'דיגע בעל בית דארף זיך פארענטפערן א מעשה מיט פירות ביימער! ווען עס זאל הערשען א טיפע אפשיי צו טעראר במחנינו וואלט אזעלכעס נישט פאסירט, האבן שוין הרב הארפענעס און הרב פילאפ סיי וואס געטון אפצושטעלן די מאסן הלבנת פנים און טעראר?

ווען מען זעט איינעם פארנעמען מיט די סארט אקטיוויטעטען דארף מען זיך אנרופען צו יענעם בקול רם בכח גדול "האלאו? די ביסט נארמאל?". אין מקוה ווען מ'רעדט איבער די נייעס דארף מען זיך אנעמען פארן נרדף, אפגעזען צו ער איז גערעכט צו נישט, והאלוקים מבקש את הנרדף! אויב האט איר א שייכות מיט א רב וואס פארנעמט זיך מיט קול קורא'ס און אסיפות, לאזט אים וויסן אז פאר אייך איז וויכטיגער די רואיגקייט און שטאט ווי אלע דאגות פון מציצה בפה ביז סטיינערס סטודיא.

לאמיר אלע ווערן ראובן צימערמאן'ס!!
(קרעדיט @יואליש)

לית דין בר נש » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:11 am

· #306823
וואס פלאנט ער באמת צו טוהן? אפשניידן די ביימער און פארקויפן פאר גוים? ער האט דויך מורא פאר שניידן ביימער, אולי פארקויפן די גאנצע פראפעטי פאר א גוישע אינוועסטער? איז דא בכלל אזא זאך אין וויל?

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:37 am

· #306825
יא זיין פלאן איז צו פארקויפן דעם גאנצן פראפעטי כמו שהוא, מיט די ביימער און אלע זייטיגע זאכן.

ער האט דאס ארויסגעלייגט פאר סעיל און פון דארטן האט זיך אנגעהויבן די "#קינד.אין.די.וויגן" וויי געשריי

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:49 am

· #306827
ווי גרויס זענען די ביימער? איז נישט דא קיין מעגליכקייט צו איבערפלאנצן/אוועקפירן די ביימער?

ברוך בער » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:11 pm

· #306830
די סאלוציע זעט אויס פשוט. זאלן די רבנים שרייבן א תשובה אז בכגון דא איז מותר לכתחילה איבערצופלאנצן די ביימער, להלכה איז דאך קיין שום איסור. מען קען אפילו פארשאפן בריוו פון סקולען און פשעווארסק אז אדרבה תבא עליו ברכה קיין שום מזיקין וועלן נישט שולט זיין. קען מען עס נישט ערלעדיגן להצלת העיר?

יואליש » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:26 pm

· #306833
ברוך בער
די סאלוציע זעט אויס פשוט. זאלן די רבנים שרייבן א תשובה אז בכגון דא איז מותר לכתחילה איבערצופלאנצן די ביימער, להלכה איז דאך קיין שום איסור. מען קען אפילו פארשאפן בריוו פון סקולען און פשעווארסק אז אדרבה תבא עליו ברכה קיין שום מזיקין וועלן נישט שולט זיין. קען מען עס נישט ערלעדיגן להצלת העיר?


א תשובה איז נישט אזוי וויכטיג דא. א הבטחה, א ברכה, א סגולה איז. די פחד האט נישט מיט הלכה נאר מיט סופערסטישאן. זאגסט א פיינע עצה. זאל סקולן'ער רבי מבטיח זיין ברבים אז ווער ס'וועט אנטייל נעמען אין די קיצוץ הנטיעות לזיכוי הרבים ולהסיר מכשול בקדשתן של ישראל, ובפרט ווער ס'וועט דארט קויפן א דירה, וועט געהאלפן ווערן מיט זש"ק, אומפרעצעדענטע נחת דקדושה, און בריאות השלימות ואורך ימים ושנים פאר די גאנצע משפחה עד סוף כל הדורות - נאן ריפאנדעבאל, אן קיין אינטערנעט-סמארטפאן fine print exclusions. געשעפטן וועלן פארקויפן שטיקלעך ביימער, בלעטער און פרוכט, וועלכע איז מסוגל לכל מילי דמיטב.

נישט נאר וואס דער אינוועסטער וועט נישט דערלייגן געלט, ער וועט נאך קענען פארקויפן אן אפארטמענט מיט עטליכע הונדערט טויזענט דאלאר העכער מארקעט פרייז. און אויב איז ער קלוג, לייגט ער זיך אוועק א צימער ווי ער זאל אויפבויען א ביזנעס פון טרענספערן די סקולענע הבטחה צו יעדער וואס שלאפט דארט איבער א נאכט און באצאלט אן העפטיגע פדיון. קימפעטארענס וועלן זיך לאזן קאסטן תבלין ותקילין צו איבערשלאפן א נאכט מיטן ניי געבוירן קינד צו ממשיך זיין די הבטחה נצחיות שאפי' על תנאי לא בטל. יארן ארום וועט מען קענען אנצייגן אויף א אידיש קינד, "דאס איז א דיוויזשאן קינד", ווי די יראת שמים און הצלחה איז ניכר אויף טריט און שריט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:32 pm

· #306834
[ציטאט אראפגענומען]

כעלעמ'ער מגיד: טראץ די אלע פסקים פון ט"ז און אנדערע, שפעטער'דיגע פוסקים ווי דער חכם צבי און דער יעב"ץ, איז דאך א פאקט אז מענטשן האבן מורא זיך אריינצולאזן אין אזעלכע געשעפטן. (ממילא האט לוי יצחק ריבא א שטארקן פוינט.(
ביי אונז אין די משפחה איז דא אזא סיפור אז מיין זיידע, מיין טאטע'ס טאטע איז געווען איינער פון די עסקנים אין זיין שטאט אלס יונגערמאן. אוןן מ'האט אפגעקויפט א שטח צו בויען א תלמוד תורה וואס דארט איז געווען א בוים פון פירות. און לפי הוראת הרבנים פון יענע שטאט האט מען אויסגעריסן דעם בוים. און מיין זיידע איז אוועק יונגערהייט, קורץ נאך די מעשה. ביי אונז אין די משפחה איז מען עס תולה אין דעם וואס ער איז געווען איינער פון די אנפיהרערס, און אחראי פאר אויסרייסן דעם בוים...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:36 pm

· #306835
יואליש: איך האב דיך אייביג געקענט אלס אן ערנסטער מענטש. אבער דיין לעצטע תגובה איז דאך איין שטיק ליצנות...ווייל איך האב נישט געקענט אויפהערן צו לאכן. פון די פארשלאגן, און וועלכן רעבין מ'זאלל ארייננעמען אין די ארבעט...! 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:40 pm

· #306836
לית דין בר נש
וואס פלאנט ער באמת צו טוהן? אפשניידן די ביימער און פארקויפן פאר גוים? ער האט דויך מורא פאר שניידן ביימער, אולי פארקויפן די גאנצע פראפעטי פאר א גוישע אינוועסטער? איז דא בכלל אזא זאך אין וויל?

יא. א גוי אן אינוועסטאר וועלכער איז נישט באהאוונט אדער האט נישט נאכגעפארשט די דעמאגראפיקס פון די געגנט...אדער וועלכער איז געפאללן אויף זיין קאפ. און דער מח איז געווארן א ביסל געדעמעדזשט... 😂 🙄

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:52 pm

· #306845
אונטערשטע שורה וואו גייט זיין די קעגן דעמאנסטראציע?

יונה כהן » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 2:40 pm

· #306848
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

כעלעמ'ער מגיד: טראץ די אלע פסקים פון ט"ז און אנדערע, שפעטער'דיגע פוסקים ווי דער חכם צבי און דער יעב"ץ, איז דאך א פאקט אז מענטשן האבן מורא זיך אריינצולאזן אין אזעלכע געשעפטן. (ממילא האט לוי יצחק ריבא א שטארקן פוינט.(
ביי אונז אין די משפחה איז דא אזא סיפור אז מיין זיידע, מיין טאטע'ס טאטע איז געווען איינער פון די עסקנים אין זיין שטאט אלס יונגערמאן. אוןן מ'האט אפגעקויפט א שטח צו בויען א תלמוד תורה וואס דארט איז געווען א בוים פון פירות. און לפי הוראת הרבנים פון יענע שטאט האט מען אויסגעריסן דעם בוים. און מיין זיידע איז אוועק יונגערהייט, קורץ נאך די מעשה. ביי אונז אין די משפחה איז מען עס תולה אין דעם וואס ער איז געווען איינער פון די אנפיהרערס, און אחראי פאר אויסרייסן דעם בוים...!


[הדגשה אין דעם ציטיר איז מיינער]

עס איז קלאר אז עס מענשען ווילען עס פארט נישט קויפען.

פון אייער מעשה צושטעל דא זעט מען פארוואס מענשען זענען פשוט צומישט אין דעם ענין.

דער יעב"ץ מאכט דאך קלאר אז עס איז פארהאן א חילוק צווישען דער וואס איז עוקר אדער איז גורם דורך א שליח, צו דער וואס וויל קויפען און זיך משתמש זיין אין א "מקום" פון ווי מ'האט אמאל אויסגעריסען א פראכט בוים אפילו במזיד שלא כהלכה. אבער איר זענט געקומען מיט א לשון פון "אזעלעכע געשעפטן" כאילו ס'איז דער 'זעלבער געשעפט'

ולפי אייער מעשה איז דאך אייער זיידע געווען פארמישט אין עוקר זיין דעם בוים. וויאזוי ווערט פון אייער מעשה א ראי' פאר "אזעלעכע געשעפטן"?

יעקב מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 2:59 pm

· #306853
הרב כהן.

איך האב גערעדט מיט א חבר מיינער וואס האט געקויפט א הויז מיט א פרוכט בוים דערויף, און ער האט אנגעהויבן צו מאכן ריסוירטש וואס און וויאזוי ער זאל בויען, דא האסטו די תמצית היוצא

1) כמעט קיין איין סאטמערע דיין האט נישט געוואלט ענפערן בכלל, (מיט א אויסנאם פון אפאר געציילטע), אלע האבן מסביר געווען אז די זאכן פסקנ'ן זיי נישט ווייל זיי האבן פשוט מורא, אפי' זאכן וואס ווערן מבורר אין שו"ת באר משה אלץ הונדערט פראצענט מותר (דארט איז דא אפאר לענגערע תשובות איבער די ענינים),
בדרך כלל האבן די וויזניצע דיינים שטארק מקיל געווען מיטן פארקויפן עס פאר א גוי,

2) ער האט געהערט איין מעשה, וויאזוי איינער (דאכצעך אין לאנדאן ) וואס האט געהאט צרות צרורות גלייך נאכן אהינמופן, און מ'איז שפעטער געוואויר געווארן אז דארט האט מען אויסגעריסן א פרוכט בוים (נישט ער נאר דער פריערדיגער בעל הבית), וויאזוי שטימט דאס מיט דעם שאילת יעב"ץ ? איך ווייס נישט און קיינער ווייסט נישט, אבער די מורא גייט נישט אוועק.




לגופו של ענין,

ווען ריבא זאל ווען פראפעסיאנאל אוועקפירן די פרוכט ביימער (אויב ס'איז מעגליך), -מיט א אפראוועל פון א דיין- וואלט ער געהאט גענוג אין נאך קונים. און ס'גלייבט זיך שווער אז ער האט נישט געוואוסט דערפון פארדעם, די לאט באלאנגט שוין פאר א איד פאר יארן, און ס'איז זייער שווער צו באהאלטן אזא זאך, ווען דאס איז אויף די מארקעט.

מיר קוקט עס אויס מער ווי א עקסיוס צו מאכן אפאר טאלער (נישט אז ער מעג נישט..... אבער לאמיר זיך נישט פאפן וואס זיינע אמתע כוונות זענען)

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:15 pm

· #306857
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
אין לפידות קאנטרי (סאטמער הרז"ל) האט מען אויסגעריסן א פירות בוים, דורך פארקויפן פאר א גוי, צו בויען די נייע שול דארט.

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:11 pm

· #306866
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
[ציטאט אראפגענומען]




א פחד

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 8:56 pm

· #306898
אהרן
אין לפידות קאנטרי (סאטמער הרז"ל) האט מען אויסגעריסן א פירות בוים, דורך פארקויפן פאר א גוי, צו בויען די נייע שול דארט.

אהרן: סאטמאר, רז"ל מעג אלעס. ווייל זיי זענען נישט קיין ציונים, און יענער (ארונים, אדער וויזניץ,בעלזא,קלויזנבורג. וליובאוויטש מאן דכר שמיה) איז אייביג א שייגעץ. זייער רבי, דער גרויסער גאון ופוסק הדור האט מברר געווען פון..."מעלות" אז סשטייט דארט בפירוש אז מ'מעג...!

שמעון וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 10:47 pm

· #306912
געוואלדיג
אונטערשטע שורה וואו גייט זיין די קעגן דעמאנסטראציע?


אין קאווע שטיבל.
קינדער אין די וויגן זענען נישט וועלקאם.

אהרן » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:24 pm

· #306916
berlbalaguleh
אהרן
אין לפידות קאנטרי (סאטמער הרז"ל) האט מען אויסגעריסן א פירות בוים, דורך פארקויפן פאר א גוי, צו בויען די נייע שול דארט.

אהרן: סאטמאר, רז"ל מעג אלעס. ווייל זיי זענען נישט קיין ציונים, און יענער (ארונים, אדער וויזניץ,בעלזא,קלויזנבורג. וליובאוויטש מאן דכר שמיה) איז אייביג א שייגעץ. זייער רבי, דער גרויסער גאון ופוסק הדור האט מברר געווען פון..."מעלות" אז סשטייט דארט בפירוש אז מ'מעג...!


בערל, ווי האסטו דא דא אריינגעבלאנשעט אין תורת אר"י-ז"ל?

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 3:24 am

· #306957
דער געוואגטער יונגל: איך האלט אז אויף תקנה נומער צוויי ביסטו נישט גערעכט. אין ווילאמ-פעסט איז די באגאבאא קערידזש פונקט אזא מצוה ווי פארברענען דעם טמא'נעם מדינת ישראל פאן. אדער לכה"פ זיין ביי דעם גרויסן מעמד קידוש שם שמים...אן דעם הייסט מען נישט קיין גבר בגוברין סאטמראין... 🙄

אהרן » מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 10:26 pm

· #307044
א טשיקאווע געשיכטעלע: לוי יצחק ריבא האט טענות אויף די רבנים ׳היתכן מען האט אים נישט גערופען נאר געשיקט א מכתב אזהרה׳ (איינער פארשטייט די טענה?), אבער ער שפירט נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר די רבנים נאר ארויסליקען א בריוו אויף ק"ש, און דערנאך האט @שצם_חנכל טענות היתכן די רבנים ארבעטען נישט מבטל צו זיין א פראטעסט וואס א יחיד האט פאררופען.

בעל הבית » מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 11:41 pm

· #307050
לאור די גרוסע בברבתנו וויגן פראטעסט, איז כדי ממשיך צו זיין נאכדעם גיין קיין ספענסער סט. ווי דער משפחת יאקאבוויטש האבן א ריזיגע בנין אנגעפאקט מיט ארטיסן אין די הארץ פין ווילאמסבורג ווי הונדרעטע בחורים ווערן נכשל , אלעס מיט א נערישע היתר פין ר' אברהם לייטנער, פאר 20 יאר צוריק ווען קיין יוד האט נישט געוויסט פין אזא גאס , אשע"כ זאל מען יעצט באזינגען די ראש הקהל פוי

שצם_חנכל » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:07 am

· #307054
אהרן
א טשיקאווע געשיכטעלע: לוי יצחק ריבא האט טענות אויף די רבנים ׳היתכן מען האט אים נישט גערופען נאר געשיקט א מכתב אזהרה׳ (איינער פארשטייט די טענה?), אבער ער שפירט נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר די רבנים נאר ארויסליקען א בריוו אויף ק"ש, און דערנאך האט @שצם_חנכל טענות היתכן די רבנים ארבעטען נישט מבטל צו זיין א פראטעסט וואס א יחיד האט פאררופען.

איך בין נישט ריבא'ס טוען אבער אבוויעסלי זענען די רבנים פארנומען אויסצופראקען יחידים וואס ליסטען זייערע הייזער אויף trulia אנשטאט די דבר יום ביומו, זאלן זיי אזוי גוט זיין נישט צו קלויבען קיינע מערכות און קעיר נעמען פון "אלע" יחידישע פראבלעמען, אריינגערעכענט פון ליידיגגייער וואס שאנטאזשירן אנדערע.

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:50 pm

· #307123
צענדליגע טויזענטע ביים וויגן פראטעסט אין וויליאמסבורג. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז ת"ק פרסה געווען אן אונטערשאצונג. די פאליציי ברענגט אריין א קראפט פון נאך הונדערטע טויזענטע פאליציאנטן פאר קראוד קאנטראל. סטעי טונד.
IMG-20151101-WA0072.jpg

Milk shake » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:56 pm

· #307126
שצם-קצם אנטשולדיגט איך קען נישט נאכזאגן דיין נאמען געהעריג..

דו שרייבסט אז "בני בלי שם" לייגן צעטלעך פאררופן א פראטעסט, דערנאך רייסטו יא אריין צוויי נעמען פון רבנים, דעריבער מאך עס קלאר,
א. איז דאס בני בלי שם, אדער רבנים? אדער
ב. איז דאס גאר רבנים, נאר א בעל הבית מיט זיינע געלט נגיעות (1.5 מיליאן פראפיט!) שטייט העכער פון רבנים? אדער
ג. אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז בני בלי שם, ווען מ'זאל אין דיין נאז אריין אויפבויען א בנין מיט נאקעטע ארטיסטן, - קענען מאכן א מיליאן וחצי - וואלסטו געשוויגן, אדער געמאכט א ויצעקו?
ד. אויב וואלסטו געשירגן פאר ווייטאג, וואלסטו ארויסגעלייגט צעטלעך מיט דיין נאמען? אדער וואלסט אויך געווען דעמאלט א "בן בלי שם"?

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג ווייל איך נעם נאר מיין אינפארמעישאן פון קאווע שטיבל, און כפי הדברים האלה פרעג איך מיינע פראגן,.....

קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 2:51 pm

· #307139
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
Wow אזויפיל קראנקע איז נאך דא אין ווילי?!!

גרויסע מענטשעלע » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 2:55 pm

· #307142
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
וועלכע כולל געקומען צופארן ?

קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 3:21 pm

· #307153
די בילד ווי א שירי כנסת הגדולה זיצט פארצערט אויף די מצב הדור איז דער בילד פון יאר הונדרעט. מ'קען ליינען זיינע מחשבות.

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 3:28 pm

· #307155
איך וועל זאגן דעם אמת, איך בין עכט סורפרייזט צו זעהן אז רוב עולם אין ווילי זענען נאך גענוג נארמאל נישט צו גיין, איך בין בטוח אז ווען די קינדער וואלטן געקענט אליין רוקן זייערע וויגן וואלטן זיי געקומען אין די מאסן,

#מעשהשטןהצליח

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 3:53 pm

· #307164
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
וואס גייט מען זאגען? דרייסיג מענער, פיהר פרויען און צוויי וויגלעך? אה! מי כעמך ישראל וואס קומען אין די מאסען פראטעסטען אויף א מענטש וואס וויל פארקויפען זיין הויז צו אזא באשעפעניש וואס רופט זיך 'ארטיסטען' וואס איז שלשה כבני אדם ושלשה כמלאכים. היל''ת

פליקער » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 4:59 pm

· #307178
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
נאכן גרויסארטיגן פראטעסט זעיט מען דאך קלאר אז וויליאמסבורג איז פיניש, עס איז קליפ אין קלאר אז מען איז מחיוב צי פארקויפן די דירות פאר גויים, די אלע טויזענטער אידו און הינדערטע רבנים וואס זענען נישט געוועין ביים פראטעסט, טראץ די קאלירטע פלאקאטן, איז שוין קלאר וואס דער אמת איז, עטליכע פלאכע היטן מיט גאלי, איין אלטע קראכער וואס זעיט מיר אויס ווי מר. וויזנער וואס קלייבט זיך צי פארקויפן די קארנער פאר א גוי, טו גוד טו בי טרו.

וואט עי שעים וויליאמסבורג, דער רויטער בערגער נאך קיין מאל פאר קיין טולער נישט ג'ארבייט, ער זיצט אויבן אן.

Kool man » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 5:04 pm

· #307179
אפשר בין אין א מצומצם, אדער ווערען דא רוב שרייבער מיטגעשלעפט מיט א ווינט פון אפאהר זעלבסט געקרוינטע ליצים, ווי א גאסט פון א מייל קוק איך צו די בילד פון א ווייטערען און ברייטערען פערספעקטעוו, און איך וויל עפעס פארשטיין, ,

אינמיטען א יודישע גאס, גייט איינער פארקויפען פאר גויים, לייג יודישקייט אין א זייט, קיין איין יוד איז נישט באטעמ'ט אז ס'קומט אריין א גרויסע בנין מיט אויסגעלאסענע גויים הארט נעהבען זיי, האבען די נעיבערס און תושבי העיר נישט קיין רעכט צו זאגען זיין דעה?? ער טאהר נישט שרייען ידידי! פאר אפאהר טאלער פארקויפסטו אונז אינגאנצען??, שרייען טאהר ער שוין אויך נישט?

מיין פעטער נ"י האט א הויז דא אין בארא פארק ביי די גאהר נידריקע עוועניאס, ווע ס'שוין דא ארום און אסאך נישט יודען, ער האט געהאלטען ביי אונטערשרייבען א קאנטראקט מיט א כינעזער, זיין שכן האט אויסגעפינען, ער האט זיך געבעהטען צו טרעפען מיט איהם, ער האט ממש געוויינט צו איהם, שוין יארען וואס אונז מאכען די גאס יודיש, וויאזוי קענסטו עס טוהן? מיין פעטער האט זיך אפגעלאזט און נישט פארקויפט! ער'ט געקענט מאכען א שיינע אפותיקי

אין מיינע אויגען איז דער מוכר א סעלפיש מענטש, וואס פייפט אריין אין זיינע שכנים און האט אלע יודען טיף טייער, ער וויל מאכען זיינע פאר מיליאן און זאלען אלע זשידאוס גיין קיין קאנארסי אדער צו די לבנה, און די פארווייטיקטע בעוולה'טע יודען שרייען, ווייל ווען ס'טוט וויי שרייט מען! דער מוכר קוקט מיר מער אויס ווי א וויליאמסבורגע אוממענטש



וואס דארפען זיי טוהן זיך איינבייגען די רוקען און לאזען שמייסען? לאזען פיהרען ווי פערד צו די שחיטה? מ'שטעכט זיי אין די רוקען, און נישטאמאהל מעהגען זיי שרייען אוטש!?

שצם_חנכל » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 5:56 pm

· #307196
Milk shake
שצם-קצם אנטשולדיגט איך קען נישט נאכזאגן דיין נאמען געהעריג..

דו שרייבסט אז "בני בלי שם" לייגן צעטלעך פאררופן א פראטעסט, דערנאך רייסטו יא אריין צוויי נעמען פון רבנים, דעריבער מאך עס קלאר,
א. איז דאס בני בלי שם, אדער רבנים? אדער
ב. איז דאס גאר רבנים, נאר א בעל הבית מיט זיינע געלט נגיעות (1.5 מיליאן פראפיט!) שטייט העכער פון רבנים? אדער
ג. אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז בני בלי שם, ווען מ'זאל אין דיין נאז אריין אויפבויען א בנין מיט נאקעטע ארטיסטן, - קענען מאכן א מיליאן וחצי - וואלסטו געשוויגן, אדער געמאכט א ויצעקו?
ד. אויב וואלסטו געשירגן פאר ווייטאג, וואלסטו ארויסגעלייגט צעטלעך מיט דיין נאמען? אדער וואלסט אויך געווען דעמאלט א "בן בלי שם"?

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג ווייל איך נעם נאר מיין אינפארמעישאן פון קאווע שטיבל, און כפי הדברים האלה פרעג איך מיינע פראגן,.....

איך שרייב בני בלי שם רודפ'ן מענטשען, און מיין פראגע איז צו די רבנים, פארוואס טעראר ווערט צוגעלאזט במחנינו אן קיין קול מחאה?
א. וואס פרעגסטו? ליין איבער מיינע תגובות
ב. קיינער איז נישט העכער פון די תורה, הלבנת פנים איז אסור! איך זוך די הלכה'דיגע בירור אז בויען פאר גוים וואס צאלן פי כמה, איז אסור
ג. קיין שום פראבלעם, מען לערענט אויס די קינדער צו טאלערירן מענטשהייט און פאררעכטען נאר זיך! "נאקעטע ארטיסטן"? דאס איז איינע פון די טיטלען וואס איך וואלט נישט געוואלט הערן פון מיינע קינדער.
ד. העטעך פעטעך, לאמיר דן זיין צו די יעצטיגע טעראר איז אויסגעהאלטען אדער נישט,

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס אנאנימע און באזיסלאזע טעראר ווערט צוגעלאזט במחנינו.

פליקער » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 7:40 pm

· #307208
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
לכבוד הרב kool man איך וועל דיר אביסל אויסשמיסן דאס ענין, אוודאי ביזטו גערעכט אז עס זעיט אויבן אויף ווי א הימל שרייענדיגע עוולה, אבער היות דו האסט נישט די דיטאלן וואס דא גייט פאר לקיים מה שנאמר שמוע בין אחיכם ושפטתם צדק בין איש ובין אחיו, דו און די אלע וואס האבן דארטן פראטעסטירט, זענען די אלע מקבלי לשון הרע בפרהסיה, זיי ווערן אויפגערייצט פון עטליכע רשעים וואס שטעלן זיך אהער ווי די רעטער'ס פון וויליאמסבורג, זיי האבן די נויטיגע געלטער צי פרינטן און אינוועסטירן און א פראטעסט, אבער זענען עובר אויף אלע הלכות לשון הרע ווי עס ווערט שוין געברעינגט אין חפץ חיים אז עס איז ערגער ווי אלע שלוש עבירות, און זענען מכשיל די איגענט.

קיין איין מאסגעבעינדע רב איז נישט געוועין צים האבן, נאר עטליכע ווילדע אינגען אונעם פורם פון ביבער היטן מיט ברייטע נוז לעכער און לאנגע שנויצען, די ליידיגייער וואס פארפירן יעדע עוולה וואס זיי טראכטן אויס, איך שמעק אז מען האט אינטערגעקויפט צימערמאן אז ער זאל נישט זיין דארט למען הערנסטקייט.

ווען זיי וואלטן וועין געמיינט די זאך ערענסט, וואלט מען שוין לאנג געפינען א וועיג ווי אזוי מבטל צי זיין די שווערע גזירה, ווי מיר האבן שוין געשריבן אזויפיל מאל דא אין שטיבל דורך פילע חשובה חברים דא, נאר איין זאך קענען זיי, שרייען די וויי געשריי, ווייסטו פארוואס דאס קענען זיי, ווייל נאר דאס ווילן זיי קענען, עס איז די גרינגסטע וועיג ארויס, מען שרייט וויי געשריי'ס ובזה יצאני ידי חובתנו.

בשעת די זעלבע צייט ווערן באגאנגען הימל שרייענדיגע עוולות קעיגן יעדע יחיד, הימל שרייענדיגע רענט'ס קעיגן אינזערע אינגעלייט, טראץ די פאקט אז מען האט נאך געקויפט די הויז מיט פיפציג יאר ציריק, און אין פוצה פה, כלל ישראל קען זיך ציזאם נעמען אויף אלע אינטערנעט עוולות, און קויפן בילדינגס פאר מוסדות פאר הינדערטער מילאנען, קענען אויסהאלטן גאנץ בית שמש, קען בויען מקוות און גאנצען כדיר העולם, אבער ווען עס קומט צים ציקניפטיגן דור ווי זיי זאלן זיך פלאצירן, אויף דעם הערשט א טויבליכע שטיל שווייגעניש, אבער חלילה אויב איינער איז פורץ גדר צי פארקויפן א לאט וואס שטייט חרוב שוין דרייסיג יאר דאן איז דא א וויי געשריי, לאמיר זעין אז איינער זאל עפעס טיען צי די זאך מיט די תיפלה אינעם בויך פון וויליאמסבורג אויף לי ביי די הייוועי, וואס פיסטעוועט שוין יארן.

לאמיר א טראכט געיבן די לעצטע צוואנציג יאר וואס האבן די קהלות הקודש געטיען למען דירת ישראל חוץ פראטעסטירן, יא דער רבי שליט"א האט געמאכט פורים פון זיך כ"א כסליו, חוץ מזה האבן זיי אינוועסטירט איין דולר למען הדור האחרון, האבן זיי אינוועסטירט אויף איין פראיעקט אז עס זאל זיין דירות פאר מעיסיגע פרייזן דא אין שטאט, האבן זיי געבויט מוסדות סיי ווי און געריפן דעם ציבור אהין צי גיין כדרך גור, אוודאי נישט, זיי האלטן נישט דערביי, ווען זיי בויען דא אויף פרעכטיגע בנינים איינס נאכן צווייטען אן קיין שום פאראיבל ווי אזוי די קינדער קענען דא עפארדן צי וואוינען.

מהרז"ל מיט מהר"א וכן פאפא האבן ב"ה שטיבר מיט קינדער, פארוואס פירן זיי זיך נישט כאטש ווי אדמו"ר מוויזניץ בגיבערס, שיק זיי און יעדן רוח פונעם כדיר זיי זאלן בויען נייע קהלת קודש, אנשטאט זיצן זיי אלע על סור הבשר, געניסן פונעם רבין'ס שטוב, דאס צייגט מיר אז זיי האלטן נישט ביים גיבן אפילו די מינימאלע אימבאקוועימליכקייט פארן ציבור וואס פלאגט זיך אזוי.

גרויסע מענטשעלע » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 7:45 pm

· #307211
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
https://vimeo.com/144309845
געפערליכע לצים [emoji13] [emoji13] [emoji13] [emoji13]

ווער איז די נער מיטן טלית ?

פליקער » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 8:00 pm

· #307213
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
וואס פאלט דיר איין ער איז א נער, איך קלער ער איז א רשע, ער וויל מאכן לצנות פון כלל ישראל, ער פארשטייט גאנץ גיט אז דאס ווערט אפגעכאפט און גייט פארשפרייט ווערן פאר די אלגעמיינע גאס, און מיר אלע נארמאלע מענטשן גייען ווערן אראפגעמאלן ווי דיסקרימענירער, אלט מאדישע, טאליבאנע ועוד לשנות, און אלע לשנות וועלן געזאגט ווערן בשעת אין די בעגראנד גייט מען הערן די שופר געבלוזעכץ, ווייל דאס ברעינגט אינז ארויס אימגינסטיג.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 8:09 pm

· #307217
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
האבען זיי יא געהאט אן עולם!
לעיקוואוד מאכט היינט נאכט א טאראראם פאר הערשעלע און מ'זוכט פלייש אנצופילען די זאל. מ'קען אפשר אריבער שיקען א פאר טויזענט פונט ביטע?

רושם » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 8:18 pm

· #307220
איך האב נישט קיין טענות אויף קיין רבנים,אפשר ווייל איך בין יונג.
איך בין בכלל נישט אויפגעוואקסען מיט אזא מציאות אז א געווענטליכע רב איז דא אונז צו סערווירען,בא מיר האט רב געמיינט איינער וואס איז דא אויפצובויען זיין אימפעריע,זיין בימד״ר,זיין מקווה מיט די האנטוכער,זיין נעטווארק פון followers.
ווער רעדט נאך פון א רבי איז אפגערעדט אז זיין גאנצע מהות איז נאר אויפצובויען זיין ברענד,בויען בנינים פאר די אימפעריע,קויפען הייזער פאר די קינדער און איינקלעך,דיקטעטין די מענטשען וואס לייגען זיך אונטער זייער לאפעס.
פארשטייט זיך סאיז דא יוצאי מן הכלל,סאיז דא אזאנע וואס נוצען יא זייער power צו העלפען אנדערע למחצה שליש ורביע,אבער בכלליות איז דאס די מציאות,ממילא כמעט ווי איך רעג מיך נישט אויף אויף זיי.

בנוגע די ריבא סוטמאכע.
איך האף אז נאך יונגעלייט וועלען האבען די קוראזש צו פארקויפען פאר גוים.
יעצט איז די peak,די ווילי ריעל עסטעטיט איז מן הסתם די הייסטע און די וועלט,יודען קענען זיך פארקויפען די הייזער און ווילי און מיט די געלט קויפען 5 הייזער און א סובארב שטעטעל.
מדארף וועין האבען שכל און אפציען,סאיז סיי ווי נישט דא קיין מקום מער פאר growth די ארומיגע געגנטער וועלען שוין נישט ווערען יודיש אזוי שנעל,סאיז צייט אפצוציען,די ניצוצות איז שוין גענוג נברר געווארען און ווילי,מדארף שוין גיין מלקט זיין ניצוצות ערגעץ אנדערש.
יודען האבען אלע יארען געוואנדערט,יעצט קען מען וואנדערען מיט רייכטום,מקען פארקויפען דעם נערישען ווילי הויז,און קויפען א ברחבות׳דיגע הויז און אויסלעבן די יארען מיט א רואיגקייט.
בלאט: 1 2