וואו איז די טוץ פרוכט-ביימער??
אין די אלע בילדער און ווידעאוס זע איך נישט קיין איין בוים, אילני סרק אויך נישט.
פליקערוואס פאלט דיר איין ער איז א נער, איך קלער ער איז א רשע, ער וויל מאכן לצנות פון כלל ישראל, ער פארשטייט גאנץ גיט אז דאס ווערט אפגעכאפט און גייט פארשפרייט ווערן פאר די אלגעמיינע גאס, און מיר אלע נארמאלע מענטשן גייען ווערן אראפגעמאלן ווי דיסקרימענירער, אלט מאדישע, טאליבאנע ועוד לשנות, און אלע לשנות וועלן געזאגט ווערן בשעת אין די בעגראנד גייט מען הערן די שופר געבלוזעכץ, ווייל דאס ברעינגט אינז ארויס אימגינסטיג.
ניין: ער איז א לץ און א רשע. ס'נישט קיין תרתי דסתרי. נאר ער קען זיין א גרויסער טיפש אויכעט. ווייל ער רעדט זיך איין אז ס'דא נאך איין מענטש וועלכער גלייבט, אדער ווערט נתפעל פאר אט די נארישע שמד שטיק...!
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
Kool manאפשר בין אין א מצומצם, אדער ווערען דא רוב שרייבער מיטגעשלעפט מיט א ווינט פון אפאהר זעלבסט געקרוינטע ליצים, ווי א גאסט פון א מייל קוק איך צו די בילד פון א ווייטערען און ברייטערען פערספעקטעוו, און איך וויל עפעס פארשטיין, ,
אינמיטען א יודישע גאס, גייט איינער פארקויפען פאר גויים, לייג יודישקייט אין א זייט, קיין איין יוד איז נישט באטעמ'ט אז ס'קומט אריין א גרויסע בנין מיט אויסגעלאסענע גויים הארט נעהבען זיי, האבען די נעיבערס און תושבי העיר נישט קיין רעכט צו זאגען זיין דעה?? ער טאהר נישט שרייען ידידי! פאר אפאהר טאלער פארקויפסטו אונז אינגאנצען??, שרייען טאהר ער שוין אויך נישט?
מיין פעטער נ"י האט א הויז דא אין בארא פארק ביי די גאהר נידריקע עוועניאס, ווע ס'שוין דא ארום און אסאך נישט יודען, ער האט געהאלטען ביי אונטערשרייבען א קאנטראקט מיט א כינעזער, זיין שכן האט אויסגעפינען, ער האט זיך געבעהטען צו טרעפען מיט איהם, ער האט ממש געוויינט צו איהם, שוין יארען וואס אונז מאכען די גאס יודיש, וויאזוי קענסטו עס טוהן? מיין פעטער האט זיך אפגעלאזט און נישט פארקויפט! ער'ט געקענט מאכען א שיינע אפותיקי
אין מיינע אויגען איז דער מוכר א סעלפיש מענטש, וואס פייפט אריין אין זיינע שכנים און האט אלע יודען טיף טייער, ער וויל מאכען זיינע פאר מיליאן און זאלען אלע זשידאוס גיין קיין קאנארסי אדער צו די לבנה, און די פארווייטיקטע בעוולה'טע יודען שרייען, ווייל ווען ס'טוט וויי שרייט מען! דער מוכר קוקט מיר מער אויס ווי א וויליאמסבורגע אוממענטש
וואס דארפען זיי טוהן זיך איינבייגען די רוקען און לאזען שמייסען? לאזען פיהרען ווי פערד צו די שחיטה? מ'שטעכט זיי אין די רוקען, און נישטאמאהל מעהגען זיי שרייען אוטש!?
איך פארשטיי נישט. אנטקעגן איבער איז דא א גרויסע בנין פיל מיט גוים. וואס וועט געשען אז וועט זיין דא נאך א פאר?
זאגט מיר יעצט איינער אז די שופר געבלאזאכץ איז גאר געווען א כמו פולסא דנורא..אנבעליוועבעל ווי עקעלדיג מענטשען קענען זיין.
די זיידע שלום בערגער אין די זיידע ר' געציל דרייען זיך איבער אין קבר, אל הפרה הזה התפללתי
טייערע פליקער, מיט זיין נארישע חוזק פון די סאמעטע הוטען און לאנגע שנאוצען מיט גרויסע נאז לעכער האסטו געהארגעט דיין גאנצע תגובה, ס'ווייזט אז ביסט דא נאהר צו פליקען ולא יותר, גראדע האב איך געקוקט די בילדער און די קליפס און איך זעה גאנץ נערמאלע מענטשען, פארקערט, איך זון די נטורי קרתא'ניקערס און איך געפין זיי נישט דארטען
צוויי, קיינער האט נישט געענפערט אויף וואס איך זאג, פארוואס האט נישט א מענטש רעכט צו שרייען ווען א מענטש גייט פאר אפאהר טאלער פארקויפען א לאט אינמיטען שטאט פאר ארטיסטען? ער שטעכט אריין א מעסער אין די שטאהט און אין יענע געגענט בפרט, זיי האבען אלע רעכטען צו שרייען, ווער ס'זעהט נישט איין די רעכט פון א מענטש צו ארויסגעבען זיין ווייטאג אויף א נערמאלען ליגאלען אופן לעהבט מיט קאמוניסטישע מהלך המחשבה, איינער באגייט א עוולה, דו האסט ניט די געפיהל צו מיט שרייען [ווייל דו וואוינסט גענוג ווייט פון דארט, און דו געסט נישט קיין דעמם פאר א צווייטען יוד'ס פראבלעהמען], אדער האסטו מעהר געפיהל מיט א אוממענטש וואס גייט פאר אפאהר דאלער פארקויפען זיין נשמה, זיין שטאט מיט זיינע ברידער
בנוגע די פרוכט ביימער האב איך געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט צו נעיבערס, זיי זאגען לא אילן ולא יער, ס'ליגט דאך שוין דארטען א צעמענטענע פאנדאמענט, אביסעל ווילדע וויעדס איז דא אריינגעוואקסען אין די צעמענטענע פאונדעישען וואס שטייט שוין דארטען ברוב פאר והדר, ער האקט א טשייניק מיט פרוכט ביימער וואס זענען רואה ואינו נראה, פארוואס נישט, אז אין די גוישע מארקעט קען מען באקומען מיט א מיליאן אהאלב מעהר? זאהל שוין זיין פרוכט ביימער..
בנוגע וואס פליקער האקט וועגען הויעכע רענט, ס'יז נישט שייך צו רעדען אקעיגען א עקזעסטירענדיגקע מארקעט, ס'יז געווארען מאנהעטען אין ברוקלין, והיינו טעמא דווילאמסבורג והיינו טעמא דבארא פארק און פלעטבוש, די גויים צאלען אסאך און להבדיל עמך ישראל אויך, [אוודאי נאהר די וואס ווילען בלייבען אין די טייערע ברוקלין] די רענט און די פרייז צו קויפען איז אין הימעל אריין, ווייל די דימענד מאכט די מארקעט, [און די זעלביקע גייט פאהר אין ירושלים און אין אלע פלעצער ווי די דימענד איז מעהרער וי די סופליי] נישט נאהר די רשעים וואס רייסען גרויסע רענט, מה שאין כן ווען א יונגערמאן פאקט אהן צו מאכען במפולת יד אנדערטהאלבען מיליאן טאלער אויפען חשבון פון זיינע ברידערס וועהמען ער האט פארפאקט פאר זיינע געלט נגיעות, און לאזט ארויס א קול פרוכט ביימער, האבען די יודען א רעכט סיי על פי תורה און סיי על פי חוקי המדינה צו שרייען דו טוסט אונז וויי
נ.ב. איך זעה פון די בילדער אז זיי האבען געהאט שכל און גענומען פאליציי שוץ, לויט די תגובות דא פון געוויסע פארביסענע מענטשען זעה איך אז ווען נישט די פאליציי, וואלט זיך געגאסען דארט בלוט דורעך די הענט פון די גוטהארציקע מענטשען וואס נעמען זיך דא אהן פאר דעהם בויער נעבעך, זיי וואלטען צעריסען יעדען וואס איז זיך דארטען משתתף, נאך א מזל ס'יז דא מוראה של מלכות, אזוי האבען די געזעץ היטער אכטונג געגעהבען אויף וואס האבען ליגאל דעמאנסטרירט און זיי אפגעהיטען פון א לינטש
לסיום הדבר, דארף איך געהבען א שבח והודאה אז איך בין נישט קיין וויליאמסבורגע, איך זעה די גרוליקע סעלפיש מענטעליטי דארטען, א גרויל, די תגובות דא מיט די גאנצע מעשה איז עקעלדיק
רב פליקער קענט אגרי מער מיט קאאלמען. פארקויפן דעם לאט אין א געדעכטן אידישן בלאק צו מאכן געלט איז א עוולה. דאס אז די רבנים זענען קארופטירט בארעכטיגט נישט דעם עוולה און ווי עס זאגט זיך צוויי ראנגס מאכן נישט איינס גערעכט.
אדרבה אז אינגעלייט האבן ווען אביסל קוראזש און שטעלן זיך מיט טאוולען פאר בית רבינו פאר ער פליט אפ קיין פלארידע און שרייען ילמדינו רבינו מיר האבן נישט קיין דירה טוט עפעס. גלייבט מיר אז אויב שרייען זיי איינמאל און נאכאמאל און ביי פאפא און דושינסקי וכו, יעדן צו זיין שפראך וואלט זיך געגאסן אפפארדעבל הייזער.
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
דו ביזט בארעכטיגט צי דיסרגריען, און אויך צי גיין שרייען דיין וויי געשריי, און איך בין בארעכטיגט צי טרייבן לצנות פון די געמיינע וואס זענען עושה מעשה זמרי, און האבן שכל כפימפל
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
באקומען אין וואטסאפפ
דער לוי יצחק ריבא איז א צעהלימער פערד און א טיפוש מרחם, ער ווייסט נישט פון דעם סוד אז:
1) ער קען לייגן ביימעלעך נוסח עטרת בלעם און האבן אלע תועבות און אלע זענען שטיל.
2) ער קען מנדב זיין 2 שענק אין ראדני פאליש, און מ׳וועט אים לעקן דעם אחוריים פיליפ, וויינבערגער און זאלי וועלן טאנצן מיט אין און אים אויסקושן. (סענדער גאלדבערגער יוכיח)
3) ער קען מאכן א שול אונטער די תועבה הייזער ווי אברהם בער יאקאבאוועטש האט שוין 14 יאר אויף מוירטל - און ער איז כשר וישר.
גיי לערן מיט דעם צעהלימער ריבא, די יאקאבאוויטש/לעפקאוויטש/זאלי טריקס.
שמע ישראל זהב אלקינו - דאללער אחד!!!
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
איך פארשטיי נישט איין זאך. די לאט שטייט שוין ליידיג יארן, און די וואס טוען אין די ליין ווייסן שוין לאנג אז ס׳איז דא דארט פירות ביימער, און ער שרייבט אליין אז ער האט מורא געהאט דערפון, נאר ער האט געטראסט די מוכר מיט פארמאכטע אויגן,
איז ער טאקע אזוי נאריש צו טראסטן איבער דריי מיליאן דאלער אויפן ווארט?
עס מאכט נישט קיין סענטס. סאם טינג פישי העער
Sent from my XT907 using Tapatalk
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
[ציטאט אראפגענומען]
ווער וויל ווערן א שותף ? להצלת עיר וויליאמסבורג
יעצט איז דא א היתר צובעטן וויליאמסבורגע פרייזען....
📎 IMG_20151124_211929.jpg
Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא
ליפא📎 IMG_20151124_211929.jpg
י״ח סיון תשע״ה