☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ

חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9754

רימון » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 12:33 pm

· #306631
חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ
(א.)

היינט, ט"ו חשון, געפאלט די יארצייט פון גרויסן גאון הדורות ורבן של ישראל, מרנא ורבנא רבי אברהם ישעיהו קארעליץ זי"ע זצ"ל, בעל חזון איש, קובץ אגרות, וס' אמונה ובטחון; דער סאמע אנערקענסטער גדול בתורה פון די לעצטע צייטן, דער פארפאסער פון טיפזינגע ספרים בכל מכמני תורה, אפילו אין מקצועות וואס לא דשו בו רבים, מיט אן אייגנארטיגן שפראך און סגנון, מדויק ומדקדוק מזוקק שבעתיים. ווער עס בליקט נאר אריין אין די בריוון ווערט איבערגענומען מיט רגשי געגועים וכיסופים פון אהבת התורה, ממש אן עשירות פון אהבת התורה, אן עזה כמות אהבה לתורה ולעמלי'. יעדעס בלעטל פלאמט, יעדעס שורה פלאקערט: "המו מעי בהמיית אהבה."

רוב פון זיינע טעג איז זיין נאמען געווען אומבאקאנט, אפגעזונדערט פון דער גאנצער וועלט, וכמעט שלא נודע אי"ש. געזעסן איז ער אין אין זיינע ד' אמות של הלכה סגור ומסוגר מהבלי עולם הזה ופגעי הזמן, און מוסיף געווען עמל על עמלו. טאג נאך טאג, יאר נאך יאר, און אזוי באוויזן צו מברר געווען די עקולי ופשורי פון תורה שבעל פה אויף א שטייגער וואס מ'האט שוין נישט געזען דורות לאנג.

די עניגמאטיע וואס נעמט ארום דעם חזון איש איז שטוינענד. פון איין זייט איז ער געווען דער פעלזן פעסטער כאראקטער, א תקיפות הדעת כאיתן חלמיש, אן עקשנות'דיגער און קאמפראמיסלאזער מנהיג מיט א דעת צלולה, און א מענטש מיט א גדלי'שן מח און א גדלי'שן הארץ. פון דער אנדערער זייט איז ער געווען באהאלטן און פארשלייערט, דערשראקן און שעמוועדיג, שווייגעדיג און אפגעזונדערט, איינגעטינקען אין אן עולם ומלואו פון עמל התורה, פארטון אין זיין אייגן וועלטל פון תענוגים ווי ער שרייבט אין א בריוו: "גדולי תורה המה בעונג שעשועים כל היום".

גאר באקאנט איז דער הספד פון רבי איסר זלמן זי"ע, אז דער הייליגער תנא רבי מאיר זאגט עדות אז דער חזו"א האט געלערנט תורה לשמה. ביי אים האט מען באשיינפערליך געזען דעם "זוכה לדברים הרבה". כאטש ער האט נישט געטראגן מיט זיך קיין שום שטעלע, קיין שום פינקציע, קיין שום אפיציעלקייט, האט אים כלל ישראל געקרוינט אלס א מנהיג ישראל, ואי"ש על העדה.

מים עמוקים ידלם אי"ש תבונה. שווער צו באשרייבן זאכן וואס מיר אליין האבן אזא קליינע השגה. אזא גרויסער נפש, אזא טיפער נפש, אזא ברייטע קלאריפולע נשמת שד-י תבונם. א מעיין המתגבר, אזא לב טוב, און אזויפיל געפיל פאר יעדן איד. פון א יונגן בחור, א קריגס געליטענער, ביז א פרייען תינוק שנשבה, אלע האבן געטראפן אן אפן הארץ און אויער ביי דעם זעלבן אדרעס, די האלב איינגעפאלענע הייזקע אין בני ברק. קיין גבאי איז קיינמאל נישט געשטאנען און פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז געווען קבלת קהל. אלע זענען ענטפאנגען געווארן מיט די זעלבע סימפאטישע אויגן און שווייגנדע שמייכל פון דעם אלטן איד וואס פארשטייט זייער פיין און ליידן.

דער בלאסער פאפיר קריגט ממש לעבן און דאס טינט טאנצט פון בלעטל ביים באגעגענען דעם גאלדענעם שפראך אין קובץ אגרות. פאעזיע און פארבארגענע הרגשים פון א לב מלא רחום וחנון ווערן דארט אויסגעגאסן און די זעלבע ליבשאפט ווערט אנטפלעקט פאר דער וואס קריגט מיט אים ווי דער וואס שטייט בדעה אחת.

קורצע אבער לאנגע 76 יאר האט דער חזון איש געלעבט אויף דער וועלט. מיר טרעפן זיינע טעג און נעכט ציטירט אין זיינע ספרים. דער ספר חזון איש איז אין טייל א פערזענליכע דייערי די געשיכטע פון דעם מענטש. נאך א חידוש און נאך א חידוש. דאס איז זיין ביאגראפיע און מיט דעם האט ער זיך באפאסט און אפגעגעבן דאס מערהייט פון זיינע טעג אין נעכט עלי אדמות. דאס, די חידושי תורה, זענען זיינע יארן, דאס איז זיין געשיכטע.

צומאל טרעפט מען פארשריבן און פארצייכנט דעם פונקטליכן דאטום און דער צושטאנד אונטער וועלכן דער ספעציפישער חידוש איז געשריבן געווארן: ערב שבת שנת תרע"ט אין דער שטאט סטופצי, און מ'לערנט יעצט הל' מוקצה (או"ח סי' מ"ד); אמאל איז יעצט ערב יו"ט (ערב חג השבועות שנת תרס"ח, יו"ד סי' ס"ו) און אמאל איז עס אסרו חג (אסרו חג שבועות תרפ"ז, מקואות) אבער והוא באחת, אלעמאל מיט דעם זעלבן עמל און יגיעה.

גאר באקאנט איז וואס ער שרייבט אין מס' כלאים אנהויב סי' ז': בע"ה יום ט"ו תמוז העת"ר [שנת מלחמה על פני כל הארץ אשר עשו ממלכת אוסטריא אשכנז את ממלכת רוסיא אנגליא צרפת וחרבו עירות ונהרסו מדינות במושב בני ישראל ורבבות מבני ישראל גלו בלי משען ומשענה, ונערי בני יהודה נפלו חללים על שדה קרב מז ומזה, ומעטו בתי מדרש לתורה באין תומך ומחזיק והמהומה רבה בקרב כל ישראל] סטופצי [שנשרפה כמעט כל העיר ביום כ"ה סיון וכל יושביה בלחץ ובדחק באין בית לגור ואין מקום ללון.

אין לייכטע איבערזעצונג: עס איז היינט ט"ו תמוז התר"ע, [א יאר פון מלחמה איבער דער גאנצער וועלט, דורך די אויסטריער און דייטשישע רעגירונגען אקעגן די רעגירונגען פון רוסלאנד ענגלאנד און פראנקרייך, זיי האבן חרוב געמאכט שטעט און אויסגעריסן לענדער וואס זענען באוואוינט מיט אידישע קינדער. צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער זענען פארטריבן אן קיין שום הילף. יונגע אידישע קינדער זענען געפאלן גע'הרג'טע אין די שלאכטן פון ביידע זייטן. עס איז פארמינערט געווארן די בתי מדרשים פאר תורה ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל דאס שטיצן, און די מהומה איז גרויס ביי אידישע קינדער] אין שטאט סטופצי [וואס כמעט די גאנצע שטאט איז פארברענט געווארן ביום ב' כ"ה סיון און אלע אירע איינוואוינער זענען געדרוקט אן קיין שטובז וואו צו וואוינען און אן קיין פלאץ צו נעכטיגן].
און דאס טוט נאכפאלגן א לענגערע פלפול איבער דין טומאת המת אויסגעשפרייט אויף 38 סעיפים!

די שווערסטע מקצועות התורה, במקום שאין אי"ש, השתדלש להיות אי"ש. די פארפלאטערסטע סוגיות וואס כמעט לא דרך כף רגל אדם, מסכתות וואס אפילו די ראשונים האבן נישט אויסגעקנעטן, האט ער אויסגעטרעטן דעם וועג. ווי דער חזון איש האט עדות געזאגט אויף זיך זעלבסט האט ער 25 יאר פון זיין לעבן אוועקגעגעבן פאר סדר טהרות, וואס איז אפילו נישט נוגע בזמנינו.

ווי באקאנט איז דער חזון איש "דער רבי" אין הלכות עירובין. זיינע חידושים דארט זענען אזוי היקף'דיג טיף אז אין עירובין איז נישטא אפילו בדומה לו. ער האט זיך געמוטשעט דערויף ביז מסירת נפש אז עס האט אים געקאסט דאס געזונט. אין א בריוו אין קובץ אגרות טוט ער דאס אליין דאקומענטירן אז ער קען מער נישט לערנען מפני חולשת העצבים און ער מוז אפרוען דעם מח.

עס איז דא עטליכע ביכער ספרים וואס באשרייבן דעם לעבן און שאפן פון דעם אי"ש אלקים: די ערשטע אין דער רייע איז געשריבן געווארן אויף דער אידישער שפראך דורכ'ן ערשטן מעיאר פון בני ברק און געפינט זיך אויף היברו בוקס. שפעטער איז ארויסגעקומען עטליכע בענדער 'פאר הדור'; דאס מערסט באקאנטע 'מעשה איש' דורך הרב יברב פון בני ברק, 'החוזה מליטא' דורך א פלימעניק פון חזון איש.
חיים גראדה ווידמעט אויך אייניגע פרקים אין זיין ראמאנס-פיקיציע "דער ישיבה מאן – צמח אטלס" אפצומאלן דעם חזון איש; הרב רפאל הלפרין האט אויך ארויסגעגעבן א בוך אונטערן נאמען "במחיצת", אויך אין זיין לעצטע ספר "בדרכי הקב"ה" ברענגט ער טייל פון בריוון - ארום 15 אין צאל - וואס דער חזון איש האט אים אנגעשריבן. גאנץ לעצטנס איז ארויסגעקומען א דיקן אקעדאמישן בוך מיט'ן נאמען "החזון איש" פון בני בראון.
דער חזון איש איז געבוירן געווארן י"א חשון שנת תרל"ט צו זיין פאטער רבי שמריהו יוסף קארעליץ זצ"ל אבד"ק קאסאווע, און מחבר ספר בית תלמוד, א ליקוט פון גמרות מס' חולין וואס דער רי"ף האט אויסגעלאזט זיין פאטער איז געווען א גרויסער יראת שמים און תלמיד חכם. לעצטנס איז געדרוקט געווארן עטליכע שיינע בריוון פון אים אין "גנזים ושו"ת חזון איש" ארויסגעגעבן דורך משפחת קרליץ.

איינצלנע שטיקלעך תורה פון ר' שמרי' יוסף ווערט געברענגט אין ספר חזון איש, א ביישפיל סוף מסכת שבת, או"ח סי' ס"ג, איז א קלענערער סימן געווידמעט פאר עטליכע הערות פון זיין פאטער. אין קו' השיעורין סי' ל"ט ברענגט ער פון זיין פאטער דעם דעטאל פון שיעור. אין הל' תפילין ברענגט ער א געוויסן חידוש פון זיין פאטער וואס ווערט איבער גע'חזר'ט אין מנחות. אויך אין חושן משפט ברענגט ער א חידוש פון זיין פאטער בשם הג"ר אלעזר משה הורוויץ בנוגע קנינים.
דער פאטער איז נסתלק געווארן כ"א אייר שנת תרע"ז ווען דער חזון איש איז אלט געווען 38 יאר. דער חזו"א דערמאנט די פטירה פון זיין פאטער אין ספר מיט די ווערטער: תרע"ז כ"א אייר ביום זה נלקח נשמת אאמו"ר השמימה הגיעני השמועה ביום א' ערר"ה שנת הנ"ל.

לפי עדותו פון הרב רפאל הלפרין איז די ערשטע געשריבענע ווערק פונעם חזון איש א וואונדערליכע שטיקל געשריבן אין בלויזן עלטער פון 11 יאר און איז געדרוקט אין קובץ אגרות.
דער חזו"א האט זיך זייער געמוטשעט פאר א שידוך און ווי ער שרייבט אין א בריוו האט ער זעלבסט נישט געזוכט קיין געלט אדער כבוד נאר א פרוי וואס זאל אים ערמעגליכן צו זיצן און לערנען. ער האט למעשה חתונה געהאט אין עלטער פון 27 יאר אלט.

דער חזון איש איז געווען איינס פון עטליכע געשוויסטער. א טייל פון זיי זענען גע'הרג'ט געווארן ביים קריג הי"ד. דאס מערסט באקאנטסטער איז זיין עלטערער ברודער רבי מאיר קארליץ, א גרויסער ת"ח ואיש הציבור, וועלכער האט געדינט אלס רב אין לעכאוויטש בעפאר'ן קריג.
אינדערהיים פלעגט מען רופן דעם חזון איש "רבי מאיר'ס ברודער" און אין ארץ ישראל האט מען גערופען ר' מאיר "דעם חזון איש'ס ברודער..." ר' מאיר האט געלעבט לענגער פונעם חזון איש. ביי זיין הספד ביי דער לוי' האט ער אנטדעקט דעם שטוינענדן אנעקדאט, אז זיין ברודער האט געמאכט א נדר דער טאג פון זיין בר מצוה צו לערנען נאר "תורה לשמה", א נדר וואס ער האט פארפולקאמט ביז צו זיין לעצטן אטעם.

תם ולא נשלם, המשך יבוא.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:34 pm

· #306654
Re: חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארליץ
ייש''כ גדול. זייער שיין ארויסגעברענגט. אויף יעדע פרט פון זיין לעבען קען מען מאריך זיין. די אייגענארטיגע דרך הלימוד און פונקט וואס דאס איז, זיין שייכות מיט אנדערע וויפיל יא און וויפיל נישט, זיין גאנג אין הנהגה וואס איז ווייט פון אלס וואס עגזיסטירט היינט, זיין משפחה מצב (ווייב און שוועסטער, כידוע), זיין רייכע נשמה און געפילען, זיין מעדיצינישע קענשאפטען און טעטיגקייטען, זיין שייכות (און נישט שייכות) מיט פריערדיגע גדולים און תלמידי חכמים ועוד ועוד.
מיר ווארטען אויף נאך.

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:09 pm

· #306669
איך וויל דא מעתיק זיין א בריוו וואס איז געדרוקט אין קובץ אגרות חלק ג', און עס ברענגט ארויס שטארק - אין מיינע אויגן - ווער ער איז געווען

חברים יקרים יחיו
שלו' וברכה מרובה בכל משלוח ידכם

מתכבד אני להודיעכם כי אני חוזר בי מהיתר לקיטת השקדים, כי אי אפשר להתיר הדבר, ומצבכם הקשה הנוגע אל לבי השחידני להתיר, אבל אני מתאכזר לומר הדבר כמו שהוא, שצריך להתאמץ ולעמוד גם בנסיון הזה ולפרוש מעבודה זו,
והמקום ב"ה יברך אתכם ויעודד אתכם לחיים טובים ולשמור התורה ככל חוקותיה ומצוותיה,
הדו"ש
אי"ש
א' ג' מנ"א צ"ח בני ברק

איש חזון » דינסטאג יוני 14, 2016 12:37 pm

· #337702
צוויי 'סיפורי צדיקים' סטיל מעשה'ס אויפ'ן חזון איש זללה"ה:

א) בריש קובץ אגרות ברענגט דער מוציא לאור א שטיקל וואס דער חזו"א האט זיך פארשריבן אין זיין פריוואטע פנקס, אז א נשמה איז געקומען צו אים בעטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר איר, און דער חזו"א האט מתפלל געווען און די נשמה איז אוועקגעגאנגען.

ב) אין ספר מעשה איש חלק ג' ברענגט דער מחבר וואס ער האט געהערט פון ר' חיים גריינימן זללה"ה (תלמיד הגדול ובן אחותו של החזו"א) אז דער חזון איש האט אים אמאל געזאגט "דער גאון (-הגר"א) איז געווען ביי מיר, איך האב גערעדט מיט אים אין לערנען און וועגן נאך א זאך".

איש חזון » דינסטאג יוני 14, 2016 12:56 pm

· #337704
@רימון, פארוואס שרייבסטע "קארעליץ" אין די צייט וואס דער חזו"א זעלבסט האט געשריבן "קרליץ" (כנראה)?

גראדע האט דער ברודער פון חזו"א ר' משה יא געשריבן קארעליץ.

(אפשר האט דאס צוטוהן מיט דעם חזו"א'ס "השכלה" - לשיטת בני בראון*?...)

נאך א זאך @רימון, וואס איז מיט דעם המשך יבוא? מיר ווארטן!
______________________________

*אגב, דא האב איך ארויפגעשטעלט א חלק פון די מאמרים נגד ספרו של בראון.

אגב דאגב, דא האב איך געברענגט א געוואלדיגע דוגמא פונעם דרך פון חזו"א להתבונן בטעמי התורה ו"מהו רצון השי"ת", לעומת בריסק וואס ווילן נאר וויסן "וואס" און נישט "פארוואס". ועי' עוד באשכול ההוא, ולא אמרי רבנן בכפילא.

איש חזון » דינסטאג יוני 14, 2016 1:35 pm

· #337708
יעצט נאכ'ן איבערליינען רימון'ס ארטיקל (חלק א'!) קלער איך אז א "לייק" איז נישט גענוג... א גרויס'ן ייש"כ רימון! הערליך!
איך בין נייגעריג צו וויסן אויב ביסטו טאקע בקי אין חזון איש (תוכל לענות באי"שי).

דיין שפראך און מליצות זענען אויך געוואלדיג, למשל דאס -
במקום שאין אי"ש, השתדלש להיות אי"ש


ווי וואנט מאר!

_______________________

פאלגנד איז נאך דברי תורה פונעם פאטער פון חזון איש, געדריקט אין חדושים ובאורים הלכות מזוזה -
מכתב מכת"י זקננו הגאון רש"י זצ"ל
בדבר שאלתך בענין ברכת המזוזה מסתמא כוונתך לתשובת רעק"א סוס"י ט', ובשאלתך הב' בנוטלה לבודקה, כונתך לספר ברכי יוסף בשם ל"ל המובא בפתחי תשובה (חסר מעט) הנה נ"ל ליתן טעם על שינוי הברכות זה מזה במזוזה ובציצית ובסוכה, דבמזוזה מברך על הקביעות ובציצית ובסוכה אינו מברך על העשיה (דלא כדעת הירושלמי המובא בתוספות וברא"ש סוכה מ"ו) דבציצית דמפסקא לילות מימים ע"כ הוצרכו לתקן ברכה על העיטוף שבכל יום ויום משא"כ במזוזה דלא מפסקא לילות מימים תקנו הברכה על תחלת הקביעות ודי בזה שלא יצטרך עוד לברך ברכה אחרת על דירתו בבית שיש בו מזוזה דיוצא בברכתו הראשונה דהמצוה אין לה הפסק, וגם יש לחלק עוד דבמזוזה בשעת הקביעות מקיים המצוה משא"כ בציצית אין דרך לעשות הציצית בשעה שלבוש בהבגד דמיד שלובשו מבטל המצוה ולכן דרך לעשות הציצית קודם שלובש הבגד ואז אינו מקיים עדיין המצוה ולא שייך אז לברך ויש לדון ע"ז מדברי הבית יוסף והשאגת אריה שכתבו דלא אמרה תורה שלא ללבוש בגד בלא ציצית רק לעשות ציצית כשלובש בגד בן ד' כנפות, ונפקא מינה היכא דאנוס וכגון בשבת אין עליו איסור ללבוש בגד בלא ציצית, ולא שמתי עין עיוני בזה עתה בדבריהם, ולפי טעם השני הנ"ל אתי שפיר גם כן בסוכה ודוק. אמנם בסוכה מ"ו פסקינן לברך בתפילין בכל פעם שמניחן וכן בסוכה ביוצא ממנה לזמן מרובה ויעוי' במג"א מה שמחולק עם השל"ה בסוכה שיושב בה כל שבעה דדעת המג"א שלא לברך בכל יום יעו"ש ומדברי רש"י בסוכה שם תראה כדברי השל"ה, והסברא מכרעת ע"פ סגנון הגמרא שם כדברי המג"א הנ"ל, ויש להעמיק בזה, והנה לפי דברי הרעק"א הנ"ל תמוה מאד דלא לשתמטו הפוסקים לומר במזוזה ג"כ כמו בתפלין ובסוכה דכ"ז שמפליג מביתו יברך על המזוזה, והנ"ל לחלק בענין דבדבר שהוא חובת הגוף בהחלט כמו בתפילין ובסוכה שם המצוה על הגוף לעשות הדבר ובהפלגתן מזה נפקע המצוה להכי חוזר ומברך משא"כ בדבר שמשותף חוב הגוף בתנאי בד"א כמו במזוזה שתלוי בבית שם המצוה שלא יחסר המצוה להכי לא שייך לומר שנפקע המצוה בהפלגתו דבשעת הפלגתו לא שייך לומר שהפליג המצוה דזה לא שייך רק במה שהוא חובת הגוף ומסלק עצמו מזה משא"כ הכא שהפליג מביתו אין כאן שעת חיוב כלל ולא שייך הסח הדעת בזה וכיון דהו הבית עם המצוה לא נפקע המצוה בהפלגתו, ודוק. אלא שעדיין צ"ע מציצית ודוחק לחלק דכיון דמוכרח לברך בכ"י על הציצית משום דבלילה נפקע מצותן לגמרי להכי מברך גם כן כשפושט ולכן אין בידי להכריע וספק ברכות להקל, ובדברי הבדיקה חילוק הפ"ת דשמא ימצא פסול אין לזה מקום דהא מצד הדין יכול לברך לעולם בלי בדיקה משום החזקה וכמו בציצית ותפילין ומשום דעבוד מצוה מן המובחר לבודקה נאמר דהוי הסח הדעת משום דשמא ימצא פסולה ואמאי לא אוקמא אחזקה, ובגוף הדבר יש לעיין דבתפלין נראה דאם סתר התפלין צריך לברך אח"כ דפנים חדשות באו לכאן ובתפלין אחרים צ"ל (ויש לעיין גם בזה בטעם הדבר דיש לחלק תפלין מציצית בזה ואין עיתותי עתה בידי לעיין בזה) וצריך לעיין במזוזה אם כשר כשלא כרכה, וכדאמרינן כורכה מאחד כלפי שמע ודוק. וקצרתי מאד ולמעשה כבר כתבתי דספק ברכות להקל.

יעקב מענטש » דינסטאג יוני 14, 2016 2:50 pm

· #337720
אויב איך מעג פרעגן א אומשולדיגע קושיא.

וויאזוי קוקן די ליטאים אן אזוינע "גלוים", איך האב אלץ פארשטאנען אז דאס באלאגט פאר חסידישע רביס, (אולי טעותי)

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 14, 2016 10:21 pm

· #337763
אז איך בין דער איינציגסטע, וועל איך זיך איינמעלדען. איך האב גוטע נאנטע חברים מבני משפחתו של החזו"א. זייער ענטפער צו אזעלכע גילויים וועט זיין אדער 1. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, ס'מאכט נישט קיין חילוק, אדער 2. דאס איז אן אויסדרוק פון דער חזו"א על דרך הפאעזיא, נישט למעשה ממש.
בכל אופן זענען די זאכען נישט וויכטיג, און זיכער נישט נאנט צו דער גדלות פון זיין ספר, הארעוואניא אין לערנען, מדות טובות און דקדוק המצוות. די זענען די טפלים נישט די עיקרים.

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 15, 2016 10:50 am

· #337797
געוואלדיג
איך וויל דא מעתיק זיין א בריוו וואס איז געדרוקט אין קובץ אגרות חלק ג', און עס ברענגט ארויס שטארק - אין מיינע אויגן - ווער ער איז געווען

חברים יקרים יחיו
שלו' וברכה מרובה בכל משלוח ידכם

מתכבד אני להודיעכם כי אני חוזר בי מהיתר לקיטת השקדים, כי אי אפשר להתיר הדבר, ומצבכם הקשה הנוגע אל לבי השחידני להתיר, אבל אני מתאכזר לומר הדבר כמו שהוא, שצריך להתאמץ ולעמוד גם בנסיון הזה ולפרוש מעבודה זו,
והמקום ב"ה יברך אתכם ויעודד אתכם לחיים טובים ולשמור התורה ככל חוקותיה ומצוותיה,
הדו"ש
אי"ש
א' ג' מנ"א צ"ח בני ברק


א הארציגע געדאנק פאר דאס מעתיק זיין, כ'האב דאס איבערגעליינט עטליכע מאל, כ'ווייס נישט פארוואס (אפשר יא) עס איז מיר געקומען ארויסצולאזן א טרער פון נארוואס געווארענע ווייכטע אויגן.

איש חזון » דינסטאג יוני 28, 2016 5:51 pm

· #339385
די תלמידי חזון איש, באקאנט אלץ "חזונאישניקעס", זענען באקאנט מיט זייער "דקדוק" און אפשר אפילו זייער "מחמיר זיין" בהלכה.
אין דעם ארטיקל שרייבט ער (פי' מי שכתב וזה מקרא קצר) אזוי: אן "אברך חזון איש" - א "בן תורה פון בני ברק" ווען ער וועט נאכקוקען אן הלכה אין שלחן ערוך (אמר א"ח: דא שטימט עפעס נישט ווייל דארט "קוקט מען נישט נאך אין שלחן ערוך", אבער שוין...) וועט ער זיך מתאמץ זיין צו טרעפן א דעה וואס איז מחמיר, און אז ער וועט טרעפן א מחמיר וועט ער זיך ממש מחיה זיין... . איך מיין אז דאס איז זייער א דרויסדיגע בליק*.

די חזונאישניקעס האבן סך הכל א כלל, אז כדי צו מקיל זיין דארף מען האבן א ראיה ברורה מש"ס וראשונים, און מען קען נישט "סתם" מקיל זיין מיט א זיסע סברא פון ר' שלמה זלמן וכדו'.

אין דינים והנהגות מהחזון איש האב איך געזעהן אז דער חזון איש האט געהאלטן אז מען דארף נישט מחמיר זיין אויף עונת אור זרוע! די חזונאישניקים טוען מלאכות דאוריתא 45 מינוט נאכ'ן זמן מוצאי שבת (אין בני ברק)! פארוואס? ווייל הלכה איז הלכה! אויב איז די הלכה כדעת המיקל איז אזוי די הלכה און פערטיג!

הנלענ"ד כתבתי, און אדרבה זאל די עולם מיטטיילן פון זייערע ידיעות. איך האף צו שרייבן מער שפעטער.


*עס קען זיין אז עס ליגט אן אמת דערין, ווייל כידוע איז די מסורת החזון איש אז עס איז גארנישט דא אין יודישקייט אויסער "לימוד התורה וקיום הלכה", נישט חסידות און נישט מוסר און נישט השקופה, ממילא אטאמאטיש א יוד וואס וויל עפעס טוהן פאר'ן אייבעשטער'ס וועגן וועט זיך פרייען אויב ער וועט דארפ'ן מחמיר זיין, ווייל דאס ברענגט ארויס זיין יודישקייט מן הכח אל הפועל, וצ"ע.

איש חזון » דינסטאג יוני 28, 2016 6:01 pm

· #339386
(אנקדוטה: אין ספר ארחות שבת ווערט געברענגט [אולי בשם ר' שמואל אויערבך] אז ר' שלמה זלמן אוירבך האט אמאל פארגעלערנט הלכות שבת, האט ער געזאגט אז ווען מען נעמט א ספר פון שאפע דארף מען עס נעמען עס צו ניצן באלד, ווייל אז נישט איז דאס "בורר" אלאחר זמן. האט איינער דאס איבערגעזאגט פאר'ן חזון איש, האט דער חזון איש אים געזאגט גיי זאג פאר ר' שלמה זלמן אז דאס איז נישט בורר!)

איך האף אי"ה צו שרייבן אביסל מער שפעטער.

אינטערסאנטער » מיטוואך יוני 29, 2016 1:06 am

· #339448
איש חזון
(אנקדוטה: אין ספר ארחות שבת ווערט געברענגט [אולי בשם ר' שמואל אויערבך] אז ר' שלמה זלמן אוירבך האט אמאל פארגעלערנט הלכות שבת, האט ער געזאגט אז ווען מען נעמט א ספר פון שאפע דארף מען עס נעמען עס צו ניצן באלד, ווייל אז נישט איז דאס "בורר" אלאחר זמן. האט איינער דאס איבערגעזאגט פאר'ן חזון איש, האט דער חזון איש אים געזאגט גיי זאג פאר ר' שלמה זלמן אז דאס איז נישט בורר!)

איך האף אי"ה צו שרייבן אביסל מער שפעטער.


פארוואס זאל דאס נישט זיין בורר? לכאורה ווי עס קומט אויס אין הלכות בורר דארף דאס יא צו זיין ריכטיג בורר אויבנאויף

כוכב » מיטוואך יוני 29, 2016 1:08 am

· #339449
נעמען די מילך פון פריזש איז אויך בורר?

אינטערסאנטער » מיטוואך יוני 29, 2016 1:36 am

· #339452
כוכב
נעמען די מילך פון פריזש איז אויך בורר?


ניין ווייל עס איז צוויי מינים און נישט אויסגעמישט, אזוי דאכט זיך מיר

איש חזון » מיטוואך יוני 29, 2016 11:32 am

· #339489
אינטערסאנטער
איש חזון
(אנקדוטה: אין ספר ארחות שבת ווערט געברענגט [אולי בשם ר' שמואל אויערבך] אז ר' שלמה זלמן אוירבך האט אמאל פארגעלערנט הלכות שבת, האט ער געזאגט אז ווען מען נעמט א ספר פון שאפע דארף מען עס נעמען עס צו ניצן באלד, ווייל אז נישט איז דאס "בורר" אלאחר זמן. האט איינער דאס איבערגעזאגט פאר'ן חזון איש, האט דער חזון איש אים געזאגט גיי זאג פאר ר' שלמה זלמן אז דאס איז נישט בורר!)

איך האף אי"ה צו שרייבן אביסל מער שפעטער.


פארוואס זאל דאס נישט זיין בורר? לכאורה ווי עס קומט אויס אין הלכות בורר דארף דאס יא צו זיין ריכטיג בורר אויבנאויף

לא עיינתי כעת בארחות שבת אבל כמדומה משום שניכרים אחד מהשני ועומד כל אחד לעצמו. (ושם דנים מה הדין בספרים שאינו כתוב בצד הכריכה שם הספר).

ביטע-נישט-פסק'ענענן-פון-קאווע-שטיבל

(נ"ב אז מען רעדט שוין, איך רעקאמאנדיר זייער די ספר ארחות שבת פאר היימליכע באנוץ, און פארשטייט זיך אויך ביים ענדיגן א מקצוע אין הלכות שבת).

איש חזון » מיטוואך יוני 29, 2016 12:04 pm

· #339493
איש חזון
די תלמידי חזון איש, באקאנט אלץ "חזונאישניקעס", זענען באקאנט מיט זייער "דקדוק" און אפשר אפילו זייער "מחמיר זיין" בהלכה. - - -

למעשה האב איך פארגעסן נעכטן צו שרייבן די עיקר פוינט.
דער חזון איש האט אויסגעלערנט אז מען דארף זיך שטארק באנוצען מיט'ן שכל הישר ביים לערנען. ער דריקט זיך אויס אויף א פלאץ "השכל הוא המלאך בין היוצר והיצור" (די לשון נעמט זיך לכאורה פון הקדמת האבן עזרא), און אויך שרייבט ער "מיר זענען די תלמידים פון די ראשונים וואס מיר פארשטייען זיי, דעריבער דא אין דעי סוגיא פסק'ענען מיר נישט ווי ראשון פלוני (הרמב"ם? @רימון העלף ארויס) ווייל מיר פארשטייען נישט זיין טעם".
אבער מקיל צו זיין אקעגן גדולי הפוסקים דאס קען מען דאך נישט מסברא, און דער חזון איש זעלבסט האט זיך גערעכנט מיט גדולי הפוסקים, דעריבער איז געבליבן פון זיי נאר חידושים "לחומרא".

אגב, אן אברך חזונאישי האט מיר אמאל געשריבן (יא יא, די חברה האבן דארט קאמפיוטערס מיט אימעיל, נישט געזארגט...) אז מען זאגט נאך פון חזון איש, וואס ווי באקאנט האט ער מכתיר געווען די פסקים פון משנה ברורה אז זיי זענען ווי הוראות פון לשכת הגזית, אז יעדער אות קטן אין שער הציון קען מען ליינען ווי פאלגנד: "ישראל מאיר הכהן", מיינענדיג צו זאגן אז כאטש דער משנה ברורה ברענגט זיינע פסקים פון גדולי הפוסקים, דאך האט ער גארנישט גע'פסק'נט "בלינדערהייט".

איש חזון » מיטוואך יוני 29, 2016 1:00 pm

· #339503
די חזונאישניקעס פירן כידוע מערכות אין די חרד'ישע ציבור.

איינע פון די מערכות איז געווען אקעגן דעם באקאנטן ספר "שמירת שבת כהלכתה".

דער סטייפלער גאון האט געשריבן בשעתו אין זיין ספר חיי עולם (ח"ב פ"ב), זיך באציענדיג צום ספר שש"כ מהדו"ק (טיילווייזע ציטוט מיט פרייע איבערזעצונג):
איך זעה אלץ מיין פליכט צו שרייבן א וויכטיגע "מודעה רבה", צוליב וואס אין אונזער דור יתום "אשר איש הישר בעיניו יעשה" איז נישט קיין ספק אז עס געפונען זיך ספרים פון מענטשן וואס חז"ל האבן געזאגט אויף זיי "כי רבים חללים הפילה", וואס זענען זיך "מתיימר" (-purport) צו מלקט זיין הלכות "דוגמת מעשה שלחן ערוך". און מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף זיי - - -

לאמיר זיך פארשטעלן, אויב עס וואלט געווען קלאר און זיכער אז ווער עס איז מחלל שבת אפילו בדרבנן באקומט גלייך קענסער ר"ל, וויפיל וואלט יעדער געציטערט אויף יעדע חשש חילול שבת און קיינער וואלט זיך נישט פארלאזט "כלל וכלל" אויף סיי וועמען וואס זאגט עס איז מותר - - -

און אפילו א ספר וואס האט הסכמות מחכמי תורה מיינט דאס נאכנישט אז אלע הוראות אינעם ספר זענען ריכטיג - - -

דא איז א קונטרס "בירור דברים" פון ר' דוב לנדו, מגדולי הקנאים שבחזונאישניקעס, וואס ער האט ארויסגעגעבן אקעגן דעם שש"כ מהדו"ק, ווי ער שרייבט וויאזוי מען דארף צוגיין צו שאלות אין הלכה און אזוי אויך אטאקירט ער געוויסע פסקים פונעם שש"כ. דער קונטרס האט הערות פון איינער וואס נעמט זיך אהן פאר'ן שש"כ, און אויף אפאר זאכן שרייבט ער אז אין די שפעטערדיגע מהדורות האט דער שש"כ טאקע צוריקגעצויגן.

אין די לעצטע עמוד פונעם קונטרס שרייבט ר' דוב (א זאך וואס ביי די חברה איז עס זייער הארב, כמובן):
📎 Capture.PNG

איש חזון » דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:59 pm

· #342085

מודיעין » מיטוואך יולי 20, 2016 5:15 pm

· #343009
ליטוואק פון בודאפעסט
אז איך בין דער איינציגסטע, וועל איך זיך איינמעלדען. איך האב גוטע נאנטע חברים מבני משפחתו של החזו"א. זייער ענטפער צו אזעלכע גילויים וועט זיין אדער 1. איך ווייס נישט, איך פארשטיי נישט, ס'מאכט נישט קיין חילוק, אדער 2. דאס איז אן אויסדרוק פון דער חזו"א על דרך הפאעזיא, נישט למעשה ממש.
בכל אופן זענען די זאכען נישט וויכטיג, און זיכער נישט נאנט צו דער גדלות פון זיין ספר, הארעוואניא אין לערנען, מדות טובות און דקדוק המצוות. די זענען די טפלים נישט די עיקרים.

אין ספר תולדות יעקב (תולדות פונעם סטייפלער), ארויסגעגעבן דורך בני משפחתו פונעם חזו"א עמ' צד. ווי ער רעדט פון גדלות פונעם חזו"א, שרייבט ער דארט כמה וכמה מעשים מנשמות שבאו לבקש תיקונם אצל החזו"א שמורים עמנו, און ער ברענגט דארט אזא מעשה עיי"ש. און ער ענדיגט צו מיט ווערטער פונעם סטייפלער אז כידוע זענען נשמות געקומען צום חזו"א זצ"ל, עכת"ד הספר הנ"ל
עכ"פ זע איך אז בני משפחתו פון חזו"א האלטן דאס יא למעשה ממש. און זיי פארשטייען יא אז דאס ווייזט אויפ'ן גדלות פונעם מענטש, וואס די סברא זאגט אויך אזוי, ווייל כמה וכמה ת"ח וואס הארעווען אין לערנען, און אין מדות טובות, און דקדוק המצות און זיי זענען ווייט נישט זוכה צו אזעלכע ענינים. אוודאי די גדלות פון ספר איז גאר גרויס אבער אזא השגה איז אויך ווייט נישט אוועקצומאכן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 20, 2016 5:33 pm

· #343013
צווישען זיין משפחה זעט מען פארשידענהייטען. דער פלעמעניק וואס מיין חברים זענען אייניקלעך פון איהם, האט געהייסען דער וואס ענדלט דער חזו"א דער מערסטע. די קאנייעווסקי'ס ענדל'ן בכלל נישט, וכנראה לכל רואה באמת, און אזוי אויך די גריינעמאנ'ס. איך קען נישט די קארעליצ'ס (ביידע), אבער ס'איז נישט מסתבר אז זיי וואלטען אין דעם געגלויבט. אז די קאנייעווסקי'ס האבען נאך א שטיק טשערנאביל און די גריינעמאנ'ס זענען עסקנים מבטן ומלידה, זעט זיך אויס על פניהם, נישט מיט די באשיידענהייט וואס דער חזו"א האט באוויזען

בן אדם » מיטוואך יולי 20, 2016 6:17 pm

· #343018
איך גלייב אויך נישט אז דער חזון איש האט עוסק געווען אין תיקון נשמות, טאקע אלס טשערנאביל... דאס באלאנגט אויסדריקלעך נאר פאר חסידישע רבי'ס און נישט פאר די גדולי ליטא. די קנייעבסקי'ס האבן פשוט נאך געהאט א שטיקל גילט אז זיי האבן איבערגעלאזט חסידות האבן זיי זיך בארואיגט מיט דעם אז דער חזון איש איז אויך אן אמאליגער צאדיק.

נישט נעמען ערענסט... כ'האב גארנישט געמיינט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 20, 2016 6:35 pm

· #343020
דער חילוק איז אז איך גלויב אויך נישט אז דער בעלזער רב האט געטוהן דערין. פאלקס געשיכטעס וואס מ'האט ממציא געווען כדי צו פארוויילען די לאנגע טונקעלע נעכט, וואס תמימי לב האבען אנגענומען פאר ערנסט, אזש אלע אנדערע מעשה'ס האט מען פארגעסען. ליין א בוך פון גוים פון יענער צייטען און זאג מיר צו ס'איז נישט די זעלבע

בן אדם » מיטוואך יולי 20, 2016 6:53 pm

· #343023

מודיעין » מיטוואך יולי 20, 2016 6:58 pm

· #343024
קודם כל מ'האט נישט גערעדט דא ווער עס ענדלט די מערסטע אינעם חזו"א, מהאט נאר געזאגט אז מ'זעט אז צוויי גדולי תורה באי ביתו פונעם חזו"א (וואס כידוע האבן זיי נישט געקוקט זאכן אויג אויף אויג) זענען מעיד אויף דעם, און ווי אויך איז דא בכת"י פונעם חזו"א אויף דעם זעט אויס רגלים לדבר אז עפעס אזא ענין איז געווען דארט, און עס איז זייער נישט מסתבר אז דאס איז סתם אויסגעזויגן פון פינגער, און עס איז זייער נישט מסתבר אז גדולי עולם זאלן סתם זיין זייפנים און ממציא זיין פאלקס געשיכטע'ס צו פארוויילן אין די נעכט. און דער אנדערע פלומעניק קען זיין אז ער ענדעלט טאקע דאס מערסעט אין חזו"א, אבער די עובדות האט ער נישט געהערט, ולא ראינו אינו ראי'.

און בנוגע בעלזער רב האב איך עס נאכנישט געהערט פון מקורות נאמנים ווי אזעלכע גדולי עולם זאלן מעיד זיין אויף אזא זאך.

איך אויך » מיטוואך יולי 20, 2016 7:19 pm

· #343025
ליטוואק, מרוב דברים לא יחדל פשע. אין דיין כסדר'דיגע בלעבערייען אין זאכן וואס דו האסט נישט קיין מושג ירוק מאכסטו נאר חוזק פון דיין אומוויסנשאפט. און געדענק אויך די משנה פון הזהרו בגחלתן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 20, 2016 7:21 pm

· #343027
Re: חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ
איך האב נישט געזאגט אז זיי לייקענען, נאר אז ס'שטימט בכלל נישט מיט זייער נאטור און דאס איז א נאטור וואס ענדלט אינ'ם חזו"א, דעריבער טראגט עס א חשיבות.
איך האב געמיינט דער ערשטע בעלזער רב, וואס אלע מעשה ביכער זענען פול מיט אזעלכע געשיכטע'לעך.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

מודיעין » דאנערשטאג יולי 21, 2016 12:55 am

· #343051
ליטוואק. אין די הדקמה פון רבי חיים וואלאזינער צום פירוש הגר"א על הספרא דצניעותא, איז ער מאריך בשבחי' פונעם גר"א איך האב נישט דעם לשון פאר מיר. אבער לויט וויפיל איך געדענק רעדט ער בתוך דבריו ארום פון די גאונות און עמילות בתורה, ביז ער קומט צו אז ער האט געוואלט באשאפן א גולם, אבער למעשה האט ער עס נישט געטון, ווי אויך שרייבט ער פון די גילויים און חזיונות וואס די גאון האט זוכה געווען בחלום ובהקיץ, פון אליהו הנביא, משה, יעקב, און יעדע נאכט האט ער זוכה געווען צו עליית נשמה במתיבתא עילאה. עיי"ש באריכות נפלא. אבער די עיקר הנוגע לענינינו איז דאס וואס ער ענדיגט צו דארט, אז לא נפלאת הוא בעיני, כי בא בשכרו זו תורה וזו שכרה, ווייל ער האט זיך מעמל געווען בהמ"ח קנינים בכל התורה כולה בעמל נפלא וכו' און די משנה זאגט דאך כל העוסק בתורה לשמה זוכה לדברים הרבה, לערנט ער פשט אין די משנה אז ער איז זוכה צו די אלע מדריגות, אזוי ווי די גמ' רעכנט אויס די אלע קדושות און מדריגות וואס די תורה ברענגט. היוצא לנו מזה אז דאס איז פשוט א תוצאה פון עמל התורה לשמה, און עס האט מיט חסידות קיין שום שייכות, וא"כ לענינינו ווער איז נאך בדורו געווען אזוי גרויס ווי דער חזו"א אין עמל התורה לשמה בכל התורה כולה מיט אלע מ"ח קנינים. אוודאי איז ער נישט געווען די גר"א, אבער פארט האט ער געקענט האבן שייכות צו אזעלכע השגות. ועל מה יצא הקצף?

איש חזון » דאנערשטאג יולי 21, 2016 10:55 am

· #343064
שלום עליכם @מודיעין!
פתח מקלדתך ויאירו דבריך!

איש חזון » דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:11 am

· #343067
ליטוואק פון בודאפעסט
צווישען זיין משפחה זעט מען פארשידענהייטען. דער פלעמעניק וואס מיין חברים זענען אייניקלעך פון איהם, האט געהייסען דער וואס ענדלט דער חזו"א דער מערסטע. די קאנייעווסקי'ס ענדל'ן בכלל נישט, וכנראה לכל רואה באמת, און אזוי אויך די גריינעמאנ'ס. איך קען נישט די קארעליצ'ס (ביידער), אבער ס'איז נישט מסתבר אז זיי וואלטען אין דעם געגלויבט. אז די קאנייעווסקי'ס האבען נאך א שטיק טשערנאביל און די גריינעמאנ'ס זענען עסקנים מבטן ומלידה, זעט זיך אויס על פניהם, נישט מיט די באשיידענהייט וואס דער חזו"א האט באוויזען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:16 am

· #343068
ס'קומט נאכאמאל אן אריכות.

א צדיק איז א מענטש וואס הערשט אויף זיין געפילען אין גאנצען. ד.ה. עד"מ ווען איינער רעגט איהם אויף, טוט ער גלייך באהערשען און נישט לאזען פארפירט ווערען. וואס מער צדיק וואס שנעלער און שטערקער באהערשט ער זיך. דער מדרגה פון קדושה וואס תחילתה עבודה וסופה השגה איז דאס אז די שלעכט'ס קומט גארנישט אריין אז ער זאל עס דארפען באהערשען. דאס איז די מדרגה צו וואס עמלות בתורה פיהרט און דאס איז די חשיבות פון צדיקים. און דאס איז גילטיג ביי יעדער תאווה צו ערוועקונג וואס דער מענטש האט וואס איז מגליך נגד רצונו ית'.

דאס ענייני השגה אין פארשטאנד, וואס דער גר"א האט זוכה געווען אין זיין שלאף, זענען השגות אין ידיעת הבורא ודרכיו, להרחיב דעתו ובינתו. דאס מאכען א גולם פאר'ן ברמצוה איז געווען א ראיה צו זיין שליטה אויף קבלה אז דער גר"א האט אזוי שטארק פארשטאנען אין קבלה ביז די דקדוקים צו קענען מאכען א גולם אן א טעות. דאס מיינט ר' חיים וואלאזהינער. און אזוי ליינט זיך יעדער חלק פון די הספד וואס ער שרייבט (אגב, טאמער דו ווילסט זע'ען ווי א חסיד רעדט אויף זיין רבי דער גר"א, קוק אין הקדמה צום ספר פאת השלחן פון הגר"י שקלאווער. דאס איז א ריכטיגע חסיד)

דער סבה פארוואס איך נעם נישט אן דער מעשה ביים חזו"א איז נישט צוליעב דעם אז ס'איז מאדנע און ספוק"י. איך האב נישט קיין פראבלעם מיט העכער'ס און השגות. דאס ענין אז א צדיק האט אנדערע עבודות פון א פשוט'ע מענטש איז וואס ס'שטערט מיר. ביי אונז האט מען אויסגעלערנט אז דער צדיק און דער פשוט'ער איד האבען די זעלבע פליכטען. דער חילוק איז נאר אין די מענטש וויאוי ער גייט צו צו דעם. דער צדיק פארשטייט אויף יעדער פרט, יעדער כוונה, יעדער שטיקעל ארום און ארום ווי וויכטיג ס'איז, און דעריבער זענען זיין הכנות און כוונות און דקדוקי המצוה גרעסער און טיפער ווי דער סתם מענטש. דער מציאות אז א צדיק איז דער וואס דארף טוהן געוויסע זאכען וואס א פשוט'ער מענטש דארף בכלל נישט זארגען דערמיט איז א גליטשעדיגער וועג ביז כת ש"צ. טאמער דער צדיק האט אנדערע מצוות, האט ער מעגליך אנדערע עבירות אויך, ודי בזה.

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 21, 2016 11:25 am

· #343071
פונקט ווי צום ת"ח קומט מען ווען מען האט א חולה ער זאל מתפלל זיין כאטש יעדער איד האט די מצוה, קומען נשמות צום צדיק ער זאל זיי מתקן כאטש יעדער איד האט די מצוה, ופשוט הוא.

מודיעין » פרייטאג יולי 22, 2016 1:31 am

· #343161
דאס וואס מ'קומט צו א ת"ח מתפלל זיין אויף א חולה עיין תשו' חת"ס או"ח קס"ו.
און וועגן די מעשיות פון חזו"א האט איש חזון געהאט אראפגעברענגט צוויי מעשיות, און די מעשה וואס הגרח"ג האט פארציילט זעט אויס אז דו ביסט יא מודה אז דאס קען זיין אמת. די קושיא איז נאר אויף די אנדערע מעשה, און באמת איז דאס א טענה, אבער בנוגע צו די מעשה וואס ווערט אראפגעברענגט אין תולדות יעקב דארט רעדט זיך נישט אז די חזו"א האט עוסק געווען אין א עבודת תיקון הנשמות, און אוודאי איז זיין דירה אין ב"ב נישט געווען א היכל פון די עולמות עליונים וואס נשמות האבן זיך דארט געדרייט פאר א תיקון, נאר די מעשה בקיצור רעדט זיך פון א איד וואס איז שוין נישט געווען בין החיים איז געקומען אין חלום צו זיין זון וואס איז אראפ פון דרך התורה, און אים מזהיר געווען אז ער זאל חוזר בתשובה זיין, און אז נישט וועט ער גיין פון דעם עולם, און דער זין איז געקומען צום חזו"א פאר הדרכה, און נאך פאר ער האט פארציילט זיין מעשה האט דער חזו"א אים געזאגט די זעלבע זאך טו תשובה אז נישט וועסטו שטארבן, און דער סטייפלער האט מפרש געווען די מעשה אז דער טאטע פון דעם איד איז געקומען צום חזו"א און ער האט אים פארציילט וועגן זיין זון און געבעטן דעם חזו"א אז ער זאל אים מחזיר למוטב זיין, עכת"ד
עכ"פ די מעשה האט גארנישט קיין שייכות צו תיקון הנשמות נאר דאס אז דער טאטע איז געקומען צום חזו"א וואס דאס איז קיין שום עבודה נישט, נאר ענדערש א זכי' פאר דעם טאטן אז ער האט געקענט קומען צום חזו"א וועגן א עבודה אויף דער וועלט, און אגב זעט מען פון דעם די גדלות פון חזו"א אז ער האט געהאט שייכות צו א נשמה פון עולם העליון וואס בדרך כלל הערט מען דאס נישט ביי אנדערע גדולים.
און בדרך אגב בין איך נייגעריג ווער איז דער פלומעניק וואס האט געענדלדט דאס מערסטע אין חזו"א?

בן אדם » פרייטאג יולי 22, 2016 9:32 am

· #343171
באמת האט דאך יעדער איד א יכולת צו מתקן זיין נשמות ווי טון מצוות לעילוי נשמתם און מאכן א ברכה, לערנען וכן' וכו'. און ס'איז אפילו געווען צדיקים וואס האבן דאס איבער געגעבן פאר פשוטע אידן. קומט דאך אויס אז דאס איז א מצוה וואס באלאנגט נישט נאר פאר צדיקים, נאר פאר אלע אידן צוגלייך. נאר דער צדיק - אזוי ווי אלע מצוות - פארשטייט ער דאס אויך בעסער עם כל פרטיה ודוקדוקיה וכוונותיה און פארדעם טאקע קומען די נשמות ענדערש צום צדיק ווייל זיי ווילן שנעלער געהאלפן ווערן.

(נישט אויסמישן מיט ניצוצות וואס פון דעם האט טאקע די גר"א נישט געהאלטן).

איש חזון » פרייטאג יולי 22, 2016 10:49 am

· #343184
מודיעין
דאס וואס מ'קומט צו א ת"ח מתפלל זיין אויף א חולה עיין תשו' חת"ס או"ח קס"ו.

גמ' ב"ב מי שיש לו חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם כו'.

איש חזון » פרייטאג יולי 22, 2016 10:52 am

· #343185
איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט
צווישען זיין משפחה זעט מען פארשידענהייטען. דער פלעמעניק וואס מיין חברים זענען אייניקלעך פון איהם, האט געהייסען דער וואס ענדלט דער חזו"א דער מערסטע. די קאנייעווסקי'ס ענדל'ן בכלל נישט, וכנראה לכל רואה באמת, און אזוי אויך די גריינעמאנ'ס. איך קען נישט די קארעליצ'ס (ביידער), אבער ס'איז נישט מסתבר אז זיי וואלטען אין דעם געגלויבט. אז די קאנייעווסקי'ס האבען נאך א שטיק טשערנאביל און די גריינעמאנ'ס זענען עסקנים מבטן ומלידה, זעט זיך אויס על פניהם, נישט מיט די באשיידענהייט וואס דער חזו"א האט באוויזען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

🙄

לפ"ב, איך וואלט מיך געפרייט פאר אן ערקלערונג (אויב ס'איז דא).

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 22, 2016 11:37 am

· #343193
איך האב געמיינט צו זאגען אז זיי האבען נישט דער mindset פונ'ם חזו"א. זיי זענען עסקנים וואס רעדען צום ציבור און פארשטייען וואס דער ציבור וויל הערען. דעריבער הערען מיר פון זיי מעשה'ס וואס אנדערע מקורבים האבען נישט געזען צו געהערט.
יעדער איינער זעט לויט זיין תכונת הנפש. דער מיט די נאנסטע תכונת הנפש צום מדובר, דארף לכאורה זיין די מערסטע באגלויבט.

מודיעין » פרייטאג יולי 22, 2016 2:09 pm

· #343204
איש חזון
מודיעין
דאס וואס מ'קומט צו א ת"ח מתפלל זיין אויף א חולה עיין תשו' חת"ס או"ח קס"ו.

גמ' ב"ב מי שיש לו חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם כו'.


געמיינט צו זאגן אז ער איז מבאר פארוואס מ'זאל גיין צום חכם ענדערש עיי"ש.

מודיעין » פרייטאג יולי 22, 2016 2:26 pm

· #343205
אין מעשה איש ח"ז ברענגט ער א מעשה פןו הגרמ"י ליפקוביץ אז ער האט געהאט תלמידים וואס דער קאפ איז זיי געווען פארמאכט אין לערנען, און זיי האבן גארנישט געקענט, האט ער זיי געברענגט צום חזו"א און ער האט מיט יעדעם איינעם פון זיי געלערנט א אנדערע סוגיא, און דער קאפ האט זיך זיי געעפנט צום לערנען, האט אים רמ"י געפרעגט דעם חזו"א פשר הענין האט ער אים געענטפער, אז יעדער בחור האט זיין חלק אין תורה וואס רעדט צו אים, און ווען מ'לערנט דאס מיט אים כאפט אים דאס לערנען. ע"כ המעשה

וויאזוי עס ווערט דארט פארציילט די מעשה זעט אויס, אז די חזו"א האט זיך תיכף גענומען לערנען מיט דעם בחור די סוגיא, און דאס איז א גרויסע פלא פון וואו האט ער געוויסט וועלכע חלק אין די תורה רעדט צום בחור, אולי אויך עפעס א מדריגה, אדער גאר א חכמה צו דערקענען די טבע פונעם מענטש אויפן פנים, אדער אפשר האט ער גאר געמאכט א שיעור מיט דעם בחור פאר א לענגערע צייט, און אזוי האט ער ארויסגעהאט זיין מהות, און לויט דעם פארשטאנען וועלכע חלק אין תורה גייט רעדן צום אים, אדער האט ער זיך פאר דעם אינטערעסירט ביים ראש ישיבה אויף דעם בחור. בכל אופן איז עס א אינטערעסאנטע זאך.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 22, 2016 3:56 pm

· #343209
Re: חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ
דער חזו"א איז באקאנט געווען מיט דעם וואס ער האט שנעל געכאפט די תכונות פון א מענטש'ן. קוק אין צמח אטלס ווי ער באשרייבט עס.
דאס לערנען מיט בחורים איז אויך געווען איינער פון זיין זאכען. יעדער בחור האט געוואוסט אז ביי איהם איז פארהאנען אן אפענעם טיהר און מ'פלעגט קומען צו איהם שמועס'ן אין לערנען. די בחורים וואס ראשי ישיבות האבען ארויסגעווארפען פון ישיבות האבען זוכה געווען צו א קורבה יתירה.

איש חזון » זונטאג יולי 24, 2016 1:07 pm

· #343281
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געמיינט צו זאגען אז זיי האבען נישט דער mindset פונ'ם חזו"א. זיי זענען עסקנים וואס רעדען צום ציבור און פארשטייען וואס דער ציבור וויל הערען. דעריבער הערען מיר פון זיי מעשה'ס וואס אנדערע מקורבים האבען נישט געזען צו געהערט.
יעדער איינער זעט לויט זיין תכונת הנפש. דער מיט די נאנסטע תכונת הנפש צום מדובר, דארף לכאורה זיין די מערסטע באגלויבט.

יעצט כאפ איך מיך אז דו מיינסט אודאי די קינדער פון ר' שמואל גריינימן אויסער בנו ר' חיים. וא"ש.
(אין לייקווד איז דא א וילמן).

ירמי' » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:27 am

· #354832
היינט געווען די יארצייט. בקדשים הלילה הולך אחר היום...

זכותו הגדול יגן על הדור.

ארי נוהם » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 12:44 pm

· #412408
א "שרעקליכע" מעשה האב איך אקארשט געליינט אויפן חזון איש, יבואו הסאטמערע ויצעקו בוז! וגיוואלד!


אין צייטונג "המבשר" (מדור "קהילות", בעיתון שי"ל י"ב אב תשע"ח), ווערן אראפגעברענגט אנעקדאטן אויפן חזון איש, ווי דערציילט דורך איינע פון זיינע תלמידים הגאון ר' אהרן ישעי' ראטער (למד בחברותא עם ר' חצק'ל ברטלר, וגם היה משמש את החזו"א וישן בחדרו בבין הזמנים דקיץ). אלע זענען שיינע טיפישע חזו"א מעשיות, אבער די פאלגענדע מעשה איז געאייגנט פאר אלע גיוס טומל-מאכערס:

סיפר לי כ"ק האדמו"ר רבי חיים מרדכי מנדבורנה זללה"ה, בהיותו יושב עוד ביפו והיתה לו שם ישיבה, ובא אליו אברך אחד שהוא היה 'פועל' וביקש ממנו שירשום אותו בין בני הישיבה כדי לקבל דיחוי בתור בן ישיבה, והשיב לו האדמו"ר שאת הענין הזה הוא - האדמו"ר - ישאל את מרן (-החזו"א) איך להתנהג.

אולם האברך הנ"ל הקדים את האדמו"ר, ובא אל מרן, וביקש ממנו היות שהאדמו"ר יבוא וישאל אותו שיידע על מה מדובר.

ענה לו מרן ואמר: 'אם האדמו"ר יבוא וישאל אותי, אז אשיב לו שלא ירשום אותך, כי כל הענין של גיוס בני ישיבות תלוי על חוט השערה. ברצונך לנתק אותו?'



וויי פאר די אויגן וואס האבן געזען אזא שרעקליכע ציונות כפירה ומינות, וואס האט זיך נישט גערעכנט מיטן הייליגן שיטה אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, און האט גאר צוגעשטופט א יונגערמאן לבאר שחת רח"ל, מיט פאלשע תירוצים וואס פאסן פארן קוק=שטיינמן און זיין קליקע, און נישט פארן חזון איש וואס "כידוע" האט ער געהאלטן פונקט ווי דעם רבי'ן זי"ע, ועכשיו נתגלה קלונו מיט אזעלכע אומווערדיגע רייד אשר כל שומעם תצילנה אוזניו...

---
כ'האב געמוזט דאקומענטירן די מעשה, כדי מ'זאל וויסן דעם אמת'ן דעת תורה פון אמת'ע גדולי התורה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 2:17 pm

· #412419
Re: חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ
דער רבי׳ן האט נישט אזוי געהאלטען? ער האט געהאלטען אז מ׳זאל לייגען אין געפאר די גאנצע דיחוי בני הישיבות צוליעב די וואס ארבעטען? ער האט געהאלטען מ׳זאל זאגען שקרים צו די רעגירונג און דערביי ריזיקירען די גאנצע אפמאך?

קען נאך זיין אז דער רבי׳ן (הועווער יו וואנט דעט טו בי) האט זוכה געווען צו האלטען ווי דער חזו"א.

עושה שלום במרומיו וכו׳....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 2:32 pm

· #412425
רימון
(א.)



חיים גראדה ווידמעט אויך אייניגע פרקים אין זיין ראמאנס-פיקיציע "דער ישיבה מאן – צמח אטלס" אפצומאלן דעם חזון איש;

.

האט איינער דא עס אמאל געליינט?
ער האט אסאך פרקים איבער'ן חזו"א ממש להפליא

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 3:12 pm

· #412442
סקרן: פונקט יענעם ביכל (דער ישיבה בחור) האביך נישט געליינט. ס'איז אפשר די וויכטיגסטע. אבער איך האב געליינט כמעט אלע אנדערע פון זיינע באשרייבונגען. ווי..." די קלויז און די גאס"... דארט האט ער פיהר לאנגע סיפורי מעשיות. וואס זענען איינס זיסער פון אנדער'ן און מ'קען זיך באלעקן דערמיט. אויך זיין מעשה ביכל וואס הייסט...,"דער שטומער מנין"...וואס האט אויך א פאר חלקים. וואו ער באשרייבט דאס לעבן אין די שטאט ווילנא פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה. און אלע כאראקטערן וועלכע האבן זיך דארט געדרייט. אויך דעם ביכל .."ר' נחומ'קע דער מלוה"...! ווען מ'ליינט זיינע מעשיות וואס ער פארציילט, קענמען מיינען אז מ'לעבט מיט די מעשה אין יענע שטאט...! ס'האט נאר איין חיסרון. ער באשרייבט און נוצט אזעלכע לשונות וואס מ'קען נישט לאזן קינדער ליינען דאס...! ווען מ'קען עס מטהר זיין און ארויסנעמען די נישט טויגעדיגע לשונות. און א ביסל אוועקדרייען געוויסע חלקים פון זיינע מעשיות, וואלט עס געווען א קוואל פון א סאך לאנגע מעשיות פאר די שרייבערס אין די היימישע מאגאזינען און זשורנאללן...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2018 4:52 pm

· #412455
Re: חזיתי איש - רבי אברהם ישעי' קארעליץ
סקרן
רימון
(א.)



חיים גראדה ווידמעט אויך אייניגע פרקים אין זיין ראמאנס-פיקיציע "דער ישיבה מאן – צמח אטלס" אפצומאלן דעם חזון איש;

.

האט איינער דא עס אמאל געליינט?
ער האט אסאך פרקים איבער'ן חזו"א ממש להפליא
עס איז באקאנט אז הרב חיים גריינמן האט געזאגט אז פון אלע שרייבערס, האט ער די בעסטע אפגעכאפט דער חזו"א.

מ׳קען הערען דרשות זיינער וועגען דער חזו"א, צו לעקען די פינגער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כרם זית » דינסטאג יוני 30, 2020 8:37 pm

· #453454
דער בארימטער חרדישע לציטאציע הויז גנזים, טוט יעצט צווישן אנדערע היסטארישע ווערק, לציאטירן א הגה וואס דער חזון איש האט צוגעשריבן אויף א פאשקעוויל וואס דערקלערט די בחורים וועלכע גייען בלורית (טשא''פ) אלס עוברים אויף ובחוקתיהם לא תלכו. דער חזון איש שרייבט אז עס איז נישט דא קיין חוקת הגוי ווען מען טוט די פעולה אלס אן אנדערע סיבה. אין די פאל זיך צו באשיינען.

כרם זית » דינסטאג יוני 30, 2020 8:54 pm

· #453457
עס איז אויף עמוד 81.

ישעיה » דינסטאג יוני 30, 2020 11:41 pm

· #453478
איז פון היינט אהן וועט מען מעגן אריינגיין צו ר' חיים קנייבסקי נאר מיט א צ'ופ?

כרם זית » מיטוואך יולי 1, 2020 9:48 am

· #453493
ישעיה
איז פון היינט אהן וועט מען מעגן אריינגיין צו ר' חיים קנייבסקי נאר מיט א צ'ופ?

דער חזון איש שרייבט דארטן קלאר אז אודאי איז ענדערש צו דיין אנדערש ווי די גוים. אבער קיין איסור דאורייתא איז עס נישט.