☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.

מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.

103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9732
בלאט: 1 2 3

יהושפט קליין » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:38 pm

· #305440
מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.
יעצטיגע נייעס,

אזוי ווי די מוסלעמענר רידערען רוצחנן, שטעכן, און פארפירען די לעצטע פאר וואכען, און שרייען אז ס'וועגען "אל אקצא", דעריבער האבען אונזערע אייראפעישע און אמעריקאנע "פריינד" געזאגט פאר נתניהו אז ער וועט דארפען "נאכגעבען" עפעס פאר די מערדער, און טוישען די יעצטיגע סטאטוס קווא וואס איז שוין אזוי ווי ס'איז זייער גענויגט לטובת די שמוציגע מוסלעמענער, ווילען זיי יעצט אז ער זאל נאך מער נאכגעבען פאר זיי,

נתניהו איז איצטערט געפארען אויף דייטשלאנד ווי ס'יעצט דא א באגעגעניש פין וועלט פאליטיקאנטען, און ווי ס'ווערט באריכטעט גייט ער זיך דארט טרעפען מיט מערב וועלט שונאי ישראל כדי צי רעדען איבער דעם הר הבית, און צי מ'קען טוישען די סטאטוס קווא,

אורי אוריאל, דער שר החקלאות האט שוין געלאזט וויסען, אז טאמער נתניהו איז מסכים צי טוישען דעם סטאטוס קווא מער לטובת די מוסלומענער דאן איז ער אינדרויסען פין די רעגירונג, וואס דאס מיינט אז די רעגירונג גייט פאלען,

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי,

mevakesh » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 3:48 pm

· #305447
Re: מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.
קודם כל פארוואס זענען די מוסלעמענער שמוציג?
צוויטענס די איינציגע זאך וואס די מערב וועלט טראכט צו טוהן יעצט איז צוריקדרייען צו פאר די צווייטע אינטיפאדא ווען די וואקף איז געווען אינגאנצען אחראי דאסאלס

קאצקע ציקער » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 3:57 pm

· #305448
mevakesh
קודם כל פארוואס זענען די מוסלעמענער שמוציג?

ווייל זייערע קליידער זענען שמיציג פון בלוט

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:12 pm

· #305507
-

גר ותושב » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:32 pm

· #305521
Re: מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.
דרישות בינ"ל מהפלסטינאים לסגת מבקשתם להכיר בכותל כאתר הקדוש למוסלמים

משלחות ערביות ואחרות, כולל הרוסית והקובנית החברות באונסק"ו דרשו ביום שלישי 20.10 מחברי הנציגות הפלסטינית בארגון החינוך, המדע והתרבות של האומות המאוחדות, למשוך את בקשתם 'להכיר בכותל המערבי כאתר תפילה הקדוש למוסלמים המהווה חלק אינטגרלי ממתחם מסגד אל אקצא', בקשה המפירה באופן חד צדדי ובוטה את הסטטוס קוו במקום. אפילו אירינה בוקובה Irina Bokova מזכ"לית הארגון, המגבה בדרך כלל את בקשות החברות הערביות בארגון באופן כמעט אוטומטי, דחקה בפלסטינים למשוך את בקשתם.

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:44 pm

· #305524
Re: מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.
כהאב געהערט פון ר׳ בערל וויין אמאל אז די דורכפאל פון די אראבער איז אז אלעמאל וועלן זיי פארלאנגען עפעס מער פון וואס זיי קענען און פארציכטען אויף דאס וואס זיי קענען יא, דא אויך די הר הבית קענען זיי יעצט געווינען רייסען זיי זיך צום כותל.

יהושפט קליין » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 12:50 pm

· #305561

יהושפט קליין » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 1:06 pm

· #305569
א חוברת, א ביאור הלכה איבער עליית הר הבית,

<a class="postlink" href="https://copy.com/yOUMnG8zY3Lw0pnn">https://copy.com/yOUMnG8zY3Lw0pnn</a>

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 1:24 pm

· #305574
סתם @חסידי לאומי חלק ב'?

בן אדם » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 3:29 pm

· #305592
אנאנים, פאר הדור, חסידי לאומי, יהושפט קליין, ס'דא נאך?

בראשית » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 9:16 pm

· #305648
אויף failed Messiah דערמאנט ער די רציחות אין חברון תרפ"ט און די דירעקטע האנט וואס רב קוק האט געהאט דערמיט ווען אזוי ווי היינט האבן זיי זיך ארום גערייצט זיך נישט קומערן מיט די תוצאות און שפיכת דמים דאס וועט ברענגן.
כאטש די ענגלישע רעגירונג האט זיך געבעטן ביי אים.
קענען טאקע די הר הבית אנדרייערס זאגן מיט א פעסטקייט ידינו לא שפכו את הדם הזה?!.

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:32 pm

· #305656
Re: מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.
קענען טאקע די פארשאלטענע טעראריסטן זאגן ידנו לא שפכו?!

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:18 am

· #305692
אזוי ווי די רוצחים ניבזים בני ישמאל טענה'ן אז די הר הבית איז א הייליגע פלאץ פאר זיי, ווייל פין דארט איז זייער גורו מוחמד ארויף אין הימל נאכדעם וואס ער איז געקומען צי פליען מיט א "פליענדען אייזל" פין מעקא, ( וואס דרך אגב די אייזל האט ער ציגעבינדען צים כותל המערבי) [אזוי פארציילען די אראבער, כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פין די געשעעניש],

איז פארגעשטעלט געווארען א ווינדערליכע לעזונג צי די קאנפליקט,
די אידען וואז זייערע עלטערן האבען מתפלל געווען אוין הר הבית וועלען האבען די רעכט דארט צי דאווענען,
ווידעראום די אראבער וואס מוחמד איז פין דארט ארויף אין הימל, וועלען די אראבער האבען די רעכט פין דארט צי ארויף אין הימל,

והאמת והשלום אהבו,

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:31 am

· #305694
mevakesh
קודם כל פארוואס זענען די מוסלעמענער שמוציג?
צוויטענס די איינציגע זאך וואס די מערב וועלט טראכט צו טוהן יעצט איז צוריקדרייען צו פאר די צווייטע אינטיפאדא ווען די וואקף איז געווען אינגאנצען אחראי דאסאלס

מבקש: נישט נאר זענען זיי שמוציג. זיי שטינקען אויך. צוזאמען מיט זייערע גוטע פריינט די נטורי חרתא. ווייל רש"י הק' זאגט אזוי. ביי די פרשה פון מכירת יוסף זאגט רש"י אויף דעם פסוק וואס ס'שטייט אז די ישמעאלים ..."נושאים נכות, צרי ולוט"...דאס זענען מיני בשמים. איז רש"י מפרש אז געוויינליך האנדלען די ישמעאלים (די פיינע ארנטליכע מענטשן. שטייצעך, פאר די ציונים זענען געבוירן. און זיי זענען געווען די בעסטע פריינט פון די אידן. נאר די טמא'נע ציונים ימ"ש האבן אלעס קאליע געמאכט. כדברי הרב שמאפלאן, זכרונו לקללה.) מיט נפט און אנדערע פעטראליום פראדוקטן, און דערפאר שטינקען זיי אוועק. נאר דאסמאל, צוליעב דעם כבוד פון יוסף הצדיק האבן זיי געהאנדלט מיט בשמים. כדי שלא יריח אותו צדיק ריח רע שלהם...!

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:37 am

· #305695
ווען די אידען זענען געווען אין די מדבר האבען רוב "רבנים" געהאלטען אז מען טאר נישט גיין קיין ארץ ישראל, ווייל ס'א סכנה (אפס כי עז העם...) נאר צוויי רבנים כלב בן יפונה מיט יהושע בן נון האבען געזאגט "עלה נעלה וירשנו אותה"! ,

היסטאריע חזר'ט זיך איבער.....

אין די מדבר האבען די "רבנים" געזאגט אז מען טאר נישט ארויף גיין קיין ארץ ישראל,

וואסי געשען ? רוב דור זענען געשטארבען אין די מדבר,

אין אייראפע האבען די "רבנים" געזאגט אז מען טאר נישט ארויפגיין קיין ארץ ישראל,

וואסי געשען? רוב דור איז געהארגעט געווארען אין די בלוטיגע אייראפע,

דער עיקר איז ארץ ישראל טאר מען נישט, הר הבית טאר מען נישט , דער עיקר זיצען אין חוץ לארץ אין נישט האבען קיין אייפאון, אין טאנצען אויף פארענטשעס פאר עגלי זהב,

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:44 am

· #305696
ירא שמים
קענען טאקע די פארשאלטענע טעראריסטן זאגן ידנו לא שפכו?!

ירא שמים: זעה וואס מר. בראשית האט צו זאגן איבער דעם ענין. לויט ווי איך זעה איז ער א גרויסער חסיד פון די בלעים די וויקטים מענטאליטי. אונז אידן זענען שולדיג פאר די רציחות פון די שטינקעדיגע ישמעאלים. דו פארשטייסט א הילוך המחשבה. די אראבערס, ימ"ש זענען וואוילע מענטשן. נאר די ציונים זענען שולדיג אין זייערע רציחות. די פאגראמען פון שנת תרפ"ט איז אלעס די ציונים'ס פאולט. דאס וואס זיי האבן גערצח'ט מיט די גרעסטע מאס אכזריות און ברוטאליטעט אנשים, נשים וטף איז נישט זייער שולד. זיי בלייבן נאך אלץ פיינע מענטשן. די פארשאלטענע, טמא'נע ציונים זענען פאר אלעם שולדיג...ס'זעהט אויס אז ס'נאך דא אידן וועלכע דארפן כאפן א גוטן שמייס אין פנים אז זיי זאללן זיך אויפוועקן פון זייער נארישן און בייזוויליגן חלום...!

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:03 am

· #305702

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:06 am

· #305703

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:01 am

· #305706
למתפללים יהודים? איך האב געמיינט אז די סטאטוס קווא איז געבליבן ווי אייביג, זייט ווען מעגן אידן דאוונען אויפן הר הבית?

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:11 am

· #305707
ישראל קאפקע
למתפללים יהודים? איך האב געמיינט אז די סטאטוס קווא איז געבליבן ווי אייביג, זייט ווען מעגן אידן דאוונען אויפן הר הבית?


דער שרייבער האט געניצט אזא לשון,

די מציאות ליידער איז א זיי לאזען נישט א איד דאווענען דארט,

א איד וואס זאגט נאר די ווערטער שמע ישראל וכו' אויפען בארג ווערט ארעסטירט,

אנבעליוועבל,

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:12 am

· #305708
נתניהו שוואכלינג,

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:21 am

· #305709
א איד זאגט שמע ישראל אויפען בארג,

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:45 am

· #305710
דאס איז א קליינע פרייז צו צאלן פארן געוואלדיגן זכות פון האבן א 'אידישע לאנד'.

אינטערעסאנט אז אלע גדולים און צדיקים וואס האבן געוואוינט אין ירושלים אין די לעצטע טויזנט יאר האבן נישט געמאכט דעם קליינעם אנשטרענגונג ארויפצוגיין אויפן מקום המקדש און ליינען קריאת שמע, דאכט זיך דאן איז נישט געווען די אלע פאליטישע שוועריגקייטן פון די שוואכלינג ביבי.

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 4:06 am

· #305711
ישראל קאפקע

אינטערעסאנט אז "אלע" גדולים און צדיקים וואס האבן געוואוינט אין ירושלים אין די לעצטע טויזנט יאר


אסאך זענען ארויף דורך די יארען,
וזאת התורה לא תהא מוחלפת !

<a class="postlink" href="https://copy.com/GVNpc4OlVTV4DWZr">https://copy.com/GVNpc4OlVTV4DWZr</a>
📎 הה3.PNG 📎 הה2.PNG 📎 הה1.PNG

בראשית » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 9:52 am

· #305728
א שאד אויפן ויכוח וכבר דנו ע"ז גדולי הרבנים עיין במנחת יצחק ח"ה. וגם עכשיו אמר הגאון יצחק יוסף שרוב גדולי ישראל היה נגד זה אבל לדעתי המדובר עכשיו בגרמא דסכנת נפשות ותודה ל@בעלהגעלה לדרוש ולהכניס דברים בדברינו שמעולם לא עלה על דעתי ולענ"ד הרי ידועה הסוגיא דגרם במקום סכנה ושם מבואר דעל נחש יש אומרים דלאו גרם הוא אלא מזיד גמר כיון דוודאי יכשנו ועתה בכגון דא הערביים הרוצחים האלה דוודאי זה יבא לסכן אחינו בני ישראל ובזמנים כאלו יש לנו חוב למחות ולצווח ככרוכיא סורו נא האנשים האלו הני בני בליעל. כמה נשמות ישראל אתם מוכן להסכן על האומית הלזה? מי בקש זאת מידכם וכי הרב קוק בעצמו היה נוהג לילך על הר הבית? אתמהה.
ואגב עיין בפלא יועץ אות גלות.

יהושפט קליין » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 10:46 am

· #305732
בראשית
א שאד אויפן ויכוח וכבר דנו ע"ז גדולי הרבנים עיין במנחת יצחק ח"ה. וגם עכשיו אמר הגאון יצחק יוסף שרוב גדולי ישראל היה נגד זה

די מציאות איז אז ע"פ הלכה מעג מען, ווי געברענגט אויבען, סאו הער אויף צי שיסען סטעיטמענטס, טאמער איינער איז מחמיר מסיבות שונות איז עס סתם א חומרה, אין האט גארנישט מיט קיין איסור כרת,


בראשית
אבל לדעתי המדובר עכשיו בגרמא דסכנת נפשות ותודה ל@בעלהגעלה לדרוש ולהכניס דברים בדברינו שמעולם לא עלה על דעתי ולענ"ד הרי ידועה הסוגיא דגרם במקום סכנה ושם מבואר דעל נחש יש אומרים דלאו גרם הוא אלא מזיד גמר כיון דוודאי יכשנו ועתה בכגון דא הערביים הרוצחים האלה דוודאי זה יבא לסכן אחינו בני ישראל ובזמנים כאלו יש לנו חוב למחות ולצווח ככרוכיא סורו נא האנשים האלו הני בני בליעל. כמה נשמות ישראל אתם מוכן להסכן על האומית הלזה? מי בקש זאת מידכם וכי הרב קוק בעצמו היה נוהג לילך על הר הבית? אתמהה.


נאכגעבען פאר א אביוזער און א רוצח איז א טיפשות און א שוואכקייט,
ס'ברענג נאר מער רציחה צים סוף,

ס'איז א וועג וויזוי שוואכע כאראקטער מענטשען טראכטען,
די מציאות איז פארקערט,
משביעו רעב מרעיבו שבע...

חסידי לאומי » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 10:56 am

· #305734
בראשית
א שאד אויפן ויכוח וכבר דנו ע"ז גדולי הרבנים עיין במנחת יצחק ח"ה. וגם עכשיו אמר הגאון יצחק יוסף שרוב גדולי ישראל היה נגד זה אבל לדעתי המדובר עכשיו בגרמא דסכנת נפשות ותודה ל@בעלהגעלה לדרוש ולהכניס דברים בדברינו שמעולם לא עלה על דעתי ולענ"ד הרי ידועה הסוגיא דגרם במקום סכנה ושם מבואר דעל נחש יש אומרים דלאו גרם הוא אלא מזיד גמר כיון דוודאי יכשנו ועתה בכגון דא הערביים הרוצחים האלה דוודאי זה יבא לסכן אחינו בני ישראל ובזמנים כאלו יש לנו חוב למחות ולצווח ככרוכיא סורו נא האנשים האלו הני בני בליעל. כמה נשמות ישראל אתם מוכן להסכן על האומית הלזה? מי בקש זאת מידכם וכי הרב קוק בעצמו היה נוהג לילך על הר הבית? אתמהה.
ואגב עיין בפלא יועץ אות גלות.



א שאד אויפן ויכוח
מיינסט אוודאי צו זאגן דאס איז עס מיין מח איז פארשלאסן און קיין שום פאקטן אדער באווייזן אויף פארקערט גייט נישט אויסמאכן?

וכבר דנו ע"ז גדולי הרבנים
גראדע הרב ישראל יעקב פישר ראב"ד העדה החרדית האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט יודן ארויפגיין אויפן הר הבית עיין בספרו: שו"ת אבן ישראל חלק ט'
און בעצם כ'האב פאר דיר נייעס "גדולי הרבנים" האבן קיינמאל נישט אין דעם דן געווען!
ס'איז נאך קיינמאל און די היסטאריע זייט מיר יודן האבן בעלות אויפן בארג (48 יאר שוין) פארגעקומען א רבני'שע זיצונג וועגן די נושא, נישט ביי די רבנות הראשית און נישט ביי אנדערע, כאטשיג געוויסע רבנים האבן פארלייגט שווערע כוחות צוזאמענצוברענגן אזא זיצונג.
בערך אזויווי "אלע גדולי הרבנים" האבן געאסרט דעם עירוב

די גאנצע ענין פון "רוב גדולי ישראל היה נגד זה" איז א רעפארמישע קאנסעפט, אין הלכה איז נישטא אזא דערהער (קיין נאכן רוב איז נאר ביי סנהדרין), ספעציעל ווען די "רוב" גדולי הרבנים זענען זיך קיינמאל נישט צוזאמגעקומען.
ובפרט ווען ס'איז נישטאמאל רוב, ס'איז דא א ברייטע פארנעם פון רבנים פון ביידע זייטן.

די איבער צען טויזענט יודן וואס זענען ארויף די לעצטע פאר יאר (וואס ווערט ב"ה נתרבה משנה לשנה, על אפם וחמתם פון די מאסרים) פאלגן זייערע רבנים, אפשר זענען זיי טאקע נישט קיין "היימישע" אבער דאך גרויסע תלמידי חכמים ופוסקים וואס האבן א רעכט צו פסקענען, איבערהויפט ווען דאס איז שוין געווארן געפסקנט להיתר גמור דורכן רמב"ם ומי יעיז זיך צו קריגן אויפן רמב"ם אן קיין שום אנדערע ראשון על מי לסמוך לאיסור, ובפרט שכוחא דהתירא עדיף.

ווער עס פארשטייט די שורש דשרשי פונעם אראבישן פראבלעם פארשטייט אז עס איז פונקט פארקערט, די סכנה איז ווען מיר געבן אויף דעם פלאץ אונזער בית חיינו.
somehow האבן יהושע און שמשון און שאול און דוד און די חשמונאים און רבי עקיבא נישט מורא געהאט פון זיך רייצן מיט די פעלקער וועגן ארץ ישראל אדער ירושלים אדער הר הבית.
זעהט אויס אז זיי האבן גענומען די אלע פסוקים פון דעם אויבערשטענס תורה מיט אן ערענסקייט די אלע צענדליגער פסוקים פון לא תירא ולא תחת, לא תערצו, ואם לא תורישו את יושבי הארץ וכו' וכו'.
זייער בטחון אין גאט ברוך הוא איז געווען אפשר מיט אן אמת, דערפאר האבן זיי נישט מורא געהאט פון די שמוציגע ישמעאלים צו אדומיים צו פלשתים.

לערן אביסל סוף שמואל ב' פארוואס 70,000 יודן זענען געהרגעט געווארן און זאג מיר ווען די סכנה איז גרעסער.
לערן אביסל ספר חגי מיט די מפרשים וועסטו פארשטיין קלאר על מה עלינו כל הצרות...
נאר ווייל אנטלויפן פון אונזער בארג, נאר ווייל מיר בויען נישט דעם בית המקדש.

די אלע איסורים וחרמות מיט פאלשע אנשרעקענישן פון איסור כרת איז נישט מער ווי א גלות-מאנטעליטי שרעק פון די ליכטיקייט פון גאולה

איסור כרת איז ווען מ'איז נישט מקריב דעם קרבן פסח במועדו וואס על פי הלכה איז גענוג א קליין מזבח'ל און טומאה הותרה בציבור

ס'איז גרינגער ארויסצונעמען דעם יוד פון גלות ווי דעם גלות פונעם יוד

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 10:59 am

· #305736
@חסידי לאומי, וואס איז שלעכט מיטן ניק @יהושפט קליין אז דו דארפסט נוצן די אלטע ניק?

חסידי לאומי » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:02 am

· #305738
געוואלדיג
@חסידי לאומי, וואס איז שלעכט מיטן ניק @יהושפט קליין אז דו דארפסט נוצן די אלטע ניק?


געוואלדיג קומסט מיר פאר צו זיין א קלוגער מענטש
בעהט איך דיר נוץ דיינע טאלאנטן פאר אנדערע זאכן
איך האב נישט קיין שום שייכות מיט יהושפט, איך האב נישט קיין השגה ווער ער איז אפילו

האסט עפעס זאכליך צוצולייגן צו די שמועס חוץ מזה?

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:08 am

· #305740
איך וואלט שטארק געוואלטנ אבער אין א נישט זאכליכע שמועס איז נישט שייך צוצולייגן עפעס זאכליך, דו ווייסט אויך זייער גוט אז רוב פון דיינע גדולי ישראל די רבנים פון די ציונות הדתית זענען אויך קעגן דעם.

חסידי לאומי » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:14 am

· #305744
געוואלדיג
איך וואלט שטארק געוואלטנ אבער אין א נישט זאכליכע שמועס איז נישט שייך צוצולייגן עפעס זאכליך, דו ווייסט אויך זייער גוט אז רוב פון דיינע גדולי ישראל די רבנים פון די ציונות הדתית זענען אויך קעגן דעם.


איך האב פארפעלט צו זעהן וויאזוי א שמועס פון "בית חיינו" איז נישט זאכליך
איך האב פארפעלט צו זעהן וויאזוי א שמועס פון כמה כמה מצוות וואס ווערט מקוים בלויז דוירכן ארופגיין איז נישט זאכליך
"רוב" און "גדולי" זענען ליידיגע סלאגאנען אן קיין שום אינהאלט מצד הלכה

די רבנים פון די ציונות הדתית זענען נישט מיינע רבנים, איך האב איין רב/פוסק וואס איך פאלג נאך וזה הא

חוץ פון דעם ביזטו נישט באקאנט מיט די מציאות ווי די בייגעלייגטע בילדער ווייזן
📎 עליה_להר_הבית-_המתירים.jpg 📎 1.JPG 📎 3.JPG 📎 2.jpg

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:15 am

· #305745
יישר כח פאר אהער ברענגען די כרוז, קוק טאקע נאך די נעמען פון די רבנים.

חסידי לאומי » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:22 am

· #305748
געוואלדיג
יישר כח פאר אהער ברענגען די כרוז, קוק טאקע נאך די נעמען פון די רבנים.


פיר אויס.....

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:36 am

· #305753
שפעקולירן אז @לאומי איז @יהושפט איז נישט אין פלאץ אין א דיסקוסיע (גראדע שרייבן זיי אויף אן אנדערן סטיל) און איז דאכט זיך נישט אין איינקלאנג מיט די ק"ש רעגולאציעס.

עניוועי הרב לאומי זאגט מיט די ווארהייט, 'פאלגט' איר אייער רב וואס זאגט אז מען זאל ארויפגיין אדער האט די 'אייער רב' טייל נאכגעפאלגט נאכן פסק?

איבערהויפט ווען דאס איז שוין געווארן געפסקנט להיתר גמור דורכן רמב"ם ומי יעיז זיך צו קריגן אויפן רמב"ם אן קיין שום אנדערע ראשון על מי לסמוך לאיסור, ובפרט שכוחא דהתירא עדיף.

ובפרט ווען ס'איז נישטאמאל רוב, ס'איז דא א ברייטע פארנעם פון רבנים פון ביידע זייטן

אינטערעסירט צו אונטערשטיצן ביידע assertions?

חסידי לאומי » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:11 pm

· #305794
די ראשונים קריגן זיך ארום אויף די פראגע צו די קדושת בית המקדש און הר הבית איז נאך חל היינטיגע צייטן נאכן חורבן.
איין דעה איז אז די קדושה איז געבליבן די זעלבע פונקט ווי אמאל, אזוי פסקענ'ט דער רמב"ם‏‏‏ [‏משנה תורה, הלכות בית הבחירה, ו, יד‏] און אויך תוספות ‏‏‏[‏שבועות יד, ב, ד"ה "ונעלם"].
פון די אנדערע זייט פסקענ'ט דער ראב"ד אז היינטיגע צייטן איז נישטא קיין איסור כרת אריינצוגיין צום מקום המקדש ‏‏‏[משנה תורה, הלכות בית הבחירה, ו, יד‏ השגת הראב"ד‏], און דער מאירי שרייבט גאר אז ‏[שבועות טז.] "המנהג פשוט להיכנס לשם".
הרב שלמה גורן אין זיין ספר 'הר הבית' טענה'ט אז רוב ראשונים ווי צום ביישפיל דער ריטב"א, דער רס"ג, דער רמב"ן, רש"י, די רשב"א - האלטן אז קדושת ירושלים און מקדש האט זיך אפגעהאקט מיטן חורבן, נאר ס'איז געבליבן א רושם-צייכן פון קדושה (אבער נישט די איסור כרת וכו')

קומט אויס אז די עיקר פראבלעם שטאמט פונעם רמב"ם וואס האלט אז די קדושה גייט נאך ווייטער אן, ממילא קומט דערמיט דער איסור כרת
יעצט לאמיר זעהן וואס דער רמב"ם פסקענ'ט וועגן ארויפגיין אויפן הר הבית

משנה תורה לרמב"ם · ספר עבודה · הלכות ביאת מקדש · פרק שלישי
הלכה א: מצות עשה לשלח כל הטמאים מן המקדש שנאמר וישלחו מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש:
הלכה ב: זה המחנה האמור כאן הוא מחנה שכינה שהוא מפתח עזרת ישראל ולפנים שומע אני שהמצורע והזב וטמא מת שלשתן במקום אחד ת"ל במצורע בדד ישב מחוץ למחנה מושבו זה מחנה ישראל שהוא מפתח ירושלים ולפנים מה מצורע שטומאתו חמורה חמור שילוחו משילוח חבירו אף כל שטומאתו חמורה חמור שילוחו משילוח חבירו לפיכך משלחין את המצורע חוץ לג' מחנות שהוא חוץ לירושלים מפני שהוא מטמא בביאה מה שאין הזב מטמא:
הלכה ג: ומשלחין זבין וזבות נדות ויולדות חוץ לשתי מחנות שהוא חוץ להר הבית מפני שהן מטמאין המשכב והמושב אפילו מתחת האבן מה שאין המת מטמא:
הלכה ד: טמא מת אפילו המת עצמו מותר להכנס להר הבית שנאמר ויקח משה את עצמות יוסף עמו עמו במחנה הלויה:
הלכה ה: החיל משלחין ממנו עכו"ם וטמאי מת ובועלי נדות אבל טבול יום נכנס לשם שכבר טבל:
הלכה ו: עזרת הנשים משלחין ממנו טבול יום אבל לא מחוסר כיפורים שמחוסר כיפורים העריב שמשו ואסור טבול יום במחנה לויה מד"ס:
הלכה ז: מעזרת ישראל ולפנים אפי' מחוסר כיפורים לא יכנס לשם שעדיין לא טהר טהרה גמורה שנאמר וכפר עליה הכהן וטהרה מכלל שעדיין לא גמרה טהרתה:
אין כהן גדול נכנס לקדש הקדשים אלא מיוה"כ ליום הכפורים וכהן הדיוט נכנס לקדש לעבודה בכל יום:

פרק שני
הלכה א: אין כהן גדול נכנס לקדש הקדשים אלא מיוה"כ ליום הכפורים וכהן הדיוט נכנס לקדש לעבודה בכל יום:
הלכה ב: והוזהרו כל הכהנים שלא יכנסו לקדש או לקדש הקדשים שלא בשעת עבודה שנאמר ואל יבוא בכל עת אל הקדש זה קדש הקדשים מבית לפרוכת להזהיר על כל הבית:
הלכה ג: כהן שנכנס לקדש הקדשים בשאר ימות השנה בין כהן הדיוט בין כ"ג או כהן גדול שנכנס לו ביוה"כ שלא בשעת העבודה חייב מיתה בידי שמים שנאמר ולא ימות וכמה פעמים הוא נכנס לשם ביום הכפורים ארבע כמו שיתבאר במקומו ואם נכנס חמישית חייב מיתה בידי שמים:
הלכה ד: והנכנס לקדש חוץ לקדש הקדשים שלא לעבודה או להשתחוות בין הדיוט בין גדול לוקה ואינו חייב מיתה שנאמר אל פני הכפורת ולא ימות על קדש הקדשים במיתה ועל שאר הבית בלאו ולוקה:

אויפן הר הבית איז דא פארשידענע מדרגות פון קדושה
מחנה לויה = הר הבית אליינס ביזן חיל= אסור בכניסה לזבים, זבות, נידות ויולדות, (ויש דעות שגם בעל קרי)
מחנה לויה = פונעם חיל ביז די עזרה=אסור מדרבנן‏ בכניסה גם לגויים ולטמאי מת.
מחנה שכינה = פון די עזרת נשים און אריינציער (ללא העזרת נשים)= משלחין ממנו טבול יום, האיסור לגויים ולטמאי מת הוא מדאורייתא.
מחנה שכינה = פון די עזרת ישראל אפי' מחוסר כיפורים לא יכנס לשם
מחנה שכינה = היכל און קדשי קדשים = אסור לישראל ומותר לכהנים רק בשעת העבודה

קומט אויס פשוט אויפן הר הבית ביזן חיל איז 100% מותר פאר טמאי מת וואס זענען געטובלט פון טומאת קרי ארויפצוגיין

און טאקע דער רמב"ם אליין איז ארויף אויפן הר הבית ווי עס ווערט נאכגעברענגט די בריוו פונעם רמב"ם אין ספר חרדים מצוות התלויות בארץ ג'
"וביום שלישי בשבת, ארבעה ימים לירח מרחשוון, שנת שש ועשרים ליצירה (ד' אלפים תתקכ"ו), יצאנו מעכו לירושלים תחת סכנה, ונכנסתי לבית הגדול והקדוש והתפללתי בו…. וכשם שזכיתי להתפלל בה בחורבנה, כן אראה אני וכל ישראל בנחמתה מהרה אמן".

וועסט דאך אוודאי פרעגן פון וואו ווייסט מען וואו די חיל הייבט זיך אן, אויף דעם עיין בשו"ת הרדב"ז, חלק שני, סימן תרצ"א וואס דאס איז במשך די יארן פעסגעשטעלט געווארן מיט א זיכערקייט אז זיינע חשבונות שטימען.

ואידך פירושא הוא זיל גמור אין די קונטרס וואס יהושפט האט צוגעצייכענט פריער אינעם אשכול

די צווייטע פראגע וואס די פרעגסט וועל איך נישט קענען ענטפערן פאר איך באקום א מספר פון די "רוב"

בראשית » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 3:57 pm

· #305843
נכרין הדברים אז די האסט נישט געזעהן די מנחת יצחק ח"ה שרוב דבריך נתבטל בדבריו שם. און מג"א סי' תקס"א פסקנט הלכה למעשה עיי"ש. אבער דאס איז נישט מיין נקודה. דא רעדט מען פון א מחלוקה פון חז"ל די גלות אידן אקעגן די בריונים. חפץ חיים עה"ת דברים א נעבעכדיגע גלות איד אקעגן לאומיים האחזום בכלי זיינם מעשי ידי עשיו. אויב די שואה איז א ראי' אקעגן דעם גלות איד איז וואס איז איצטער די ראי' לגבי די הר הבית ווען דאס איז נישט דער ערשטע מאל וואס דאס האט געברענגט שפיחות דמים. לבי לבי על חלליהם. אבער דא איז גאר די ראי' ווייל מטיט נישט גענוג אנצורייצען.. .
עד מתי יהיה לנו למוקש.

חסידי לאומי » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 4:42 pm

· #305863
@בראשית
ניכרין הדברים אז די האסט דא סתם געגעבן א גיס אויס א טעפל רעטאריק אן מסביר זיין פונקטליך וואז די זאגטסט

די מגן אברהם פסקענ'ט ווי דער רמב"ם? נו איז וואס, אלע וואס זענען מתיר ארויפצוגיין נעמען אויך אזוי אן, מען רעד אבער נישט ארויפגיין ח"ו אויפן מקום המקדש סתם אזוי, נאר אויפן שטח הר הבית, די צוויי זענען נישט די זעלבע.

צו זאגן אז חז"ל זענען גלות יודן אז א גלאטע פארשעמונג אן קיין שום לאגיק.

יהדות איז א לאום, הייב אן די פרשה פון יום המיוחס אלץ אן התחלה, אין יא מיר דארפן האלטן געווער פונקט ווי אונזערע חכמים האבן געהאלטן ווי דער רמב"ם צייכנט אן ביי בר-כוכבא אז רוב חכמי ישראל זענען געווען אויף זיין זייט.

דוד המלך האט געזינגען מיט איין האנט און געהאקט קעפ פון אונזערע פיינט מיט די צווייטע האנט.

אז מען קען נישט די אייגענע היסטאריע, אז מען קען נישט די תרי"ג מצוות טראגט מען אזא גלות פנים.

יהושפט קליין » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 12:34 pm

· #305885
לגבי די שפעקולציעס צי יהושפט איז לאומי, וויל איך קלאר מאכען אז נישט, אונז וואוין מיר נישטאמאל אינעם זעלבען לאנד,
ווייל איך וואוין על אדמת הקודש, בשעת וואס לאומי וואוינט זיכער ערגעץ אויפען אמעריקאנעם קאנטינענט, ווייל כ'זעה אז ער האט געשריבען תגובות ווען דא איז שוין געווען שבת קודש, און מיין יעצטיגע תגובה ווערט געשריבען ווען אין אמעריקע איז נאך בעצם יום השבת קודש,

לעצם הענין, לויט ווי כ'זעה אין דעם אשכול קומען די מתנגדי העלייה להר נאר מיט ליידיגע לאזונגען, בשעת די מתירים קןמען מיט קראנטע הלכות,
דער האט געזאגט יענער האט געזאגט איז נישט קיין טענה, סתם געמאלען וואסער,

פארוואס נישט זאגען דעם אמת ???

ס'אמת אז ע"פ הלכה מעג מען, אבער מסיבות שונות והשקפות שונות וויל מען מחמיר זיין, איז ווער ס'וויל מחמיר זיין, איז עס זיין אישו, אבער וואסי דאס שרייען אויף יענעם אז מען טאר נישט, ווען די מציאות בלתי מופרך איז אז מען מעג יא, אנבעליוועבל...

עלה נעלה וירשנו אותה !

יהושפט קליין » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 12:49 pm

· #305886
געוואלדיג
איך וואלט שטארק געוואלטנ אבער אין א נישט זאכליכע שמועס איז נישט שייך צוצולייגן עפעס זאכליך, דו ווייסט אויך זייער גוט אז רוב פון דיינע גדולי ישראל די רבנים פון די ציונות הדתית זענען אויך קעגן דעם.


ס'שטייט שוין אין די ספרים אז בעקבתא דמשיחא וועלען רוב רבנים זיין פין נשמת ערב רב,

בספר דברי חיים בהשמטות לפרשת ויקהל כתב וזה לשונו, דלפני ביאת המשיח יהיו רוב הרבנים מהערב רב כו', וזה לשון הדברי חיים שם: כי ישראל בעצמן קדושים אך הערב רב כל חסדים דעבדי לגרמייהו עבדו כנראה בעליל שהרבנים והחסידים והבעלי בתים שבדור המה בעונותינו הרבים רובן מערב רב ורוצים לשרור על הציבור וכל מעשיהם רק לגרמייהו לקבל כבוד וממון ולכן אין להתחבר רק אם עובדים באמת שמוסרים נפשם לד' לא לקבל שום תועלת לעצמם, עד כאן עיין שם עוד.

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:14 pm

· #305892
דזשאן קערי האט גע'פועל'ט ביי ביבי אז מען זאל לאזן לייגן 24 שעה סורוועילענס קאמערעס אויפן הר הבית.

חסידי לאומי » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:29 pm

· #305903
פאר די וואס גלייכן זייער צו שמועסן פון נומבערס, כאטש ס'מאכט בכלל נישט אויס מצד הלכה, אט האט איר א קורצע תגובה פון הרב הצדיק יהודה גליק וועגן ווי רוב רבני ציונות הדתית שטייען בנוגע הר הבית

"רוב מוחלט של רבני הציונות הדתית למעט קהילות מרכז הרב והר המור תומכים בעלייה להר הבית. הרבנים החרדים חרדים לומר את דעתם ופוחדים מה"גדולים" ולכן קשה לדעת מה דעתם"

געוואלדיג » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:00 pm

· #305911
יהושפט קליין


בספר דברי חיים בהשמטות לפרשת ויקהל כתב וזה לשונו, דלפני ביאת המשיח יהיו רוב הרבנים מהערב רב כו', וזה לשון הדברי חיים שם: כי ישראל בעצמן קדושים אך הערב רב כל חסדים דעבדי לגרמייהו עבדו כנראה בעליל שהרבנים והחסידים והבעלי בתים שבדור המה בעונותינו הרבים רובן מערב רב ורוצים לשרור על הציבור וכל מעשיהם רק לגרמייהו לקבל כבוד וממון ולכן אין להתחבר רק אם עובדים באמת שמוסרים נפשם לד' לא לקבל שום תועלת לעצמם, עד כאן עיין שם עוד.

ער האט אויך נישט געהאלטן ווי דיר


חסידי לאומי
פאר די וואס גלייכן זייער צו שמועסן פון נומבערס, כאטש ס'מאכט בכלל נישט אויס מצד הלכה, אט האט איר א קורצע תגובה פון הרב הצדיק יהודה גליק וועגן ווי רוב רבני ציונות הדתית שטייען בנוגע הר הבית

"רוב מוחלט של רבני הציונות הדתית למעט קהילות מרכז הרב והר המור תומכים בעלייה להר הבית. הרבנים החרדים חרדים לומר את דעתם ופוחדים מה"גדולים" ולכן קשה לדעת מה דעתם"


איז הרב הצדיק יהודה גליק א שקרן.

בן אדם » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:12 pm

· #305913
נישט א שקרן, סתם א מגזם.

חסידי לאומי » מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:41 pm

· #305918
צום סוף וועט יעדער מסכים זיין
📎 FB_IMG_1445736919144-1.jpg 📎 FB_IMG_1445736985546.jpg

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:08 am

· #305950
ריכטיג, ווען משיח וועט קומען.

mevakesh » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:13 am

· #305955
Re: מקום המקדש, "הר הבית", נייעס און פאליטיק.
נעבאך:cry::cry::cry:

בראשית » זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:14 am

· #305968
📎 שאלות ותשובות - הרב בן ציון מוצפי שליט_א בענין עליה להר הבית.pdfלאמיך פראבירן לאדענען א פייל. איז דא א וועג צו לאדענען גרעסערע פיילס? הרב שלמה אבינר בירור הדברים ובדעת הרב קוק.

בראשית » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:47 am

· #305981
חסידי לאומי
@בראשית
ניכרין הדברים אז די האסט דא סתם געגעבן א גיס אויס א טעפל רעטאריק אן מסביר זיין פונקטליך וואז די זאגטסט

די מגן אברהם פסקענ'ט ווי דער רמב"ם? נו איז וואס, אלע וואס זענען מתיר ארויפצוגיין נעמען אויך אזוי אן, מען רעד אבער נישט ארויפגיין ח"ו אויפן מקום המקדש סתם אזוי, נאר אויפן שטח הר הבית, די צוויי זענען נישט די זעלבע.

צו זאגן אז חז"ל זענען גלות יודן אז א גלאטע פארשעמונג אן קיין שום לאגיק.

יהדות איז א לאום, הייב אן די פרשה פון יום המיוחס אלץ אן התחלה, אין יא מיר דארפן האלטן געווער פונקט ווי אונזערע חכמים האבן געהאלטן ווי דער רמב"ם צייכנט אן ביי בר-כוכבא אז רוב חכמי ישראל זענען געווען אויף זיין זייט.


דוד המלך האט געזינגען מיט איין האנט און געהאקט קעפ פון אונזערע פיינט מיט די צווייטע האנט.

אז מען קען נישט די אייגענע היסטאריע, אז מען קען נישט די תרי"ג מצוות טראגט מען אזא גלות פנים.

די מג"א האב איך ציגעצייכענט צי נעמען האלב פון דיין פריערדיגע תגובה און ווארפן און מיסט אריין.
זאגן אז כלל ישראל איז לאומי איז א זאך וואס די חזו"א האט אנגעריפן כפירה. רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד האט עס געריפן שותפת לעו"ז.
חז"ל זענען געווען גלות אידן ווייל אזוי שטייט אין פסחים פ"ז ע"ב צדקה עשה הקב"ה לישראל שפזרן בין האומות. און די תורה שטייט שוין ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלתם להפר בריתי אתם כי אני ה' אלוקיהם. דאס מיינט אז דער באשעפער האט ליב דעם נעבעכדיגע גלות איד.
לאמיר גיין ווייטער ירמיה הנביא א גלות איד? יא אזוי זעט אויס נישט נאר ווי עס איז משמע אז זיי וואלטן געפאלגט ירמיה און זיך מכניע געווען פאר די בבליים וואלט בית ראשון נישט חרוב געווארן נאר א געט אונז א עקסטערע ווארענונג וויאזוי זיך צופירן אין גלות ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי שמה (ווער איז דאס אויב נישט דער אויבערשטער) והתפללו בעדה אל ה' כי בשלומה יהיה לכם שלום.
זאגט די משנה רבי חנינא סגן הכהנים אומר הוי מתפלל בשלומה של מלכות צייכענט רש"י צו די פסוק אין ירמיה. נו נאך א גלות איד.
בזמן בית שני וואלט די בית המקדש נישט חרוב געווארן אז נישט די בריונים אזוי שטייט אין ספורנו בראשית ל"ג ד און אויך אין מהרש"א גיטין נ"ו אז מ'פאלגט די רבנן די גלות אידן און מכניע צו די רומיים פאר שלום וואלט די בית המקדש נישט חרוב געווארן
ווידער ווילסטו זיך ארויפכאפן אויף א טעות חכמים איבער בר כוכבא מיינענדיג אז ער איז משיח אבער ווילסטיך מתעלם זיין וואס איז געשען נאכדעם וואס די חכמים האבן אים דן געווען למיתה און נאכדעם וואס ער איז געשטארבן און יעדער האט אנערקענט אז ער איז א בן כוזיבא א פאלשע זאך. וואס האט די מרידה אפגעקאסט פאר כלל ישראל? אדרבה קוק נאך אין גיטין אסאך מער ווי בשעת חורבן און דאס אלס בלויז צוליב א טעות. די זאכן זענען פייער נישט חכמלוך איז ווילן ענק דתי לאומי די זעלבע רעזולטאטן פון נאך מרידת בר כוכבא? אזעלכע רוצחים זענען ענק?.
אריין מישן דוד המלך דא ווייזט א צומישעניש און די אלע ענינים אבער קודם פארשאף לכה"פ דעם אורים ותומים.
און דא האט איר פון שו"ת הריב"ש סימן קע"ח הובא בב"י יו"ד רכ"ח וז"ל וזה יהיה סיבה להעיר הישמעאלים על בני עמנו ואין לך עון גדול מזה להביא בני עמנו בסכנה. ...
זעהט אויס אז די בית יוסף האט נישט פארשטאנען מן הסתם איז ער געווען א נערישער גלות איד. און וואס ביי ענק איז א מצוה איז ביי זיי געווען אין לך עון גדול מזה.
אז מ'רעדט שוין לאמיר אריינווארפן דא נאך עפעס א גלות איד
די מייסד הציונית הדתית הרב יצחק יעקב ריינוס: וגם זה ברור כי לא כיון לומר דהכיבוש ע"י מלחמה הוא מצוה כי הלא בני ישראל מושבעים ועומדים בכל ימי הגלות להיות רחוקים מכל מזימות מרד ומעל חלילה...
הצלחה וברכה.

חסידי לאומי » זונטאג אקטאבער 25, 2015 7:34 am

· #305997
בראשית יא ביזט גוט נתגדל געווארן על פי שיטת כבושה בגולה פארשטייט זיך אז קיין תנ"ך האסטו קיינמאל נישט געלערנט ווייל דאס שטימט נישט מיט די מצווה החדשה פון גזירת הגלות.

חז"ל זאגן דאך קלאר אויף פארשידענע פלעצער אז די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן לפי שלא עלו בחומה בימי עזרא (אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף ואם דלת היא נצור עליה לוח ארז), אבער וואס האבן זיי דען געוואוסט, מ'זעהט דאך קלאר אז די חשמונאים אינעם ברען פון גלות יון האבן נישט געוואוסט פונעם ספורנו אדער פונעם מהרש"א, ווי אויך רבי עקיבא וחבריו וכל חכמי דורו ווען זיי זענען געגאנגען אין פייער אראפצוווארפן פון זיך דעם עול הגלות הרומיים, אדער ווען ר' שמעון איז געווען אויסגעשפראכן געגען די רומיים אזש זיי האבן איהם געוואלט הרגענען. מסתמא ווען דער רמב"ן פסקענט קלאר אז מצוות כיבוש גייט אן לכל הדורות האט ער אויך פארגעסן פון די בריונים.

באמת וואלט איך ווען געדארפט אריינגיין בעומק און צופיצלען דיינע אינהאלט-ליידיגע רייד על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, אבער ווען מ'קומט מיט געדרייטע פלפולים וועלן קלארע פאקטן נישט אויפטון צו סאך, בעיקר וויל איך בלייבן דא ביי די נושא פונעם אשכול הר הבית און נישט דיר נאכלויפן כדרכם בקודש פון מקיימי המצוה של גזירת הגלות וואס לויפן כסדר פון איין נושא צום צווייטן ביז מען קען זיי מער נישט געפונען.

סך הכל פונעם נושא ביז אהער
דע הר הבית איז קלאר מותר מצד הלכה ארויפצוגיין בקדושה ובטהרה, אזוי איז געווען בכל הדורות א דבר פשוט. מען קען נישט גיין מיטן מהלך פונעם רמב"ם צו אסר'ן ווען ער אליין איז מתיר, וואס באמת איז עס א קלארע משנה.

די אלע אוסרים זענען קלאר רבנים מיטן פולסטן גלות-מאנטעליטי וואס ציטערן פון זייער אייגענעם שאטן, און לפי שיטתם טאר א יוד נישט לעבן בכלל סיי וואו אויפן כדור הארץ, חוץ אויב גייט ער מיט א געבויגן קאפ און פילט גילטי פארן אויפרייצן די גוים דורך אטעמען זייער לופט.

אפילו ווען די רבנים זאלן האבן אמתע הלכה'דיגע חששות (נישט מצד פחד אדער פאליטיק) האט קיינער נישט קיין שום רעכט מצד התורה ארונטער צורייסן אנדערע יודן וואס פאלגן זייערע רבנים המתירים והמעודדים יא ארויפצוגיין, די גאנצע מהות פון באוואשן די הייליגע יודן וואס גייען ארויף ווייל איך האלט נישט דערפון איז א צייכן פון א שוואכע זעלבסט זיכערהייט, ווילסט נישט טראגן מיטן ערוב איז נישט, שריי נישט שבת אויף יענעם.

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 25, 2015 7:53 am

· #305998
חסידי לאומי
בראשית יא ביזט גוט נתגדל געווארן על פי שיטת כבושה בגולה פארשטייט זיך אז קיין תנ"ך האסטו קיינמאל נישט געלערנט ווייל דאס שטימט נישט מיט די מצווה החדשה פון גזירת הגלות.

חז"ל זאגן דאך קלאר אויף פארשידענע פלעצער אז די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן לפי שלא עלו בחומה בימי עזרא (אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף ואם דלת היא נצור עליה לוח ארז), אבער וואס האבן זיי דען געוואוסט,


מיט רשות פון כורש, דעמאלטס.

חסידי לאומי
מ'זעהט דאך קלאר אז די חשמונאים אינעם ברען פון גלות יון האבן נישט געוואוסט פונעם ספורנו אדער פונעם מהרש"א,


ווען עס איז דא גזירה קעגן דעת דת דארף מען לוחם זיין דעציט, גארנישט מיט אראפווארפן דעם עול גלות, ווילאנג די יונים האבן געלאזט היטן תורה ומצות אזוי ווי בימי אנטיוכוס הראשון האבן די חשמונאים נישט רעוואלטירט, כאטש דיין ניי פארבריצירטע מצוה פון יציאה מן הגלות.

חסידי לאומי
ווי אויך רבי עקיבא וחבריו וכל חכמי דורו ווען זיי זענען געגאנגען אין פייער אראפצוווארפן פון זיך דעם עול הגלות,


מנלן, שוין יעצט יהרג ואל יעבור?

חסידי לאומי
אדער ווען ר' שמעון איז געווען אויסגעשפראכן געגען די רומיים אזש זיי האבן איהם געוואלט הרגענען.


וואס האט ר' שמעון'ס ווערטער קעגן מעשי הרומיים וואס זענען געזאגט געווארן במעמד שלשתן און זענען אנגעקומען צו די רומיים בטעות (עיין תוס' שם) צו אראפווארפן דעם עול הגלות??? יעדעם וועם די רעגירונג וויל הרג'ענען ווערט א לוחם קעגן גלות?

חסידי לאומי

מסתמא ווען דער רמב"ן פסקענט קלאר אז מצוות כיבוש גייט אן לכל הדורות האט ער אויך פארגעסן פון די בריונים.


דער רמב"ן איז גאנץ מעגליך אז ער רעדט פון ישיבה און נישט פון כיבוש.

בקיצור צוזאם געווארפן הוידל מיט בוידל, עס זאל אויסזעהן ווי עס האט עפעס א מקור דיינע און דיינע רבנים'ס שקרים וזהו.
בלאט: 1 2 3