לויט ווי איך פארשטיי איז אין די לעצטע יארן צושטאנד געקומען א ריזן שינוי לטובה אין דעם הינזיכט, אין מוסדות נעמן פיין קעיר פון אזוינע פראבלעמן און מ'איז מעביר די פראבלעמאטישע חברה אן קיין פרסום, אן דארפן פארשעמן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער, (עטס האטס אפי' א השגה וואס דאס מיינט פאר זיין שטוב?), די מעשיות וואס רינען ארויס אויף די גאס, איז עפ"י רוב פון בייסיגע אנגעגעסענע עלטערן, לאיאלע נ"ר צוהערער, וואס זענען ביזי טאג און נאכט צו 'ווייזן' פאר די הנהלה, 'ווייזן' פאר דעם סיסטעם, 'ווייזן' פאר די רבנים, אא"וו, אן טראכטן פאר איין רגע וויפיל לעבנס מ'גייט דא חרוב מאכן!, און וויקלען זיך נאך איין במידת הרחמים אז ער איז דא פשוט צו פראטעקטן די פיוטשער פגועים (אמאל ווען ס'איז געווען הפקר וועלט האט דאס געהאט א שמץ של אמת, אבער היינט בלייבט קיין איין מאלעסטער נישט ווייטער איינגעשטעלט, סאו דיין אקטיוויזם איז גענצליך איבעריג), און ער מוז רעפארטן פאר די פאליס, אויך איז ער געווארן א ריזן מחמיר אויף 'דזשאסטיס', (לאמיר נאר כאפן קיין בליק און זיין קאמפלייענס מיט די געזעץ), און פאר דאס אלעס איז ער גרייט מקריב צו זיין א גאנצע משפחה לחרפון ולדראון עולם, נישט קיין נארמאלע שידוכים מיט די קינדער, נישט קיין נארמאלע פרנסה, אפגעהרגט די שלום בית לעולם ועד, וכו' על לא עול בכפם און ווען מ'טשאלענדשד אזא איינעם היתכן?, קומט ארויסצופארן פון זיין פיסק א לעכערליכע אויסרייד ווי לדוגמא, "ער האט אויך נישט רחמנות געהאט אויפן קינד, פארוואס זאל איך ?",
אשכול אן א טיטל #9701
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9701
בלאט: 1 2
יעקב מענטשלויט ווי איך פארשטיי איז אין די לעצטע יארן צושטאנד געקומען א ריזן שינוי לטובה אין דעם הינזיכט, אין מוסדות נעמן פיין קעיר פון אזוינע פראבלעמן און מ'איז מעביר די פראבלעמאטישע חברה אן קיין פרסום, אן דארפן פארשעמן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער, (עטס האטס אפי' א השגה וואס דאס מיינט פאר זיין שטוב?), די מעשיות וואס רינען ארויס אויף די גאס, איז עפ"י רוב פון בייסיגע אנגעגעסענע עלטערן, לאיאלע נ"ר צוהערער, וואס זענען ביזי טאג און נאכט צו 'ווייזן' פאר די הנהלה, 'ווייזן' פאר דעם סיסטעם, 'ווייזן' פאר די רבנים, אא"וו, אן טראכטן פאר איין רגע וויפיל לעבנס מ'גייט דא חרוב מאכן!, און וויקלען זיך נאך איין במידת הרחמים אז ער איז דא פשוט צו פראטעקטן די פיוטשער פגועים (אמאל ווען ס'איז געווען הפקר וועלט האט דאס געהאט א שמץ של אמת, אבער היינט בלייבט קיין איין מאלעסטער נישט ווייטער איינגעשטעלט, סאו דיין אקטיוויזם איז גענצליך איבעריג), און ער מוז רעפארטן פאר די פאליס, אויך איז ער געווארן א ריזן מחמיר אויף 'דזשאסטיס', (לאמיר נאר כאפן קיין בליק און זיין קאמפלייענס מיט די געזעץ), און פאר דאס אלעס איז ער גרייט מקריב צו זיין א גאנצע משפחה לחרפון ולדראון עולם, נישט קיין נארמאלע שידוכים מיט די קינדער, נישט קיין נארמאלע פרנסה, אפגעהרגט די שלום בית לעולם ועד, וכו' על לא עול בכפם און ווען מ'טשאלענדשד אזא איינעם היתכן?, קומט ארויסצופארן פון זיין פיסק א לעכערליכע אויסרייד ווי לדוגמא, "ער האט אויך נישט רחמנות געהאט אויפן קינד, פארוואס זאל איך ?",
איז דאס נישט אדאנק נ''ר?
טראץ נ"ר.
יא, טראץ נ"ר נעמען מוסדות'ער קעיר פון אזוינע פראבלעמן און גייען נישט צו די פאליס. אבער די עצם פאקט אז מ'נעמט קער איז דאס נישט אדאנק נ''ר?
outspokenאיז דאס נישט אדאנק נ''ר?
געוואלדיגטראץ נ"ר.
אין מיין מיינונג זענט עטץ ביידע גערעכט. נ"ר קומט זיך קרעדיט פארן לייגן די אישו אויפן טיש, און פארן דערנאך מאכן דאס גענאר פון וויקטימס און מיטן אוועקנעמען אטענשאן און לעגיטימאציע מיט זיינע שקרים און חלומות.
הונדערט פראצענט אז ס'איז נ"ר קרעדיט אז מ'האט זיך גענומען צו קעיר נעמן, (אפגעזעהן צו ס'איז געווען אויסגעהאלטן, אדער ס'איז געווען בבחינת סיוויל דיסאבידיענס, אדער ס'איז דא בעסערע מהלכים וכו'), אבער איינמאל מ'נעמט קעיר, איז א עוולה נוראה צו ווייטער גיין אין זיין מהלך, איך קען א משפחה וואס מ'האט געפאקט דעם טאטן מיט מעשים תעתועים, און ער האט פיגורירט אין די נייעס, און איך קען ענק נישט זאגן וואספארא יסורים נוראים דאס איז פאר די משפחה.
פאר איינער גייט צו די פאליציי מיט א קאמפלעינט, "אפי' ס'איז הונדערט פראצענט ריכטיג" זאל ער וויסן אז ער גייט חרוב מאכן סאך מער נפשות לעולמי עד ווי דאס וואס דער מנוול האט שאדן געמאכט, און "אזוי" זאל ער מעסטן די קאסט/בענעפיט אנאליסיס, צו ער זאל יא אדער נישט רעפארטן (פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט א היתר פון א רב, אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם), ס'איז אזוי ווי די איזראעליס זאלן 'במכוון' הארגענען א קלאס מיט קינדער ווייל א טעראריסט באהאלט זיך דארט, כש"כ דא וואס די מציאות האט געוויזן אז די שטילע עסקנים טוען בעסער מסדר זיין א משחית ווי די טאקטיקן פון די פאליציי, נאר ס'גייט דורך שטיל אן גרודער און דערפאר הערסטו עס נישט (איך ווייס פון אפאר מעשיות),

[ציטאט אראפגענומען]
נישט אריינרופן די פאליס מיינט געווענליך:
1. כמעט-זיכערע פרייהייט און איבער-חזר-ן (תרתי משמע...) פון א שולדיגער מענטש.
2. פארווארפן די נשמה פון א רעכט-אומשילדיגע יונגל שלא טעם טעם חטא קודם לפגוע זו רח"ל.
3. צונעמען א מוסד פון אן אומשולדיגער וויקטים.
4. מאכן חרפות און בושות פאר אן אומשולדיגער קינד (ווען די מנהל רופט אים אריין און איזוועקעוועט זיך איבער אים, "אמת דו ביסט סתם א שקרן?"). הי"ד!
אויב דאס איז דיר נישט גענוג, דעמאלס קען איך נאר צולייגן דיין אלטער ברכה. אויב דיין קינד וועט ח"ו זיין דער קרבן, אומשולדיגערהייט, וועסטו שוין פארשטיין פונקטליך די רשעות פון איגנארענס ווייל "מען מוז וויסן די פאקטן 'הונדערט פראצענט' אדער קרוב לזה".
שלום על ישראל[ציטאט אראפגענומען]

רב שלום,
דיין תגובה שמעקט מער מיט געפיהלן פון נקמה, ווי לאגישע החלטות.
איך פארשטיי אז דאס איז די אינסטינקטיוו דעסיזשאן פון א געליטענער טאטע, אבער ס'איז קלאר אז 65% פון די אונטערליגענדע מאטיוואציע איז נקמה, נישט פראטעקטן אנדערע קינדער,
יעקב מענטש...איך קען א משפחה וואס מ'האט געפאקט דעם טאטן מיט מעשים תעתועים, און ער האט פיגורירט אין די נייעס, און איך קען ענק נישט זאגן וואספארא יסורים נוראים דאס איז פאר די משפחה...
און שטעל זיך פאר די וויקטים'ס משפחה, וואס האט דאך זיכער נישט געטון עפעס וואס זאל דאס ברענגען אויף זיי, עאכו"כ.
יעקב מענטשפאר איינער גייט צו די פאליציי מיט א קאמפלעינט, "אפי' ס'איז הונדערט פראצענט ריכטיג" זאל ער וויסן אז ער גייט חרוב מאכן סאך מער נפשות לעולמי עד ווי דאס וואס דער מנוול האט שאדן געמאכט, און "אזוי" זאל ער מעסטן די קאסט/בענעפיט אנאליסיס, צו ער זאל יא אדער נישט רעפארטן (פארשטייט זיך נאכדעם וואס ער האט א היתר פון א רב, אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם), ס'איז אזוי ווי די איזראעליס זאלן 'במכוון' הארגענען א קלאס מיט קינדער ווייל א טעראריסט באהאלט זיך דארט, כש"כ דא וואס די מציאות האט געוויזן אז די שטילע עסקנים טוען בעסער מסדר זיין א משחית ווי די טאקטיקן פון די פאליציי, נאר ס'גייט דורך שטיל אן גרודער און דערפאר הערסטו עס נישט (איך ווייס פון אפאר מעשיות),
שטעל זיך איין מינוט און טראכט וואס דו זאגסט. נישט אויף חזיר ומשפחתו לייג דיין הארץ (דאס איז געווען עפעס וואס ער האט געזאלט טראכטן פארן מעשה, זיין משפחה'ס כבוד און זיינע קינדער'ס שידוכים). אויב איינער איז נאר 51% א מנוול, גייסטו חרוב מאכן - יא דו! ווייל דו האסט דאס געקענט אפשטעלן מיטן מקיים זיין די מצוה פון מסר'ן - צענדליגע קינדער און זייערע משפחות (דאס איז נאר פאר מ'הייבט אהן צו אריינרעכענען די כלל אז א מאלעסטעד ווערט א מאלעסטער, רח"ל).
יעקב מענטשרב שלום,
דיין תגובה שמעקט מער מיט געפיהלן פון נקמה, ווי לאגישע החלטות.
איך פארשטיי אז דאס איז די אינסטינקטיוו דעסיזשאן פון א געליטענער טאטע, אבער ס'איז קלאר אז 65% פון די אונטערליגענדע מאטיוואציע איז נקמה
אמת
יעקב מענטשנישט פראטעקטן אנדערע קינדער
נישט אמת
אוודאי דארף מען גיין צו פאליס, אבער נאר גלייך נאכדעם וואס מען האט געגעבן פאר די הנהלה א מרחב זמן צו טוהן צו דער זאך בדרך כבוד און ריכטיג אויספארשן, און זיי האבן דאס נישט געטוהן, אבער די ערשטע זאך פאר זיכער מאכן די מעשה, צו זיך ווענדן צו פאליס איז א רשעות שאין כמוה.
שלום,
לאמיר ארויסלאזן דעם משחית פאר א רגע, פארוואס זאל איך נישט לייגן מיין הארץ אויף זיין משפחה ? ווייל דער משחית האט נישט געקעירט פאר זיין משפחה וועגן דעם מעג איך זיי אפהרגענען לדורות ? איך כאפ נישט דיין לאגיק!
און ווער זאגט אז מ'זאל נישט קעיר נעמן, דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו אדער גייט מען צו די אינסטאנצן, אדער בלייבט ער א משחית,! ווער האט דאס געזאגט ? דו ווייסט וויפיל קעיסעס ס'ווערט געסעטעלט אן די באהערדע ? מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,
וואס טוט די פאליציי ? אויב מאכט ער א פלי בארגעין, באקומט ער דארט אפאר יאר, און איז ווייטער אויסגעשטעלט צו פארדארבן,
איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן

גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.
שלום על ישראל[ציטאט אראפגענומען]
גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.
דו האסט אן איינזייטיקייט יעדן צו מאכן פאר א וויקטים.
איך זע די דעבאטע דא איז ווען מ'ווייסט נאך נישט צו ס'איז דא א וויקטים בכלל.
יעקב מענטש

גם אני מצטרף, נאר מענטשן וואס שעפן זייער גאנצע אינפארמאציע פון א האס-ליין קענען אזוי רעדן, איך בין פערזענליך געווען פארמישט אין צוויי קעיסעס וואו די הנהלה האט קעיר גענומען שנעל, ריכטיג, צו יעדן'ס צופרידנהייט, און בדרך כבוד.
יעקב מענטששלום,
לאמיר ארויסלאזן דעם משחית פאר א רגע, פארוואס זאל איך נישט לייגן מיין הארץ אויף זיין משפחה ? ווייל דער משחית האט נישט געקעירט פאר זיין משפחה וועגן דעם מעג איך זיי אפהרגענען לדורות ? איך כאפ נישט דיין לאגיק!
און ווער זאגט אז מ'זאל נישט קעיר נעמן, דו לייגסט עס אראפ ווי כאילו אדער גייט מען צו די אינסטאנצן, אדער בלייבט ער א משחית,! ווער האט דאס געזאגט ? דו ווייסט וויפיל קעיסעס ס'ווערט געסעטעלט אן די באהערדע ? מ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,
וואס טוט די פאליציי ? אויב מאכט ער א פלי בארגעין, באקומט ער דארט אפאר יאר, און איז ווייטער אויסגעשטעלט צו פארדארבן,
איך קען נישט שרייבן קיין נעמען אדער דעטאלען, אבער אז דו וועסט מאכן אביסל ריסוירטש וועסטו זעהן ווי שיין מ'האט קעירגענומען פון זיי, מ'האט טאקע נישט געהאט קיין 'נקמה מאמענט', ווייל ס'איז נישט געווען קיין טרייעל מיט א סענטענסינג, אבער די חברה זענען מער נישט קיין משחיתים און האבן אפי' מצליח געווען צו צוריק חתונה האבן און פיהרן א נארמאלען לעבן, אפגעראטעוועט דורות, יעצט שטעל דיר פאר וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מ'גייט ווען צו ניין וואן וואן
ווער זאגט דען אז דו זאלסט נישט לייגן דיין הארץ אויף זיין משפחה? נאר נישט די גאנצע.
זיי מיר מסביר וויאזוי קען א מענטש אויף די וועלט מאכט ריסוירטש איבער וואס דו זאגסט, אז די גאנצע ענין גייט צו בסוד סודות, און אפילו זיינע שכינים און אידן וואס דאווענען איז זיין ביהמ"ד ווייסן נישט אפצוהיטן זייערע קינדער פון דעם קראנקען?!
זיי מיר אויך ביטע מסביר וויאזוי זענען די חברה דעווארן אויס משחיתים? א עמעטשור אנלייסענסד סיקאלאדזשיסט האט אים געהייסן גיבן $10,000 קנס און זאגן תיקון כללי צוויי מאל צופרי און נאך יעדע מאלעסטעשאן?
פרעגט מען זיך נאך אנאנים דא אין שטיבל און מען ווערט געוואר שוין פון צוויי אידן אז יא, די מוסדות כהיום וועלן עפ"י רוב קער נעמען פון אזעלעכע פראבלעמען,
א. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא. דעריבער טאמער מ'קען און מ'דארף עפעס טוהן צו א מענטש וועגען זיין שלעכט'ס וכמבואר בשו''ע חו''מ סי' ב', איז זיין משפחה נישט וויכטיג.
ב. דאס אז ווען מ'האט נגיעות וועט מען אנדעריש טראכטען איז נישט קיין לאגישע טענה. דעריבער זענען ברכות/קללות נישט צום זאך.
ג. פאדערען פון א מענטש א בלינדע גלויבונג אין עסקנים/עשקנים און מנהלים איז אויך נישט אין פלאץ. יא, זיי זאגען אז זיי ווארפען ארויס, אבער ווער נעמט אחריות אז ער וועט נישט גייען ערגעץ אנדעריש? מ'שיקט אין טערטפ''י? וועלכע? ווער זאגט אז ס'איז א גוטע טעראפ''י? ווער נעמט אחריות אז ער וועט אנגייען דערמיט?
ד. מיין נסיון אין חינוך איז אז מנהלים זוכען וואס מער זיך אויסצודרייען ווי עפעס טוהן. ט'פארוואס זאל איך גלויבען אז אפילו עפעס ווערט געטוהן? אפשר איז דער עסקן גאר איינער פון דא וואס האלט אז פגם משפחה איז ע נושא?
ה. אבער פארקערט אויך. לכאורה איז דער פאליציי און געריכט סיסטעם נישט קיין עצה מחמת זייער גרייטשאפט צו מאכען עסקים מיט'ן עולם און ווי לייכט ס'איז צו שפילען מיט'ן סיסטעם. אבער קיינער ווערט נישט קיין שייגעץ פאר'ן זיי נוצען, ווייל קיין ברירה האט ער נישט.
ו. מחמת דער מינדס'טע חשש דארף מען נישט דערווייטערען א מענטש פון קינדער. דער תורה ווייזט אונז דער וועג זיך צו פיהרען, און אז מ'פאלגט איהם, דארף מען נישט חושד זיין פאר שלעכט'ס. איי, וועסטו זאגען, וואס וועט זיין אז א קינד איז געשעדיגט געווארען ווייל מיר האבען נישט געהאט גענוג אויפווייזונגען? לא מחכמה שאלת זאת. דאס אז מ'איז נישט חושד פאר א צד רחוק מיינט נישט אז דער צד עגזיסטירט נישט. אבער דער תוצאה איז מן השמים ווייל מ'האט זיך באשיצט כדין.

יעקב מענטשמ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,
ליפאשלום על ישראל[ציטאט אראפגענומען]
גערעכט. ווען איינער ווייזט דור אויף איינמאל און נאכאמאל דיין איינזייטיגקייט קעגען וויקטימס, איז ווייל ער זיכט נישט צו פארשטיין. השם יעזור.
דו האסט אן איינזייטיקייט יעדן צו מאכן פאר א וויקטים.
איך זע די דעבאטע דא איז ווען מ'ווייסט נאך נישט צו ס'איז דא א וויקטים בכלל.
איך מאך יעדן פאר א וויקטים? נישט וואהר.
קוק וואס איך האב געשריבן:
שלום על ישראלקודם וויל איך מקדים זיין מיטן זאגן אז ארויפווארפן א קול פון א מאלעסטער אויף אן אומשולדיגן מענטש איז אסאך ארגער פון קאלט-בלוטיג מערדערן איינעם פאונט-בלענק! די אומפאררעכטבארע שאדן פאר דעם מענטש און זיין משפחה איז שרעקליך ביז גאר. (דאס איז אויסער די שאדן וואס דאס טוט אפ פאר אלע ריכטיגע מאלעסטעשאן-קרבנות, וואס פארלירן די לעגיטימעסי נאכן שרייען "וואלף!". אבער איך לייג דאס איינגערינגלט, כי לא זו העיקר.)
און קוק וואס 'האב געשריבן דא
שלום על ישראללמען האמת, אפילו איך רעד אמאל שארף, פארשטיי איך זייער קלאר אז די איינציגסטע מיטל צו באהאנדלען אזעליכע אומבא'טעמ'טע פרשיות, איז מיט א קיהל קאפ, און אויב שמעקט נאר האלבוועגס אז יש דברים בגו, מישט מען גלייך אריין אדער די געזעץ אדער כאטש א וועד ההורים אדער עסקנים, מסתמא דורך אויסעווייניגערס (נישט איינער וואס איז אויף די מוסד'ס פעיראל).
אבער צו האבן טענות פארן נישט טראסטן די מוסד'ס מאטיוון, דארף מען זיין גאר נאיוו.
און דא
שלום על ישראלאמת אז אויב די חשד איז לעכערליך, דארף מען אכטונג גיבן וואס מ'טוט ווייל אפילו א פשוט'ער פאליציי-אינוועסטיגעשאן קען אוועקלייגן דעם נחשד, אבער זיך נישט וויסענגדיג מאכן (ווי למשל "מ'עט שוין קער נעמען..."), איז נישט קיין אפציע!
נאך איין ווארט אביסעל קלאהר צו שטעלען די לופט נאך די אלע ספין פון די אזויגערופענע קינדער רעכט פרעהדיגער, [וואס ס'רוב פון זיי האבען זיך ארויסגעשטעלט מעהר אלץ מענטשען פרעסער ווי קינדער באשוצער ואכמ"ל], די בלענקעט סטעיטמענט אז קיין מוסד פלעהגט זיך נישט וויסענדיק מאכען פון קיין קינדער אביוז ביז דער באקאנטער מנוול האט זיך גענומען רעדען ניוול פה אויף זיין האט ליין און גענומען באשמירען מענטשען שולדיקע און אומשולדיקע צוגלייך, וכו', דאס איז שטויות ושטוית!
זיכער אז די אויפמערקזאמקייט - אוועירנעס איז היינט פיהל מעהר, אבער צו זאגען אז א מנהל אדער מחנך האט געוויסט אז א קינד ווערט מאלעסטעד און ער האט זיך פארמאכט די אויגען, איז נאריש און אבסורד! צו זאגען אז ווען א טאטע אדער מאמע איז געקומען קאמפלעינען אויף מאלעסטעישען האט מען זיי גאהר ארויסגעווארפען אדער ווייס איך וואס געטוהן, איז טיפשות'דיק און אבסורד!
ווער ס'ווייסט אביסעל פון מוסדות צו זאגען, און ווער ס'האט אביסעל שכל אין קאפ ווייסט אז די זאכען זענען גאהר שטרענג ביי די היימישע מוסדות, דער מנהל/מלמד/חבר הנהלה וויל אויך נישט אז אין זיין מוסד ./קלאס זאל מען מאלעסטען קינדער, ולא עוד, זיי האבען אליין קידנער אין די מוסד, זיי ווייסען די געפאהר, זיי גייען נישט סיסטעמאטיש פארמאכען די אויגען און לאזען די רוצחים ארומשפאצירען אין די מוסדות און קעמפס און באלעסטיקען קינדער,
נאר וואס דען, ס'האט זיך געמאכט אויסנאם פעלער, מעהגליך אז מ'האט אמאהל באשולדיקט א נאנטע משפחה פון די מנהל, אדער א חבר פון כ"ק אדמו"ר פון די מוסד, וכהנה, און מ'האט עס נישט באהאנדעלט ווי מ'באהאנדעלט עס געוועהנליך, יא, זיכער אז ס'האט פאסירט פעלער, און ס'איז א הימעל שרייענדיקע עוולה, און מ'דארף אזוינע מענטשען צאמשטעלן די מנהל מיטען באשולדיקטען און אנפראקען אינאיינעם אז ס'זאל שפריצען בלוט, אבער, דאס איז אבסאלוטלי אין ערגעץ נישט געוועהן די נארמע, אלע ווייסען און האבען געוויסט אז די ענינים זענען פון די מערסט אומטאלערירטע זאכען אין אונזערע קרייזען

געוואלדיגיעקב מענטשמ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,
כ'האב שוין געהערט פון דעם כמה פעמים. קודם כל - ווי ווייט מיין ריסורטש האט דערגרייכט - האב איך נישט געקענט פעסטשטעלן קיין איינציגסטע קעיס ווי מען האט פאקטיש דורכגעפירט אן אפעראציע. צווייטענס, די אפעראציע פארריכט נישט אלעס, כמובן.
ליטוואק פון בודאפעסטא. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא. דעריבער טאמער מ'קען און מ'דארף עפעס טוהן צו א מענטש וועגען זיין שלעכט'ס וכמבואר בשו''ע חו''מ סי' ב', איז זיין משפחה נישט וויכטיג.
ב. דאס אז ווען מ'האט נגיעות וועט מען אנדעריש טראכטען איז נישט קיין לאגישע טענה. דעריבער זענען ברכות/קללות נישט צום זאך.
ג. פאדערען פון א מענטש א בלינדע גלויבונג אין עסקנים/עשקנים און מנהלים איז אויך נישט אין פלאץ. יא, זיי זאגען אז זיי ווארפען ארויס, אבער ווער נעמט אחריות אז ער וועט נישט גייען ערגעץ אנדעריש? מ'שיקט אין טערטפ''י? וועלכע? ווער זאגט אז ס'איז א גוטע טעראפ''י? ווער נעמט אחריות אז ער וועט אנגייען דערמיט?
ד. מיין נסיון אין חינוך איז אז מנהלים זוכען וואס מער זיך אויסצודרייען ווי עפעס טוהן. ט'פארוואס זאל איך גלויבען אז אפילו עפעס ווערט געטוהן? אפשר איז דער עסקן גאר איינער פון דא וואס האלט אז פגם משפחה איז ע נושא?
ה. אבער פארקערט אויך. לכאורה איז דער פאליציי און געריכט סיסטעם נישט קיין עצה מחמת זייער גרייטשאפט צו מאכען עסקים מיט'ן עולם און ווי לייכט ס'איז צו שפילען מיט'ן סיסטעם. אבער קיינער ווערט נישט קיין שייגעץ פאר'ן זיי נוצען, ווייל קיין ברירה האט ער נישט.
ו. מחמת דער מינדס'טע חשש דארף מען נישט דערווייטערען א מענטש פון קינדער. דער תורה ווייזט אונז דער וועג זיך צו פיהרען, און אז מ'פאלגט איהם, דארף מען נישט חושד זיין פאר שלעכט'ס. איי, וועסטו זאגען, וואס וועט זיין אז א קינד איז געשעדיגט געווארען ווייל מיר האבען נישט געהאט גענוג אויפווייזונגען? לא מחכמה שאלת זאת. דאס אז מ'איז נישט חושד פאר א צד רחוק מיינט נישט אז דער צד עגזיסטירט נישט. אבער דער תוצאה איז מן השמים ווייל מ'האט זיך באשיצט כדין.
זייער שיין ארויסגעברענגט, און שיין צוזאמגענומען. קומסטו ווען אריין פריער, וואלט מיינע פינגערס נישט געווען טשארלי-הארסט, און מיין באלאבוס וואלט נישט געדארפט שרייען אז גארנישט ווערט נישט פארטיג היינט...
דאס ברענגען עקסטרעמע מעשה'ס פון ביידע זייטען העלפט נישט לייזען די פראבלעם, ווייל פאר יעדער מעשה איז דא א פארקערטער אויך. פאר יעדער עסקן וואס איז געטריי, קען איך טרעפען צען וואס זענען גרייט צו ארבעטען למען ה'כלל' און דער פרט זאל גייען פייפען. דעריבער דארף מען קוקען די זאך פון ביידע עקען.
ס'איז מעגליך אוועקצושטעלען א סיסטעם אויף צוויי וועגען. אדער מער לטובת הקינד אדער מער לטובת ה'ערוואקסענע'. ד.ה. די ערשטע גייט שוין נעמען יעדער חשד כאילו ס'איז קרוב לוודאי און מ'גייט טוהן וואס ס'פעלט אויס צו פארזיכערען אז קיין שום קינד זאל נישט באשעדיגט ווערען. דאס קען צומאל וויי טוהן אן ערוואקסענע מענטש, איהם אוועק נעמען די פרנסה און מאכען גרויסע בזיונות, אבער דער קינד איז באשיצט.
דער אנדערע וועג גייט מיט א מהלך פון חזקת כשרות און קיין שום מענטש קען מען נישט באשולדיגען אן קלארער אויפווייזונגען. טאמער א קינד קען אמאל ליידען דערפון, טארען מיר אונז נישט וויי טוהן א מענטש יעצט אויף א ספק היזק פון א קינד.
רוב פון אונז פאלען ערגעץ אינדערמיט, אבער דער וואס זאגט נאר איין זייט פונ'ם מטבע, פארגעסט פון האלב די מעשה.
יעצט ווען מען דערמאנט א מעשה מיט א באס דרייווער זעה איך נישט קיין תועלת ווען ס'איז נישט אלס א חלק פון די גאנצע ענין.
און לגבי מוסדות אמאל האט מען נאכאמאל דער ערסטרעמע צד. ווען א מנהל גייט אריין אין אן אלקערל אין זיין מוסד און טרעפט א מלמד ללא שום ספקות מיט א קינד אין א נישט כ'ניאקישע אופן, וועט ער אוודאי טוהן צו די זאך, יהיה מי שיהיה. די פראבלעם איז אז מ'איז נישט אייביג אזוי גליקליך צו כאפען די זאך כמכחול בשפופרת. מ'האט נאר השערות און חששות. וויבאלד ס'איז א זייער אומאיינגענעמער נושא צו באהאנדלען, דעריבער האט מען ליבערשט זיך געמאכט נישט וויסענדיג מיט'ן רעכטע תירוץ אז מ'האט נישט קיין ראיה דערצו. מ.האט טאקע נישט געגלויבט, ווייל צו גלויבען איז זייער נישט געשמאק. דער נייע עפאכע, זאל זיין מחמת נ''ר אדער טראץ נ''ר, לאזט נישט צו אזא מצב. ס'האט אויך פאראורזאכט ליידיגע באשולדיגען און מ'דארף דן זיין ווי גרויס איז די הפסד און וואס פאר א פרייז איז מען גרייט צו באצאלען. אבער מ'דארף מיט אפענע אויגען אנערקענען די פרייז.

ליטוואק פון בודאפעסטא. איך טרעף נישט אין די תורה אז דער משפחה פון א מענטש וואס ס'קומט אן עונש איז בכלל א נושא.
#על שהעמידו דבריהם על דין תורה
ביטע קום מיר נישט יעצט מיט די תורה. עס קומט נישט אריין אינעם שמועס.
ווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?
ירא שמיםווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?
ער זאגט נישט אז עס שטייט ער זאגט נאר אז ווען מען זעיט אז מען גיט א עונש על פי תורה ביי אנדערע זאכן איז נישט דא קיין תירוץ מדארף רחמנות האבן אויף די משפחה נאר להיפך למען ישמעו ויראו.
פאר די וואס מיינען אז די תורה רעכנט זיך אינגאנצן נישט מיט געפילן,
מִי שֶׁאֲמָדוּהוּ וּכְשֶׁהִתְחִיל לִלְקוֹת נִתְקַלְקֵל מִכֹּחַ הַהַכָּאָה בֵּין בְּרֵיעִי בֵּין בְּמֵימֵי רַגְלַיִם אֵין מַכִּין אוֹתוֹ יוֹתֵר שֶׁנֶּאֱמַר (דברים כה-ג) 'וְנִקְלָה אָחִיךָ לְעֵינֶיךָ' כֵּיוָן שֶׁנִּקְלָה פָּטוּר.
רמב"ם שופטים יז ה
ירא שמיםווי שטייט אין די תורה אז א מאלעסטער באקומט א עונש ?
א רודף אחר הזכר מעג מען מציל זיין מיט רציחה און אויף דעם זאגט די פסוק "לא תחוס עינך'"
וואס שטייט אין שולחן ערוך?" - זהו ותו לא מידי. [גראדע שפעטער פרובירט ער יא, אן הצלחה, צו מסביר'ן מיט שכל].
דאס איז געווען די אמאליגע ליטוואקעס די היינטיגע האבן שוין א ״דעת תורה״ מיט א ״תורה׳דיגע השקפה״ …
לכאו׳ כדי עס צו פארשטיין דארף מען דורכלערנען ליטוואקס אשכול די תורה און שכל.
איך קען נישט די פראקטיק פון מאלעסטן אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען איז עס (אפשר נישט אין אלע פעלער) בערך משכב זכר. נו, קען זיין איך האב געלעבט אין א טעות.
דרך אגב איז ר' שש עפעס זייער עגרעסיוו און בייסיג ביי דעם שמיעס (הגם ער האט ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה)
על כן האלט איך מיר צוריק פון זאגן מיין מיינונג (אויף אדווייל)

איך בין נישט קיין צדוקי, און אחוץ תושב''כ איז אויך דא א תושבע''פ. דאס איז א פאקט, נישט נאר עפעס מיט וואס צו רודערען חנוכה ווען מ'האט נישט וואס צו טוהן און מ'דארף פעניען אפאר שעה ביי די לעכט, און מ'זאגט תורות מקשר צו זיין רבי תנחומ'ס און מסביר זיין כבתה זקוק לה למ''ד אין זיקה. דער תושבע''פ באשטייט פון א סוגיא אין יבמות ועוד, וואס אין טור שלחן ערוך איז עס אין חו''מ סי' ב' און אויך ערגעץ איו די שפעטער ש'ס. איך קען יעצט נישט נאכקוקען. דארט רעדט מען פון איינער וואס שעדיגט א צווייטען וואס דארף מען טוהן. דוכט זיך איחוד פעלד פלעגט האבען א חלק דערפון אין זיין חתימה. דארט האנדעלט מען נישט זיין משפחה, זיי קומען נישט אין באטראכט. און אויב עפעס זעט מען פארקערט 'אין חל משפחה שיש בה מוכס שאין כולם מוכסין, מפני שמחפין עליו' וכן לעניינינו.
מיר דוכט זיך אז איך האב ארויף געברענגט אפאר נקודות. פאר עפעס א סבה דער איינציגסטע נושא וואס וועקט אויף דער עולם איז ווען מ'קען שרייבען אקעגען די תורה. אוודאי מיט'ן אויסרייד פון די אלטע לאזונג פון עמי הארץ 'על שהעמידו דבריהם על דין תורה', וואס איז דער איינציגסטע גמרא וואס מ'דארף קענען צו זיין א בעלעבאטישע חסידישע איד, 'שטייט זיך צוזאמען מיט 'הלכה כדברי המיקל בעירוב'.

הרב ליטוואק טענהט אז אין די תורה זעהט מען נישט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די געפיהלן פון די משפחה פון דעם בשטראפטן.
אמת,
אבער ווער רעדט דא פון געבן עונשים ? ווען דו גייסט רעפארטן צו די פאליציי, טוסטו דאס כדי יענער זאל באקומען א עונש ? חס ושלום! זייט ווען איז מען דן אן קיין בי"ד ?
די איינציגע סיבה פארוואס מ'רעפארט איז - אנגעבליך- צוליב פראטעקטן אנדערע קינדער, (די 'עכטע' סיבה איז נקמה), נו, אויב אזוי מאך א קאסט/בענעפיט אנאלאסיס, און זעה צו דו מאכסט מער ריוח ווי שאדן אדער פארקערט,
וועגן דו אנדערע זאכן וואס דו האסט געשריבן, ביסטו פשוט נישט אפדעיטעט מיט די עדווענסמענטס וואס די מוסדות און עסקנים האבן געמאכט אין דעם געביט, הן מיטן פריווענטן א פראבלעם, רוב מוסדות האבן היינט קעמערעס איבעראל, און הן ווען ס'מאכט זיך א אומגליק,
און במציאות ווערן זאכן סאך בעסער געסאללווט אינדרויסן פון דעם שטאטישען סיסטעם, וואו די ציהל איז בכלל נישט צו 'סאלוון' א פראבלעם, נאר 1) צו טוהן 'דזשאסטיט', באשטראפן דעם באשולדיגטן (אפיציעל) 2) פארשענערן דעם רעזומעי פון דעם פראסעקיוטער אז ער האט מצליח געווען צו פארשיקן נאך איינעם אויף לעבנסלעגליכע טורמע, אזוי ארום ארויפרוקן זיין ווערט ווען ער גייט זוכן א דזשאב אין דעם פרייוועט סעקטער (אומאפיציעל, אבער זיכער אמת),

איך רעד אויך נישט פון עונש עיי''ש בשו''ע. מ'רעדט פון זיך און אנדערע באשיצען
יעקב מענטשהרב ליטוואק טענהט אז אין די תורה זעהט מען נישט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די געפיהלן פון די משפחה פון דעם בשטראפטן.
אמת,
אבער ווער רעדט דא פון געבן עונשים ? ווען דו גייסט רעפארטן צו די פאליציי, טוסטו דאס כדי יענער זאל באקומען א עונש ? חס ושלום! זייט ווען איז מען דן אן קיין בי"ד ?
די איינציגע סיבה פארוואס מ'רעפארט איז - אנגעבליך- צוליב פראטעקטן אנדערע קינדער, (די 'עכטע' סיבה איז נקמה), נו, אויב אזוי מאך א קאסט/בענעפיט אנאלאסיס, און זעה צו דו מאכסט מער ריוח ווי שאדן אדער פארקערט,
וועגן דו אנדערע זאכן וואס דו האסט געשריבן, ביסטו פשוט נישט אפדעיטעט מיט די עדווענסמענטס וואס די מוסדות און עסקנים האבן געמאכט אין דעם געביט, הן מיטן פריווענטן א פראבלעם, רוב מוסדות האבן היינט קעמערעס איבעראל, און הן ווען ס'מאכט זיך א אומגליק,
און במציאות ווערן זאכן סאך בעסער געסאללווט אינדרויסן פון דעם שטאטישען סיסטעם, וואו די ציהל איז בכלל נישט צו 'סאלוון' א פראבלעם, נאר 1) צו טוהן 'דזשאסטיט', באשטראפן דעם באשולדיגטן (אפיציעל) 2) פארשענערן דעם רעזומעי פון דעם פראסעקיוטער אז ער האט מצליח געווען צו פארשיקן נאך איינעם אויף לעבנסלעגליכע טורמע, אזוי ארום ארויפרוקן זיין ווערט ווען ער גייט זוכן א דזשאב אין דעם פרייוועט סעקטער (אומאפיציעל, אבער זיכער אמת),
דו ברענגסט ארויס א מורא'דיגע נקודה. אויב די גאנצע נושא איז נאר פראטעקשאן, דאן דארף מען פראטעקטן יעדעם.
איז אזוי. ווילאנג מען האט א באלאנסירטע שקלא וטריא די אזוי-גערופענע וויקטים מיט די אזוי-גערופענע פוגע, מען נעמט אין באטראכט די רווח און שאדן וואס איז פארגעקומען און וואס קען ארויסקומען פאר זיי און זייערע משפחות (ביידע; לעטס בי פעיר דערוועגן), און די סכנה פון לאזן לויפן. אז מען נעמט אלעס און באטראכט און מ'מאכט גארנישט אוועק, איז דאך גוט. ס'גייט אבער ליידער נישט אזוי. כ'על דאס בעסער מסביר זיין אין א מינוט.
ביי דע וועי: לאו ענד ארדער (law & order) ארבייט אויף עטליכע פראנטן, אריינגערעכנט נקמה. יאפס, תפיסה איז נישט נאר צו אפהאלטן די פארברעכער פון די גאס, נאר נקמה איז וויכטיגע חלק, למען ישמעו וייראו.
בנוגע דאס וואס דו זאגסט אז די מוסדות האבן געמאכט פארשריט, דאס ווייסט יעדער, די שאלה איז נאר וויפיעל, ווי שנעל און פארוואס. ערלויב מיך ביטע זיך צו מסביר זיין.
וויפיעל און ווי שנעל האבן זיי געמאכט פארשריט? זיי האבן געמאכט גרויס פארשריט ב"ה אין די הינזיכט פון פרעווענשאן מיט קעמערעס וכדומה, כאטש ס'איז נאך פארהאן אסאך צו טוען. ווען ס' האט זיך שוין געמאכט א אומגליק ה"י, איז כמעט נישט פארהאן קיין שום פארשריט. (פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס בכללות'דיג; ס'איז פארהאן - און ס'איז אייביג געווען - אסאך מוסדות און מנהלים וואס האבן די קאפ און הארץ אויפן פלאץ.)
די אנדערע שאלה איז פארוואס. ד.ה., פארוואס האבן זיי דען געמאכט די פארשריט וואס זיי האבן יא געמאכט? ווייל ס'איז געווען גרידער, און זיי האבן קיין צוויי ברירות נישט געהאט, כמי שכפאו שד, אז נישט וואלטן זיי זיך גאר-שנעל פארשפילט מיטן געזעץ.
טא, פרעג איך אייך, זאל א טאטע אפשטעלן די גרידער אדער מאכן פרישע גרידער?
איינע פון די גרעסטע פונדאמענטאלע פראבלעמען פון לאזן די מוסד, מנהל, הנהלה אדער אינערליכע וועד קער נעמען, איז קאנפליקט אוו אינטערעס. ווער ס'פארשטייט נישט צו דעם זאל עס גוגל'ן, אבער א הנהלה און אלעס ארום האבן פאקטיש א נגיע צו אפהאלטן א קול ווייל ס'איז א שטיקל שאדן פאר די מוסד און הנהלה אז אזאנס האט זיך אפגעשפילט ביי זיי. (דאס אליינס איז באמת א נער'ישע גלגל החוזר, ווייל איינמאל א מוסד זאל נאר ארויסקומען מיט א זערא-טאלערענס פאליסי, וועט די כבוד דערפון גלייך איבערוועגן די שאנדע.)
דיסקלעימער: איך האלט בכלל נישט אז מ'כאפט און מ'לויפט צו די פאליציי ביים ערשטען מינוט וואס דו הערסט האלבעטע ווערטער. קיין שום עקסטרעמע מהלך איז קיינמאל נישט פראדאקטיוו. מיין עיקר נקודה איז - ווי @שלום על ישראל האט געזאגט - אז ווען איר הערט וועגן א פרוסטרירטע עלטערן וואס ווילן טראסטן די הנהלה און נעמען שריט, פראביר צו פארשטיין זייערע ברירות.
שלום על ישראלגעוואלדיגיעקב מענטשמ'מאכט אים גיין צו טעראפי, און אויב דאס העלפט נישט פארלאנגט מען אמאל אן אפעראציע אויכעט,
כ'האב שוין געהערט פון דעם כמה פעמים. קודם כל - ווי ווייט מיין ריסורטש האט דערגרייכט - האב איך נישט געקענט פעסטשטעלן קיין איינציגסטע קעיס ווי מען האט פאקטיש דורכגעפירט אן אפעראציע. צווייטענס, די אפעראציע פארריכט נישט אלעס, כמובן.
און לאמיר נישט פארגעסן די עיקר, וויבאלד דו מישט נישט אריין די געזעץ, וואספארא מהלך וועט באצווינגן דען יונג צו גיין עהרליך צו טערעפי? ווער קען אין נאכגיין 24 שעה א טעג?
קוק ווי שווער ס'איז פאר די ליגעטימע פאליציי - וואס האט די בייטש און די געריכט - צו קער נעמען. ווילסטו אז דריי עסקנים זאלן קער נעמען פון אפאר ערנסט-קראנקע?
היינט אויף נחום סיגעל'ס שאו האט די בעל דרשן געזאגט אין נאמען פון א גרויסע דאקטער אין מאנסי אז מ'קען רואיג גיין צו די פאליס אויף יעדער חשד און מ'דארף גארנישט מורא האבן פון באגראבן די חשוד, ווייל זיי טוען ליידער סייווי גארנישט (ניטאמאל אפליינן די קלעים) דערוועגן סיידן ס'איז א אבנמארלע מעשה.
איז טאקע אזוי? בארעכטיגט דאס שוין טאקע די גיין צו די פאליס איינס צוויי?

קיין שום פראבלעים? ממש קיין שום פראבלעים? ס'סעטעלט זיך גאנץ שנעל? וואס הייסט למשל שנעל אין אזא סיטועשאן? קענסטו אפשר מסביר זיין.
ביסטו שוין אמאל געווארן ארעסטירט אפי' פאר א קליינגקייט אין ניו יארק ווי למשל סוספענדירטע לייסענס וכדו' ? צו ווייסטו וואס דאס מיינט בכלל? יעדע סקונדע שפירט זיך ווי א שעה. (אויב איז איינער אינטערסירט צו ליינען וואס עס מיינט ווערן ארעסטירט וועל איך פרובירן אראפ מאלן מיט קאלירן כפי יכולתי) און ווי עס ליינט זיך, איז ער געווען פארכאפט איבער נאכט היעלה על הדעת וואס די ווייב און קינדער מאכן מיט די נאכט. און ווער רעדט נאך די פון די פרוי וואס קען קיין שום עקסעס נישט באקומען צום מאן די 12 צו 24 שעה וואס עס לויפט איר אין קאפ. יא א חזר נישט קיין חזר, קען נישט זיין, ווייסטו וואס לעצטענס האב איך באמערקט א שטיקעל אנגעצויגענקייט, אפשר האט עס מיט דעם ? וכדו'
דאס איז נאר אן אפס קצהו פונעם טאג אויף די ארעסט.
וואס טוהט זיך מיט די עינו הדין ביז מען באקומט די נאט גילטי ווערדיקט. וויפיל שבעה מדורי גיהינום מען גייט אדורך אי אפשר לפרטם כי רבים הם. דאס הייסט נישט געפערליך ס'סעטעלט זיך גאנץ שנעל.
אונטער 6 חדשים פון סקרוטעני איז נישט פארהאן. די מחשבות נאגן און פאניגען לא ישבותי, באפרייט, אדער תפוסה, פראבעישאן אויף א גוט אויפן. חברים, משפחה אלע מיט א כבדהו וחשדהו בליק וואס ווערט מורגש אין אלע גלידער. פארוואס ווייל איין ווארט פון א אווער פראטעקטיוו מאמע וואס וויל הערן אז מען האט געטאטשט איר קינד כדי זי זאל אים קענען פראטעקטן.
שלום, די ביסט צו לייכט אויף יענעמס בלוט. די ביסט גרייט צו מפקיר זיין זיין בלוט ווייל עס איז נאר א האלב יאר פון בלוט פארגיסונג, אפשר מער, נישט ווייניגער.
מיר גייען בכלל נישט אריין אין א דיבעיט צו די ביזט גערעכט אדער נישט. פשוט נישט געפערליך ס'סעטעלט זיך גאנץ שנעל ווען דער מענטש פארלירט אלעס פארגארנישט און פארנישט איז עטוואס לייכטזיניג צו שרייבן.
עד כאן תוכן דברי. א גוטן טאג
Sent from my SM-N900T using Tapatalk

mevakeshרבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות
זיי נישט ברוגז, שש וויל פשוט ווארפן א שטיקעל ליכט פון וועם די רעדע איז. און וואספארא סארט די באשילדיקטער איז. און וואס איז די היסטאריע פון די באשילדיגער. און מיין אפיניון איז עס וויכטיגע פאקטן צו די מעשה. מען דארף אנאלעזירן די מעשה מיט מי ומי ההולכים צו קענען אנאלעזירן די פאקטן.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
אגב עס איז דא א קאמפאני וואס קלעימט אז זיי קענען אראפ נעמען פון געוועב היסטאריע. עס איז כדי אז אויב איז ריכטיג די ווערטער פון שש אז מען זאל זיך מיט די קאמפאני פארבינדען. איך האב נישט זייער אינפארמאציע איך הער עס אויפ די ראדעיא כסדר עדווערטייזט.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
berlbalagulehאנאנים: ייש"כ פאר אראפברענגען די צווייטע זייט פון די מטבע, און צורירן (פאן אינטענדעד.) צו א זייער ווייטאגליכע פרשה וועלכע האט שוין גורם געווען א סאך צער און עגמת נפש און איז אויך באגלייט מיט א גרויסע מאס היסטעריע.
דער סאבדזשעקט פון טשיילד מאלעסטעישן איז זייער א פארצווייגטער און האט פילזייטיגע אספעקטן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע פאקטן, ווען א טייל רבי'ס, טיטשערס אדער יוגנט קאונסלערס זענען באשולדיגט געווארן אין אביוזן קינדער וועלכע זענען געווען אונטער זייער קאנטראל. קיינער האט זיך נישט געמאכט קיין סאך צו טון. ביז מ'האט אנגעהויבן איינצוזעהן די שעדליכע עפעקטן וואס דאס האט געהאט אויפ'ן לעבן פון די קינדער וועלכע זענען געווארן אביוזד.
אבער צוזאמען מיט די רפואה איז אויך געקומען די זייטיגע השפעות וואס דאס האט גורם געווען. די מענטשן זענען אריינגעגאנגען אין עפעס א מין היסטעריע. וואו מ'האט נאר געהערט פון עפעס א באשולדיגונג אקעיגן א מענטש. מעג ער זיין דער פיינסטער און ארנטליכסטער מענטש. איז ער שוין געווארן אפגעסטעמפלט אלס מאלעסטער און אביוזער. פארשטייצעך אז יענער (אומשולדיגער) האט באלד פארלוירן זיין דזשאב און פרנסה. אויך זיין גאנצע משפחה איז פארשעמט געווארן. ווען אין א סאך פעלער האט זיך אויסגעלאזט אז די גאנצע פרשה איז נאר געקומען צוליעב עפעס א מיספארשטענדעניש אדער בייזוויליגער בלבול פון האלב-צודרייטע אדער רשעות'דיגע מענטשן וועלכע האבן געהאט זייער אייגענע אגענדא. צו ביי משפחה סיכסוכים פון שלום בית, וואו איין צד האט געזוכט צו באקומען קאסטעדי פון די קינדער.
אבער א גרויסן טייל פן דעם געשאפענעם מצב קענמען אנלייגן אויף די אזוי-גערופענע "עדוואקעיטס". זיי זענען (אין די מערסטע פאלן) נישט געווען קיין נייטראלע מענטשן וועלכע האבן אויס זארג פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער זיך אונטערגענומען צו פובליצירן די נעמען פון די באשולדיגטע מענטשן נאך גרונטליכע אויספארשונגען פון אלע זייטן פון די באשולדיגונג. נאר זיי האבן ענדערש געמאכט דעם רושם אלס טומלערס און פובליסיטי-זוכערס.
לאמיר נאר דערמאנען צוויי פון די מערסט באוואוסטע מתעסקים אין באקעמפן טשיילד אביוז. נחום ראזנבערג און "הרב" יעקב הורוביץ פון מאנסי. זיי וועלן קיינמאל נישט ארויסקומען מיט פאקטן און אפענע ראיות און באשולדיגונגען אקעיגן א מענטש. אדער אפילו ארויסברענגען אפילו א ספק אין זיין שולד. אזוי ווי ס'איז געווען לעצטנס ביי א פרשה אין ראקלענד קאונטי, וואו עפעס א בחור/יונגערמאן וועלכער האט זיינע אייגענע פסיכאלאגישע און עמאציאנעלע פראבלעמען איז ארויסגעקומען מיט לעכערליכע באשולדיגונגען אקעיגן א באוואוסטן, ארנטליכן איד א תלמיד חכם און פעמילי מענטש. זיי (די עדוואקעיטס) האבן חדשים לאנג געשריבן אלערליי בייזוויליגע, אויסגעטראכטע בילבולים אקעיגן דעם איד, וואס נאר א קראנקהאפטיגע פאנטאזיע קען פראדוצירן אזאלכע באשולדיגונגען. און ווען ס'איז, צום סוף אויפגעוויזן געווארן אין קאורט (מיט די הילף פון אן ערפארענעם לאיער) אז ס'איז געווען לא דובים ולא יער. קיין איינע פון די באשולדיגונגען זענען נישט געווען אמת. האבן זיי, די אזוי-גערופענע עדוואקעיטס זיך גענומען שרייען און באשולדיגן דעם דזשאדזש און דעם קאורט אין זיין קארופטירט. שטאטס אננעמען דעם פסק. אפילו ביי די פרשה פון נחמיה וועבערמאן איז אויך געווען די זעלבע זאך."הרב" יעקב הורוביץ האט געטענה'ט אז ס'איז דא לכה"פ נאך פיהר באשולדיגערינס אקעיגן איהם. איז מיין קשיא. פארוואס האט ער זיי נישט ארויפגעלייגט אויפ'ן סטענד אז זיי זאללן עדות זאגן אקעיגן איהם אין קאורט. ער איז אויפגעקומען מיט אלערליי לעכערליכע תירוצים פארוואס זיי "קענען" נישט עדות זאגן...!
לאמיר נאר האפן אז דער מצב וועט זיך סטאביליזירן און אלע באשולדיגונגען פון אביוז אדער מאלעסטעישן וועלן ווערן גרונטליך אויסגעפארשט. און די שולדיגע זאללן טאקע באצאללן א פרייז פאר זייערע שלעכטע מעשים. אבער די אומשולדיגע זאללן ריינגעוואשן ווערן אן דעם וואס זיי זאללן האבן געליטן אומזיסטע פארשעמונגען און עגמת נפש פאר זיי און זייער משפחה...!
די א"ג עדוואקעיטס מאכן ממש א חורבן, פאר די עביוזער, און עביוזד.
וואס איך מיין צו זאגען איז אזוי.
אין די גאר באקאנטער קעיס וואס די גאנצער יהודית החרדית איז געווען פארנומען לכאן ולכאן,
ווען נישט די עדוואקעיטס וואלט די קעיס געשליכטעט געווארן אן אזעלעכער שפיכת דמים.
עס איז געווארן א פייט פון אונז און זיי. די עביוזער האט נישט קיין פרייער (prior ) היסטאריע פון עביוז, אפי' מען האט פרובירט אן צושמירען אז עס זענען דא נאך וויקטימס און בשום אין אויפן האט מען נישט געקענט באקומען קיין נאמען פון נאך א וויקטעם.
נארוואס דען די עקטעוויסט האבן געוואלט מאכן אן עקזעמפל. (טאמער וועל איך חושד זיין אז זיי האבן דאס געמיינט לש"ש) אדער זענען זיי געווען סתם אזוי געווען הינגעריג פאר אידיש בלוט. זיי האבן פשוט אנגערייצט א מיידל וואס ווייסט נישט ווי אזוי זי הייסט, און איר געפיטערט מיט א מעשה נורא וואס מען האט מיט איר מכלומערשט געטוהן. יארן פאר דער א"ג מאן (לאווער) איז געווען אנבארד האט מען בשו"א אים געקענט אינדייטן ווייל זי אליינס האט פשוט נישט געוואוסט וואס מען דארף זאגען אז מען האט מיט איר געטוהן.
איבער יא געטוהן נישט געטוהן איז א צווייטער געשפרעך וואס נישט דאס באטאן איך איצטערט.
והמבין יבין
א גוטן טאג.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
אפעלאט געריכט
למעשה וואס דרייט זיך ארום עפעס א נייע פי. די. עף. פייל אז אללעס בלייבט ביים אלטן, אדער עפעס גוטע נייעס קומט?
[ציטאט אראפגענומען]
האט ער זיך שוין ערהוילט פון די מעשה? מיר ווארטן אלע פאר א גוטע ענד..
ב"ה! עס רייסט די הארץ צוצוזעהן אדער מיטהאלטן אזא פרשה, ספעציעל ביינונז, וואס רעפיוטעשאן פארנעמט א חלק ניכר פונעם טאג טעגליכן לעבן..
בלאט: 1 2