איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9669
איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
טאמער פארשטייען זיך די עלטערן מיט די קינדער טראץ קולטורעליעזע שפאלטונגען צווישן זיי, דאן איז עס א ברכה און נישט אויף דעם איז געווידמעט אונזער שמועס. איך וויל זיך באציען ווען דער קוךטורעליעזע שפאלט פאראורזאכט א ווירקליכער אומאראפשלינגבארער שפאלט צווישן עלטערן און קינדער, וואס ביידע צדדים זיכן דאן שטיצע ביי די געזעלשאפט, און ביידנס מהלכים זענען דערהערבאר ביי געוויסע קרייזן מענטשן:
די צד פון די עלטערן ביי חרדים, איז שארף, איינזייטיג, אן קיין פשרות און אן קיין סברות: אזוי איז עס, דאס קינד וואס לאזט איבער אונזער דרך איז אונז מצער און ער טוט א געפערליכער עוולה, נקודה.
די צד פון די קינדער ווידעראום ווערט עפ"י רוב באגלייט מיט גאנצעטע פסיכאלאגישע אויפגעקלערטע מיינונגען, און די אפעציעלע בעלי דעת טוען זיי שטיצן.
ביידע צדדים פארמאגן א געווער צו כאפן די גאס, די עלטערן "שטאטוסקווא" און די קינדער "אזויגערופענע יושר", ביידע ניצן עס גוט אויס צו זייער זייט, און אמאל געווינט דער און אמאל געווינט דער און אמאל איז נישטא קיין געווינער.
אלס איינער וואס האלט זיך אלס א בעל יושר, וועל איך געוויס נישט אננעמען די טענה פון שטאטוס קווא, און איך וועל ליבערש צולייגן אן אויער צו די קינדער וועלעכע קומען מיט סברות, און ברענגען ארויף יושר'דיגע טענות בנוגע זייער חרות.
איז אבער מיין שאלה דא, צו איז טאקע די שטאטוסקווא טענה פון די עלטערן בלויז שריים פונעם אומ'יושר'דיגן פונסטערן מיטל אלטער, און די קינדערס טענה א ריין ענלייטמענט יושר'דיגע טענה?
אפשר הערן זיך די עלטערן'ס אומזיניג און די קינדערס פארשטענדליך, טאקע דערפאר ווייל היינט איז א אמאליגער פארשטענדליכער זאך פשוט אונטערדרוקט געווארן דורך דעם דור פון חוצפה יסגי?!
קומט אויס אז די יונגע האבן נישט בעסערע סברות, זייענדיג יונג, ברויכן זיי חרות און רייטן פשוט אויף די אידילאגיע פון חרות וואס איז היינט פאפולער, בעת די עלטערן וועלעכע ברויכן אן אויסגעפארעמט לעבן (עכ"פ כלפי די שליטה אויף זייערע קינדער) פאררופן זיך אויף די אמאליגער אידיאלאגיע פון חיי טראדישן (דערמאן זיך ווי טוביה דער מילכיגער שרייט "טראדישן").
אלזא, וועלעכער אידיאלאגיע איז ריכטיגער? עס איז מיר שווער צו ענטפערן. דער רמב"ם'ס שביל הזהב איז דא אויך גילטיג, אפגעזהן פון וועלעכע מהלך עס איז ריכטיגער, לדעתי דארף דער טאטע זעהן צו פארשטיין די געברויך פונעם קינד'ס חרות, און דער קינד דארף זעהן צו רעספעקטירן די עלטערן'ס געפילן. דאס זיך נישט רעכענען פון איין צד מיטן אנדערם קען שאפן אומגעהוירע צער איינער פארן אנדערן.
כבר פסקו חז"ל בנין נערים סתירה.
(די שמועס דארט איז געווען גראדע גאנץ א אקטועלע טעמע איבער שטייערען, ווי אזוי מ'קויפט איין די עולם בעסער).
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
דער סטאטוס-קווא איז געבויט אויף א סתירה צווישען א טאטע'ס רעכט אויף א קינד און דער קינד'ס ווילען זיך אויסצו'ארבעטען לויט זיין נאטור. וויבאלד די רעכט איז נישט קיין תורה'דיגט, אפגעזען פון די סתירה פונ'ם קינד'ס ווילען/פליכט פאר זעלבסט אויסדרוקען, ממילא הער איך נישט קיין סתירה.
איך ברענגט ארויס אז ביידע האבן "סימפאטיע" אין גאס. איינער מחמת סברה און איינער מחמת שטאטוסקווא, און א רעכטדענקיגער מענטש דארף זיך לכאורה נישט רעכענען בכלל מיטן לעצטן מהלך. אבער למעשה נאכן אריין טראכטן קען זיין אז דער יונגער סברהדיגער שיטא איז נישט מער יושרדיג ווי דער עלטערער אומ'סברה'דיגער שיטה. און בכל אופן דארף מען וויסן דער מיטל וועג.
פארוואס מוז מען נאכמאכן די עלטערן? לויט "שטאטוסקווא" וואס דארף איינער טוהן אז זיין טאטע באלאנגט צו א שרעקליכע קולט א שטייגער ווי העלבראנץ וכודומה?
שטאטוסקווא האט לדעתי נישט קיין שום תוקף קעגן דעם ערך פון חירות, אבער וויבאלד אונטער דעם שטאטוסקווא טענה ליגט למעשה א געוואלדיגער ווייטוג פון די עלטערן, דעריבער, אלס עטישע סיבה, דארף מען זיך רעכענען מיט זיי.
איך זאג "זיך רעכענען" ד.ה. לכל הפחות עס נעמען אין חשבון. און פארשטענדליך, טאמער די עלטערןס מהלך איז בכל אופן אומדערטרעגליך פארן קינד, איז דאך חייך קודמין, אבער דאס איז נאכדעם וואס יר האט זיך פראבירט צו רעכענען מיט זיי.
א טאטע פון א קינד וואס פאלט אריין אין העלבראנץ קולט מעג זיין ברוגז אויפן קינד? א טאטע וואס איז פרום מעג אנקוקן א קינד וואס גייט אראפ פון וועג ערגער וואו ווען ער גייט צו העלבראנץ... און לשיטתו איז דער צד שכנגד נישט שכל'דיג. דער פראבלעם פונעם עקסטרעמיסטישן טאטן איז (לדעתי)אין נישט קענען קענען זען די לעגעטימקייט פונעם זונ'ס באשלוס און נישט אין וויאזוי ער רעאגירט צו זונ'ס באשלוס וואס איז אין זיין מח א באשלוס פון טויט
געווענליך ווי מער שמאל קעפיג און פארמאכט מען לעבט אין א קאמיונעטי, אלס מער אהרט עס.
אפגעזעהן צו די עלטערנס אידאלאגיע פון פארמאכטקייט איז ריכטוג צו נישט, איז מיין מיינונג אז וויבאלד דער דרך העולם איז אז ער באדערט שטארק א טאטן פון א פארמאכטער קאמיונעטי אז דאס קינד לאזט עס איבער, דארף דעריבער דער קינד זיך רעכענען דערמיט ככל האפשר.
chusidא טאטע פון א קינד וואס פאלט אריין אין העלבראנץ קולט מעג זיין ברוגז אויפן קינד? א טאטע וואס איז פרום מעג אנקוקן א קינד וואס גייט אראפ פון וועג ערגער וואו ווען ער גייט צו העלבראנץ... און לשיטתו איז דער צד שכנגד נישט שכל'דיג. דער פראבלעם פונעם עקסטרעמיסטישן טאטן איז (לדעתי)אין נישט קענען קענען זען די לעגעטימקייט פונעם זונ'ס באשלוס און נישט אין וויאזוי ער רעאגירט צו זונ'ס באשלוס וואס איז אין זיין מח א באשלוס פון טויט
איין סעקונדע. מען רעדט דא פון OTD? בסך הכל רעדט מען פון טוישן אביסל. כ'ווייס אז דער טאטע שרייט אז אזוי הייבט זיך עס אהן... אבער פאר די
סעיק אוו די קאנווערסעשאן איז א שפאן לינקס אסאך מער
פארשטענדליך און מ'קען עס פשוט'ער מסבר זיין. משא"כ א קליינטשיקער טריט צו שיכן העלבראנץ א זאך וואס מ'קען נישט מסבר זיין אדער פארשטיין אהן נישצן די ווערטער ווי "נעבעך", "אזוי ארבעט עס", א.א.וו.
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
פאר מיין מיין טאטע איז געווען מיין בלוי קאלער דזשאב חרפות און בישות, נאכן ארבעטן אין אן אפיס פאר אפאר חדשים האב געשפירט סאיז נישט פאר מיר, סגעבט מיר נישט קיין סיפוק. האב איך געטון איז גוט פאר מיר, וואס געבט מיר סיפוק און מיין טאטע זאל דיעלן מיט זיין צער. אז ער איז נישט גרייט אראפשלינגען זיין בישות כדי איך זאל האבן א בעסער לעבען, דיסערוועד ער נישט איך זאל זוך רעכענן מיט עם.
דאס זעלבע איז מיט אטד אדער עני טויש, אויב איז דאס א זאך וואס געבט מיט סיפוק, משמעות און לעבען און ער קענען נישט פועלן מיר צי זאגן, טו וואס איז גוט פאר דיר, זאל ער נישט באשאפן קיין מענשטען.
וואס מאכט עם טראכטן אז ער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר מיר? אויב בין שוין 40 יאר אלט קען איך מיך שוין פארמעסטען מיט זיין חכמה? היו אבויט איך האלט אז פאר עם איז גוט א בלוי קאלער דזשאב, וועט ער קאנסידרען מיין מיינונג?
דער נושא קען מען אפלערנען פון אסאך צדדים, אבער בפשטות איז ביי אונז אידן פאראן די מושגים פון צאי לך בעקבי הצאן, מסורה, נישט משנה זיין, שאל אביך ויגדך, און נאך. ממילא איז פארשטענדליך אז אויב א קינד נויגט אפ פונעם דרך המקובל טוט עס וויי פאר די עלטערן.
און בכלל שפירן עלטערן אז זיי זענען שוין אדורך די יונגע צעלאזטע יארן און זענען שוין עלטער און באזעסן, און זיי שפירן אז זיי האבן קלארער ארויס דעם תכלית החיים, אלזא איז א ווייטאג אויב זייערע קינדער פירן זיך אויף לייכטזיניג וואס קומט נישט מתוך הכרה אז דאס אז דער ריכטיגער לייף סטייל, נאר אין אלגעמיין מתוך הפקירות און פריקת עול. וקצרתי מאוד.
אפשר איז עס נישט די ריכטיגע אשכול אבער כהאב נישט געטראפן א בעסערע פלאץ, א אמתע מעשה וואס איך קען פון די נאנט וואס האט אויפגעשאקלעט און געשטינקן אין די גאנצע שטאט, זייער אינטערסאנט.
<a class="postlink" href="http://narrative.ly/healing-hasidic-masturbators-and-adulterers-with-psychiatric-drugs/">http://narrative.ly/healing-hasidic-mas ... ric-drugs/</a>
די 'דיני' פון די מעשה הייסט ___ און יעדער אין מאנסי קען די מעשה.
וואס עס רעגט מיך אויף מיט די אלע אט''ד און חרדים חדשים אינטערוויוס/ביכער איז ווי געזונט זייער סעלעקטיוו מעמארי און סעלעקטיוו סטאריטעלינג ארבייט.
אינטרעסאנט ווי יוסי 'פארגעסט' צו דערציילן אז זי האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).
איז עס נישט געווען אין ב"פ? די סטאר איז זיכער אין ב"פ
איך אויךוואס עס רעגט מיך אויף מיט די אלע אט''ד און חרדים חדשים אינטערוויוס/ביכער איז ווי געזונט זייער סעלעקטיוו מעמארי און סעלעקטיוו סטאריטעלינג ארבייט.
אינטרעסאנט ווי יוסי 'פארגעסט' צו דערציילן אז זי האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).
אויף ווי ווייט איך האב געלייענט רעדט ער נישט קיין ווארט פון איהר געשיכטע נישט קיין גוטס און נישט קיין שלעכטס נאר פון זיין איבערלעבעניש
איך אויךדי 'דיני' פון די מעשה הייסט ...
גבאים ווי זענט איר יעצט אויס צומעקן פריוואטע נעמען ?????????????????????
איך אויךוואס עס רעגט מיך אויף מיט די אלע אט''ד און חרדים חדשים אינטערוויוס/ביכער איז ווי געזונט זייער סעלעקטיוו מעמארי און סעלעקטיוו סטאריטעלינג ארבייט.
אינטרעסאנט ווי יוסי 'פארגעסט' צו דערציילן אז זי האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).
איך קען די מעשה גאר גיט, אמת אז איר מאן ברענגט אויף די קינדער, דעס מיינט נאכנישט אז זי האט אויפגעגעבן די קינדער, אירע קינדער רעדן מיט איר און באזוכן איר און האבן שטארקע שייכות מיט איר, וואס וואלסטו געוואלט זי זאל אויפברענגען די קינדער איר וועג אדער איר געוועזענע זאל האבן די קינדער? ווען ס'וואלט געוועהן פארקערט וואלסטו געשריגן אז זי איז א רשע'נטע, עניוועי שרייב נישט קיין האלבע מעשיות, זי איז אדורך אסאך צרות און יסורים אין איר לעבן, און שרייב נישט קיין עכטע נעמען ווען יענער האט אליינס נישט געשריבן, זיי האבן קינדער אין די סיסטעם וואס דארפן שידוכים טוהן אין די סיסטעם און זיי זענען אינגאנצן אומשולדיג.
חוצפה שאין כמוהו אז מ׳מעקט נישט אויס די עכטע נעמען! הזאת קאווע שטיבל?
חוץ מזה זי האט א אייגענע ביזנעס און זי מאכט שיין געלט און זי האלט בעיסיקלי אויס אירע קינדער און איר געוועזנע, דעס מיינט אויפגעגעבן די קינדער???? נישט אין מיין דיקשאונערי.
אז דיני האט מוותר געווען מרצונה אויף אירע פינעף קינדער! וואס הייסט מוותר געווען? זי האט פשוט אנגעקלאפט אויף איר מאן'ס טיר און געזאגט דא האסטו די קינדער און גוד ביי (איך האב עס מיטגעהאלטן כמעט לייוו).
כמע"ט ר"ת כיש מיר אין טוחעס וד"ל.
דיין כמעט מיטגעהאלטענע מעשה איז אויסגעזויגען פונ'ם דמיון. די קינדער זיינען ביי איר כסדר. די קומיוניטי וואלט איר געדארפט נוצען אלס ביישפיל "אט איז א פרוי וועלכע האט ערמעגליכט איר פרומע מאן אויפהאדעווען איר קינדער אויפן חסידישען דרך, אפילו עס האט איר געקאסט טאג טעגליכען פיזישע קשר".
נו, אם אין דעת...
שלום עליכם שטריימל, גייסט נאך מיט א שטריימל??? 😂
שבת אחיםשלום עליכם שטריימל, גייסט נאך מיט א שטריימל??? 😂
מיין רעגען שטריימעל האב איך אוועקגעגעבען לשם מצוה. די געהעריגע ליגט ביי דיר אין קאר נאך פין פאריאר אין די קאנטרי...
אה ס׳איז דיינס, טושלדיגט כהאב עס פארקויפט אויף אי בעי, כהאף ביסט נישט ברוגז.
איך גלייב נישט מען קען צופיל מאריך זיין ברבים און אוודאי נישט מלפני (כאטשיג מען דארף זיין א טיפש מופלג נישט צו כאפן זיינע רמזים צווישן די שורות) אבער איך קען די מעשה מראשיתו ועד אחריתו פון דער נאנט מכמה צדדים.
איך אויךאיך גלייב נישט מען קען צופיל מאריך זיין ברבים און אוודאי נישט מלפני (כאטשיג מען דארף זיין א טיפש מופלג נישט צו כאפן זיינע רמזים צווישן די שורות) אבער איך קען די מעשה מראשיתו ועד אחריתו פון דער נאנט מכמה צדדים.
האסט אפגרעידעד 'כמעט' צו ראשיתו ועד אחריתו. נייס.
ואני הקטן אומר מדבריך ניכר אז די ווייסט נאר די כמה צדדים וואס מע האט ארומגערעדט אין מקוה...
דיינע השערות גייען מיר אן אין די לינקע פאה.
איך אויךדיינע השערות גייען מיר אן אין די לינקע פאה.
דו רעכטע פאי׳ איז שוין פארנומען? בד״וו וואס פארא שייכות האסטו מיטן Deep throat? 😮
איבער די פראגע אינעם קעפל פונעם אשכול.
דאס איז זיכער אז די עצם התנהגות פון די עלטערן איז נישט קיין באווייז אויף די מאראלישקייט דערפין.
דאס איז אויך אמאל זיכער אז עלטערן האבן נישט קיין שום מאראלישן רעכט אויף די לעבן פון זייערע ערוואקסענע קינדער.
די שאלה איז נאר צו מצד הכרת הטוב איז דא א חיוב פארן קינד נישט צו מאכן באשלוסן אינעם פערזענליכען לעבן אקעגן די עלטערנ'ס רצונות. אויף דעם וואלט איך געענטפערט אויב די הקרבה איז עפעס וואס אין די אלגעמיינע וועלט איז מקובל דאס מקריב צו זיין לטובת די נחת פון די עלטערן דאן איז שייך די שאלה, מעבר לזה איז פונקט ווי די עלטערן זענען חולה לאותו דבר, וואס די ריכטיגע צוגאנג אין כיבוד אין אזא פאל איז אזויווי די רמב"ם זאגט לגבי צדקה אז די ריכטיגע צוגאנג צו צדקה איז נישט ביישטייערן געלט נאר יענעם שאפן א פרנסה, דאס זעלבע אין אונזער פאל וואלט די ריכטיגע כיבוד געווען צו שטעלן דעם טאטען אויף די פוס איינצוזען אז זיינע פארלאנגן זענען קטנות'דיג און שאפן אים אימזיסטע עגמ"נ.
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
הרב נהורא אין פרינציפ ביסטו גערעכט אז די בעסטע וואלט געווען אז די עלטערן זאלן זיך לערנען צו זיך נישט שטעלן אויף קטניותדיגע זאכן אבער דאס איז נישט אויפן קינד צו טוהן עס איז דא צוסאך הרגשים און צו טיעפע הרגשים און זאכן ווערן פארפלאנטערט
די ריכטיגע וועג איז צו טוהן וואס מען האלט אז עס ריכטיג פאר די אייגענע לעבן אבער אכטונג געבן צו נישט סתם וויי טוהן די עלטערן ווי לאנג עס גייט נישט צו שטארק אויף די אייגענע חשבון
און באמת אויב מען האלט זיך שטארק.מיט דעםאין ווי עס איז שייך געט מען אכטונג אויף זייערע געפיהלן וועלן מיט די צייט די עלטערן זיך בארוהיגען און זעהן אז עס איז נישט עק וועלט
איך האב נישט געלייענט די אשכול און נישט די תגובות, אבער לייענענדיג דעם קעפל אליינס, מאכט מיר וואונדערן וואס א סארט פראגע איז עס.
ווען איינער לאזט אפ א דרך, מיינט עס לכאורה אז ער ווארפט אוועק די אלטע עטיקס פון זיינע עלטערן, און ער רי-דעפינירט זיינע אייגנגעמאכטע - אדער ער אדאפטירט אנדערע - עטיקס.
ווען עטיקס איז נאכנישט דעפינירט, אדער ווען עס קען ווערן איבער-דעפינירט, לויט וועלכע עטיקס שאצט מען אפ די שאלה?
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
זבולוןאיך האב נישט געלייענט די אשכול און נישט די תגובות, אבער לייענענדיג דעם קעפל אליינס, מאכט מיר וואונדערן וואס א סארט פראגע איז עס.
ווען איינער לאזט אפ א דרך, מיינט עס לכאורה אז ער ווארפט אוועק די אלטע עטיקס פון זיינע עלטערן, און ער רי-דעפינירט זיינע אייגנגעמאכטע - אדער ער אדאפטירט אנדערע - עטיקס.
ווען עטיקס איז נאכנישט דעפינירט, אדער ווען עס קען ווערן איבער-דעפינירט, לויט וועלכע עטיקס שאצט מען אפ די שאלה?
עטיקס מיינט, אין יעדע פלאץ ווי די ביסט איז דא א וועג וויאזוי די סאסייעטי טראכט, ווי למשל אראפווארפן גארבעטש אויפן פלאר איז ביי אונז א אפגעפרעגטע זאך, דאס מיינט נישט אז די עצם אקט איז אפגעפרעגט, נאר אין די סאסייעטי איז אפגעפרעגט, סא די זעלבע זאך אין ד סאסייעטי איז עקספעקטעט ציי בלייבן זיך פירן אזוי ווי טאטע און בפשטות שעמט זיך די טאטע אויך נאר וויבאלד יעדער בלייבט זיך פירן אזוי ווי די טאטע, אין דאס איז די עטיקס
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
מיר אלע חסידישע אידן האבן אפגעלאזט עט סאם פאונט די דרך פון אונזער עלטערן אין געווארען חסידים
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
אסטיון #
מיר אלע חסידישע אידן האבן אפגעלאזט עט סאם פאונט די דרך פון אונזער עלטערן אין געווארען חסידים
אונז האבמער גארנישט געטוהן !
ס''ה אונזער איר עלטערן, האבן געטוישט, און טאקע באגאנגען אן עוולה !
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
עמרם #
אסטיון #
מיר אלע חסידישע אידן האבן אפגעלאזט עט סאם פאונט די דרך פון אונזער עלטערן אין געווארען חסידים
אונז האבמער גארנישט געטוהן !
ס''ה אונזער איר עלטערן, האבן געטוישט, און טאקע באגאנגען אן עוולה !
אויב איינער האלט ס'איז א עוולה אז זיינע זיידעס האב'ן געטוישט צי חסידית פארוואס זאל ער ממשיך זיין מיט די עוולה
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
אסטיון #
עמרם #
אסטיון #
מיר אלע חסידישע אידן האבן אפגעלאזט עט סאם פאונט די דרך פון אונזער עלטערן אין געווארען חסידים
אונז האבמער גארנישט געטוהן !
ס''ה אונזער איר עלטערן, האבן געטוישט, און טאקע באגאנגען אן עוולה !
אויב איינער האלט ס'איז א עוולה אז זיינע זיידעס האב'ן געטוישט צי חסידית פארוואס זאל ער ממשיך זיין מיט די עוולה
אסאך מאל האט עס די עלטערן זייער געשטערט, אזויווי איינער וואס טויש זיך היינט
Re: איז אפלאזן די עלטערנס דרך א עטישע עוולה?
עמרם #
אסטיון #
מיר אלע חסידישע אידן האבן אפגעלאזט עט סאם פאונט די דרך פון אונזער עלטערן אין געווארען חסידים
אונז האבמער גארנישט געטוהן !
ס''ה אונזער איר עלטערן, האבן געטוישט, און טאקע באגאנגען אן עוולה !
בדרך אבותינו נלך, און טאקע פונקט ווי זיי וועט מען טוהן.
פונקט ווי זיי האבן געטוישט די דרך פון אשכנז/אונגערן צי חסידות/סיסטעם, וועלן אונז אויכט טוישן דרך פון חסידות/סיסטעם צו ערליכע אידן.