☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד

טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9661
בלאט: 1 2

אלס ווייסער » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 8:17 pm

· #303036
טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד
איך קען נישט גלייבן אז עס איז נאכנישט באריכטעט אין ק"ש,

צוויי יודן - מאן און ווייב - זענען ליידער אומגעקומען נאך וואס זייער אויטא איז באשאסן געווארן דורך עטליכע פאלעסטינע טעראריסטן פארנדיג אין א שטעטל נעבן (אין?) ראמאלא אינעם מערב ברעג. דער אינצידענט האט פאסירט בערך 9 אזייגער פארנאכטס (א"י צייט) ווען זייער קאר האט זיך פארשטייטערט פארן זיך איינדרייען צו א זייטיג געסל, ווען א קאר איז ארויסגעקומען פון אונטער זיי און זיך געשטעלט נעבן זיי און זיך גענומען שיסן. 4 קינדער זענען געווען אין קאר קיינער פון זיי איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן, די עלטערן זענען אבער יא ליידער אומגעקומען, די טעראריסטן זענען נאך ארויסגעקומען פון קאר זיכער מאכן אז זיי זענען טאקע טויט.

די צה"ל און ש"ב האבן געשוואוירן נקמה און אויפגעשטעלט ראוד בלאקס און דורכגעפירט אבלאוועס אין די געגנט ארום, די גאנצע נעבלס (גוט געספעלט?) געגנט איז דערקלערט געווארן א מיליטערישע זאנע און אפגעשלאסן געווארן. ווער עס האט מער דיטעילס זאל ביטע פאוסטן.

השם ינקום דמם.
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 8:27 pm

· #303039
נאבלוס Nablus (שכם).

דער מאן איז געווען א היימישער, ער האט געהאט א ניק אויף אייוועלט און אנדערע היימישע פארומען.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/memberlist.php?mode=viewprofile&u=5009">http://www.ivelt.com/forum/memberlist.p ... ile&u=5009</a>

chusid » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 8:40 pm

· #303044
זיין בלאג <a class="postlink" href="https://eitamhenkin.wordpress.com">https://eitamhenkin.wordpress.com</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 8:46 pm

· #303047
אוי וויי, איך האב געלערנט זיין תורה. ער האט א לאנגע מאמר צו ווייזען אז מ'מעג עס'ן 'תירס ותות-שדה', און איך האב דורכגעטוהן זיין מראה מקומות און אסאך געניסען פון איהם. ער איז א זוהן פון הרב יהודה הרצל הנקין מח''ס בני בנים, וואס זיין טאטע איז אז א זוהן געווען פון דער וועלטס באקאנטע הרב הנקין פון נ.י.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:06 pm

· #303054
איך האב נאך געהאט אין פלאן צו שרייבען צו איהם מיט מיין הערות.
ברוך דיין אמת.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:11 pm

· #303058
השם יקום דמו! לבי לבי על חללי חרב השנאה. לויטן קל וחומר אין משנה דארף איך אים אנרופן רבי אלופי ומיודעי. זיין ספר, און זיינע מאמרים, זענען שטענדיג געווען קילורין לעיניין, א זעלטענער שילוב פון א תלמיד חכם און א בר דעת. יהא זכרו ברוך.

איך האב קורץ קארעספאנדירט מיט אים איבער זיין ספר (נישט קיין גרויסע זאכן אבער דאך...), נאר ליידער האב איך דאס נישט געטון פון דזשימעיל און דער אימעיל איז פארלוירן געגאנגען, חבל על דאבדין.

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:18 pm

· #303077
אין אנדערע נייעס: עס ווערט באריכטעט אז די צוויי טעראריסטן האבן זיך נארוואס צוריק געקערט פון א באזוך אין מעקא 😮 😮 😲 😲

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:25 pm

· #303081
למעשה פון זיין 'לכם יהיה לאכלה' האב איך געזען די הארבקייט פון תולעים. איך האב אייביג געקלערט אז דער איסור איז ווייניגער ווי מ'מאכט עס. פון זיין ספר איז מיר געווארען א תאווה צו לערנען די סוגיא. דארט האב איך געזען, ובפרט אין פמ''ג, אז ס'איז פיל הארבער ווי מ'מיינט. איך בין נאך ווייט פון א בקי אין דער סוגיא, אבער זיין מראה מקומות פון וואנעט מ'קען אפלערנען גדרים אין ביטול, תערובות, בריה און אזעלכע מושגים, מיט זיין הערות און וועג פון צושטעלען א סברת הפוסקים צו די מציאות, האבען אסאך אויפגעוועקט ביי מיר און מיין חברותא.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 11:39 pm

· #303085
[ציטאט אראפגענומען]

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

ליפא » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 12:48 am

· #303093
[ציטאט אראפגענומען]

און אויב זיי וואלטן געווען צווישן די טויטע וואלסטו דאך קיינמאל נישט געוויסט פון זיי און אז זיי זענען טעראריסטן, ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט עספיעהט דורכצופירן די רציחה, און דו וואלסט ווייטער געשריגן אז 'אומשולדיגע' זענען אומגעקומען.
#אידיאט

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:15 am

· #303122
@ליפא, אן דיין לעצטע ווארט לייק איך דיין תגובה.

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:25 am

· #303127
התיבה אחת יחטא ועל כל התגובה תקצוף, זיין הערה איז ריכטיג און אין פלאץ.

מאן דאמר » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:27 am

· #303130
ישראל קאפקע
[ציטאט אראפגענומען]

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

קאפקע הער אויף דרייען די......קאפקעס
די האסט אמאל געהערט פון די באסטאן מאראטאן באמבע?

ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 3:03 am

· #303140
מאן דאמר
ישראל קאפקע
[ציטאט אראפגענומען]

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

קאפקע הער אויף דרייען די......קאפקעס
די האסט אמאל געהערט פון די באסטאן מאראטאן באמבע?

וואס האט דאס דא אהער צו אונזער שמועס?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 6:50 am

· #303146
אינטרעסאנט, הרב הנקין קומט פון א שטוב, א חינוך און א באוועגונג וואס איז אין גאנצען פרעמד צו דער רוב פון אונז. מיט אונזער אויבער חכמה זענען מיר נאכאלס נישט פון דארט. אבער זיין כח צו זען א וועלט נישט שווארץ און ווייס, אפצולערנען אן ענין אן די 'השקפה' שבו, האט איהם באליבט צו אונז. און דוקא אין זיין אשכול דארף מען זיך פארען מיט די קליין קעפיגע גלויבונגען פון 'אונז' לעומת 'זיי', כאילו דער פראבלעם פון די רציחה פון אזא ת''ח איז אז 'זיי' האבען געזיגט?!

טאקע דארט אין אוצה''ח האב איך געשמעקט א גאנג פון נקמה מעל ומעבר פון דאס וואס פאסט. נארמאל שרייבט מען דער עיקר נחמה, דא איז דער עיקר נקמה. חבל.

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 8:08 am

· #303147
דא האב איך אפגעשריבן מיינע באבלס פון מין הארץ אויף די מעשה רציחה.

diff » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 8:16 am

· #303148
Why shouldn't they want revenge. bc you're still alive

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 9:58 am

· #303153
ס'איז נישט דאס ערשטע מאל אז א איד ווערט געהרג'ט פון א גוי אין היסטוריא. דער נוסח איז געווענדליך נישט נקמה, און זיכער נישט בעיקר נקמה. קוק אין סליחות ליוכ''פ און קינות לת''ב. און היינטיגע צייטען אויך. וועגען די דייטשען ימ''ש רעדט מען בעיקר פון נקמה? יא, מ'קרעכצט אמאל וועגען זייער הצלחה, אבער דאס איז נישט דער עיקר רע'אקציע.
אגב, די שרייבער'ס דארט לעבען אויך.

diff » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:48 pm

· #303186
@ליטוואק פון בודאפעסט Seems u dont say al naharot bavel. Asking for nechama cshemutal lefanav, is like saying who cares
אַשְׁרֵ֥י שֶׁיְשַׁלֶּם־לָ֑ךְ אֶת־גְּ֝מוּלֵ֗ךְ שֶׁגָּמַ֥לְתְּ לָֽנוּ׃
{ט} אַשְׁרֵ֤י ׀ שֶׁיֹּאחֵ֓ז וְנִפֵּ֬ץ אֶֽת־עֹ֝לָלַ֗יִךְ אֶל־הַסָּֽלַע׃

ישראל קאפקע » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 8:10 pm

· #303217
צוויי אידן זענען דערשטאכן געווארן צום טויט אין מזרח ירושלים דורכאויס שבת, דורך א פאלעסטינער טעראריסט.

מבקר » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 8:14 pm

· #303218
בסביבות נתניהו אומרים, שעומדים כעת לפני חומת מגן שנייה

ישראל קאפקע » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 8:53 pm

· #303220
די אומגעברענגטע זענען צוויי ארטאדאקסישע אידן ר"ל.

נחמיה לעווי פערציג יאר אלט און אהרן בענעט אין די צוואנציגער יארן.

chusid » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 9:04 pm

· #303222
די טעראריסט האט געשטאכן אהרן בענעט ( א מאה שערים אינגערמאן ) מיט זיין ווייב, און ווען דער שכן נחמיה לוי איז געקומען צו לויפען העלפן איז ער נעבעך געהרגט געווארען

געוואלדיג » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 10:13 pm

· #303228
חסיד, יעצט בין מסכים מיט דיין חתימה.

אלס ווייסער » זונטאג אקטאבער 4, 2015 2:04 am

· #303247
עס זעט אויב ווי א דריטע אינטיפאדא איז אויפן וועג ה״י, טוויטער איז פיל מיט טוויטס ווי death to Israel, kill all Jews,
ק/פ פון וואטסעפפ:
Save some jewish souls and stop the intifada which is basically fueling thru Twitter
Search on Twitter for tweets containing #intifada & #intifadaAlAqsa
And report to Twitter as violent threats against others.
Please forward

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 4, 2015 4:39 pm

· #303303
אונזערע יפי נפש פון שטיבל זענען ספעציעל געלאדנט:

הערטס ענק צו וואס די אלע אומשולדיגע ציווילע אראבער האבן געטוהן ביי די שטעכעריי אטאקע אין אלט שטאט, ווי שטארק אומשולדיג זיי זענען און ווי שטארק זיי פארדאמען טעראר.

רוסישער » דינסטאג אקטאבער 6, 2015 11:58 pm

· #303339
איך זע אז מ'רייסט זיך איבער דעם קדוש, זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי, בצלאל דבליצקי פון איין זייט forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=24139&start=40#p241719 און דוד אסף פון צווייטן onegshabbat.blogspot.com/2015/10/blog-post.html. דאס דערמאנט מיר דעם דעם הקדמה צום ביכל פון שפירא וועגן רי"י וויינבערג.

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:16 am

· #303357
איבעראל געשריבען נאר נישט אין ק״ש
בושות.

קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 3:34 am

· #303360
כבר מחו המוחים בתגובות נכונות ומוכיחות, עיי"ש במקומו.

בן אדם » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 4:39 pm

· #303441
נאך פון ר' בצלאל אויף רבי איתם (פון אמאל).

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:49 pm

· #303587
ישראל קאפקע
נאבלוס Nablus (שכם).

דער מאן איז געווען א היימישער, ער האט געהאט א ניק אויף אייוועלט און אנדערע היימישע פארומען.
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/memberlist.php?mode=viewprofile&u=5009">http://www.ivelt.com/forum/memberlist.p ... ile&u=5009</a>

ישראל קאפקע: איז וואס זאגסטו אצינדער, צו דיינע פאלעסטינער ? זענען זיי נאך אלץ די אונטערדרוקטע, אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס און קינדער, וועלכע ווערן אונטערדריקט דורך די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן. נאך א ביסל, וועסטו שוין קוואליפיצירן צו זיין אויף איין דרגה (אין שנאת ישראל ואהבת ה'פאלעסטינער) מיט הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל כל עם ה'פלסטיני. אני הקטן, שפיר ווי גלייך דער פאלעסטינער, אראבישער מעסער אדער ביקס האט אדורכגעשטאכן מיין אייגן הארץ... 😢

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:57 pm

· #303590
[ציטאט אראפגענומען]

עיין באשכול, אויב מ'מעג זיך פרייען איבער די "אומשולדיגע" צושטויסענע "קרבנות" וועלכע זענען אומגעקומען ביי זייער "האדזש" אין מעקא...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 1:36 pm

· #303598
מבקר
בסביבות נתניהו אומרים, שעומדים כעת לפני חומת מגן שנייה

מבקר: און די אלע בלעמ'ס, סיי די אזוי-גערופענע אידישע און סיי די גוי'אישע וועלן זיך נעמען ביללן און באוויינען די אומשולדיגע פאלעסטינער מאמעס מיט קינדער און שרצים און אנדערע "סיוויליענס" וועלכע ווערן דערהרג'עט דורך די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן. אריינגערעכנט דער נייער "צדיק אין שטעטל" דער שמייליגער פויפסט וועלכער זאגט מוסר פאר די גאנצע וועלט אז זיי טוען נישט ריכטיג. און וואס זיי דארפן מתקן צו זיין. ער נעמט אויכעט איין א שטימעניש יעצט, ווען אידן ווערן געהרג'עט פאר די איינציגע סיבה ווייל זיי זענען אידן. אבער די מינוט וואס די איזראעלי גאווערנמענט וועט אונטערנעמען אן אקציע אויס צו ראטן די נעסט פון די פארשאלטענע פאלעסטינער און אראבישע רוצחים, וועלן זיי אלע זיך אויפוועקן און ארויס קומען פון זייערע באהעלטענישן, און דער אלטער בחור וועט זאגן מוסר פאר "זיין עלטערן ברודער, און ארויסווייזן ליעבשאפט און רחמנות אויף די "אומשולדיגע" פאלעסטינער פאלק...ימ"ש כולם. שטייצעך נאר די גוי'אישע בלעמ'ס. נישט די אידישע. זיי זענען דאך נעבעך תינוקות שנשבו...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 1:58 pm

· #303605
אפשר דארף מען ארויסנעמען א דיקשאנער''י און זיך אויסלערנען וואס מיינט עס ראסיז''ם. אז דער מערדער טויג נישט, איז איינמאל זיכער. אבער וואס האט עס מיט א צווייטע מענטש איינגעלייגט? יעדער וואס וואוינט אין יו''ש און איז נישט קיין איד האט דא א חלק אינ'ם שיסעריי? און יעדער איד איז א מיידאף יעצט אויך?

געוואלדיג » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 3:04 pm

· #303607
געוואלדיג
אונזערע יפי נפש פון שטיבל זענען ספעציעל געלאדנט:

הערטס ענק צו וואס די אלע אומשולדיגע ציווילע אראבער האבן געטוהן ביי די שטעכעריי אטאקע אין אלט שטאט, ווי שטארק אומשולדיג זיי זענען און ווי שטארק זיי פארדאמען טעראר.


ליטוואק, עפן די לינק, הער זיך צו צום רעקארדינג, און נאכדעם פרעג איבער.

געוואלדיג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 5:35 pm

· #304099
מ
📎 כבר נדקרתי, תודה.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:34 pm

· #304108
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
דאס איז א וויץ?

געוואלדיג » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 6:52 pm

· #304110
א ביטער געלעכטער, ברענגט ארויס די מצב אין ארצינו הקדושה.

איש את רעהו » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 10:58 am

· #307099
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=28072&start=50#p1127325">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1127325</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 11:45 am

· #307104
פוי פוי פוי
דער היתר מכירה פון גדולי הפוסקים, וואס דער שאמלויער רב קומט נישט צו זייער שפיץ נעגלעך, איז א חלק פון לימוד התורה, נישט פארטיי און נישט 'ציונות'. אדרבה, דער נצי"ב וואס איז געווען א חלק פון חובבי ציון האט שטארק נישט געהאלטען פונ'ם היתר מכירה. און ר' יצחק אלחנן איז ווייט פון א ציוני געווען און ער האט גאר מתיר געווען דארט.

איש את רעהו » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:11 pm

· #307116
@אנאנים
בבלה יובאו ושמה יהיו עד יום פקדי אותם נאם ה' ורבי זירא ההוא בכלי שרת כתיב ורב יהודה כתיב קרא אחרינא (שיר השירים ב, ז) השבעתי אתכם בנות ירושלים בצבאות או באילות השדה וגו' ורבי זירא ההוא שלא יעלו ישראל בחומה ורב יהודה השבעתי אחרינא כתיב ורבי זירא ההוא מיבעי ליה לכדרבי יוסי ברבי חנינא דאמר ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקדוש ברוך הוא את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדאי ורב יהודה (שיר השירים ב, ז) אם תעירו ואם תעוררו כתיב ורבי זירא מיבעי ליה לכדרבי לוי דאמר שש שבועות הללו למה תלתא הני דאמרן אינך שלא יגלו את הקץ ושלא ירחקו את הקץ ושלא יגלו הסוד לעובדי כוכבים (שיר השירים ב, ז) בצבאות או באילות השדה אמר רבי אלעזר אמר להם הקב"ה לישראל אם אתם מקיימין את השבועה מוטב ואם לאו אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה

דאס אקופירן און השתלטות שלא כדין ברענגט שוידערליכע עונשים, המלוכה און ליטוואק עס וועט אייך נישט העלפן אייערע געוואלדעס.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:17 pm

· #307117
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
And here we go again.......

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:25 pm

· #307118
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
איך בין אביסל נייגעריק. דער גמרא אין כתובות דערמאנט היתר מכירה? ער דערמאנט איינער וואס איז מברר הלכות שמיטה עפ''י דעת גדולי הפוסקים? נאר אז ס'האט 'צוטוהן מיט ציונות' קומט זיך איהם דער טויט.
קען מען זאגען א פיינע שטיקל תורה. ס'איז דא אזעלכע וואס שטייען אין די זייט און נעמען נישט קיין טייל אין די מלחמה למען הדת בא''י דורך שיקען פארטרעטער אינ'ם כנסת זיי צו באקעמפען. די חברה האבען 'צוטוהן מיט ציונות' און דעריבער איז מ.וו. געהרג'ט געווארען.

איש את רעהו » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 1:42 pm

· #307121
די גמרא אין כתובות האב איך מעתיק געווען וועגן די שחיטות וואס קומט פאר

יענע גליון רעדט וועגן א באזינדערע זאך

Milk shake » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 2:03 pm

· #307127
אונגערישער ליטוואק, ווי פארכסטו נישט צו עפענען א פיסק אזוי צו רעדן פון אזא גדול הדור ווי שאמלויער רב זצוק"ל?

וויאזוי שרייבסטו אויבן? פוי פוי פוי..

איש את רעהו » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 2:09 pm

· #307128
Milk shake
אונגערישער ליטוואק, ווי פארכסטו נישט צו עפענען א פיסק אזוי צו רעדן פון אזא גדול הדור ווי שאמלויער רב זצוק"ל?
וויאזוי שרייבסטו אויבן? פוי פוי פוי..


ליין אביסל מער זיינע תגובות וועסטו זיך נישט ווינדערן

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 2:12 pm

· #307130
Re: טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל
א גרויסע ת''ח אפשר, אבער צו ר' יצחק אלחנן מיט ר' יהושע'לע קוטנא איז ער נאך נישט קיין פארמעסט.
און אפילו אין אונגארין איז ער נישט געווען דער רשכבה"ג. די וועלט'ס שאלות, וואס זענען געווידמעט צו ר' יצחק אלחנן ודעימיה, זענען קיינמאל נישט געווען דער ענין פונ'ם שאמלויער רב. דער מהרש"ג און די מהר"ם בריסק זענען געשטאנע העכער אין אונגארין זעלבסט, און זיי וואלטען קיינמאל נישט אזויג געשריבען.

איש את רעהו » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 2:24 pm

· #307131
ליטוואק ווער האט דיר באויפטראגט און געגעבן די הגדרות ווער עס איז יא אדער נישט בארעכטיגט צו זאגן פסקי הלכה/מזהיר זיין איבער עונשים וואס קענען פאסירן אויב מען היט נישט די תורה.

אמת וצדק » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 9:00 pm

· #464997
טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד
הגאון ר׳ יהודה הרצל הנקין דער פאטער פון הרב איתם הי״ד, איז נפטר געווארן פאריגע וואך מיטוואך נאכט, ט׳ טבת, נאכן זיך מוטשענען די לעצטע פאר יאר מיט פארקענסאנס ל״ע.

ער לאזט איבער א חלל אינעם וועלט פון פוסקי הלכה, בעיקר ביי די מזרחי׳סטישע קרייזן. ער האט געזאגט זיין דעה מיט א שטארקייט אין סיי וואספארא נושא נישט קיין חילוק צי דאס איז לחומרה צי לקולא, ער האט אסאך מקבל געווען פון זיין זיידע הגאון הגדול רבי יוסף אליהו הנקין ז״ל.

הרב יהודה הנקין איז געווען א גאון בכל חלקי התורה, ער איז געווען באוואוסט מיט זיין תשובות בנוגע עניני צניעות און לגבי די מעמד פון א פרוי אין הלכה, לדוגמא האט ער גע׳פסק׳נט אז א פרוי מעג מיטזאגן קדיש אין די עזרת נשים. ווען הרב פסח אליהו פאלק האט ארויסגעגעבן זיין בארימטען חיבור ״עוז והדר לבושה״ אויף עניני צניעות האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס השגות אויף דעם.

ער האט געלייגט גרויס האפונונג אויף זיין באליבטען זוהן הרב איתם הי״ד וואס איז געווען גרויס סיי אין תורה און סיי אין מדע און היסטאריע (ער האט אסאך געשריבען אינעם פורום אוצר החכמה אונטערן נאמען ״תוך כדי דיבור״) אין זיין טראגישען פטירה צוזאמען מיט זיין ווייב נעמה האט שטארק אפגעשוואכט זיין פאטער

ער האט איבערגעלאזט א רוחניות׳דיגע ירושה מיט זיינע חיבורים, בפרט זיין שו״ת בני בנים.

פרייוויליג » זונטאג מערץ 27, 2022 7:51 pm

· #497072
יצא לאור.

<a class="postlink" href="https://www.judaicaplace.com/studies-in-halakha-and-rabbinic-history-hardcover/9781592645817/">https://www.judaicaplace.com/studies-in ... 592645817/</a>
📎 C7406C41-07F2-4D7E-B4FC-68EA718C5A5E.jpeg
בלאט: 1 2