4 פאר אויגן אפען שאקירט
קינדער קליינע אויף דער וועלט געקומען
הערצעלעך גאנצע, קיין קריץ צו געפונען
עלטערן שטארקע געטוהן באשטימען
רואיג דאס לעבן נישט געווען איבערגענומען
וועגן אויסגעפלאסטערט וואויל באקומען
צוזאמען א עתיד, שוין יעצט א שמייכל דערינען
***
אומבאהאלפן, באוועגלאז
מי בעל החלומות הלז
חלום צופלאצט ווי א זייפן בלאז
עלטערן געמישט מיט גלאז
קינדער געווארן שותפים מיט די עלטערן פון טולוז,
***
נישט רואיג דאס לעבן,
נישט אויסגעפלאסטערט די וועגן,
א עתיד ווער זאל וועבן,
ווען דער הווה איז נישט צום פארגעבן,
***
4 פאר אויגן אפען שאקירט,
אין א קאלוזשע בלוט ליגן עלטערן נישט אומבארירט,
קאלטבלוטיגע מערדער,
אויסגערעכנטע שריט,
4 קינדער לעבן יעדער,
אבער דעם טויט אויף יעדן טריט.
הערצעלעך גאנצע, קיין קריץ צו געפונען
עלטערן שטארקע געטוהן באשטימען
רואיג דאס לעבן נישט געווען איבערגענומען
וועגן אויסגעפלאסטערט וואויל באקומען
צוזאמען א עתיד, שוין יעצט א שמייכל דערינען
***
אומבאהאלפן, באוועגלאז
מי בעל החלומות הלז
חלום צופלאצט ווי א זייפן בלאז
עלטערן געמישט מיט גלאז
קינדער געווארן שותפים מיט די עלטערן פון טולוז,
***
נישט רואיג דאס לעבן,
נישט אויסגעפלאסטערט די וועגן,
א עתיד ווער זאל וועבן,
ווען דער הווה איז נישט צום פארגעבן,
***
4 פאר אויגן אפען שאקירט,
אין א קאלוזשע בלוט ליגן עלטערן נישט אומבארירט,
קאלטבלוטיגע מערדער,
אויסגערעכנטע שריט,
4 קינדער לעבן יעדער,
אבער דעם טויט אויף יעדן טריט.