☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

"לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9628
בלאט: 1 2

moshav zekeinim » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 3:47 pm

· #302393
"לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
מיט רגשי גיל ושמחה טוען מיר איינמעלדן, אז דער אזוי ערווארטערטע אויסגאבע לכבוד יו"ט סוכות "פרי עט הדר" פרעזענטירט דורך די חשוב'ע חברי הקאווע שטיבל איז שוין גרייט צו דאונלאודן.

ביי דער געלעגנהייט ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן געהאט א חלק אינעם גליון, די שרייבערס, מגיהים, ספאנסערס, און אלע וועלעכע האבן געוויזן שטיצע און ערווארטונג פארן פראיעקט. ספעציעל ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די וואס האבן שטארק נושא בעול געווען און געשטאנען צו די האנט ווי געטרייע שיתופים צום פראיעקט, הלא הם: @אנאנים, @געוואלדיג, @אנאנים, און @אנאנים פון די הויפט גבאים אין ק"ש. אחרון אחרון חביב דארף מען דערמאנען @מה הוא וועלכער האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש מיט שעות ע"ג שעות צוצושטעלן אזא הערליך-גראפירטע אויסגאבע.

מיר ווינטשן פאר אלע ליינער א פרייליכן זיסן יו"ט און א איינגענעמע ליינען
📎 Pri Et Hadar.pdf

רימון » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 4:05 pm

· #302396
א הארציגן ישר כח מושב.

קאסטנער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 4:21 pm

· #302398
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
הערליכע ארבעט!!!

ספעשעלי די גראפיקס!

smart » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:03 pm

· #302399
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
!!!רייכע הערליכע ארבעט

שכוח פאר די שווערע האראוואניע

אהרן » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:22 pm

· #302403
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
עידיות שבעידיות, אונזער בעסטע שרייבער, גוטע מאמרים, הערליכע גרעפיקס, יישר כוחכם!

דבילה » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:53 pm

· #302405
ס'ממש קילורין לעיניים!

וואו קען 'ך מיך איינהאנדלן אזא געדרוקטע קונטרס?

געוואלדיג » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 6:11 pm

· #302407
wow ייכר כח מושב זקנים, יישר כח @מה הוא, יישר כח @אנאנים פאר דיינע הילף און ראט, ואטו כרוכלא איזיל, א יישר כח פאר אלע מיטארבעטער, ברוך ה' האב איך געהאט א חלק אין די הוצאה און איך מוז ענק זאגן דאס איז עכט העכער מיינע אלע ערווארטונגען, אין תוכן, אין גרויס, אין גראפיק, בקיצור אין אלעס, פאקט איין נאלע אנדערע אויסגאבעס אויף יו"ט מיט א שמוץ אריבער און נאך פאר פרי אויך, כאפט ווילאנג עס איז נאך דא, און פארגעסט נישט צו באדאנקען ר' מושב וואס האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה און די קרעדיט איז אינגאנצן זיינס.

ירא שמים » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 8:44 pm

· #302413
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
א פאסט באשטעלונג איז בעסער.

טאמבל סאס » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:35 pm

· #302414
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
הערליך. דאנקע שיין @ונבנתההעיר פארן אמירה בשמי.

באמת זענען אלע ספעציל אבער מיינע דריי פעיוואריטס זענען:
1)החג צו חג הסוכות פון א חכם 2) דער פונקטליכער מולד און 3) אידישקייט-אידעאלן, און קאנסעקווענצן. ביים 'אשורישן כראנאלאגיע' פונעם וואונדערבארן "חוקי התורה און חוקי חמורבי" האב איך פארלוירן חשבון. כ'נעם אן אז החיסרון בי.
די שמחת החיים פון @שמעקעדיג בעהט פאר א באזונדערן לחיים. הקיצור, ווען איר וועט זען טאמבל סאס קומען פון באר זאלט איר וויסן אז נישט פון וואסער זענען זיינע לעפצן נאס...

שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:50 pm

· #302416
פון רויטע וואנצעס, נישט פון שמעקעדיג... איך בין נישט א בר הכי פאר אזא ארטיקל

געוואלדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:57 pm

· #302420
ייש"כ פאר אלע קאמפלימענטס עס פילט זייער גוט, איך וויל נאר קלאר שטעלן אז איך האב נישט מגיה געווען, נאר געהאלפן מיט אלע לאגיסטישע און חלקים און געווען א שטיקל קארדינעיטאר.

טאמבל סאס » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 9:58 pm

· #302421
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
שמעקעדיג
פון רויטע וואנצעס, נישט פון שמעקעדיג... איך בין נישט א בר הכי פאר אזא ארטיקל

מיין טעות. דער קעפל האט מיר מטעה געווען.

ירא שמים » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:00 pm

· #302423
"לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
גם אני אענה חלקי הדל אפצוגעבן א הערצליכע יישר כח פארן הערליכע גליון , ווי אויך א גרויסען יישר כח פארן אננעמען מיין ארטיקל , סאיז מיר באמת א גרויסע כבוד אז מיין ארטיקל איז מופיע צווישען אזעלכע פראפעסיאנאלע און אינהאלט רייכע ארטיקלען , און א ייש״כ פארן אזוי שיין עס בעארבעטן.

געוואלדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:00 pm

· #302424
מיינסט אוודאי צו זאגן אז די בילד האט דיר מטעה געווען...

רויטע וואנצעס » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:08 pm

· #302427
א הערליכע "פרי עט הדר" און נאך בחינם אויך. ניטאמאל א "בלאט" פלעק צוגעפונען. יישר כח פאר די הערליכע ארטיקלן מכל "המינים".

ראוונע » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:34 pm

· #302430
א הערליכע שיינע קונטרס מזעהט ענקער שווערע האראוואניע
זאל ענק השי״ת באצאלען בכפלי כפלים

פליקער » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 10:55 pm

· #302432
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
א גרויסן יישר כוח פאר אלע באטייליגטע און אזא מייסטער ארבייט, און אזא אנגעשטרעינגטע צייט, וואס עס איז אפילו נישטא קיין צייט צי זינדיגן, דאך זענען מיר דא עוסק און פארשפרייטן לכבוד יום טוב אזעלכע הערליכע פרי עט הדר'ס.
אגב איין פיצי וויין אויף די פאקט אז עס איז נקי מ'כוכב וואס איז געגאנגען מאיגרא לטמיר ונעלם, חוץ אויב עס האט פאסירט נאך א קעיס פון א גילגל ב'ניק אחר, בעיט איך א אישי, אדער ווייז האט'ס מיר א גוט יום טוב

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:59 pm

· #302456
איך האף דאס מאל וועט מיר געלונגען. אויף טאפאטאלק האט עס זיך אפגעשטעלט אינדערמיט.
ייש''כ פאר אלע ארבעטארער'ס, ויהי שכרכם כפול מן השמים צו א זיס געבענטשטע יאר.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:59 am

· #302514
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
ליטוואק פון בודאפעסט
אויף טאפאטאלק האט עס זיך אפגעשטעלט אינדערמיט.
.

מה הוא » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:19 am

· #302533
WOW
איך קען מיך נישט גלייבן אז עס איז פאקט!
ב"ה נאך די פיל פלאג און מיה און דערצו די פילע שעות וואס קיינער קען נישט אפשאצן,
זעען מיר שוין אריבער 1000 דאונלאדס פון די הערליכע רייכע אויסגאבע
פרי עט הדר
עס איז מיר באמת א זכי' אז אזויפיל וועלן הנאה דערפון

מה הוא » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 9:20 am

· #302534
מה הוא
WOW
איך קען מיך נישט גלייבן אז עס איז פאקט!
ב"ה נאך די פיל פלאג און מיה און דערצו די פילע שעות וואס קיינער קען נישט אפשאצן,
זעען מיר שוין אריבער 1000 דאונלאדס פון די הערליכע רייכע אויסגאבע
פרי עט הדר
עס איז מיר באמת א זכי' אז אזויפיל וועלן הנאה דערפון

עס בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן
א פרייליכען יו"ט און א שמחת תמיד,

עקסטער א דאנק פאר מושב פארן מיר געבן די זכי' צו קענען ארויסהעלפן

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:03 pm

· #302556
די ארטיקלען וועלן צוביסליך אנגעהויבן ארויסגעשטעלט צו ווערן אין קאווע שטיבל במשך דעם חול המועד.

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:08 pm

· #302558
מיר ווילן מעלדן אז ווער עס האט די מעגליכקייט ארויס צופרינטן א צאל עקזעמפאלארן פונעם פרי עט און איז גרייט עס צו פארשפרייטן צווישן זיינע באקאנטע און אין זיין שכינות, קען זיך ווענדן צו אונז פאר די הוצאות. א שיינעם דאנק.

יאסל ראקאווער » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 1:46 pm

· #302579
ביגעלאייזען אין באראפארק פארקויפט די פרי עט הדר

קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 4:22 pm

· #302594
א דאנק פאר די אלע העוסקים במלאכת הקודש , כל אחד בשמו און אן עקסטערן דאנק פאר מושב , און מה הוא, מה הוא איהר האט געמאכט א סופער דזאב!!! Wow...

ונבנתה'ס ארטיקל האט מיך געמאכט אזוי דיזי....

ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 9:20 pm

· #302622
פונקט האב איך נאך קיין איינע פון די ארטיקלן וואס דו האסט מגיה געווען (חוץ דיין לויתן פון וועלכע איך האב זייער הנאה געהאט) נאך דערווייל נישט געליינט. אבער די עטליכע אנדערע וואס איך האב יא געליינט וואלט נאך געקענט נוצן א גוטן מגיה, סיי אויף ספעלינג, גראמאטיק און אויף נישט ריכטיגע ווערטער אויסוואלן וואס טוישט די באדייט און צומישט דעם ליינער.

פליקער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 9:40 pm

· #302624
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
דערווייל אויסגעפיעט צי ליינען די לוויתן ארטיקל, עס איז אזאנץ און אזוינה, מעכטיג, א כבוד לבית קאווע., העמיר ווייטער פריוון אנציאגן ליינען.
איך האב נאר איין קשיא אנאנים, טאקע זייער שיין וועט זיין די הויט פונעם גרויסן פארכטיגן פיש, אבער וואס איז די גרויסע זכיה, איך בין דאך נישט אזוי פישי. סאשי איז נישט מיין זאך.

ירא שמים » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:19 pm

· #302628
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
כהאב ליב דעי טיטל קיפ איט אפ.

אהרן » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:22 pm

· #302629
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
דער שור הבור מיטן לויתן אויף דעם סעודה׳ניו

@אנאנים יא אלמאסט ספוילד מיי מיעל...
אזוי ליינענדיג דיין מאמר, ליגענדיג ראשו ורובו אינעם סעודה׳ניו האב איך כמעט ווי פארלוירען דעם אפעטיט צו דעם פשוטען שטיקעל סטעיק וואס האט מיך ערווארטעט אינדערהיים, באט עט דע ענד יא סעווד איט, דערמאנענדיג אז דער לינק פונעם לויתן צום יו"ט ברויך נאך א ביאור, דאס האט מיר צוריק ארויסגעשלעפט פון דריעמלענד צוריק אריין אונעם גרויסען יו"ט.

דער מאמר איז זייער שיין, רייך מיט מ"מ, זיס אראפגעלייגט, איבערגעשטיגען מיינע ערווארטונגען.

[emoji106] [emoji106] [emoji106] [emoji106]

אהרן » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:04 pm

· #302635
@אויבערלענדער חכם א הערליכער מאמר טראגט צוריק צום אמאל, א בליק אריין ווי אזוי כלל ישראל האט אויסגעזען, זיס משולב מיט פסוקי נ"ך און דברי הראשונים, עס איז געווען א שיינע אריינפיר צום יו"ט

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:32 pm

· #302643
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
אויבערלענדער'ס מאמר האט מיר געצווינגען צו נעמען שריט צו קענען ליינען די אויסגאבע (נאך וואס טעפטעטאלק האט מיר נישט געוואלט לאזן ליינען).

אהרן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:51 am

· #302657
Re:
@אנאנים הערליכער ארטיקעל אויפן מולד, (הגם איך ווייס נאכנישט ווי דו פארסט אריין צו הרב מזרחי אבער דו ארטיקעל פאר זיך איז הערליך) ווי אויך דו מאמר איבער אידעלאגיע, זייער שיין צולייגט, דיינע רייד זענען ממש מחייב א מענטש זיך צאמצונעמען און טראכטען מה חובתו בעולמו, און דא קומט אריין @ירא שמים מיטן ולשמחה מה זו עושה און ברענגט אונז צום טעם, און מיט א שנעלקע געט ער אזא מאך אוועק די וואס פראקטעצירען יודושקייט אזוי מצוות אנשים מלומדה׳דיג, מיט א קליינע שטיקעלע מחשבה ראה מי ברא את אלה און פון וואספארא גרויסע פאזל אונז שפילן מיט און ווי גרויס אונזערע קליינע מעשים טוען אויף.

@ליטוואק פון בודאפעסט דער מאמר אויף דרך הלימוד איז זייער שיין אויסגעשמועסט, ווי באקאנט איז אנגענומען ביי אסאך אז די הלכה חדר איז און מלחמה מיטן גמרא חדר אדער פארקערט... אגב עס האט מיר דערמאנט פונעם אינטערוויו אין די משפחה דעם יו"ט מיט א זון פון הגרח"ק שליט"א בילד בייגעלייגט]

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 5:53 am

· #302694
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
ייש''כ אהרן, אבער דער עיקר פון מיין ארטיקעל איז נישט דארט. איך האב ארויסגעברענגט אז ר' חיים בריסקער איז גאר א קליינער פארנעם לגבי דער ענין פון לימוד בעיון. מ'עט מוזען ווארטען ביז ס'גייט ארויף אויף ק''ש.
דו דערמאנסט דער ענין גוט, און איך וויל ציפען ביידע צדדים. זאל דער למדן נישט זיך פאטשען אין בויך מיט זיין תורות ווילאנג ס'איז נישט אדורך דער טערמין פון די פוסקים. און דער 'פוסק' וואס קען אסאך משנה ברורה זאל וויסען אז למעשה איז ער א גרויסע עם הארץ, און זיין מיינונג איז גארנישט ווערט. איך האף ס'איז ריכטיג ארויסגעברענגט געווארען, נישט מער אויף איין זייט ווי דער אנדערע.

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:22 am

· #302729
האב מיר איבערן יו"ט אדורך כעליינט דעם קונטרס מדאשקע לדאשקע, און געוויסע ארטיקלען געליינט צווי מאל, איך וועל נישט זאגן וועלעכע שלא לבייש את מי שיש לו, און דא האט איהר מיין אנאליז כפי הנראה לפי עניות דעת רבי,

בכללויות

די תוכן האט די קונטרס עפעס מורא'דיג סיי די נושאים סיי דער היקף און סיי די קלארע און פשוטע שפראך וואס איז גענוצט געווארן, די גרעפיק איז זייער שיין, די אויסשטעל איז גוט קלאר צו ליינען, און כאטש די ארטיקלען זענען נישט אזוי מסודר ווי ביי פה-סח איז אבער לדעתי די תוכן מער ווי ביי פה-סח, איך שטיי און וואונדער מיך פארוואס זאלן די אלע שרייבער שרייבן דא אנאנים און בחינם ווי איידער אין א געהעריגע אויסגאבע פאר שיין באצאהלט, עס זענען דא מאסיווע און רייכע אפהאנדלונגען, קשיא (שטין לאמיר זיי נישט עפענען די אויגן).

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:28 am

· #302731
בפרטיות

@אנאנים ארטיקל איז זייער קלאר און ברייט, און ער נעמט אונז טריט ביי טריט אריין אינעם פיש הויט סוכה דורך אונז פארשטיין געבן ווער די דאזיגע באשעפעניש איז, און ער גיבט אונז אריין א טעם אין פיש, און וואס איז די גליק מיט דעם לויתן.


@ונבנתה העיר מיטן גאנצן צומישעניש און טעותי הדפוס (ווער ווייסט אפשר איז דאס גאר דווקאגעטוהן געווארן אלס ראציאנעל און שכל'דיג) מאכט ער א תל פון אונזער ראציאנאל און שכל'דיג ער טוהט אונז אויס נאקעט אזוי אז אפילו די עליאנס ווילן אונז נישט אן קוקן, און צווישן אונז גערעדט, איך בין געווארן היבש פארעקלט פון מיר אליין, און שרייט קוק זיך אין שפיגל און נאר זיך נישט.

געוואגטער, דעמאנט אונז אז ווען די צייטונגען שרייבן נאר דעם אמת איז נישט מער פון מנהג אבותיהם בידיהם און זיי זענען פשוט נישט משנה פון דרך אבות צו חלילה נישט נאכגיין קיין מעשיות צו עס איז אמת אדער נישט, נאר צו עס שטימט מיט די אגענדע אדער נישט.

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:33 am

· #302732
@רויטע וואנצעס, לאזט זיך אראפ צו מסביר זיין פאר אונז פשוטי עם די כעמעסטרי פונעם מוח און וויאזוי צו (נישט) ארבעטן אויף שמחה, עפעס אויסערגעווענטליך, האסט מיר געמאכט א שמחת יו"ט,
ניין האסט מיר געהאלפן טרעפן מיין שמחת תמיד, א דאנק.

@פאפיטעס לאזט אונז וויסן ווי רש"י זאגט שלא תמות כדרך שמת פלוני צו טוהן צו דער זאך און שוין אנהייבן לייגן געלט אונטערן מאטראץ ווען עס איז נאך דא מיט וואס (כאילו ווי יעצט איז יא דא).

@אנאנים, האט מיר געמאכט זיך רייסן פאר געלעכטער און זיך האלטן ביי די זייטן פון יענעם צודרייטן נו ער יא, איך וויס שוין נישט צו ער איז טאקע צודרייט אדער אונז זענען גאר די צודרייטע מיטן נישט אנערקענען זיינע אויפטוהונגען.
בפרט איז @ישראל קאפקע זיך זיכער מחיה מיט זיין באשרייבונג אויף דיר יאסין.

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:37 am

· #302733
@אנאנים, האט מיר מגלה געווען פארוואס איך בין געגאנגען צו תשליך, פארוואס מיין טאטע גייט צו תשליך, און פארוואס מיין זיידע האט דאס געטוהן, און פארוואס מיין עלטער עלטער עלטער זיידע האט דאס געטוהן, יעדער פאר א צווייטע סיבה.

@אנאנים האט גענומען דעם מזרחי און איהם פשוט צופליקט, הגם ער האט פונקט אזוי געקענט טוהן מיט זמיר כהן אדער אלע זייער גלייכן.

@ליטוואק פון בודאפעסט האט אנגעהויבן מיט א הערליכע ארטיקל אויף וויאזוי איך זאל היינט לערנען א בלאט גמ' לאסוקי שמעתתא און אז קיינער זאל נישט קענען זאגן 'אט אזוי לערן איך', אבער ווי א ארטיקל אין דער בליץ, ווערט דאס אפגעהאקט ביים סאמע הויכפונקט.

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:40 am

· #302734
@אנאנים האט מיר ארויס גענומען די לופט פון די רעדער (ליין: די כעס פון מוח) איין מינוט פאר איך האב זיך צולאזט אויף מיין זוהן, מיינע קינדער דארפן דיר געבן קאמישן.

@אויבערלענדער חכם האט ווי א ריכטיגער אויבערלענדישער, מיט בעיבי סטעפטס צונומען די עוואלוציע פון יו"ט סוכות און מיט אן עקשנות לאזט ער נישט צו קיין צומישעניש אינעם יו"ט צוזאמען מיט א קלארע מסורה.
דאס איז מיין ארטיקל פונעם גאנצן קונטרס

@ירא שמים האט אונז געגעבן א קורצע און שארפע שיעור אין עבודת השי"ת, כאטש דער פסוק געברענגט אין קעפל אין געגרייזט געשריבן עס קומט ולשמחה מה זה (מיט א חולם) עושה און נישט זו, אבער ווען מען איז ריכטיג בשמחה באמערקט מען נישט די קלייניקייטן (איי וויאזוי האב איך באמערקט? פיגור אויס אליין...)

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 9:42 am

· #302735
@בר-כוכבא האט אויפן שפיץ גאפל איבערגעדרייט אלטע שטותים מיט א קלארקייט, און צוריק געגעבן פאר אונזער תורה די משפט הבכורה.

שוין עד כאן, אויף די אלטע ארטיקלען פון קאווע שטיבל פעלט נישט אויס מיין אנאליז. (און אויף די נייע פעלט יא אויס?)

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:30 pm

· #302751
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
יעצט דארף מען ווארטן צו זען אויב ראובן איז מסכים מיט בר כוכבא...

כ'האב נאכנישט געליינט דעם גאנצן ארטיקל, אבער כ'האב באמערקט ער מוטשעט זיך פון וואנעט די גוים האבן געקענט די חוקי התורה בימי יושע. והוא גמ' מפורשת באריכות פ"ז דסוטה עיי"ש ותראה אז די טעאריע אז די גוים האבן גענומען פון אונז מאכט פערפעקט סענס.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 1:32 am

· #303116
אראפגעלאדענט 1,860 מאל... בלי עין הרע. איז משומר פארשפארט חוה"מ אדער וואס?

געוואלדיג » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 2:18 am

· #303123
נישט משומר, די מוסדות זענען פארשפארט חוה"מ.

כוכב » פרייטאג אקטאבער 2, 2015 4:05 pm

· #303199
מיין עגא האט געליטן א שטוינענדע נידערלאגע דערזעענדיג דעם פרי עט הדר, כ'האב ממש געהאט א צעשטערטן יום טוב. היינט שפור איך זיך ווי א פיצינקע שטערן, מיליאנען ליכט יארן אוועק, א קוים מערקבארע פינטל אין די ווייטסטע ספערן.
מילא עםם עםם עםם, כוכב, אבער מושב זקנים גאר, דער אייגנארטיגער און קאנטראווערסיאלער פיגור מיט נישט ווייניג גוטע פריינט דא זאל באווייזן אזא צוזאמענארבעט, איך בין סורפרייזד. מושב, קיינער ווי מיר ווייסט נישט וואס פאר אן ארבעט דאס נעמט אריין, איך האב ווירקליך געמיינט אז דאס וועט שוין נאכאמאל נישט געשען, האסט צעשפלינטערט מיין שטאלץ... מעג מען קניפן א זיידן אין בעקל?... איך בין פראוד פון דיר.
זאלן די נ נח'ס הוליען אויף מיין קבר, און זאל מיין פייערל -- וואס איך האב אנגעצינדן בחלבי ודמי -- ווייטער טוליען ביז משיח'ס טאג.
*
א לולב'ל און קיישל
און א לידל פאר שש'ל
קוועטשטס דעם גאלדען באזער
פאר דעם צעפידלטן מאשזער
מיינט סע'פורים
מאכט אונז פאר אמשינאווער האסירעם
לייקס פארציקט ער
שזורים ריקט ער
הפקר וועלט דא ס'איז
פאר זיך אויף מסעות
כל מי כנישתא
ער מיט זיין אשתו
טיקעטס צו תרשיש
שור הבור און לויתן פיש
א לבנה פארכמארעט
פייבושל מיט'ן נאפאליען פארפארעט
א שיר ושבח פאר שאר
פאר'ן ניק פונעם יאר

בעל מדות » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 11:20 pm

· #303231
כככככככוווווככככככבבבבב! איך האלט אינמיטן אפשרייבן א פעטיציע סטיל אשכול, צו דיר זאלסט צוריקקומען! איך פארמעק עס דעם סאקונדע!

איך בין סורפרייזד און עמאושענעל, (כליפ, כליפ...) לא אלמן ישראל, עוד קאווע שטיבל חי!, דידן נצח...

moshav zekeinim » מוצ"ש אקטאבער 3, 2015 11:41 pm

· #303232
כאטש כוכב איז נישט צופיל געווען אינוואלווד אינעם ארויס געבן דעם קונטרס האט ער אבער פארט געהאט א יד אין דעם, אויסער דער פאקט אז ער איז געווען דער פיאנער פון דעם רעיון ארויס צו געבן א פראפעשאנעל גליון דורך א אידישער פארום בכלל, אויסער דעם וואס ער האט רייף געמאכט דעם באדן פאר אויסגאבעס אין קאווע שטיבל בפרט, האט ער מיר פאקטיש צוגע'שדכנ'ט צו @מה הוא, און ער האט מיר געגעבן פארשידענע הינטס און טיפס. און בכלל האט דער פה-סח אויסגאבע געניצט פאר מיר אלס מאדעל וויאזוי צו ארבעטן און צו וואס צו צילן. יישר כח כוכב, אויך דער פרי עט הדר איז היפש דיר צו פארדאנקען.

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 4, 2015 4:58 am

· #303256
להערה בעלמא די אויסגאבע האט אין זיך שמות הקדושים ביי רויטע'ס ארטיקל עמוד 24
📎 100MEDIA$IMAG0724.jpg

יואב » זונטאג אקטאבער 4, 2015 7:32 am

· #303269
כ'האב מיך ממש מחיה געווען דעם שבת, דורכגעלייענט ס'רוב, כ'האף איבער שמחת תורה משלים צו ס'איבריגע.

כ'האב ממש נישט קיין ווערטער אויסצודרוקן מיין דאנקבארקייט פאר די אלע וואס האבן אריינגעלייגט כוחות אין אזא מייסטער פראיעקט.

איך בין געווען סורפרייזד צו זען אן ארטיקל פון מיר, א באזונדער שכח פאר דעם.

כ'זע כ'האב פארפאסט גאר א סך אין לויף פון די לעצטערע עטליכע חדשים , איך בין ליידער געווען גאר שטארק פארנומען. כ'האף אז מ'קען נאך תשובה טאן. איז היינט טאקע דער לעצטער טאג אדער מ'האט נאך צייט ביז זאת חנוכה?

מה הוא » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 10:10 am

· #303373
ב"ה די יו"ט אדורך מיט גרויס הצלחה ווען די אינהאלטרייכע "פרי עט הדר" האט גאנץ יו"ט באשיינט אונזער טיש און מיטגעגאנגען מיט אונז ווי מיר האבן נאר פארברענגט,
איך האב עס מיטגעטיילט פאר פיל פון מיינע נאנטע (פארשטייט זיך זיי האבן נישט קיין אנונג אז מה הוא איז גאר דער...)
און איך האב אסאך צוריקגעהערט (מסיח לפי תומו) פון די גאס איבער די געוואלדיגע הערליכע סוכות אויסגאבע וואס האט באגלייט פיל אידישע שטיבער ב"ה,
אשרינו אז מיר האבן א שטיקל חלק דערין,

מה הוא » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 10:12 am

· #303374
שוין קרוב צו 2000 דאונלאוטס ב"ה
ברנה יקצורו

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:19 pm

· #303576
איבער 2080. ב"ה כן ירבו.
בלאט: 1 2