☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

"לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9628
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 5:16 pm

· #303640
למען יעמדו למשמרת ימים רבים
📎 Logo_Pri_Eit.JPG

ברסלבער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 5:35 pm

· #303646
שוין אביסל שפעט, און איך האף אז מען קען זיך נאך באדאנקען פאר די אלע וועלכע האבן אריינגעלייגט די געוואלדיגע כוחות אז דער אויסגאבע זאל ארויסקומען כלול בהדרו. איך האב עס ארויסגעדרוקט פאר יום טוב, און איך בין אנגעקומען צו ליינען עטליכע ארטיקלען פון וואס כ'האב זייער הנאה געהאט. האפענטליך וועל איך מיט די צייט ענדיגן די גאנצע.
א גרויסן דאנק פאר יעדן באזונדער וואס האט מיטגעארבעט מיט די הוצאה לאור. כה לחי!

ירא שמים » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 5:36 pm

· #303647
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
ברסלבער דיין ארטיקל האט געפעלט

ברסלבער » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 5:38 pm

· #303648
אמת. טאקע א שאד. ביי די פארגאנגענע אויסגאבעס האב איך זיך מחי' געווען מיט ברסלבער'ס ארטיקלען... בעזה"י וועלן מיר דאס משלים זיין ביי די קומענדיגע אויסגאבע.

מה הוא » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:59 pm

· #304441
איך מיין מיר קענען זיך שוין אנהייבן צו גרייטן איף א חנוכה אויסגאבע...
אויב וויל מען טאקע איז יעצט העכסט צייט.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:55 pm

· #304449
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
ארויס געבן א קונטרוס צו אפט וועט פארלירען די חן, ספעציעל טאמער מועט נישט האבן וואס אריין צו לייגן, נאר אריין לייגן נארישע אשכולות אבי סזאל זיין א חיבור

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 7:09 pm

· #304517
Re: "לכבוד חג הסוכות: פרי עט הדר"
אבי די עולם שרייבט אז מגעט ארויס סתם אזוי דארף מען ווארטן אפאר וואכן אפאר וואכן בוז סקומט עפעס א לייטישע אשכול , און אז ער איז זיך אליין מנדב דארף מען זיך לדעתי כאפן דערצו ,
און אגב די מאמענט קומט אויך ארויס צו אפט .

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 9:58 pm

· #304542
Re:
צווייטנס אונזערע בעסטע שרייבער האבן שוין געשריבען מאמרים פארן פרי עט און סאיז נישט אריין און אויך הרב @ברסלבערהאט אונז צוגעזאגט א מאמר , סאו סחורה איז נישט די פראבלעם.
בלאט: 1 2