☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #9620

אשכול אן א טיטל #9620

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9620

— » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:08 am

· #302104

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:39 am

· #302114
וועגען קינדער וואס מען רודפט אין קלאסImageUploadedByTapatalk1443109187.365307.jpg

ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:10 pm

· #302132
📎 rps20150924_130933.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:36 pm

· #302139
.
📎 Moment-02.jpg 📎 Moment-01.jpg

בעל מדות » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:55 pm

· #302146
ליפא
📎 rps20150924_130933.jpg

מאכט מיך איבלען, וואס איז דאס אנדערש פון "דער איד" אדער סיי וועלכע אנדערע פי. אר. אויסגאבע פון דעם פירמע לרגל זייערע מעמבערשיפ קאמפיינען און אזוי ווייטער...?

די מאמענט איז מאסיוו לויט מיין ערשטע בליק, א אויפרייס.

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:02 pm

· #302273
לאור די פעזעטיווע שטימונג דא האב איך געקויפט דעם מאמענט, קאמישען באלאנגט פאר קאווע שטיבל.

מארמאראשער » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:28 pm

· #302278
פון קאווע שטיבל קומט גארנישט ארויס אויף סוכות?

Sent from my SAMSUNG-SM-G900A using Tapatalk

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:31 pm

· #302279

אפשר » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:01 am

· #302332
די יום טוב איז נישט גענוג לאנג אויסצוליינען אזויפיל חומר, טאקע א שאד, ווייל יעדע אויסגאבע איז אן אוצר פאר זיך.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:32 am

· #302334
שוין לאנג געטראכט. ווער דארף אזויפיל אויסגאבעס? אויב זאל מען ליינען נאר האלב דערפון דארף מען שפענדן א האלבן יו"ט דערצו, ממש א מבזה את המועדות. אנשטאט פארברענגען מיט די קינדער, לערנען אביסל, גיין שפאצירן מיט זיי, איז מען אונז "מזכה" מיט חומר אן א שיעור, נאכאמאל פון רבי'ן ז"ל און נאכאמאל פון יו"ט אין לאגער, נאכאמאל א מעשה פון א אתרוג און א סוכה און א פריץ, און יעדע אויסגאבע זוכט צו קאמפיעטן מיטן צווייטן.
מי ביקש זאת מידכם.

לית דין בר נש » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:33 pm

· #302356
שמעקעדיג
שוין לאנג געטראכט. ווער דארף אזויפיל אויסגאבעס? אויב זאל מען ליינען נאר האלב דערפון דארף מען שפענדן א האלבן יו"ט דערצו, ממש א מבזה את המועדות. אנשטאט פארברענגען מיט די קינדער, לערנען אביסל, גיין שפאצירן מיט זיי, איז מען אונז "מזכה" מיט חומר אן א שיעור, נאכאמאל פון רבי'ן ז"ל און נאכאמאל פון יו"ט אין לאגער, נאכאמאל א מעשה פון א אתרוג און א סוכה און א פריץ, און יעד אויסגאבע זוכט צו קאמפיעטן מיטן צווייטן.
מי ביקש זאת מידכם.

איך בעט דיר הרג'ע מיר נישט מיין שלום בית זאלן זיי ארויסקומען צוויי מאל אזוי דיק ווי לאנג מיין ווייב ענדיגט נישט די חומר הקריאה ווייס איך אפי' נישט אז איך האב א ווייב! קיפ איט קאמינג

בעל מדות » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:54 am

· #302513
איך האב געקויפט רוב מאגאזינען אויף סוכות, "א בליק" האט מיר זייער אנטוישט, חוץ פון די געווענליכע אויסגאבע איז די גאנצע איבריגע צוגאב פעקעדזש פאר יום טוב מיאוס ווי די נאכט, איך זע נישט פארוואס דער קען נישט אפשניידן פון דעם איזראעלישן אבי & אשר גרעפיק פירמע וועלכע זענען גוט אין גרעפיק ווי ווארימע מילך אין א שבת'דיגן בעכער אויף אויסצופאסטן.

זיי שרייבן מיט גרויס פאמפע אויף זייער ביילאגע "ויהי בשלם סוכות" וואס איז א מאגאזין צו ברענגען בילדער פון ברידער -רבנים וואס זענען בשלום איינער מיטן אנדערן... "נייע געדאנק!" און אזוי ווייטער.

די גאנצע פראיעקט האט בסליחה נישט קיין הענט, פיס, אדער אידישן טעם, @אנאנים הגדול, די שר פון אידיש ליין מאטריאל וועט צו מיר מודה זיין וואספארא חוזק זיי האבן געמאכט פון די מענטשהייט.

זיי נעמען צום ביישפיל די סאטמארע אדמורים וואס זענען אויף מעסער שטעך שוין פאר לאנגע יארן און דרייען א קאפ מיט עטליכע בילדער ווי זיי זיצן אינאיינעם ביי מציצה בפה מסיבות אדער אנדערע געלעגנהייטן, עפעס א מין אומגליקליכע רעיון אז די פאפיר שעמט זיך מיט די בילדער דערויף.

די אנדערע צוזאמגעסטעיפלטע צוגאבע איז אויך א געמיש פון נוי סוכה סיינס, נאריש און שלאבעריש, ווי למשל עמיצער זאל ארויסרייסן יעצט א פעידזש פונעם בליק און עס הענגען אין סוכה, קויפט (נישט) דעם בליק וועט איר זען וואס איך מיין.

מיט אזאנע ביילאגעס, זע איך פארן בליק א צייטווייליגע בייזע אינטערגאנג.
איך מיין אז עס איז א שאלה פון צייט ביז די טינט וועט זיך צוריק זעצן אין די פעדערן און די בלעטער וועלן פארבלייבן אויף די ביימער.


איך בין אגענדע-פריי, און איך האף צו שרייבן איבער אנדערע אויסגאבע'ס אויך ווען איך וועל זיי פארטיגן.

הדד בן בדד » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 3:34 am

· #302520
[ציטאט אראפגענומען]


דער דעקל פון מישפאכא צומיטש מיך אינגאנצן, זיי האבן דארט א בילד פון צוויי חסיד'ישע אאבער איך האב בשום אופן נישט געקענט אויספיגערן ווער די אידן זענען. די גרויסע ווערטער אונטער דעם (וועלכע דארפן לכאורה זאגן ווער די אידן אין דעם בילד זענען, קוקט מיר אויס ווי עס רעדט פון אנדערע מענטשן

יודישע שרייבער » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 6:58 pm

· #303457
בעל מדות
זיי נעמען צום ביישפיל די סאטמארע אדמורים וואס זענען אויף מעסער שטעך שוין פאר לאנגע יארן און דרייען א קאפ מיט עטליכע בילדער ווי זיי זיצן אינאיינעם ביי מציצה בפה מסיבות אדער אנדערע געלעגנהייטן, עפעס א מין אומגליקליכע רעיון אז די פאפיר שעמט זיך מיט די בילדער דערויף.

<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=RFCDbk0Qh-k">https://m.youtube.com/watch?v=RFCDbk0Qh-k</a>
סארקאסטיש גערעדט, איך פאנג אן צו קלערן אז יש דברים בגוי, והא ראיה, זיי האבן זיך אפילו אנגעקוקט.