☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "פרי עט הדר" רעדאקציע

"פרי עט הדר" רעדאקציע

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9616

moshav zekeinim » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:22 am

· #301904
"פרי עט הדר" רעדאקציע
מיט גרויס פרייד קענען מיר שוין איינמעלדן מיט א קלארקייט אז אויך דער קומענדיגער יו"ט, סוכות הבעל"ט, וועט אזוי ווי דעם פארגאנגענעם פסח, באשיינט ווערן דורך די חברי השטיבל מיט א פראכטפולער רייכער אויסגאבע מיטן נאמען "פרי עט הדר".

דער פריעקט האט זיך אנגעהויבן זייער באשיידן און פשוט, אבער יעצט בעפארן שליסן די טויערן פונעם פראיעקט שטעלט זיך ארויס א הערליך בילד, א גליון מלא וגדוש מיט טיפע אינטעלעקטועלע און זעטיגע ארטיקלען, מלא תוכן און אינפארמאציע, געשריבן מיט א רייכע שפראך און באגלייט מיט פאסיגע אילוסטראציס.

יעצט פארן שליסן די טויערן ווער עס וויל נאך זיין א חלק פונעם פראיעקט מיטן תורם זיין פאר די מינימאלע הוצאות, און דערמאנט ווערן בראש הגליון צווישן די ספאנסערס קען זיך נאך מעלדן ביז דאנערשטוג נאך יום כיפור.

גלייכצייטוג ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן ארויס געהאלפן ביז יעצט בכח ובפועל, בגוף ובממון און געזען אז דער פראיעקט זאל שוין האלטן וואו מען האלט יעצט ב"ה.

דערווייל האטס מיר א גוט יום טוב און א גמר טוב. און פאלגט נאך די קומענדיגע מודעות.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:12 am

· #301911
מתי מוציאים לאור?

יעלה ויבא » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:14 pm

· #301961
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
וויא קען מען אריינשיקן די געשנאדרעכץ?

moshav zekeinim » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:51 pm

· #301975
פאר נדבות זאל מען זיך פארבינדן מיט @געוואלדיג. טאמער קומט מען צו אים נישט דורעך דאן פארבינד זיך מיט אנאנים. א שיינעם דאנק.

moshav zekeinim » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 3:27 pm

· #301983
רויטע וואנצעס
מתי מוציאים לאור?


מיר פלאנען ארויס צו קומען אי"ה אויף מוצאי שבת.

moshav zekeinim » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:09 pm

· #302023
אין צוגאב צו די פרישע אקטיקלען אינעם אויסגאבע, וועט ערשיינען א צווייטער טייל אינעם אויסגאבע מיטן נאמען "א גריס אייך פון קאווע שטיבל" וואס איז א זאמלונג פון געקליבענע אשכולות מאמרים און תגובות פונעם לעצטן זומער.

עס זענען נאך די לעצטע פאר טעג אריין געקומען אינעם מערכת גאר געלונגענע און אונטרעסאנטע ארטיקלען, אבער ליידער זעהט שוין נישט אויס אז זיי וועלן נאך קענען אריין גיין. מיר האפן נאך צו פראבירן אפשר עס יא צו ערמעגליכן, איז לאמיר זעהן וואס דער קומענדיגער טאג וועט זאגן.

moshav zekeinim » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:18 pm

· #302025
די ספאנסערס וואס מיר האבן דערווייל זענען:

@סמבטיון; @אנאנים המנהל; @ראשאקאל; @אנאנים, וואס צוזאמען האלטן מיר שוין נישט ווייט פונעם געפאדערטן סכום. ישר חלכם.

moshav zekeinim » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:24 pm

· #302027
מיר ווילן באדאנקען @ליפא פארן זיך אנטראגן צו העלפן. כאטש מיר האבן אויפן מאמענט נישט געהאט קיין ארבעט פאר אים, זענען מיר אים אבער דאנקבאר פארן ווייזן אפפערוויליגקייט צו העלפן.

moshav zekeinim » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2015 11:38 pm

· #302030
די שרייבער וואס מיר האבן אינעם אויסגאבע זענען: ונבנתה העיר; ליטוואק פון בודאפעסט; אנאנים; ירא שמים; פאפיטעס; ראובן (צוויי פרישע מאמרים און צוויי איבערגעארבעטע מאמרים פון קאווע שטיבל); רויטע וואנצעס; מושב זקנים (א פאעזיע); כעלעמער מגיד; גראדע מעכעלע; אבערלענדער חכם; געוואגטער אינגל. אלעס צוזאמען איז זעכצן רייכע ארטיקלען.

moshav zekeinim » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:13 pm

· #302186
דער "פרי עט הדר" ווערט יעצט איבערגעקוקט צום לעצטן מאל בעפאר דער פראיעקט ווערט געשלאסן, און דערנאך איז עס גרייט ארויף געשטעלט צו ווערן במלוא הדרו לקראת החג הבעל"ט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:10 pm

· #302211
ביטע מאכן זעכער אז די פולע ק"ש וועבסייט נאמען איז אויפן דעקל אדער אין די הקדמה. אין די פארגאנגנהייט האט מען זיך געגעסן אז מ'האט פארגעסן.

ירא שמים » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:21 pm

· #302213
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
איך מיין מזאל עס באהאלטען אזוי העט עס זיין א דבר השוה לכל נפש …

moshav zekeinim » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 7:53 pm

· #302228
צו וואס דארף מען די וועבסייד אדרעס אז מען קען סערטשן?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:56 pm

· #302292
נישט יעדער כאפט אז ס'איז דא וואס צו סערטשן.

שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:03 am

· #302305
באשטימט געווארן אויף מוצאי שבת.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:06 am

· #302306
מוצאי שבת איז שפעט, כגיי נישט זיין אין אפיס זונטוג צו דריקען, רוב אידן גיין פרייטאג לעצטע מאל אין אפיס פאר יו״ט
-----------
שטילע? קענסט בעסער? האסט געלייקט דיין פינגער אין קאלט וואסער פאר די קונטרוס? פאר קריטיק ביסטו דא? שדפ״א

moshav zekeinim » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:58 am

· #302314
אויב עס וועט זיין מעגליך וועט מען ארויף לייגן היינט פרייטוג.

מה הוא » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:18 am

· #302333
רבותי!
מיינע הענט ציטערן,
עס איז שוין פאקט בקרוב ממש וועט יעדער האבן די זכי' הנאה צו האבן אי"ה!

ירא שמים » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:02 am

· #302339
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
ווען גייען ארויף די אשכולות ?

רימון » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:07 am

· #302340
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:49 pm

· #302446
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
איך האב געהאלטען אין מיט'ן דאונלאודען און ס'שטעלט זיך אפ ביי 78% און יעצט טרעף איך עס שוין נישט אויף ק'''ש. ווי ביסטו מיין פרוכט ליבע?

סביב העולם » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:53 pm

· #302449
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם סהאט זיך אפגעשטעלט ביי %78

.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:57 pm

· #302451
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
ווי איז דער אשכול פון וואנעט איך האב עס גענומען? איך טרעף דאס אויך נישט

געוואלדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:58 pm

· #302452

רויטע וואנצעס » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:58 pm

· #302453
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/302393">viewtopic.php?p=302393#p302393</a><!-- l -->

געוואלדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2015 11:59 pm

· #302455
רויטע, מי הקדימני?

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:03 am

· #302462
ואחרי כן יצא אחיו וידו אחזת בעקב עשו ויקרא שמו געוואלדיג. 😃

גר ותושב » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:05 am

· #302464
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
איך האב געהאט די זעלבע פראבליעם דורך טאפעטאלק דאונלאודס עס דורך וועב

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:06 am

· #302465
רויטע, כדי לפייס דעתך, דוד המלך איז אויך געווען רויט, סארי זיי ביידע זענען געווען רויט, נישט קיין רויטע האר.

mevakesh » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:09 am

· #302469
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
גר ותושב
איך האב געהאט די זעלבע פראבליעם דורך טאפעטאלק דאונלאודס עס דורך וועב

יא דורך טאפאטאלק שטעלט זיך עס אפ דורך די web ארבעט עס

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:10 am

· #302471
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
שלא להוציא לעז כל הטעפל , איך האב עס דאונלאודעד פונ׳ם טעפל.

סביב העולם » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:15 am

· #302475
Re: "פרי עט הדר" רעדאקציע
ירא שמים
שלא להוציא לעז כל הטעפל , איך האב עס דאונלאודעד פונ׳ם טעפל.

נו אז די האסט גענימען די גאנצע איז דאך גארנישט געבליבן פאר אינז

.

אהרן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 2:38 pm

· #302778
רויטע וואנצעס
ביטע מאכן זעכער אז די פולע ק"ש וועבסייט נאמען איז אויפן דעקל אדער אין די הקדמה. אין די פארגאנגנהייט האט מען זיך געגעסן אז מ'האט פארגעסן.


איך ווייס נישט צו עס האט עפעס מיטן גליון, אבער דאכט זיך מיר אז בעפאר יו"ט האט ק"ש געהאט לערך 495 נאכפאלגער אויף tapatalk און כעת הזאת איז דא 511, כן ירבה וכן יפרוץ