☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » א פרייליכע יוהכ"פ

א פרייליכע יוהכ"פ

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9600

געוואלדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:23 pm

· #301333
א פרייליכע יוהכ"פ
אין ליכט פון @אנאנים'ס אשכול וועגן פרייליכע סליחות און ונבנתה'ס הנחה וואס מען האט געטוהן יוהכ"פ בזמן שבית המקדש היה קיים, בין איך נתעורר געווארן צו מעורר זיין אונזער קהילה צו זיכער מאכן צו זיין וואס מער פרייליך יום כיפור, וועט איהר דאך אוודאי פרעגן ולשמחה מה זו עושה, פאסטן איז נישט עפעס מסוגל לשמחה אף אתה אמור לו

א''ר שמעון ב''ג לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה''כ: בשלמא יום הכפורים משום דאית ביה סליחה ומחילה


אויף יוהכ"פ האט די גמרא אפילו נישט קיין שאלה פארוואס מען איז פרייליך, עס איז דאך א יום סליחה ומחילה,

נו אויב אזוי ברודערלעך לאמיר געדענקען אז עיצומו של יום מכפר, עס איז א יום סליחה ומחילה און לאמיר פארגיין אין א טענצל,

האטס מיר א פרייליכן יום הכיפורים.

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:09 am

· #301340
Re: א פרייליכע יוהכ"פ
איז דען דא גרעסערע פרייד ווען מזיצט אין ביהמ״ד אויסגעטוען פונעם גאנצען עולם הזה און מזאגט שירות ותשבחות תפלות ותחנונים פארן אייבערשטן , אידן טראכטס אביסל וואס איר זאגט אין די הערליכע פיוטים וועט איר אויסגיין פאר מתיקות.

אהרן » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:15 am

· #301342
Re: א פרייליכע יוהכ"פ
[ציטאט אראפגענומען]

די גמרא ברענגט דארט נאך א טעם משום יום שניתנו בו לוחות האחרונות וואס איז לכאורה יא א סיבה אויף שמחה

תענית ל ב
א"ר שמעון ב"ג לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיוה"כ: בשלמא יום הכפורים משום דאית ביה סליחה ומחילה יום שניתנו בו לוחות האחרונות אלא ט"ו באב מאי היא וכו׳

אהרן » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:33 am

· #301349
Re: א פרייליכע יוהכ"פ
[ציטאט אראפגענומען]

מען קען צוגיין פאר מתיקות

ותחזינה עינינו במהרה בשובך לציון ברחמים

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:28 am

· #301356
Re: א פרייליכע יוהכ"פ
און נישט פארגעסן שבהן בנות ישראל יוצאות בכלי לבן כו׳

אהרן » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:57 am

· #301437
אליהו זוטא פרק ד

ארבעים ימים האחרונים שעלה משה שנייה להר סיני להביא תורה לעמו גזרו ישראל יום צום יום תענית יום האחרון שבכולם שהוא יום ארבעים גזרו תענית ולנו בתעניתם כדי שלא ישלוט בהם יצר הרע ולמחרת השכימו ועלו לפני הר סיני הם בוכים לקראת משה ומשה בוכה לקראתם עד שעלתה אותה בכייה למרום באותה שעה נתגלגלו רחמיו של הקב"ה עליהם ובישרה אותן רוח הקודש בשורות טובות ונחמות ואמר להם בניי נשבע אני בשמי הגדול שלי שתהא לכם בכייה זו לכם בכיית שמחה ויהיה לכם יום זה סליחה וכפרה ומחילה לכם ולבניכם ולבני בניכם עד סוף כל הדורות סליק

געוואלדיג
האטס מיר א פרייליכן יום הכיפורים.

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:25 pm

· #301451
הײב איך אן לײנען די צװײטע בלאט דא און איך מאך ריפרעש און הילד איננו. 😈
װי איז ער פארשװאונדען געװארן?

diff » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:32 pm

· #301455
c/p
אליהו רבה פרשה א
דבר אחר ימים יוצרו ולו אחד, זה יום הכפורים לישראל, שהוא שמחה גדולה לפני מי שאמר והיה העולם, שנתנו באהבה רבה לישראל, משלו משל למה הדבר דומה, למלך בשר ודם שהיו עבדיו ובני ביתו מוציאין את הזבלים ומשליכים אותם כנגד פתח של מלך, וכשהמלך יוצא ורואה הזבלים (היה) [הוא] שמח שמחה גדולה, לכך (נאמר) [נדמה] יום הכיפורים, שנתנו הקב"ה באהבה רבה [ובשמחה], ולא זו בלבד אלא בשעה שהוא מוחל לעונותיהן של ישראל אין מתעצב בלבבו אלא שמח שמחה גדולה, ואומר להם להרים ולגבעות לאפיקים ולגאיות, בואו ושמחו עמי שמחה גדולה, שאני מוחל לעונותיהם של ישראל, לפיכך יהא אדם זוכר מיום שבחר הקב"ה באברהם עד אותה שעה, וכל טובות וצדקות שעשה עם ישראל בכל שעה ושעה, שנאמר זכר אלה יעקב (ישעיה מ"ד כ"א) ואומר מחיתי כעב פשעיך (שם שם /ישעיהו מ"ד/ כ"ב), מה עבים הללו נמחין על ידי הרוח כך עונותיהם של ישראל נמחין בעולם הזה ואין להם תקומה לעולם הבא, שנאמר מחיתי כעב, מה תלמוד לומר כי גאלתיך (שם /ישעיהו מ"ד/), גאלתיך מספר מיתה ונתתיך בספר חיים, לכך נאמר כי גאלתיך, מה ענין שלאחריו רונו שמים (שם /ישעיהו מ"ד/ כ"ג).

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:51 pm

· #301501
ר' שש קוק אריין אין מגילת תענית וועסטו זעהן אז יום טוב מיינט א פרייליכע טאג.

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:56 pm

· #301503
כפול

ברסלבער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:34 pm

· #301637
די סיבה פארוואס מען דארף עסן ערב יו"כ איז זיך צו פרייען אויף דעם גרויסן טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות.
מעולם לא שמעתי אז עס זאל זיין אן ענין צו זיין טרויעריג אום יום כיפור. עס איז א יום טוב ווי אלע ימים טובים, נאר מען דארף פאסטן, אבער וואס עפעס טרויערן? אודאי איז מען פרייליך אז אלע עבירות ווערן נמחל.
איך קום צוריק צו מיין אלטע קשיא, פארוואס ווען עס קומט צו אן עבירה מאכט אזא מצב אז עס איז געפערליך און מען וועט קיינמאל נישט ארויס פון גיהנום, און מען דארף זייער טרויערן דערויף. פארוואס זאל מען נישט געבן דעם געפיל יום כיפור אז דאס איז עס, אלע עבירות ווערן נמחל. צי ס'שמעקט דיר יא אדער נישט, זאגט דער אייבערשטער אליין אז ער איז מוחל פאר אלע אידן אויף אלע זייערע עבירות. יא, כפשוטו.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:52 pm

· #301648
Re: א פרייליכע יוהכ"פ
אלעס פיין און וואויל, אבער וואס טוט מען מיטן יום כיפור מכפר 'לשבים'? עס שב'ט זיך נישט אזוי גרינג.

לויט דיר, ווען מען קומט ארויף לאחר מוע"ש איז דער גאנצער דין וחשבון נאר אויף די לעצטע יאר, וואס מען האט געלעבט נאך יו"כ?

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:26 am

· #301654
נו אלא מאי?

ברסלבער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:17 am

· #301682
דעת תורה
אלעס פיין און וואויל, אבער וואס טוט מען מיטן יום כיפור מכפר 'לשבים'? עס שב'ט זיך נישט אזוי גרינג.

לויט דיר, ווען מען קומט ארויף לאחר מוע"ש איז דער גאנצער דין וחשבון נאר אויף די לעצטע יאר, וואס מען האט געלעבט נאך יו"כ?


דאס איז דאך מיין קשיא. פארוואס זאגסטו אז טון עבירות איז כפשוטו און טון תשובה איז נישט כפשוטו?
דער זעלבער גאט וואס לאזט נישט טון קיין עבירות, זאגט אויך אז אויב בעט מען איבער איז ער מוחל. ער זאגט אז ווען מען טוט די חמשה עינויים אום יום כיפור און מען זאגט וידוי, איז ער מוחל אויף אלע עבירות. קומט אויס אז יעדער איז וואס פאסט יום כיפור און דאווענט אין מחזור, איז ער א ריכטיגער "שב" וואס ווערט אים נמחל אלע זיינע עבירות.
און וואס שטערט דיר אזוי שטארק אז דער גאנצער דין וחשבון איז נאר פאר די לעצטע יאר? איך וועל דיר זאגן נאך מער, די גאנצע דין וחשבון איז נאר פון די לעצטע סלח לנו וואס מען האט געזאגט.

ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 10:49 am

· #301685
ווייל טון עבירות האט נישט קיין הלכות, תשובה טון האט יא. ס'דארף זיין חרטה על העבר עד שיעיד וכו.. סתם פאסטן און זאגן פון א מחזור טוט נישט דער טריק.

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 11:41 am

· #301686
האבן דאך צדיקים געזאגט (און דאס האט @ברסלבער געמיינט) אז אויב איינער זאגט סלח לנו און גלייבט נישט אז השי"ת האט איהם מוחל געווען איז ער אן אפיקורס.

ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:24 pm

· #301698
אז דו גייסט דעם גאנג וואס צדיקים זאגן וואלט איך עבליבן אינדערהיים ר''ה און יו''כ ווי באקאנט וואס צדיקים האבן געזאגט אז דאס גאנצע חודש תשרי איז דאך נאר אן הכנה צום אתה הראיתה פון שמח''ת, און איך בין נישט אזוי מקפיד אויף הכנות. ווער רעדט נאך אז דער עכטער גמר הדין איז דאך זאת חנוכה... און פורים איז גרעסער פון יום כיפור. שוין האסטו א גוטן קוגל און האמיר א זיס יאר.

ירא שמים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:29 pm

· #301699
א פרייליכע יוהכ"פ
פארמעקט סזאל נישט זיין א משמעות פון זולזול על דברי הצדיקים.

יודישע שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:32 pm

· #301702
געוואלדיג
האבן דאך צדיקים געזאגט (און דאס האט @ברסלבער געמיינט) אז אויב איינער זאגט סלח לנו און גלייבט נישט אז השי"ת האט איהם מוחל געווען איז ער אן אפיקורס.

דו מיינסט לכאורה צו זאגן דאס וואס מען קלאפט זיך סלח לנו מוצאי יום כיפור.
ווייל בפשטות איז שווער, וויפיל עבירות האט מען שוין געקענט טון צווישן נעילה און מעריב?
נאר, אויף די ״עבירה״ אז מען גלייבט נישט באמונה שלימה ווען יום כיפור ענדיגט זיך אז דער באשעפער האט אונז מוחל געווען פאר אלע אונזערע עבירות אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און מען פרעגט ביי זיך און הארץ 'האט דער באשעפער מיר טאקע מוחל געווען?', פארדעם אליינס דארף מען שוין גיין און תשובה טון נאכאמאל!

ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 12:32 pm

· #301703
איך מאך חלילה נישט אוועק וואס צדיקים האבן געזאגט.

מבקר » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:10 pm

· #301704
יודישע שרייבער
געוואלדיג
האבן דאך צדיקים געזאגט (און דאס האט @ברסלבער געמיינט) אז אויב איינער זאגט סלח לנו און גלייבט נישט אז השי"ת האט איהם מוחל געווען איז ער אן אפיקורס.

דו מיינסט לכאורה צו זאגן דאס וואס מען קלאפט זיך סלח לנו מוצאי יום כיפור.
ווייל בפשטות איז שווער, וויפיל עבירות האט מען שוין געקענט טון צווישן נעילה און מעריב?
נאר, אויף די ״עבירה״ אז מען גלייבט נישט באמונה שלימה ווען יום כיפור ענדיגט זיך אז דער באשעפער האט אונז מוחל געווען פאר אלע אונזערע עבירות אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און מען פרעגט ביי זיך און הארץ 'האט דער באשעפער מיר טאקע מוחל געווען?', פארדעם אליינס דארף מען שוין גיין און תשובה טון נאכאמאל!

אין רמב"ם שטייט אז דאס וואס יום כיפור איז מכפר, פעלט אבער אויס אז דער מענטש זאל באמת גלייבן דערין, אויב אבער א מענטש איז מפקפק דערויף, האט ער טאקע נישט קיין כפרת עוונות ביום הכיפורים.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:54 pm

· #301711
ליפא
ווייל טון עבירות האט נישט קיין הלכות, תשובה טון האט יא. ס'דארף זיין חרטה על העבר עד שיעיד וכו.. סתם פאסטן און זאגן פון א מחזור טוט נישט דער טריק.

המקדש את האשה על מנת שאני צדיק, אפילו רשע גמור הרי זו מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו....
אודאי איז פאראן מדריגות אין תשובה, אבער יעדער הרהור העלפט.
יש לי אריכות בזה אבל אין לי פנאי עכשיו.

chusid » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:45 pm

· #301735
אינטערסאנט אז די ספרדישע ניגון אויף סליחות דריקט אויס גאנץ אנדערע געפילן ווי ביי אונז, זיי זינגען "חטאנו לפניך" מיט אזא מנוחת הנפש...פונעם ניגון קען מען זען אז זייער גאנצע צוגאנג איז אנדירש.

דא האט איר א ספרדישע זונגגער'טע וואס איז דאס מסביר מיט א ווארט פונעם בעש"ט (קול באשה)


דא איז פון בערי וועבער

ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:58 pm

· #301737
שמעקעדיג
ליפא
ווייל טון עבירות האט נישט קיין הלכות, תשובה טון האט יא. ס'דארף זיין חרטה על העבר עד שיעיד וכו.. סתם פאסטן און זאגן פון א מחזור טוט נישט דער טריק.

המקדש את האשה על מנת שאני צדיק, אפילו רשע גמור הרי זו מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו....
אודאי איז פאראן מדריגות אין תשובה, אבער יעדער הרהור העלפט.
יש לי אריכות בזה אבל אין לי פנאי עכשיו.

יא אין דעם הרהור דארף זיין א חרטה על העבר און קבלה על העתיד. זאגסט נישט אנדערש

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:19 pm

· #301755
ביי מיין שול איז זייער פרייליך יוכ"פ. ביי "אין קצבה" איז דער עולם פרייליך ביזן הימל, מען טאנצט עד לב השמים.
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען (שבת אחים אלערט, אנאנים קוק נישט בייז) לשמחה מה זו עושה, וואס ביסטו פלוצים אזוי פרייליך געווארן אז דער באשעפער איז א מלך א-ל חי וקיים וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך?

ירא שמים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:38 pm

· #301759
א פרייליכע יוהכ"פ
אין מיין מאמר אינעם סוכות אויסגאבע וועט די קשיא פארענטפערט ווערן.
ווארטס מיט שפאנונג !!!

געוואלדיג » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 8:03 pm

· #301789
שמעקי, איך פארשטיי נישט דיין שאלה, ווייל אויב האב איך א חשבון זיך צו אפרעכענען מיט איינעם מוז איך דאס טאהן וואס פריער פאר איך פעקל זיך אפ, אבער ער וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך, נו וואו יאגסטו זיך? נעם נאכנישט נקמה ביז וואס ווער ווען וועל איך זיך שוין אדורך קומען מיט א מחילה סליחה וכפרה.

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 8:50 pm

· #301804
שמעקעדיג
ביי מיין שול איז זייער פרייליך יוכ"פ. ביי "אין קצבה" איז דער עולם פרייליך ביזן הימל, מען טאנצט עד לב השמים.
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען (שבת אחים אלערט, אנאנים קוק נישט בייז) לשמחה מה זו עושה, וואס ביסטו פלוצים אזוי פרייליך געווארן אז דער באשעפער איז א מלך א-ל חי וקיים וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך?


ערב יוכ״פּ טשעפעסטו מיך? 😮 😳 😢


😎 😂