☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק

באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9569

דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 11:08 pm

· #300210
באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק
אין צוויי וואכן ארום, סעפטעמבער 24 למס' איז ערווארטעט אז די פויפסט וועט אפשטאטן א באזוך אין ניו יארק סיטי. די באזיך איז א טייל פון זיין רייזע איבער מערערע שטעט אין אמעריקא ווי מיליאנען קריסטן זענען ערווארטעט ארויסצוקומען אים מקבל פנים צו זיין.

די פויבסט וועט פראווענען אין ניו יארק כמעט צוויי טעג, פון דאנערשטאג נאכמיטאג ביז שבת אינדערפרי ווען ער וועט אפפליען קיין פילידעלפיא. זייענדיג דא, וועט ער צווישן אנדערע אויפטרעטן ביי די יונייטעד נעישאנס דזשענעראל אסעמבלי, באזוכן די 9/11 מעמאריאל, דורכפארן סענטראל פארק און פלעפלערן אין מעדיסאן סקוויר גארדן.

פאר אונז איז גאנץ א קנאפע נפקא מינא ווי פינקטליך ער וועט זיין און וואס ער וועט טון. וואס איז יא נוגע איז דאס וואס אלע ניו יארקער צוגלייך וועלן אפעקטירט ווערן, נעמליך די שרעקליכע טרעפיק וואס דאס וועט אנמאכן. להבדיל בין קדושה לטהרה, בין יום ולילה, ובין אדמו"ר לפויפסט איז די אלע וואס רעדן זיך אפ אויף כבוד דורכען אויפרעגן אנדערע און שרייבן אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא זאלן נאר זעהן וואס וועט זיך טון ביים פויבסט. אויך וועט מען קענען זיך איבערצייגן אז סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א איז נאך היבש אינטערשטעלינג.

אלע פאראויסזאגער ווארענען אז די טרעפיק אין יענע טעג וועט זיין אויסערגעווענדליך און מ'זאל זעהן אויסצומיידן די גאנצע געגענט. טאמער מ'וועל מיר זיך דערוויסן פון נוצבארע טיפס וועלן מיר דאס בל"נ מיטטיילן מיט'ן עולם.

ירא שמים » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 11:42 pm

· #300224
Re: באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק
ער גייט רעדן וועגן געי מערידזש ?

דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 8:44 am

· #300244
[ציטאט אראפגענומען]


פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין דמיון. נאכמער, ביים פויפסט שפארט מען אפ גאסן צוליב סעקיוריטי, וואס מ'איז ערענסט באזארגט פאר זיין וואילזיין און נישט אלץ א מיטל צו ציען די מאסן.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 11:09 am

· #300268
לאמיר זעהן וויפיהל פון אונזער צאדיקים און רעבנים וועלען איהם גיין באזוכען ביי די מסע המלכות. וויפיהל היתרים קענען זיי טרעפען אויף אויפנעמען דעם גרויסען גאסט

גנדי » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 11:35 am

· #300279
א חרדישע חסידישע איד מען גיין מיטהאלטן די קבלת פנים פון פויפסט?

להלכה ולא למעשה

מבקר » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 12:24 pm

· #300289

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:59 pm

· #301979
Re: באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק
Washington not ny

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 3:54 pm

· #301986
זה לעומת זה, פונקט ערב יום הקדוש.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 4:42 pm

· #301991
פארוואס האט ער אויסגעטוהן זיין קאפעל גלייך ווען ער איז אנגעקומען? זעהט זיך אויס אז אמעריקע מאכט קאלט נישט נאר אידישקייט.
I feel like going again to mikve b4 כל נדרי.

ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 4:45 pm

· #301992
לייק פארן לעצטן שורה

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 4:54 pm

· #301993
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ פאר מעורר זיין אזא פרייליכע נקודה אום ערב יום כיפורים. די אידישע פויפסטן און פויפסטליכקייטן זענען נאך צום דערליידן. אבער ווען דער גוי'איש'ער פויפסט קומט איז עס דאך נישט אונזער שמחה. און דער פאקט איז אז דאס וועט אפעקטירן דעם טראפיק אפילו אין וויליפעסט און בארא פארק. און פלעטבוש. און אפשר אין די אפסטעיט אידישע געגנטער אויך. ווייל דאס לעצטע מאל וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא, ירום הודו (כדברי הרב ש.ש.ט. פון'ם בלאט, שליט"א( איז דא געווען. טאקע נאר אין מידטאו מאנהעטן, אבער דאס האט געשטערט דעם טרעפיק אויף פארט העמילטאן פארקוועי. און אויך אויף די אנדערע הייוועיס ווי בי,קיו. אי. און לאנג-איילענד עקספרעססוועי. אויך אלע ארומיגע הייוועיס וועלכע פיהרן צו די בריקן און טונעללן קיין מאנהעטן...! א גוט יו"ט... 😃 🙂

chusid » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:52 am

· #302052

פאפיטעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:18 am

· #302056
איין זאך וואס ער געפעלט מיר שטארק, איז טראץ זיין שטארקע פאליטישן פארגאנגענהייט ווי ער רעדט אריין אין רוב ענינים האלט ער זיך אינדרויסן פון די היימישע פאליטיק פון די רעפובליקאנער/דעמאקראטן.
ער האט זיך נעכטן געטראפן מיט דזשעב בוש און הילערי קלינטן אין ביידע געווינטשן סוקסעס...

דריידל » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 7:45 am

· #302088
שש, דיין אויסרומען די פויבסט איז אן ערענסטע שאלה צו מ'מעג, אפילו ס'איז געשריבן אביסול סארקאסטיש. כ'האף אז די האסט מברר געווען אז וואס די האסט געשריבן אבער פארגעס נישט אז ע"ז איז פון די שלש חמורות און ס'נישט די פלאץ מקיל צו זיין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 8:32 am

· #302090
Re: באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק
פאפיטעס
איין זאך וואס ער געפעלט מיר שטארק, איז טראץ זיין שטארקע פאליטישן פארגאנגענהייט ווי ער רעדט אריין אין רוב ענינים האלט ער זיך אינדרויסן פון די היימישע פאליטיק פון די רעפובליקאנער/דעמאקראטן.
ער האט זיך נעכטן געטראפן מיט דזשעב בוש און הילערי קלינטן אין ביידע געווינטשן סוקסעס...

יעדער לעבט אין זיין הויט, און דערנאך קען מען מיינען אז אנדערע זענען אויך דארט!
דער פויבסט איז נישט קיין אמעריקאנער און קיינמאל נישט געווען. די פארמעסטען אין אמעריקאנער פאליטיק זענען נישט זיין זארג. וואס עפעס מיינסטו אז ער האט אפילו געטראכט פון דער נושא?

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:36 am

· #302096
איך וועל זאגן דעם אמת, אפילו אז שש וועט טרעפן א ענטפער און ער וועט אפילו זיין גערעכט, פארט שטעכט דאס אין די אויגן אזעלעכע ווערטער וועגן דעם אבי אבות הטומאה.

נורמאלי » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:54 am

· #302100
אונז האמיר נאך דעם פאפיפאביע פונעם אלטע היים, ווען די טשורטש איז נאך געווען בתוקפו, און רעליגיע האט דאמאנירט די טאג טעגליכע ווערטשאפט פונעם אלגעמיינעם פאלאק, ראמעינאר, אוקריינער, ווען די די מענטשהייט האט נישט עקזיסטירט אן רעליגיע.

ווידעראום היינט איז די גאנצע וואטיקאן מיטן פויבס אינאיינעם נישט מער ווי צערימאריעל, עס האט זילטש מיט רעליגיע, אונזער פויבס ירום הודו, איז א ליבעראלע פיגור, זיין עקאנאמיע איז סאציאליסטיש, ער שטיצט אלע סארט הייראטן, זיין באנעמונג צו אנדערע רעליגיעס איז זייער רעספעקטפול, אריינגערעכנט די אידישע און להבדיל מוסלומענע רעליגיעס, פארגאנגענעם יוני האט ער דערקלערט אז אלע קריסטן האבן אידישע שרשים, און מיר זענען נישט קיין סטרענדזשערס.

בקיצור, אונז מעג מיר זיך שוין עטוואס אראפ נידערן אונזער טאון כלפי די וואטיקאן.

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 11:13 am

· #302108
די פויבסט האט יעצט אויפגעטרעטן פאר א דזשוינט סעשאן אין קאנגרעס
📎 image.jpg

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:13 pm

· #302120
קאווע טרינקער
פארוואס האט ער אויסגעטוהן זיין קאפעל גלייך ווען ער איז אנגעקומען? זעהט זיך אויס אז אמעריקע מאכט קאלט נישט נאר אידישקייט.
I feel like going again to mikve b4 כל נדרי.


די לעצטע ליין געפעלט מיר נישט... בעסער צו קוקען אויף איהם ווי אויף די אלע היינטיגע (אזוי גערופענע) רעבנים

גראף » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:32 pm

· #302123
Re: באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק
@שמעקעדיג אלערט

ראוונע » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 3:31 pm

· #302183
[ציטאט אראפגענומען]

ער איז א פארשאלטענער ליבערעל
שטעלט זיך אהער ווי א שטייפער פירער האט אבער נישט די באלי׳ס צו זאגען וואס איז ריכטיג אפילו סאיז נישט אזוי פאפולער עס צו זאגען

נורמאלי » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 6:44 pm

· #302218
נישט געוואוסט אז ליבעראלע זענען פארשאלטן.

גראף » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:07 pm

· #302235
Re: באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק
איך האב שוין געהערט פון עטליכע קאטאליקן וואס לויפן אין קירכע. זיי אלי זאגן ענליך למשל,
''I love the pope but why doesn't he come out and call out the faithful to go out against ISIS in war?!?! That f-... Pope he just has to say it once and it will be done!! I mean G-d forgive me for saying it on his holy...... But what the @#$%?!

בקיצור רוב מענטשן זענען מחשיב זיין ליבשאפט צי דער מענטשהייט אבער האבן נישט ליב זיין ליבעראלע שיטות וואס שטימען מען אסאך מאל נישט מיט דער מציאות.

גראף » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:39 pm

· #302244
Re: באזוך פונ'ם פויפסט אין ניו יארק
ניין איך וויל נישט און זיי ווילן מסתם אויך נישט. אבער די פוינט איז , עס איז זייער פיין to turn the other cheek אבער נישט ''אלעמאל''. ס'איז דא אמאל וואס עס איז 'עת למלחמה'. הער אויף פרעדיגען אזויפיל וועגן שלום און שטעל דיך ארויס בחרב ובחנית טאקע פאר דיינע אייגענע גלויביגע.

גראף » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:52 pm

· #302247
די אײראפעיר זאלן ניצען אביסל מער מאכט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:52 pm

· #302248
די וואטיקאן איז שוין זינט נאך די צווייטע וועלט מלחמה, אנטי מלחמה.

גראף » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 9:58 pm

· #302251
זײער נאבעל און פײן אבער דאס איז דער פראבלעם װי די באקאנטע מאמר:

The only thing necessary for the triumph of evil is for good men to do nothing.

Edmund Burke

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:10 am

· #302307
גראף
ניין איך וויל נישט און זיי ווילן מסתם אויך נישט. אבער די פוינט איז , עס איז זייער פיין to turn the other cheek אבער נישט ''אלעמאל''. ס'איז דא אמאל וואס עס איז 'עת למלחמה'. הער אויף פרעדיגען אזויפיל וועגן שלום און שטעל דיך ארויס בחרב ובחנית טאקע פאר דיינע אייגענע גלויביגע.

דאמאלס וועט זיין רעליגיע נישט אויסזעהן בעסער ווי די איסלאמישע. און זיי (די קריסטן) ווילן דאך אהערשטעלן א פנים אז זייער רעליגיע איז די רעליגיע פון רחמנות...! נעווער מיינד די קרייצצוגן... 🙄
און א חוץ פון דעם ווייסן מיר דאך וואס די פאזיציע פון די אידן איז ביי די קאנסערוואטיווע קאטאליקן... 😈 😈

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:19 am

· #302312
ראוונע
[ציטאט אראפגענומען]

ער איז א פארשאלטענער ליבערעל
שטעלט זיך אהער ווי א שטייפער פירער האט אבער נישט די באלי׳ס צו זאגען וואס איז ריכטיג אפילו סאיז נישט אזוי פאפולער עס צו זאגען


וואס מיינט א פארשאלטענע ליבעראל? למשל ביל געיטס, ווארן בופעט, ראם עמונאל, דעיוויד עקסעלראד,מארק צוקערבערג, לערי פּעידזש, סטיווען ספילבערג, בערני פרענק, קאלווין קליין, פּאול עלען,דזשעף בעזאָס, דזשארזש לוקאַס, פרעד אייקנער, דזשארדש סאָראס, שאָן פּען, טאם סטייער, טים קאָק, ראב ריינער,דזשעפרי קאטצענבערג,לויד בלאנקפעין,דזשעפרי בראָטמאן, דעיוויד גראס, זענען אויך פארשאלטענע ליבעראלס? כ׳וויל פשוט פארשטיין ווער ס׳גייט אריין אין די קאטעגאריע.
זיי האבן אויך נישט קיין באליס?

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 8:00 am

· #302319
יא, זיי זענען פארשאלטן ווייל זיי האבן נישט באקומען די געבענטשטע קוואדער וואס די רבי זז"ג האט געבענטשט. זיי נעמען ענדערש פארשאלטענע מיליאנעס

diff » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 8:16 am

· #302322
מסתמה, שטערט איהם טאקע נישט וואס גייט פאר

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 8:57 am

· #302323
די אידישער לינקער בערני סענדערס מיין קאנדידאט פאר פרעזידענט לויבט דעם פויבסט, וואס דארפן מיר מעהר.

<a class="postlink" href="http://www.washingtonpost.com/news/post-politics/wp/2015/09/24/the-pope-name-dropped-a-radical-catholic-activist-and-bernie-sanders-couldnt-be-happier/">http://www.washingtonpost.com/news/post ... e-happier/</a>

<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2015/09/24/politics/bernie-sanders-pope-francis-poverty/index.html">http://www.cnn.com/2015/09/24/politics/ ... index.html</a>

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 9:03 am

· #302325
בערני סענדערס אינטערוויו מיט די ליבעראל קאמידיען מורי ורבי ביל מאַהר
ביידע פון זיי לויבן דעם פויבסט!

בערך ביי3:00
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=0QEHUCF3Qsc">https://www.youtube.com/watch?v=0QEHUCF3Qsc</a>