כבוד דורכען אויפרעגען אנדערע
כבין יעצט אין בארא פארק, זעה איך 13 עוועניו איז אנגעלייגט מיט שוועהרע טרעפיק, וואס איז געשעהן? סקאליע רביס טאטע איז נסתלק געווארען לחיי עולם הבא און לכבוד די גרויסע לויה פון רבבות האט מען געמיזט אפ שפארען 48 סטריט מיט 3 פאליס קארס, איינס איז נישט געניג, איך פאהר ענדליך אריבער הער איך מעכטיקע ספיקערס פון די הספדים וואס מקען הערען ביז 12 עוועניו
שוין, וואס קען מען טוהן, אז ממוז אפשפארען די גאס ציליב די רבבבות מיז מען,
די פראבלעם איז סאיז נישט דא קיין איין מענטש אויף גאנטץ 48 סטריט, זילטש, ליידיג, נאדא, אפשר אין שוהל איז דא מענטשען וואס האלטען מיט די לויה אבער אין גאס איז נישטא קיין איינער
יעצט וויל איך פארשטיין וואס ליגט דעם רבין אין קאפ, ער האלט טאקע אז ער גייט ווערען א גרעסערע רבי (ער איז געניג ריזיג גרויס, ה' ישמרינו אויב וועהרט ער נאך גרעסער.....) אויב ער גייט אויפרעגען אפאהר הינדערט מענטשען וואס ליידען פינעם שווערען טרעפיק?
איז דא א נארמאלע מענטש וואס קעמער מסביר'ן ווי אזוי די מוח פין צודרייטע רביס ארבעטען?
איך קען דיר נישט ענטפערן וואס לויפט דוירך זיין קאפ, אבער איין זאך קען איך דיר זאגן אז די טרעפיק אויף 13 איז נישט קיין כי הוא זה בעסער ווען עס נישט זיין טאטעס לוי'
Re: כבוד דורכען אויפרעגען אנדערע
מיין חבר זאגט מיר, ביי די לויה פון הרב שאול ברוס האט מען אפגעשפארט גאנץ בענסאנהורסט פאר די רבבות אלפי ישראל. מיין חבר וואוינט דארט און ער האט זיך גערעגט. ער איז צוגעגאנגען צום פאליציאנט און איהם געזאגט איידעלעהייט אז אלס אן איינוואוינער אין געגענט, וויל ער נישט אויפרעגען די שכנים, און אז מ'זעט די געסער ליידיג, קען מען אפשר אויפ'עפענען און נאר מסדר זיין בשעת'ן עצם מלוה זיין. דער היימישע שוויצער וואס האט 'מסדר געווען' האט זיך שנעל אפגעפיצט, נישט וועלענדיג מוזען זיך אפ'ענטפערען פאר'ן פאליציאנט, און יענער האט געהערט דברים של טעם און אויפגע'עפענט.
פראביר עס נעקסטע מאל. זאל דער פאליציאנט וויסען אז נישט אלע זענען מסכים, און מ'וועט קענען אפשטעלען דער 'אם אני כאן הכל כאן' פונ'ם רעבינ'ס איינעקעל'ס אפשערען וכדו'.
ב"ה זיי זענען די מינוט אדורכגעפארן פערצן עוועניו מיט צוועלף קארן מיט טשערי לייטס און סייערינס
איך ווייס נישט פונקט ווי מען יאגט זיך מסתם פלאנט די ערד צו אנטלויפן
לית דין בר נשב"ה זיי זענען די מינוט אדורכגעפארן פערצן עוועניו מיט צוועלף קארן מיט טשערי לייטס און סייערינס
איך ווייס נישט פונקט ווי מען יאגט זיך מסתם פלאנט די ערד צו אנטלויפן
לית דין בר נש: ס'איז עטליכע חסידים (אפשר רוב) וואס האבן א קאמפלעקס כאילו די וועלט ווייסט נישט ווי גרויס זייער רבי איז. און זיי ארבעטן זייער שווער לפרסם שמו הגדול בעולם. איך ווייס פון עטליכע עפיזאדן וואו די חסידים האבן געטון אויסערגעוויינליכע אנשטרענגונגען כדי צו מאכן א טראסק פון גאנץ קליינע עפיזאדן אין לעבן פונ'ם הייליגן רעבי'ן. למשל, אן אפשערן פונ'ם רעבינ'ס בן זקונים'ל. וואו מ'האט ארויסגעפיהרט א גאנצע מערכת פון פארענטשעס אין די קאנטרי, מעון קדשו פונ'ם רעבי'ן שליט"א. און די חסידים האבן זייער שווער געארבעט דאס אויפצולאדענען אויפ'ן טראק, אויפשטעלן און צונעמען און צוריקלייגן אין בעיסמענט פון ביהמ"ד. די רעבע איז גאנץ א וואוילער איד. ער שפילט מיט...!
[ציטאט אראפגענומען]
וואס האט דאס מיט אים???? מיט וועם דען האט עס צוטוהן? מיט דאנאלד טראמפ?
אייביג איז דער רעבא און דער מנהיג נעבעך אומשולדיג! זיי טוען גארנישט! אומשולדיגע נעבעכדיגע צובראכענע אידן!!! ס׳איז נאר אפאר שוויצערס! די רבי דארף נישט האבן די גאנצע טראסק ס׳איז נאר די קליינקעפ! ענק האבן שוין תירוצים אנגעגרייט פון פארויס! דער רבי דארף דאך נישט די אלע לוקסוס ס׳איז נאר די רביצין! די רבי האט נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אין די מוסדות, פון זיין זייט וואלט ער אנגענומען א יעדעם נאר די רשעותדיגע הנהלה זיי זענען שולדיג!!?
פליז!!!!
Re: כבוד דורכען אויפרעגען אנדערע
שבת האט עס נישט אינגאנצען ארויסגעברענגט, לייג איך צו. (אפשר ווייל אין שבת לבהמה, ממילא שטעלט עס זיך נישט צו!).
אז דער רעבע ווייסט טאקע נישט, איז דאס די פארברעך. וואס טוט זיך אויף מיין סמארטפאון, ווייסטו שוין איינמאל. פארוואס? ווייל דו האסט זיך פאר'אינטרעסירט. הייסט דאס אינטרעסירט דיר נישט! דאס איז די טענה.
מיין זיידע שליט''א האט געלערנט אין געיטסהעד ישיבה ביי הרב נ''ד לאנדינסקי זצ''ל. הרב אהרן קאטלער איז געקומען קיין ענגלאנד, האט מען איהם געליידענט צו קומען שבת אין געיטסהעד און זאגען א שיעור אין ישיבה. צוויי בחורים זענען געגאנגען קיין לאנדאן איהם צו באגלייטען אויפ'ן באן און איינצוליידענען אפיציעל. די בחורים זענען געווען ביי איהם ביי זיין אכסניא אין לאנדאן און מ'האט איהם געגעבען א קאווע. ווען מ'האט איהם געברענגט דער מילך האט מען זיך בארימט 'ביז יעצט איז נאר געווען מילעך פונ'ם לאנדאן בי''ד. יעצט ב''ה האט מען אנגעהויבען פארקויפען מילעך מיט'ן הכשר פון כדתיא, אסאך בעסער'.
האט ר' אהרן געזאגט 'וויאזוי שטעלט מען אויף א נייע הכשר? ס'קאסט דאך א פארמעגען ביז מ'פארקויפט עפעס? אלא מאי? מ'גייט ארום בארעדען דער אנדערע מילעך, אזוי פארקויפט מען די נייע. ביטע גיבט מיר פון די כשר'ע מילעך, דאס וואס קומט נישט מיט בארעדען'. ודפח''ח.
דאס איז א מענטש וואס ווייסט יא און פרעגט יא. דאס איז א מנהיג.
דא איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות די רשעות און ליצנות פון פארשפארן גאסן אן זיך רעכענען מיט די איינוואינער און אנדערע וואס דארפן דורכגיין.
יעצט זעה איך אז די אשכול האט געלאנדעט אין צימעס. היתכן?
דאס איז בכלל נישט עפעס וואס האט מיט פאליטיק והא ראי', די אשכול וואס כ'האב צוגעלינקט און מיין פריערדיגע תגובה געפינט זיך אין די געהעריגע פארום.
צושפארן גאסן איז אן אישא וואס באדערט יעדע רעכטגענקעדיגע מענטש און ברויך פארדאמט ווערן בכל התוקף
אודאי האט ער נישט בכבודו ובעצמו גערופן די פאליציי, פארדעם האבן זיי דאך גבאים הויז בחור משמשים שווענץ און שוויצערס וואס טוען אלעס מקיים צו זיין דעם 'לעשות רצון צדיק', זיי טרעפן פסוקים און מקורות פון אינטער דער ערד צו בארעכטיגן אלע זייערע שייגעץ שטיק און ווען איינער זאגט א ווארט איז יענער דער אויסווארף און א בהמה!??
כ'האף אז דו וועסט איין טאג אויפשטיין פון דיין טיפע שלאף!
גארנישט פערזענליך ח"ו, איך רעד באופן כללי פון אלע רבנים.
שבת, בארואיג זיך אביסעל, און לאז דיין כעס צו רבנים זיך אפשטילן, איך קען פערזענלעך דעם רבין, ער איז א טייערע לעכטיגע יוד, וואס העלפט טאג און נאכט יודישע קינדער, אזוי ווי געווואגטע האט פריער געזאגט, כגלייב נישט אז דאס איז איהם געליגן אויפן קאפ הארט ביים גסיסה, אז די גאסן ארינגס און ארים זאלן ווערן פארשפארט, און דער עצם אפשליסן די גאס איז אויך נישט דאס ערגסטע.
דו פארגינסט איהם נישט צו שטארבען אויך נישט? וואס, נאר א טייטעלבוים, האלבערשטאם, הגר וכו' מעג פארשפארען גאסען?
היינטיגע צייטען ווערט מען נעבעך אזוי א רעבא... וויפיהל גאסען מען שפארט אפ, און וויפיהל עסקאלעידס מיט טשערי לייטס און סיירינעס ער האט ווערט ער גרעסער