☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9558

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 5:22 pm

· #299765
די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
ס'איז לעצטענס נתפרסם געווארען א נייע סארט סכך מיט'ן נאמען מטר-מע"ט וואס דארף צו באשיצען פון רעגן און אויך זיין כשר. אלס איינער וואס איז געווען א ביסל אריינגעמישט אינ'ם ענין פון אנהייב, וויל איך געבען א בליק דערוועגן. וזאת למודעי, אז פון אנהייב האב איך געקענט דעם הרב קלעצקי וואס האט עס פארפאסט, און איך האב געזען די קונטרס אקעגן דעם פון פאר פינף און צוואנציג יאר צוריק, און זיין צוגאנג האט אזוי גע'עקעלט אז איך בין עס נאכגעגאנגען. היינט האט ער מיר באצאלט צו שרייבען פאר איהם (נישט די ארטיקל), אבער איך בין געווען איבערגעצייגט פאר דעם, ממילא איז מיין מיינונג נישט פאר געלט, הגם איך ווער היינט אביסל באצאלט (נישט קיין סאך אויך נישט).

דער המצאה איז אזוי. מ'נעמט די באמב"ו שטעקענעס און מ'שניידט זיי אין העלפט אדורך און אדורך ביז ס'איז צוטיילט אין צוויי האלבע רערען. מ'לייגט א רייע פון אזעלכע שטעקענעס אויפ'ן סוכה ופניו למעלה. דעריבער ווען ס'רעגענט וועט די שטעקן זיך אנפילען און טאמער ס'איז א קליין ביסל שיף, וועט ארויסרינען איידער ס'גיסט אריין אינ'ם סוכה. אבער ס'קען נאך אלץ אריינרעגענען צווישען די שטעקענע'ס. פאר דעם נעמט מען די שטעקן און מ'דרייט איהם איבער און מ'לייגט איהם אויף יעדע צוויי שטעקענעס, באהעפטענדיג דערמיט די צוייי שטעקענעס. אזוי ווען ס'רעגענט אויפן אויבערשטן שטעקען, רינט עס אריין אינ'ם אונטערשטן שטעקען, וואס פון דארט רינט עס אויפ'ן ערד איידער ס'קומט אן אריין אין סוכה.

די פאטענט האט מען באהאנדעלט מיט פינף און צוואנציג יאר צוריק אויף אביסל אן אנדערן אופן, אבער בעיקרון די זעלבע, און גדולי הפוסקים האבען עס באהאנדעלט. דעמאלס איז נתפרסם געווארען אז הרב שלמה זלמן אויערבאך האט מתיר געווען און הרב ישראל יעקב פישער, הרב אלישיב האט געשריבען א תשובה להיתר (וואס דער פאליטיקאנט דעמאלס האט גערעדט מיט גרויס חוצפה אויף א 'רבנות רב' וכו' וכו') ווי אויך הרב שמואל וואזנער אין שבט הלוי. הרב חיים קניבסקי האט געשריבען א תשובה להיתר (ווי ער שרייבט אז מסתמא האבען די ענני הכבוד אויך נישט אריינגעלאזט די רעגן!). ס'איז אויך געווען תשובות וואס מ'האט מיט געוואלד באהאלטען, איך הער אז פון הרב פישל הערשקאוויץ און להבחל"ח הרב חיים קרייסווירטה און הרב הענאך פאדווא זענען פארהאנען תשובות להיתר. לאיסור איז דא א תשובה אין קנה בשם (ח"ב סי' כ"ז) און א הסכמה דערויף פונ'ם מנחת יצחק (אן נימוקים).

יעצט איז עס נתפרסם מיט א באגרעניצטע היתר פון ב"ד אנאנים און דער אוי. יו. און הרב היינעמאן פון באלטימור, אבער הרב אליהו לוין האט געשריבען א שארפער תשובה להיתר מסביר צו זיין הרב אלישיב.

מ'מוז באטאנען אז דער גאנצע פראבלעם איז נאר א לכתחלה'דיגער. דער משנה ברורה שרייבט קלאר אז א סוכה וואס איז מעובה כמין בית ווי ס'קען נישט אריינרעגענען איז כשר בדיעבד, און טאקע די שיטה לפסול איז נישט אין שו"ע אין ערגעץ נישט. דער מג"א ברענגט עס און די פוסקים באהאנדלען עס שפעטער, אבער ס'איז נישט אראפגעברענגט אין שו"ע להדיא.

דער היתר פון די אלע אויבענדערמאנטע גדולים איז, בקיצור נמרץ, אז דער פסול איז נישט דאס אז מ'זיצט אין א פלאץ וואס ס'קען נישט אריינרעגענען. דער תוס' (סוכה ב.) בשם ר"ת רעדט פון די פסול פון דירת קבע, אז דער מחיצה פון א סוכה מעג זיין א מחיצה פון קבע, אבער דער מחיצה פון די סכך, וואס דאס איז די עיקר סוכה, מוז זיין עראי, און קבוע במסמרים אדער די וואס ס'קען נישט אריינרעגענען טויג נישט. זאגען די פוסקים אז דאס איז אלס ווען די מחיצה איז דאס וואס בלאקירט די רעגן. טאמער די רעגן גייט ערגעץ אנדערש אנשטאט אין די סוכה מחמת א פאטענט, האט עס גארנישט מיט די קביעות פון די מחיצה, מיט די חוצץ צווישן די רעגן און די פלאץ ווי מ'זיצט, און ממילא לא ע"ז אמר קרא, מ'האט דאס קיינמאל נישט גע'אסר'ט. ממילא אלע פוסקים וואס רעדען דערוועגען, למשל דער פמ"ג אז ס'דארף קענען רעגענען אין די גאנצע סוכה, נישט נאר איין ווינקעל, צו דער ביכורי יעקב וואס זאגט אז ס'דארף רעגענען גענוג שתסרח המקפה אדער דער שו"ע הרב וואס רעדט פון די כוונה פון די סכך, אלס איז נאר קעגען א סוכה וואס די מחיצה פונ'ם סכך איז חוצץ בפני הגשם, און נישט אין די פאל.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 6:20 pm

· #299769
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
למעשה איז עס נישט דעמאלס ארויס אין מארק דוכט זיך, אבער פון א''י איז נישט קיין ראיה. יעצט וואס ס'איז ארויס דאהי, ווייס איך נישט. איך האב געפרעגט הרב אליהו לוין און ער האלט זיך פעסט. טאמער איך וועל האבען די געלט דאס צו קויפען, וועל איך עס קויפען, און איך וועל איהם בעטען ער זאל מיר מכבד זיין מאכען א ברכה אויפ'ן סוכה. הרב חיים קנייבסקי קען איך נישט בעטען, און די אנדערע ווילען דאך לעכער, וואס לויט הרב אלישיב ודעימיה דארף מען נישט.
דער עולם אין נ.י. רעדט פון דעם? די מודעות זענען אנגעקומען אהין? מ'הערט קול מבשר? וואס זאגט מען?

יהושע חיים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 8:19 pm

· #299787
ליידער מיט א פערזענליכע אגענדע

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 9:48 pm

· #299798
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
דער מ''ב איז נישט נאך א שיטה, ער איז מכריע אין דער ענין זע'ענדיג די אלע שיטות. טאמער אנדערע זע'ען נישט זיין הכרעה אלס א מחייב, האב איך נישט וואס אריינצורעדען. דער סיסטעם פון הכרעה איז א האקעלע, פאסט נישט פאר סתם מענטשען. מ'דארף קענען אפלערנען דער 'סוגיא דעלמא' און ווי איז דער פשטות און ווער איז דער מחדש. דעריבער פאסט נישט אויסצורעכענען נעמען. 'רבותא למחשב גברא'?
מ'דערציילט אז דער מ''ב האט געוויילט פערציג יאר ביים שרייבען דער מ''ב. פיהר פון זיי זענען געווידמעט אויף אויסצורעכענען דער משקל פון יעדער ראשון אין די פוסקים.
צו זאגען אז דער ראבי''ה האט א גאנץ נייע שיטה, בזמן אז דער עיקר רבינו תם זעט נישט אויס אזוי, ובפרט אז דער ציור פונ'ם ראבי''ה דארף נישט קיין גרויסע חידוש.
אוודאי איז אביסל רעגען שוין עפעס, אבער אויב מ'גייט אהין, דארף מען שוין נעמען אין חשבון דער ביכורי יעקב אז מ'דארף גענוג רעגען שתסרח המקפה.
איך ווייס נישט וואס האבען די גוים מיט די סוכה איינגעלייגט. יעדער סוכה דארף מען היטען, נישט נאר דער מיט'ן פאטענט

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 10:05 pm

· #299799
די אונטערשטע שורה סכך איז נישט קיין כלי?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 10:24 pm

· #299801
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
אויב יא, איז יעדער באמבו. נאר וואס? ס'פעלט צוויי עקען. נו, דא אויכ'ט.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 7:07 am

· #299826
ליטוואק פון בודאפעסט
אויב יא, איז יעדער באמבו. נאר וואס? ס'פעלט צוויי עקען. נו, דא אויכ'ט.

לא הבנתי.
יעדע בעמבא איז פארמאכט, משא"כ די האלבע איז ממש א כלי לקבל, הן מי הגשמים והן די בעמבא משכבה העליונה?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 7:26 am

· #299827
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
איך קען נישט די הלכות, אבער אפילו פון די אוסרים דעמאלס האט מען נישט געהערט די טענה. קען זיין אז מ'דארף פיהר עקען פאר קבלת טומאה, ווער ווייסט?
איך קוק דא אן א מחלוקת, מיט די רוב להיתר, אבער למעשה אפאר גרויסע האבען אויך גע'אסרט. איך פארשטיי נאר נישט א מערכה לאיסור. ממילא להיתר, איינער מאכט דאך פרנסה דערפון. אבער לאיסור, וואס האט ער דערפון? זאל יעדער פסקנ'ען ווי ער גלויבט. ס'איז דאך נישט קיין ציבור זאך וואס ס'דארף א ציבור פסק.
נו נו, וואס פארשטייען מיר אונז קרויטקעפ?

איש עברי » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 7:29 am

· #299828
להערה בעלמא: די פאקט איז אז עס רעגנט יא אריין אין די סארט סכך, איך האב אליין בייגעוואוינט א שטארקע רעגן און עס האט היבש אריינגערעגנט, דעריבער איז מער וויניגער די גאנצע מערכה נאך א חדשאסורמןהתורה מערכה און האט גאנץ ווייניג צוטוהן מיט הלכות סוכה.

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 8:00 am

· #299829
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
ר משה שטרנבוך שרייבט אז אויף די רעקלאמען זאל מען ארויסשרייבן אז עס רעגנט אריין (דאס איז אמת כנ"ל) כדי עס זאל נישט זיין קיין חסרון כוונה (לויט די ר"ת)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:35 am

· #299853
יעצט געזען אינ'ם תשובה פון הרב מח"א פאדווא שליט"א לאנדאנער רב. דאס איז געצילט צו @אנאנים וואס האט טענות אז איך האב אנגענומען כפשוטו אז דער ר"ת איז נאר לכתחלה וועגען די הכרעה פונ'ם מ"ב.
דער גאנצע תשובה איז כדאי צו זען דא. ער לערנט שטארק, און מ'זעט דער חילוק צווישען איהם און דער בא אחריו אין יענער קובץ.
יעצט בין איך 'שטאלץ צו זיין א לאנדאנער'.
📎 Rav Padva.png

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:42 am

· #299854
ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נישט די הלכות,

איך יא. ס'איז סכך פסול אן קיין ספק.

שטייט פון ספרים הקדושים אז פאר משיח וועט קומען, די לעצטע ניסיון וועט זיין אין הלכות סוכה...

די נייע סכך איז פסול. ס'איז כאילו מ'דעקט צו די סוכה מיט האלצענע טעפלעך!

ובאתי על החותם... הק'.... בלאממממווורר... נכד... זצצקקללההללהה...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 11:49 am

· #299856
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
ווען מ'האט דערמאנט דער קעגענער פון אנטווערפען, האב איך מורא געהאט מ'וועט אריינשטופען אין צימעס. יעצט האב איך מורא פון 'א שמייכעל'.

lazar » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 12:41 pm

· #299862
ר' יחזקאל ראטה האט געשריבן עפעס א מכתב אז זיין היתר איז נאר פאר די שכבה תחתונה, אבער נישט פאר די שכבה עליונה.

איינער קען אפשר מסביר זיין וויאזוי ס'ארבעט די שכבה עליונה און תחתונה?

קען מען אפשר זעהן קלארע בילדער פון עס?

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 12:55 pm

· #299865
איך שטעל זיך פאר עפעס אזוי.
📎 IMG_20150907_130021.jpg

lazar » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 1:16 pm

· #299870
דאס ווייס איך, מיין פראגע איז נאר וויאזוי ארבעט די מציאות הדברים? קומט די שכבה עליונה אזוי ווי א שלאק וואס מ'קען עפענען אדער צומאכן?

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 2:36 pm

· #299883
lazar
דאס ווייס איך, מיין פראגע איז נאר וויאזוי ארבעט די מציאות הדברים? קומט די שכבה עליונה אזוי ווי א שלאק וואס מ'קען עפענען אדער צומאכן?


אזוי האט מען געזאגט פאר קארלסבורגער רב און אויף דעם סמך האט ער געגבן די היתר

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 2:37 pm

· #299884
דער שכבה תחתונה האלט ציריק זיבעציג פראצענט פון א רעגן (כך שמעתי) און נאכאלס האט קארלסבורגער רב מתיר געווען

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 2:45 pm

· #299886
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
אזוי גייט דער וועלט

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 3:34 pm

· #299895
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
יהושע חיים
lazar
דאס ווייס איך, מיין פראגע איז נאר וויאזוי ארבעט די מציאות הדברים? קומט די שכבה עליונה אזוי ווי א שלאק וואס מ'קען עפענען אדער צומאכן?


אזוי האט מען געזאגט פאר קארלסבורגער רב און אויף דעם סמך האט ער געגבן די היתר

ניין. ער האט אייביג געוואוסט דער מציאות. אינ'ם בריוו פונ'ם קארלסבורגער ב''ד איז דא א בילד פונקט ווי ישראל קאפקע שטעלט עס פאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 3:53 pm

· #299900
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
כעלעמער מגיד - אז איך דארף קען מען זיך אריינלאזען אין א שמועס וועגען די חילוק צווישען א הכרעה און א הלכה, אבער אז דו זעסט נישט קיין חילוק, פארוואס הייבסט דו אן ביים לבוש? הייב אן ביי רבינו תם.
דער מ''ב דינגט זיך נישט אויפ'ן מג''א אז מ'זאל עס רעכענען פאר צוויי דעות. נאך די פריערדיגע פוסקים, האט ער איינגעזעהן וויאזוי די הכרעה דארף זיין. איינער וואס איז מכריע אנדעריש, איז נישט דער טייטש ער שטייט מיט'ן ב''ח ועוד, נאר ער דינגט זיך גלאט אויפ'ן מ''ב. נישט אז דער וואס קען טאר נישט, אבער דא איז עס א הכרעה שאלה, נישט קיין הלכה שאלה.
דער עיקר לגבי די סוכה, אף לשיטת ר''ת, פאר דער וואס האט נישט קיין איעגענע מיינונג, אז אויף איין זייט שטייט (פונ'ם היינטיגע דורות) הרב אלישיב, הרב שלמה זלמן אויערבאך, הרב שמואל וואזנער, הרב חיים פנחס שיינבערג, הרב הענאך פאדווא זצ''ל און להבחל''ח הרב פישל הערשקאוויץ, הרב משה שטערנבוך, הרב אליהו לוין און הרב מח''א פאדווא. פון די אנדערע זייט שטייען הרב מאיר בראנסדורפער און דער מנחת יצחק זצ''ל.
עכ''פ די וואס האבען געפסקנ'ט בכתב פון די גדולי הרבנים והפוסקים. אויסער דעם איז דא קלענערע וואס שרייבען מיינונגען, אבער אדער נישט מיושבי על מדין אדער נישט קיין תשובות. (איך ווייס אז דער מנח''י האט אויך נישט קיין תשובה, אבער ער איז אזא אנגענומענע פוסק אין געוויסע קרייזען, אז זיין מיינונג אליינס איז אזוי ווערט פאר'ן ציבור)

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 5:29 pm

· #299928
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
הרב ליטוואק
רב וואזנער בלייבט נישט להיתר (מחמת געפיל אבער למעשה בלייבט ער נישט להיתר)
און אויך ר משה שטערנבוך שרייבט נישט קיין מסקנה ער ברענגט ביידע צדדים און איז נישט מכריע (און חלק ב אפשר שרייבט ער שפעטער עפעס אנדערש)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:30 pm

· #299948
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
הלכות געפיהל איז גאר אן אנדערע זאך. איך רעד הלכות סוכה.

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 6:52 pm

· #299957
עמק תשובה חלק ג סימן מ"ט גייט אויך מער לאיסר

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 7:04 am

· #300009
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
יעצט נאכגעקוקט דער עמק התשובה. פארקערט, ער זאגט דארט להיתר. צום סוף 'וויל' ער נישט למעשה וועגען חדשאסורמןהתורה פראבלעמען, אבער אין הלכות סוכה איז ער די שארפסטע מתיר לע''ע. און זיין עיקר פראבלעם מיט די התחדשות איז נישט ווייל ס'רעגענט נישט, נאר סוכה מדובללת עי''ש.
ע"ע להורות נתן וואס רעדט בעיקר וועגען קבלת טומאה.

lazar » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 12:30 pm

· #300049
וויאזוי ארבעט אבער די שכבה עליונה און תחתונה, ס'קומט א בענדל וואס מ'קען עס עפענען און צומאכן?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 1:59 pm

· #300064
ווען מ'וויל זיך פארלאזען אויף איינעם, זאל מען פון די אינטערנעט קיין ראיה נישט ברענגען. אבער לגבי רעדען אין לערנען קען מען ברענגען פון אומעטום.
דער עמק התשובה זאגט אז דער שיטה פון ר"ת איז נאר ווען די סכך איז אזוי דיק אז די רעגען קען נישט אריינפאלען. אבער טאמער מ'גייט מיט א פאטענט, איז עס נישט פסול. דאס איז דלא כהקנה בשם און די מנחת יצחק.
דערנאך לאזט ער זיך אריין אין א נייעם חידוש, ללא מקור מהפוסקים, אז ס'דארף זיין א פסול פון סוכה מדובללת, וואס די גמרא איז מכשיר לענין צלתה מרובה מחמתה, אבער ער וויל שפארען א חומרא דערפון, אז מ'קוקט עס אן כאילו די אויבישטער שכבה איז אראפ און ס'איז איין גרויסע סכך. אבער דאס איז איהם נישט גענוג, ווייל אויב אזוי זאל יעדער סוכה מדובללת זיין פסול, נאר טאמער ס'טוט אויך אפשטעלען די רעגען, האט ער עפעס א צירוף צווישען די צוויי צו מאכען א פסול.
הייסט'ס אין די עיקר סברא פון תוס' איז ער חולק אויף די אוסרים, און ער איז ממציא א נייע סברא, וואס ווען מ'ברענגט עס צווישען לומדים נעמען זיי זיך לאכען, און אזוי פאבריצירט אן איסור אן א ראיה.
דער וואס וויל זיך 'פארלאזען' אויף איהם קען טאקע נישט, אבער אין די סברא וואס מ'קען יא נוצען, איז ער מסכים לדעת המתירים.
דעריבער איז ער אין די חשבון פון די מתירים, ביז צו די לעצטיגע חזרה, וואס מ'האט מפרסם געווען קעגען די דעת פון זיין ב"ד.
הרב נתן געשטעטנער רעדט פון די אלטע פראבלעם וואס גילט נישט ביי באמבו, די פראבלעם פון אין מסככין בנסרים. דאס האט געפאסט דעמאלס ביים אנטווערפענער סכך, אבער נישט ביי די סכך, דעריבער זענען זיין חששות נאר נוגע לגבי קבלת טומאה.
בעזרת ה' וועלען אלע קץ מגולות זיין אזוי קלאר!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 5:28 pm

· #300113
אקעי, לאמיר אנהייבען נאכאמאל. ביסט גערעכט. איך האב נישט געדארפט זאגען אז ער איז מתיר, ווען דאס איז נישט זיין פסק, נאר אין די ראמען פון וואס איך קלער אין די סוגיא איז ער מסכים צו וואס איך האב אלס געטראכט, נאר מיט עפעס צוגעלייגט.

לאמיר זיך נעמען צו זיין תשובה.

ער שרייבט אז דער סברא פון הרב מיללער איז ריכטיג 'ומצא חן בעיניו' אז ס'איז נאר א דין אין ווי דיק און שטארק די סכך מעג זיין, נישט אז מ'טאר נישט זיצען אין א פלאץ ווי ס'רעגענט נישט. מיט דעם דינגט ער זיך טאקע מיט'ן קנה בשם. ער שרייבט אבער אז ווען די סכך איז אפגערוקט איינער פון די צווייטער, קוקט מען עס אן כאילו ס'איז צוזאמען, און ממילא טאמער ס'לאזט נישט אריינרעגענען, בלייבט עס פסול.

ס'איז דא צוויי פראבלעמען מיט וואס ער זאגט. איינס, ער האט נישט קיין ראיה אז מ'זאגט די הלכה פון סוכה מדובללת לחומרא אויך, און ס'איז בכלל נישט מוכרח. דאס אז מ'דארף האבען צלתה מרובה מחמתה איז דער גדר פון די סוכה, די צל אין וואס ער זיצט, וואס דאס איז דער עיקר פון די סוכה. טאמער ס'באשיצט נישט פון די זון, איז עס נישט די מחיצה. יעצט דאס איז נאר א שיעור אין יענער מחיצה, דעריבער טאמער למעשה איז ער בחמה, נאר דער מחיצה קען מהלכות מחיצה איהם באשיצען פון די חמה, איז עס א מחיצה לענין סוכה. דער פסול פון נישט אריינרעגענען איז א דין אין סוכה דירת עראי בעינן, ס'איז א גדר אז דער סכך מוז בלייבען עראי נישט קבע, און די קנה מדה איז אריינרעגענען. אין סוכה המובללת האט ער נישט אויפגעוויזען אז דער דין פון לבוד שטעלט די צוויי צוזאמען אויף צו מאכען א קביעות. דער גאנצע הלכה פון צלתה מרובה מחמתה איז אין די היקף המחיצה, נישט אין די צל וואס ס'גיבט. מ'איז דן הלכות ביטול ברוב, הלכות רובו ככולו, נישט ארייננעמענדיג אין חשבון די למעשה'דיגע צל. דעריבער איז עס די זעלבע זאך אז הלכות לבוד קען עס טוישען, הגם די זון איז נאך דארט. ביי אונז זעט מען נאר אז דער מחיצה טאר נישט אפשטעלען די רעגען פון אריינקומען, און טאמער ס'טוט אזא ארבעט, איז עס פסול. ס'דארף נישט זיין קיין שום חילוק צווישען ג' טפחים און יותר מג' טפחים, און טאמער ס'איז נישט קבוע, דארף עס בלייבען כשר.

די צווייטע טעות זיינער איז אין די מציאות. דער סכך איז נישט חוצץ בין שתי שכבותיה אז דער רעגען קען נישט אריינקומען, און די סוכה המדובללת בין שתי שכבותיה שטעלט אפ דער זון. דער סכך ארבעט אין אן אופן אז מ'שטופט די רעגען צו אן אנדערע פלאף איידער ס'קומט אן אין די סוכה. טאמער ס'וועט זיך אנפילען די 'רער' וועט נישט העלפען דער סכך. דעריבער האט עס נישט קיין שייכות.

לגבי די עצם הלכה בדיעבד, זאגט ער אז דא איז לכתחלה נישט בדיעבד, ווייס איך שוין נישט וואס דו רעדסט אז 'ער נעמט עס אן בדיעבד'. נר אזויפיל ביסטו מודה מסתמא, אז נישט איך און נישט דיר און נישט ר' יחזקאל זענען בעלי דעה כלפי אזא מחלוקת ראשונים. ד שאלה איז נאר ווי זיי האבען אנגענומען אין די פריערדיגע. דעריבער קענסטו מיר נאר זאגען אז ר' יחזקאל דינגט זיך מיט'ן היינטיגע בעל הילולא. איך וואלט עס נישט אנגערופען א מחלוקת, אבער עכ"פ קיין מ"ד כלפי איהם איז ער נישט.

די צוויי פראבלעמען פון הרב נתן געשטעטנער גילטען נישט אין די פאל, דא איז נישט חקוק, ממילא איז עס נישט מקבל טומאה אפילו לויט יענער שיטות. און דער מנהג שלא לסכך בנסרים איז נישט קיין שאלה אין די סוכה נאר אין אלע באמבו, אשר כבר נהגו לסכך בהן, און אזוי ווי ביי נסרים זעלבסט מעג מען טאמער נהגו אזוי, און טאקע דאס שרייבט הרב אלישיב אין די סוף פון זיינע תשובה. דער סבה פונ'ם חשש נסרים איז נישט וויכטיג יעצט, און ער איז נישט די מ"ד צו האלטען אדער נישט צו האלטען פון די סמ"ק. בקיצור, ער האט גארנישט אריינגערעדט אין דער חידוש פון הרב אלישיב וואס דער קנה בשם האט זיך נישט צוטוהן געמאכט דערפון.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 6:31 pm

· #300136
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
מיר טענה'ן זיך דא אויף עפעס אנדעריש. איך רעד פון די 'סברא' פונ'ם עמק התשובה, און דו רעדסט פון די הלכה למעשה וואס ער רעדט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 6:35 pm

· #300138
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
נישט לאזען דורכרעגענען במציאות איז נישט זיין פראבלעם, נאר ווען ס'איז מחמת די דיק'קייט. ווי האט ער דא דיק'קייט? נאר ווייל רואין, וכמו''ש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 7:11 pm

· #300149
נאך א טעות זיינער איז אין די הלכה פון חבוט רמי, וואס ער פארזעט די סוגיא אין גאנצען. די גמרא ברענגט דאך א ראיה פון א משנה אין אהלות, וואס דארט איז קלאר אז מ'זאגט נאר די הלכה פון חבוט רמי ווען ס'איז דא פלאץ צווישען די אונטערשטע שכבה אז די אויבערשטער זאל אריין פאסען. טאמער ס'איז צו ברייט און ס'פאסט נישט אריין זאגט מען עס נישט, און אזוי פסקנ'ט דער ר"ן דארט, וכ"פ הרמ"א בסי' תרל"א סעי' ה'. (ועי"ש בביאור הגר"א שחילק בין טפח ליותא על טפח, ואפי' לשיטתו הכא אין ביניהם פותח טפח).

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 7:32 pm

· #300154
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
דכל פסול שאין הגשמים יכולין לירד בו הוא פסול 'בשיעור הסכך' המכשיר את הסוכה שאותו הסכך צריך שיהא באופן שהגשמים יכולין לירד בו.
דאס איז זיין לשון, אז די הלכה איז אין די מאס סכך, וויפיל סכך מ'מעג לייגען.
דער חבוט רמי איז נישט וואס 'געפעלט מיר'. איך, און א צווייטען, זענען נישט קיין מחותנים דא. די שאלה וואס שטייט אין תורה, און דא האט מען געטראפען א טעות בדבר משנה ביי איהם. איך האב נאך אזעלכע ביי איהם אין אנדערע הלכות, ואכמ''ל.

לבלר » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:39 pm

· #300630
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
לאמיר רעדן תכלית?
וויפעל מער קאסט די סכך ?
ווי קען איך עס קיופען?

שלום על ישראל » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 11:49 pm

· #300811
702222918_36865_5514339973068291193.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 5:23 pm

· #302601
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבען, אבער נישט פאר יעצט. ס'איז געווען מסירות אויף אפצוהאלטען די סחורה ביים פארט, צעטליך מיט זיופים ושקרים (א פסק פון ר' משה פיינשטיין? !) און נאך, אבער למעשה האט זיך אלס פארקויפט. הייסט'ס דער ערשטע שיף איז אנגעקומען באצייטענס און אויספארקויפט. די צווייטע איז ערשט אנגעקומען נאך יוהכ''פ, אדאנק די מסירות פון די 'לאפרושי מאיסורא'ניקס', אבער דער אינשוראנס צאלט עס אויס, ממילא האט ער פארדינט נאך מער ווי ווען יענער גייט גראד מיט מפרסם זיין די אוסרים.
די רשימה פון מענטשען וואס האבען געשריבען א קלארער מיינונג מפיהם אדער מפי תלמידיהם שטייט, כפי מיטב זכרוני אזוי;
להיתר-
משנה ברורה (אז נאר מיט מסמרים האט ר''ת גערעדט)
הרב אלישיב
הרב ישראל יעקב פישער
הרב שלמה זלמן אויערבאך
הרב חיים פנחס שיינבערג
הרב הענאך פאדווא
הרב שמואל וואזנער
הרב חיים קרייסווירטה
הרב פישעל הערשקאוויץ
הרב חיים קנייבסק
הרב מח''א פאדווא

לאיסור-
הרב מאיר בראנסדארפער
א הסכמה להנ''ל פון הרב יצחק יעקב ווייס
הרב בנימין זילבער
הרב יחזקאל ראטה

די קלענערע מו''צ'לעך וואס שרייבען מאמרים האב איך נישט געברענגט.

רימון » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 6:44 pm

· #302609
די מוצלעך ווי דו רופסט זיי זענען תלמידי חכמים מובהקים און ווי באקאנט האט דער דעברעצינער רב צוריקגעצויגן פון זיין היתר און געחתמעט לאיסור דערנאך וואס ער האט געליינט דעם בירור הלכה פון די מוצלעך!
פון רב וואזנער איז אויך דא א בריוו לאיסור ווייסעך נישט וויפיל ביזט נאמן אויף די אנדערע נעמען ודי בזה.

רימון » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 6:48 pm

· #302610
רבי משה שטערנבוך אסרט אויך
וכן ר' נסים קרליץ.
הרב אלישיבס היתר איז נישט געבויעט אויף עפעס א זוהר מ'זעט זיינע נימוקים, דברים פורחים באוויר, למשל דאס צוצושטעלן צו עשתרות קרניים איז א קינדישע סברא און די אלע נימוקים זיינע זענען אפגעוואנדן געווארן ע''י האוסרים בראיות ברורות.

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 7:59 pm

· #302611
המממ...

רימון
די מוצלעך ווי דו רופסט זיי זענען תלמידי חכמים מובהקים און ווי באקאנט האט דער דעברעצינער רב צורי...


רימון

הרב אלישיבס היתר איז נישט געבויעט אויף עפעס א זוהר מ'זעט זיינע נימוקים, דברים פורחים באוויר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 8:48 pm

· #302616
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
איך ווייס נישט פון בריווען, אין שבט הלוי זאגט ער להיתר.
איך ווייס נישט פון דער דעברעצינער רב, איך האב איהם נישט געברענגט ווייל איך האב גארנישט געהערט.
דער צעטעל אין צייטונג איז גאנץ קרום אויך. הרב משה שטערנבוך ברענגט סברות לכאן ולכאן, אבער ער איז נישט מכריע. הרב משה פיינשטיין רעדט בכלל נישט פון דעם, נאר פון די פלאסטיק משוגע'ת פון איינער פון די אוסרים, וואס ביי איהם איז א פלאסטיק דאך כשר, אבער די סכך איז פסול. ר' משה מאכט איהם אוועק, אבער צו די סכך האט עס נישט.
נאך א קרומקייט זיינער איז לגבי הרב אלישיב, וואס האט מתיר געווען בשופי, נישט נאר בשעת רעגען, און רוח ויתושים איז נישט זיין סברא, עיי''ש וואס ער דערמאנט עס אבער נישט לגבי זיין עיקר פסק. הרב ישראל יעקב פישער אין אבן ישראל איז מתיר קלאר בכל אופן, דעריבער איז דער שקר נאך מער ווען ער זאגט אז 'אין לה אפי' דעה יחידאי', אפילו לפי חילוקו וואס ער וויל מאכען.
און וועגען די אנדערע פוסקים מאכט ער זיך נישט צוטוהן, מסתמא שלא לפרסם את שמותיהם.
דער קובץ 'הפסגה' פון א פאר אומבאקאנטע ליטווישע רבנים רעדט פון א גלאזענער דאך, נישט פון די פאטענט, און ר' שלמה'לע ווילנא (די איינציגסטע באקאנטע דארט, וואס איינער פון די רבנימ'לעך ברענגען צו) איז עס דעריבער מסביר.
דער מ''ב מוז איך נאכאמאל נאכקוקוען, ווייל לע''ע האב איך עס פארלוירען. טאמער איך טרעף עס נישט, סמי מכאן מ''ב וואס האט דעמאלס גארנישט געזאגט.
הרב אליהו לוין שליט''א האט עס אויף זיין סוכה, נאר אויף א חלק ווייל ס'איז זייער טייער. מ'האט איהם געמאלדען א מתנה אבער ער האט געזאגט 'ווי קען איך מתיר זיין און נאך דעם נעמען א מתנה?' (אינטרעסאנט, דער קארלסבורגער ב''ד האט געפאדערט $3000 פאר זייער פסק להיתר, און אויף מארגען איבערגעדרייט אן אפילו מודיע זיין. זעט אויס ארנטליכקייט קומט מיט.....)
ער האט מיר געזאגט אז ער וויל זיצען אין דער סוכה מפאת כבוד התורה. פרעג איך איהם 'כבודו פון הרב אלישיב?', זאגט ער 'ניין, די אוסרים לערנען אפ דער זאך קרום, און מ'דארף מכבד זיין גלאטער לערנען!'

יהושע חיים » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:47 pm

· #302632
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
ביידע זייטן האבן אגענדעס דעריבער טאר מען זיך נישט פארלאזן אויף קיין פאסטערס און אויף שמועות נאר מען דארף זיך אליין אראפ זעצן און דורך טיהן די סוגיה

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:30 pm

· #352765
ברוך השם!
היי יאר האב איך זיך פארהאנדעלט א מטר מאט פאר א דריטעל פון מיין סוכה. א שכן מיינע האט עס געקויפט פאראיאר'ן און היי יאר איז ער געפארען קיין א"י (דער וואס קען ערלויבען דער טייערע סכך קען ערלויבען צו נעמען די משפחה קיין א"י...). איך זיץ מיר יעצט אין סוכה אין די חלק ווי מ'האט עס געלייגט און איך קוק ווי ס'טראפט אין די אנדערע זייט פון די נאסע סכך.

איך האב היינט געהאט א ברית פון א חבר'ס א קינד, כמבואר כאן, און אין מיט'ן דאווענען האט זיך עס גענומען רעגענען שטארק. דער סעודה האט מען אויפגעשטעלט אין בית המדרש (ס'איז א נוסח ספרד שול, ווי די זאכען ווערען ערלויבט) און מ'האט זיך דארט געוואשען. איך האב געקלערט צו זיך 'ממילא דער עולם, זיי זענען דאך מצטערים, זיי האבען נישט קיין סוכה ווי צו גייען. איך האב אבער יא, פארוואס זאל איך מעגען זיך וואשען דא? נאר פאר די סעודת מצוה איז עס נישט מעגליך זיך צו באטייליגען אחוף ווען איך זיץ דא אין בית המדרש. למעשה ביני לביני האט זיך אויפגעהערט רעגענען פאר דעם וואס איך האב זיך געוואשען און איך האב שוין נישט געמעגט וואשען, האב איך אהיים גענומען א זעמעל און געגעבסען ביי מיר.

היי יאר איז עס נישט געווען פארקויפט, ער האט עס נישט פאבריצירט. דאס ביסל וואס איז געבליבען האט ער יא פארקויפט. בתוך הקונים איז געווען מונקאטשער רבי שליט"א, וואס האט עס געלייגט ביים פערזענליכע סוכות (האסט געמיינט א רעבע קען זיך באגענוגיגען מיט איין פריוואטע סוכה?) און בעז"ה וועט מען איבער א יאר פאבריצירען מער, ובתוכם לענגערע שטיקלעך.

אין בתי מדרשים אין לעיקוואוד האט מען פארטיילט א גליון פון דער טשיקאגא כולל, און דארט האט מען אראפ געברענגט פון ר' משה פיינשטיין אין ספר מסורת משה אז ער האט עס מתיר געווען לכתחילה און געזאגט אז אין יוראפ האבען אסאך אזוי געטוהן אפצוהאלטען די רעגען. טאמער איך וועל קענען וועל איך ארויפשטעלען א קאפי. טאמער איינער האט דער ספר מסורת משה, איז ער געבעטען דאס ארויף צו שטעלען.

יב הלוי סאלאווייטשיק » פרייטאג אקטאבער 21, 2016 3:38 pm

· #352789
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
אגב אז סאיז נאר אויף א דריטל סוכה פאלט א וועק נאך אסאך שאלות..
ווייל די פסיל פין נישט קענען אריינרעגענען איז לכאורה א דין אין די סוכה בכללית,,
אין נישט אין די סכך (דהיינו סאיז נישט קיין סכך פסול..)

קינד_אן_קייט » מוצ"ש אקטאבער 22, 2016 9:20 pm

· #352807
קאווע טרינקער
די אונטערשטע שורה סכך איז נישט קיין כלי?

כ׳האב אנגעפרעגט א מו״ץ און ער האט גע'פסק׳נט לאיסור מטעם זה.

יהושע חיים » זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:51 am

· #352827
Re: די נייע סכך וואס לאזט נישט אריינרעגענען מטר-מעט
קינד_אן_קייט
קאווע טרינקער
די אונטערשטע שורה סכך איז נישט קיין כלי?

כ׳האב אנגעפרעגט א מו״ץ און ער האט גע'פסק׳נט לאיסור מטעם זה.

זייער אינטערסאנט ווייל עס האט נישט קיין בית קיבל
און אויב הייסט דאס א כלי וויאזוי ברענגט ער מי גשמים צו זיין מקוה אן דעם וואס עס זאל ווערן שאובים?