ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #341
ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
העלפט אנדערע אידען מיט גיטע איידיעס ווי צו טראגן די קינדער
פאר קליינע אין עלטערע
סאיז 4 טעג די יאר
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
בראנקס זו, פראספעקט פארק זו, סענטראל פארק - ס'פעלען איידיעס?
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
TAkE them 2 LAKEWOOD
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
איך זוך אינדאאר פלעצער, די וועטער נביא זאגט פאר א קאלטע חוה"מ
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
יידלבראנקס זו, פראספעקט פארק זו, סענטראל פארק - ס'פעלען איידיעס?
שוין אלע אויסגעטשעקט.
עני מאר איידיעס?
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
http://forums.dansdeals.com/index.php?topic=14985.0
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
געוואלד, ס'איז שוין חול המועד!! ווי גייט מען חול המועד האלטען? 😳
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
http://uploads.static.vosizneias.com/20 ... r-2012.pdf
http://uploads.static.vosizneias.com/20 ... Pesach.pdf
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
סיז דא א קאר שוי אין דשאוויץ סענטער אינטערעסאנט פאר גרויסע קינדער טאטעס און פאר מאמעס וואס ליגען אין קארס
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
ווייסט איינער ווי עס איז דא אין ברוקלין/מאנהעטאן אדער ערגעץ און די געגענט א אינדאר פלאץ פון געימס גא קארס אייס סקעיטינג וכדו׳ אזא בחינה ווי ניו ראק סיטי?
קרעקערסיז דא א קאר שוי אין דשאוויץ סענטער אינטערעסאנט פאר גרויסע קינדער טאטעס און פאר מאמעס וואס ליגען אין קארס
קאסט עס ? וויפיל $ ?,
אוי טאטיווייסט איינער ווי עס איז דא אין ברוקלין/מאנהעטאן אדער ערגעץ און די געגענט א אינדאר פלאץ פון געימס גא קארס אייס סקעיטינג וכדו׳ אזא בחינה ווי ניו ראק סיטי?
פאליסעיד'ס מאאל אפשר ??
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
אוי טאטיווייסט איינער ווי עס איז דא אין ברוקלין/מאנהעטאן אדער ערגעץ און די געגענט א אינדאר פלאץ פון געימס גא קארס אייס סקעיטינג וכדו׳ אזא בחינה ווי ניו ראק סיטי?
Chelsea piers?
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
אין בארא פארק קען מען גיין צו בארא פארק טרענזיט מיוזעום, אויף ניו יוטרעכט עוועניו, מ'קען זען דארט אלט מאדישע טרעינ'ס און מ'קען אפילו פארן אויף זיי...
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
געפילטע פישאוי טאטיווייסט איינער ווי עס איז דא אין ברוקלין/מאנהעטאן אדער ערגעץ און די געגענט א אינדאר פלאץ פון געימס גא קארס אייס סקעיטינג וכדו׳ אזא בחינה ווי ניו ראק סיטי?
Chelsea piers?
א גרויסע שכח דעיס איז טאקע זייער גוט! אבער איך זיך אינדאר!
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
למעשה זעמיר היינט געווען באזוכן אין די היסטארישע שטאט וויליאמסבורג,
עס איז געווען מוראדיג אינטערסאנט צו באטראכטן די אלע אלטע היסטארישע געביידעס ספעציעל די גאר אלטע געביידעס אויף בעדפארד עוו. מיט די בילדער פון מענטשען אויפן שפיץ!
דערנאך האט מען א טובה געטון די ווייב אין אריינגעסטאפט צום שוויגער אביסל און טועם געווען איר פיינע פסחדיגע געפילטע פיש וואס איך הער שוין רעדן דערפין זייט צום גדליה ווי גוט דאס איז און ווי ספעשאל זי מאכט עס....
איבער אלעם איז די אינטערסאנטסטע געווען צו זעהן ווי די וויליאמסבורגע אידן קוקן אונז אן שפאצירענדיג אויף ליי עוו מיט גרויס ווינדער כאילו אונז זענען די מענטשען פון די יו עף אוס...
שוין וואסא חילוק אבי אונז האבן מקיים געווען די מצות עשה פון גיין כאלאמוידהאלטען....
איי איז דאס געווען א חול המועד צום געדענקן!!
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
האסט טאקע א גרינער קאפ אז מען טראכט אז דו קומסט פון א UFO?
דעינעשקרעקערסיז דא א קאר שוי אין דשאוויץ סענטער אינטערעסאנט פאר גרויסע קינדער טאטעס און פאר מאמעס וואס ליגען אין קארס
קאסט עס ? וויפיל $ ?,
אוי טאטיווייסט איינער ווי עס איז דא אין ברוקלין/מאנהעטאן אדער ערגעץ און די געגענט א אינדאר פלאץ פון געימס גא קארס אייס סקעיטינג וכדו׳ אזא בחינה ווי ניו ראק סיטי?
פאליסעיד'ס מאאל אפשר ??
פאליסעיד'ס מאאל מיינעך איז פארמאכט דעים סעזאן, געפונט אויס בעפאר ביטע, יש"כ.
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
אמאל פלעגט מען קענען גיין אין בראנקס-זו יעדן מיטוואך חנם אין כסף, גייט עס נאך אן היינט צוטאגס?
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
דענקערhttp://uploads.static.vosizneias.com/2012/04/places-to-go-passover-2012.pdf
http://uploads.static.vosizneias.com/20 ... Pesach.pdf
שערקויעך פאר די פי די עףס. ר׳ ידען און די שטוב זיצן יעצט דערויף..
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
וויפיל קאסט היינט צוטאגס א רייד דארט ?
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
דריי דאללער א רייד.
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
איך וואלט אויך געזאגט מען זאל אויסבלוריען די דריי פנימער וועלכע מען זעט אינעם בילד.
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
Javaאיך וואלט אויך געזאגט מען זאל אויסבלוריען די דריי פנימער וועלכע מען זעט אינעם בילד.
די מיידעלעך? 😲
נא, למעשה ווי גייט מען?
לוינט זיך צו גיין צו וואשינגטאן די. סי. דעם חול המועד?
איך טראכט פון צוויי טעג און איבער שלאפן איין נאכט.
איז דא כשרע עסן? סוכות? מנינים?
וועלעכע פלעצער לוינט צו גיין?
ווי לוינט זיך איבער שלאפן?
ווען איז די בעסטע צו ארויס פארן?
ווי אזוי גייט מען ארום דארט? מיטן קאר? באסעס? טעקסי? טרעין?
ביטע העלפט ארויס.
א דאנק.
סאשי פישנא, למעשה ווי גייט מען?
I would say try Nagra Falls its really interesting can you have a lot of time for it
נו ?
עפעס א גוטער רעיון? נישט ווייט פון מאנהעטען
tomorow the lest day
http://www.pacplex.com/
Philadelphia Zoo is very nice and relaxing. Also not too much to walk.
נו? ווי קען מען גיין דער יאר
איך בין געגאנגען כולאמויעדען מיט מיין משפחה קיין ברוקלין צום אידישען געגענט דארט, ווי איך האב משפחה. 82טע גאס איז פונקט אין מיט'ן דער אידישע געגענט און הארט ביים אראפ קומען פונ'ם בריק זענען מיר געווען אין דער ירושלים דאמעריקא, דער קעלם דברוקלין. נאך א פליישיגע סעודה זענען מיר געגאנגען מנחה'ן אין די צענטער פון דער וועלט (טאקע דער וועלט וואס לעבט אין א טעות). א מנחה האט מען געפראוועט אזוי לאנג ווי שחרית און מוסף, מיט הושענות און תחנון, אבער אלס קומט צו א סוף און מיט א היום תאמצנו זענען מיר אויפ'ן וועג.
פאר מיין לעיקוואודער געהאדעוועטער קינדער, איז גענוג א ניו יארקער באן פאר אן עקסייטינג חולאמויעד, און ווען ס'גייט מיט א פעררי רייזע, קען מען אפשטופען משיח פאר דעם אויך. דאס איז נאך מער געשמאק ווי טרעפען ישן אוטס נאך חנוכה, צו זיך וואשען אויף מזונות ברויט.
גייען מיר אויפ'ן באן אויפ'ן וועג צום ס.א. פעררי. פלוצלונג קומען ארויף נאך אידישער געזיכטען. ס'איז דא נאך אידישע געגענטער אין ברוקלין אחוץ בענסאנהירסט? זעט זיך אויס אז יא. כל מיני יונגע פארעלעך קומען דא ארויף. יונגעלייט מיט שטריימלאך, בלויז מיט בעקיטשעס, און איינער שטייט אין קלאצט מיט אן אפענע טלית קטן. ווייבער מיט שפיצלעך, הייבען, הוטען און איינער נישט מיר געדאכט מיט א גענצליכע אפענע שייטעל. טאמער זו זעסט א ליטוואק מיט א פאר קינדער כאפען אן זיין רעקעל און א פאר ספרים אונטער'ן ארעם, ביטע נישט אויסזאגען משום גילוי.
דעמאלס האב איך געכאפט פארוואס מיר ליטוואקעס זענען מקנא די חסידים. האלטס ענק מיט מנחה נאכ'ן שקיעה, שחרית נאך זמן תפלה, חדש מזונות ברויט, יאגען מנחה יוכ"פ און טראגען מיט פסול'ע עירובין. ווען דער אראנזשירטע הייראטונג, ווען ס'געלונגט, מיינט אז די ניינצען יעריגע שנוק אויפ'ן באן האט געמאכט שמועס'ן געמוטליך מיט זיין יונגע ווייב'ל, האט מען שוין וואס מקנא צו זיין. ווען איך בין געווען אכצען ניינצען, האב איך ניטאמאל געמעגט חלומ'ן פון אזא זאך. נאך פיהר פינף יאר פון זיך שלאגען מיט זיך צו האלטען דער קאפ ריין אויף תורה האט מיר געווארט, און דער יואלי באקומט עס אזוי אויף א זילבערנעם טאץ. דאס האבען ענק, און מ'רעדט זיך נאך אפ דערוועגען!
א גוט מועד און א גוט קוויטעל.
Re: ווי גייט מען חולהמועד האלטען?
היינט האב איך גאר אן אנדערען טריפ. מיין חבר האט געהאט א אינגעל ערב שבת, און לעיקוואוד האט גאר אן אינטרעסאנטע מנהג. ווען איינער מאכט א ברית, שטעלט ער זיך אויף ביים סעודה און ער זאגט א שטיקל תורה אויף די סוגיא וואס ער לערנט אין כולל/ישיבה/חדר. ביי מיין לעצטע אינגעל האב איך זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבען דער שטיקעל מיט די תומים אין סימן כ"ה. מיין טאטע זז"ג איז א פיינעם ת"ח, אבער מיטהאלטען א תומים אין די שווערסטע סימן אין חו"מ נאך א לאנגע נסיעה איז נישט פאר איהם, נאר אפ"ה אזוי מוז מען טוהן. מ'פלעגט זאגען אז יעדער יונגערמאן, ווען ס'ווערט ביי איהם געבוירען א מיידעל ל"ע ול"א, זאגט ער א חבורה אין ישיבה. ער האט זיך צוגעגרייט פאר א אינגעל און דערווייל איז ארויס וואס איז ארויס.
אלזא, מיין חבר וויל זיך צוגרייטען צום מארגינדיגע ברית מיט א שטיקעל תורה. דער חבר האט אבער א ריזיגע פראבלעם. ביי זיין ערשטע אינגעל האט ער גערעדט אויפ'ן סוגיא פון כלתה קניינו, און ס'האט זיך געשלעפט פערציג מינוט! מ'טשעפערט איהם נאכאלס דערוועגען און זיין טאטע האט איהם נאכאלס נישט מוחל געווען. איך האב געזאגט דער חבר אז ביים אינגעל'ס שבע ברכות וועט מען רעדען פון זיין ברית. דעריבער דארף ער זיך פארקוקען מיט א צווייטען כדי נישט צו האלטען דער עולם אויף א חוה"מ ערב שבת און נישט דרשנ'ן צו לאנג.
פארצופאל האט דער יונגערמאן געוויילט סוכה אלס זיין עוה"ב מסכת, דעריבער פלאנט ער צו רעדען אויפ'ן סוגיא פון סוכת גנב"ך און סוכת היוצרים, נישט תן כזכי, צו ספק ערלה און ספק כלאי הכרם, אבער מיין ארבעט איז יעצט דא.
איינער וואס האט וואס צו זאגען אויף די סוגיא, בפרט דער מחלוקת מג"א און ב"ח סי' תרל"ה סק"א בנוגע צו רש"י דינגט זיך יא מיט די ר"ן צו נישט, זאל זיך נישט איינמעלדען ביז מארגען נאכמיטאג, כדי צו פארמיידען נאך א פערציג מינוט דרשה.
איי, וואס טוהן די קינדער? נו נו, די בני בית דארף דאך סיי ווי קאכען שבת, זאלען זיי איהר משוגע מאכען, פאר דעם איז זי געבוירען געווארען, ניין? און פאר דעם דארף מען דאך קויפען א יו"ט מתנה, ניין?
טאמער איינער קען ערלעדיגען א שמחת בית השואבה זעקס אזייגער נאכמיטאג, אז די קינדער זאלען קענען גייען, האפקעווען, עפעס טרינקען און דערנאך איינשלאפען אין א נארמאלע צייט, לו תהיה צדקה. פארוואס מוז אלס זיין שפעט?