געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9526
געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
ברוכים הבאים צום בית דין של מעלה, נאמען ביטע?
- בערקאוויטש?
וואס האסטו געטאן אין דיין לעבן?
- איך בין געווען א גרויסער איש חינוך, כ'האב אנגעפירט א בארימטן מוסד און זיך איבערגעגעבן צו מחנך זיין קינדער על טהרת הקודש.
גוט, אריין אין גיהנום.
- וו-א-א-א-א-ס???!!! גיהנום? פאר אלעס וואס כ'האב געטאן קומט זיך מיר נישט גן עדן???
ס'קומט זיך דיר, אבער ס'איז נישטא קיין פלאץ!
*
טייערע אידישע ברידער, די וואך פאנגט זיך אן סקול אין די בתי חינוך, און עטליכע הונדערט אידישע מיידלעך אין עיר התורה מאנסי זענען נישט אנגענומען געווארן אין קיין סקול! זיי בלייבן אין גאס! (דאס זעלבע קומט פאר אין עטליכע אנדערע שטעט אויך אבער אין מאנסי רעדט זיך עס פון א קאטאסטראפע ממש.)
שומו שמים! מיידלעך פון עכט נארמאלע און ערליכע שטיבער האבן נישט קיין סקול ואין פוצה פה ומצפצף. און ניין, מען רעדט נישט פון מיידלעך וועלכע האבן א שלעכטן רעקארד אדער וואס, אדער עלטערן וועלכע שטעלן זיך נישט צו. בכלל נישט! א גרויסער חלק פון די מיידלעך קומען פון העכסט נארמאלע משפחות וועלכע פאלגן אויס אלע תקנות! דער תירוץ איז, ס'איז נישטא קיין פלאץ!
מיט צוויי-דריי יאר צוריק האט זיך פארשפארט אַן ערליכע סקול אין מאנסי, צוליב געלט אישוס. עטליכע צענדליגער מיידלעך, עכט פרומע מיידלעך, זענען געבליבן אויפ'ן גאס פשוט ווייל יעדער מוסד האט געזאגט, פארוואס עפעס איז עס מיין פראבלעם? ס'איז יענעמ'ס פראבלעם. היי-יאר איז דא נאכאמאל א צרה, צוליב א סכסוך אין איין מוסד זענען פופציג מיידלעך אויף די גאס, עכט נארמאלע פרומע אידישע טעכטער. דער ענטפער פון יעדן מוסד איז, ס'איז נישט מיין פראבלעם, ס'איז יענעמ'ס. און די פופציג מיידלעך זענען בלויז א חלק פון דעם ברייטן פראבלעם.
רבותי, ווער נעמט אויף זיך די אחריות פון די הונדערטער אידישע מיידלעך וועלכע בלייבן אינדערהיים און וויינען מיט זודיגע טרערן, איבער זייער ביטערן שיקזאל, און קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון זיי?
ס'דארף באמערקט ווערן אז עטליכע מוסדות האבן א תירוץ אז זיי זענען ממש אנגעפולט און האבן נישט קיין פלאץ צוליב די ניי געקומענע איינוואוינער פון ברוקלין וועלכע האבן איבערגעפולט אלע קלאסן
וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די מענטשן וואס שיקן אונז ארויס שטימען? וואו זענען די רבנים? ווער דארף זיך זארגן פאר די אידישע טעכטער אויב נישט זיי?
וואו זענען די דעוועלאפערס וועלכע שארן גאלד א דאנק די וויליאמסבורגער און בארא פארקער וואס קומען אהער און זענען מייקר השער און טרייבן ארויף די פרייזן אז ס'זאל נישט בלייבן קיין עפארדעבל הייזער פאר די ארעמע מאנסיער אידן? זיי פאר'חזיר'ן די שטאט מיט טויזנטער דירות אויף שמאלע גאסן, וואס די שטאט קען נישט פארנעמען, אבער קענען נישט אראפגעבן אפאר דאלאר צו בויען בנינים פאר די מוסדות צו קענען ארייננעמען די קינדער פון די מאנסיער איינוואוינער?
פון וואנעט נעמט זיך די רשעות פון די געציילטע מוסדות'ן וואס האבן יא פלאץ אבער נעמען אויך נישט אריין קיין מיידלעך, מחמת זארג אז זיי וועלן באקומען א שלעכטן נאמען ווייל זיי נעמען יא, ווען אנדערע נעמען נישט?
ווען א צעבראכענער טאטע רופט א רב און באקלאגט זיך אז זיין טאכטער האט נישט קיין סקול איז דער ענטפער, "וואס קען איך טאן? גיי צו יענעם און יענעם עסקן. ער העלפט עלטערן וואס קענען נישט טרעפן קיין סקולס פאר זייערע קינדער." אזוי?! דו ביסט א רב אין שטאט, ס'איז דיין אחריות. ווען ס'איז דא א קריזיס פאר וועלכן ס'פארלאנגט זיך א רב מיט קוראזש, ווארפסטו עס ארויף אויף א גוטהארציגן עסקן וואס נעבעך די הייסע טרערן פון די צעבראכענע עלטערן האבן אים צוגעטרעטן צום הארץ און דעריבער פארשווענדעט ער טעג און נעכט צו העלפן אידישע קינדער און ער באקומט נישט באצאלט קיין פעני דערפאר?
מאנסיער אידן, וואס שלאפן מיר?
גייט כאפט א בליק וואס ס'טוט זיך יעדע נאכט ביי די הענגאוט פלעצער, וואו ס'פארברענגען יונגען מיט מוידן צוזאמען. די יונגען גייען נאך מיט קאפלעך, די מיידלעך גייען שוין מיט הויזן און זיי רעדן אידיש, מאמע לשון. מיט צוויי יאר צוריק זענען עס נאך געווען געציילטע קינדער. יעצט האלט עס שוין ביי צענדליגער.
יא, צענדליגער מיידלעך זענען ארויס לתרבות רעה וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין סקולס און זייער צאל וואקסט
און אונזערע רבנים שלאפן! און אונזערע דעוואלפערס שיקן אונז ארויס וואוטן אז זיי זאלן קענען ברענגען נאך וויליאמסבורגער און בארא פארקער אידן קיין מאנסי!
אויב איינער פרובירט אנרופן א דעוועלאפער און זיך אויסוויינען צו אים איבער דעם ביטערן מצב איז א שאד זיין מי. די דעוועלאפערס האבן שוין צוויי יאר צוריק אויפגעהערט אויפהייבן 845 עריע קאוד נאמבערס, ווייל זיי ווילן נישט דיעלן מיט די ארעמע מאנסיער שנארערס וועלכע קראצן צוזאם א דאלאר צו א דאלאר כדי צו קענען קויפן א הויז, ווען די 718 אידן אפפערן באלד 50 אלפים מער כדי אז דער דעוועלאפער זאל אוועקלייגן די דירה פאר אים און עס נישט געבן פאר אן אנדערן איד. און אז ער קען באצאלן 50 אלפים עקסטערע פאר א דירה האט ער נישט קיין פראבלעם צו באצאלן נאך 10 אדער 20 טויזנט דאלאר פאר'ן מוסד צו אננעמען זיינע קינדער אנשטאט די מאנסיער קינדער.
וואס זאל איך דיר זאגן??? מ'קען סך הכל צולייגן אז דאס שפילט זיך איבער און גייט זיך איבערשפילן יעדעס יאר ליידער
פונקט א יאר צוריק האט מען באוויינט דעם זעלבן אישו
דאיא, ס'איז א הימל געשריי, אבער נישט פאר די סבה וואס דו זאגסט. פארוואס זענען מיר אזוי אומבאלימפערט? ממילא ווען די קינדער זענען פראבלעמען, יתומים בחיי האב, צו שוואכע משפחות, האסטו א טענה, די שטאט דארף מטפל זיין מיט זיי ווייל די עלטערען קענען נישט.
אבער מיט 'נארמאלער' קינדער און 'נארמאלער' עלטערען, רבוש"ע! פארוואס קענען זיי זיך נישט אויפהייבען און טוהן צו דער זאך? פארוואס דארף אן 'עסקן\עשקן' דאס טוהן? און וואס איז אן עסקן? איינער וואס טוט. איז טו דו אויך! קיינער האלט ענק נישט צוריק. ממילא ווען מ'איז דערדרוקט אונטער א געזעלשאפט וואס לאזט נישט, קענסטו זאגען אז נאר שרייען קען מען. אבער דא, ווער האלט דיר צוריק?
טאמער מענטשען וואקסען אזוי אויף אז מ'דארף זיך נישט העלפען, נאר מוסדות, רבנים און עסקנים, איז דאס די פראבלעם. נישט אז ס'פעלט מוסדות אין מאנסי!
געהערט פונ'ן וואודרידזשע רב שליט"א – שקר אין לו רגלים, א סביבה וואס לערנט עפעס אויס פאר איהר מענטשען, איז נאר ווערט טאמער ס'שטעלט דער מענטש אויפ'ן פיס אז ער זאל קענען שפעטער אליינס לעבען. די סיסטעמ'ן וואס פאדער'ן אז מ'דארף דארט בלייבען א גאנץ לעבען, איז שקר. דער שקר וויל נישט מ'זאל אנטלויפען, שניידט ער קודם אפ די פיס. קושטא קאי, מיט'ן אמת קען מען שטייען אליינס, מ'דארף נישט בלייבען ביים רבי'ן א גאנצע טאג. ודפח"ח.
די עצה פאר די מיידלעך איז צו שיקען און ישיבה יוניבערסעטי.אזוי כאטש געבען א גוטע מאדערנע חינוך. ווייל דאס איז זיכער בעסער ווי בכלל נישט קיין חינוך אין זיך דרייען אין די גאס.
ניין ס'איז נישט אייביג מעגליך צו עפענען אן אייגענע מוסד!
1) רוב מוסדות וואס האבן זיך פארמאכט קומט טאקע פון דעם וואס עס זענען געווען זעלבסשטענדיגע מוסדות, זיי האבן זיך געמיטשעט מיטן טאג טעגליכן באדזשעט. און אסאך מאל איז דאס געווען די סיבה פארוואס דאס האט זיך אפגעשפארט. יעדער פארשטייט אז א מוסד וואס באלאנגט צו א קהילה האט פילפאכיג מער שאנסן צו בלייבן אפען.
2) אז א נייע מוסד מיטשעט זיך איז ממש נישט מעגליך בייצושטיין דעם נסיון און ארייננעמען סיי וועם וואס גייט זיי געבן אפאר ראניש, דארטן הייבט זיך אן די מערכה מיט די נייע עלטערן אז זיי גייען פילן אז זייערע קינדער זענען סעקאנד קלעס קינדער און לערנען מיט ווייסעך וועם.
3) שטאטעלעך! יעדע שטיק צייט זעהט מען אין מאנסי "מאנסי פאראייניגט!" קעגן די און די אישו, אמאל איז עס וואלן, א קאנדידאט, סתם א כינוס. ווי איז דאס אחדות יעצט? ווי זענען די רבנים "און" כלל טיער וואס פארשטייען אייביג אז מ'דארף אויף זיי האבן טראסט בלינדערהייט???
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
מדארף עפענען אייגענע קהלות , ווי לאנג וועט קלעקן די פאר איינצעלע קהלות וואס איז געווען גענוג פאר זעכציג יאר צוריק ?
[ציטאט אראפגענומען]
קוקט מיר אויס אז דו קענסט נישט קיין איינע פון די דריי מוסדות, מיאריטעט פון "אנשי שלומינו" קענען נישט אהינשיקן. וד"ל
יא, די פשוט'ע מאנסיער אידן ווייסן אז די דעוועלאפערס וועלן תיכף צוריקווארפן דעם שולד אויף זיי.
אבער ווער נאך ווי די דעוועלאפערס ווייסן וואספארא שקר דאס איז?
וויפיל מענטשן האבן שוין פרובירט צו עפענען מוסדות, און זיי האבן זיך פארמאכט ווייל זיי האבן נישט באקומען קיין שום הילף, און פון די אנדערע זייט האט מען זיי אונטערגעהאקט די פיס?
דער שרייבער דערמאנט טאקע אין זיין ארטיקל די סקול בנות חי', (דאכט זיך מיר אזוי האבן זיי געהייסן) געעפנט דורך עלטערן, וואס האט ביטער געסטראגלט פאר זיי האבן זיך פארמאכט. די אנדערע פריוואטע סקולס וואס זענען נאך דערווייל אפן מוטשען זיך אן קיין טראפ סופארט פון די רבנים און די דעוועלאפערס וואס ברענגען אהער גאנץ 11211 צו 10952, און פרייזן ארויס די לאנגיעריגע 10952 איינוואוינער פון זייערע הייזער און פון זייערע מוסדות.
נעם אזא מוסד ווי אמרי שפר וואס איז געעפנט געווארן דורך עלטערן, ווי זיי מוטשען זיך און וויפיל מאל זיי זענען שוין געקומען צו א מצב פון באנקראט. ס'איז א נס אז דער מוסד שטייט נאך בכלל אפן.
איך גיי שוין אפילו נישט אריינגיין וואספארא גיהנום עלטערן פון פריוואטע מוסדות גייען אריבער ווען זיי פרובירן אריינצולייגן זייערע קינדער אין ישיבה קטנה, וויבאלד אלס פריוואטע מוסדות זענען זיי אפגעפרעגט דורכ'ן סיסטעם.
די קלאסן זענען פול? נו אוודאי זענען די קלאסן פול, ווייל די דעוועלאפערס (רוב פון זיי וואוינען ניטאמאל דא) בויען און בויען און חזיר'ען אן די שטאט אן זיך רעכענען מיט די אינפראסטרוקטור וואס קען נישט פארנעמען דעם וואוקס.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די גאסן, וואס זענען שמאל און קליין, און האבן נישט קיין פלאץ פאר די קארס און באסעס. די זעלבע ראודס וואס זענען געבויט געווארן דרייסיג פערציג יאר צוריק, דארפן אקאמאדירן א טראפיק וואס איז פילפאכיג אזוי גרויס.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די דרעינעדזש וואס איז געבויט פאר א שטאט וואס פארמאגט אסאך לאנד און נישט אסאך פארבויטע ערד. יעדעס מאל ווען ס'קומט א גרויסער רעגן קומען פאר שווערע פארפלייצונגען אין מאנסי און אין ספרינג וואלי, ווען אין די ארומיגע ווילעדזשעס איז נישטא קיין שום פראבלעם.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט סקולס-מוסדות פאר די קינדער, זיי בויען הייזער פאר די ברוקלינער אידן וואס קומען אהער מיט אסאך געלט, אן זיך רעכענען מיט'ן פאקט אז די קלאסן זענען (אפילו לדעתם) פול.
זיי פארמיאוסן די שטאט, רעגן אויף די גוים, מאכן א שווערן טראפיק, זיצן אויף מיליאנען, און בלעימען די אומשולדיגע מאנסיער עלטערן וואס האבן שוין אלעס פרובירט און כסדר דורכגעפאלן.
שעמטס ענק!
איך בין לעצטענס געוועהן אין מאנסי אויף א שבת, פרייטיג צו נאכטס ביי א שפאציר האב איךגעטראפן א גאנצע גרופע 14-16 יעריגע מיט קאפלעך אפאר מיידלעך מיט הויזן , 3 פון זיי קען איך זייערע עלטערן, פרייטיג צו נאכטס אפען גערייכערט און מחלל שבת געוועהן אינמיטן מאנסי! דעס איז נישט געוועהן ווען איך בין אויפגעוואקסן!!! איך האלט די רבנים זענען שולדיג אין דעם! און די רבנים האלטן אז די אינטערנעט איז שולדיג אין דעם!
אין לעיקוואוד זענען אלע מוסדות פריוואט, און ס'האט קיינמאל קיין מוסד נישט פארמאכט פאר געלט. די וואס האבען זיך יא פארמאכט איז געווען וועגען אנדערע סבות, אפשר מיט געלט וואלט מען נישט אזוי געקימערט וועגען די אנדערע סבות.
איך גלייב נישט אז ווען עלטערען ווילען בויען א מוסד, און פייפען אן די גרויסע קאמפאני'ס און טראכטען נאר וועגען זיך און זייער קינדער און די קינדער וואס דארפען זיי האבען, וועלען זיי נישט מצליח זיין. טאמער זיי קוקען אלס איבער די אקסעל און זוכען צו געפעלען די גרויסע קאמפאני'ס, ברענגען גרויסע מנהיגים אויף באזוכען און פרעדיגען די אנדערע חלק, און נאך דעם ווילען זיי לעבען אליינס, גייט עס טאקע נישט.
איך בין נישט דארט, ווייס איך נישט. אבער מטיבן של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים, און ס'איז מיר שווער צו גלויבען אז די אומשטענדען אין מאנסי זענען אזוי ווייט פון לעיקוואוד.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
עס איז כמעט אומעגליך צו עפענען א מוסד און מאנסי פונדאסניי ווייל די וואס האבן דאך געלט וועלן פאר יעדן פרייז טרעפן א אלטע מוסד אנצונעמען זייער קינדער און מען קען נישט אויפהאלטן א מוסד וואס די עלטערן זענען פון די וואס האבן נישט צו באצאלן די גרויסע געלטער און ארום גיין שנארען פארען מוסד ווער וועט דען געיבן די וואס האבן דאך געבן דאך פאר די אייגענע מוסד ווי זייער קינדער לערנען און ספעציעל אויב איז עס נישט איינגעבינדען מיט א קהילה וועלכע רב וועט אפילו געבן א כתב המלצה מען זאל שטיצען אזא מוסד.
אניהקטןיא, די פשוט'ע מאנסיער אידן ווייסן אז די דעוועלאפערס וועלן תיכף צוריקווארפן דעם שולד אויף זיי.
אבער ווער נאך ווי די דעוועלאפערס ווייסן וואספארא שקר דאס איז?
אמת'דיג ווי קומען דא אריין די דעוועלאפערס אין בילד?? שמעון דושינסקיא און זעליג ווייס שטעלן צו מוסדות אין וויליאמסבורג? אברהם בער יאקאבאוויטש האט דען אנגעהויבן בויען אין וויליאמסבורג איינמאל ער האט זיך געטראפן אלס וויצע פרעזידענט אויף זיין פראקציע קיט"ל??
אניהקטןוויפיל מענטשן האבן שוין פרובירט צו עפענען מוסדות, און זיי האבן זיך פארמאכט ווייל זיי האבן נישט באקומען קיין שום הילף, און פון די אנדערע זייט האט מען זיי אונטערגעהאקט די פיס?
מיט דעם ביזסטו הייליג גערעכט!
אניהקטןדער שרייבער דערמאנט טאקע אין זיין ארטיקל די סקול בנות חי', (דאכט זיך מיר אזוי האבן זיי געהייסן) געעפנט דורך עלטערן, וואס האט ביטער געסטראגלט פאר זיי האבן זיך פארמאכט. די אנדערע פריוואטע סקולס וואס זענען נאך דערווייל אפן מוטשען זיך אן קיין טראפ סופארט פון די רבנים און די דעוועלאפערס וואס ברענגען אהער גאנץ 11211 צו 10952, און פרייזן ארויס די לאנגיעריגע 10952 איינוואוינער פון זייערע הייזער און פון זייערע מוסדות.
וואס ווילסטו שוין ווייטער פון די דעוועלאפערס?
אניהקטןנעם אזא מוסד ווי אמרי שפר וואס איז געעפנט געווארן דורך עלטערן, ווי זיי מוטשען זיך און וויפיל מאל זיי זענען שוין געקומען צו א מצב פון באנקראט. ס'איז א נס אז דער מוסד שטייט נאך בכלל אפן.
איך גיי שוין אפילו נישט אריינגיין וואספארא גיהנום עלטערן פון פריוואטע מוסדות גייען אריבער ווען זיי פרובירן אריינצולייגן זייערע קינדער אין ישיבה קטנה, וויבאלד אלס פריוואטע מוסדות זענען זיי אפגעפרעגט דורכ'ן סיסטעם.
רעדסט ווייטער שטארק צו די זאך, יא אויף דעם האט מען שוין געוויינט פאריאר, און ס'ווערט נאר ארגער און ארגער.
אניהקטןדי קלאסן זענען פול? נו אוודאי זענען די קלאסן פול, ווייל די דעוועלאפערס (רוב פון זיי וואוינען ניטאמאל דא) בויען און בויען און חזיר'ען אן די שטאט אן זיך רעכענען מיט די אינפראסטרוקטור וואס קען נישט פארנעמען דעם וואוקס.
שוין ווייטער צוריק צו די דעוועלאפערס.... זאג נאר, יענקי סופר אין קרית יואל זעצט זיך אראפ מיט די הנהלת המוסדות אין קרית יואל איבערצוגיין מיט זיי צו ס'דא פלאץ אין די מוסדות פאר די נייע איינוואוינערס וואס ציען זיך ארויס פון וויליאמסבורג??
אניהקטןאין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די גאסן, וואס זענען שמאל און קליין, און האבן נישט קיין פלאץ פאר די קארס און באסעס. די זעלבע ראודס וואס זענען געבויט געווארן דרייסיג פערציג יאר צוריק, דארפן אקאמאדירן א טראפיק וואס איז פילפאכיג אזוי גרויס.
אין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט די דרעינעדזש וואס איז געבויט פאר א שטאט וואס פארמאגט אסאך לאנד און נישט אסאך פארבויטע ערד. יעדעס מאל ווען ס'קומט א גרויסער רעגן קומען פאר שווערע פארפלייצונגען אין מאנסי און אין ספרינג וואלי, ווען אין די ארומיגע ווילעדזשעס איז נישטא קיין שום פראבלעם.
דאס איז א מסכת פאר זיך, האט גארנישט מיטן מוסדות אישו
אניהקטןאין אינפראסטרוקטור איז אריינגערעכנט סקולס-מוסדות פאר די קינדער, זיי בויען הייזער פאר די ברוקלינער אידן וואס קומען אהער מיט אסאך געלט, אן זיך רעכענען מיט'ן פאקט אז די קלאסן זענען (אפילו לדעתם) פול.
כ'בין נישט זיכער אז ס'איז אריינגערעכענט
אניהקטןזיי פארמיאוסן די שטאט, רעגן אויף די גוים, מאכן א שווערן טראפיק, זיצן אויף מיליאנען, און בלעימען די אומשולדיגע מאנסיער עלטערן וואס האבן שוין אלעס פרובירט און כסדר דורכגעפאלן.
ווידער א מסכת פאר זיך, האט גארנישט מיטן מוסדות אישו
אניהקטןשעמטס ענק!
הונדערט פראצענט איינער דארף זיך שעמען! זאג נאר ווער...
איך וויל פארשטיין איין זאך וואס איז געווען אמאל ? איז אלעמאל דען געווען גענוג פלאץ אין אלע מוסדות ? איז אלעמאל נאר געווען פיינע קינדער ?
ליידער מוזן מיר פעיסן ריעליטי אז די אמאליגע גוטע צייטן זענען פאריבער די אמאליגע רבי'ס מנהלי המוסד וואס האבן געארבעט לשם שמים און נישט געמיננט נאר זיך זענען שוין נישטא און פארטיג מיט די היינטיגע הארטנעקיגע חברה קענסטו בארן קלאפן זאל ער הייסן טייטלבוים האלבערשטאם אונגאר גרינוואלד האגער טווערסקי נישט קיין נפק"מ אלע מיינען היינט זיך (אינקלאדיט מיין אייגענע ....און דעם רבי'ן וואס איך נעם מיך אייביג אן פאר אים דא ......) אפילו רז"ל וואס ער פארקויפט פאר די גאס אז ער איז מער ממלא מקום פון זיין פעטער ווי זיין ברודער ר"א ווען ס'קומט צו דעם דרייט ער די זעלבע מיטן בארד און לאט לויפן צו איז דאס אין גרויסע ישיבה צו קליינע צו מוסדות ס'איז א הימל געשריי ווי מ'ווארפט זיך אונטער אפאר חברה וואס ווילן זיך רייבן די בויך איך בין די בעסטע און שענסטע זיסטע און גרעסטע און פערטיג אונז זען מיר ווי אומבאהאלפענע שעפעלעך עפענען אייגענע מוסדות איז גרינגער צו זאגן ווי צו טראכטן באלאנגען צו א קהלה איז אויך גארנישט ווערט היינט פלעין דו ברויכסט געפעלן אין די אויגן פון אפאר בשר ודס'ס (זיך איינגעהאלטן צו זאגן עפעס אנדערש) איך זעי נישט וואס אונז זען מיר בעסער ווי די ארעסטאנטן וואס ציטערן פאר זייער אייגענע שאטן און דארפן געפעלן און די אויג פון די אפיצירן היטער און ליעיזאנס אוי גלות גלות ווי גרויס ביסטו
אבינו מלכנו נקום נקמת דם עבדיך
כה דברי גאנצל וואס האסט די סיסטעם האסער און אנדערע ווערטער נישט סתם קיין סיסטעם האקער
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
און ווער זאגט דיר אז אמאל איז געווען לש''ש? דעמאלס האבען זיי געדארפט קינדער, האט מען יעדער אריינגעלאזט. היינט דארפען זיי דיר נישט, פייפען זיי דיר אן.
ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז קיין חילוק נישט דא.
האסט ניט געליינט מיין לעצטע שורה איך בין נישט קיין האסער
יא ס'איז געווען אידן וואב האבן געמיינט דעם באשעפער אויך
פארוואס זאל איך סתם זאגן אז זיי האבן עס געמיינט שלא לש"ש סתם ווייל אזוי געפעלט מיר ?
משא"כ איז דאס פאר אונזערע אויגן וואס אונז זעי מיר און הער מיר די פרעכע גלייכגילטיקייט פארוואס דארף איך אים נעמען ? וואלט איך געזאגט אז וועם זיי נעמען יא מיינען זיי אויך זעך
ר' נח בער: מ'דערקענט אז דיינע ווערטער זענען דברים היוצאים מן הלב. איך ווייס נישט אלע פאקטן פון דעם מצב. ווייל איך בין א איד פון 718. און נישט פון 845. אבער איין זאך ווייס איך יא. אז אזא מצב איז אומדערטרעגליך און ס'גייט אריין אין כלל פון לא תעמוד על דם רעיך.
די רבנים, וועלכע זענען די עיני העדה דארפן צו זיין די ערשטע וועלכע זאללן זיך זארגן איבער אזא ערנסטן פראבלעם. צו לייזן דעם פראבלעם דארף שטיין העכער פון אלע פאליטיק און פון אלע חשבונות.
ס'וואלט געדארפט צו זיין א וועד פון עטליכע רבנים וועלכע זאללן אנפיהרן מיט אויפבויען נייע סקולס (און חדרים) פאר די אידישע קינדער. איך בין זיכער אז ס'דא גענוג בילדינגס אין די גרעיטער מאנסי עריע וועלכע וואלטן געקענט זיין צוגעפאסט פאר א סקול. דער תירוץ אז ס'נישטא קיין געלט איז אויכעט נישט אמת. ווייל ..."אין עניות בציבור"...און מ'קען אויפטרייבן דאס געלט כדי צו ארגאניזירן און אויפבויען בתי חינוך פאר די ערליכע אידישע קינדער פון שטאט.
איך וואלט געטוישט דעם קעפל פונעם אשכול, אנשטאט שרייבן "מחנך" וואלט איך געשריבן "מנהל המוסד".
אדערווייז איז דאס אן ארטיקל וועלכע שניידט שטיקער, ליידער הייליג אמת יעדעס ווארט.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
דער אמת איז אז אין לעיקוואוד איז עס נישט סתם אזוי אז מ'פיהרט אויס,נאר ס'איז דא א וועד פון בעה''ב וואס זיי טיילען איין די איבערגעבליבענע קינדער, כדי אז קיינער בלייבט נישט אינדערויסען. אזוי דארף קיין שום מוסד נישט מורא האבען אז אלע פראבלעמען וועלען בלייבען זיינס אדאנק זיין מסכים זיין צו נעמען אפאר.
אבער דאס קומט מיט א פרייז. א. זיי האבען איינגעטיילט אז יעדער איינער מוז זיך איינשרייבען ביי אפאר מוסדות, און זיי וועלען נישט העלפען טאמער דיין איינציגסטע לכתחלה מוסד נעמט נישט אריין. מ'פארלירט האלב די אוטונומיה אין וויילען א מוסד. ועוד והוא העיקר, ווען די הויפטקווארטירען ווילען איינעם לערנען לעקיש, העלפט איהם שוין נישט קיין פודנו ומצילנו. למשל א איד א גרויסע עושר, האט זיך אקעגען געשטעלט אין די לאקאלע וואלען. ער האט שיער געוואנען, נאר מ'האט איינגערעדט די גויים אז ער וויל זיך מיט זיי שלאגען! צווישען די אידען האט ער געוואנען. מה עשו חכמינו? ער האט דעמאלס געהאט צווילינג מיידלעך צו שיקען אין היי-סקול. טראץ דעם אז ער איז א גרויסע עושר, האט קיין שום מוסד איהם נישט אריינגעלאזט. מ'האט איהם פראבירט מחתים צו זיין אז ער וועט שוין גארנישט טוהן אין פאליטיק, און ווען ער האט נישט געוואלט האט ער געמוזט שיקען זיין טעכטער אין אנדערע שטעט. ווען נישט פאר'ן וועד, וואלט דאס נישט געקענט געשען.
אליה וקוץ בה.
אליהו זוטא (ט"ז):
"שונאיכם: אילו מלמדי תינוקות שקורין ואין שונין. ואם קורין ושונין אין בהם דעת. ואסור לכבדן. ומכבדן יורש גיהנם לעצמו"
ערעב נח בער, האבן די עלטערן פון די קינדער פרובירט איינצושרייבן אין מונקאטש, אמרי שפר, בנות דרך ישראל?
א שרעק וויאזוי קלוגע מענטשן פארלירן דעם דעת און באשולדיגן "יעדעם" בשעת זיי ווייסן ניטאמאל צו די "טענות" איז בכלל קראנט.
ואענה גם אני את חלקי:
אנאנים, במחכ"ת, דו רעדסט נישט צו דער זאך. צום ערשטן, איך זעה נישט קיין שום סעלף רעספעקט אין איגנארירן דעם נושא פון די דעוועלאפערס.
ווייטער, איך דאוון אין א קליין בית מדרש'ל, א קארגע צוויי מניינים, אבער דער רב איז א שטיקל טוער, און אזוי ווי דארט אין בית מדרש זענען דא צוויי אידן וואס האבן נישט יעצט קיין סקול פאר זייערע טעכטער האט ער זיך אביסל אריינגעלייגט אין דעם ענין און ארום געלאפן צו די אנדערע רבנים, און איך וועל איבערדערציילן דא אביסל וואס איך האב געהערט פון אים סודות פון חדר.
ער זאגט מיר אז די רבנים האבן אים געזאגט היינט און נעכטן אז כרגע איז דא גאנצע אכציג מיידלעך (וואס זיי ווייסען, לכאורה איז דא נאך וואס זענען נישט אויף זייער ליסטע) וואס האבן נאך נישט קיין סקול. (זיי האבן נאך נישט קיין גאנצע ליסטע אבער זיי האבן באאויפטראגט ר' אהרן יאסל בערגער ער זאל צאמשטעלן א גאנצע מסודר'דיגע רשימה) סקול פאנגט זיך אן די וואך מיטוואך. די רבנים שרייען אז די עלטערן זאלן זיך צאמנעמען און עפענען אליינס א סקול.
אבער מיין רב האט מיט זיי גע'טענה'ט אז כמעט אלע פון די טאטעס (ער האט געזעהן א טייל פון דעם רשימה) זענען נישט קיין בעלי יכולת. מיין רב, צוזאמען מיט עטליכע עסקנים האבן זיך אוועק געזעצט מיט מנהלים פון עקזיסטירענדע מוסדות און אויסגעשטעלט א בודשזעט, און עס קומט אויס צו בערך זעכציג אלפים א חודש, נאך איידער רענט, באסעס און עסן. בלויז די פעיראל פון די פרינציפעלס, טיטשערס, סעקרעטעריס, מענעדשזער און דזשעניטאר קומט אויס צו זעכציג אלפים א חודש.
אכציג מיידלעך שכר לימוד (בערך 200 א חודש פער מיידל) קומט אויס צו 16 אלפים. לאמיר זאגן אז עס וועט נאך געלונגען צו באקומען עפעס פראגראמען, וועט נאך אלס איבערבלייבן א דעפיציט פון העכער 30 אלפים א חודש. נו, זאגט איר אליינס. וויאזוי גייט דאס געדעקט ווערן. דער מציאות איז אז די טאטעס זענען די פלעינע מענטשן. נישט קיין מאכערס, שוויצערס, עסקנים, גבירים וכדו', ווען יא, וואלטן זייערע קינדער שוין געווען ערגעץ. עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא סקול גייט נישט דורכמאכן דעם ערשטן יאר. און דאן וועלן די קינדער ווידער זיין אין גאס, און מען וועט האבן נאך עטליכע צענדליגע פארווייטאגטע מענטשן אין שטאט.
דערפאר האט מיין רב גע'טענה'ט מיט די רבנים, נעמט איר אריין די קינדער אין אייערע מוסדות, ווען די אכציג קינדער ווערן צוטיילט צווישן די עקזיסטירענדע מוסדות וועט עס נישט צולייגן גאנצע זעכציג אלפים א חודש, ווייל יעדער האט דאך שוין אלע איינגעשטעלטע. דאס מערטסע וואס קען זיין איז אז טייל מוסדות וועלן מוזן עפענען נאך א קלאס.
און טאקע אויף דעם שרייען די רבנים, וואס????? פארוואס עפעס זאל איך דאס טאן, זיי זענען דאך נישט מיינע מענטשן!!!
אבער מיין רב האט זיך נישט געלאזט, נאר ער האט זיי געענטפערט אין פנים. ווען איר גיט ארויס קול קורא'ס אז מען זאל גיין שטימען ווילט איר אז די מענטשן זאלן גיין פאר וועמען איר הייסט, פאר די וואס לאזן אייך טון וואס איר ווילט, אדער איר קענט באשטיין אז זיי זאלן גיין פאר פרעזערוו רעמעפא. ווען איר גיט ארויס איסורים אויף סיי וואס אימער פארלאנגט איר אז יעדער זאל פאלגן, אפילו די וואס געהערן נישט צו דיר. נו אויב אזוי פארוואס איז דאס נישט דיין אחריות, ווי ענדיגט זיך דיין בעלות און דיין אחריות.
איר ווייסט וואס מען האט אים געענטפערט אויף דעם? "הרב ..., מיט דעם אופן וועט איר זיכער אין ערגעץ נישט אנקומען". ער האט זיי צוגערירט אין פינטל און מען האט אים שוין געווארענט: צי נישט איבער דעם שטריקל.
און עזריאל, דו זאגסט איך זאל קוקן אויף בית דוד, ישיבה ספרינג וואלי און בית רחל, וועל איך דיר פארציילן אז מיין רב איז נעכטן געזעצן א שעה מיט די מנהלים פון בית רחל. איר ווייסט וואס בית רחל זאגט? זיי זאגן אז זיי זענען טאקע די עלטסטע היימישע מיידל סקול אין מאנסי, און זיי האבן טאקע א גרויסן שטח, זיי האבן ווי צו בויען, זיי דארפן בויען, אבער מיט דעם אלעם קענען זיי נישט שאפן קיין געלט צו בויען. זיי האבן אויך טרעילער'ס אויף זייער לאט.
און זיי לייגן צו. אמאל האבן מענטשן געגעבן פאר פריוואטע מוסדות, דאס איז פערטיג. היינט גיט מען נאר פאר פארטייען און בית רחל איז נישט קיין פארטיי. זיי זאגן, גיט נאר א קוק ווי סאטמאר, וויזשניץ, בעלזא, פאפא, באבוב און סקווער בויען בניינים אויף רעכטס און לינקס, און מיר מוטשענען זיך שוין אפאר יאר און מיר קענען נישט שאפן די פאר דאלער צו בויען א בנין.
נו וואס זאלן נאך זאגן אפאר ארימע טאטעס.
אלזא עזריאל. די טאטעס באגראבן נישט די קעפ ווי בת היענה'ס, זיי זעען זייער גוט דעם מצב. זיי זעען ווי בנות חיל האט צוגעמאכט "וועגן געלט". זיי זעען וואס גייט פאר אין בת מלך\עטרת בנות, זיי ווייסן זייער גוט אז זיי האבן נישט קיין שום שאנס צו עפענען א מוסד.
יא, די עקזיסטירענדע מוסדות זענען אויסדרוקליך מחוייב צו אויפצומאכן נאך א קלאס אויב קינדער בלייבן אויפן גאס. פארוואס דען זענען זיי רבנים אויב נישט צו פארזארגן דעם כלל. נאר אויף ארויסצוגעבן איסורים? דאס קען איך אויך. איך קען נאך אזוי גוט שרייבן ווי זיי. פארוואס זיצן זיי אויבן אן און באקומען כבוד מלכים און אבסאלוטע פאוער אויב נישט אויף צו פארזארגן די שטאט.
*
רשכבהג, זייער א גוטע עצה, אבער פון ווי וועלן זיי באצאלן די צוואנציג אלפים א יאר פער קינד?
*
ירא שמים, א הפלא'דיגע עצה. נו, לאמער זעהן, אפשר קענסטו עפעס טוהן למעשה אויך. וויאזוי עפענט מען דאס אייגענע קהילות. די אכציג מיידלעך באשטייען פון בערך פערציג משפחות, צושפרייט און צוזייט איבער גאנץ מאנסי, וואס ביי א גרויסן טייל פון דעם, איז די איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז דאס אז זיי האבן יעצט נישט קיין מוסד. וויאזוי מאכט מען פון דעם א קהילה?
*
צוריק צו עזריאל, דאס אז סט. לארענס האט געלאזט בויען האט געברענגט א ישועה? א קאטאסטראפע האט דאס געברענגט. איך האב נייעס פאר דיר. און דאס איז שוין דירעקט שייך צו די דעוועלאפערס דעבאטע און צו עס האט שייכות דא אהער צו נישט.
אני הקטן האט דא געשריבן אז אינפראסטראקטור באשטייט פון ראודס, וואסער סיסטעם און מוסדות, זאגט אים שעפטל ווי א חכם, איך בין נישט זיכער אז עס איז אריינגערעכענט.
אויב אזוי לאמיך דיר פארציילן. ווען אמעריקא האט איינגענומען איראק, האט מען זיך פארנומען דערנאך מיט צוריק בויען דעם אינפראסטראקטור, איר ווייסט וואס דאס איז? מען האט געבויעט גאסן, די וואסער און עלעקטריק סיסטעם און... סקולס. יא, סקולס. סקולס איז אויסדרוקליך א טייל פון דעם אינפראסטראקטור.
און איך וועל דיר פארציילן נאך עפעס, מיט עטליכע יאר צוריק, ווען די דעוועלאפערס האט משחד געווען סט. לארענס צו טוישען דעם מעסטער פלען (וואס דאס האט ערמעגליכט צו בויען אין מאנסי אויף דעם אופן ווי מען בויעט היינט), איז געווען א טייל פון דעם פלאן צו פארברייטערן רוט 59, צולייגן נאך א לעין אויף יעדע זייט, און צולייגן נאך אן עקזיט צום טרואוועי. אבער אט די צוויי זאכן האט מען פלעיט איגנארירט, נאר דעם טייל פון בויען דירות און קיין שום חשבון, נאר דאס האט מען איינגעהאלטן.
מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן דעם שוידערליכן חורבן וואס קומט פאר אין מאנסי מיט דעם טרעפיק טאג טעגליך, און אצינד זעהט איר דאס ביי די מוסדות אויך. סאו אוודאי איז דאס די אחריות פון די דעוועלאפערס. ווער מיינט איר פירט היינט מאנסי? די דעוועלאפערס. לעבאוויטש, אשרי און נאך אפאר אזעלכע. דאס איז דאס, זיי זענען בעה"ב. סט. לארענס איז זייער פאפעט. זיי צאלן אויס זיינע קאמפיינס, זיי פארזיכערן אים אז ער וועט בלייבן אויפן בענקל לעולם ועד אויב ער וועט טון וואס זיי ווילן.
דאס איז א פשוט'ע קאטאסטראפע פאר מאנסי.
וואס פרעגסטו נאר שפעטל? צו יענקי סופר האט זיך געזעצט מיט די מוסדות איבער זיינע דירות? וואס א מין שאלה איז דאס. דארט איז דאך די ווילידזש און די מוסדות איין קאמפאני, אז ער באקומט א פערמיט צו בויען, מאכן די פארטיי געלט אויף יעדן דירה און פון דעם האבן זיי געלט צו בויען מוסדות. אדרבא, אפשר זאל מען איינפירן דא אין מאנסי אויך אזוי. אז מען זאל זאגן די דעוועלאפערס אז די רבנים גיין מער נישט ארייננעמען קיין קינדער פון זייערע דעוועלאפמענטס אין די מוסדות נאר אויב זיי וועלן אוועקשטעלן א פאנד און אריינלייגן צען אלפים פאר יעדן דירה וואס זיי בויען, און פון דעם געלט וועט מען בויען מוסדות.
(אוי וועט דעמאלס זיין מוסדות, און דעמאלס וועסטו זעהן ווי יעדער וועט זיך שלאגן איבער בעלות אויף דעם פאנד)
און ווידער וויליאמסבורג איז לגמרי נישט קיין פארגלייך. אין וויליאמסבורג קומען כמעט נישט צו קיין אידן פון אינדרויסן צו וואוינען דארט. עס איז בעיקר די נאטורליכע וואוקס. דאס איז פיל גרינגער זיך צוצושעטלן צו דעם. אבער דא אין מאנסי קומען דאך צו יעדעס יאר אפאר טויזענט משפחות פון שטאט ארויס, און דאס איז פיל פיל מער ווי די נאטורליכע וואוקס. עס איז קלאר א שוידערליכע הפקרות, רשעות, רציחה און אכזריות צו בויען דירות און זיך אנפאקן די טאשן מיט מיליאנען אן זיך צו רעכענען א משהו מיט די געברויכן פון די שטאט און פון אירע איינוואוינער.
און לעיקוואוד קען מען אויך נישט צוגליייכן צו מאנסי. יעדע שטאט האט זיין קולטור און אטמאספערע. דער מציאות איז אז אין מאנסי האבן זיך שוין עטליכע מוסדות פארמאכט צוליב געלט און איך האב אייך פריער געברענגט דעם חשבון פון די קאסטן פון א סקול.
און איך ווייס אז אהרן יאסל בערגער האט טאקע היינט גערעדט מיט איינעם פון די טאטעס און האט אים געבעטן העלפן צאמשטעלן א רשימה פון אלע קינדער וואס האבן נאך נישט קיין מוסד. האט אים דער טאטע געפרעגט, און וואס גייט מען טון מיט דעם רשימה, זאגט אים ר' אהרן יאסל, אז די רבנים ווילן זעהן אז מען זאל עפענען א מוסד פאר די קינדער, פרעגט אים דער טאטע און ווער גייט עס אויסהאלטן?...
דער טאטע ווארט נאך אויף אן ענטפער.
זאג נאר, קאווע טרינקער, דו ביסט אויפן קאפ געפאלן?
קוקט אויס ווי איינער האט אנגעהויבן צו טוהן צו דער זאך נעכטן באקומען אויף וואטס עפ איינער מיט מער דיטעילס ???
📎 bulletin 1.jpg
@הדד בן בדד ווער נישט גערעגט דערויף, אבער קוקט מיר אויס אז דו האלטס אז די דעוועלאפערס שטעלן צו אינפראסטראקטור פשוט ווייל זיי האלטן אז ס'קומט זיך פארן עולם.... העל נאו! זיי שטעלן עס צו ווייל לעגאל מוזן זיי... און ששש זאג נישט פאר קיינעם, כ'זאג דיר אז קיינער האט זיי נישט געבעטן פאר מוסדות, אפשר א פרנס החודש אדער א כיתה אינעם נייעם בנין...
נישט אז איך האלט אז זיי וואלטן נישט געמעגט מער טוהן פאר זייערע קונים, אבער ס'איז באמת זייער דאגה??? אפשר פארן קאנטראקט זאלן זיי אויך פרעגן "זאג נאר, ווי גייסטו שיקן? שוין מסודר מיט יענע מוסדות? און טעג האסטו שוין אויך ערלעדיגט? אה ניין? סארי קענסט נישט קויפן דא...."
וואס פונקטליך דארפן זיי טוהן???
איך קוק ענדערשט אן די מערכה קעגן די דעוועלאפערס אלס א תירוץ פון די מנהלי ונשיאי המוסדות סתם אפצושלאגן די טענות קעגן זיי. אין פאקט פאריאר זענען אויך געווען 40-50 מיידלעך און אלעס איז מסודר געווארן (דורך עסקנים שלא על מנת לקבל פרס אדער אפילו אנערקענונג!) און קיין איין מוסד שרייט נישט אז זיי האבן געמיזט צולייגן קלאסן.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
כהאב נאך א עצה מדארף מאכן אזוי ווי סגעווען אינדערהיים יעדער וואס וויל זיין א מלמד זאל זיך דינגען א צימער און אריינברענגען 30 קינדער , וועט נישט קאסטן קיין מנהלים סעקרעטארן בנין כו׳.
הגם איך האב געלייקט, מ"מ בין איך נישט אין גאנצען איינשטימיג מיט שעפטל.
איך האב פריער געשריבען אז מ'דארף נישט גלויבען אז אמאל האט מען געמיינט לש"ש, ע"ש. דער פשט איז אז אמאל האט דער ביזנעס גע'ארבעט אויף אן אופן אז מ'האט געזוכט קינדער, דעריבער האט מען זיך צוגעשטעלט. היינו זוכט מען מוסדות, ממילא מוזען די עלטער'ן זיך צושטעלען. ס'איז פשוט עקאנאמיק"ס 101. יעצט מיט די אלע שרייען קען מען אויפטוהן אז א דעוועלעפאר וועט אפשר זיך פילען פאר כדאי פאר ביזנעס אריינצושרייבען א הבטחה אויף מוסדות. פשוט ביזנעס גערעדט, אבער דאס איז נאר מיט'ן שרייען.
מיט דעם אז די מנהלים ווילען זיך אפ'פאטערען מיט'ן באשולדיגען די דעוועלעפאר"ס ביסטו אוודאי גערעכט. איך האב כמה מאל נאכגעגאנגען 'קנאות' פון מענטשען קעגען עפעס, און מ'זעט קלאר אז דער עיקר איז אוועק צו שטופען די אויגען פונ'ם אמת'ער פראבלעם.
Only six people in the Galaxy knew that the job of the Galactic President was not to wield power but to attract attention away from it.די קינדער זענען פון מאנסי משפחות צו פרישע אנגעקומענער?
נאך א נקודה וואס אלע פוסעים על ראשי עם קדוש דארפען געדענקען. קיינער ווייסט נישט וואס איז די סוף. ווען א גרויסע ציבור פון א געזעלשאפט פילען מחוץ למחנה, מוז עפעס פאסירען. קודם זענען זיי קליין און אויסגעשפילט. אבער דער מענטשליכע גייסט רוהט נישט איין, און לאזט זיך נישט אזוי שנעל. דערנאך קומען אפאר קלוגע חברה אין די חבורה, ס'איז שוין דא גענוג אז מ'האט שוין פון יעדער סארט מענטש, און מ'קען עפעס טוהן צו דער זאך. אזעלכע האבען געמאכט א גאנצע קאמיוניסטישע אויפשטעלונג וואס האט אויפגעטוהן\אפגעטוהן איזיגע זאכען און פראבלעמען. היט זיך פון די אויסגעשפילטע, ווייל צום סוף שטעלען זיי זיך אויף.
גם עליך תעבר כוס תשתי ותשכרי
ירא שמים האקט, אבער דאס דארף נאך א תגובה.
ירא שמיםכהאב נאך א עצה מדארף מאכן אזוי ווי סגעווען אינדערהיים יעדער וואס וויל זיין א מלמד זאל זיך דינגען א צימער און אריינברענגען 30 קינדער , וועט נישט קאסטן קיין מנהלים סעקרעטארן בנין כו׳.
ביסט גערעכט, ס'וועט זיין אסאך ביליגער. אבער דרייסיג קינדער קען מען נישט אזוי. דער מלמד דארף הילף פון א מנהל. ער קען נישט רעדען אכט שעה א טאג, מ'דארף אנדערע מלמדים. אזויפיל קינדער פאדערען א שטיקעל סיסטעם. אבער אינדערהיים האט א בעלעבאטישע איד נישט געשיקט מיט אזא גרויסע חבורה. ר' משה פיינשטיין האט פארציילט אז זיין טאטע האט ארויסגענומען ברויט פון מויל אז ס'זאל נאר זיין זעקס קינדער נישט אכט אינ'ם כתה ווי ער האט געלערנט.
מאך א חשבון. מ'דארף באצאלען דער מלמד בערך פערציג טויזענט א יאר ,ניין? מ'וועט איהם נישט קענען געבען די אלע בענעפיטען וואס ער באקומט מעגליך פון א מוסד, דארף ער נאך אביסל. טייל עס איין צווישען צען קינדער רעדט מען פון פיהר טויזענט א יאר. נישט קיין סאך מער ווי מ'באצאלט היינט, און אין אנדערע פעלער מסתמא אביסל ביליגער. אבער מיט דעם ביסטו בעלעבאס. דער מלמד מוז דיר געפעלען. ער מוז לערנען און ווייזען אז ס'געלונגט איהם. א בעסערע מלמד וועט געכאפט ווערען אר מער געלט, און דער וואס האלט ביים באצאלען וועט האבען בעסער. דער וואס קען נישט אדער האלט נישט ביים באצאלען, וועט מוזען שיקען צו א מלמד פון צוואנציג קינדער. ווען ס'איז אזוי, איז נישט דא קיין דאטשע טעג וועגען די שניי, ווייל מ'גייט אריבער מיט א קליינער מאס קינדער. מ'נעמט נישט אזויפיל רעגירונג געלט, ווייל ס'איז נישט דא אויף וואס, און דעריבער פארמינערט מען די שנאה פון די דערויסענדיגער. מיט אזא קליינער כתה קען דער מלמד זע'ען קלאר אויפ'ן קינד'ס פנים וואס טוט זיך, און א פראבלעם קען מען שנעלער לייזען. דער לימוד וועט נישט זיין אזוי שטארק אויפ'ן סיסטעם צו די קינד איז גרייט צו נישט, נאר מ'וועט בלייבען ביי א מלמד ביז מ'איז גרייט ארויפצוגייען צום נעקסטען לעוועל. ס'וועט נישט אויספעלען גרויסע בניינים און דינער"ס א.ד.ג. וואס רייסט געלט פון מענטשען און שטעכט אויס די אויגען פון שכנים. און נאך מעלות וואס יעדער איינער קען אויסרעכענען.
איך גלייב נישט אז ס'וועט זיין ערגער ווי היינט, הגם די וואס האלטען ביים פארלירען וועלען אויסזוכען סבות און שרעקען מענטשען דערמיט. ס'וועט מוזען בלייבען מוסדות, ווייל מאנכע וועלען נאך פאדערען, אבער זיי וועלען מוזען ווייזען פארוואס זיי זענען בעסער ווי פריוואט, אזוי איז נאך א מעלה.
געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
איך האב נאר געשריבען א רויע געדאנק אודאי איז דא מעלות און חסרונות אין דעם און מדארף עס פונקטליך אויסארבעטן , אבער סקען זיין א לעזונג צו אזא סארט קריזיס .
ליטוואק פון בודאפעסטירא שמיםכהאב נאך א עצה מדארף מאכן אזוי ווי סגעווען אינדערהיים יעדער וואס וויל זיין א מלמד זאל זיך דינגען א צימער און אריינברענגען 30 קינדער , וועט נישט קאסטן קיין מנהלים סעקרעטארן בנין כו׳.
ביסט גערעכט, ס'וועט זיין אסאך ביליגער. אבער דרייסיג קינדער קען מען נישט אזוי. דער מלמד דארף הילף פון א מנהל. ער קען נישט רעדען אכט שעה א טאג, מ'דארף אנדערע מלמדים. אזויפיל קינדער פאדערען א שטיקעל סיסטעם. אבער אינדערהיים האט א בעלעבאטישע איד נישט געשיקט מיט אזא גרויסע חבורה. ר' משה פיינשטיין האט פארציילט אז זיין טאטע האט ארויסגענומען ברויט פון מויל אז ס'זאל נאר זיין זעקס קינדער נישט אכט אינ'ם כתה ווי ער האט געלערנט.
מאך א חשבון. מ'דארף באצאלען דער מלמד בערך פערציג טויזענט א יאר ,ניין? מ'וועט איהם נישט קענען געבען די אלע בענעפיטען וואס ער באקומט מעגליך פון א מוסד, דארף ער נאך אביסל. טייל עס איין צווישען צען קינדער רעדט מען פון פיהר טויזענט א יאר. נישט קיין סאך מער ווי מ'באצאלט היינט, און אין אנדערע פעלער מסתמא אביסל ביליגער. אבער מיט דעם ביסטו בעלעבאס. דער מלמד מוז דיר געפעלען. ער מוז לערנען און ווייזען אז ס'געלונגט איהם. א בעסערע מלמד וועט געכאפט ווערען אר מער געלט, און דער וואס האלט ביים באצאלען וועט האבען בעסער. דער וואס קען נישט אדער האלט נישט ביים באצאלען, וועט מוזען שיקען צו א מלמד פון צוואנציג קינדער. ווען ס'איז אזוי, איז נישט דא קיין דאטשע טעג וועגען די שניי, ווייל מ'גייט אריבער מיט א קליינער מאס קינדער. מ'נעמט נישט אזויפיל רעגירונג געלט, ווייל ס'איז נישט דא אויף וואס, און דעריבער פארמינערט מען די שנאה פון די דערויסענדיגער. מיט אזא קליינער כתה קען דער מלמד זע'ען קלאר אויפ'ן קינד'ס פנים וואס טוט זיך, און א פראבלעם קען מען שנעלער לייזען. דער לימוד וועט נישט זיין אזוי שטארק אויפ'ן סיסטעם צו די קינד איז גרייט צו נישט, נאר מ'וועט בלייבען ביי א מלמד ביז מ'איז גרייט ארויפצוגייען צום נעקסטען לעוועל. ס'וועט נישט אויספעלען גרויסע בניינים און דינער"ס א.ד.ג. וואס רייסט געלט פון מענטשען און שטעכט אויס די אויגען פון שכנים. און נאך מעלות וואס יעדער איינער קען אויסרעכענען.
איך גלייב נישט אז ס'וועט זיין ערגער ווי היינט, הגם די וואס האלטען ביים פארלירען וועלען אויסזוכען סבות און שרעקען מענטשען דערמיט. ס'וועט מוזען בלייבען מוסדות, ווייל מאנכע וועלען נאך פאדערען, אבער זיי וועלען מוזען ווייזען פארוואס זיי זענען בעסער ווי פריוואט, אזוי איז נאך א מעלה.
כ'כאפ נישט די פראבלעם. אז די מלמד דארף $40,000 א יאהר, צוטיילט אויף צוועלעף חדשים (שכ"ל גייט ביי די חודש), איז $3,333.33 פער מאנאט, צוטייל פאר צוואנציג קינדער איז $166.66 פער קינד. אז דער מלמד דארף א פיפציג דאללערדיגע העכערונג, לייגט יעדער צו א נישטיגע צענער, און ס'איז נאכאלץ שפאט-ביליג.
אמת אז אין דעם איז נישט אריינגערעכנט אלע אנדערע סערוויסעס, אבער אז מען וויל גיבט מען זיך אן עצה:
טראנספארטאציע ווערט געמאכט אדער מיטן צוזאמשטעלן קינדער פון איין געגנט, אדער דורך קאר-פולונג, אדער דורך וואקן.
עסן ברענגט מען מיט, אדער וועלן זיך די מאמעס איינטיילן צו צושטעלן א פשוטע מיטאג פאר צוואנציג קינדער.
און אפילו מ'וועט זאגן אז עס איז היפש אומבאקוועם קעגען די אמענעטיס וואס די היינטיגע מוסדות שטעלן צו, איז עס נאר א געוואוינהייט וואס מען פארגעסט ווען מ'געוויינט זיך אפ, און - בעיקר - די באקוועמליכקייטן קומען נישט צו קעגען די אומבאקוועמליכקייטען וואס די היינטיגע מוסדות גיבן די עלטערן.
עס קומט אויס אסאך ביליגער ווי די שכ"ל פון סיי וועליכער מוסד כהיום הזה, און די עלטערן האבן פולע קאנטראל פון די חינוך פון זייער אוצר. בכלל איז נישט אויסגעהאלטן קיין גרויסע מוסדות, ווייל איבערגעוואקסענע ארגעניזאציעס ברענג קארופציע און ביוראקראטיע (דאס איז א כלל גדול סיי ווי אימער), און א בית חינוך איז נישט קיין פלאץ פאר דעם.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
כמיין דאס איז א נושא פאר א באזונדערע אשכול , גבאים ביטע אפטיילן.
ליטוואק פון בודאפעסטהגם איך האב געלייקט, מ"מ בין איך נישט אין גאנצען איינשטימיג מיט שעפטל.
פארוואס האב איך נאכנישט געכאפט ווי דו ביזסט נישט איינשטימיג..?
עניוועיס, דא האסטו עס גענאגעלט!
ליטוואק פון בודאפעסטדי קינדער זענען פון מאנסי משפחות צו פרישע אנגעקומענער?
ניין! איבערהויפט נישט! פארקערט! די וואס ציען זיך יעצט ארויס און האבן זיך נישט מסדר געוווען בעפאר איז דמים בראשם און זאלן נישט שריייען אויפן סיסטעם!
דאס זענען אידן וואס וואוינען דארט, אדער דורי דורות אדער האבן זיך ארויסגעצויגן אפאר יאר צוריק (צו אפילו פאריאר) און זענען מסודר געווען מיט א מוסד, נאר צוליב סיי וואספארא סיבה האט זיך יענע מוסד פארמאכט און זיכן יעצט א פרישע פלאץ ווי צו פלאצירן זייערע עתידות.
איי וועסטו שרייען אז ווען נישט די דעוועלאפערס וואלטן די מוסדות נישט געווען איבערגעפילט פון נייע איינוואוינערס און ס'וואלט ווען יא געווען פלאץ פאר די אלטע, דא דיסאגרי איך. קיין שום מוסד האט ביז היינט אויך נישט געהאט קיין פלאץ, און בד"וו קהל ויואל משה (נאר געכאפט איין נאמען, גארנישט פרעזענדליך קעגן זיי) גייען -צו בויען שוין- א נייע בנין, פארוואס? ווייל זיי האבן געמאכט א פשוט'ע חשבון אז ס'גייט זיך פארמערן א געוואלד, און זיי ווילן זיי אהעד אוו דע געים.
סאו די פלאץ איז קיין שום תירוץ!!! נאר וואס דען???
הדד בן בדדאון טאקע אויף דעם שרייען די רבנים, וואס????? פארוואס עפעס זאל איך דאס טאן, זיי זענען דאך נישט מיינע מענטשן!!!
דאס איז עס!!! איך קום אים נישט גארנישט... ועל זה דוה לבנו!
(דיסקלעימער: איך בוי נאכנישט אין מאנסי, און כ'האב נאכנישט אין פלאן...)פיין מוסיף געווען
@שלום על ישראל , אבער צוואנציג קינדער איז דוכט זיך אביסל צו פיל. אוודאי וועלען די ארימעלייט, צו די וואס האלטען נישט ביים באצאלען, זיין נאר גרייט אויף דער אופן, און די גבירים צו די מסירות נפש אידען וועלען צוצאלען כדי צו האבען נאר צען, און אזוי האב איך גערעכענט, אז ס'איז נאך אלס ביליגער ווי אסאך מוסדות.
איך צאל $340 א חודש פאר א אינגעל. אויף צוועלף חדשים קומט אויס $4080. דאס איז אלס. נאך דעם דער רעגירונג צאלט באסינג (דאס מיינט אז איך צאל, ווייל די שטייערען קומען דאך פון אונז), דער פעדעראלער רעגירונג צאלט עס'ן כנ"ל, און פורים קאסט מיר צו א ביסל. דער פריוואטע מלמד איז זיכער ביליגער אפילו מיט נאר צען קינדער.
פארוואס האב איך נאכנישט געכאפט ווי דו ביזסט נישט איינשטימיג..?
דיין מיינונג אז די דעוועלעפאר"ס זענען נישט די אדרעס. אפשר זענען זיי נישט קיין שלעכטער, רוצחים, אכזרים, (אפיקורסים ציונים, פארוואס נישט?), אבער די אדרעס איז נאכאלס דארט. ס'איז אויך אין זייער הענט, און מ'זעט צו וואס די רבנים טויגען.
פונקט ווי דו האלטס'ט אז די רבנים דארפען טוהן דערין, פארוואס, ווייל זיי מאכען ריטן פון די אינפלוס, אזוי אויך די דעוועלעפאר"ס.
געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
ווי אויך גיבט דאס צו מער אפציעס , פאר רייכע פאר ארימע , פאר גוטע פאר שוואכע , מקען אליינס באשטימען די למודים אויף וואס מלערנט נישט היינט אין די גהעריגע מוסדות אויף נ״ך דוקדוק , בן חמש למקרא ,וכדו׳ יעדער איינער לויט וואס ער וויל … אויך קען דאס זיין א לעזונג צום תקנות פראבלעם .
די אכציג קינדער פון וואס מען רעדט יעצט זענען אויסדרוקליך אלטגעזעסענע מאנסיער.
ירא שמיםכהאב נאך א עצה מדארף מאכן אזוי ווי סגעווען אינדערהיים יעדער וואס וויל זיין א מלמד זאל זיך דינגען א צימער און אריינברענגען 30 קינדער , וועט נישט קאסטן קיין מנהלים סעקרעטארן בנין כו׳.
און ס'גייט טאקע האבן אזא פנים ווי די פריוואטע חדרים אינדערהעים. די איינציגע פראבלעם וועט זיין. ווען די רעביצין (די רעבע'ס ווייב) וועט בעטן געלט צו גיין קויפן אין גראסערי און די רעבע וועט נישט האבן, גייט ער זייער שטארק אריינשמייסן אין די קינדער... 🙄 😈
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
וואוזוי ווייסטו וואוזוי סגייט זיין ? לאמיר פרואווען דו העסט ארויסלייגען א עד מארגען אין איד אז ווער סהאט נישט קיין חדר פאר זיין זון קען זיך ביי דיר איינשרייבען און העמיר זעען …
ירא שמיםוואוזוי ווייסטו וואוזוי סגייט זיין ? לאמיר פרואווען דו העסט ארויסלייגען א עד מארגען אין איד אז ווער סהאט נישט קיין חדר פאר זיין זון קען זיך ביי דיר איינשרייבען און העמיר זעען …
זיכער...אויב מ'וועט צאלן, גיי איך נישט שמייסן די קינדער...איי פראמיס... 😂
איך וואלא נשיט קעטראסט א בעלעגאלע מיט א קאנטשיק מיט מיינע קינדער.
ירח בן יומואיך וואלא נשיט קעטראסט א בעלעגאלע מיט א קאנטשיק מיט מיינע קינדער.
ירח בן יומו: לויט די בילד פון דיין אוואטאר זעהסטו אויס ווי דיינע אייניקלעך האבן שוין אויך חתונה געהאט... 🙄
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
דאס אז אזוי איז געווען אינדערהיים ווייסען מיר פון משכילים. ס'איז זייער ווייטאג, לאו דוקא אמת.
און מ'קען זיך אליינס פארשטעלען אז דאס האט זיך אלס געוואנדען אויפ'ן סטאנדארד פונ'ם מלמד און וויפיהל זיין געהאלט איז געווען. און דאס איז ווייטער פונקט ווי היינט. א קינד וואס די הנהלה גייט נישט אן, באקומט פעטש. ס'וועט נישט זיין ערגער.
ווי ס'קוקט יעצט אויס איז די וויי געשריי פון די מאנסיער עלטערן דערהערט געווארן, און ס'וועט פארקומען אן אסיפת הרבנים אין מאנסי, דן צו זיין איבער די שרעקליכע קאטאסטראפע פון די צענדליגער קינדער פון לאנגיעריגע מאנסיער משפחות וועלכע האבן נישט קיין חדר/סקול.
יעצט האבן די עסקנים מיט דער הילף פון דער בארימטער תורה ומסורה ארגאניזאציע זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין און אויפגערודערט א וועלט, און ארגאניזירט א גרויסע אסיפה וואו די רבנים וועלן דן זיין איבער דעם שרעקליכן פראבלעם. עס ווערט יעצט צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון אלע קינדער וואס האבן נישט קיין מוסדות און ווי די עסקנים געבן איבער וועט מען טאן אלעס אין דער וועלט אז יעדעס איינציגסטע קינד איז מסודר.
פאר די הצלחה פון דער אסיפה בעט מען אלע מאנסיער עלטערן (דווקא מענטשן וואס וואוינען אין מאנסי, נישט אזעלכע וואס ווילן זיך ארויסציען) אנצורופן די תורה ומסורה ארגאניזאציע
תורה ומסורה
212-227-1000 ext 4515
און איבערגעבן אלע זייערע פרטים, אז מען זאל דאס קענען פארלייגן פאר די רבנים ביי די אסיפה.
ביטע פארשפרייטן ווייטער, פאר די הצלחה פון דעם קאמפיין.
לחרפה ולדראון עולם זאל געשטעלט ווערן די הנהלה פון אייוועלט וואס האט אויסגעמעקט דעם קריטישן אשכול איבער די נושא.
פשוט'ע רשעות און טיפשות.
ישר כח פאר קאווע שטיבל וואס האט געלאזט דעם אשכול גיין ווייטער, העלפנדיג אז ס'זאל ווערן דאס געשפרעך פון טאג, און פירנדיג צו דעם האפנטליך-פאזיטיוון דעוועלאפמענט.
געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
אני הקטן , איך פריי מיך זייערמשטארק צו הערן , אבער איר דארפט זעען אויפצוקומען מיט א לאנג טערמינע לעזונג , ווייל אפי׳ די עסקנים און רבנים וועלן מצליח זיין אריינצושטופען אין די עקזעסטירענדע מוסדות וועט דאס נישט העלפן אויף איבערעסיאר.
הייסט'ס די היימישע עפעל זאפט דארף מען האבען די היימישע, אבער פאר'ן חינוך פון די קינדער איז מען אנגעוואנדען אויף די מאדערנע מגולחים פון תורה ומסורה.
אבער פארגעס נישט! דער רעבע זכייישבו]]ש'ב= 'פ9/' האט געברענגט אידישקייט קיין אמעריקא!!!!!
ליטוואק פון בודאפעסטהייסט'ס די היימישע עפעל זאפט דארף מען האבען די היימישע, אבער פאר'ן חינוך פון די קינדער איז מען אנגעוואנדען אויף די מאדערנע מגולחים פון תורה ומסורה.
אבער פארגעס נישט! דער רעבע זכייישבו]]ש'ב= 'פ9/' האט געברענגט אידישקייט קיין אמעריקא!!!!!
דער רבי ז"ל האט דיך נישט געטשעפעט. אין פאקט, דער רבי האט כמעט קיינמאל נישט ארויסגעזעהן קיין תלמיד\תלמידה פון די בתי חינוך צוליב פרומקייט, אנדערשט ווי די סענס-תלמודים פארציילען אייך.
נישט קיין שייכות. איך מיין נאר אז מ'זאל זיך נישט איינרעדען אז מ'האט אויפגעבויט א זעלבסשטענדיגע ווערטשאפט. למעשה מוז מען אנקומען צום 'אמעריקאנעם' מאדערנע איד, און מ'זאך זיך נישט בארימען אז מ'האט אלס אייגענ'ס און זיי זאלען גייען צו די אלע רוחות. יעדער דארף אנקומען צו אנדערע, אלע זענען אונטער איין דאך, הגם דער מאדערנע דארף ווייניג האבען פונ'ם חסידיש'ער, כ'מיין מ'קען מוותר זיין אויף א הייסע וועטשערע אין שפיטאל. אבער דער עיקר איז אז די עקסטרעמער\פארפרומטע\אלטמאדישע אידישקייט קען נאר עגזיסטירען ווייל ס'איז דא א ווערטשאפט אינדערויסען וואס קען עס אויפהאלטען.
אין די גאנצע היסטוריא פונ'ם רעבע זכ/וכםין=18י-0 פראבירט מען אונז איינצורעדען אז ער האט שטארק געוואלט אז מ'זאל אליינס אויפשטעלען, נישט זיין אויפהענגיק אויף די 'אמעריקאנער' גאס. למעשה אט זיך אויסגעלאזט א בוידעם, מיט'ן 'אומאפהענגיק' ארגאן.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
ביטע, איך בעט דיר. נאר דאס נישט.
פלי''ז
ליטוואק, דו רעדסט ווי א ריכטיגער (#@+}{, איך האב גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט אבער איך וואלט געוואלט וויסן וואס די גאנצע פרשה האט מיט סאטמאר. עס האט פונקט אזוי מיט בעלז, וויזניץ, באבוב, באבוב, סקווער ועוד ועוד. סתם געהאקט אין קאפ אריין.
דו ווייזט פלעין ארויס אז דו האסט עפעס אן איינגעגעסנעם שנאה צו דעם סאטמאר רב. אפשר ווייל ער האט אוועק גענומען דעם בעלות איבער אידישקייט אין אמעריקא פון ר' אהרן'ען (נאך איין מזל).
*
אבער צוריק צום נושא פון דעם אשכול. איך ווייס נאך נישט פונקטליך וואס תורה ומסורה קען טוט אדער וועט טון אין דעם ענין. לויט דעם יעצטיגן פלאן ווילן זיי פאררופן א אסיפת הרבנים, און אויף אזוי פיל האבן זיי נאך עפעס אן השפעה (אזוי האף איך עכ"פ) אז די רבנים זאלן מוזן קומען צו דעם אסיפה. און דארט ביי די אסיפה ווען יעדער וועט זיין ביים טיש האפן זיי אז זיי וועלן קענען עפעס אויפטוהן.
Re: געווען א מחנך? אריין אין גיהנם!!!
ווי זעסטו דאס ווארט סאטמאר? איך האב דערמאנט סאטמאר?
איינעמ'ס היטעל ברענט [WINKING FACE]