☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » שערוריה במאנסי

שערוריה במאנסי

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7166
בלאט: 1 2

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:14 pm

· #223213
שערוריה במאנסי
איך ווייס מענטשן גייען האבן טענות אויף מיר פארוואס איך קאפי און פעיסט דא זאכן פון דארט... באוט ס'איז עפעס צו גוט, אז איך האב געטראכט אז איך גיי דאס אהערלייגן דברים כהווייתן (אן די קאמענטס יעצט... גראדע בין איך היפש שאקירט וויאזוי דערוילעם קריכט עפעס ארויס פון די לעכער און שטיצן אים אנשטאט באשייגעצען...) און זאל דער עולם דא זעהן וואס ס'טוהט זיך אויף דער וועלט,

ליינט ווי א מענטש שרייט און וויינט איבער זיין מצב, שרייבט שוין מיט עפעס האפענונג, אבער פאלט נעבעך ביטער צוריק

קמח אויף איי-וועלט שרייבט אזוי:

דערהערן דאס שטילע געוויין


מעשה שהיה!!!


זיצט טאטע און מאמע אין שטוב פרייטאג נאכמיטאג נאכ'ן ארום לויפן אגאנצן טאג קלאפנ'דיג אויף אלע טירן פון די עסקנים, מנהלי המוסדות, רבנים, דיינים, מורי הוראות, און ווער ס'וויל מיר נאר אויסהערן, אבער צוריק געקומען נעבעך מיט ליידיגע הענט.

גרייט מען זיך יעצט צום הייליגן שבת, אנשטאט די פרייליכע אטמאספער וואס הערשט יעדן שבת, איז די וואך זייער פאר'כמורעט, אלעס ווערט געטוהן אין דער שטיל, מיט פארטרערטע אויגן, ס'קוקט אויס ווי עפעס גאר שרעקליך האט זיך אפגעשפילט אין די שטוב.

ערש"ק ביים זמן הדלקת הנרות, די אשה כשרה טוהט זיך אן דעם ווייסן טיכל און די ווייסע שירצל, ווען צו דער זייט שטייען די באטרעפענדע קליין מיידל און אינגל, ווען די מאמע צינד די הייליגע שבת ליכט, לייגט ארויף די האנט אויף די אויגן, אויב ביז יעצט האט די מאמע נאך פראבירט צו שפילען שטארקע פרוי, האט זיך יעצט אלעס געענדיגט, ס'איז א בחינה פון ויבקעו תהומות הארץ, און א ים פון טרערן געבט זיך מיט איינמאל א שפראץ ארויס פון אירע אויגן, באגלייט מיט א הילכיגע געוויין וואס קליגנט אפ אינעם גאנצן הויז, מיט א קול געשטיקט פון געוויין שעפשעט די מאמע די הייליגע תחינה, ותפקדנו בפקודת ישועה ורחמים, זי קען מער נישט ממשיך זיין, איר גאנצער קערפער ווערט איבערגענומען פון געוויין, און דער מאן אנשטאט צו גיין אין שוהל יעצט, שטייט ער קעגן איבער און וויינט נעבעך מיט, בעטנדיג ביים גרויסן באשעפער, אוי טאטע, העלף אונז שוין, נעם אן אונזער תפילה וואס קומט פון טיפן הארץ, און ווערט געזאגט אין די הייליגע מאמענטן.

נאך אפאר לאנגע מינוטן שטארקט זיך די מאמע אין איז ממשיך מתפלל צו זיין, וזכנו לגדל בנים ובני בנים... זרע קודש, וואס בעהט איך סך הכל, אביסל אידיש נחת פון די קינדער, נישט קיין געלט נישט קיין כבוד, איך בעהט אפי' נישט יעצט אויף הרחבה, נאר איין זאך בעהט איך הייליגער טאטע, העלף מיר איך זאל קענען מגדל זיין א דור ישרים ומבורכים, הולכים בדרך ה', איך זאל זיי קענען הייליג מגדל זיין, און ריכטיג מחנך זיין.

מיט א געשטיקטע שטימע איז זי ממשיך קוים אן א קול, אנא, שמע את תחנתי בזכות שרה ורבקה רחל ולאה אמותינו, העלף גרויסער טאטע, איך האב נישט קיין זכות אין די היינטיגע וועלט, מיינע עלטערן זענען נישט קיין עשירים, איך בין נישט קיין אויסגערופענע בארומטע פרוי, מ'זאל זיך מיט מיר רעכענען, מוז איך ליידער זיך בעטן נאר ביי דיר, די בזיונות האלט איך מער נישט אויס, די יסורים איז דאך אזוי ביטער, איך האלט דאס מער נישט אויס, וואס וועט זיין דער תכלית, וואס וועט דער מארגנדיגער טאג ברענגען, אבער טאטע סך הכל בעהט איך פאר מיינע קינדער וואס זענען "דיינע".

און מיט א יאמערליכע קול ענדיגט די מאמע והאר נרנו שלא יכבה, העלף טאטע איך זאל נישט מוזן זעהן די צער און מיטהאלטן דאס ווייטאג, וואס איך און די קינדער גייען דורך.

ענדליך דער טאטע איז געגאנגען אין שוהל, מיט שטרומישע מחשבות, אבער דאך ווי א חסיד'ישער יונגערמאן פראבירט אלעס פארטרייבן און זיך אריין לייגן אין א שבת'דיגע אטמאספער, און טאקע ביים דאווענען האט זיך כמעט גארנישט דערקענט אויף איהם.

נאכן דאווענען שפאצירט דער יונגערמאן אהיים, מיט א פעסטע החלטה יעבור עלי מה, שבת איז שבת, און שמחת שבת וועט בעז"ה הערשן אין דערהיים, אבער ליידער האט ער נישט עספיעט אויסצופירן זיינע לויטערע רצונות, ווען גלייך אריין קומענדיג אין שטוב, טרעפט ער די מאמע דרימלען אויפן קאוטש מיט פארטרערטע אויגן.

נאך די פיש ווען ביי אלע אידישע שטובער איז לעכטיג אין זיס, די קינדערלעך פארציילן וואס איז פארגעקומען אין חדר און אין סקול, אבער דא אין שטוב איז דער מצב ליידער זייער טרויעריג, די קינדער זענען שטיל, זיי האבן נישט וואס צו פארציילן, ס'הערשט א שטיקעניש אין די לופט ווען אינמיטן רופט זיך אן די מיידל, טאטי ווען גיי איך שוין צוריק גיין אין סקול??? אנשטאט אן ענטפער זעהט זי ווי טאטי און מאמי'ס אויגן ווערן אנגעפילט מיט טרערן, און נאר מיט איבערמענטשליכע כוחות האלטן זיי זיך איין נישט צו וויינען אין פראנט פון די קינדער.

האפנדיג אויף א בעסער זונטאג, איז אבער ליידער לעת עתה די ישועה נאך נישט געקומען, און מפטירין כדאתמול, די קינדער זענען אין שטוב, און טאטע מאמע זענען פארוויינט נישט האבנדיג וואס נאך צו טוהן, צו וועם נאך קען מען זיך יעצט ווענדן, וואס נאך קען מען טוהן, וואס מיר האבן נאכנישט געטוהן ביז יעצט??

***

אויב מיינט איר אז דאס איז א שיינע פערעגראף פאר א שרייבער אנצוהייבן א שטראמישע מעשה, זאלט איר וויסן זיין אז וואס איך שרייב אייך דא יעצט, איז נישט געשריבן געווארן מיט טינט, נאר מיט'ן דם התמצית, נאך א פאר'אבל'טען שבת קודש, וואס איז אריבער אויף מיר און מיין ווייב.

און יא, בדידי הוה עובדא, מיין ווייב פרעגט מיר מיט טרערן אין די אויגן, זו תורה וזו שכרה? דאס באקום איך פארן וועלן פירן א ערליכע שטוב? און ווער נעמט אחריות אויף די טרערן פון א אידישע כשר'ע טאכטער? וואס איר איינציגסטע עוולה איז אז זי וויל זיין ערליך און געבן א תורה'דיגע חינוך פאר די קינדער,

וואס דארף איך ענטפערן און וואס קען איך ענטפערן אין אזא פאל? צו דען ועלי נגזרה כליה חלילה, וועלן מיינע קינדער דארפן לערנען אין פאבליק סקול, אדער אין עפעס א שוואכע מוסד וואס קיין שום חסיד'ישער יונגערמאן שיקט נישט דארט זיינע קינדער קיינמאל אפי' פאר א באזוך?

איך וויל קלאר שטעלן, אז מיין מטרה און איינציגעסטע ציהל, איז נאר ארויפצוברענגען דאס פראבלעם אויפן אויבערפלאך, אבער נישט חלילה צו בארעדן קיינעם, און דעריבער אויב מחמת ריתחא וועל איך זיך ארויסכאפן מיט עפעס נישט איידל אדער מיט א כעס אויף א פערזענליכקייט, שטעל איך דא יעצט ארויס מיין אנטשלודיגונג, און ביטע מיר דן זיין לכף זכות, ווייל איך בין יעצט אין א מצב פון אין מרצין לו לאדם בשעת כעסו, און דעריבער איך האף מיר זיך צו באהערשן, אבער אויב חלילה וועל איך דורך פאלן, ביטע מיר פארשטיין.

נאר פאר איך קום צו צום עיקר מעשה, וויל איך באטאהנען, אז איך און מיין ב"ב, שטאמען פון א רעגעלע מאנסיאער משפחה, דאס הייסט סיי מיין טאטע זז"ג און סיי מיין שווער זז"ג, געהערן נישט צו קיין פארטיי, נאר זענען מיטגלידער אין קהילות אין מאנסי וואס פארמאגן א ביהמ"ד מיט א רב/רבי, אבער פארמאגן נישט קיין מוסדות.

און יעצט צום עיקר, מיין טאכטער האט ביז פארגאנגענעם חודש אב געלערנט אין א מוסד וואס האט ב"ה זיך זייער איבערגעגעבן מיט די קינדער, אבער צוליב געוויסע סיבות האט זיך דער מוסד פארמאכט פון איינמינוט אויפן צווייטן, אן צו געבן צייט פאר די עלטערן זיך צו ארגעניזירן ווי צו שיקן די קינדער, למעשה האב איך זיך געטראפן סוף חודש אב, מיט א טאכטער אינדערהיים אן קיין סקול.

את כאבי אמרתי היום, איך בין ארומגעלאפן ביי אלע מוסדות דא אין שטאט, אנגעהויבן ביי די קהלה ווי איך דאווען (און באצאל מיינע התחייבות פאר די קהלה, נישט פאר דעם קהל גלאבעל, אבער יא פאר די קהלה אין מאנסי, כלומר איך צאל נישט קיין מעמבערשי"פ, אבער יא נר למאור וכדו'), אבער כ'האב געטאפט א דופן, האב איך געפריווט מיין מזל ביי אנדערע מוסדות דא אין שטאט, אנגעהויבן ווי מיין ב"ב האט געלערנט אלץ מיידל, און ווי מיין ב"ב האט געארבעט נאך די חתונה, נאכ'ן ווערן מיאוס אפגעפאטשט, האב איך פראבירט צו רעדן צו אנדערע הנהלות המוסודת אין שטאט, אבער איך האב ליידער געטראפן קלאפן אויף פארמאכטע טירן.

איך ווייס נישט צו וועמען אין שטאט זיך צו ווענדן, אבער ליידער האלט מען ביי א מצב, אז קיין מוסד איז נישט משועבד צו א צווייטן, און אזוי ווי מיר איז דא נאך 18 מיידלעך (18!!!) וואס זענען געבליבן אן קיין סקול יעצט, (דאס איז א חוץ פון נאך 30 משפחות וואס האבן לעצטנס ארויס געמופט קיין מאנסי, און זייערע קינדער זיצן אין שטוב ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין מוסד), ליידער האב איך זייער א שווער הארץ אויף די אויטריאטעיטן אין שטאט, וואס טוהן גארנישט צו לינדערן דעם ביטערן מצב, כ'האב אריין געמישט עסקנים, גערעדט צו רבנים, דיינים, מורי הוראות, מנהלי המוסדות, און ליידער אפגעענטפערט געווארן מיט א קאטאגארישן ניין.

וואס דארף איך זאגן פאר מיין ב"ב, ווען זי טענה'עט (פאר צער און עגמ"נ) דאס איז די פרייז פאר'ן זיך צושטעלן מיט אלעס צום ציבור, פאלגנדיג אלע רבנים, וואס זענען יעצט נישט גרייט צו טוהן גארנישט פאר מיר?? (איך און זי ווייסן אז די רבנים קענען גארנישט טוהן אין די נושא, והקולר תלוי במנהלי המוסדות למיניהם, אבער די ווייטאג שרייט נאך אלץ ארויס),

אדער וואס דארף איך טראכטן ווען איינע פון די גרויסע רבנים אין שטאט, וואס איך האב איהם געבעטן ער זאל מיר העלפן, זאגט מיר מיט צער און ווייטאג, וואס זאל איך טוהן מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר מיר!!! מ'פאלגט מיר נישט! אם בארזים נפלה שלהבת מה יענו אזובי קיר, מיט שאק בין איך געזעצן ווי א באגאסענער נישט וויסנדיג וואס צו ערווארטן פון איהם מער.

איך פארשטיי אז ס'דא פעלער וואס מ'קען טאקע נישט אננעמען קיין קינדער, אבער אז קיין איין מוסד קען נישט אננעמען, ווען ס'רעדט זיך אין א פאל פון עמערדזשעסי, און נאך מיט אזעלכע נישטיגע תירוצים (וואס איך וויל נישט דא איבערזאגן מחמת ליצנות ורשעות הטמונה בהם).

דערצו, מאנסי איז דאך געבענטשט געווארן מיט א וועד רבני העיר, וואס נעמען קער פון יעדע זאך וואס פאסירט אין שטאט, עני קעיס קומט אן צו זיי, יעדער קול קורא ווערט גע'חתמ'עט דורך אלע צוזאמען, משמרת היהדות וכו' וכו', אזוי אויך דער איחוד הקהלות און וועד האישור, איז אונטער זיי,

וויל איך פארשטיין, פארוואס פארשטייט יעדער אז ביים כשר'ן די כלים בין איך א חלק פון כלל ישראל, און איך מוז פאלגן די רבנים (וואס איך טוה ווי פארשטענדליך, פארשטייענדיג די נחיצות הענין, און זיך נישט וועלן אוועק רירנדיג פון א דעת תורה), און די מוסדות וועלן זיך נישט ריקן אן באקומען א צעטל פון וועד האישור, אבער ווען מיינע קינדער בלייבן זיצן אין שטוב אן קיין מוסד וואס וויל מיר אריין נעמען, דעמאלט'ס בין איך פלוצלינג נישט קיין חלק פון כלל ישראל, דעמאלט'ס איז נישטא קיין וועד הרבנים, און איחוד קהלות?? פארוואס אין די ליטווישע לעיקוואוד, קען זיין אזא זאך אז קיין שום מוסד עפענט זיך נישט, ביז יעדער איינציגסט קינד(!) איז אנגענומען אין א מוסד, אבער אין דער עיר התורה והחסידות מאנסי איז דאס נישטא, איז דאס דען נישט גענוג וויכטיג???

דעיס אז צענדליגע משפחות קענען נישט מופן קיין מאנסי (אדער האבן שוין געמופט און ליידער צוריק געמופט), ווייל זיי האבן נישט קיין מוסד פאר זייערע קינדער, איז דאס נישט וויכטיג צו מאכן א ויזעקו??? אויף וואס און אויף ווען ווארט מען? ווען מ'וועט שוין ליידער גארנישט קענען טוהן???

רבותיי!!!!!!!!!, איך שריי(ב) פאר ווייטאג, אבער ליידער דאס איז א פראבלעם וואס מאנסי פלאגט זיך לעצטנס, און אויב מ'וועט נישט יעצט טוהן צו די זאך, וועלן די קאנסקאווענצן זיין אסאך ארגער, צו דען מיז איך מופן קיין תימן, כדי מ'זאל אריין נעמען מיינע קינדער אין די מוסדות, אדער זאל איך גיין קיין רוסלאנד, וואס דאן וועט שוין נחמת ישראל אדער למען אחי זיך זארגן פאר מיינע קינדער???
איך ווייס באמת נישט וואס צו זאגן און וואס צו טראכטן, איך בין נאך יעצט פארווייטאגט, באקומענדיג היינט צופרי נאך א "ניין" פון א "היימישע" מוסד אין שטאט וואס וויל מיר נישט, ווייל איך בין נישט קיין "היימישער" פון זייער קהלה, האב איך מיר געזעצט מיט טרערן אין די אויגן אפשר דורכ'ן ברענגען די זאך לידיעת הציבור, וועט דאס אויפשטורעמען א שטאט.

אולי!!! ווער ווייסט???


אויב האט איר א עצה אדער א געדאנק וואס ס'קען געטוהן ווערן
ביטע פארבינדט זיך מיט אונז אויף
<!-- e --><a href="mailto:Monsey911@gmail.com">Monsey911@gmail.com</a><!-- e -->


=====

דערנאך לייגט ער צו דעטאלן, (שטעלטס ענק אליין פאר וואס דו קשיות זענען געווען...)
-

רבותי לאמיר גיין שטאט, איך האב ב"ה נישט קיין איבעריג צייט, וועל איך נישט אלעמען קענען ענטפערן אויף איין מינוט

אבער קודם, מיין אישי האב איך שוין צוריק געעפנט לרווחת הכלל, און מ'קען שיקן צום אימעל <!-- e --><a href="mailto:monsey911@gmail.com">monsey911@gmail.com</a><!-- e -->

יעצט צום ענין:
קודם איך געהער צו א קהלה קדושה בישראל (אלץ משל, סלונים וואס האט א רבי און מוסדות אין ארץ ישראל, אבער אין אמעריקא קוים א שטיבל)
איך דאווען דא אין מאנסי אין אונזער שטיבל, אבער מיין רב איז נישט געניג גרויס מ'זאל קוקן אויף זיין זייט בכלל (ער פארמאגט נישט קיין מוסדות)

יעצט מיין צעקה איז פשוט:
אויף כשר'ן די כלים האב איך מיך צוגעשטעלט צו "אלע" רבנים דארט בין איך א חלק פון "גאנץ" כלל ישראל, אויב אזוי ווען בין איך געווארן אויס
אין צניעות ב"ה דארף איך זיך נישט שעמען פאר קיינעם, און אזוי אויך אין אלע אנדערע זאכן
איך שטעל מיר צו צי אלע תקנות (והא ראיה מיין אינגל לערנט אין ... (גאר א חשוב'ע מוסד, נאר מחמת גילוי..))

און דער פוינט:
מאנסי פארמאגט א וועד הרבנים, ר' משה גרין (ר"י דמאנסי), ר' ישראל האגער (אב"ד וויזניץ), ר' חיים פאוויל שנעעבאלג (קהל חרדים), ר' חיים יושע האלברשטאם (אב"ד סאטמאר), ר' חיים ליבוש ראטענבערג (אב"ד פארשעי), ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין (אב"ד בעלזא), און ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל (אב"ד נייטרא), איך בין געווען ביי אלע פון זיי פלאס ביי נאך רבנים וואס איך וויל נישט אויסשמירן דא, אבער למעשה כולם כאחד ענו "בלא" מיט א א'

איז שטאטעלעך:
די מוסדות וואס נעמען נישט אן ווייל איך בין נישט אין זייער פערטיי (יא פערטיי, ווייל איך שטעל מיר צו צי אלע תקנות ב"ה, נאר נישט ביים זאגן איך בין א חסיד פון...) די רבנים וואס קערן נישט (נאר ביי די כלים, אבער יעצט קען איך מיט די אנדערע 18 עלטערן טאפן דעם דופן עקומה) די מנהלי מוסדות וואס יעדער שטייגט איבער דעם צווייטן מיט מורא'דיגע תירוצים

ס'מעג שוין ווערן דא אזוי ווי אין לעיקוואוד

גייט קקוט וואס טוט זיך אין שעל געז סטעישן

און אלע וואס קוקן מיר אן מיט א שלעכט אויג, וויל איך קלאר שטעלן, איך שטאם פון א חשוב'ע משפחה, מיין טאטע און שווער זענען אנגעזענע מענטשן, און איך אליין אויך (יא איך האלט זיך גרויס) אבער ביז ס'קומט צו א מוסד, (מיט'ן אינגל בין איך שוין ב"ה מסודר, אבער ביי די מיידלעך גייט דאס חאדאראו"ם)

אקוה שלא פגעתי באף אחד מחמת ריתחא, ביטע פארשטייט די בלוט זידט אין מיר א שרעק, איך שלאף שוין נישט טעג און וואכן, איך דערלייג שעות פון די ארבעט צוליב ארום לויפן איבעראל איז זייט מיר דן לכף זכות
(איך בין דן די אנדערע אויך לכף זכות, נאר דא וויל איך ארויפברענגען דאס פראבלעם, אולי יחוס איינער וואס קען טוהן, און ס'וועט ווערן א טשעינזש)

נ.ב. שכר לימוד איז נישט קיין אישו דא, איך האב געהאפארט די פולע פרייז

======

ער דארף ענטפערן ווי מ'זעהט ווייטער
אבער לייגט צו געוויסע דעטעלן אויך לייג איך דעס אויך...

-

א גוט מארגן און א גוטע טאג אלע מיינע גוטע פריינד, וואס האבן געגעבן עצות (אין אימעיל)
לעת עתה בין איך ליידער נאך נישט געהאלפן געוארן, אבער יא באקומען א טוץ מיט חיזוק, איך האב ארויסגעפרינטעט די תגובות דא, און געוויזן פאר מיין ב"ב ס'האט אביסל אויפגעלעבט, זעהענדיג אז נישט אלע זענען אזוי שלעכט

ייש"כ פאר אלע מיינע קעגענער'ס וואס האבן זאכליכע טענות אויף מיר, (ובכללם אלע וואס האבן געשריבן שטותים און אומדורעכגעטראכטע עצות)

יעצט וועל איך פריוון אביסל אין קורצן שרייבן און ענטפערן יעדן כ"א ככבודו הראוי, איך וועל גיין נישט אין א סדר, ווייל ס'שווער צו געדענקען יעדנ'ס ווארט און יעדער סדר, אבער איך וועל פראבירן

קודם לגבי די וואקסינס וואס אפאר האבן דערמאנט, איז לאמיר דיר זאגן, ס'איז דא אזא זאך אז מ'קען אריין שיקן א אויפציעלע צעטל פון א רעליגיע סיבה פארוואס נישט צו געבן שאט'ס וואס דערווייל נעמען דאס אן אלע מוסדות אין שטאט, און דערצו דאס איז ב"ה נישט קיין אפאלט ביי מיר, ווייל איך געב שאט'ס ווען ס'שטערט דאס חינוך, נאך אלץ איז א בית חינוך פאר מיינע קינדער וויכטיגער ווי די שאט'ס ובזה אסיים בזה, איך וויל נישט פארקריכן

יודישע קהילות, דו ברוכסט צו זיין א ע"ה דאורייתא ודרבנן, נישט קענענדיג קיין שום מאנסיע'ר מענטש פערזענליך (אפשר ווען זיי קומען אין שטאט אויף חתונות גריסטו זיי ותו לא) אויב נישט מיזסטו זיין א פאלנער ר.. בערקע האט שוין געמאכט א ליסט, און ער איז הונדערט פראצענט גערעכט
פארוואס זאל איך אפלאזן סלאנים (מיט'ן משל אז איך בין א סלאנימער) ווייל מיר האבן נישט קיין אייגענע מוסד?
אלע קליינע זאלן זיך צוזאמען נעמען אין מאכן איין מוסד? קען דען חסידי תו"א ותוא"י לערנען צוזאמען מיט חסידי סלאנים וסלונים, און מיט חסידי וויזניץ (ר' מענדל) וחסידי לעלוב, סקאליע, סקוליען, אלכסנדר, ברסלב למיניהם, באיאן, סאדיגורה, וכו' וכו' והרשימה עוד ארוכה, ס'איז אוממעגליך צאםצושטעלן, תוא"י ותו"א ,דארף סאטמאר (ביידע) אדער תשב"ר ליזענסק, סלאנים סלונים דארף ענדערש באבוב (ביידע) צאנז (צו יונג) קלויזנברוגר, און פאפא, לעלוב סקאליא סקוליענן קען גיין אפשר קיין סאטמאר, באיאן רוזין וכו' אפשר קיין פאפא בעלז וכדו', אבער צאמשטעלן איז אוממעגליך

דער פרעגער וואס פרעגט וועלכע רב האט נישט קיין כח,
איז קודם דער גרויסער רב וואס האט מיר געזאגט אז מ'פאלגט אים נישט, איך וויל נישט פורש בשמו זיין מחמת כבודו
אבער דא האט איר א שטיקל ליסט פון רבנים וואס קיינער קומערט זיך נישט מיט זיי ליידער, אב"ד סלאנים (מאלאוויצקי) אב"ד חרדים (טויבנפעלד) אדמו"ר משינאיווא, אדמו"ר מניקלשבורג, אב"ד ווישאווא, אב"ד סאלקא, אב"ד ווילעדניק (יא א קליין שטיקל השפעה מחמת כספו), אב"ד בוטשאטש (ווארפמאן), אב"ד תו"א (קאהן), אב"ד תוא"י (טייטלבוים), אב"ד קאשוי (ר' אליעזר חיים, וואס ליידער אסאך האבן איהם אין בוידעם אפי' ער איז מזקני צדיקי הדור במלוא מובן המילה) אב"ד טערצאל (ראזנער), אדמו"ר מסטאניסלאוו (האט כאטש א דררא לממונא), והרשימה עוד ארוכה

ווערן א מעמבער, שוב די אלע חסידי האדמורים דלעיל וואס האבן נישט קיין מוסד אין מאנסי, קען איך דען ווערן א חסיד פון א אנדער אדמו"ר, חוץ מזה, איך האב א לאקאלען רבי אויך, אבער אויף צו ווערן א מעמבער זיי זאלן מחוייב ווערן מיר אריין צונעמען ווילן זיי נישט, באמרם וועסט זיין דא א מעמבער אפאר יאר, וועל איך ווערן א אייגענער און קענען אריין שיקן

לגבי מיין כשרות, ב"ה איך בין א יונגערמאן, וואס האט נאך קיינמאל נישט געשטיצט די בארד חלילה (ניטאמאל געטראכט דערפון ביז איינע פון די חברה האבן דאס דא דערמאנט) מיין ב"ב שערט זיך כהלכה (טריפל O ), מיינע קינדער גייען אנגעטוהן בצניעות, איך פארמאג נישט קיין שום כלים אין שטוב, מיין סעלפאון איז מאושר, און האט נישט גארנישט, אין אפיס ווי איך ארבעט איז מאושר ע"י וועד הרבנים (וואס ווילן יעצט גארנישט טוהן פאר מיר, נאר נעמען מיינע 45$), איך דאווען יעדן טאג מיט א מנין אין א קהלה (וואס האט מיר אפגעזאגט ווייל איך בין נישט זייער'ס), שבת דאווען איך אין מיין שטובל, (און מיין רב שוויצט פאר מיר, אבער ליידער שפייט מען אים אין פנים, זיי דארפן איהם נאר פאר א חתימה פאר די וואלן ווען זיי זוכן וואס מער נעמען)

דער מיידל שולע וואס האט זיך פארמאכט איז בנות חיל (פאר די אלע וואס פרעגן)

און איך האב לכתחילה געשיקט אהין, ווייל די אנדערע גרויסע סקול'ס האבן מיר נישט געוואלט אננעמען, ווי מיין ב"ב האט געלערנט, בין איך נישט קיין חסיד, ווי זי האט דאן געארבעט, איז זי נישט קיין חסיד, די אנדערע סקול'ס יעדער האט אראפ געקוקט אויף מיר (איך האב נישט קיין געלט, און מיין טאטע און שווער אויך נישט)
דעריבער בין איך געגאנגען צו בנות חיל, און יעצט ליידער עס איך שטרוי
בנות דרך ישראל, איך זיך בעסער פון דעם, אפי' איך קען נישט דעם סקול פערזענליך, איך האב געהאלטן אז מיין טאכטער דארף עפעס בעסער'ס, אבער יעצט נאכן הערן גוטע גריסן (אויך אין אימעיל) האב איך זיך אריין געלייגט דערין, איך האף כ'וועל דארט געהאלפן ווערן

נאך איין זאך פאר איך ענדיג,
מיין צרה, איז טאקע זייער גרויס, אבער גרעסער איז די צרה פאר די אנדערע 17 עלטערן וואס האבן נישט די כוחות הנפש, און גבורת הנפש זיך צו שטארקן, און לויפן פון איין רב צום צווייטן, פון איין עסקן צום צווייטן, פון איין מאכער צום צווייטן, כאפן פרעסק און אומדערטרעגליכע בזיונות, און זיך נאך אלץ ארום דרייען מיט א שמייכל,
זיי זיצן נעבעך אין שטוב און ווארטן אויף א שטורעם וואס וועט איבערקערן מאנסי, און מאכן סדר בענין זה
כמו"כ הוא הדין לגבי די 30 עלטערן וואס האבן נישט קיין חדר אויך נישט

ב"ה איך האב אפאר ענערגישע עסקנים וואס טוען פאר מיר, אבער וואס וועט זיין מיט די אנדערע
לכן מיז מען שטורעמען, און איך האף אז ס'וועט ווערן סדר אין שטאט
די רבנים וועלן נעמען די זאך אין די הענט (וברור אצלי שאם יעשו כדבעי, יצליחו ביותר)

נ.ב. איך בין ליידער שטארק פארנומען מיט דעם, און דערצו ארבעט איך אויך, דעריבער וועל איך כנראה נישט קענען אריין שפאצירן דא ביז ביינאכט, אבער איך האף דעמאלטס אויך צו ענטפערן יעדן און הערן יעדנס עצות (וכן אין אימעיל אדער אישי)

כמו"כ וועל איך פראבירן צו איבער גיין אביסל דא אין דארט, לאזן הערן מיין אנטווארט

=====

נעכטן אינמיטן טאג האט שוין געאפדעיט דעם עולם איבער ווי ער האלט:
-

לאמיר מיטטיילן אביסל נייעס נאכן אויפזיין נאך א נאכט (לויט וויפל וואך נאכט'ס איך פראווע דארף איך שוין האבן צוויי דאזען אינגלעך, נאר לעת עתה האב איך זיי נישט ווי צו שיקן)

קודם ס'איז צאמגעשטעלט געווארן א ליסט פון 30!!! מיידלעך וואס זיצן אינדערהיים, פארן נישט ווערן אנגענומען אין סעמינארן (אלע זענען פון ערליכע שטובער, וואס זענען אויפן שוועל פון חלילה..., (כפי שראו מהקודמים להם מהשנים הקדומות, שכעת נמצאים בשעל געז סטעישן רח"ל היל"ת))

למעשה אבער נאך א שווערע ארבעט פון איינע פון די גרויסע עסקנים דא אין מאנסי (כ'האב ביז לעצטענס געמיינט אז קיינער קען אים נישט, ביז איך האב נעכטן באקומען אין אימעיל אפאר מעסידזשעס אז צו אים קען מען זיך ווענדן,) האט מען היינט צאמגענומען אפאר ענערגישע עסקנים פון שטאט (ב"פ און וומ"ס) און זיי האבן זיך גענומען צו די מוסדות אין מאנסי, זיי צאמזעצן אויף איין טיש, זיכער מאכן אז קיין איין מיידל וועט נישט בלייבן אין דרויסן

ס'איז צום האפען אז אלע וועלן בעז"ה ווערן מסודר, איך וועל בעז"ה מעלדן

אזוי פיל קען איך יא זאגן, ווען איך האב אריין געשטעלט מיין ביטערע מעשה דא, האב איך געהאפט צו באקומען אביסל עצות (און א שיין ביסל פעטש), און אביסל חיזוק ותו לא

אבער למעשה האט דאס ב"ה געמאכט א גוטע שטורעם, איך האב צוריק געהערט פון אפאר עסקנים און רבנים, אז ס'טומלט זיך סיי פון די אימעיל וואס כ'האב ארום געשיקט, און סיי פון די גערעדעכטס דא

בעז"ה האט דאס אויפגעטוהן

מיר קענען זיך אלע קלאפן אין ריקן און זאגן ייש"כ פאר די מנהלים פון אייוועלט וואס בזכותם זענען אונז צוגעקומען צו די גוטע רעזאלטאטען בעז"ה

(במאמר המוסגר וויל איך זאגן, אז א גרויסע רב (וואס אלע האלטן פון אים, ער איז באמת אומפערטייאיש) בזה"ל: היינט פירט מען נישט מערכות אין קאווע שטיבל אדער אין מקוה, היינט איז אלעס אויף דער אינטערנעט, גיי דארט אויף א כשר'ע פייל וואס די פילטער'ס לאזן דורך, און פון דארט מאך די שטורעם וועסטו געהאלפן ווערן

איך האב הנאה אז דברי חכמים נתקיימו

און נאכאמאל ש'כוח פאר אלע חיזוקים, (וגידופים, שעוזרים לעבוד על עצמי), און בעז"ה ווי נאר ס'וועט זיין גוטע בשורות האף איך צו מעלדן.

=====

אבער נאכמיטאג האט ער צוריק אויסגעשאסן אין א געוויין איבערן ביטערן מצב:
-

איך בין דערווייל ליידער נאך נישט געהאלפן געווארן, פריער מיט צוויי שעה, געהערט פון דעם הויפט עסקן וואס שוויצט פאר מיר, אז דערווייל איז נאך אלץ נישט די זאך מסודר, מ'האט צאמגענומען די רבנים דא, אבער.... (איך וויל נישט באשמוצן קיינעם) זאגט ער מיר אבער אזוי פיל יא, אז ס'כאפט א שרעק, די עסקנים שרייען, ס'דא 30 מיידלעך וואס דארפן גיין די ערשטע קלאס, וואס יעדן טאג איז עמערדזשעסי, ס'דא 20 מיידלעך וואס האבן נישט קיין היי סקול, און רח"ל שעל געז סטעישן קען ווערן זייער נעקסטע סקול רח"ל היל"ת, ס'דא 30 משפחות וואס זיצן מיט אינגלעך אין שטוב מחוסר מוסדות

ווען די רבנים רופן דעם עולם פאר עני זאך, אינטערנעט/כשרות/עסקנות וכדו' שרייט דער גאנצער עולם הנני, מיר זענען גרייט צו הערן און פאלגן, יעצט ווען מיר עסקנים שרייען פאר די רבנים ווי זענט איר, מיר ווארטן שוין איבער א וואך צו הערן פון זיי הנני, ועדיין לא נושענו.

דער עסקן זאגט מיר, די רבנים גייען געבן שבת תשובה דרשות, קעגן אינטערנעט, אבער וואס איז דער גורם דערצו, ער האט געבעטן די רבנים צו אדרעסירן דעם פראבלעם,

ונראה וואס ס'וועט זיך אויסלאזן

וואס טוט מיר וויי, אז בגללי האט מען פארשמירט אסאך מענטשן מיט אומאיידעלע אויסדריקן, איך בין דערעקט געקומען דא אויף אוזער וועלט, און נישט געגאנגען צו אנדערע פלעצער, ווייל איך האב געהאפט אז כבוד השני, וועט געהאלטן ווערן, און דא ליידער אלץ הכנה צו ר"ה, איז געשעהן פארקערט

נאר איך פארשטיי אז מחמת ריתחא קען אלעס געשעהן, וכמו שאני רותח בצדדי, יש הרותחים בצד השני,

לאמיר זיך אלע איבערבעטן און נידערן דעם טאן, און לאמיר האפן איך וועל קענען גאר אין גיכן מבשר טובות זיין,

ווייל היינט צופרי האט שוין אויסגעזעהן אז די ישועה איז נאנט, און למעשה האט זיך די זאך פאריקט, און ס'איז נגזר געווארן נאך א ביטערן טאג, און שלאפלאזע נאכט.

=====

היינט פארמיטאג האט ער פארווייטאגטערהייט פריש אויסגעשריגן פון טיפעניש פון הארצן:
-

אזוי געהאפט אז היינט קומט מען שוין שרייבן די גליקליכע ישועה

אבער ליידער ניין, דער גרויסער באשעפער, דער זיסער טאטע האט מיר אנדערש באשערט

איר קענט אלע די מעשה, פון דער עזות פנים וואס האט געזאגט פארן רב, איך וועל זאגן אז דער רב'ס טאכטער האט מזנה געווען, האט דער רב געזאגט, איך האב דאך נישט קיין טאכטער, האט דער עזות פנים געזאגט, דאס וועט דער רב שוין דארפן פארציילן, אזוי איז געשעהן צו מיר אויך רח"ל

נעכטן נאכט ארום 1:30 בין איך ענדליך אהיים געקומען א ערשעפטער, און אריין געטראסקעט אין קאוטש, מיין ב"ב קומט צו לויפן און פרעגט וואס איז נייעס, וואו האלט מען, אבער איך האב געשוויגן, מיינע אויגן האבן געפינקלט מיט טרערן, אבער איך האב געשוויגן, מיין ווייב הייבט אן צו ווערן אביסל אנגעצויגן, און פרעגט מ'האט דאך שוין פאריגע וואך צוגאזעגט א ישועה, וואס איז יעצט???
אבער איך שווייג נאך אלץ, ווי קען איך איר אזוי מבזה זיין, אבער נאך וואס זי דריקט מיר צום וואנט, זאג איך איר, גלייב מיר די ווילסט נישט וויסן, כמובן נאך א טענה'ריי פון אפאר לאנגע מינוט, זאג איך איר, דער מנהל המוסדות זאגט מיר דו גייסט אנגעטוהן זייער מאדערן!!!!

וואס ס'איז דאן געשעהן קען איך אייך אפי' נישט מסביר זיין, נאך יעצט זענען מיינע אויגן פארשטעלט פון די טרערן, מיין ווייב האט אויסגעשאסן אין א היסטערישען געוויין, זה שכרי מכל עמלי? גייט אנגעטוהן זייער פרום ב"ה, (פיל מער ווי אסאך וואס שיקן אין יענע מוסד), די ארגסטע דערפון איז, אז דער רב פון שטאט וואס העלפט מיר, האט אויך באקומען די ידיעה אז מיין ווייב גייט נישט צניעות'דיג, און איז היינט צופרי געווען א בא בטענה היתכן כ'האב דאס פארהוילן פון אים, (געקומען זייער איידל), און יעצט דארף איך פארציילן אז ס'הייבט זיך נישט אן

כ'וואלט ווען ארויפגעשטעלט א בילד פון מיין ב"ב, איר זאלט זעהן אז זי קומט נאך אלע צניעות רעגולאציעס (בהלכה, ובהוראת הרבנים), און ב"ה זי האט קיין מאל נישט משנה געווען פון איר לבוש, אדער איר מאמע'ס און מיין מאמע'ס לבוש, (איך וועל דארפן לייגן אפאר בילדער, שלא יאמרו האומרים, אז זי האט זיך אנגעטוהן ספעציעל פאר די בילד) אבער היות ס'איז נישט איידל און נישט צניעות'דיג צו לייגן תמונות נשים, בלייבט מיר נאר איבער, צו אפווישן די באקן פון די הילכיגע פראסק,

די עסקנים האבן זיך אריין געלייגט שטארק, און ב"ה קוקט אויס מיט סוקסעס, און זיי האבן שוין צופראסקעט דעם מנהל פארן הוצאת שם רע (דער מנהל האט שוין אויסגעפרעגט האלב פון מיינע שכנים, און מיין ב"ב איז געווען מיט מיר ביי אים כמה פעמים, און ער האט געזעהן איר לבוש)

אבער דער פראסק איז צופיל פאר מיר, איך האב דאס נישט אויסגעהאלטן, בפרט אז מיין ב"ב איז געווארן מבוזה אויף אזא מיאוס'ע אופן!!!!!

און די גרעסטע עוולה דערפין איז, אז מיין ב"ב פלעגט ארבעטן ביי דעם מנהל בערך צוויי יאר אין א צוה, און ער ווייסט פונקלטיך ווי אזוי זי גייט אנגעטוהן (פונקט ווי זיין ווייב, און זיינע טעכטער), און בעזות מצח האט ער מיר פארשמירט צווישן די עסקנים, און ביי מיין רב
שומו שמים!!!!!!!!! אוי לי אללי לי!!!!!


זייט מתפלל, און איך האף גאר אין גיכן קענען דערציילן גוטע בשורות


און לאמיר נישט פארגעסן, אז די עסקנים ארבעטן זייער שווער פאר מיר (ווייל איך האב גערודערט), אבער ס'איז דא נאך 17 עלטערן, וואס כאטש 10 פון זיי, שטייען נאך זייער אונטערשטעליג, און מ'דארף אויף זיי אויך רחמנות האבן.
ולה' הישועה

=====

אפליינענדיג דעם ארטיקל, און קענענדיג ענדליכע מעשיות פון דער נאנט האב דאס מיר אויפגעשאקעלט ביז גאר!!!!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:18 pm

· #223216
500$ נדבה אויב איינער עפענט נאך א מיידל סקול אין מאנסי אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
#עתלעשות

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:07 pm

· #223231
איך בין א עד ראיה, פון די כותב אדער א צווייטע פערענט פון בנות חיל.
שומו שמים!!!

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:09 pm

· #223263
קאווע טרינקער
500$ נדבה אויב איינער עפענט נאך א מיידל סקול אין מאנסי אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
#עתלעשות

און פארוואס זאל "איינער" whoever that is וועלן זיין אנדערש ווי די איבריגע מוסדות. איך וואלט געעפנט אן עדזשענסי פון מחנכים/ות מיט די מעגליכקייט צו היים סקולן.

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:16 pm

· #223268
די שערוריה איז אז אייוועלט מיט קאווע שטיבל געפינען זיך אויף די זעלבע זייט. עפעס איז זייער ראנג דא.

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:29 pm

· #223276
נישט אמת. עס איז א גרויל און אן עקל צו ליינען די אייוועלט אשכול, ווי מער ווי האלב פון די ניקים פרובירן בכל טיפשותם ורשעותם צו פארענטפערן די מוסדות און די הייליגע רבנים פון די שטאט וואס טוען אלעס פארן באשעפער'ס וועגן, פארנט פון "קמח" די בעל האשכול, בשעת עס איז מתו מוטל לפניו. בלית ברירה, נאך פופצן גאנצע בלעטער, מוז די מלאך רע בע"כ מודה זיין. פון וואו נעמט מען אזעלכע פארשטיינערטע הערצער?


.

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:15 am

· #223342
נאך איינער שרייט!
IMG_20140912_031309.jpg

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:18 am

· #223343
קאווע טרינקער
500$ נדבה אויב איינער עפענט נאך א מיידל סקול אין מאנסי אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
#עתלעשות


תזכו למצות!!!

דער מצב איז שרעקליך! כ׳האלט יעצט מיט ליידער א מעשה פון א נאנטע חבר וואס איז אקארט אין די זעלבע סיטואַציע אין בארא פארק און ער מוטשעט זיך שטארק ארום, מ׳קען זיך נישט פארלאזן מער אויף אונזערע פירערס מיט די גאלדענע בעקיטשעס און זייערע י״ב חלות! ערנסטע בעלי בתים פון מאנסי דארפן נעמען די זאך אין די הענט אריין און זיך נעמען טוהן צו די זאך און פארגעסן פון די אנגעפרעסענע בענישקלע״ך
איינמאל פאר אלעמאהל

3600$ נדבה אויב איינער עפענט נאך א מיידל סקול אין מאנסי אין די קומענדיגע צוויי וואכן.
#עתלעשות

ראש הישיבה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:07 am

· #223372
עס איז דא צוויי געגנזייטיגע פראבלעמען. איינס מיר זענען פארפלאגט אונטער די טעראר וואס די מוסדות/רבנים טוהן פאר אונז. זיי האבן זיך דערקלערט פאר גאטס פאליציי, זיי ווייסן וויאזוי זיי גייען אונז ראטעווען, וויאזוי זיי גייען ראטעוווען אונזערע קינדער. בנוסף לזה זענען זיי געפערליך פאער האנגרי. זיי לעכצן נאך יעדער שטיק פאער וואס איז נאר מעגליך. מיט דעם וואקסט יעדער טאג די גזירות עד לב השמים. אין לך יום שגזירתו אינה מרובה מחבירו. יעדער מוסד/רב/רבי איז אין קאנקארענץ ווער עס קען מאכן שווערע גזירות מיט אזוי גערופענע פאליסי'ס אז מיר האלטן עס שוין מער נישט אויס.

פון די צווייטע זייט האלט זיך אין איין ווייזן אז נאר די מעגא פאער'ס קענען פירען היימישע מוסדות. הרבה פראבירן צו עפענען מוסדות און עס שטייט אויף הינערנע פיס אדער פארמאכט זיך עס.
און ב"פ האט אב גינזבערג געעפנט גן ישראל. ער איז א חשובע טאלאנטפולע טויגליכע מענטש. אבער יעדער טאטע וואס האט דארט געשיקט האט שוין מיטגעמאכט אזויפיל עגמת נפש. דא צאלט מען נישט, דא סטרייקן די איינגעשטעלטע. עס האט זיך צוטיילט.
אין מאנסי האט זיך יעצט בנות חיל פארמאכט.
בנות שרה איז שוין אריבער עטליכע הענט און שטייט נאך אלס אויף הינערנע פיס.
אמרי שפר א חדר וואס האט זיך געעפנט האלט שוין ביי יד שלישית און איז נאך אלץ נישט מסודר.
נייטרא מאנסי האט געדארפט אז מונקאטש פון ב"פ זאל איבערנעמען זייער חדר ווייל זיי האבן נישט געקענט.

ווידער די חסידות מעגא פאער גייען אהן אויף כח, און בויען בנינים.


אפילו די פריוואטע מוסדות וואס זענען יא מצליח, איז די שכר לימוד דאפעלט ווי די חסידות מוסדות.


יעצט שרייען אונז אז קינדער האבן נישט קיין מוסדות. פארוואס? ווייל די חסידות וויל זיי נישט. פאר וואסארא צודרייטער תקנה עס שטימט נישט זיי אריין צו נעמען.

וואס איז די עצה? מען זאל עפענען פריוואטע מוסדות? דאס וועט זיך אויך נישט גוט ענדיגען.

דאס וואס שטייט אין אייוועלט אז עס איז דא א וועד הרבנים אין מאנסי וואס גייען העלפן די קינדער וואס זענען אינדרויסן פון מוסדות, לדעתי איז נאך א חלק פון די רונדע פון טעראר וואס גייט פארקומען דורך דעם. ווארטס און זעה.


וואס טוט מען? איך ווייס אויך נישט. ווי זאגט מען: משיח דארף שוין קומען

נולד מאוחר » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:26 am

· #223375
קען מען נישט אויסארבעטען עפעס א פאבליק סקול סיסטעם פאר היימישע קינדער? די רעגירונג שטעלט דאך צי פרייע סקולס.

געפילטע פיש » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:04 pm

· #223380
די מעשיות וואס מ'הערט פון טאטעס, די השפלה וואס זיי און זייערע ווייבער גייען דורך מיט די מנהלי המוסדות זענען האר אויפשטעלענד! וואס איז געשעהן דעם יאר? זענען די מעשיות אלעמאל געשעהן נאר געהאלטן געווארן בשתיקה, אדער איז עפעס געשעהן די לעצטע יאר צוויי וואס די מצב האט זיך געטוישט?

מנהלים וואס שיקן מאמעס זיך גיין "אויסטשעקן" ביי ספעציעלע צניעות משגיחות, פרויען וואס זייער אפיציעלע דזשאב איז אראפצוגיין צו הייזער צו זען אויב די הויז ווערט געפירט על דרך התורה והסיסטעם, מנהלים וואס פארשען אויס יונגעלייט ביי וועמען זיי גייען פרעגן זייערע שאלות (יא, יענע שאלות!), דאס איז אלעס ערשט האנטיגע מעשיות וואס איך האב געהערט נאר אין די לעצטע וואך! וואס גייט דא פאר?

בר-כוכבא » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:12 pm

· #223382
מאטי
און פארוואס זאל "איינער" whoever that is וועלן זיין אנדערש ווי די איבריגע מוסדות. איך וואלט געעפנט אן עדזשענסי פון מחנכים/ות מיט די מעגליכקייט צו היים סקולן.

ארבעס » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:25 pm

· #223411
איך מיין די פראבלעם איז נאך מער. א משפחה מיט 5-6 קינדער קען ניטאמאל עפפארדען צי באצאלן די שכר לימוד. אשר על כן קענען זיך נישט אויף מאכען מוסדות אין גיין באנקראט ווייל רוב קענען נישט צאלען מער פין 3000 א יאר פער קינד.
לויט ווי איך הער איז אינטער 5000 שכר לימוד קען א מוסד נישט האבען א קיום

ראש הישיבה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:30 pm

· #223413
5000 א קינד איז נאר ביי היימישע מוסדות וואס באלאנגען צו א חסידות. וואס א טייל פון די ארבעט ווערט געטוהן דורך וואלענטירן.
בנוסף לזה, סאך פון די ארבעטערס טוהן מער ווי זיי דארפן, און/אדער ווערן אינטערגעצאלט.
אבער ביי א מוסד וואס איז נישטא דער געטריישאפט, אדער די ביקוש פון באקומען פאסטענס קאסט עס מינימום 7500 יעדער קינד.
זיל ובדוק וועסטו זעהן אז די מאדערנע מוסדות בעטן בערך 7500 און זיי דארפן נאך אלס פאנד רעיזען.

ראש הישיבה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:38 pm

· #223418
איינער האט דא דערמאנט היים סקולען.
דאס וואלט נישט געווען א שלעכטע פלאן.
איך בין אמעל ערגעץ געפארן אויף וואקאציע. בין איך געווען ביי די לובאוויטשער שליח. זיינער קינדער האבן אינטערנעט חדר/סקול.
עס איז קענטראלירט דורך די רבי/טיטשער. אויב די רבי זעהט אז די אינגל האלט נישט מיט, ווער ער ארויסגעשפארט פון די כתה. בשעת לערנען קענען די תלמידים נאר הערן די רבי, און שיקן שאלות פאר די רבי.
אויב קומט מען שפעט קען מען נישט אריין לאגן.
ביי הפסקה, שפילן די גאנצע קלאס א געים צוזאמען אויף די קאמפיוטער. דעמאלס האבן זיי געשפילט א געים וואס הייסט גמרא בעיס באל!
די קינדער האבן זיך געטענהט אהין און צוריק. די רבי איז געווען די מאדערעטאר.
עס האט אויסגעזען ווי א מהלך.

די פראבלעם איז אז לויט ווי איך פארשטיי קאסט גאנץ טייער צו פירן אזא סארט מוסד. עס ליגט אסאך קאפ און מח אז עס זאל קלאפן. מען דארף האבן גוטע טעקנישן, גוטע רבי'ס און טיטשערס, וכו'.

ועוד והוא העיקר, אז אפילו אי נימא אז אונז זענען גרייט מו לאזן אונזערע קינדער ביי א קאמפיוטער, אבער אויב איך האב קינדער אין אן אנדערע מוסד גייען זיי נישט אריין לאזן ווייל איך האב א קאמפיוטער אינדערהיים וואס קינדער האבן צוטריט מיט אינטערנעט

outspoken » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:42 pm

· #223420
כ'האב ליידער אסאך צו שרייבען וועגן דעם ענין, אבער ווי רביה''ק שרייבט אין על הגאולה, 'שלא אוכל לכתוב בזה הרבה כי הציקתנו רוחי ובטני וחם לבבי בקרבי בכתבי הדברים האלה' נאר איין פוינט מ'זאל נעמען די עושה הרשעה און אפשיילען ווי א צוויבעל וועט מען טרעפען מלא מנאפים, אין נידריגער פון נידריג, ואכמ''ל

בר-כוכבא » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:06 pm

· #223429
👍

הפלא ופלא. ווער עס האט דעם נומער פון "טהור עיניים" זאל עס מיר ביטע שיקן אין אישית. איך וויל זיך משדך זיין מיט אים. (כהאב נאכנישט קיין קינדער אין די יארן, אבער קודם וויל איך זיכער מאכן אן מיינע קינדער'ס לעבנס שותף איז איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא שטוב).

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:19 pm

· #223444
בנות ישראל זוכט נישט איבערצומאכן די עלטערן נאר די תלמידות.
אבער אז איינער וועט שיקן זיין טאכער מיט זאקן אין פערדע קלאס וועט מען איר אהיימשיקן (נישט ארויסווארפן).
און אויב עס וועט זיך איבערשפילן אפאר מאל, הוברר הדבר למפרע אז זיי זענען נישט פאר די מוסד.
זייער פארשטענדליך

ודי למבין » מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 11:57 pm

· #223514
טהור עיניםס ווערטער זענען נישט שלכעט אבער ער איז קענטיג אויך פון די וואס האלטן אז טאטע מאמע דארפן גיין פונקט אין שפאן כדי זייערע קינדער זאלן האבן ווי צו לערנען. דאס איז א פארברעך!

moshe613 » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:26 am

· #223530
אן אמת מעשה. א ינגערמאן מיט א צוגעפיצט בארד, זייער מאדערן אהנגעטוהן, די ווייב אויכעט זייער מאדערן אהנגעטוהן (זיכער נישט הלכה דיג אויס געהאלטן) איז געקומען אריינשרייבן זיינע קינדער אין א היימישער מוסד, דער בעל המוסד א קליג אידל זעהט דא דעם בראך, זאגט פאר דעם ינגערמאן, טייערע ייד צו איז דא אזויפיל מוסדות דא אין שטאט וואס איז ממש צוגעפאסט פאר דיר, אין ער נעמט ארויס א ליסט מיט נעמען אין טלפון נומבערס אין ווייזט איהם איין מיט נאך איינס, ער זאגט איהם אין פרעגט די עלטערן, וואס ווילסט עטס פין מין לעבן? פארוואס זענען ענק בכלל געקומען צו מיר? נישט דיין קינד וועט זיך פילן באקוועם, עלטערן גייען קומען מיט טענות, אין בכלל פארוואס פארשטיין עלטערן וואס אין זייער פריוואט לעבן (פאבס, פיצן בארד, קורצע קליידער לאנגע שייטלן גייען צו מאוויס פארטיס מיט מיקס קאפלס בקיצור זייער ווייט פין א חסידישע שטיב) פארוואס אין פאר וועלכן סיבה ווילן זיי אויספייניגן זייער קינד, אין די מוסדות, אין צום סוף זיך אליינס? לאמיר נאר פארשטיין וויאזוי א טאטע מיט פיצי קליינע פיאות א געפיצטע בארד קומט אין בית מדרש מיט זיין יינגעלע וואס האט שיינע גרויסע געקרייזעלטע פיאות, דער מאמע גייט אהן זאקן אבער די טאכטער מיט פרימע טייטס! בקיצור די עלטערן האבן איינגעזעהן זייערע טעות, טאקע געגאנגען צו אנדערע מער מאדערנע מוסדות ווי בית יעקב אין שלום על ישראל.

די זעלבע מעשה קען גיין פארקערט, א סאטמער ינגערמאן וואס האט חתונה געהאט צו אן מונקאטשער, וואס אין מונקאטש האט מען למשל נישט געאסרט פאר נשים צו דרייווען, יעצט זאגט איהם די מנהל - דיין ווייב דרייווט ביסט נישט עקסעפטעט. יעצט די מנהל וואס די ווייזט אז 99% טויג אלעס מיט די עלטערן וויאזוי גייסטו צווינגען די עלטערן צו גיין קיין בית יעקב???

פארוואס האבן זיי נישט קיין common sense, אז איינער האלט איין רוב פין די תקנות איז זיי נארמאל אין לאז אפ, די עכטע טראבל מעיקערס האבן גענוג חסרונות ביזן דרייווען א קאר. אדער אנדערע צודרייטע נישטיגע תקנות וואס פין א טפל ווערט אן עיקר.

מען דארף צוטיילן די פראבלעם. צו איז דא אין יעדער קהילה אפאר מדרגות פון פרימקייט, און למעשה זענען נארמאל די פארפרומסטע די וואס קאנטראלן די הנהלה אלעס בשם קנאות ה' און זיי פרובירן ארויפצווינגען זייערע עקסטרים פרומקייט אויף די גאנצע אנשי שלומינו. דאס איז איין פראבלעם.

צווייטע פראבלעם, אסאך עלטערן פון חסידישע שטיבער וואס זענען אפגעפארן בלשונינו אדער געווארן מאדערן כלשוניהם, אבער דאס איז זיכער אז די גאנצע הנהגת הבית איז מער געשטעלט צו א בית יעקב אבער זייענדיג צוגעוואינט צו סאטמאר/פאפא/מונקאטש/באבוב וויל ער שיקן דארטן די קינדער. א פשוטע משוגענע, ער פארשטייט נאך נישט ווי ער האלט אויף די וועלט.

לדעתי אויב עלטערן וועלן זוכן פאסיגע מוסדות פאר זיי און זייערע קינדער או הנהלת המוסדות רבנים און אדמורים וועלן לייגן אין די הנהלה מענטשן וואס פארשטייען די רוח הקהילה פין רוב חסידים/אנ"ש - וואלטן די אלע פראבלעמען קיינמאהל נישט געווען.

אזוי ווי א טאטע דארף פארשטיין אז זיין טאכטער קען נישט בייטאג לערנען אין פאפא און ביינאכט אין בית יעקב, אזוי אויכעט קען נישט קיין מוסד ארויפצווינגען א תקנה פון למשל נישט דרייווען פאר נשים אויפן גאנצן כלל ביז ווארפן קינדער פון מוסד.

סמיילי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:42 pm

· #223752
דו פראבלעם מיט די פריוואטע מוסדות איז אז זיי האבען נישט קיין געלט. און ב.פ האט זיך יעצט פארמאכט א מיידל סקול פאר נישט האבען קיין געלט.
שולדיג און די גאנצע פראבלעם זענען די עשירים!
א מוסד מיט א רבי קומט אריין געלט פון די עשירים פון די חסידות, א עושר וואס האט א קינד און א פריוואטע מוסד גייט נישט געבען 50,000$ ביין דינער, ער גייט נאר באצאלען די מינמיום, ער גייט נישט באקומען די זעלבע כבוד וואס ער באקומט ביי א גרויסע מוסד

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:00 am

· #223784
דו ביסט לכורה גערעכט מיט דיין אבזערוואציע. וואו אזוי קענען מיר דאס טוישן?
אפילה ווען דיין קינד לערנעט און א ביג ברענד מוסד איז נאך אלס פאר דיר גיט אז זאלסט האבן די option פין די פריוואטע מוסד.

אויב גייט אינזער חינך סיסטעם בעסער ווערן וועט דאס קימען א גרויס חלק דארך די פריוואטע מוסדות.
א פריוואטע מוסד האט א גרינגערע פעלד צו מאכן א פאזעטיווע טויש, איינמאל דאס פארט גיט וועלן דאס די ביג ברענדס נאכמאכן.

סמיילי » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:45 pm

· #223939
אן קיין גרויסע געלטער איז זייער שווער אז די פריוואטע מוסדות זאל זיין פון די בעסטע, עס קאסט אסאך געלט פאר א חדר צו זיין טאפ אף די ליין,

מען דארף רעדען צו די עשירים און זיי מסביר זיין די פראבלעם, געלט העלפט אלעמאל

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:22 pm

· #223961
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי גייט אהן בית שרה ???

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:02 am

· #224002
סמיילי
אן קיין גרויסע געלטער איז זייער שווער אז די פריוואטע מוסדות זאל זיין פון די בעסטע, עס קאסט אסאך געלט פאר א חדר צו זיין טאפ אף די ליין,
מען דארף רעדען צו די עשירים און זיי מסביר זיין די פראבלעם, געלט העלפט אלעמאל


עשירים דארף מען געבן כבוד. נא גיי ווייס וואו אזוי מען טוט דאס דא.

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:29 am

· #224009
סמיילי
דו פראבלעם מיט די פריוואטע מוסדות איז אז זיי האבען נישט קיין געלט. און ב.פ האט זיך יעצט פארמאכט א מיידל סקול פאר נישט האבען קיין געלט.
שולדיג און די גאנצע פראבלעם זענען די עשירים!
א מוסד מיט א רבי קומט אריין געלט פון די עשירים פון די חסידות, א עושר וואס האט א קינד און א פריוואטע מוסד גייט נישט געבען 50,000$ ביין דינער, ער גייט נאר באצאלען די מינמיום, ער גייט נישט באקומען די זעלבע כבוד וואס ער באקומט ביי א גרויסע מוסד


אפשר זענען די טאטעס שולדיג, ווייל זיי ווילען נישט באצאלען די שכר לימוד נייטיג אויסצוהאלטען די מוסדות, און מען מוז גיין צו די עשירים......

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:44 pm

· #224032
די טאטעס זענען נישט שולדיג ווייל זיי קענען זיך נישט ערלויבן

Ben-Shishim » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 4:17 pm

· #224076
איך מיין אז מאנסי איז גענוג א גרויסע שטאט , אז מ'קען אויפשטעלען א ספעשיל פאנד ארויס צי העלפען דע פריוואטע מוסדות.

מען וועט דארפען שאפען א פאר גיטע פאנד רעזערס, אין גרינדען א קאמיטע וואס זאל אויס טיילען די געלט למשל צוויי מאל א יאר לויט די קאפףצאל פין די תלמידים ותלמודת.

עיין ערך קרן הצלה, טאקע א ברענד נעים , אבער ווער זאגט אז מאנסי איז ווייניגער ברענד נעים.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 5:21 pm

· #224092
יא, סיי די מוסדות, ווי אויך זייערע דיינים וד"ל.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:30 pm

· #224449
לאמיך כאטש ברענגן זיינע גוטע נייעס:
קמח
פאר אלע מיינע געטרייע ליבע פריינד


מיט שמחה און פרייד טוה איך מעלדן אז ב"ה מיין טאכטער איז ב"ה געווארן היינט יום ד' נצו"י מסודר בס"ד, איך האף אז גליייך נאך סוכות וועט זי אנהייבן גיין אין סקול

און ב"ה רוב פון די 148 זענען שוין מסודר (מ'האפט די אנדערע וועלן ביז סוף וואך, אדער נאך פאר ר"ה ווערן מסודר)


און לאמיר אייך אלע באדאנקען

זאלט איר וויסן

ווען כ'האב ארויף געלייגט דא מיין הארצרייסענדע שיקזאל, האב איך נישט געטראכט ס'וועט מאכן אזא שטורעם, איך האב נאר געוואלט אביסל זיך אויסליפטערן, און אביסל הערן און באקומען חיזוקים

אבער למעשה האט דאס פאראורזאכט אזא מעכטיגע שטורעם, צענדליגע עסקנים האבן זיך אריין געלייגט אין די מעשה (בכלליות ובפרטיות)
און ב"ה ס'האט אויפגעטוהן


אשריכם ישראל שנתבעין ועונים, אז נאכן ווערן נתבעים, ווערט מען געענטפערט

און די נקודה הפנימית וועקט זיך צום סויף אויף


כמו"כ טוה איך באדאנקען אלע עסקנים וואס האבן אונז געהאלפן

און אלע מוסדות וואס נעמען אריין אונזערע קינדער


ייש"כ
חן חן לכולנו

(איך וואלט זיך געדארפט פערזענליך באדאנקען, פאר יעדן איינעם, אבער ס'איז כמעט אוממעגליך, דעריבער ליינט דאס כאילו איך באדאנק זיך פאר אייך פערזענליך).

סאו וואט » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:06 pm

· #224558
און וועלעכע מוסד איז דער קמח געהאלפן געווארן?

outspoken » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:12 pm

· #229968
אוי לך עיר התורה לשעבר מאנסי, כסדום היינו, לעמורה דמינו.

צענדליגע קינדער פון ערליכע היימען דרייען זיך אין גאס און האבן נישט קיין ישיבות... יא, פאבליק סקול נעמט זיי אריין, אבער זיי ווילן א אידישע חינוך.


אפילו כגרועים שבאומות לא היינו



מצאתי את דוד עבדי ואמרו חז״ל (ב"ר פנ"ו) היכן מצאתי אותו בסדום והוא פלאי.

ס'פשוט פשט, די שטאט 'בית לחם' איז געווען אזא שטאט ווי מאנסי און סדום, שמואל הנביא איז געגאנגען אויפזוכן דעם משיח ד' אין חדר אבער ער האט אים נישט געטראפן, האט אים דער באשעפער געזאגט ''דא איז א שטאט ווי סדום (מאנסי) ווילסט טרעפן די משיח ד' גיי זוך אים אין די גאסען און אין די פעלדער ווייל אין חדר האט מען אים נישט אנגענומען"!!!

סאו וואט » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:15 am

· #230049
קומסט אריין קלאר און שארף.
דברים קילורין לעינים.

outspoken » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 11:03 am

· #232438
כ'האב נעכטען געטראפען א איד אין מאנסי וואס האט געמופט פון בארא פארק און זיינע קינדער זענען נאך אינדערהיים, ער איז ממש א אויסגעלאשענער.
פארציילט ער, אז ער האט געפרעגט שבת ביים טיש וואס איז געווען די נסיון פון אברהם אבינו לך לך? די אייבערשטער האט דאך אים צוגעזאגט בשעת מעשה קינדער, געלט און א נאמען.
נאר טאקע דאס איז געווען די גרעסטע נסיון, אברהם אבינו האט נישט געהאט קיין דירה אין די גרויסע שטאט 'חרן' האט ער אים געזאגט גיי צו א נייע פלאץ ווי די וועסט האבן געלט פאר א דירה אבער דא קומט די נסיון 'וועסט האבן קינדער' און וועסט נישט האבן פאר זיי קיין חדר און סקולס
זאגט ער אז די שובבים תורות קענען זיך פארשטעקען אקעגן די בכיות וואס איז געווען ביים טיש ווען ער האט געזאגט, מימילא אברהם האט דאך געהאט א ציווי האט ער געוויסט אז ס'איז טאקע א נסיון אבער ער טוט דעם רצון ד', אבער מיר אפשר וועט מען גאר האבן אן עונש פארן מופן אין אזא עיר סדום.

שלמה המלך » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 12:34 pm

· #232456
WOWOWOWO האלד יור הארסעס!!!
שערוריה! סדום!! בארואיגט אייך אביסעלע און לאמיר זעען וואס איז שייך צי טאהן!
ביסט נישט דער איינציגסטער וואס האט געמופט קיין מאנסי... דא אין שטיבעל איז דא נאך פון דעי וגם אני בתוכם! יא אמת עס איז שווער אריינצילייגען די קונדער אין די מוסדות דא די סיבה דערצו איז זייער איינפאך: נישט אלע וואס האבען זיך געצויגען קיין מאנסי איז צילוב די דירה קריזיס אין אנדערע פלעצער, נאר פשוט זיי האבען חשק צי זיין קאאאל און אין אנדערע מקומות איז מען מוחה אדער מ'מאכט משוגע דערוועגען אבער אין מאנסי קען מען טוהן וואס מ'וויל! כ'ווייס נישט צי די ביסט פון די סארט, אבער אין פאקט איז דא א רובא דמינכרי...
היצטערט די מוסדות זענען נישט אינטערעסירט צי סערווירען די קלייענטעל! זיי זענען נישט מחיוב און אדרבה זייערע אלטע קונדען וועלען זיין מלא טענות... עס איז דא גענוג מאנסי מוסדות וואס זענען געאייגענט פאר די סארט פרוביר דארט און וועסט מצליח זיין...
די פראבלעם איז אז די ווילסט דווקא אין דע מוסדות ווי די האסט געשיקט פארדעם אדער ווי די באלאנגסט אדער סתם ווי די האסט חשק, אבער זיי ווילען נישט!
מיך האט מען אויך נישט אריינגעלאזט אין איינע פון די מוסדות וואס איך האב לכתחילה געוואלט און כ'האב געשיקט אין א צווייטע... היינט דאנק איך די רבוש"ע אז זיי האבען מיך נישט אנגענומען און איך בין העכסט ציפרידען ווי איך שיק! ברוחניות ובגשמיות ב"ה
דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער... יעצט גיי ארויס פון שטיבעל אפאר מינוט און פאנג אן ארבייטן און טוה השתדלות און וועס זעהן די קונדערלעך וועלען אלע זיין אין מוסדות התורה והחינוך און אויסוואקסען זייער שיין.
אויב די טראכסט אס ס'איז ממש סדום קענסטי רואיג מופן קיין עמורה, אדמה אדער גאר צבויים - מער נישטא קיין בארלינער וואנט! מ'קען גיין ווי מ'וויל.
און אפילו בלייבען אין מאנסי!

ידידך -שלמה

לבי במזרח » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:36 pm

· #232516
זאָג מיר, דו ביסט פארנארט? קאאאל? קיין איינער מופט נישט קיין מאָנסי צו זיין קיל, ווי עס איז אַ ברייט באקאנט אַז מאָנסי איז אסאך מער עקסטרעם און פרום ווי באָראָ פּאַרק. (הגם סיז נישט אינגאנצן אמת). מע רעדט נישט פון איינעם וואס איז דווקא געפארן צו די עירמאנט אדער פארשעי/פאמאנא געגנטער. נאר פשוט קיין מאנסי/ספרינג וואלי צו וואינען ווי א מענטש.

און יא, א סאטמארער וואס מופט פון ב״פ אדער ווילי קיין מאנסי מוז ווערן אנגענומען אין די סאטמארע מוסדות און א בעלזער אין די בעלזער מוסדות. עס גייט פאר אסאך רשעות אין מאנסי. איינער מאכט נאך דעם צווייטן.

outspoken » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:34 pm

· #232526
@לבי במזרח האסט מיר אויסגעכאפט, אבער כ'וואלט דאס נישט בעסער געקענט זאגען, יא ס'טאקע אמת אז ס'דא אסאך שוואכע פון ק''י וואס גייען וואוינען אין עירמאנט, און זיי ווילען ניטאמאל אז זייער קינדער זאלן לערנען אין די גאר היימישע מוסדות, אבער די וואס קומען פון שטאט זענען 98% גאר פרימע.

שלמה המלך » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:09 pm

· #233160
אבי גערעדט! נארמאלע סאטמארע בעלי בתים פון שטאט האבען קיין פראבלעם אריינלייגען די קונדער אין סאטמאר מאנסי אדרבה עס הערשט אן ערענסטער קאמפעטישען צוויזען די צוויי פראקציעס און יעדער חלישט מ'זאל לייגען ביי זיי! די ערענסטע פאפענער קען רואיג לייגען אין פאפא, מעשים בל יום, דאס זעלביגע איז ראחמעסטריווקא וכדומה, קלויזענגורג האט יעצט א נייע קאמפעטישען 'צאנז' וויזניץ האט א נייע קאמפעטישען וויזניץ ב"ב מאנסי - לאוו דווקא קאמפעטישדען אבער ביידע וויזניץ האבען שוין מוסדות אין מאנסי דאס זעלביגע מיט די איבריגע....
און יא אויסדריקליך יא דער וואלט ביין זיין קיל, לאוו דוקא קיל - דזשאסט יו נעים איט - פארשטיי וואס איך מיין דוקא דעי האבען א אישו, לאמיר עס קלארער אויסשמישען ער וויל זיין ווייב זאל דרייוען, איך זאג נישט עס איז א פראבלעם, איך האלט צופעליג עס איז גאר א פראקטישע זאך אבער דוקא דעי האבען א פראבלעם ווייל זיי וויליען דוקא יא וואס די מוסדות ווילן דוקא נישט - איים סארי איי פיל יור פעין און די מעגסט זיין גערעכט אבער פארשטיי אים אויך ער וויל נישט! און ער איז נישט מחויב, שיק אין די מוסדות וואס דאס איז נישט קיין אישו...
היצטערט לגבי עירמאנט ביסטי היבש צירוקגעשטאנען! עירמאנט איז שוין לאאאאנג נישט עיר הליפא, עירמאנט ווילבעלט מער און מער מיט היימישע חסידישע אידען וואס מופען ארויס פון שטאט און מאנסיער אידען וואס האבען בעסער ליב מאנסי טעיסט ווי איידער וויליאמסבוג טעיסט און וואוינען היצט אין די געגענט פון דעוועלפמענט וואס מ'זעהט שוין כמעט נישט קיין חילוק (חוץ אין פרייז) פון ווילי.

ארבעס » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:50 pm

· #233169
על זה אנו דנין. א אינגערמאן וואס איז קיהל האלט אז ער באלאנגט נאך אלס אין זיין קהילה. וואס איז געשעהן מיט אינזערע אידישע הארץ. דער וויץ וואס גייט ארים אז אברהם אבינו וואלט נישט אנגענימען געווארען אין אינזער מוסדות שרייט טיפער.
די נעמסט אהן פאר א דבר פשוט אז היות די מאמע דרייווט אין די שייטעל איז לאנג קימט זיך דער אינגערמאן צי דארפען זיכען א נייע קהילה.
איז פיין.
אין די מאדערנע קהילות קאסט שכר לימוד דאפעלט. אבער זיי האבען בערך 3-4 קינדער טאפס.
א קיהלער חסידישע וואס קימט מיט דער חינוך אז מינימאם 6 קינדער קען נאר עפפארדען צי שיקען אין א חסידיש מוסד.
נמצא קרח מכאן ומכאן. א שטיב מיט קינדער האט ער ברוך השם. אין שכר מלומדות אין א מאדערנע מוסד איז אימטרעגליך.
אין לסיום. ווען איך בין געוועהן א אינגעל אין א גאר חסידישע מוסד. זענען געוועהן פלענטי קינדער בעל מידות פין קיהלער שטיבער.
זייער מידות קען גאר שטייגען מער ווי די גאר חסידישער.
אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אינז איז מידות נישט די טאפ פרייאריטי.
אין נישט דיע קינדער האבען געשטערט חינוך על טהרות הקודש. נאר מיינע פאריקטע מלמדים מיט זייער אכזריותדיגע מידות האט גורם געוועהן קלעם אין ווייטאג לאורך ימים ושנים השם ירחם.

שלמה המלך » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 10:19 pm

· #233174
אלזא וואס ווילסי יעצט? דאס איז דער סיסטעם! אינעם אשכול פונעם סיסטעם קענסטי דעס צילייגען! מיר רעדען יעצט נישטא צי דער סיסטעם איז אויסגעהאלטען צי נישט, דער סיסטעם איז אז א מאמע פון סאטמארע מוסדות וכדו' דרייווען נישט מעגען זיי האבען די בעסטע מידות וויל סאטמאר נישט ארייננעמען און אויב די ביסט פאר'חליש'ט אריינלייגען אין סאטמאר וכדו' אפילו דיין ווייב דרייווט קענסטי קרייען ווי א האן און ס'וועט ניט גיין, יא זיי זענען אין די סיסטעם און די מיסט נישט מיטגיין מיטען סיסטעם און די קענסט דיך אפטיילען ווי אנדערע האבען געטוהן!
איך מיין עס איז אזוי סימפעל אז נאר! איך מאך א מוסד און דאס איז מיינע פרינציפען וועדער יו לייק איר אר נאט, מיסט נישט דא אריינשיקען עס איז נישט סקווירא אדער וויזניץ ביסט בכלל נישט געצווינגען, פארוואס בין איך געצווינגען אריינצינעמען דיינע קונדער אויף דעם אויפן וואס 'די' ווילסט?

הדד בן בדד » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 7:23 am

· #233261
אוי שלמה, דו ווייסט ניטאמאל ווי גוט דו זאגסט. מען דארף איינפרעמען דיינע ווערטער און עס אויפהענגען איבעראל. עס זאל זיין א סימבאל ווי גוט דער היינטיגער סיסטעם ארבעט, אויסצושטעלן אינגעלייט וועלכע לעבן אן געוויסן, בלויז אויף די נארישע רעטאריק ואס דער סיסטעם האט אין זיי אריינגעלייגט. אהההה, אמחי', אויף דעם האט מען דאך געארבעט אזוי שווער.

די רביס וועלן זיך מחיה זיין מיט דעם. ווען וועט שוין קומען דער טאג ווען דער סיסטעם וועט שוין זיין געפיקסט און ארויסגעבן נאר אזעלכע פירות ווי דו. די רביס וועלן דאן קענען רואיג אפאטעמען...

ארבעס » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:38 am

· #233266
אדוני המלך.
איך פארשטיי. אבער די נעמסט דיך אהן פאר די סיסטעם. די יסוד אז איך בארד מעמבער אין א מוסד וואס איז אנטוישט אויף זיין לעבן אין זעהט א אינגערמאן מצליח אין מצד שני איז ער אביסעל קיהל. די קנאה ברענט עם. אין אוודאי איז דעס קנאה לשם שמים. סי משמע ווי די נעמסט דיך אהן פאר זייער שיטה אין ביסט עס מצדיק.
אפטיר אלל. איטס ראנג אין דאס הארגעט דורות.

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 10:07 am

· #233281
ארבעס
על זה אנו דנין. א אינגערמאן וואס איז קיהל האלט אז ער באלאנגט נאך אלס אין זיין קהילה. וואס איז געשעהן מיט אינזערע אידישע הארץ. דער וויץ וואס גייט ארים אז אברהם אבינו וואלט נישט אנגענימען געווארען אין אינזער מוסדות שרייט טיפער.

במחילת כבודך @ארבעס ''על זה אין אנו דנין'' דא רעדט מען נישט פון מענטשען וואס ווילן זיין קיהל און זיך נישט וועלן צושטעלן צו די תקנות, ''על מה אנו דנין'' מענטשען וואס זענען נישט פון די 'היטלער'יסטישע ריינע ראסע' צו זייער לעצטע נאמען איז נישט פון די אליטע, אדער האבן זיי איין שווער קינד וכדומה קען די גאנצע משפחה בלייבן אידערהיים, צען מאל ערגער ווי די ישיבות מיט די בחורים.
מענטשען וואס זענען נישט בעובי הקורה קענען זיך נישט פארשטעלן פון וואס'פארא רשעות מ'רעדט דא.

ווי סאטמאר'ע רבי האט אמאל געזאגט פורים (תשי''ט) המן אליין ווייסט נישט וויפיל רשעות ס'ליגט אין אים.
📎 Untitled.jpg

שלמה המלך » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 4:35 pm

· #233336
ארבעס
אדוני המלך.
איך פארשטיי. אבער די נעמסט דיך אהן פאר די סיסטעם. די יסוד אז איך בארד מעמבער אין א מוסד וואס איז אנטוישט אויף זיין לעבן אין זעהט א אינגערמאן מצליח אין מצד שני איז ער אביסעל קיהל. די קנאה ברענט עם. אין אוודאי איז דעס קנאה לשם שמים. סי משמע ווי די נעמסט דיך אהן פאר זייער שיטה אין ביסט עס מצדיק.
אפטיר אלל. איטס ראנג אין דאס הארגעט דורות.

איז עס דען ריכטיג? נעם איך מיך אן פארען סיסטעם? איך האב פשוט מסביר געוועהן זייער מהלך המחשבה און קלאר געזאגט אז איך בין אויך געטראפען געווארען פון דעם זעלבען עסק, און איך פרוביר ארויסהעלפען א צווייטען מיט אן עצה נכונה פון אייגענעם ערפארונג!
אבער אז ער וויל נישט הערען נאר שרייען איז נישט! לאז ער זיך ארויסגעבען און דער עולם זאל לייקען - איף דיס איז די פוינט!
קיק איבער אלע מיינע תגובות וועסטי טרעפען אלעס וואס איך האב געזאגט....

ס'גיט » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 8:56 pm

· #233379
איך וויל מיך אביסל אנעמען פאר די מאנסי מוסדות. איך רעד בעיקר צו די וואס מאפען קיין מאנסי,פון בארא פארק ,ווילי וכו' וויל איך אייך אלע זאגען ,אז פאר איר מאפט זאלט איר איינשרייבען דער קינדער אין מוסדות, אין זעהט צו מ'נעמט דיך אן און דאן קענט איר מאפען. אזויווי איר זענט מסדר פון פריער א דירה, job ,וכו' און אן דעם, מאפט מען נישט. עס איז נישט קיין קינס צו מאפען אומצוגעגרייט אין דערנאך מאכט מען א ויצעקו אז מ'האט נישט ווי צו שיקען די קינדער. קיין איין מוסד איז נישט שולדיג אז די האסט געטוהן ווילדע שריט. עס איז אזויווי איינער מאפט קיין מאנסי אין לייגט זיין גאנצע משפחה שלאפען אינמיטען maple ave אויפן גאס , אין שרייט תושבי מאנסי ,אכזרים, ווי לאט עטס מיך אויפן גאס?!! איך מיין אז יעדער וואלט עם געזאגט גיי פון ווי די קומסט . די זעלבער איז ביי מוסדות .

outspoken » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 10:31 pm

· #233607
ס'גיט
איך וויל מיך אביסל אנעמען פאר די מאנסי מוסדות. איך רעד בעיקר צו די וואס מאפען קיין מאנסי,פון בארא פארק ,ווילי וכו' וויל איך אייך אלע זאגען ,אז פאר איר מאפט זאלט איר איינשרייבען דער קינדער אין מוסדות, אין זעהט צו מ'נעמט דיך אן און דאן קענט איר מאפען. אזויווי איר זענט מסדר פון פריער א דירה, job ,וכו' און אן דעם, מאפט מען נישט. עס איז נישט קיין קינס צו מאפען אומצוגעגרייט אין דערנאך מאכט מען א ויצעקו אז מ'האט נישט ווי צו שיקען די קינדער. קיין איין מוסד איז נישט שולדיג אז די האסט געטוהן ווילדע שריט. עס איז אזויווי איינער מאפט קיין מאנסי אין לייגט זיין גאנצע משפחה שלאפען אינמיטען maple ave אויפן גאס , אין שרייט תושבי מאנסי ,אכזרים, ווי לאט עטס מיך אויפן גאס?!! איך מיין אז יעדער וואלט עם געזאגט גיי פון ווי די קומסט . די זעלבער איז ביי מוסדות .


פאר כ'גיי ענטפערען וויל איך קלאר מאכען אז כ'מיין נישט דא מאנסי וואס רוב מענטשען טרייען איינצושרייבען דער קינדער אין מוסדות א האלב יאר פאר זיי מופען, און די מוסדות'ער פירן זיי ארום, און מ'מאכט מיט זיי פורים פארדעם און נאכדעם.

כ'שטעל מיר נאר אויף דיין ווערטער איך מיין אז יעדער וואלט עם געזאגט גיי פון ווי די קומסט . די זעלבער איז ביי מוסדות

עיין מסכת בבא בתרא, דף כא, עמ' א אמר רב יהודה אמר רב: ברם זכור אותו האיש לטוב ויהושע בן גמלא שמו, שאלמלא הוא נשתכח תורה מישראל. שבתחילה, מי שיש לו אב - מלמדו תורה, מי שאין לו אב - לא היה למד תורה, מאי דרוש? 'ולמדתם אותם' - ולמדתם אתם. התקינו שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בירושלים, מאי דרוש? 'כי מציון תצא תורה'; ועדיין מי שיש לו אב - היה מעלו ומלמדו, מי שאין לו אב - לא היה עולה ולמד. התקינו שיהו מושיבין בכל פלך ופלך; ומכניסין אותן כבן ט"ז כבן י"ז, ומי שהיה רבו כועס עליו - מבעיט בו ויצא.(כהישיבות היום) עד שבא יהושע בן גמלא ותיקן, שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר, ומכניסין אותן כבן שש כבן שבע

לויט די תקנה קוקט אויס אז איינער לייגט זיין גאנצע משפחה שלאפען אינמיטען maple ave אויפן גאס , אין שרייט תושבי מאנסי ,אכזרים, נעמטס אריין מיינע 6-7 יעריגע קינדער זענען זיי מחיוב.

ועיין מסכת שבת קיט עמ' ב ואמר ר"ל לר"י נשיאה כך מקובלני מאבותי ואמרי לה מאבותיך כל עיר שאין בה תינוקות של בית רבן מחריבין אותה רבינא אמר מחרימין אותה

אז מ'רעדט שוין פון מסכת שבת קיט עמ' ב לאמיר ענדיגען (אין מיטן טרינקען א ווארימען טיי) מיט א דבר בעתו וואס שטייט דארט ואמר ר' חנינא לעולם יסדר אדם שלחנו במוצאי שבת אע"פ שאינו צריך אלא לכזית חמין במוצאי שבת מלוגמא פת חמה במוצאי שבת מלוגמא. א גוטן געזונטע הצלחה'דיג וואך פאר כלל ישראל בכלל און חברי ק''ש בפרט. אמן

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 10:38 am

· #236882
אין 'דער איד' לעצטע וואך

.
📎 Monsey.jpg

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:20 pm

· #236910
גראדע ביידע סאטמארע מוסדות (איינס בנשיאות האדמו"ר און איינס בנשיאות הגאב"ד...) האבן די פאלעסי. און אזוי אויך די מוסדות אין קרית יואל.
ס'איז זייער א נארמאלע זאך אז מ'זאגט פון פראנויס אז שרייב דיך איין, האב נישט קיין טענות אז איך האב געמופט, ווי זאל איך יעצט שיקן???

outspoken » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:47 pm

· #237124
During April 1933, very soon after the Enabling Act had been passed, Jewish teachers were dismissed from German schools and universities. During the same year the proportion of Jewish students at universities was decreased to less than 1 per cent, to correspond to the proportion of Jews in Germany.

However, although in some areas many Jewish children were removed from schools, it was not until 1938 that all Jewish children were finally banned from attending German schools. Discrimination and isolation within education, as in all other areas of society, was gradual.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:41 pm

· #237196
ס'הייסט דו און איך זעמיר מתפלל אז ס'זאלל זיך ח"ו נישט איבערחזר'ן די טרויעריגע היסטאריע און מ'זאלל דארפן מצדיק את הדין זיין, אז ס'איז מדה כנגד מדה, ח"ו.
נ.ב.:צדיקים וחסידים. מזכי הרבים. וואו זענט עטץ? להבדיל בין אנשים ללהבדיל נשים, רח"ל: רעבעצין קלוגהויפט שליט"א. אוואו זענט איהר? בשעת מ'דיסקרמינירט אקעיגן אידישע קינדער וואס ווילן לערנען תורה?....?...!
בלאט: 1 2