☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?

וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9477

lazar » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:47 pm

· #296961
וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
אין ליכט פון די טאהשע מציבה סעמוטאכע עפן איך דעם אשכול צו הערן דעם דעת הציבור וואס איר וואלט געוואלט ס'זאל שטיין אויף אייער מציבה.

איך למשל האב געשריבן אין מיין צוואה אז ס'זאל שטיין ווי פאלגענד:

פ"נ
ר' אליעזר בן ר' ------- ---- ע"ה
נפ' -- לחודש -- שנת -- לפ"ק
תנצב"ה

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:55 pm

· #296967
Beloved dad, zaidy
Kave Ben Trinker
[picture]
DATE

יואב » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:57 pm

· #296968
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
ביי מיר קען מען פירקלען מיין נאמען בן מיין טאטע מיט א מעדשיק-מארקער אויף א קליין קרום הילצל וואס זאל ליגן איינגעשטעקט איבער מיין זעקל תיפח'דיגע עצמות כאטש א טפח העכער דער ערד.

בד"וו, קאנגרעטיולעישאנס פאר'ן שרייבן דיין צוואה. מיר איז דאס נאך דערווייל נישט בייגעפאלן צו לאזן שרייבן.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:58 pm

· #296971
ווי איז דאס דערהערט געווארן אז א פשוטע קאווע שטיבל שרייבר נעמט זיך די טיטול ר'. די אבות און שבטי י-ה קען מען רופן ביים נאמען אן א טיטול און לעזער פון ק"ש באוואשט זיך מיט טיטלן כאחד הגדולים. אפילו בן עזאי און בן זומא האבן נישט באקומען די טיטול ר' און אויך ביזן לעצטן דור האט מען זיך נישט געווארפן דערמיט ווי מ'זעהט ביים קלויזענבורגער רב ז"ל.

הער מיך אויס לעזער. א מצבה איז נישט קיין תגובה אין ק"ש. מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט ס'זאל נישט ברענגן צער פאר די נשמה.

mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:04 pm

· #296973
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
ביי מיר זאל מען שרייבען

פה נטמן מבקש
אחר חיים של בקשה
בסוף הגיע אל המטרה...

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2

דריידל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:07 pm

· #296975
lazar
אין ליכט פון די טאהשע מציבה סעמוטאכע עפן איך דעם אשכול צו הערן דעם דעת הציבור וואס איר וואלט געוואלט ס'זאל שטיין אויף אייער מציבה.

איך למשל האב געשריבן אין מיין צוואה אז ס'זאל שטיין ווי פאלגענד:

פ"נ
ר' אליעזר בן ר' ------- ---- ע"ה
נפ' -- לחודש -- שנת -- לפ"ק
תנצב"ה


מילא דיר אבער פארוואס פארגינסטי נישט מער טיטלען פאר דיין טאטע?

lazar » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:08 pm

· #296976
ברא כרעא דאבוה

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 3:51 pm

· #296988
איך בין מצווה מיט א א קנין סודר בקאגס ובמנא דאפשר למקניא ביה, פאר דרייצן עדים כמנין שבטי י-ה, בנדר וחרם בצוואת שכיב מרע ובהוצאת ז"ל, מען זאל שרייבן אויף מיין מציבה אלע טיטלן, לשונונות און קאפריזן וואס עס שטייט אויף די מציבות הקדושים הנזכרים כאן, און אונטען זאל מען צולייגן בזה"ל, "נוסח המציבה נכתב ע"פ צוואתו". איך ווארן אן מיט די שארפסטע לשונות אז מען זאל ח"ו נישט מאכן קיין שום קונצן און בשום פנים ואופן נישט משנה זיין קיין כהוא זה, און אז דער וואס וועט מיר נישט פאלגן וועל איך נישט מוחל זיין בזה ובבא. געדענקט אז זיך טשעפענען מיט א בר מינן איז נישט קיין קינדער שפיל! ולמזהיר ולנזהר...

נ.ב. בנוגע די צער פאר די נשמה, איך בין עס גערן מקבל אויף מיר אלץ א כפרה אויף דעם וואס איך האב געשלאגן מיין מאמע ווען איך האב געזייגט פון איר אלץ בעיבי.


.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:07 pm

· #296994
יואב
ביי מיר קען מען פירקלען מיין נאמען בן מיין טאטע מיט א מעדשיק-מארקער אויף א קליין קרום הילצל וואס זאל ליגן איינגעשטעקט איבער מיין זעקל תיפח'דיגע עצמות כאטש א טפח העכער דער ערד.

בד"וו, קאנגרעטיולעישאנס פאר'ן שרייבן דיין צוואה. מיר איז דאס נאך דערווייל נישט בייגעפאלן צו לאזן שרייבן.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

מיין נישט אז מ׳פרעגט דיר אסאך. האסט גארנישט דערלייגט פון נישט שרייבען. ווען מ׳ וויל זאגען פאר איינעם אז מ׳פרעגט איהם נישט באנוצט מען זיך מיטל לשון ״איך האב דיר און דער ערד״ שטעלט אייך פאר ווען איינער איז טאקע אין די ערד וויפיעל מ׳רעבענט זיך מיט זיין פירקלערייען.

צדיק נסתר » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 4:24 pm

· #296997
אויף מיין מציבה זאל מען שרייבן

(רינדעכיג)
פה נטמן ונגנז ארון הקודש צדיק יסוד עולם

(פון די צוויי זייטן אויסגעקריצט צוויי ליכט)

אוי מה היה לנו כי חטאנו בפטירת האי חסידא ופרישא כחד משרפי מעלה אספקלריא המאירה
בצלו נחיה בגוים אמרנו ועתה חסרנו כל אלה בהלקח מאתנו האי סבא קדישא מנורה הטהורה
רם על כל רמים גבוה על כל גבוהים משכמו ולמעלה כמלאך ה' צבאות אבידה שאין לה תמורה
הרבה יותר ממה שכתוב כאן מוטל כאן וזהו רק מקצת מן מקצת שבשבחיו שהם לו נזר ועטרה
מעודו היה נחבא אל הכלים וצדיק נסתר מל"ו צדיקים והיה הראש והמנהיג של האי סגל חבורה

איש אלהים קדוש הוא, אשרי עין ראתהו, צדיק נשגב עטרת תפארת ישראל, ראש גולת אריאל, יחיד בדורו בצדקתו, על כל הדור הגין זכותו, מי ימלל תוקף תהלות תפארתו, כבוד קדושת שמו תפארתו
מרן קודש הקדשים אדונינו מורינו ורבינו
הצדיק נסתר רבי אברהם זצוקלה"ה זיע"א
בן החסיד המפורסם ירא אלקים מנעוריו מוה"ר אפרים אליהו זללה"ה

היה הראש והמנהיג של הל"ו צדיקים שבדורו

השאיר אחריו ברכה חיבורים יקרים בכל מכמני התורה בנגלה ובנסתר
ואשרי האיש אשר ישתדל להדפיסם ולהפיצם על פני תבל

יצאה נשמתו בקדושה ובטהרה ביום .. לחודש .... שנת .... לפ"ק

תורתו מגן לנו, הוא ימליץ טוב בעדינו

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 5:11 pm

· #297008
@צדיק נסתר איך מוז דיר געבן קרעדיט, האסטעך נאך גאנץ גוט איינגעהאלטן

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:52 pm

· #297033
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
"מעפר באת ואל עפר תשוב"
פה נטמן טאמבל סאס ע"ה כעת
ע"י משפחתו וידידיו שהלכו גם הם לעולמם בעדו

תאמבל.ניבלט.צוויקל.בארשט.היינט

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:16 pm

· #297046
אלעס האט געלוינט פאר @הוגה'ס נייע אוואטאר,

עס זעהט ממש אויס ווי ענק רעדן זיך איין אז איינער פרעגט ענק אפילו, א פייג ווארט'ס נאר ווארט וואס מען וועט אלס שרייבן אויף אייך, נאר איין וואונדער האב איך אז קיינער פון ענק האט נישט אויגערעכנט צווישן די שבחים היה כתבא רבא בחדר הקאפי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:53 pm

· #297056
שמעון וואלף
ווי איז דאס דערהערט געווארן אז א פשוטע קאווע שטיבל שרייבר נעמט זיך די טיטול ר'. די אבות און שבטי י-ה קען מען רופן ביים נאמען אן א טיטול און לעזער פון ק"ש באוואשט זיך מיט טיטלן כאחד הגדולים. אפילו בן עזאי און בן זומא האבן נישט באקומען די טיטול ר' און אויך ביזן לעצטן דור האט מען זיך נישט געווארפן דערמיט ווי מ'זעהט ביים קלויזענבורגער רב ז"ל.

הער מיך אויס לעזער. א מצבה איז נישט קיין תגובה אין ק"ש. מ'דארף אכטונג געבן וואס מ'שרייבט ס'זאל נישט ברענגן צער פאר די נשמה.

שמעון וואלף:...און א געלעכטער ביי די באזוכער...אשטייגער ווי די באזוכער ביי מיין מצבה...הי' תלמיד חכם גדול, ענוותן ושפל ברך לא פסיק פומיה מגירסא יומם ולילה. שייף עייל, שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...איין קאמפלימענט מיין איך איז יא אמת...עסק ב'קאווע שטיבל רוב שעות במעל"ע... 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:40 pm

· #297064
Re: וואס זאל שטיין אויף דיין מציבה?
כ'מיין, אין טויזענט יאר ארום וועט מען טרעפען אונזער מצבות. ווילסט נישט העלפען די דעמאלסדיגע ארכע'אלאגען מיט אביסל אינפארמאצי''ע. נולד כאן, עסק בזה וזה, רשם על הקלוגע פאון כל הגיגותיו, איידעם פון א דריטען. אזוי וועלען זיי זיך מוטשען וואס איז א קלוגע פאון, ווי איז 'מאנטשעסטער' און וואס פאר א ארבעט איז 'יושב בטל' און וויפיל געלט מאכט מען דערפון. ס'וועט זיך דרוקען ביכער מסביר צו זיין, א צווייטע וועט קומען אפשלאגען, א דריטע וועט צונעמען דער סמיכת חכמים פון די ערשטע צוויי. בקיצור ליהודים. די אלע וואס ווילען נאר שרייבען 'אין כניסה לכהנים' טו'ען א גרויסע עוולה צו זייער אייניקלאך.

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:45 pm

· #297066
mevakesh
ביי מיר זאל מען שרייבען

פה נטמן מבקש
אחר חיים של בקשה
בסוף הגיע אל המטרה...

Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2


?so your stone would look somethig like this

פה נטמן

מבקש
אחר חיים של
בקשה
בסוף הגיע אל המטרה...


Sent from
my DROID
Pro using
Tapatalk 2

זעמיל מילכיגער » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 11:25 pm

· #297084
מערצע שעם אויף מיין מארמאויענע שטיין וועט שטיין אויסגעקריצט: אלע גראסעריס ווי איך פלעג איינקויפן, גענוי וועלכע סייז שיך, און ווי איך האב געקויפט מיין רעקל.....

איינמאל אזא נוסח מצבה גייט אריין אין קראפט, גייען מיר נאר פארדינען פון דעם, גרעסערע בעלי משפחות וועט מען זיך רייסן אין וועלכע געשעפטן ער זאל איינהאנדלען, און שטייצעך צובאקומען הנחות, ווער וויל דען נישט א עדוועטייזמענט פאר צענדליגע אייניקלעך וואס וועלן ערליך פוקד זיין דעם זיידנ'ס ציון עטליכע מאל אין יאר, אפגערעדט פון די מציבה וואס וועט געספאנסערט ווערן דורך געשעפטסלייט וואס וועט וועלן אז זייער נאמען זאל נישט סתם ארויסשטיין אין ר"ת, עכ"פ סוועט זיין א עולם השלם, די קינדער וועט עס נישט קאסטן אזויפיל געלט די לייטזעליגער פאטערס טויט, די געשעפטן וועלן נישט קלאגן נאך זייער קונדען, אדרבה...

קינדער וועט ווייטער זיין א פראבלעם וואס צו שרייבן, אפשר וועלכע קאמפאניע ווינדלען זיי זענען געגאנגען?!?!....

רוסישער » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:52 am

· #297104
איך וויל א QR CODE וואס גיט א דירעקטער לינק צו אלע מיינע הודעות אין ק"ש

מבקר » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 3:23 am

· #297110
פ"נ

האישה הפרוצה

זנות ואלכוהול כל ימיה

וכל לילי השבוע פתוחה דלתיה

נרדמה בצער באשמורת

הימים שינתה כשיכורת



אשה בזנות התאבדה בבית הבושת בו עבדה וחיה שנים ארוכות
📎 תמונה 42.jpg

ירח בן יומו » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 11:41 am

· #297136
כבר היה לעולמים
📎 מציבה.jpg

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 11:58 am

· #297137
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/172627">viewtopic.php?p=172627#p172627</a><!-- l -->

רויטע וואנצעס
אויב מיין גן עדן איז לכבוד קאווע שטיבל איז נישט מער ווי יושר מיין מציבה זאל אויסזעהן עפעס אזוי:

פ"נ
חברינו היקר משותי הקפה תדירים
רויטע בן ווייסע וואנצעס
ראנג: ידיד השטיבל ישכון לבטח


הודעות (חידושים בכתב יד): *****
זיך רעגיסטרירט: (ווירטואלע יארצייט) דאנערשטאג יוני 27,
געפינט זיך: אין דער ערד.
האט שוין געלייקט: **** מאל
האט שוין באקומען לייקס: **** מאל

יהא רעוא שהלייקים יהיו מליצי יושר לפניו, ויזכה לקום בתחיית הניקים בב"א

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 4:22 pm

· #297177
ליפא: איך האב נאר איין שאלה איבער דיין פאעמע פון ..."מבקש" די לעצטע שורה שטייט..."בסוף הגיע אל המטרה" ביסט זיכער אז ס'פעלט נישט קיין "שין...? און דער פשט איז ..."בסוף הגיע אל המשטרה"...! או המשטרה הגיעה אליו... 😂 🙄

קוקי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 3:03 pm

· #414013
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo.php?fbid=10161058591775596&set=gm.10156657078511649&type=3&theater&ifg=1">https://www.facebook.com/photo.php?fbid ... ater&ifg=1</a>

חקרן » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 3:10 pm

· #414015
אין אן ערנסטן מינע לאז איך דא א צוואה, אויב עפעס פאסירט חלילה מיט מיר, זאל מען די ערשטע זאך פטור ווערן פון מיין לעפטאפ, הארד-דרייווס און אלע סארט טעכנעלאגיע. אמאליגע טעג וואלט מען דאס גערופן "פארברענען די כתבים", אדער "באגראבן די כתבים אינאיינעם מיט מיך", היינט האט עס אן אנדערע שפראך - פטור ווערן פון מיינע כלים, פארשפארן און פארמעקן מיינע אימעיל אדרעסן, פעיסבוק און אלע אקאונטס.

עס זענען פארהאן דא געוויסע יחידים וואס ווייסן ווער איך בין. (יא וואלווי? - ביסט נישט דער איינציגסטער, אבער איך בין דיר מצווה בקנין גמור, זאלסט דאס געדענקען), די פליכט ליגט אויף זיי, זיכער צו מאכן אז מיין צוואה ווערט פולקאם אויסגעפאלגט.

איך מיין עס ערנסט!

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 3:21 pm

· #414016
אין שלטון ביום המות...

סקרן » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 3:24 pm

· #414017
וועט וואלווי קענען מגלה זיין נאכדעם ווער דו ביזט געווען?

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 3:27 pm

· #414019
סקרן
וועט וואלווי קענען מגלה זיין נאכדעם ווער דו ביזט געווען?


ער הערט שוין נישט...

טאמבל סאס » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 3:29 pm

· #414020
TB, relatives please keep away

וואלווי » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 4:08 pm

· #414023
Cremation sounds like an option...

מן הסתם איז דא גענוג מענטשען וואס וועלען וועלען איבערלאזן א ברכה ווי ביי ראש ממשלה רבין. כ'וויל זיי נישט געבן די געלעגענהייט...

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 9:40 pm

· #414038
וואלווי
אין שלטון ביום המות...

וואלווי: נו, דערפאר מאכט ער דעם תנאי קודם למעשה...לאל...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 9:42 pm

· #414040
טאמבל סאס
TB, relatives please keep away

טאמבל סאוס: און עידס איז נישט גוט...?! די היינטיגע יונגע דור גייט אוועק פון אונזער מסורה...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 9:45 pm

· #414041
אויף מיין מציבה וואלט איך געוואלט (לאחר מאה ועשרים) אז מ'זאלל אויסרעכענען איינס פון די שבחים....וויפיהל פעסער בראנפן דער פה נטמן האט אויסגעטרונקען בימי חייו. און נישט סתם בראנפן נאר היי אקטעין. פון 100 פרוף און העכער. נישט סתם קיין מים אחרונים וואסער. און וויפיהל טעצער קוגל ער האט אריינגערוקט כל ימי חייו מיום עמדו על דעתו.... פאטעיטא. לאקשן און ירושלמי...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 9:54 pm

· #414043
...צוה לפנותו חמשים שנה אחרי מותו, כדי שלא יהפך כל העולם כולו לבית הקברות.

ועיין ערך 'ליקוט עצמות'.

יין שרף » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 12:12 am

· #414059
berlbalaguleh
אויף מיין מציבה וואלט איך געוואלט (לאחר מאה ועשרים) אז מ'זאלל אויסרעכענען איינס פון די שבחים....וויפיהל פעסער בראנפן דער פה נטמן האט אויסגעטרונקען בימי חייו. און נישט סתם בראנפן נאר היי אקטעין. פון 100 פרוף און העכער. נישט סתם קיין מים אחרונים וואסער. און וויפיהל טעצער קוגל ער האט אריינגערוקט כל ימי חייו מיום עמדו על דעתו.... פאטעיטא. לאקשן און ירושלמי...!
די נושאי הארון וועלן זיכער וויסן..

נקודת-אמת » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 9:22 am

· #414068
berlbalaguleh
אויף מיין מציבה וואלט איך געוואלט (לאחר מאה ועשרים) אז מ'זאלל אויסרעכענען איינס פון די שבחים....וויפיהל פעסער בראנפן דער פה נטמן האט אויסגעטרונקען בימי חייו. און נישט סתם בראנפן נאר היי אקטעין. פון 100 פרוף און העכער. נישט סתם קיין מים אחרונים וואסער. און וויפיהל טעצער קוגל ער האט אריינגערוקט כל ימי חייו מיום עמדו על דעתו.... פאטעיטא. לאקשן און ירושלמי...!

ס'איז פארהאן א שיר של שיכורים
איבער א בראנפ"ן וואס האט געהייסן מאנאפאל"ע
און ס'גייט בערך אזוי:
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ביסט דאך אזוי טייער,
מאנאפאלע, מאנאפאלע, מאנאפאלע,
דו ברענסט דאך ווי א פייער,

זינט מאנאפאלע איז אראפ אויפ'ן וועלט,
בין איך אזוי אין כעס,
ס'קאסט דאך אפ אזויפיהל געלט,
און טרינקען דארף מען אסאך...

מאנאפאלע...

רבונו של עולם בעט איך דיר,
הייליגער פאטער זיסער,
ס'זאל נאר רעגענען בראנפן און ביער,
מ'זאל קיינמאהל נישט ווערן ניכטער...

מאנאפאלע...

מיין קבר זאל מען מיט בראנפן אנשפריצן
ווייל דאס איז דער עיקר,
און אויף מיין מצבה זאל מען אויסקריצן
"דא ליגט דער אלטער שיכור"...

מאנאפאלע...

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 11:31 am

· #414081
berlbalaguleh
טאמבל סאס
TB, relatives please keep away

טאמבל סאוס: און עידס איז נישט גוט...?! די היינטיגע יונגע דור גייט אוועק פון אונזער מסורה...!


אבער TB איז פאר טאמבל.

וואלווי » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 11:57 am

· #414083
טאמבל סאס
berlbalaguleh
טאמבל סאס
TB, relatives please keep away

טאמבל סאוס: און עידס איז נישט גוט...?! די היינטיגע יונגע דור גייט אוועק פון אונזער מסורה...!


אבער TB איז פאר טאמבל.


TB SOS

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 12:04 pm

· #414084
נקודת אמת: ייש"כ פאר דעם שיינעם שיר (של יום.). על כגון דא נאמר..."בראנפן מארץ תצמח...!