☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות

מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9474

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:56 pm

· #296798
מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
לאור דער נוסח המצבה פון הרב הצדיק רבי משולם פייש לאווי זצ"ל, איז כדי דאס אויס שמועסן ביתר שאת דעם ענין.

בהקדם כמה בילדער:
RMK2.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:56 pm

· #296801
מצבת רבי אליעזר מנחם מן שך זצ"ל
מצבת הרב שך.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:57 pm

· #296802
רבי שלמה קרליבך זצ"ל
מצבות.JPG

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:59 pm

· #296804
צד ב' ממצבת רבי שלמה קרליבך
מצבת קרליבך 2.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:05 pm

· #296806
דער נוסח המצה פון רבי משולם פייש לאווי זצ"ל
image.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:10 pm

· #296808
ועוד אקדים דער קליפ פון ר' אייזיק ספינקא ביי זיין טאטעס קבר, וואס דער תרנגול הבור מיטן עגלה ערופה האבען אינאיינעם ארויסגעשריגען מתוך גרונו של זה כמי שאחזו לו דיבוק...

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:15 pm

· #296809
מצבה פון דער 'אוהב ורודף שלום' רבי רפאל בלום זצ"ל
דער ממשיך דרכו פון דער חת"ס...
RafaelBlumKasho.jpg

ליפא » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:09 pm

· #296822
I saw it. It was crazy

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:32 pm

· #296871
לייג אהער די קליפ

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:18 am

· #296914
דולה ומשקה
ועוד אקדים דער קליפ פון ר' אייזיק ספינקא ביי זיין טאטעס קבר, וואס דער תרנגול הבור מיטן עגלה ערופה האבען אינאיינעם ארויסגעשריגען מתוך גרונו של זה כמי שאחזו לו דיבוק...


וואו קאן מען דאס זעהן?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:29 am

· #296924
זייער אינטערעסאנט. איך גיי כמעט נישט אויף קברי צדיקים און כ'האב נישט געהאט קיין אנונג אז ס'הערשט אזא הפקירות. ביי שלמה קארלבאך האב מיך אינטערגעשמייכעלט אבער ביי די אנדערע האט מיר באנומען א רחמנות געפיל ווייל די וואס האבן געשריבן די נוסחאות האבן עס נעבך געמיינט ערענסט

קאסטנער » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:26 am

· #297094
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
@דולה ווארט נאר ווארט, לאמיר זען וואס עס וועט שטיין אויף די בעלעדע מציבות...

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:43 am

· #297099
מיינסט אוודאי צו זאגן בעלעדער מציבה, לשון יחיד, ווייל עס איז דא נאר איין בעלעד....

חסיד » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:40 pm

· #297145
א שטורם אין א לעפל וואסער
דער נוסח המצבה כמו שהוא!! דער נוסח הנ''ל איז א פאבריקאציע! (אדער איז דער נוסח א דרעפט וכדו', אדער אויפן צווייטן זייט?!)
📎 IMG-20150819-WA0097-500x333c.jpg

גרויסע מענטשעלע » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:57 am

· #297247
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
כהער אז ממאכט איבער די לשון המציבה.

סאיז געשריבן געווארן אויף א אפנע וואנד

חסיד » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:46 am

· #297293
[ציטאט אראפגענומען]

איך הער אבער אז דער נוסח וואס איז געפאוסט דא, איז נישט געשריבן געווארן אפיציעל און איז נישט בדעה צו געניצט ווערן, ע"כ ווייס איך נישט פארוואס דיין כעס איז אזוי אינטערגעצינדן געווארן.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:52 am

· #297547
סתם פאר אינטערסאנטקייט, זיכענדיג אויף אייוועלט די מציבה פון ר' מאיר פעקעטע, האב איך עס נישט געטראפן דארט, אבער וואס איך זעה יא אז 30-40 פראצענט מציבות שטייט אז יענער איז געווען אדוק ומקושר (לשון ארומגעטוישט..) צו כ"ק מרן רבינו הקוה"ט שליט"א. סיי מענער סיי פרויען.

א איד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:57 am

· #297548
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
אז די חברה זענען געבליבן וואוינען אין טאהש, גלייב איך אז זיי זענען געווען אדוק ומקושר צום טאהשער רבין זצ״ל

חסיד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:17 pm

· #297553
עס איז אזוי אין אלע חסידות'ן ווי דער רבי איז דער צענטראלע פונקט פון דעם עקזיסטענץ.
עס ווענד זיך פשוט וויאזוי דער סטראקטואר פון די חסידות איז געבויעט.
נעם לדוגמא סקווירא, איז דער ביה''ח א גרויסער, און א שטארקע רוב מציבות האבן מדובק ומקושר לרבוה''ק זצ''ל און כ''ק רבינו שליט''א. משא''כ אין סאטמאר ביה''ח צו אין וויזניץ, באבוב, בעלזא (NY) זעט מען נישט דעם סארט געשרייבעכטס עפ''י רוב, אויסער ביי די גאר נאנטע מענטשן וכדו'.

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:17 pm

· #297601
אז דער פיטסבורגער איז געוועהן דומה צו א מלאך ה' צבקות על'יך זיך נישט דינגען.
אבער 'רבם ומאורם של ישראל'... דאס איז שוין עפעס אנדערש.
AdmorAvrahamAbaMipitsburg.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:19 pm

· #297602
מצבת רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם אבד"ק קלויזענבורג - א קליינע נארמאלע פשוטע מצבה.
AdmorYekutielYehudaTzanzNatanya.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:23 pm

· #297604
דער ליבאוויטש'ער רבי האט נישט געשריבען א צוואה בנוגע וואס מ'זאל שרייבן אויף זיין מצבה, מיט דעם איז עס זייער נארמאל געשריבען, און אויף איהם וואלטן זיינע חסידים געקענט שרייבען גאר אסאך.
3081_77175.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:28 pm

· #297606
דער דא איז איהם נישט גענונג בלויז א מצבה ער דארף בצירוף לזה אויך א הויכע מאניומענט כקומת שני אנשים, א שווארץ שפיגעלדיגע שטיין. איך בין דער גרעסטע, מעכטיגסטע און הייליגסטע.

ווען דער כח הדמיון ארבעט אויף מאקסימוס לעוועל...
_.jpg

דולה ומשקה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:36 pm

· #297611
[ציטאט אראפגענומען]


גערעכט.
115_1532_img_7large4.jpg

דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:06 pm

· #297647
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
דער ליובאוויטשער אין די מכתבים זיינע איז ידוע אז ער האט נישט געטויגט צו קיין טיטלען.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:51 pm

· #297662
וואס איז די חילוק פון 'מורינו ורבינו' און 'מרנא ורבנא'... ווער ווייסט..?

קוקטס אויף די לובאוויטש'ע מציבות, ס'שטייען ביידע, ספעציעל אויפן משיח'ס מציבה שטייט ביים שווער ביידע איינס נאכן אנדערען

חסיד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:11 pm

· #297668
מצבת הבני יששכר
אויב קוקט מען אויף פארצייטישע צדיקים, זעעט מען זעלטן לאנגע נוסחאות (עס איז יא דא געאציילטע, עפ''י רוב און אונגערן) און אזוי אויך דארף מען נעמען אין אכט אז מצבה שרייבן איז בכלל נישט געוועהן א גרויסע עסק.
אסאך מצבה קריצער זענען געוועהן פיסטע עמי הארץ און געמאכט זאפטיגע גרייזן, די חוקרי הדורות ווייסן אז פון ספעלינגז אויף מצבות קען מען זיך בכלל נישט פארלאזן (ווי אויף די אויסלייג פון פארשידענע זעלטענע נעמען וכדו') ווייל די קריצער האבן טיילמאל געשריבן ככל העולה לרוחם און ס'האט נישט געמיזט קלעבן א' מיט ב'
📎 מצבת_קברו_של_המהרצ-א_בדינוב.JPG

חסיד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:15 pm

· #297669
בעש''ט ממיכלשטאט
בעש''ט ממיכלשטאט
📎 michelshtat1.jpg

חסיד » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:16 pm

· #297670
הגש"ז אוירבאך
הגש"ז אוירבאך
📎 Aurbach.jpg

shem-tov » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:25 am

· #297725
פ"נ. אין חב"ד מיינט עס פה נגנז

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:06 pm

· #297730
דעם בני יששכר'ס און נאך עטליכע זענען "היינטיגע" מציבות איבערגעמאכט פון פריש, נישט קיין פארצייטישע.

חסיד » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:11 am

· #297912
שמעקעדיג
דעם בני יששכר'ס און נאך עטליכע זענען "היינטיגע" מציבות איבערגעמאכט פון פריש, נישט קיין פארצייטישע.

אמת נכון הדבר, אבער ווי ווייט מעגליך זענען די נוסחאות פון'ם אריגאנאלען מציבה.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 8, 2016 3:23 pm

· #316659
זעהט אויס ווי די מפתח צום ספר שומרי אמונים.

ביליג » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 8:29 pm

· #316705
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
דולה ומשקה
דער דא איז איהם נישט גענונג בלויז א מצבה ער דארף בצירוף לזה אויך א הויכע מאניומענט כקומת שני אנשים, א שווארץ שפיגעלדיגע שטיין. איך בין דער גרעסטע, מעכטיגסטע און הייליגסטע.

ווען דער כח הדמיון ארבעט אויף מאקסימוס לעוועל...

זיי האבן געוואלט שרייבן א א גאנצע מגילה עס האט זיך ארומגעדרייט
די לעצטע מנוט האט עס אפגעשטעלט ווייל מען דארף עס נאך פארעכטן
זעה דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=22044">download/file.php?id=22044</a><!-- l -->

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 17, 2016 5:31 pm

· #317793
וועמענס מציבה?!
פון ר"ת זעהט דאס אויס ווי א מציבה פאר השי"ת, פון די ס"ת איז דאס אויס ווי א מציבה פאר א בשר ודם
📎 מציבה בארדיטשוב.png

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:10 am

· #317860
דולה ומשקה
מצבת רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם אבד"ק קלויזענבורג - א קליינע נארמאלע פשוטע מצבה.


כבודו במקומו מונח, די נוסח איז בכלל נישט נארמאל. ס'איז עקסרעם און אביסול קארני. האט ער זיך דען נישט אינטערגעשריבן אב"ד צאנז, וכדומה? נו אז די ביסט א רב פארוואס זאל נישט שטיין לכה"פ הרב?
📎 AdmorYekutielYehudaTzanzNatanya.jpg

שעפטל » מיטוואך יאנואר 20, 2016 5:51 pm

· #318257
געוואלדיג
פון ר"ת זעהט דאס אויס ווי א מציבה פאר השי"ת, פון די ס"ת איז דאס אויס ווי א מציבה פאר א בשר ודם

או עם דזשי!!!!

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:37 pm

· #319332
די מציבה איז די מערסטע איבערגעטריבען... אמת בלע"ז
📎 trt.jpg

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 3:29 pm

· #319365
היכי דמי אריכות ימים
📎 rsz_long.jpg

חסיד » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 6:03 pm

· #347982
[ציטאט אראפגענומען]

נא @אנאנים צוחק זה שצוחק אחרון!

דולה ומשקה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 1:01 pm

· #391691
וואס גייט פאר אין קרעטשנוף, א מערכה איין ברודער האט געלייגט א שטיין, דער אנדערע ברודער האט יענעמ'ס צובראכען און געלייגט א נייע.
מלחמת מצבות בקרעטשינעף.jpg

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 5:15 pm

· #391846
ווילאנג איז דער ערשטער געשטאנען? אין וועלכע איז זיידל'ס?