☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איז אפשר דא מער יומאר טאלאנט ביי די פרומע שיכטן?

איז אפשר דא מער יומאר טאלאנט ביי די פרומע שיכטן?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9471

ליפא » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:36 pm

· #296627
איז אפשר דא מער יומאר טאלאנט ביי די פרומע שיכטן?
אויף איי-וועלט ווערט ארויפגעשטעלט אסאך יומארישע ארטיקלן אראפגעשריבן לאכעדיג מיט טאלאנט, עטליכע ארטיקלן אזעלכע א טאג איז א נארמאלע ערשיינונג. איז מיר שווער געווארן פארוואס דארט מער ווי דא? איז עס אפשר א באווייז אז ווי מער פרום אלס בעסער און מער בשמחה שעפעריש איז מען? דא פאלט אויך אמאל אריין א גוטס און מען ווערט צולאזט, דאס איז אבער אן אויסנאם. איך ליין דא מער ווי דארט, דא איז מער מיין סטייל. אבער איז עס פקודי ה' ישרים משמחי לב?

smart » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:11 pm

· #296639
ליפא
אויף איי-וועלט ווערט ארויפגעשטעלט אסאך יומארישע ארטיקלן אראפגעשריבן לאכעדיג מיט טאלאנט, עטליכע ארטיקלן אזעלכע א טאג איז א נארמאלע ערשיינונג. איז מיר שווער געווארן פארוואס דארט מער ווי דא? איז עס אפשר א באווייז אז ווי מער פרום אלס בעסער און מער בשמחה שעפעריש איז מען? דא פאלט אויך אמאל אריין א גוטס און מען ווערט צולאזט, דאס איז אבער אן אויסנאם. איך ליין דא מער ווי דארט, דא איז מער מיין סטייל. אבער איז עס פקודי ה' ישרים משמחי לב?

פארנאטישקייט ברענגט צו קארני'סים...

ליפא » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:33 am

· #296697
איך האב דירעקט געמיינט ארטיקלן. נישט תגובות. יעדע ארטיקל קומט מיט חידוש פון א געדאנק וואס מ'צונעמט אויף א לאנגס און א ברייט'ס.

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:55 pm

· #296781
Re: איז אפשר דא מער יומאר טאלאנט ביי די פרומע שיכטן?
ווען מ'האט נישט פון עפעס אנדערש צו רעדן ווייל אלץ איז אסור, פארנעמט ליצנות די אויבן אן. ווי אויך איז ליצנות איבער די מאס א מאניפעסטאציע פון א טיפע מעלאנכאליע אדער אנדערע פראבלעמען פון וועלכע מ'זוכט צו אנטלויפן. חוץ מזה, אז כ'גיי שוין יא אנברענגען צייט זאל עס כאטש זיין סטימוליזירנד.

יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 6:55 pm

· #297034
איז אזוי,

דארט איז גראדע דא אסאך גוט הומאר שרייבערס, און אסאך זייער קארני שרייבערס, (שווער צו זאגן א הגדרה וואס איז קארני און וואס איז גוט, ווייל הומאר קלאפט אויס ביי יעדעם אנדערש, למשל איך קען נישט לאכן פון דזשאן סטוארט בלויז ווייל ער זאגט דעם שם הידוע 500 מאל אין איין סעגמענט, אבער צוויי מיליאן גוים קענען נישט צו זיך קומען פון געלעכטער,)

דא איז כמעט נישט דא פון די סארט ארטיקלען. דא איז נאר גאנגבאר איין מין ליצנות (עפ"י רוב), מאכן חוזק, ס'קען זיין פון א מין מענטש, אדער א ניק, אדער עפעס א תמימות,
וועגן דעם איז אלעס עפ"י רוב קורצע תגובהל'ך

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:53 am

· #297101
וויפיל אויף אייוועלט קענען זיך פארמעסטן מיט אונזער יואב? אדער קופרניקוס ז"ל?

ליפא » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:45 pm

· #297148
מיט א ז''ל און מיט איינער וואס שרייבט צוויי מאל א יאר דארף מען זיך נישט פארמעסטן, מיר האבן גארנישט דערפון. איך האב טאקע געשריבן אז ''דא פאלט אויך אמאל אריין א גוטס און מ'ווערט צולאזט אבער דאס איז אן אויסנאם''

ירח בן יומו » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:57 pm

· #297154
אלע זענענן שוין מיט איין פיס אויווען. מ'האט שוין געלאזט שרייבן מציבות.

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:35 pm

· #297161
עה, דאס א בחינה פון מכבדו בחייו 😃