☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין געליטענע גענעראציע

מיין געליטענע גענעראציע

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #946

זר זהב » מאנטאג יוני 25, 2012 4:23 pm

· #19854
מיין געליטענע גענעראציע
די דור - 25 45 יעריגע (גיוו אר טעיק) - וואס זייערע עלטערן זענען די פירות פונעם חינוך פון האלאקאסט סורווייווער'ס איז א אנגעליטענע דור – טאקע נישט אויפ'ן פאפיר, נאר אין הארץ. ווען איך קוק אן מיינע 2 קליינע ווער איך זייער דזשעלעס: פארוואס האב איך נישט געהאט עלטערן וואס זאלן מיר "באוואשן" מיט ליבע? פארוואס האב איך געהאט עלטערן וואס האבן מיר גארנישט צוליב געטון מיינע קינדערישע תאוות, און נאך אלעס מיט א תירוץ אז די תורה לאזט נישט?

א קינד וואס וויינט אז ער דארף א ביציקל ווייל אלע פרענד'ס האבן און ער באקומט עס נישט האט דאס קינד פונקט אזויפיל צער ווי א 30 יעריגער נארמאלער בחור וואס קוקט צו וויאזוי זיינע חברים האבן שוין אלע לאנג חתונה געהאט און אויפגעשטעלט שטובער און דאס לעבן גייט אן כמנהגו של עולם. א קינד האט קליינע השגות, פראפארציאנאל איז זיין צער פאר'ן נישט האבן וואס ער וויל (ווילאנג ס'ע"פ תורה - נישט חומרות) גארנישט ווייניגער.

איך האב פארלוירן מיינע קינדער יארן. די תורה איז די סימבאל פון מרה שחורה לויט די חינוך וואס איך האב באקומען. מיינע עלטערן זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן זיי זענען נאר א תוצאה פון עלטערן וואס האבן "סורווייווט", און יענע סורווייוערס זענען נאכער געווארן "הארד ליינערס" אלעס איז צוגעגאנגען מיט'ן שטרענגן. שלעק און געשרייען אויף די העכטע טענער צו פארסירן יעדע חומרא! לויט וויפיל ציפעס און פראסקעס איך האב געכאפט אין מיינע קינדער יארן וואלט איך היינט געדארפט זיין א דיין, און קענען האלב ש"ס בע"פ.

קיין לאוו האב איך קיינמאל נישט באקומען, און אזוי ווי די אידן אין לאגער וואס האבן פארקויפט ציגארן פאר א שטיקעל ברויט האב איך געקויפט צייט צו פארן אויף מיין נעיבאר'ס טו-ווילער מיט פלעי מאני. אלע אינגלעך (אויך פון סאטמאר חדר) זענען געפלויגן מיט זייערע בייקס און איך האב מיר נאכגעשלעפט מיט מיין סקוטער (יא, לאך נישט, קינדערישע צער). יעדעס מאל נאכ'ן קויפן צייט מיט א בייק האב איך נאכאמאל געבעטן מיין טאטן פליז איך דארף א בייק ס'איז אזוי גוט, יעדער האט פארוואס נאר נישט איך!

שוין ווייטער יעדער!! שוין ווייטער יעדער!! מ'טאר נישט האבן א ביציקעל! ס'איז א גוי'אישע זאך!

די פאלשע חינוך פון אונזערע עלטערן וואס האבן נעבעך געמיינט גוט האט אפגע'הרג'ט א דור. זיי האבן נישט געוואוסט וואו איין וואו אויס און מ'קען זיי נישט קיין סאך בלעמען ווייל רוב פון זיי זענען באמת געווען "וועל מינינג". איין זאך יא, זיי האבן זיך קיין סאך נישט געוואלט דערלענען, ווען ס'זענען געווען פראפעסיאנאלע מחנכים וואס האבן געשריבן ארטיקלען און גערעדט דרשות איבער חינוך האבן אסאך פון אונזערע עלטערן זיי אוועקגעמאכט, עה! זיי פארשטייען נישט נאר איך פארשטיי! (פאר דעם קומט זיי פעטש)

----------------

אפאר יאר גייט דורך און איך האב מיר דערזעהן אז איך גלייך און פארשטיי צו מוזיק. איך האב געשפילט אויף א "קעסיא" דא און דארט, געפארן צו סטארס וועלכע האבן געהאט קיעבארד'ס אויף דיספלעי, אפגעזיצן ביי א פרענד שעה'ן און געשפיעלט, ווייל אין מיין היים האט מיין טאט'ן חינוך געוואלט סורפרעס'ן מיינע געפילען, אמער, מוזיק איז פארבאטן!

איי מיין נשמה וויל עס, און איך האב א טאלאנט דערצו, וויזוי ווילסטו עס לייקענען ?

קיין קעסיא האב איך קיינמאל נישט באקומען, ווייל ווי געזאגט, די תורה ערלויבט עס נישט...

די זעלבע תורה האט אויך נישט באפוילן ליב צו האבן א טאטע מאמע, יא! האט איר געוואוסט דערפון ? די תורה האט נישט מצווה געווען קיינעם ליעב צו האבן א טאטע מאמע. מכבד זיין יא, ליעב האבן ניין, פארוואס טאקע ?

דער תירוץ ליגט אין די תגובה מיינע.

------------------------

דאס איז נאר איין קליינער טייל. ועוד חזון.

בן תמליון » מאנטאג יוני 25, 2012 4:52 pm

· #19859
פאר וואס-ווי-ווען אינעם עצם ענין, איז זיכער איר האט א הערליך פעדער.

שרייבער » מאנטאג יוני 25, 2012 4:59 pm

· #19863
דערמאנסט מיך פון שבת בלעטל...
איך בין אין די יארן צווישן 25 און 45, איך האב ב"ה נישט געהאט די עקספיריענס

אוודאי האט מען מיר נישט אלעס נאכגעגעבן, און וויי פארן טאטן וואס טוט עס יא, אבער ווייט נישט אזא פארמאט ווי דו לייגסט עס אראפ

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 26, 2012 12:40 am

· #20000
סגייט נאך א טריט ווייטער. ווען זיי קוקען זיך צי ווי די אינגער דור איז מחנך די קינדער,
שרייען זיי איז עס א גוישע מהלך,אדער סטראשענען זיי אז די חינוך גייט בעקפייערן, די קינדער וועלן איסוואקסן געספוילטע מחצפים.

למעשה האבן זיי דען נישט קיין פוינט? עט ליסט מיט די צווייטט טענה?

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 26, 2012 12:55 am

· #20004
זר!! איך האב נישט קיין ווערטער! נאר טרערן אין מיינע אויגן!

אוי וויפיל איך שפיר מיט דיר. וויפיל מאל איך האב די זעלבע מחשבות, און איך בין מקנא מיינע קינדער...! איך ווייס, כלום אדם מקנא חוץ מבנו, אבער איך קען זיך נישט העלפן נאר זיין דזשעלעס פארוואס האב איך נישט געהאט לכה"פ האלב וואס מיינע קינדער האבן!

איך בין אדורך ענליכס ווי דו, מיט מוזיק וכדו'. סך הכל פון מיין חינוך איז בעיסיקלי ווי פאלגענד: אידישקייט איז א ביטערע שווערע זאך, גארנישט טאר מען נישט, און טאמער האלט איך נישט דערביי, וועל איך באקומען מכות אינדערהיים און אויך אין חדר, און חוץ מזה גיין אין גיהנם און מגולגל ווערן ח"ו אויף יענע וועלט. גיי פרעג פארוואס אזא חינוך זאל איבערלאזן א רצון אינעם קינד צו וועלן בלייבן א אידיש קינד.

איך פרוביר היינט מתקן צו זיין ביי מיר אין מיין שטוב וואס איך האב פארפאסט. איך גיס ליבשאפט אויף די קינדער, אידישקייט איז זיס, מען קען קוים ווארטן אויף א שבת ויו"ט, איך פרוביר אריינצולייגן א זיסקייט אפילו אין די שוועריגקייטן, עד שידי מגעת.

דעריבער האב איך געעפנט דעם אשכול ווי אזוי גיט מען אריין א זיסקייט אין אידישקייט.

טעלעפאן » דינסטאג יוני 26, 2012 1:10 am

· #20006
שרייבער
דערמאנסט מיך פון שבת בלעטל...
איך בין אין די יארן צווישן 25 און 45, איך האב ב"ה נישט געהאט די עקספריענס

אוודאי האט מען מיר נישט אלעס נאכגעגעבן, און וויי פארן טאטן וואס טוט עס יא, אבער ווייט נישט אזא פארמאט ווי דו לייגסט עס אראפ


רובו ככולו - אין סאטמאר זיכער - זענען וויקטימס. און אויב דו האסט דאס נישט עקספיריענסד, דאנק דעם רבש"ע!

טעלעפאן » דינסטאג יוני 26, 2012 1:14 am

· #20008
נולד מאוחר
סגייט נאך א טריט ווייטער. ווען זיי קוקען זיך צי ווי די אינגער דור איז מחנך די קינדער,
שרייען זיי איז עס א גוישע מהלך,אדער סטראשענען זיי אז די חינוך גייט בעקפייערן, די קינדער וועלן איסוואקסן געספוילטע מחצפים.

למעשה האבן זיי דען נישט קיין פוינט? עט ליסט מיט די צווייטט טענה?



מיר געליטענע, א חלק פון אונזער ליידן זענען געוויסע "סייד עפעקטס", און איינע פון די "סייד עפעקטס" איז אז מיר זענען צו נאכגעביג צוליב וואס אונז זעמיר דורך. א געזונטער חינוך דארף הענדלען חוצפה מיט א געזונטער 'דיסציפלין' (נישט קיין פעטש סטראשונגען וכדו'. עס פאדערט זיך אן עקסטערער ארטיקל פאר דעם, ועוד חזון....) דאס אז מיר זענען אזוי נאכגעביג פאר אונזערע קינדער און דערפאר זענען זיי חוצפה'דיג איז אויך א תוצאה פונעם אומוויסנדן חינוך פון אונזערע אומוויסענדע עלטערן.

יואליש » דינסטאג יוני 26, 2012 8:58 am

· #20025
געוואלדיג, זר זהב!

גם אני מצטרף לטעלעפאן אז די ענטפער איז נישט לויפן צום אנדערע עקסטרעם. קינדער ברויכן סטראקטור און דיסיפלין.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 26, 2012 9:49 am

· #20035
יואליש
געוואלדיג, זר זהב!

גם אני מצטרף לטעלעפאן אז די ענטפער איז נישט לויפן צום אנדערע עקסטרעם. קינדער ברויכן סטראקטור און דיסיפלין.


אודאי אזוי. עס מוז זיין דיסציפלין, אבער אן כעס, און נאר פאר זאכן וואס זענען באמת חוצפה. אסאך מאל זאגן קינדער זאכן פון טיפן הארצן און מיינען באמת גארנישט שלעכט, עס מעג זיי באדערן אדער וויי טון, און זיי מעגן פרעגן. נישט אלעס איז חוצפה.

אין אונזער גענעראציע האט מען נישט געטארט האבן די חוצפה צו פרעגן סיי וואס. מען האט געדארפט מקבל זיין באהבה אלעס וואס מען האט אונז געזאגט אדער געהייסן טון, אן זאגן א ווארט.

(איך וואלט געקענט באשטיין, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, צו עפענען א אשכול אויסצושמועסן די בארבארישע מיטלען ווי אזוי אונזערע מלמדים האבן אונז קאנטראלירט, און זעהן וואס דער טייוול האט זיי געטריבן צו טון, נישט בלויז אפאר פעטש, נאר פארשידענע אכזריות'דיגע מיטלען.. אפשר אביסל בעביש, אבער איך האב נאך אין מיר, נאך אזויפיל יארן, שווערע געפילן אויף עטליכע מלמדים, און וואלט עס געוואלט אויספאקן ברבים (אן קיין נעמען). אויב איינער איז אינטערעסירט (איך וויל נישט שטיין אליין ווי א נאר אין מארק), לאמיר עפענען א אשכול!)

(שפעטערדיגע הוספה: כ'האב שוין געעפנט דעם אשכול דא. ווער עס וויל איז מכובד צו שרייבן זיין עקספיריענס, וכל המוסיף מוסיפין לו לייקס...)

זר זהב » דינסטאג יוני 26, 2012 9:57 am

· #20036
איך האב נישט געזאגט אז איך לויף צום אנדערן עקסטרעם, אונז ווייסן מיר וואו איין און וואו אויס. כ'וועל מסביר זיין בקרוב.

קאמפיאטער » דינסטאג יוני 26, 2012 9:57 am

· #20037
געוואלדיג מורא'דיג זר!!
הינדרעט פארצענט גערעכט! אין אויף אינז ליגט היינט א חוב עס מתקן צי זיין.
דעס וואס מען זאגט א חינך פין דעם דור פינעם האלעקאסט... דאס איז ח"ו נישט קיין טענה צי זיי, יא זיי האבן בייקימען אזא חינוך וואס אן דעם וואלטן זיי זיך נישט געקענט האלטן, אין ליידער האבן זיי עס געגעבן אזוי ווייטער, אבער היינט קען עס נישט גיין אזוי אין א קינד מיז האבן ליבשאפט ליבשאפט אין נאכאמאל ליבשאפט א אנקאנדישענעל ליבשאפט נישט קיין חילוק וואס ער טיט אין וויאזוי ער פירט זיך אויף.
טעלעפאן
נולד מאוחר
סגייט נאך א טריט ווייטער. ווען זיי קוקען זיך צי ווי די אינגער דור איז מחנך די קינדער,
שרייען זיי איז עס א גוישע מהלך,אדער סטראשענען זיי אז די חינוך גייט בעקפייערן, די קינדער וועלן איסוואקסן געספוילטע מחצפים.
למעשה האבן זיי דען נישט קיין פוינט? עט ליסט מיט די צווייטט טענה?

מיר געליטענע, א חלק פון אונזער ליידן זענען געוויסע ״סייד עפעקטס״, און איינע פון די ״סייד עפעקטס״ איז אז מיר זענען צו נאכגעביג צוליב וואס אונז זעמער דורך. א געזונטער חינוך דארף הענדלען חוצפה מיט א געזונטער ׳דיסציפלין׳ (נישט קיין פעטש סטראשונגען וכדו׳. עס פאדערט זיך אן עקסטערער ארטיקל פאר דעם ועוד חזון....) דאס אז מיר זענען אזוי נאכגעביג פאר אונזערע קינדער און דערפאר זענען זיי חוצפה׳דיג איז אויך א תוצאה פונעם אומוויסנדן חינוך פון אונזערע אומוויסענדע עלטערן

איינער וואס קיקט אזוי אן ליבשאפט לעבט אין א טעות. (אזוי קיקט מען אן ליבשאפט בכלל?.... אדער נאר פאר די קינדער?) ער האט קיינמאל נישט בייקימען קיין ליבשאפט אין ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט בכלל. פארוואס זאל ליבשאפט ברענגן געספוילטע מחצפים?? וואס האט איינס מיטן צווייטן? אזא איינער וואס איז זיך אזוי טועה ווייסט נישט וואס עס מיינט געבען ליבשאפט. וואס האט ליבשאפט מיט געספוילטקייט רבוש"ע? איך ווייס עס אפי' נישט וויאזוי אפציפרעגן ווייל איך פארזטיי נישט די סתירה בכלל פין די צוויי זאכן.

נס קאווע » דינסטאג יוני 26, 2012 6:32 pm

· #20182
ר' יאסי גרין ברענגט'ך עס זייער גוט ארויס אין זיין ניגון איך האב געכאפט ביי ואני ער איז א היימישער כ,מיין אז ער'ט געלערנא אין סענדז סט, ר' ליפא זינגט עס גוט נאך אבער איך ווייס נישט צו ער פארשטייט דעם עומק פארפאלן זיין טאטע האט זיך נשט געווייקט אין סאטמאר

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 26, 2012 10:40 pm

· #20215
די מיניט וואס איך אנערקען אז מיין 5 יעריגס געפילן האבן פינקט אזא געוויכט ווי פינעף אין דרייסיג יעריגערס
זר זהב

א קינד וואס וויינט אז ער דארף א ביציקעל ווייל אלע פרענד'ס האבן און ער באקומט עס נישט האט דאס קינד פונקט אזויפיל צער ווי א 30 יעריגער נארמאלער בחור וואס קוקט צו וויאזוי זיינע חבירים האבן שוין אלע לאנג חתונה געהאט און אויפגעשטעלט שטובער און דאס לעבן גייט אן כמנהגו של עולם. א קינד האט קליינע השגות, פראפארציאנאל איז זיין צער פאר'ן נישט האבן וואס ער וויל (ווילאנג ס'ע"פ תורה- נישט חומרות) גארנישט ווייניגער.


דעלמאטס ווערט דיספלין זייער א שווערע זאך.
פארוואס? חיץ לויפן אויפן גאדער וועט אויף יעדע זאך וואס מיין קינד בעט אין וויל' קודם זיין די תירץ אין מיין קאפ יא די דיפאלט איז יא דערנאך לאמיך זען פארוואס נישט?
פינקט פארקערט ווי די אלטע חינוך וואס חוץ פין לערנען תורה איז די דיפאלט ניין דערנאך לאמיר זען פארוואס יא? האסט געפאלגט מאמי, אקעי קענסט האבן א בייק.

ווען די דיפאלט תירץ איז יא אין מ'איז אויפריכטיג מיט זיך אליין, איז דא זייער ווייניג מאל ווען דאס קינד באקימט א ניין. אזא קינד וואקסט אויף געספוילט.
"מ'איז אויפריכטיג מיט זיך אליין" מיין איך ,פאר מענפערט ניין פארן קינד טראכט מען גיט אריין פארוואס זאג איך ניין ? ווייל איך האב נישט קיין געדולד יעצט עם צי קויפן א פרייז אדער ווייל סאיז באמת נישט גיט פאר קינד יעצט צי באקימען א פרייז? נאכען טראכטן אזוי פאלט אוועק נאך אפאר הינדרעד ניינ'ס וואס מ'רעדט זיך איין אז מ'מיינט די קינדס טובה.

עכ"פ אזוי טנעה'ט מיין זיידע.

דבילה » מיטוואך יוני 27, 2012 12:38 am

· #20243
'ך הער וואס דיין זיידע זאגט... אבער וואס זאגסטו? (פארפאלן, שוין ווייטער די היינטיגע חינוך)

למעשה, פארוואס פארלאנגט זיך א דיפאלט תירוץ? זענען אונזערע קינדער ראבאטן אז ס'פארלאנגט זיך א דיפאלט קאממאנד צו באהאנדלען זיינע בקשות? 'ך וואלט געזאגט אז סיי וועלכע דיפאלט תירוץ קען קיין גוטס נישט ברענגן. א קינד זעט מן הסתם גאר שנעל אז מ'לייגט צו עם קיין סך קאפ נישט צו.

חוץ פון דעם איז מיר א וואונדער וויאזוי דער מענטש וואס האט שוין מחליט געווען צו זאגן ניין גייט דערנאך מחליט זיין פארוואס ער זאגט ניין... און דאס אלץ ווייל ער וויל גאר זיין "אויפריכטיג מיט זיך אליין"!

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 27, 2012 1:23 am

· #20265
מיט די ווארט 'דיפאלט' מיין איך נישט א ראבאטישע פראגראמאטישע דיפאלט.
סארי כהאב נישט געניצט די גיטע ווארט. לאמיך געבן א משל וואס כהאב געמיינט מיט 'דיפאלט'
ווען איינער בעט א טובה פין א צווייטען, די גיטהארציגע מענטש גייט די taught proses אזוי, קודם פארוואס נישט זאל יענער הנאה האבן, דערנאך איין מיניט אפשר וועל איך ליידן דערפין . ער טראכט עס דורך אויב זעט ער נישט קיין גרויסע שאדן פאר זיך איז די ענטפער 'יא' .
ווידערים ביי א שלכטער מענטש איז פארקערט קודם וואס עפעס בארגן מיין שירעם ס'מיינס דערנאך איין מיניט אפשר קען איך האבן עפעס דערפין אזוי רעכענט ער אויס וואס לוינט זיך עם צי טון די טובה.
אין די נמשל רעדט מען פין אינזער קינדער במילא קודם 'יא', פארוואס נישט א מענטש וויל עפעס. קודם יא מיינט נישט געפרויגרעמט ס'מיינט אז אויב איז נישט דא קיין סיבה אויף נישט דעלמאטס איז יא.
משאכ ביי מיין זיידע איז פארקערט.
איך בין אונספייערט פון משה רבינו, ערל שפתים דאך א מנהג א בעל מופת. איך שרייב סנישט קלאר, כוועל נאך שפאלטן דעם ים איין טאג.

יואב » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 3:35 pm

· #150967
👍 👍 👍
געוואלדיג זר! גם אני בחלומי. The NO parents. אויף אלצדינג איז געוועזן דער ענטפער "ניין" (ווער פרעגט זיי אפילו). סיידן מ'האט געקענט "Proven" ס'זאל זיין "יא". אבער וויאזוי האט מען געקענט פראוון אזאנע חברה? מ'האט טאקע נישט געקענט. איך האב די זעלביגע. איך קוק אן מיינע קינדער און איך פארגין זיי פשוט נישט.

באגאבא » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 3:53 pm

· #150971
וואס גייט דא פאר ?

בין איך דער איינציגסטער מיט נארמאלע עלטערן , איך גיי נישט זאגען זיי האבען מיר אלעס געלאזט אבער סתם זאגען ניין אויף יעדע זאך קיינמאל, פינק פארקערט מיינע עלטערן ווען זיי האבן געזאגט ניין איז אלטס געווען מיט א הסבר פארוואס זיי לאזן נישט. נישט אלעמאל האב איך עס אויפן פלאץ פארשטאנען אבער סוף כל סוף האב איך פארשטאנען זיי מיינען מיין גיטס
אגב וועגן טא ווילער האב איך געוואינט און א שטאט וואס מען דאס נישט האבן אזאנס, אבער מיין טאטע פלעגט אינז טראגען ארויס און א פארק אין דינגען אינז פלעג מיר ארין האצקענען מיט דיעם , ער פליעגט האלטן אס עז געזינט פאר קינדער זאלן זיך אויס געבן בדרך היתר
צי מוזיק האב איך קיינמאל געפיל נישט געהאט

איין זאך יא פין מיינע רבי'ס האב איך יא געכאפט
איך געדענק איינמאל האב איך געכאפט איבער 100 פעטש פאר זאך וואס איך אפילו נישט געוויסט אז איך טי ראנג. וואס איך קען אים אלטס נישט מוחל זיין

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 4:05 pm

· #150974
wow זייער א שיינע ארטיקל נישט באמערקט ביז יעצט

איך מיין אז איינע פון די סייד עפעקט'ס פון די האליקאסט סארווייווערס חינוך איז דעס אליין אז מ'ווייסט שוין נישט וואס ס'מיינט נארמאל און וואס ס'הייסט געספועל'ט מ'האט באקומען עפעס אזא דיסארדער טו נישט צופיל די ספוילסט איך זאג נישט מ'טאר נישט צופיל ספוילן ווייל א קינד דארף מען דאך אויסלערנען פאר די טובה פון זיין צוקונפטיגן לעבן אז ס'איז דא אזא מין זאך ווי ניין אבער געבן וואס א קינד דארף הייסט נישט געספוילט בכלל נישט

איך געדענק איך בין אמאל געקומען צו מיין טאטן מין מיין דעמאלסדיגע בן יחיד'ל א צוויי יעריג קינד געווען איז געזיצן דארטן מיין היפש עלטערע שוואנער און ער זעהט ווי אזוי איך טשאטשקע מיר מיט מיין איינציגן געהאט אפאר יאר נאך מיין חתונה פרעגט ער מיר מיט אזא ביטער שמייכל דאס קינד האט שוין געכאפט אמאל א פאטש ? דארפסט אים געבן ס'איז געזונט
די שוואנץ איינער דאס איז דיין איינציגסטע פראבלעם וואס דו האסט זיכער צו מאכן אז ער האט שוין געכאפט אחת למעלה ושבע למטה נאר ער איז אויך נישט שולדיג ער האט מסתמא געלערנט ביי א מלמד וואס האט די ערשטע טאג קודם געגעבן א פראסק פאר אלע קינדער צו וויסן אז מ'דארך מורא האבן אזוי ויי ס'שטייט ווייס איך ווי

אבער ב"ה איך קען מיר נישט אפרעדן אויף מיינע עלטערן טאקע נישט געגעבן קיין ליבשאפט אבער נישט געבאדערט קיין סאך

נצבד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:00 pm

· #150991
הבל הבלים

ווער עס קען די היסטארי פון די זעכציגער יארען, און פארוואס די היפי מאוומענט האט אזוי בצויבערט די יונגע מאסען, ווייסט אז סהאט גארנישט מיטען היימישען עולם, און זיכער נישט מיט די האלאקאוסט.

אלע טענות וואס ווערט דא אויסגערעכנט, אנגעהויבען פון קנאפע ליבשאפט און געענדיגט ביי שטרענגע דיסצעפלין, האסטע געהערט פונעם גוי אויך און די זעכציגער יארען.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:27 pm

· #150997
נצבד, ואו ביסטו א חכם, ממש ווי שלמה המלך,
ער האט שוין אויך געזאגט הבל הבלים, הכל הבל.

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 7:23 pm

· #151021
נצבד איז הונדערט פראצענט גערעכט, עס האט גארנישט מיט סורווייוואר'ס, עס האט פשוט מיטן חינוך וואס די סורווייווערס אליינס האבן באקומען פארן קריג, עס איז לאו דוקא די אידישע תורה און קולטור, אדרבה עס איז פון די זאכן וואס מיר זענען נשפע געווארן פון די גויים אשר סביבותינו, און ברוך המקום אז א דאנק מיר וואוינען אין אזא פארהעלטניסמעסיג נארמאלע מדינה היינט דרינגט אריין דער קולטור ביינונז אויכעט, און ברענגט אונז נאנטער צו די ריכטיגע השקפת התורה

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:27 pm

· #151040
נולד מאוחר
סגייט נאך א טריט ווייטער. ווען זיי קוקען זיך צי ווי די אינגער דור איז מחנך די קינדער,
שרייען זיי איז עס א גוישע מהלך,אדער סטראשענען זיי אז די חינוך גייט בעקפייערן, די קינדער וועלן איסוואקסן געספוילטע מחצפים.

למעשה האבן זיי דען נישט קיין פוינט? עט ליסט מיט די צווייטט טענה?

נולד. איך זעה אז דו האסט נישט געכאפט זר'ס פוינט. ער האט נישט געזאגט (און קיין שום נארמאלער מענטש האלט דאס נישט.) אז מ'דארף אלעס, אויטאמאטיש נאכגעיבן פאר די קינדער. אבער ווען א קינד בעיט בתחנונים דארף א טאטע זיך קענען אריינלייגן אין זיין מצב אז ס'גייט איהם בנפשו. ספעציעל א טאלאנט וואס א קינד האט, דארף א טאטע דאנקען דעם באשעפער מיט וואס ער האט מחונן געווען זיין קינד און העלפן אויסארבעטן.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:52 pm

· #151075
אינטרעסאנט צו פרעגן די קעסיא און טו-ווילער קאמפאניס ווער עס האט געקויפט זייערע סחורה דאן אין יענע צייטן ווען אלע עלטערן אין אמעריקע האבן פארבאטן די קינדער צו פארמאגן סיי וואס.

יואב » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:58 pm

· #151076
שמעקעדיג
אינטרעסאנט צו פרעגן די קעסיא און טו-ווילער קאמפאניס ווער עס האט געקויפט זייערע סחורה דאן אין יענע צייטן ווען אלע עלטערן אין אמעריקע האבן פארבאטן די קינדער צו פארמאגן סיי וואס.

מסתם שרייבער'ס טאטע. האבן מיר שוין איינס. און ווער האט געקויפט די צווייטע? באגאבא'ס מאמע. דער חשבון שטימט.

חכם באשי » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:04 am

· #151079
איין הערה:

איך האלט מיך פאר דער 'בעסטע טאטע' וואס מיינע קינדער וואלטן ווען זיך געקענט אויסקלייבן. עס וועט מיך שטארק אהרען אויב מיינע קינדער וועלן מיך צענעמען אינעם דעמאלטסדיגע שפלינטער פארום "טשיקען זופ".

כלומר: מיין טאטע האט נישט באקומען קיין גיידענס וויאזוי אומצוגיין מיט קינדער. ער האט אבער געטרייט זיין בעסט. לויט זיין אייגן חינוך, און לויט זיין 'פארשטאנד'.

זייטס זיכער, אז ווי גוט עטס זענט נאר צו ענקערע קינדער, קענט איר נישט אויסרעכענען פון פאראויס וואס דער מצב רוח און חינוך גייסט עס וועט הערשן אויף די דעמאלטסדיגע גאס, און אייערע קינדער וועלן צוריק קוקן און זאגן: וואס?! אזוי און אזוי האט מיין טאטע מיך געטוהן?! ער האט געשמייכעלט צו מיך יעדער נאכט?! אלע טעראפיסטן זאגן דאך אז א שטרענגע מינע אויפ'ן פנים געבט דאס קינד א געפיהל פון בלא בלא בלא בלא.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:22 am

· #151085
אבער די מענטשן (פון די פריערדיגע דורות) וועלכע האבן קיינמאל נישט געשמייכלט צו זייערע קינדער, אדער געזאגט א ווארט פון התחזקות, האבן עס נישט געטון ווייל זיי האבן פאזיטיוו געגלייבט אז דאס איז דער ריכטיגער דרך, נאר מחמת חוסר ידיעה. אדער זענען געווען באהערשט פון אנדערע נעגאטיווע געפילן.

נצבד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:30 am

· #151104
עטס קענטס טענה'ן וואס עטס ווילטס,

די גוטע חלקים פון די ערשטע גענעראציע פון די פאוסט מלחמה, ווי אויך און א געוויסען זין, זייערע קינדער די היימישע בעבי בומערס, וועט אינזער גענעראציע קיינמאל נישט קענען צוקומען צו צען פראצנט פון זייערס, אלעס א דאנק זייער מענטעליטי וואס עטס רייסטס אזוי ארינטער.

אלע האמיר געוויסט (אפילו מהאמיר נישט באקומען אלע אינזערע טענטראם פארלאנגען) אז די ערשטע שטרעבען פון אינזערע עלטערען,זעמיר טאקע אינז קינדער, וואס זיי האבען געהאלטען אז סאיז גוט פאר אינז, זענען זיי געגאנגען ביזען עקסטרעם, און געזען אז דאס זאל אינז נישט פעלען, און וואס זיי האבען געהאלטען (אפילו אינז האלט מיר אז סאיז געווען מיסגיידעד)אז אינז זאל מיר נישט האבען, האמיר נישט באקומען, פעסטע דיסצעפלין און מיין יודיש.

אינזערע קינדער זעען בחוש ווי פארשפיעלט אינז זעמיר, און די מרחק פון יא און ניין, איז געשאצט וואסערע שטארקע טענטראם זיי ווארפען,


אנדערע "קלייניקייטען" , אלע האבען זיי געהאט "אסאך" אפגעשפארטע געלטער,
א זייגער האט ממש געקלאפט ווי א זייגער, ביי זיי האט א מנין צוועלווע נאכמיטאג, נישט געהאט פינעף מאהל אזויפיל מתפללים ווי דער זעקס דרייסיגער אדער זיבענע אזייגער מנין.


זייער יודישקייט האט נישט געהאט א צענטעל בי עס ארייינגעמישט, ווי אינזערס זעהט אויס.

אלע האבען זיי געהאט א שיעור און לערנען, זאל זיין אפילו חק אדער עין יעקב, אבער געדינט דעם אייבערשטען האבען זיי.

באמת געזוכט התקרבות צו אן אמת'ן ערליכען יוד.

א קיצור אזוינס וואס אינז אלע וואלט מיר געפייגערט, אז די "ארגינעלער יוד" זאל זיך אויף א וועג צוריק באווייזען און אינזערע טעג.

יואב » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 8:32 am

· #151114
הרב @נצבד, איר מישט דא אויס קארן טשיפס מיט סאוער פיקלס.

וואס האט זייערע אזויגערופענע שטערקערע אייפער צו אידישקייט מיט א גוטער חינוך, אדער אן איבערגעגעבנקייט צו קינדער?

ס'איז אמת זיי זענען געועזן אסאך מער תמימות'דיג ווי אונז, און דאס איז זאגאר א חלק פון דעם פראבלעם, נישט אויפטוה. ס'איז אויך אמת אז דאן האט מען געהאט מער צייט צו אלצדינג, ווייל מ'איז נישט געווען פארנומען מיט די אלע כלים וכלים שונים. אבער דאס איז אן אלגעמיינער פראבלעם היינצוטאגס, פאר שלום בית און ביזנעס צוגלייך, און האט נישט דווקא מיט אפגעבן זיך מיט די קינדער.

פארקערט. די אמאליגע חברה האבן זיך אראפגעשטעלט א בלאפרינט וויאזוי זיי ווילן זייערע קינדער זאלן אויסקוקן, און באזירט אויף דעם האבן זיי משקיע געוועזן פארן קינד אפגעזעהן די אומשטענדן. געשמיסן לאגיק אויף רעכטס, געפיל אויף לינקס, און אלעקסי, קאפאסי, יאללא, לאמיר לויפן על דרך ישראל סבא, אבער שנעלער.

זיי זענען זיך געגאנגן זייער וועג האבענדיג זערא פארשטענדעניש מיטן קינד וועלעכס איז אריין אין זייער פראגראמירטן סיסטעם. דאס הייסט אנגעהויבן פון זיך קריגן וועלעכע נאמען איהם צו געבן, שיקן אינעם מוסד ס'האט זיי געשמעקט, אנגרייטן א פשעטל פאר זיין בר מצווה, אפילו דינגן פריוואטע לערנער מיט איהם, שיקן אין "א גוטע ישיבה" (אוודאי האבן זיי באצאלט שכר לימוד, ס'איז א חלק פונעם פלאן), און ביי די אכצן איהם פארגינען 20 מינוט א פרעג צו טאהן עפעס א בתולה המהוללה וויאזוי פונקטליך מ'לייגט אויס איר נאמען, ווייל געוויסע ספעלן דאס מיט אן אלף, אנדערע מיט א הא. (מ'ברויך דאך וויסן וואס צו שרייבן אויף די מחזורים).

און ווען דער חתן שאקלט זיך אונטערן חופה מיטן גלאטע רעזוואלקע און ווייסער שאל, שפאצירן זיי מיט הבדלות, און האלטן טישוס צווישן די פינגער. זייער גליק האט געגרייכט. יעצט גייט מען צום נעקסטן קינד, און דערנאך צום דריטן, עד שתכלה נשמות מן הכיס. (פרוטות איז קיינמאל נישט געוועהן). אוודאי האבן זיי זיך אפגעגעבן מיטן קינד.

און אך און וויי אז דער קינד אנטזאגט זיך צו גיין לויט זייער בלאפרינט. און מ'רעדט שוין נישט פון חברה וואס רייסן זיך אפ למחצה לשליש ולרביע.
פארגעס פונעם געדאנק צו עלטערן ברויך אנגיין אויב זייער קינד וועלט זיך א סעקולערן לעבן צו נישט. עלטערן וועלעכע עסן זיך אויף דאס געזונט פאר אבנארמאלע שטותים, נאך ווען זייער קינד איז א פולער ארטעדאקסישן איד, צו זאגאר נאך א פולשטענדיגער חסידישער איד בלויז מיט אנדערע מינערוויכטיגע איינצעלהייטן.

דאס מיינט נישט אז זי האבן יא צו נישט געגעבן ליבשאפט צו זייערע קינדער, אבער דאס שטרייכט אונטער א נקודה בנוגע זייער יא צו נישט ליבשאפט. זיי שטעלן אראפ א בלאפרינט, און באזירט אויף דעם געבן זיי זיך אפ מיטן קינד.
אויב איינער גייט ארויס פון זייערע תחומים, ענדיגט זיך זייער לעבן, ס'ענדיגט זייער אזויגערופענע "אפגעבן". דאס שרייט ארויס זייערע אומפארשטאנד סיי צו קינדער, און סיי צו אידישקייט.

נישט אז איך וויל יעצט דיסקוסירן אידישקייט נושאים, נאר אז דו האסט דאס צאמגעפלאכטן שרייב איך דיר אז דאס איז א חלק פונעם פראבלעם.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:21 am

· #151124
יואב!!! השפגתני עד מאוד.



נצבד
אלע האבען זיי געהאט "אסאך" אפגעשפארטע געלטער.

דאס איז אן עקסטערע נושא, די אינקאם טו לייף עקספענסעס רעישיאו איז געווען סאך גרעסער, פון איין וואך עוורידזש אינקאם האט מען געקענט צאלן די רענט, די צווייטע וואך האט געצאלט אלעס אנדערש, און די איבעריגע צוויי וואכן א חודש האט מען גראד אריינגעלייגט אין שווייצע "חתונה פלאן". ווען נישט וואס זייער דור סקרוט אונז אז מיר מוזן בלייבן וואוינען אין אונזערע געגענטער ווי מ'צאלט די הויזן רענט וואלטן אונז אויך געקענט אוועקלייגן.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:30 am

· #151126
חכם באשי
זייטס זיכער, אז ווי גוט עטס זענט נאר צו ענקערע קינדער, קענט איר נישט אויסרעכענען פון פאראויס וואס דער מצב רוח און חינוך גייסט עס וועט הערשן אויף די דעמאלטסדיגע גאס, און אייערע קינדער וועלן צוריק קוקן און זאגן: וואס?! אזוי און אזוי האט מיין טאטע מיך געטוהן?! ער האט געשמייכעלט צו מיך יעדער נאכט?! אלע טעראפיסטן זאגן דאך אז א שטרענגע מינע אויפ'ן פנים געבט דאס קינד א געפיהל פון בלא בלא בלא בלא.

נישטא אזא זאך. טעראפיסטן אהער אדער אהין, א שמייכל דארף יעדער און מען האט דאס ליב, ומים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה.
דער שמייכל צום קינד גייט אדורך אלע ביינער און בויעט אים אויף, און דאס פארגעסט מען קיינמאל נישט און מען האט נישט קיין חרטה דערויף.
נישטא אזוינס אז א קינד זאל זיך בייזערן פארוואס האט מען מיר נישט אנגעקוקט שטרענג... אפילו אלע רוחות אויף דער וועלט וועלן אים/איר דאס מסביר זיין...

@נצבד, ווי יואב איז שוין מאריך, הערליך כדרכו, איז ממש אזוי געווען, ערליכקייט, אפשר שטארקערע סטראקטשור, אלעס איז געווען. אבער געפיל פאר א קינד? דאס נישט. נישט אגעווען קיין ווארעמקייט (נישט ביי אלע משפחות, אבער דער מהלך המחשבה ביי רוב איז געווען דאס זעלבע). דאס קינד האט געמוזט נאכגיין דעם טאטן גענוי ווי ער האט גע'חלומ'ט, צאי לך בעקבי הצאן מיט א שמוץ אריבער, און אויב נישט איז געגאנגען פעטש, טעראר און פרעשור. דאס קינד האט געמוזט טון אלעס לויט די פאנטאזיע פון די עלטערן אדער מלמדים, נישט געווען קיין "על פי דרכו", ווער איז דען דער קליינער ראצער צו האבן א דרך בכלל? איי מען זעהט דאך ער האט געוויסע נייגונגען צו איין זאך אדער א צווייטע? אה, דאס זענען בלויז שלעכטע מדות, און אפאר גוטע פעטש וועט עס שוין מסדר זיין. מיר זענען אויפגעוואקסן אין א סדומ'ער בעטל. דו קענסט עס אוועקמאכן, אבער פאקט בלייבט פאקט. מען האט נישט געזעהן קיין פארשטענדעניש פון די עלטערן צו די קינדער. און איך האלט נישט אז מען דארף ספויעלן קינדער, קלאר אז נישט, אבער צווישן די צוויי עקסטרעמען איז פאראן א הערליכע דרך הממוצע, ומינה לא תזוע.

גאנצל » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:45 am

· #151129
חכם באשי
איין הערה:

איך האלט מיך פאר דער 'בעסטע טאטע' וואס מיינע קינדער וואלטן ווען זיך געקענט אויסקלייבן. עס וועט מיך שטארק אהרען אויב מיינע קינדער וועלן מיך צענעמען אינעם דעמאלטסדיגע שפלינטער פארום "טשיקען זופ".

כלומר: מיין טאטע האט נישט באקומען קיין גיידענס וויאזוי אומצוגיין מיט קינדער. ער האט אבער געטרייט זיין בעסט. לויט זיין אייגן חינוך, און לויט זיין 'פארשטאנד'.

זייטס זיכער, אז ווי גוט עטס זענט נאר צו ענקערע קינדער, קענט איר נישט אויסרעכענען פון פאראויס וואס דער מצב רוח און חינוך גייסט עס וועט הערשן אויף די דעמאלטסדיגע גאס, און אייערע קינדער וועלן צוריק קוקן און זאגן: וואס?! אזוי און אזוי האט מיין טאטע מיך געטוהן?! ער האט געשמייכעלט צו מיך יעדער נאכט?! אלע טעראפיסטן זאגן דאך אז א שטרענגע מינע אויפ'ן פנים געבט דאס קינד א געפיהל פון בלא בלא בלא בלא.


א שטארקע פוינט

אבער ס'איז א גרויסע חילוק ווייל אונזערע קינדער וועלן אפשר לאכן פון אונז וכדו' אבער האבן א שווערע געפיל פונעם יוגנט און אנעסעניש ביי טייל וועט נישט זיין

דארפסט נישט קיין גרעסערע ראי' קוק אן די ת"ת רוב קינדער פון רוב ת"ת "ווילן" היינט גיין אין חדר

ויש להאריך בזה אבל אין פנאי

איך אויך » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 9:08 pm

· #151199
יואב
הרב @נצבד, איר מישט דא אויס קארן טשיפס מיט סאוער פיקלס.

פאר הוש"ר? כ'גלייב נישט.

שצם_חנכל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:01 pm

· #151449
איך עגרי מיט שרייבער און באגאבא לגבי מיינע עלטערן, אבער איך זעה אז רוב ק"ש חברים האבן געהאט אנדערע סארט עלטערן, אפשר דארף מען אנפרעגן אין אייוועלט?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:53 pm

· #151457
די לויים אין ביהמ"ק, ווען האבן זיי זיך געלערנט שפילן אויף די כלי זמר?

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:37 am

· #151527
די בעיבי באומערס האבען געלעבט אין א פרייליכע און לעבידיגע אטמעספערע, נישט קיין נפק"מ ווי אזוי זייערע עלטערן זעלבסט האט זיין מחנך געוועהן, דאך איז עס געוועהן א ארגענעל לעבן, ס'נישט געוועהן א געמאכטע אדער געלעבט פאר 'יענעם', יעדער פאר זיך האט געלעבט מיט זייערע אייגענע נאטורן, אין מיט די געוואוינהייטען וואס מ'האט געהאט גע'ירש'ט פון גענעראציעס ארויף אין די ק"ק שטעטליך. ס'נישט געוועהן קיין פערטל פון די היינטיגע חרמות וקונמות, אסורים און גזירות, גיין ארבעטן איז געוועהן דער נארמאלסטע זאך און בכלל נישט קיין סתירה מיט א עכט דביקות'דיגע קידוש בליל שב"ק.

אבער...
ווען די זעלבע בעיבי באומערס זענען געווארען פערציג אדער פופציג, האבען זיי, די זעלבע וואס געלעבט אין געלאכט, געטוישט מיט א דריי הונדרעט אין אכציג דעגרי, אין צוביסלעך אריין געגעבען פאר נעקסטע דור אזא מין פארדרייטע אויף ברענגונג, ווי למשל, מ'לעבט פאר יענעם, אלעס וואס איז אמאהל געוועהן געהעריג מותר איז היינט בתכלית האיסור אדער סמוך לזה, אלעס איז געווארען אזוי פארמאל, זעלטן צו טרעפן אייגן ארטיגע מענטשען, ועוד יש להאריך בזה טובא.

אוי, דער קומענדיגע גענעראציע גייט דאס אבער שנעל צוריק דרייען, אבער ליידער נישט באופן של בדרכו שלום נאר באופן פון רעבלן און צוריק שפייען...

דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין. דער בעיבי באומערס האבען אנגעמאכט א בכיה לדורות.

סאו וואט » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:51 pm

· #151672
גאר און קורצן.
א פופציג זעכציג יעריגער מענטש זאגט מיר, איי איי יאיי, דו היינטיגע דורות,
ענטפער איך גלייך, יא, דו היינטיגע דורות וואס דו פריערדיגע דורות האבן מחנך געוועהזעהן,
ער האט מיר געוואלט הארגענען.

לענינינו. די בעיבי באומערס זיי מאכען אן דו פראבלעמן, אבער ס'גייט זיך צירוק טוישען, מיט גוטן אדער שלעכטן צום רוטין.
אזוי ווי דולה האט אראפגעלייקט, ווייל דו נעקסטע דור פילט נישט ווי דער טאטע איז עים מחנך לטובתו, נאר ער זאל זיך קענען אויפטוען מיטן זיינע קינדער פאר אנדערע.
און ממילא און זיין פרעזענליכי לעבן האט ער נישט קיין אמת'ע אהבה צו זיין קינד, וועגן דעם איז מיט דער קינד געווארן וואס איז געווארן.
משא"כ דו היינטיגע דור יונגעלייט גייען שוין יא אריין לייגען אהבה און כוחות מיט ליבשאפט צו זייערע קינדער, אן טראכטן וואס דער און יענער זאגט.

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:16 pm

· #151679
סאו וואט
גאר און קורצן.
א פופציג זעכציג יעריגער מענטש זאגט מיר, איי איי יאיי, דו היינטיגע דורות,
ענטפער איך גלייך, יא, דו היינטיגע דורות וואס דו פריערדיגע דורות האבן מחנך געוועהזעהן,
ער האט מיר געוואלט הארגענען.

לענינינו. די בעיבי באומערס זיי מאכען אן דו פראבלעמן, אבער ס'גייט זיך צירוק טוישען, מיט גוטן אדער שלעכטן צום רוטין.
אזוי ווי דולה האט אראפגעלייקט, ווייל דו נעקסטע דור פילט נישט ווי דער טאטע איז עים מחנך לטובתו, נאר ער זאל זיך קענען אויפטוען מיטן זיינע קינדער פאר אנדערע.
און ממילא און זיין פרעזענליכי לעבן האט ער נישט קיין אמת'ע אהבה צו זיין קינד, וועגן דעם איז מיט דער קינד געווארן וואס איז געווארן.
משא"כ דו היינטיגע דור יונגעלייט גייען שוין יא אריין לייגען אהבה און כוחות מיט ליבשאפט צו זייערע קינדער, אן טראכטן וואס דער און יענער זאגט.


מיינסט צו זאגן אז פאלשע אהבה איז פונקט אזוי נישט גוט ווי נישט געבן אהבה בס"ה דארף מען וויסן צו געבן עכטע אהבה פאר'ן קינד גיט איך הער אבער פאלשע אהבה איז דאך בעסער פון גארנישט ולא פליגי

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:17 am

· #154883
אט שרייבט מנשה'לע לוסטיג אויף אייוועלט:

ווען איך געב א קוק אויף די היינטיגע קינדער וועלט, און כ'פראביר עס פארגלייכן צו מיינע יונגע יארן, איז עס אזוי ווייט אנדערש.
קודם כל, איז דעמאלטס נאכנישט געווען די פולע היינטיגע שפילעריי, און וואס מ'האט סך הכל געשפילט איז געווען אין זאמד, און א טייל האבן פארמאגט גרויסע סענד באקסעס.
מ'האט געגראבן ערד, געזייעט שטויב, און געהאקט ביימער, געבויעט בודקעס, און געמאכט ביזנעס און גרויסע פאנטאזיעס.
נאך א טאג שפילן, איז מען ארויפגעקומען פארשווארצט פון זאמד און בלאטע, און אויסגעבראטן פונעם זין און די הויזן טרעגער האט קוים געהאלטן די בגדים אינעווייניג.

אבער איך האב זוכה געווען צוצוזען ווי א טייל פון מיינע חברים ארום, באקומען שיינע נייע שפילצייגן, איינער האט געדרייווסט א צוויי רעדלדיגע בייק, און נאכדעם איז ארויסגעקומען די 'סקוטער'.
איך האב מיט בקשות ותחנונים געבעטן, כ'וויל דאס אויכעט, אבער וויבאלד ס'האט געהייסן ביי מיינע עלטערן א גויאישע זאך, בין איך קאטאגאריש געווארן אפגעזאגט דערפון.
האב איך בלית ברירה געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן וואס כ'האב אראפגעריסן פון א ביימעלע און צוריק גיין אל שקי ותעניתי.. צום זאמד און גראז קוילעריי.
נישט קיין סקוטער נישט קיין בייק און נישט קיין רעכטע טוי, נאר וואס כ'האב באקומען ביי די דריי יאר, דאס האט געמוזט זיין גוט ביז די דרייצן.
אבער אין יענע יארן, האט מיין טאטע געמאכט א שטיקל זאא, ער האט געקויפט טשיקענס לרוב, און עס געהאדעוועט אליינס אין א געלע אפגענוצטע באס, אינעם וועלדל נעבן אונזער הויז.
אונזער הויז איז געווען די לעצטע הויז אינעם געגענד, ארומגענומען פון וויסטע ביימער, און אביסל טיפער, די טויטע בית החיים פונעם סקווערן שטעטל, וואס האט גענוג פחד אנגעזייעט אין מיינע געהירן, לאנגע נעכט, וואס כ'האב געשיווערט און נישט געקענט שלאפן.
אבער דארט האט מען פאלאצירט דעם טשיקען הויז, און מיט דעם האב איך מיך גענומען באשעפטיגן, מיט רשות צו אן רשות פון מיין טאטע.

שפעטער האט ער שוין געהאט כמעט הונדערט טשיקענס, האט ער עס אויפגעגעבן און געקויפט ציגעלעך.
קודם צוויי ציגעלעך, און ס'עפעס געשען אמאל, אז א הונט האט זיך אריינגעריסן פון די וואלד, און פארציקט האלב וועגס ביידע ציגעלעך, איינס ממש צום גסיסה און די אנדערע נאר טיילווייז פארוואונדעט.
דעמאלס האט ער עס מער באוואכט, און ס'איז געוואקסן ביז איבער דרייסיג ציגעלעך, און איך האב געמאכט א לעבן מיט זיי.
מיין טאטע האט מיך געלאזט העלפן מעלקן אינדערפרי די ציגעלעך, און די מילעך האט מען געטיילט פאר זקנים און חולים און יונגע בעיביס וואס ציגן מילעך איז געזונט פאר זיי.
אוי דעמאלטס איז שוין איינמאל געווען בלאטע און שמעקעריי, אבער כ'האב געלעבט דערין.
מ'האט געמאלקן און אדורכגעזייעט די מילעך און עס געבאטעלט, און פראבירט כאפן א רייט מיט זיי.. אבער די ציגעלעך פלעגן מיר אראפווארפן אין זומפ אריין.
שפעטער איז דאס אויך געווארן אסור.. און מ'האט דאס אויפגעגעבן, און ווידער בין איך געבליבן מיט זאמד און ביימער, זיך געהאנגן און שפאצירט אויף גראדע ווענט, זיך צעבלוטיגט און געלאכט און געוויינט.

חברים? ממש נישט.
נישט כ'האב געהאט עפעס צופארבארגן פאר איינעם, נישט כ'האב געהאט פראטעקציע ביי יענעם, און נאכדערצו האט א האלבע חדר נישט געמעגט זיין מיין חבר, ווייל יענער איז צו ווילד, פלעגן מיינע עלטערן זאגן, יענער איז נישט ערליך, יענער איז אזוי, און מ'מוז גיין שלאפן פרי, און מ'מוז דאווענען און לערנען, נאר נישט שפילן..
אונטערשטע שורה, די גאנצע שפילעריי מיינע אין די יונגע יארן איז געווען איין לאנגע קייט פון אנטשוישונגען, אז כ'האב שוין ממש געקלערט, אויב דאס איז יודישקייט, למה זה אנוכי.
אבער ס'דאך נישט געווען מער ווי איבערגעפרומטע הנהגות אויף מיינע יונגע פלייצעס.
אבער דאך, די זכרונות פון די זוניגע טעג אין די זאמד, שמעקט מיך נאכאלץ אין די נאז, ווייל דאס האב איך פארמאגט,און דאס געדענק איך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:56 pm

· #155691
שמעקעדיג: כ'ווייס נישט פאר וועימען ס'קומטצעך א לייק. פאר דיר אדער מנשה. איין זאך זעה איך אז ער (אויב ס'איז דער זעלבער) קען שרייבן זייער נארמאל. נישט ביזי מיט די העיליגע רעבבע. פאר א טשעינדזש. 😂

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:52 pm

· #155703
ווארט נאר..ווארט