☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9439
בלאט: 1 2 3 4

מאטל שניידער » פרייטאג אפריל 13, 2018 10:33 am

· #399696
אין קורצן: עס איז דא "מתנגדים" אבער עס איז נישטא קיין "התנגדות" ב"ה

די מתנגדים וועלן אייביג זיין איבעראל זיי זענען אזוי געבוירן

געוואלדיג » זונטאג מאי 6, 2018 4:46 pm

· #401672
וועלוול שמעלצער אינעם אוצר ל''ג בעומר
📎 טאהש קודש.png

סקרן » מאנטאג מאי 7, 2018 6:04 pm

· #401805
וועט ער אויפנעמען בעלזער רב אדער וועט ער איינגיין פאר די סאטמארע לחץ?

יעקב מענטש » מאנטאג מאי 7, 2018 6:17 pm

· #401806
חסיד
שמעון וואלף
גאלד
די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,


זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

בעביס!


גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.

די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.

ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.


מען מוז געדענקן אז דער רבי פון לובלין, דער בעש''ט, און דער מעזריטשער מגיד האבן נישט געהאט באמת וואס איבערצולאזן פאר די קינדער ווייל זיי זענען נישט געוועהן קיין רבני העיר (הגם שהק' ר' צבי בן הבעש''ט התחיל עד שנה ראשונה כידוע ואכמ''ל) און קיין מוסדות וכדו' האט אויך נישט עקזיסטירט, מה שאין כן ביי הרה''ק מראפשיץ, צאנז, שיניאווע, סדוגערא, הוסיאטין, בעלזא, וויזניץ, קשאנוב, פרימישלאן, טשערנאבל, ועוד ועוד ווי די רבנים האבן געהאט אן אפיציעלע פאסטן איז די פאסטן אריבער צו די קינדער ווי דער רמ''א פסק'נט יו''ד סי' רמ''ה מי שהוחזק לרב בעיר אפילו החזיק בעצמו באיזה שררה, אין להורידו מגדולתו אף על פי שבא לשם אחר גדול ממנו (ריב"ש סימן רע"א). אפילו בנו ובן בנו לעולם קודמים לאחרים, כל זמן שממלאים מקום אבותיהם ביראה והם חכמים קצת עכלה''ק.

בימינו אלה ווען רבנות אדמורו''ת קומט מיט שררה, שוויות וכדו' איז עפ''י הלכה בן קודם לכל אדם.

דאס וואס איז נוגע די חסידים וחסידות, קען זיך יעדער קלויבן וועמען עם שמעקט, ווי דער שיניוואר רב וואס די רבנות איז אריבער צו די קינדער אבער חסידים זענען אסאך געפארן קיין ציעשנוב וכדו'.



אין ספר עבודת יששכר ווייטאגט ער שטארק אויף די נייע מנהג אז קינדער נעמען אויטאמאטיש איבער די רעביסטעווע, און ער האלט אז דאס איז גורם צו ירידת הדורות.

איסר האטלקי » דינסטאג מאי 8, 2018 12:48 am

· #401836
געוואלדיג
וועלוול שמעלצער אינעם אוצר ל''ג בעומר

וואס איז דעם רבי'נס נאמבער? איך נויטיג מיר אין א זילבערנע בעקיטשע, סייז 42.

אונטער חכם » דינסטאג מאי 8, 2018 1:01 am

· #401837
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
גאלד
די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,


זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

בעביס!


הייסט עס אזוי, נעמען א מענטש וואס איז נאר נעכטן געווען א פשוטער בעל הבית , אדער ווייניגער, אים מאכן אלס מנהיג פון די קהילה, און שרייען קדוש איז נארמאל, אבער חוזק מאכן דערפון איז שמאלקעפיקייט?

נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען האט געטוהן א משוגענע זאך ווערט עס נאך נישט נארמאל.

סקרן » דינסטאג מאי 8, 2018 2:04 pm

· #401912
מיט אלע טאשערס איך האטב גערעדט האב איך נישט געהערט שרייען אויף דעם היינטיגן רבי'ן קדוש
און להערה בעלמא ער איז נישט געווען א בעה"ב ביז די טאג זיין טאטע איז אוועק טרייב נישט איבער

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג מאי 8, 2018 3:42 pm

· #401939
סקרן
וועט ער אויפנעמען בעלזער רב אדער וועט ער איינגיין פאר די סאטמארע לחץ?


ליידער זיך געבויגן פאר די סאטמערע לחץ.......

אין איז אנטלויפן קיין ניו יארק פאר 3 טעג ...

אמת ויציב ונכון » דינסטאג מאי 8, 2018 5:13 pm

· #401946
התם ומתמם עם תמימים
סקרן
וועט ער אויפנעמען בעלזער רב אדער וועט ער איינגיין פאר די סאטמארע לחץ?


ליידער זיך געבויגן פאר די סאטמערע לחץ.......

אין איז אנטלויפן קיין ניו יארק פאר 3 טעג ...


גארנישט קיין ליידער. גארנישט געבראכן. ברוך השם ער איז נאך א מנהיג וואס פארשטייט אז בעלזא איז א פראבלעים

יהודי פשוט » דינסטאג מאי 8, 2018 5:30 pm

· #401950
התם ומתמם עם תמימים
ב"ה זיך נישט געבויגן פאר די בעלז'ע לחץ.......

אין איז געפארן קיין ניו יארק פאר 3 טעג ...

אמת ויציב ונכון » דינסטאג מאי 8, 2018 5:37 pm

· #401951
יהודי פשוט
התם ומתמם עם תמימים
ב"ה זיך נישט געבויגן פאר די בעלז'ע לחץ.......

אין איז געפארן קיין ניו יארק פאר 3 טעג ...


זייער גוט ארויסגעברענט די נקודה אז יעדע זאך קען מען אנקוקן אויף 2 פארקערטע זייטן......

אינאמתן פארוואס דארף מען זאגן ער איז יא געבראכן צו לחץ .הישט געבראכן...... ער איז א רבי ער האט זיין אייגענע מיינונג. און זיינע הייליגע טאטע איז געווען קעגן בעלז. זיכט ער נישט צו זיין קליגער ווי זיין טאטע....

יוסף יוזפא » מיטוואך מאי 9, 2018 10:30 am

· #402052
אמת ויציב ונכון
התם ומתמם עם תמימים
סקרן
וועט ער אויפנעמען בעלזער רב אדער וועט ער איינגיין פאר די סאטמארע לחץ?


ליידער זיך געבויגן פאר די סאטמערע לחץ.......

אין איז אנטלויפן קיין ניו יארק פאר 3 טעג ...


גארנישט קיין ליידער. גארנישט געבראכן. ברוך השם ער איז נאך א מנהיג וואס פארשטייט אז בעלזא איז א פראבלעים

ליידער ווייסט עס אויף אשוואכקייט. אנשטאט צו מאכן וואס ער וויל שפילט ער ווי א יו יו דורך די צוביסענע סאטמערע.
איך גלייב נישט אז ער האט אפגעטון בעלז, בעלז ווארט נישט אויף א OK פון איהם אז בעלזע רב איז א צדיק.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מאי 9, 2018 11:36 am

· #402057
היות איך בין אינוואליד אין איך האב שייכות צו טאהש, איך פאר אסאך קיין טאהש, ווייס איך וואס עס גייט פאר
דער טאהשער רבי'ן שליט''א האט יא זייער שטארק געוואלט טרעפן מיטן בעלזער רבין, ער האט גארנישט דערקעגן, נישט געהאט קיין שום לחץ מטעם די בעלזער.

נאר היות ביי אונז אין סאטמער האבן די סאטמערע חברה איהם געטראשעט מיט אלע מיני טראשערייען, - וואס עס איז נישט אפי' צו אפטייפן - אויף איהם מיט אלע מיני דרכים האט ער נישט געקענט דער הייבן דער פרעשאר איז ער אוועק געפארן....

אונטער חכם » מיטוואך מאי 9, 2018 4:56 pm

· #402099
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
סקרן
מיט אלע טאשערס איך האטב גערעדט האב איך נישט געהערט שרייען אויף דעם היינטיגן רבי'ן קדוש
און להערה בעלמא ער איז נישט געווען א בעה"ב ביז די טאג זיין טאטע איז אוועק טרייב נישט איבער

גערעכט, מען שרייט טאקע נישט, מען שרייבט נאר אזוי אויף די צעטלעך, און מען לערנט אזוי אויס פאר די קינדער.
און ער האט זיך אויפגעפירט ווי א פשוטער בעה"ב ביז זיין טאטע איז אוועק.

סקרן » מיטוואך מאי 9, 2018 4:58 pm

· #402100
אונטער חכם
גאלד
די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,


זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,

בעביס!


הייסט עס אזוי, נעמען א מענטש וואס איז נאר נעכטן געווען א פשוטער בעל הבית , אדער ווייניגער, אים מאכן אלס מנהיג פון די קהילה, און שרייען קדוש איז נארמאל, אבער חוזק מאכן דערפון איז שמאלקעפיקייט?

נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען האט געטוהן א משוגענע זאך ווערט עס נאך נישט נארמאל.

אונטער חכם » מיטוואך מאי 9, 2018 5:29 pm

· #402108
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
איך האב געמיינט צו זאגן, זיך אויפגעפירט אזוי.

אלעס גוט » דאנערשטאג יוני 21, 2018 2:50 pm

· #406868
ער קומט קיין מאנרוי נעקסטע וואך זונטאג פאר א דינער להתקשר בבית רי יוסף פנחס סטראלוויטש

מאטל שניידער » דאנערשטאג יוני 21, 2018 2:57 pm

· #406869
אלעס גוט
ער קומט קיין מאנרוי נעקסטע וואך זונטאג פאר א דינער להתקשר בבית רי יוסף פנחס סטראלוויטש

איינער זאגט מיר א מדרש פליאה...
להתקשר: בת ק' כבת כ' כבת ע'

1) להתקשר
2) להתכשר
3) להתעשר...
בלאט: 1 2 3 4