איךה האב הנאה פון די געדאנק, א נייע אינטערטעימענט על טהרת הקודש, צו גיין מנחם אבל זיין רבי'ס.
האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
168 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9439
קודם דארף מען פארשטיין אז קיין איין רבי האט נישט איבער געלאזט א ממלא מקום פונקט אזוי ווי ער.
נאך דעם דער גוף איז דאך נאך ווארום, מען איז דאך נאך אין די שבעה, און שוין טרייבט מען לצנות, ווארטס אביסל...
און וואס איז ער אנדערש ווי אלע אנדערע רעבאס היינט? דערווייל איז נאר דא איין חילוק, עס איז נאך דא איין רעבא, ווארטס ביז איינער דערמאנט זיך אז מען קאן דא מאכען מיליאנען אויב מען דרייט דא אן א מחלוקה'לה. און נאך דעם וועט ער ווער'ן א עכטע רעבא...

דער טאהשער רבי זצ"ל שרייבט אין די צוואה אויף זיין זוהן דער רבי שליט"א:
"כי ידעתיו שהוא ירא אלקים ואיש תבונות וחכם בני, ונתן לו ה' אלקים לב לדעת ולהבין והוא הולך ישר..."
דער רבי זצ"ל איז ממשיך מיט פיל גרויסע זאכן איבער זיין זוהן, און בעט פונעם עולם זיך צוצושטעלן צו אים גענצליך.
פונקט ווי די ווייכקייט און פאטערליכקייט פונעם רבי'ן, נעמט ער אויך אן א שטרענגע טאן, אויף די וואס וועלן זיך דערוואגן צו עפענען אנדערע טאהשער בתי-מדרשים, און מיט גרויס פקחות באווארנט דער רבי, אז אפילו אויב עס הייסט נישט טאהש, נאר מען רופט דאס אן אזוי, איז ער אויך נישט מסכים דערצו. און צו די פירער פון די עקזיסטירנדע טאהשער שטיבלעך רופט דער רבי, אז זיי זאלן מקבל זיין דעם דעת פון זיין זוהן, אפילו אויב זיי האלטן אנדערש, און אז זיי זאלן זיך גענצליך אונטערבייגן.
דער רבי פירט אויס מיט ישועות פאר ווער עס וועט זיך צושטעלן.

חקרן איך האב א חשד אז דו ביסט ר' אלימלך!!!!
און איך האב א חשד אז ר' מילך אליינס האט געדונגען דעם שרייבער פאר די צוואה (ווייל אויב האט עס דער טאהש'ער רבי אליינס געשריבן, דאן מאכט עס אים היפש קלענער אין מיינע אויגן)
הדד בן בדדאון איך האב א חשד אז ר' מילך אליינס האט געדונגען דעם שרייבער פאר די צוואה (ווייל אויב האט עס דער טאהש'ער רבי אליינס געשריבן, דאן מאכט עס אים היפש קלענער אין מיינע אויגן)
איז דא עפעס וואס איך קען טון אז ער זאל נישט ווערן קלענער אין דיינע אויגן? אויב געב איך דיר א קאלט גלעזל ביר מיט פעטע רינדער וועסטו אים דערהייבן אין דיינע אויגן? {איך טראכט פשוט פון א סגולה וואס עס קען מאכן א מענטש האבן אן השגה אויף א צדיק]
הערט אויס:
עטץ קענטץ זיצען דא אין צימעס טרייבען לצנות זאגען וואס עטס ווילטס, אבער עס וועט ענק גאר ווייניג העלפען! דער נייע טאהשע רבי האט באקומען זיין מלוכה אן א שאס פולווער - איך בין דאס תולה אין זכות פון זיין גרויסע טאטע זצוק"ל הכ"מ וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק אדער מחלוקת אפגעזעהן ווי שווער עס איז איהם אנגעקומען!
יעצט זיצט זיין מ"מ אויפן כסא מלוכה און פירט ביד רמה אין א בחינה פון ברצות השם דרכי איש גם אויביו ישלים אתו!
כה לחי!
זאל זיין הייליגע טאטע זיך ווייטער מיען פאר אים און פאר אלע זיינע ליבע תלמידים וחסדידים וואס באוויינען אים...

אמן
וואס גייט זיין די וואך? ס'וועט זיין באסעס קיין טאש פאר אלע פארברענטע חסידים, וואס האבען אזוי גוט איינגעזעהן די גדלות פון דער טאטע, און פערצופאל זע'ען זיי איין אז דער זוהן איז א צדיק קדוש וטהור?
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
ליטוואק פון בודאפעסטוואס גייט זיין די וואך? ס'וועט זיין באסעס קיין טאש פאר אלע פארברענטע חסידים, וואס האבען אזוי גוט איינגעזעהן די גדלות פון דער טאטע, און פערצופאל זע'ען זיי איין אז דער זוהן איז א צדיק קדוש וטהור?
נישט די וואך.
געב איהם אפאר יאר
ער שפילט פיין ער מאכט זיך ווי א עניו כקען נישט גארנישט די זכות פין די טאטע
סארי, באט איך בין נישט קיין חסיד פון ר' אלימלך, אבער עטס פארשטייטס אז ער האט דא א פראבלעם? אויב מאכט ער פון זיך גארנישט און פירט ווייל ער איז געווארן רבי (ווייל זיין טאטע שרייבט אזוי) שרייט מען אז ער "שפילט" עניו.. עכט עכט מיינט ער דעס און יענס...
אויב זאל ער "שפילן" ווי ער איז יא עכט פאסיג צו זיין רבי וועט מען אזוי אויך פארשרייען...
לאזט אים פירן רואיג ווילאנג ער טשעפעט נישט קיינעם
אויב זאל ער "שפילן" ווי ער איז יא עכט פאסיג צו זיין רבי וועט מען אזוי אויך פארשרייען...
לאזט אים פירן רואיג ווילאנג ער טשעפעט נישט קיינעם
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
זארג דיך נישט. ווען ער מיינט עס ערנסט, איז עס קענטיג. ער וועט עס נישט דארפען ווייזען.
וכמו שידוע מהגר''י מדזיקוב ז''ל 'איך האב קיינמאל נישט געזען מ'זאל פיהרען א רעבע מיט קייטען צום טיש'.

וזהו מאמר החכם: ווען מען דארף דעם גנב, נעמט מען איהם אראפ פון די תליה.
[ציטאט אראפגענומען]
קוויטלעך נעמט ער יא
איך אליין בין געוועהן ביי איהם עטליכע מאל אין געגעבן א קוויטל אין ער האט געליינט דער קוויטל, איין זאך יא ער האט עס געליינט שטייעדיג ..
[ציטאט אראפגענומען]
זייט ווען בין איך א פרעמדער............
-
געהערט א טייער ווארט פונעם בית ישראל פון גור און איך האלט אז עס איז פאסיג דא ביי טאהש: די עולם וויל זיין חסידים פון היינט און ווילן רבי'ס פון אמאל האט ער געזאגט עס גייט נישט אזוי נאר אויב איז מען חסידים פון היינט האט מען רבי'ס פון היינט אויב דארף מען רבי'ס פון אמאל דארף מען זיין חסידים פון אמאל
נו, עפעס פרישע בילדער פון דעם צווייטן שבת בצל הקודש
ליטוואק פון בודאפעסטזארג דיך נישט. ווען ער מיינט עס ערנסט, איז עס קענטיג. ער וועט עס נישט דארפען ווייזען.
וכמו שידוע מהגר''י מדזיקוב ז''ל 'איך האב קיינמאל נישט געזען מ'זאל פיהרען א רעבע מיט קייטען צום טיש'.
איך קען א צווייטער רבי וואס מען האט אים אריינגעפירט מיט קייטן צום טיש, דאס איז דער ליעווער רבי בנו של הריזשענער זצוק"ל. עס קומט מער באריכות אינעם ליעווער אשכול, אבער מען מעג אים דא דערמאנען. אנדערש ווי דער אמשינאווער, וואס למעשה - טראצדעם וואס ער פאררופט זיך נישט אלס רבי, איז ער פארט געווארן רבי פון אמשינאווער חסידים - האט דער ליעווער זיך געשלאגן דערויף מיט ציין און נעגל, געשיקט בריוו קיין יאס אז ער וויל ווערן א פשוט'ער חבר הקהילה, א שטיק צייט האט די רביצין געפירט די רבי'סטעווע, ביז מען האט אים אריינגעטראגן מיט כח אין בית-המדרש, בשעת דער טלית האט זיך אים צוריסן, און ווען ער האט זיך נאכאלס געשלאגן, האט מען אים געקידנעפט קיין סאדיגורא און פארשפארט אין א צימער.
אלזא, כבר היה לעולמים.
(לוטוואק זיי שטיל 😃 )
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
האסט מיר יעצט געציפט, והשקט לא אוכל. ווארט ביז היינט נאכמיטאג, 'על איך אויסשפראצען.
סארי פאר דיסעפוננטינג יא אבער דער דריטער איז טאקע אונזער ר' אלימלך טאהש'ער!
יא קענסט לאכען - טראכטען זאגען און אפילו שרייבען וואס די ווילסט!
ווער ס'ווייסט דעם אמת, אים האט קיינמאל נישט אינטערעסירט די גאנצע רבי'סטעווע! ביז 15 יאר צירוק האט אוודאי נישט גע'חלום'ט דערפון ווארום ר' מרדכי זיין ברודער וואס איז געוועהן 15 יאר עלטער פון אים האט געלעבט און גע'רבי'עצט אויף כח
אים איז געוועהן אסאך ליבערשט צי זיין א ביזנעסמאן!
וויפיל שטרוי האט מען גע'געסען ער זאל עפעס אננעמען גיין מיט א בעקיטשע וכדו' וכדו' רבות שאין כדאי לפורטום מפני הכבוד! אים האט באמת נישט אינטערעסירט צי זיין א רב אדער א רבי קיינמאל!!!
למעשה איז ער א בן יחיד לאביו הקדוש און אפגעזעהן צי ער וויל צי נישט האט ער דאס געדארפט נעמען!
די אלע וואס האבען געהאט טענות אדער תערומות אויף אים (איידער ער איז געווארען רבי) איז געוועהן 'נאר' עניני שטחים וממונות וכדו'!!! קיינער האט קיינמאל נישט זיך באקלאגט אדער מתרעם געוועהן אויף זיין רבנות... ער וואלט דיר דאס פארקויפט פאר א טאפ לינדזען....
ער איז נישט קיין בהמה און נישט דער אמשינאווער אדער ווער און מאכען קינצען אדער שפילען געימס ער וויל יא ער וויל נישט ער איז יא ראוי ער איז ניש ראוי... ער זיצט אויפן שטיל און טוט וואס ער דארף
(דיסקלעימער איך וואוין נישט אין טאהש און בין נישט פון זיינע אמעריקאנער נאכשלעפערס נאר זייענדיג גאר נאנט באוואוסט וואס עס טוט זיך דארט)

איך קען מיר נאר פארשטעלן וויאזוי דא וואלט אויסגעקוקט ווען גראד נאך זיין טאטע׳ס לויה וואלט רבי אלימלך געלאזט מעלדען אז אזוי ווי ער איז נישט ראוי צו זיין ממלא מקום אויפען פלאץ פון זיין גרויסען טאטען ממילא וויל ער בשום אופן נישט אננעמען די אדמורו״ת וואלט דא אין שטיבעל געווען א אשכול מיט דאפעלט די צאל תגובות קוקטס אים נאר אן ער שפילט עניוות וכדומה וכדומה
יעצט אז ער האט יא אנגענומען די אדמורו״ת (אין קען שטארק מעגליך זיין אז אלעס מיטען חשבון אז עס זאל נישט חרוב ווערן אלעס וואס די טאטע האט אויפגעבויעט אין עס זאל ווייטער זיין א מנהיג על העדה) איז ווייטער נישט גוט
קענט איר מיר זאגען וואס איר ווילט פון דעם איד?
דיסקלעימער אין האב נישט קיין שום שייכות מיט טאהש איך סין סך הכל דארט געווען צוויי מאל אלץ בחור אין איך פלאן נישט צו פארען נאכאמאל

כראוונע
זעהר גוט געזאגט
אין קורצן נישט איבערנעמען א רעביסטיווע ווען מ'דארף עס איבערנעמען איז קיין עניוות ניקס (ספעשילי ווען דו ווייסט אז דו גייסט עס סוכ"ס נעמען איז עס א פשוטע עקלדיגע בלאף)
ווען ר' מיילעך זאל ווען נישט איבערנעמען די רעביסטיווע וואלט ער נישט געווען קיין עניו נאר א פארלעצער

די גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,
זייט וועלט איז וועלט שטארבן גרויסע רבי'ס,
זייט וועלט איז וועלט גייט א חסידות ווייטער אן,
זייט וועלט איז וועלט איז דא א ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,
נו וואס אז ער גייט מיט א ווייסע בעקישע און א ווייסע קאפל,
נו וואס אז ער טיילט שריים,
נו וואס אז ער וואונטשט,
ער איז דאך געווארן "טאהשער" רבי, נישט קרעטשניפער רבי נישט ספינקא רבי נישט פאפא רבי
אבוויעסלי וועט ער זיך נוהג זיין במנהגי "טאהש",
וואס דען האסטו געוואלט?
וואס איז דא חוזק צו מאכן?
איך האלט ביי מאנכע קומט עס פון א קאמפלעקס וואס האבן א איינרעדענישע אז די אלע נייע רבי'ס פרובירן דא איינעם צו אריינארן,
און זיי זענען די כיטרע געריבענע מענטשן וואס לאזן זיך נישט נארן,
ממילא מוז מען למען השם רעדן מיט א זילזול פון למשל ר' הערשעלע ספינקער'ס קינדער, אדער למשל אדמור"י באבוב,
בעביס!

זייט וועלט איז וועלט ביסטו א 'גראדע מעכעלע' אפילו דעם חודש ביסטו גבאי!
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
שלמה המלך[ציטאט אראפגענומען]
זייט וועלט איז וועלט ביסטו א 'גראדע מעכעלע' אפילו דעם חודש ביסטו גבאי!
סתם ליפטיגע אטאקירונג
גאלדדי גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,
זייט וועלט איז וועלט שטארבן גרויסע רבי'ס,
זייט וועלט איז וועלט גייט א חסידות ווייטער אן,
זייט וועלט איז וועלט איז דא א ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,
נו וואס אז ער גייט מיט א ווייסע בעקישע און א ווייסע קאפל,
נו וואס אז ער טיילט שריים,
נו וואס אז ער וואונטשט,
ער איז דאך געווארן "טאהשער" רבי, נישט קרעטשניפער רבי נישט ספינקא רבי נישט פאפא רבי
אבוויעסלי וועט ער זיך נוהג זיין במנהגי "טאהש",
וואס דען האסטו געוואלט?
וואס איז דא חוזק צו מאכן?
איך האלט ביי מאנכע קומט עס פון א קאמפלעקס וואס האבן א איינרעדענישע אז די אלע נייע רבי'ס פרובירן דא איינעם צו אריינארן,
און זיי זענען די כיטרע געריבענע מענטשן וואס לאזן זיך נישט נארן,
ממילא מוז מען למען השם רעדן מיט א זילזול פון למשל ר' הערשעלע ספינקער'ס קינדער, אדער למשל אדמור"י באבוב,
בעביס!
גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.
די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.
ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.
פשוט, ווייל היינט איז עס א גוטע ביזנעס. עס קומט מיט ריעל עסטעיט, POWER, כבוד, JOBS פאר בני המשפחה, ועוד ועוד.
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
פון די געצווינגענע רבי'ס קען מען אויך רעכענען הרה"ק ר' ברוך ממונקאטש זי"ע, נישט ממש זיך אפגעזאגט דערפון אבער ער'ט געהאלטן דערביי בערך ווי ר' מיילעך'ל טאהש'ער. און ווען ער האט זיך אין פריוואטן לעבן געוואלט פירן כרצונו הטהור האבן די חסידים פרובירט בכל כוחם ארויף צווינגען די גינוני אדמו"רות עד כדי שפיכת דמים כמעט.
וועגן דעם רבין ר' ברוכל ווייס איך נישט אויב איהם האט געבאדערט די רביסטווע אדער די שפיכות דמים וואס איהר האט דערמאנט ואכמ''ל ווארום עס איז נישט זיין אשכול, ווי אויך זעה איך נישט ווען ער'ז געווען געצווינגען, ער'ט משמש ברבנות ביז צו זיין פטירה אין א דערפל אין א''י
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
די אדמו"רות איז געווען געצווינגען, נגד רצונו וטבעו. רבנות נישט.
לענ''ד לא נראה כן, נאר ער'ט זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די פירערשאפט פון הגה''ח הרב חיים בער ווי כ'האב גיהערט פון מונקאטשע יודן, און ווי כ'האב געשריבן ואכמ''ל ווייל מ' פאהרט אוועק פון ענין.
שמעון וואלףגאלדדי גאנצע חוזק געמאכעכטס פון ר' מיילעך טאשער זז"ג שטאמט פון שמאל קעפיקייט און בעבישקייט,
זייט וועלט איז וועלט איז ווען ס'דא קינדער זענען די קינדער געווענליך ממלא מקום,
זייט וועלט איז וועלט איז דער ממשיך דרך זיך נוהג גענוי ווי דער אלטער רבי,
בעביס!
גערעכט אבער נישט גערעכט. די לעצטע הונדרעט יאר איז עס אזוי אז קינדער נעמען איבער צו זיי זענען ראוי אדער נישט.
די בעש"ט, רבי ר' בער די חוזה מלובלין ועוד ועוד האבן נישט איבערגעלאזט א "חסידות" פאר זייערע קינדער. אנדערע צדיקים וואס זייערע קינדער האבן עס פארדינט, זענען די חסידים יא אריבערגעגאנגען צום זון. די לעצטע הונדרעט יאר איז אבער יא אזוי געווען עפ"י רוב.
ביסט גערעכט אז ס'איז בעביעש מזלזל צו זיין אין היינטיגע רביס בלויז ווייל זיי זענען ווייניגער ווי זייערע טאטעס אבער ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה אז דאס איז די בלויזע סיבה פארוואס מ'איז מזלזל אין זיי. אסאך רביס ובתוכם עטליכע פון די וואס די האסט אויסגערעכנט פארדינען נישט קיין רעספעקט און ווען זיי שטעלן אן א פנים ווי מלאכים ברענגט עס ארויס אפשיי.
מען מוז געדענקן אז דער רבי פון לובלין, דער בעש''ט, און דער מעזריטשער מגיד האבן נישט געהאט באמת וואס איבערצולאזן פאר די קינדער ווייל זיי זענען נישט געוועהן קיין רבני העיר (הגם שהק' ר' צבי בן הבעש''ט התחיל עד שנה ראשונה כידוע ואכמ''ל) און קיין מוסדות וכדו' האט אויך נישט עקזיסטירט, מה שאין כן ביי הרה''ק מראפשיץ, צאנז, שיניאווע, סדוגערא, הוסיאטין, בעלזא, וויזניץ, קשאנוב, פרימישלאן, טשערנאבל, ועוד ועוד ווי די רבנים האבן געהאט אן אפיציעלע פאסטן איז די פאסטן אריבער צו די קינדער ווי דער רמ''א פסק'נט יו''ד סי' רמ''ה מי שהוחזק לרב בעיר אפילו החזיק בעצמו באיזה שררה, אין להורידו מגדולתו אף על פי שבא לשם אחר גדול ממנו (ריב"ש סימן רע"א). אפילו בנו ובן בנו לעולם קודמים לאחרים, כל זמן שממלאים מקום אבותיהם ביראה והם חכמים קצת עכלה''ק.
בימינו אלה ווען רבנות אדמורו''ת קומט מיט שררה, שוויות וכדו' איז עפ''י הלכה בן קודם לכל אדם.
דאס וואס איז נוגע די חסידים וחסידות, קען זיך יעדער קלויבן וועמען עם שמעקט, ווי דער שיניוואר רב וואס די רבנות איז אריבער צו די קינדער אבער חסידים זענען אסאך געפארן קיין ציעשנוב וכדו'.
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
לא היה רבי בישראל אזוי ווי הרה"צ אלימלך לאווי שליט"א
יא ענק זעהן גוט וואס כהאב געשריבן הרב "הצדיק"
ווי באקאנט ווייסט יעדער אין די קליין שטעטלע טאהש איז געוועהן אסאך מחלוקת במשך די לעצטע יארן.
אין די היינטיגע טאהשע רבי דרייט צוריק דאס רעדיל אין מאכט שלום.

אזוי ארבעט ער ווייטער צוריק צוזאמצושטעלן די 2 סקולס ועוד....
אשריך טאהשע רבי [emoji106]

אס איז א "טיפיקל טאהשע רבי"
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
משכנות לאביר יעקב דטאהש
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א

עפעס פאליטיק גייט פאר אין טאהש וועגן נאך א מנין שבת
ווייסט איינער מער ?
עס קומט זיך באמת קרעדיט פארן היינטיגע טאהשער רבי. וויפיל רביס קענט איר וואס וואלטן נישט גע׳חלש׳ט צו זיצן אויף א גאלדענעם בענקל? אויפן בילד קען מען זען דעם אלטן טאהשער רביס בענקל פון הינטערווייליכס, און ער זיצט אויף א פשוטן בענקל.
געב קרעדיט פאר וועם עס קומט זיך.
געב קרעדיט פאר וועם עס קומט זיך.
[ציטאט אראפגענומען]
איך קען נאך א רבי וואס האט 'געשפילט' ווי כאילו מ'האט אים געברענגט מיט קייטן צו די רבי'סטעווע.
ווער ס'געדענקט די סומעטאכע אין תולדות אהרן, ווען דער פאטער בעל דברי אמונה איז געווען חלשות קראנק, און זיינע צוויי בנים האבן זיך געריסן ביי די הענט.
[דאן] ר' דוד קאהן האט פלוצים 'פארלוירן' זיין פאספארט און נישט געקענט אהיימפארן קיין מאנסי (מ'זאגט אז די אלע יעצטיגע נסיעות רוב פון יאר זענען איז אלס כפרה פאר דעמאלטס נישט אוועקפארן און איבערלאזן די מחלוקת אביסל שטילער......)
שפעטער נאך די פטירה ווען ס'איז געווען די דין תורה הידוע, און בי"ד האט געגעבן גערעכט פאר זיין צד, האט תו"א נישט פארגעסן צו בעטן פונעם בי"ד צו שפילן דעם עניוות-שפיל אלל-דע-וועי, און צושרייבן אין נוסח הפסק דין בזה"ל:
"והוכרח לקבלו לפי פקודת אביו"
און אזוי, טאקע ממש געצווינגען, בלית ברירה, נאר לקיים פקודת אביו, האט די וועלט זוכה גווען צום גרויסן אור באהאלטן אונטער דעם שלייער פון תולדות אהרן רבי'ן, וועלכער איז אייגנטליך א שוואגער פון רבינו הקדוש השרף הנורא מטאהש זאל זיין געזונט, יאריכו ימים על ממלכתם.
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
ב"ה געווען גאר א געהויבענער יו"ט ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א
עס האט זיך אנגעזעהן גאר א גרויסער ציבור געסט וואס זענען זיך געקומען מסתופף זיין בצל הקודש
די ערשטע נאכט האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן פאר מעריב בעניין חומר קדושת ביהמ"ד וועגן רעדן ביים דאווענען
די טיש ליל א איז געווען גאר גאר געהויבן,
אהבה רבה האט מען איין טאג געזונגען דעם ניגון המקובל בטאהש דעם אנדערן האט מען געזונגען די ניגון המקובל בסאטמאר
מוצאי יום טוב איז פארגעקומען א באגלייטן מיט מוזיק כנהוג מען האט באגלייט רבינו שליט"א פון ביהמ"ד בבית צירל ביז ביתו נאוה קודש #9(נישט זיך פארמישן מיט ביתו סתם)
אזוי אויך האט מען געזונגען וכל קרני רשעים אגדע כנהוג במוצאי שבועות

האסט אויסגעלאזט זייער א וויכטיגע פונקט, אז דער שרף שליט"א האט געהאט סיי א נייע ווייסע בעקיטשע און סיי א נייע ווייסע שלאף קאפל.
ליתר שאת, אויף 'שבת נאך שבועות' איז דער רבי ר' אלימלך שליט"א געבליבען מיט נייעם ווייסע בעקטישע אבער דעם ווייסע שלאף קאפל איז מען צוריק צום אלטען. ומי יבוא בסוד השם, יסודתו בהררי קודש.
ליתר שאת, אויף 'שבת נאך שבועות' איז דער רבי ר' אלימלך שליט"א געבליבען מיט נייעם ווייסע בעקטישע אבער דעם ווייסע שלאף קאפל איז מען צוריק צום אלטען. ומי יבוא בסוד השם, יסודתו בהררי קודש.
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
רבינו שליט"א איז נאכנישט קיין שרף כאפ נישט קיין הייסע לאקשן
הייסט ער האט אלעס גע'ירש'ענט פון זיין טאטן חוץ די טיטל שרף?
קודם כל די טאטע האט מען אויך נישט גערופן שרף, די שרף פון טאהש איז נאר געווען איינס,
די טאטע איז רבינו הקדוש אין די זון איז רבינו סתם

געווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.
אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).
לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.

אינטערסאנטערגעווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.
אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).
לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.
מ'שלאגט זיך און מ'הרג'ט זיך דארט אויף טויט....
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
קאך_לעפלשקר וכזבאינטערסאנטערגעווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.
אפילו זיינע (אמאליגע) שונאים דארט האבן נישט קיין עכטע שלעכט ווארט אויף אים (חוץ אז "ווער איז ער" וכדומה אזעלכע ווערטער, אבער זיי האבן פארגעסן אז דער דרך העולם איז אז דער זוהן נעמט איבער, און טאהשער רבי ז"ל וואס ער האט געמאכט דעים שטעטל מיט זיינע צוויי פינגער, האט די בעלות אויפ'ן שטעטל, אז זיין זוהן זאל דאס מעגן יורש זיין, געפעלט דיר נישט גיי פון דא).
לויט די מהלך וויאזוי עס גייט יעצט וועט במשך הימים די מחלוקה אינגאנצן צולאזט ווערן (וועט לכאורה אבער נעמען נאך א שיינע פאר יאר, מען דארף האבן געדולד). עס איז נישט דא מיט וועמען זיך צו שלאגן, יעדער זעהט אז די נייע טאהשער רבי שליט"א איז באמת נישט דא פאר מחלוקת, און דאס איז זייער קלוג.
מ'שלאגט זיך און מ'הרג'ט זיך דארט אויף טויט....
קאך_לעפלאינטערסאנטערגעווען פסח אין טאהש. איך מיז ענק זאגן אז עס איז עפעס חוץ לדרך הטבע וויאזוי די רביסטעווע האט זיך איינגעגעבן. יעדער שטעלט זיך צו, און מען שטיצט אים, מען קומט צו די טישן, מען ווייקט זיך ביי אים מיט זייער א שטארקע אנהענגערשאפט.

אבי נישט צווישן אידן

אזעלכע שטותים גראבע אפענע שקרים צו שרייבן. זעהט אויס אז די ביסט נישט אין כלל פון אינשי, וואס חז"ל זאגן במילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי.
Re: האדמו"ר הרה"ק רבי אלימלך מטאהש שליט"א
איינער וואס איז דארט געווען אויף פסח האט מיר דערציילט וויאזוי עס ארבעט, ער זאגט מיר אז דער רבי פעמפערט ממש יעדן איינעם דארט , ער באמערקט יעדן וואס קומט אריין צום טיש , מאכט זיכער אז יעדער האט א פלאץ ,וכדומה, און אזוי געט זיך די רעביסטעווע צוביסלעך איין , נאכדערצו אז ער טשעפעט שוין קיינעם נישט.