איך האב אריבער געפיהרט מיין מאמרים אויף פיוטים און סליחות
דא. לכאורה פארדינט עס שוין אן עקסטער אשכול.
איך האב אויך פארראכטען מיין אריגינעלע פאסט אין דער אשכול מיט לינקס צוגעלייגט. עיי''ש ותמצא נחת
עס איז נישטא קיין ווערטער דיר צו באדאנקען, אנאנים, פאר די אויסערגעווענליכע ארבעט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דעם אשכול. אסאך פון די ספרים וואס דו האסט דערמאנט זענען מיר געווען גענצליך נייע חידושים, בפרט אין דעם תחום פון דקדוק, אין וועלכן איך האב קיינמאל נישט עוסק געווען מחמת דעם וואס אונזערע גדולים האבן נישט געהאלטן דערפון. אבער יעצט האף איך אז איך וועל זיך נעמען די קוראזש אריינצובליקן דערין. כל הכבוד.
שש, איך בין פול מיט איבערראשונג איבער דיין זעלטענער באקאנטשאפט אין אונזער גלאררייכן אוצר הספרים, ממש אן ענציקלאפעדיע פון ספרי יסוד וואס לאו כל אדם ממשמש בו.
הלפרין האט ארויסגעגעבן בסוף ימיו זיין לעצטן ווערק, דרכי הקב''ה, אן אייגנארטיגן ליקוט פון צענדליגער טויזנטער מראי מקומות איבער די וועגן פון השי''ת. אין דער הקדמה ברענגט פאטאסטאטן פון 15 בריוון פון חזון איש צו אים, וואס דו האסט דערמאנט, די שענסטע בריוון אין קובץ אגרות וואו חזון איש אדרעסירט בני נוער זענען אייגנטליך צו אים.
איינע פון די קינדער אין מיין באנק האט זיך פלוצלינג געעפנט דאס מויל און אנגעהויבן גיסן ידיעות אז ס'איז געגאנגען א רויך. ער קען אידישע היסטאריע, דקדוק, און וואס נישט. בקיצור עס האט מיר גענומען צייט געוואויר צו ווערן אז זיין טאטע האט אפגעמאכט אז ער גייט אים מאכן פאר א ידען על טהרת הקדש, און נישט מער און נישט ווייניגער נאר די גאנצע האט ער גאר גענומען פון אונזער באליבטן מזשר פון קאווע שטיבל.
בעל כרחי האט עס מיר צוריק אהער געשלעפט זיך צו באדאנקען פאר שש פאר זיין געוואלדיגע ארבעט. עס ליגט זיכער אין דעם א שווערע ארבעט פון טעג און וואכן. זאל דיר דער אייבערשטער באצאלן בכפל כפלים.
עס וועט נאך מסתמא נעמען אסאך צייט ביז איך וועל עס קענען דורכגיין גרינטליך און מעיר זיין.
איך האב ערשט יעצט דערזען דעם אשכול, איך האב עס נאכנישט פארכאפט צו ליינען. איך וויל אבער קודם כל אויסדרוקן מיין התפעלות און דאנקבארקייט צו אנאנים פאר דער קאלאסאלאר ארבעט. אזעלכע פעאיגקייטן זענען לעגענדאריש!
איך האף צוריקצוקומען נאכאמאל נאכ'ן ליינען מיט א פרישן דאנק (און האפנטליך הערות).
אנאנים איך שטוין פון דיינע ברייטע ידיעות און דיין רייכן פעדער, ווי ביזטו געוון ווען איך בין געוון יונג? פארוואס ביזטו נישט געווען מיין מנהל אדער מלמד, לגופו של עניין דארף באצייכנט ווערן אז פון האבן אסאך ידיעות ווערט מען נאך נישט קיין חכם, חכמה איז א אייגנשאפט וואס מען קען זיך איינקויפן מיט זיך איבן די מח צו טראכטן ארגינעל און אינדרויסן פון די פושקע, און אוודאי אז ווי מער מען איז קונה נאך דעות און שיטות העלפט דאס אנטוויקלן חכמה.
בכל אופן אנאנים איך וואלט דיר געדאפט געבן אפאר קרומע אותיות צו איבערטייפו זיכער צו מאכן אז דו ביזט נישט קיין מאשין...
[ציטאט אראפגענומען]
הקצין. (אזוי משוגע איז דער יעב"ץ ניט געווען...)
וועלכע היסטוריה ספר איז גע'אייניגט פאר א מתחיל?
די אשכול וואלט ווען געזאלט צוטיילט ווערן אויף באזונדערע נושאים - איך בין סובב והולך אויף די אופני הדרכה וואס מרן הגאון שש [משזר] שליט"א גיבט אן וויאזוי צו לערנען און וויסן "היסטאריע". זיין ליסטע איז בעסער ווי גוט.
איין הערה'לע, לאו דוקא אויף ר' שש['ן], נאר אויף ספרי עזר ולימוד בכלל און ספרי היסטוריה בפרט. עס איז דא אן ערענסטע פראבלעם אין אונזער אידישען ליטעראטור. איך וועל מקדים זיין מיטן צוטיילן דעם עולם, דעם המון עם, אין צוויי, איין טייל איז דער עולם גולם, וואס קויפן ספרים נאר פאר בר מצוה מתנות, קענען נישט מעביר סדרה זיין, דארפן הילף פאר שרייבן א שלום זכר צעטל, ווער רעדט נאך פון זאגן אפאר תורה ווערטער ביי א שמחה. אלץ וואס זיי ווייסען - די תמימות'דיגע ערליכע - איז פון די צעטליך וואס די קינדער ברענגען אהיים פון בתי חינוך, פון די שיעור וואס ער גייט ביינאכט, און פון די גרינוואלד/גרינבוים בראווערמאן/בידערמאן קאסעטן. מ'קען זיי איינרעדן וואס מ'וויל. שטעלסט ארויף א אינגערמאן רעדן וועגן ניטול, ווערן זיי נתפעל פון זיינע ידיעות און זיי רעדן זיך שוין דורך מיט אים וואו צו שיקן זייערע בחורים לערנען.
נאכדעם איז דא די מענטשען וואס האבן א ריח תורה. אפילו זיי לערנען נישט קיין אות אחת, וועלן אבער קענען עפענען סיי וועלכע ספר, און פארשטיין וואס מ'רעדט. זיי ליינען אביסל דא אביסל דארט, זיי ווייסען וואס טוט זיך. זיי דער-שמעקן ווער ס'איז א תלמיד חכם, א ידען, א.א.וו.
דאס איז כלפי דער המון עם. די תלמידי חכמים ווידער, אין הינזיכט פון "ללמד", וויאזוי זיי געבן איבער תורה פאר די המון, - און איך רעדט דווקא בכתב פארמאט, נישט בפה - איז אויך שייך צוויי דרכים. די מער-גאונישע קענען נישט סערווירן דעם המון, ווייל זיי זענען צו סאך העכער, זיי קענען מו"ל זיין ספרי שו"ת און דרוש. זאכן וואס פשוטע מענטשען ווייסען ניטאמאל וויאזוי צו עסן. ווידער די עליטע, די "ווייסער'ס" זענען נישט נייגעריג. סך הכל זענען זייערע ספרים געווידמעט פאר בדומה לו, הרה"ג א' פאר הרה"ג ב' וחוזר חלילה.
די אנדערע תלמידי חכמים, די דיינימ'לעך, זייער גאנצע ציל איז צו ווערן פון דומ"ץ צו ראב"ד, נו ווי פאסט עס זיי זאלן זיך אפגעבען מיט דברים של מה בכך, ארויסגעבן פשוטע ספרים וואס גאר פשוטע מענטשען זאלן קענען רילעיטן צו. כאטש דאס וואלט געווען א הייסע אייטעם - אזויווי מ'זעהט אין די הינזיכט פון "קיצורי דינים", ווי נטעי גבריאל, אוצר הלכות, די אלע ווערן פארכאפט און גענוצט. לענ"ד זענען קיצורי הלכות גארנישט ווערט, ס'איז א בחינה פון ולא נודע כי באו, אריין פון דא און ארויס פון דארט, קוים וואס ס'קלעבט זיך אן. - אקיצור, אונז האבן נישט די תלמידי חכמים ידענים און בעלי כשרון וואס זאלן זיך אפגעבן מיט מחבר זיין סעריעס פון "פאר דאמיס". די וואס קענען ווילן ווייזען זייער גדלות אין גוגל-זוכעניש, מיט הערות, מראי מקומות און ר"ת, וואס א פשוטע מענטש ווייסט ניטאמאל צו מפענח זיין.
דאס איז בכלל. ווען ס'קומט צו היסטוריה בפרט - די וואס האבן גוט געקענט היסטוריה, האבן נישט געשריבן זייערע ספרים כדי אויסצולערנען דעם נישט-ווייסער, RATHER איז זייער ציהל: אפצופרעגן א פריערדיגער. צו ס'איז א פרומער קעגען א משכיל אדער קעגן א פרומער וואס איז נחשד אין השכלה. וועגן דעם וועסטו זעהן אז זיי זענען פארנומען עמוד נאך עמוד מצטט זיין הירש, ווייס, גרץ, און נאך, און אויפווייזען אז זיי זענען נישט גערעכט. די מהלך פון די מחברי ספרים אויף היסטוריה איז א TURN OFF לכל דופקי שעריה. ממילא ווען איינער וויל עכט לערנען היסטוריה כתינוק בנייר חדש, איז נאך אלץ נישט דא די ריכטיגע ספר. - תולדות עם עולם איז אביסל בעסער אינדעם, אבער צו אויסגעצויגן. ווידער קיצורים ממש איז אויך גארנישט ווערט ווייל ס'בלייבט נישט אין זכרון.
תמצית הדברים: היסטוריה שרייבער זוכן צו ווייזען זייער גדלות און קענטעניס פון שפראך, היסטוריה וכו'. זייער ציהל איז נישט צו "אויסלערנען".
הניחו מקום להתגדר פאר ר' שש['ן]
וכל שכן ווען ס'קומט צו דקדוק
איך האב נישט אלע פראבירט, אבער תולדות עם עולם איז צו לעקען דער פינגער. יעדער ווארט האט איהר פלאץ, יעדער מליצה האט א טיפער פשט, אלס לשונות חז''ל ראשונים און פיוטים. ס'איז א נחת צו ליינען.
ביסט גערעכט וועגען גרעץ און 'הלוי', אבער אנדערע ספרים פון ר' שש זענען גארנישט אזוי שווער און טעכניש.
איך שליס טאקע אויס תולדות עם עולם פון "דעם" פראבלעם, די אנדערע זאגסט דאך האסט נישט פראבירט...
קאווע טרינקעראיך שליס טאקע אויס תולדות עם עולם פון "דעם" פראבלעם, די אנדערע זאגסט דאך האסט נישט פראבירט...
אבער דער פראבלעם פון אויסגעצויגען האב איך געמיינט. זיין ווערטער זענען קיינמאל נישט איבעריג.
ס'איז דערמאנט געווארן ר' יצחק אייזיק הלוי און זאב יעבץ, איז בנותן טעם צו בריינגען וואס ריא"ה
האט געשריבן אויף יעבץ, ער רעדט פון א ספר 'עמק הברכה' איך ווייס ניט אויב ער האט דאס געדרוקט. (כמדומה אז אין זיינע שפעטערדיקע ספרים איז ער מער פרום).
ואמנם כי גם זולת זה אי אפשר לעשות ליעבץ דבר, כי אם אחר ההדפסה ואחרי אשר ידקדקו ויראו אם הספר נכתב לכל הפחות על פי כל רוח היהדות.
טעות גדול טעיתי כי האמנתי בהבטחתו אשר עתה יעזוב את דרכי גרעץ-ווייס בנוגע לתורה שיבעל פה, האיש זקן כבר מאולתו לא יסור,וכל דבריו כסדר פעם אחר פעם שכל התורה שבעל פה אינה כי אם ענטוויקלונג מהתנאים, וכל דבריו בזה ממש דברי גייגער גרעץ ווייס וחביריהם רק שהם יגנו זה והוא ישבח ויהלל.
וזה אין נפקא מינה כלל, העיקר הוא האמונה והפרינציפ, ודבריו יזיקו כמו דבריהם.
והוא רק עזות וחוצפה יתירא מאיש למדן קטן אשר לית ליה מגרמיה כלום, וכבר ראה את הדורות הראשונים ובעצמו יאמר כי אין להשיב עליהם בכל זה נשאר על מעמד גייגער וגרעץ. וידעתי שישיבתו בברלין גרמה לו כל זה, אבל יהי׳ מה שיהי׳ יעבץ רחוק מדעותינו כרחוק מזרח ממערב, ומה ירצה מאתנו.
אחר ההדפסה אם ידקדקו וימצאו שיש איזה ברכה בעמק הברכה, ואין שם אפיקורסות אז אפשר להם לעזור לו, אבל לא קודם.
אגב, די הקדמה פון יענע כרך בריוו, איז לדעתי געשריבן מיט גרויסע הגזמות, ספעציעל איבער די אונטערטעניקייט פון גדולי רוסיא וליטא צו עם, כמו שעיני הקורא תחזינה מישרים.
א שיינע ביכל וואס גייט אדורך די היסטאריע, אפיציעל פאר קינדער, אבער ערוואקסענע קענען אויך הנאה האבן (אמאל ווען איינער האט געוואלט קויפן א ספר אויף אידיש, פלעגט ער זאגן אז ס'איז פאר זיין פרוי...)
מספרי גרץ (פאר דער וואס וויל פארשטיין אויף וואס הלוי רעגט זיך אויף...)
חלק ה'חלק ז'חלק ח'אויב ס'ווילט זיך אמאל אריינגיין טיפער אין א געוויסער נושא, קען מען ליינען ארטיקלען אויף די וועבסייט
jstor, די ארטיקלען אויף עברית קען מען דאונלאודען בחינם דורך זיך אריינשרייבן אין
ספריה הלאומית, און פון דארט אריינגיין אין jstor. אויף געפינען ארטיקלען קען העלפן דער וועבסייט
רמב"י. א ארטיקל מען אויסדרוקען פאר שבת, עד"מ. וויבאלד אז דער שרייבער גיט א איבער בליק פון וואס איז שוין געוואוסט און ערשט דערנאך פרוואוט ער מוכיח זיין זיין אויפטו, איז דאס אמאל מער engaging ווי א בוך, מ'האט די מקורות פאר זיך און מ'דארף טראכטן בין איך מסכים צי ניט.
דוכט זיך דער ביכל פאר קינדער איז אוועילעבעל אויף היברובוקס וואס איז לייכטער ווי גוג''ל, אבער איך קען נישט לינק'ן פון מיין סנארטפאון
לויט וואס איך האב געליינט, איז הרב וויין'ס היסטוריא גוט נאר פאר אן עם הארץ דאורייתא ודרבנן וואס מיינט ר' ישראל סאלאנטער איז געווען אן איידעם ביים בעל המאור און אז די ראשונים האבען געמאכט א חרם אויף מאשין מצות. אז מ'ווייסט אביסל מער פון דעם איז ער נישט נוצליך בכלל. ער דינט א פארטיי נישט ווייניגער ווי שש''ט און אלס איז אזוי 'סימפליסטי''ש' ביז מ'קען פיהלען אז דער איי. קיו. גייט אראפ מיט יעדער חידוש זיינער. איך האב געליינט זיין גראבע ביכער אלס אינגעל פאר'ן ברמצוה, און פאר דעם האט עס געפאסט.
ער אנערקענט נישט קיין מחלוקת, אלס איז שיין און פיין. ער שרייבט אויף א כאראקטער ווי שפינוז''ה כאילו ער איז סתם א שיכור געווען.
בקיצור, ס'איז נאר נוצליך פאר א פולקאמער ע''ה, נישט מער.
כנלע''ד
איך האב געהערט זיין שיעור אויף שפינויזע , בכלל נישט וואס דו זאגסט.
חוששני אז אונזער אונגארישע ליטוואק איז זיך שטארק טועה.
פאר א טויש.
איך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.
ווער קען זיך דען פארגלייכן צו א נולד מליטאי והונגרי יחד??
ס'מאכט אים נאך אלץ נישט ווערטלאז.
פאר א בחור'ל פון פערצן יאר וואס פירט דיבאטעס צו בריסקמאן איז בעסער ווי בערקא צו נישט, איז וויין לכאורה די בעסטע אפציע, ווי איידער פאטשקענען אויף היברו-בוקס אלטע ספרים.
גם אני בתוכם, אבער מיר מעגען זיך אלע שעמען. טאמער אונז זע'מיר אזוי געבילדעט, אזוי קלוג, אזויפיל העכער ווי די פשוטי עם, און מיר טיילען איין ווער ס'קען און ווער ס'קען נישט, איז לאמיר אפיר ברענגען זיין גרייזען אדער קטנות, און אויסשמועס'ן גרונטליך, נישט סתם לשון הרע'ווען.
איך ווייס נישט צו איינער האט עס שוין אנגעמערקט, אבער איינער וואס וויל א הקדמה לחכמת הדקדוק והלשון, פשוט עברי טייטש, קען קוקען
דא, אזוי קען מען וויסען פון וואס מ'רעדט דא. אוודאי די ראשונים זענען די יסודות, אבער איידער מ'קומט אריין דארט, קען עס העלפען צו זע'ען די יסודות, אזוי האט יעדער זאך א פשט.
מ'זעט אז מ'האט טאקע געפאלגט און מ'גייט נאך די מראה מקומות. ביי מיר האט נאך קיינער נישט געטראפען די טעות אין מיין רייד
פרייוויליג[ציטאט אראפגענומען]
כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.
אותיות מחכימות. זיין זיסע לשונות:
📎 photo12334184457677664.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
מורינו ורבינו שש המתוק.
שוין צוויי חדשים וואס מיר ווארטן דערויף.
ווי זינגט נאר ר' נתנאל'ע: א-ו-י, ווען וועט דאס שוין זיין?...
[ציטאט אראפגענומען]
וועלכע ספר איז דאס, @אנאנים?
וויאזוי דער ספר הייסט געדענקסטו?
כ'מיין כ'האב דעם ספר אין לשה"ק, באלד גיי איך עס אפירזוכן
<a class="postlink" href="https://www.dshir.co.il/product/7107">https://www.dshir.co.il/product/7107</a>
נטע בתוכנו פון הרב שמואל אריאל גאר א גוטע ספר פאר איינער וואס וויל אביסל אויסקלארען זיינע ספקות אין תורה שבעל פה
<a class="postlink" href="https://otniel.org/product/">https://otniel.org/product/</a>נטע-בתוכנו-חלקים-אב/
Sent from my SM-A105F using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
דער מהר"ל איז נישט געווען דער ערשטער, נאר ר' אלישע גאליקו תלמיד הבית יוסף בשם רבו. אזוי אויך זענען די איטאליענער רבנים ברובם ארויסגעקומען קעגן דעם ספר.
דער חידוש פונעם מהר"ל איז, אז שוין נאכדעם וואס די אריגינעלע מערכה האט איינגעשטילט (ר"ע מן האדומים האט זעלבסט צענזורירט די נייע מהדורה פון זיין ספר), האט דער מהר"ל עס שפעטער פריש ערוועקט מיט זיינע שארפע ווערטער קעגן דעם ספר מאור עינים.