☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9386
בלאט: 1 2 3

samiam » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:58 pm

· #292855
חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
<a class="postlink" href="http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-4685917,00.html">http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 17,00.html</a>

נתן מנחם » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:04 pm

· #292858
אזוי ווי פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן

chaims » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:05 pm

· #292859
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
דאס איז א פאראדאקס אז ער שטעכט איז ער נישט א חרדי...

I can't believe I just said that...

samiam » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:06 pm

· #292860
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
נתן מנחם
אזוי ווי פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן

ביי פנחס איז די עבירה געווען straight

samiam » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:11 pm

· #292861
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
Police have arrested a man after six people were wounded in a stabbing at the Gay Pride parade in Jerusalem.
A police spokesperson told the BBC that the suspect was the same man who stabbed four people at the parade in 2005.
Yishai Schlissel, an ultra-Orthodox Jew, was sentenced to 12 years in prison for that attack and was released from prison three weeks ago.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:13 pm

· #292862
😮
📎 img20150730_131328.jpg

samiam » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:27 pm

· #292865
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
וואס האט ער געשריגען בשעת מעשה "אללה אכבר"?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:42 pm

· #292870
מיט פיאות אונטער די אויער, גארנישט אולטא ארטאדאקס, נישט קיין משלנו 😂 😂

כלבאשבוע » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:44 pm

· #292872
דער זעלבער שטעכער ווי 10 יאר צוריק.

פארוואס האט מען אים ארויסגעלאזט?

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:45 pm

· #292874
פאר די זעלבע סיבה פארוואס אלע טעראריסטן ווערן באפרייט פון טורמע אין אונזער קארעקטע וועלט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:56 pm

· #292877
[ציטאט אראפגענומען]

איין זאך איז זיכער. ער איז א צודרייטער. גייט אנגעטון ווי א חרדי. אבער ער האט מידת רציחה אין זיך...!

יהושע חיים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:57 pm

· #292878
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
שליסל חזר הביתה לאחר 10 שנים בכלא, ושמע את השכן אומר לאישתו תראי מה זה בעלך השאיר אותך לבד, ענתה לו אם הייתי יכולה הייתי אומרת לו שילך לעוד עשר שנים, שמע שליסל וחזר למצעד .....

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:58 pm

· #292879
berlbalaguleh

איין זאך איז זיכער. ער איז א צודרייטער. גייט אנגעטון ווי א חרדי. אבער ער האט מידת רציחה אין זיך...!


בערל, דער ערשטער חרדי מיט מדת רציחה וואס דו האסט אנגעטראפן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 30, 2015 2:01 pm

· #292880
געוואלדיג
berlbalaguleh

איין זאך איז זיכער. ער איז א צודרייטער. גייט אנגעטון ווי א חרדי. אבער ער האט מידת רציחה אין זיך...!


בערל, דער ערשטער חרדי מיט מדת רציחה וואס דו האסט אנגעטראפן?

געוואלדיג: ניין. אבער דער ערשטער וואס האט עס אויסגעפיהרט...!

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 2:07 pm

· #292882
ד רוצח פון באבא לאזאר אבוחאצורה, דער סקווערער צינדער.

און בכלל געווענליך ביי אונז חרדים פעלט געוענליך נישט אויס צו ניצן דירעקטע רציחה, מיר האבן גענוג אנדערע מיטלען וויאזוי אונטערצודרוקן א מענטשן עד שיאמר רוצה אני

צדיק נסתר » דאנערשטאג יולי 30, 2015 2:10 pm

· #292883
moshav zekeinim
ד רוצח פון באבא לאזאר אבוחאצורה, דער סקווערער צינדער.

האסט אויסגעלאזט לוי אראן

chusid » דאנערשטאג יולי 30, 2015 3:26 pm

· #292893
בשעת'ן שטעכן
📎 11825564_10203476539314312_2961887845839208083_n.jpg

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:15 pm

· #292912
פון דא זעט מען ווי ווייט גארנישט א היימישער איידעלער צורה איז. (אדער אפשר גאר זענען דוקא די סארט מחשבות רציחה קנאות אין קאפ דאס וואס עס מאכט א לויטערע צורה. דאכט זיך אז בין לאדין האט אויך פארמאגט א איידעלע צורה)

גאנצל » דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:21 pm

· #292918
[quote="moshav zekeinim"]ד רוצח פון באבא לאזאר אבוחאצורה, דער סקווערער צינדער.

מושב זקנים

משה פראגער » דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:26 pm

· #292922
moshav zekeinim
ד רוצח פון באבא לאזאר אבוחאצורה, דער סקווערער צינדער.

און בכלל געווענליך ביי אונז חרדים פעלט געוענליך נישט אויס צו ניצן דירעקטע רציחה, מיר האבן גענוג אנדערע מיטלען וויאזוי אונטערצודרוקן א מענטשן עד שיאמר רוצה אני

עס פעלט נישט אויס צו קריכען אזוי ווייט בשעת די יידישע רוצחים געפינען זיך ממש אונטער אונזער נאז און מיטן מאסק פון קנאות שטיצען זיי איסלאמישע טרור און רציחה פון אידן אזוי אויך לייקענען די ״איידעלע מענטשען״ די נאצישע פארברעכען און זאגען גאר אז דאס איז ציוניסטישע פארברעכען....
ועיין ערך נטורי חרטא והבן.

צדיק נסתר » דאנערשטאג יולי 30, 2015 4:29 pm

· #292926
moshav zekeinim
פון דא זעט מען ווי ווייט גארנישט א היימישער איידעלער צורה איז. (אדער אפשר גאר זענען דוקא די סארט מחשבות רציחה קנאות אין קאפ דאס וואס עס מאכט א לויטערע צורה. דאכט זיך אז בין לאדין האט אויך פארמאגט א איידעלע צורה)

דאס הייסט ביי דיר א איידעלע צורה?

מ'קען דאך גלייך זעהן אויף אים אז עפעס פעלט אים.

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 5:23 pm

· #292940
חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
ס'נאר אשאד וואס מהאט נישט איינגעזעצט אויך די פאראדירער די אלע חזירים מחללי שם שמים בתוככי עיר הקדש .

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:45 pm

· #292957
moshav zekeinim
פון דא זעט מען ווי ווייט גארנישט א היימישער איידעלער צורה איז. (אדער אפשר גאר זענען דוקא די סארט מחשבות רציחה קנאות אין קאפ דאס וואס עס מאכט א לויטערע צורה. דאכט זיך אז בין לאדין האט אויך פארמאגט א איידעלע צורה)

סיריעסלי ?? סא דו זאגסט א איידעלע צורה ווייזט אויף רציחה ?

דארפסט אפשר פעפער?

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 30, 2015 6:53 pm

· #292960
די פלא איז אז ס'איז נישט דא מער חרדים וואס שטעכן. איך קען עטליכע וואס וואלטן עס גע'חלש'ט צו טון ווען זיי האבן אביסעלע ביצים. כאייסיס ואל-קאידא היינו.

lazar » דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:06 pm

· #292966
אפטעמיסט
די פלא איז אז ס'איז נישט דא מער חרדים וואס שטעכן. איך קען עטליכע וואס וואלטן עס גע'חלש'ט צו טון ווען זיי האבן אביסעלע ביצים. כאייסיס ואל-קאידא היינו.

זיי האבן נישט קיין ביצים עס צו טון ווייל @קאך_לעפל האט זיי שוין לאנג פארוואנדעלט אלס מרוח אשך.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 30, 2015 7:18 pm

· #292968
<a class="postlink" href="http://nypost.com/2015/07/30/ultra-orthodox-man-goes-on-stabbing-spree-at-gay-pride-parade-in-israel/">http://nypost.com/2015/07/30/ultra-orth ... in-israel/</a>

קויפער » דאנערשטאג יולי 30, 2015 9:14 pm

· #292999
איך פיל יעצט אזויווי אסאך אמעריקאנער אראבער האבן מסתמא געפילט 9/11.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 9:45 pm

· #293005
משה פראגער
moshav zekeinim
ד רוצח פון באבא לאזאר אבוחאצורה, דער סקווערער צינדער.

און בכלל געווענליך ביי אונז חרדים פעלט געוענליך נישט אויס צו ניצן דירעקטע רציחה, מיר האבן גענוג אנדערע מיטלען וויאזוי אונטערצודרוקן א מענטשן עד שיאמר רוצה אני

עס פעלט נישט אויס צו קריכען אזוי ווייט בשעת די יידישע רוצחים געפינען זיך ממש אונטער אונזער נאז און מיטן מאסק פון קנאות שטיצען זיי איסלאמישע טרור און רציחה פון אידן אזוי אויך לייקענען די ״איידעלע מענטשען״ די נאצישע פארברעכען און זאגען גאר אז דאס איז ציוניסטישע פארברעכען....
ועיין ערך נטורי חרטא והבן.

און עס פעלט אויך נישט אויס צו קריכן צו די שלהי המחנה, אז מען טרעפט עס צווישן די שענסטע בעלי מעמד בתוך המחנה, און דוקא פון צווישן אירע אנפירער.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 9:48 pm

· #293007
צדיק נסתר
moshav zekeinim
פון דא זעט מען ווי ווייט גארנישט א היימישער איידעלער צורה איז. (אדער אפשר גאר זענען דוקא די סארט מחשבות רציחה קנאות אין קאפ דאס וואס עס מאכט א לויטערע צורה. דאכט זיך אז בין לאדין האט אויך פארמאגט א איידעלע צורה)

דאס הייסט ביי דיר א איידעלע צורה?

מ'קען דאך גלייך זעהן אויף אים אז עפעס פעלט אים.

איך בין נישט באהאוונט און חכמת הפרצוף, אבער אויבנאויף זעט זיין פנים און אויגן אויס לויטער, איך וואלט אפשר געזאגט אפילו ווי א בעל מקובל

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 9:53 pm

· #293009
קאצקע ציקער
moshav zekeinim
פון דא זעט מען ווי ווייט גארנישט א היימישער איידעלער צורה איז. (אדער אפשר גאר זענען דוקא די סארט מחשבות רציחה קנאות אין קאפ דאס וואס עס מאכט א לויטערע צורה. דאכט זיך אז בין לאדין האט אויך פארמאגט א איידעלע צורה)

סיריעסלי ?? סא דו זאגסט א איידעלע צורה ווייזט אויף רציחה ?

דארפסט אפשר פעפער?

איך נעם זיך נישט אונטער, איך שפעקיליר נאר, אז אפשר איז דער צורה וואס מיר זענען געוואוינט צוריפן לויטער און הייליג, גאר דער צורה פון א קנאי אכזרי.
איך קוק מיר נאר ארום וועא עס זענען די הייליגע צורות און עס ווערט מיר שלעכט. (ועיין בעלזע יושבים)

moshav zekeinim » דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:01 pm

· #293011
אפטעמיסט
די פלא איז אז ס'איז נישט דא מער חרדים וואס שטעכן. איך קען עטליכע וואס וואלטן עס גע'חלש'ט צו טון ווען זיי האבן אביסעלע ביצים. כאייסיס ואל-קאידא היינו.

מען שטעכט, מען שטעכט, טאקע נישט מיט א מעסער נאר מיט א קישן, אבער פון דער קישן שטארבן מענטשן מיט א מיתת נשיקה אן דעם וואס איינער זאל וויסן אז עפעס איז דא פארגעקומען

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 10:23 pm

· #293015
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
נו וואו איז דיין ועד להגנה מוואטעווער ?! וואוזוי האבן זיי געקענט צולאזן אזא געפערליכע אקט ?![emoji53][emoji18][emoji1]

chusid » פרייטאג יולי 31, 2015 12:22 am

· #293040
איך דארף אראפקוקען ישי שליסל? ער האלט אז דאס וויל גאט..זאל ער נישט פאלגן גאט? איך קען אים אנקוקן ווי א שוטה ,דאס יא

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 31, 2015 1:32 am

· #293047
טראכטס אריין ווען די שטעכער איז ווען אן אראבערוואלט ער ווען נישט געווארן ארעסטירט מען וואלט עים גלייך געשאסן אויף טויט. ביי א יוד זענען זיי מער דעליקעט

מענטשאלע » פרייטאג יולי 31, 2015 2:57 am

· #293050
איין זאך וואס באדערט מיר שוין פון נעכטן אוונט, אין דעם בילד זעט מען שליסל פאר'ן שטעכן, יעדער פאליס מאן רעפארטער אדער סתם גייער וואלט געדארפט זעהן אז ער גיהערט ניטש צום פלאץ, וואו זענען די הונדערטער שוטרים וואס האבן באוואכט דעם מארטש?, נאר נאכן שטעכן און נאך וואס אפאר צייטונג שרייבער און פאטאגאפירער האבן עם גיזען און פאטאגראפירט די ווילדע אקציע טראט נאכך טראט איז געווארן אפגשטעלט, עפאס גיפעלט מיר נישט אין די סיטואציע.
📎 זייער מאדנע.jpg

וכדומה.. » פרייטאג יולי 31, 2015 8:12 am

· #293052
קראנקע בלוט-דורשטיגער זכר
📎 2.jpg 📎 1.jpg

יהושע חיים » פרייטאג יולי 31, 2015 8:23 am

· #293055
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
מענטשאלע
איין זאך וואס באדערט מיר שוין פון נעכטן אוונט, אין דעם בילד זעט מען שליסל פאר'ן שטעכן, יעדער פאליס מאן רעפארטער אדער סתם גייער וואלט געדארפט זעהן אז ער גיהערט ניטש צום פלאץ, וואו זענען די הונדערטער שוטרים וואס האבן באוואכט דעם מארטש?, נאר נאכן שטעכן און נאך וואס אפאר צייטונג שרייבער און פאטאגאפירער האבן עם גיזען און פאטאגראפירט די ווילדע אקציע טראט נאכך טראט איז געווארן אפגשטעלט, עפאס גיפעלט מיר נישט אין די סיטואציע.

אז א חרדי וויל זיין געי פארוואס זאל מען מאכן דיסקרימנאציע

Sent from my LG-P659 using Tapatalk

אבי גערעדט » פרייטאג יולי 31, 2015 9:45 am

· #293065
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
📎 uploadfromtaptalk1438350347021.jpg📎 uploadfromtaptalk1438350333258.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 31, 2015 7:33 pm

· #293158
קויפער
איך פיל יעצט אזויווי אסאך אמעריקאנער אראבער האבן מסתמא געפילט 9/11.

וואס אי. דו ביסט געיייייי, ח"ו. אדער ב"ה?. טעיק יור פיק... 😂 🙄

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 31, 2015 7:42 pm

· #293160
קאצקע ציקער
טראכטס אריין ווען די שטעכער איז ווען אן אראבערוואלט ער ווען נישט געווארן ארעסטירט מען וואלט עים גלייך געשאסן אויף טויט. ביי א יוד זענען זיי מער דעליקעט

זאג נאר. וויפיל אידן בלבוש חרדי האבן געהרג'ט אנדערע מענטשן...? און וויפיל אראבערס האבן עס געטון...?

moshav zekeinim » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 11:04 pm

· #293176
ווי מער איך קוק זיך איין אין דעם בילד זעה איך מער א קדושה אויף דעם איד. מען זעט א הייליגער פייער אויף זיי געזיכט.

קאצקע ציקער » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 11:28 pm

· #293179
moshav zekeinim
ווי מער איך קוק זיך איין אין דעם בילד זעה איך מער א קדושה אויף דעם איד. מען זעט א הייליגער פייער אויף זיי געזיכט.

ווי מער איך קיק זיך איין דעם בילד זעה איך א סייקא משוגענער וואס נעמט פילן

moshav zekeinim » מוצ"ש אוגוסט 1, 2015 11:39 pm

· #293184
פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.

גר ותושב » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:33 am

· #293205
Re: חרדי שטעכט 6 ביי א געי פרייד מארטש
moshav zekeinim
פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.

ביי מיר איז עקסטרעים די ענגלישע אפטאטש פון די ווארט משוגע

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:47 am

· #293211
משוגענער האט א סך אפטייטשן, אבער דער קלאסישער משוגענער איז דער אומסטאבילער מענטש, און נישט אם עקסטרעמיסט

petergrifin » זונטאג אוגוסט 2, 2015 12:47 am

· #293212
moshav zekeinim
פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.


מען גײט שוין באלד צוזאם נעמען חי דאללער כופר נפש פאר פדיון נפש װאס די בריונים האבן אײנגעזעצט
און אינװיקציװיקען זיך אויף דער חרדי װאס אנערקענט נישט אין די בג׳׳ץ הציוני.

יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 2, 2015 1:42 am

· #293218
ניין מען גייט גארנישט צאמנעמן א חלק פון זיין אידיאלאגיע איז זיצן פאר הקב"ה די גרעסטע אפטיה וואס די קענעסט עהם אפטיהן איז עהם ארויס נעמען פון תפיסה זיי נישט קיין שלעכטע

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2015 5:15 am

· #293256
moshav zekeinim
פארוואס א משוגענער? ער שטעכט עפעס סתם ווייל דער נערוו האט אים געכאפט? ער איז א שטארק אידיאלאגישער מענטש וואס איז גרייט צו גיין עקסטרעם און עד הסוף פאר זיין אידאלאגיע.

אונז אידן האבן אבער אן אנדערע אידיאלאגיע, וואס הייסט ..."לא תרצח"...!

moshav zekeinim » זונטאג אוגוסט 2, 2015 5:22 am

· #293258
דאס זענען מיר שוין באלד מקיים ווי לא תגנוב און לא תחמוד און לא תענה.

דאס איז איינמאל זיכער, אז דער מצווה און אידיאלאגיע פון קנאים פוגעים בו, שטייט העכער אלע מצווות. און אט דער אידילאגיע איז דער איד דער קדוש מקיים.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2015 5:27 am

· #293259
ס'זאל זיך נאר נישט ארויסשטעלן אז דער איד דער קדוש האט אונטער זיך א רעקארד פון גזילה און רציחה און פסיכאלאגישע פראבלעמען, און פארשטייצעך לאנגע תפיסה אורטיילן, איידער ר'איז געווארן אזא קדוש וטהור... 🙄 😈
בלאט: 1 2 3