דער טויבענפעלד קעיס
68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9358
דער טויבענפעלד קעיס
איך האב נישט געזען עס זאל ווערען באהאנדעלט דא אין שטיבעל איז במקום שאין איש וכו'
די מעשה בערך איז אזוי
אין סקווער איז דא א איד ר' משה מנחם טויבענפעלד געווען אמאל א משגיח אין ישיבה און היינט איז ער א חתן מדריך ער איז א מיטגעמאכטער איד פארלוירען די וויב און א קינד אין א שוידערליכע טעראר אטאקע אין ירושלים
בשכנות פון איהם אין סקווער האט געוואוינט א משפחה שטערן וואס לויט ווי איך פארשטיי איז עס א צובראכענע משפחה ווי מען רופא עס ביי אונז
איינער פון די שטערן קינדער.לייבי הייסט ער פלעגט זיך אסאך דרייען ביי די טויבענפעלדס אלס קינד היינו איז ער א עלטערע בחור וואוינט אין מאנסי
ער באשולדיגט אז במשך פין 6 יאר האט איהם טויבענפעלד באלעסטיגט
טויבענפעלד לייקנט דאס קאטעגאריש אפ
די געריכט קומט יעצט פאר די פסק איז געפלאנט אויף די קומענדע דאנערשטאג
ווער עס וויסט מער פרטים איז מכובד צוצולייגען
http://forward.com/news/317910/closing-arguments-made-in-new-square-hasidic-abuse-trial/I can't believe I just said that...
Re: דער טויבענפעלד קעיס
דער ריכטער'ס ברודער איז א ראקלענד לאויער מיט באציאונגן מיט די רבני ועסקני העיר און באקומט גאר אסך ביזנעס פון אנ"ש.
פארוואס האט וועבערמאן נישט אויסגעקליבן א ריכטער אנשטאט א זשורי טרייעל? ס'קוקט אויס ווי א קליגע מאוו אין די פאל.
Re: דער טויבענפעלד קעיס
מיר איז זייער שווער צו גלייבן אזאנס אויף ר' משה מנחם. איך קען איהם אביסל און פארשטייטס זיך עס פרעגט גארנישט אפ אבער אז איר וועט זעהן די וועג ער האט גערעדט נאך דער טראגעדיע וועטסטו זעהן אז ער'ס באמת אן ערליכע איד.
איך זאג נישט ח"ו אז די באשילדיגונג איז אמת, ווייל איך האב עס נישט מברר געווען, אבער דאס וואס די זאגסט אז ער איז באמת אן ערליכער איד איז נישט מכריע. מ'קען זיין אן ערליכע איד און נאכאלץ דורכפאלן.
Re: דער טויבענפעלד קעיס
איינער למשל איז מפקפק צו הרב בערלאנד איז א ערליכע ייוד?
ער קען זיין זייער ערליך און דוירעכפאלן
I can't believe I just said that...
Re: דער טויבענפעלד קעיס
אויב איז עס נאר איינער וואס איז ארויס געקומען מיט א באשולדונג פון מאלעסטעישען גלייב איך אז ער איז נישט אדורך געפאלן. פארשטייטס זיך אויב איז דא מער קעיסיס איז שוין גאר אנדערעש.
petergrifinאויב איז עס נאר איינער וואס איז ארויס געקומען מיט א באשולדונג פון מאלעסטעישען גלייב איך אז ער איז נישט אדורך געפאלן. פארשטייטס זיך אויב איז דא מער קעיסיס איז שוין גאר אנדערעש.
פארוואס קען נישט זיין אז ער האט מאלעסטעד נאר איינעם? אדער אז אנדערע זענען נישט ארויסגעקומען מחמת סיבות ידועים? די כלל פון אינאסענט אנטיל פראווען גילטי גייט דא זיכער אן פונקט ווי ביי אלע אנדערע קעיסעס, אבער פון דארט ביז "פראווען נאט גילטי ביפאר עניטינג וואז איווען פראווען " איז א ווייטע מהלך
Re: דער טויבענפעלד קעיס
איך זאג נישט נאט גילטי נאר איך האלט נישט that he deserves to be dragged through the mud.
Re: דער טויבענפעלד קעיס
עס קומט יעצט אריין די נייעס אז דער ריכטער האט ארויסגעגעבן דער פסק אז NOT GUILTY
http://www.lohud.com/story/news/crime/2015/07/30/new-square-rabbi-acquitted-sex-abuse/30887119/I can't believe I just said that...
הודו לה'
חסדי השם כי לא תמנו.....
חסד של אמת אלערט: נאכן קנאקעדיגען דורכפאל פון ק''ק אוי. טי. די. רישט מען זיך אז נאך א פאר פארביטערטע באשעפענישן וועלן שפרינגען פון די דעכער, שרייענדיג דערביי סיסטעם שמיסטעם..דעריבער זאל מען האלטן גאר א וואכזאם אויג אויף דעכער אין שטאט, און ווי נאר איר באמערקט א שפרינגער, ביטע לייגט צו א פלייצע, און האט אינזינען מקיים צו זיין דעם ובערת הרע מקרבך...
Re: דער טויבענפעלד קעיס
זייער נישט סענסעטיוו צו אריינמישן אזא ווייטאגליכע פרשה וואס האט נישט קיין שייכת דא
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: דער טויבענפעלד קעיס
וואס האט דאס מיט די אטד?
דוכטס זיך אז שטערן איז אפיציעל פרום
I can't believe I just said that...
קאך_לעפלחסדי השם כי לא תמנו.....
חסד של אמת אלערט: נאכן קנאקעדיגען דורכפאל פון ק''ק אוי. טי. די. רישט מען זיך אז נאך א פאר פארביטערטע באשעפענישן וועלן שפרינגען פון די דעכער, שרייענדיג דערביי סיסטעם שמיסטעם..דעריבער זאל מען האלטן גאר א וואכזאם אויג אויף דעכער אין שטאט, און ווי נאר איר באמערקט א שפרינגער, ביטע לייגט צו א פלייצע, און האט אינזינען מקיים צו זיין דעם ובערת הרע מקרבך...
What has this to do with OTD I was molasted by a rabbi a "chazer and I dont know b"h any OTD
-
outspokenקאך_לעפלחסדי השם כי לא תמנו.....
חסד של אמת אלערט: נאכן קנאקעדיגען דורכפאל פון ק''ק אוי. טי. די. רישט מען זיך אז נאך א פאר פארביטערטע באשעפענישן וועלן שפרינגען פון די דעכער, שרייענדיג דערביי סיסטעם שמיסטעם..דעריבער זאל מען האלטן גאר א וואכזאם אויג אויף דעכער אין שטאט, און ווי נאר איר באמערקט א שפרינגער, ביטע לייגט צו א פלייצע, און האט אינזינען מקיים צו זיין דעם ובערת הרע מקרבך...
What has this to do with OTD I was molasted by a rabbi a "chazer and I dont know b"h any OTD
פארוואס האסטו דיך געלאזט? די האסט אים געדארפט מאכן פאר מרוח אשך אויפן ארט, און אים פארוואנדלען אלס א אומקוואלעפעצירטער בר נש אראפ צו צו ברענגען נשמות.....
I was 7
Re: דער טויבענפעלד קעיס
רבי קאך לעפיל איר זענט אינגאנצען אויפן קאפ געפאלען קיין טראפ געפיהל?
I can't believe I just said that...
פון א אנדערע קיק ווינקעל איז זייער אינטערסאנט צו זיעהן ווי אזוי א מענטש'ס עתיד און לעבען ווענדט זיך אין איין גוי די זשאזש, אויב שמעקט עם קען ער באפרייען און אויב נישט קען ער עם געבען 100 יאהר ווי וועבערמאן, כמיין ביידע איז דאך אויבען אויף געווען די זעלבע מעשה,
Re: דער טויבענפעלד קעיס
ישתבח שמו!!!
Re: דער טויבענפעלד קעיס
וואס איז נחום'ס טענה אז דער ריכטער האט איהם פריי געשפראכן צוליב פאליטישע חשבונות? ווען ער זאגט גילטי איז ער א א הויך געשעצטער ריכטער וואס ווייסט נאר פון יושר...
איעדער וואס ווערט באשולדיגט איז אוטעמאטיש א מאלעסטערערערערער.
האט איינער א בילד פון נחום ראזנבערג, בשעת'ן הערן דעם פסק?
און דער געט נישט אויף
📎 702428372_28169.jpg
איך בין פרייליך צו זיין פון זיינע לוזערס
איך בין זייער נייגעריג איך האב אייביג געטראכט אז אפילו נחום ראזענבערג קען איינזעהן אויך אז מען קען איינעם סתם אזוי באשילדיגן , יעצט זעה איך אז ער קען נישט זעהן א צווייטע צד און טראכטן אז אפשר איז עס אן ארויסגעזויגטער באשילדילגונג, נאר ער קיקט עס אן אז אטעמאטיש איז יעדער א מאלעסטער.
א ליגענער מיינט אז יעדער איז א ליגענער.......
Re: דער טויבענפעלד קעיס
דער נחום איז א צודרייטער און שקרן אבער.פון די אנדערע זייט טוט ער אויף גרויסע זאכען אז מען האט היינו סך מער אווערנעס ביי אונזער עולם אויף די נושאים און מען זעצט איין באלעסטיגערס
און נאך אוודאי ווען מען זעהט אז הרב טויבענפעלד איז ריינגעוואשען זעהט מען דאך אז ווער עס איז אומשולדיג דרייט זיך ארויס איז קען זיין אז יצא הפסדו בשכרו
מען קען דא ממליץ זיין אזוי מען זאגט נאך פון בית ישראל אז נאך א מזל אז סאטמער רב האט גענומען די מערכה קעגן די מדינה ווייל ווען נישט וואלט ער עס געדארפט טוען
I can't believe I just said that...
Re: דער טויבענפעלד קעיס
100% ער האט זיכער אויף געטוהן אבער ער איז אזוי משוגע לאותו דבר אז ער ווייסט נישט ווען אויף צוהערן.
ווי איז @איחוד פעלד שהלך לעולמו? ער וואלט געשריגן אז איך בין א טראל.
לאמיר נאכזאגן דיין תגובה נא אביסל אנדערש,
די אייסיס זענען צודרייטע און אכזרים אבער פון די אנדערע זייט טוהען זיי אויף גרויסע זאכן אז מען האט היינט אסאך מער אווערנעס ביי די מערב וועלט אויף די נושאים און מען זעצט איין עקסטרעמיסטן און נאך וכו' וכו'
Re: דער טויבענפעלד קעיס
פליז קיינער דינגט זיך נישט אז ס'איז געווען רח''ל הענקי פענקי און כמעט קיינער אינקלודינג חדרים האבן גארנישט געטוהן עס אפצושטעלען. אסאך האבן נאך געשטערט פון טוהן עניטינג פאזיטיוו. סא יא איהם קומט א געוואלד מיט קרעדיט פאר דער awareness.
Re: דער טויבענפעלד קעיס
און אייסיס זענען די וואס טוהן די עוולה משא''כ נחום איז נאר דער מעסענזשער.
Re: דער טויבענפעלד קעיס
ווי אזוי פארציילט מען אויף שיניעווער רב זצ"ל ,א איד איז אמאל ארויסגעקומן צו עהם אז מען איז עהם "חושד" אז ער האט פאברענט זיינס א בנין צו קענען איינקאסירן אינשורענס, ווינטשט עהם זיין רבי "דער אויבערשטער זאל העלפן אז די אמת זאל ארויסגעקומן" נעמט זיך דער איד וויינען עס וועט זיין גרויסע צרות אויב דער אמת וועט זיגען ע"כ לענינו
אלזא אויף יעדער קעיס עקסטער איז דאס מיין תפילה אז דער אמת זאל ארויסקומן
יעצט זעהט מען אז דער אמת קען זיגן אפילו קעגן די אינטערסע פון אקטיוויסטן
(איך ווייס נישט פארוואס איך גלייב די קארט סיסטעם על פי רוב הן לטוב והן לרע)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: דער טויבענפעלד קעיס
יש צד נישט אז ער איז נישט א רשע נאר א קראנקע מענטש וואס איז אבסעסט , סתם נאך א צד .
וואס גייט יעצט געשען צו דעם א.ג. וויקטעם, גייט מען אים באשטראפן פארן וועלן איינעם פאלש איינמייערן, אדער וועט מען אים לאזן פריי?
בכלל, וואס זענען געווען די מאטיוון פון דעם אנקלעגער, געלט, שנאה? - וואס איז די מעשה?
Re: דער טויבענפעלד קעיס
די ערגסטע קלאפ וואס איינער קען נאר האבן איז מען רופט אויס ברבים אין א קארט רום "די ביסט א ליגענער און א שקרן" איבער דעם האלט אז א שטראף האט ער שוין זיכער באקומן די שאלה איז נאר אויב עס איז געניג פארוואס ער האט אפגעטיהן
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
די זאגסט דאך אזוי גוט אבער באמת איז יעדעס ווארט איבריג. ס'איז א שאדט צו פראבירן פארשטיין דער נחום ווען באמת איז ער סתם א פארווייטאגדיגער עטענשאן סיקער
אן אלגעמיינע נקודה אויף א נאן גילטי פסק אין קרימינאלע יוסטיץ אין אמעריקע אן קענען די פסק דא. ס'מיינט נישט אז די קלעגער איז א ליגנער אדער אז דער באשולדיגטער איז דוקא אומשולדיג. ס'מיינט בלויז אז די עווידענס אהערגעשטעלט אין געריכט, לויט די זשורי אדער ריכטער, איז נישט קאנווינסינג beyond a resealable doubt.
יואלישאן אלגעמיינע נקודה אויף א נאן גילטי פסק אין קרימינאלע יוסטיץ אין אמעריקע אן קענען די פסק דא. ס'מיינט נישט אז די קלעגער איז א ליגנער אדער אז דער באשולדיגטער איז דוקא אומשולדיג. ס'מיינט בלויז אז די עווידענס אהערגעשטעלט אין געריכט, לויט די זשורי אדער ריכטער, איז נישט קאנווינסינג beyond a resealable doubt.
מיינט טאקע נישט, אבער סאיז קרוב צו זיכער אז יא,
למשל ווען איינער טעקסט אין דריוו מיינט נישט זיכער אז וועגען דעים האט ער געמאכט א עקסידענט, סקען זיין די צווייטע דריווער איז פינקט אריין געפאהרן אין עיהם,
טאמער האט מען אבער נישט קיין אינטערעסן מיינט נאט גילטי, נאט גילטי. טאמער האט מען אינטערעסן קען עס מיינען עפעס אנדריש
דריידל
די זאגסט דאך אזוי גוט אבער באמת איז יעדעס ווארט איבריג. ס'איז א שאדט צו פראבירן פארשטיין דער נחום ווען באמת איז ער סתם א פארווייטאגדיגער עטענשאן סיקער
"פארווייטאגדיגער", שוין האמיר שוין א תירוץ אויך אויף איהם ער איז נישט שולדיג.
שטילע אינגערמאן
טאמער האט מען אבער נישט קיין אינטערעסן מיינט נאט גילטי, נאט גילטי. טאמער האט מען אינטערעסן קען עס מיינען עפעס אנדריש
ניין. נאט גילטי מיינט נישט אומשלודיג, נאר "נישט געפינען שולדיג" באזירט אויף די עווידענס פארגעשטעלט אין געריכט זאל. דאס איז די פשוט'ע דעפעינישאן. ער קען זיין אומשלודיג אדער שולדיג. די אורטייל קען נישט און טוט נישט שפעקעלירן.
Re: דער טויבענפעלד קעיס
שטילע אינגערמאןיואלישאן אלגעמיינע נקודה אויף א נאן גילטי פסק אין קרימינאלע יוסטיץ אין אמעריקע אן קענען די פסק דא. ס'מיינט נישט אז די קלעגער איז א ליגנער אדער אז דער באשולדיגטער איז דוקא אומשולדיג. ס'מיינט בלויז אז די עווידענס אהערגעשטעלט אין געריכט, לויט די זשורי אדער ריכטער, איז נישט קאנווינסינג beyond a resealable doubt.
מיינט טאקע נישט, אבער סאיז קרוב צו זיכער אז יא,
למשל ווען איינער טעקסט אין דריוו מיינט נישט זיכער אז וועגען דעים האט ער געמאכט א עקסידענט, סקען זיין די צווייטע דריווער איז פינקט אריין געפאהרן אין עיהם,
טאמער האט מען אבער נישט קיין אינטערעסן מיינט נאט גילטי, נאט גילטי. טאמער האט מען אינטערעסן קען עס מיינען עפעס אנדריש
ווילסט מסביר זיין؟
I can't believe I just said that...
נחום איז בכלל דארט געווען?
אויף די בילדער און ווידיוס זעט מען נאר בנציון וואלצער, ריעו ועמיתו של נחום.
ירא שמיםיש צד נישט אז ער איז נישט א רשע נאר א קראנקע מענטש וואס איז אבסעסט , סתם נאך א צד .
נו, אלס קראנקע בריאה קען ער דען ארומגיין מזיק זיין אומשולדיגע מענטשן...?
ווען סאטמאר וואלט ווען געארבעט מיט שכל, וואלט שוין לאנג געווען נחום א פארגאנגענהייט מיט א ביטער'ן נאך טעם אין מויל..
ווער ס'קען א ביסל היסטאריע ווייסט דאס צו פארגלייכן צו די סטאליניסטישע צייטן אין די אנהייב יארן פונ'ם קאמוניזם. ווען דער רשע און מאסן מערדער סטאלין ימ"ש האט זיך גענומען גוטע אונטערשמייסערס, וועלכע זאלן אדורכפיהרן זייערע מאסן רציחות אויף אומשולדיגע מענטשן. און בשעת מעשה האט מען בארעכטיגט אלע רציחות. און ס'האט זיך נישט געטראפן קיין איין מענטש אין גאווערנמענט וועלכער זאל זיך אויפשטעלן און מאכן אן ענד צו די מאסן רציחות. נאר שפעטער האבן זיי מודה געווען אז מיליאנען מענטשן זענען אומגעקומען אומשולדיגערהייט. אדער נאך בעסער. מ'קען עס פארגלייכן צו די מעק'קארטי תקופה דא אין אמעריקע ווען מיליאנען מענטשן זענען באשולדיגט געווארן אין זיין קאמוניסטישע אנהענגער און זיי האבן פארלוירן זייערע דזשאבס און מ'האט זיי גערודפ'ט פאר גארנישט. על אף וואס ס'איז געווען א סאך אמת'דיגע אנהענגער פון קאמוניזם.
די זעלבע איז דא. ס'איז אמת אז ס'איז געווען זייער א סאך פאלן פון מאלעסטעישן און קיינער האט גארנישט ערנסט געטון דאס אפצושטעלן. עד שבא נחום. דער משוגע'נער, צודרייטער רשע און קרימינאל'ניק און ר'האט אנגעהויבן ארומצורודערן און אויפוועקן דעם דעת הקהל, וואס איז דאך לכאורה א גוטע זאך. אבער אזוי ווי רש"י זאגט ..."כיוון שניתן רשות למשחית, אינו מבחין בין צדיק לרשע". חוץ פון דעם זעהט מען אז זיין בלאג איז געווארן אן ענסייקלאפידיע פאר שמוץ פון גאנץ ארץ ישראל און אמעריקע. ווען ער האט נישט וואס צו רעפארטן, ברענגט ער נייעס איבער א יעדן פאל פון השחתה אין די גאנצע וועלט. און דא, ביי דעם פאל וואו ס'איז קלאר אויפגעוויזן געווארן אז די לעכערליכע טשארדזשעס פון אן עמאציאנעל אומסטאבילן יונגערמאן/בחור הייבן זיך נישט אן, געט דער רשע מרושע נישט אויף...!
און אזוי אויך ביינונז ווען ס'גילטי, איז דער ריכטער בייעס קארופטירט, פיינט חסידים, אבער נאט גילטי, פראמפט עס חסדי השם כי לא תמנו'ס, דער ריכטער האט איינגעזען. וכו'
איך ווייס נישט וויאזוי נחום שעמט זיך נישט פון זיך אליינס.
נעכטן צופרי האט ער געזאגט אויף זיין האטליין אז ער האלט אז די פסק גייט זיין "גילטי" און ער רייסט אראפ ר' משה מנחם פארוואס ער האט נישט גענומען א פלי, ער טענה'ט אז ער האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל מאכן א פלי בארגען און נישט גיין אויף טרייעל.
אינעם זעלבן טאג נאכן פסק, זאגט ער אז ס'איז אים בכלל נישט קיין סורפרייז, ער האט שוין געוואוסט פון פריער אז דאס גייט געשען און די פסק גייט זיין נאט גילטי, און אלעס איז שולדיג סקווירא רבי מיט זיינע קאנעקשאנס בלא בלא בלא.
Re: דער טויבענפעלד קעיס
chaimsשטילע אינגערמאןיואלישאן אלגעמיינע נקודה אויף א נאן גילטי פסק אין קרימינאלע יוסטיץ אין אמעריקע אן קענען די פסק דא. ס'מיינט נישט אז די קלעגער איז א ליגנער אדער אז דער באשולדיגטער איז דוקא אומשולדיג. ס'מיינט בלויז אז די עווידענס אהערגעשטעלט אין געריכט, לויט די זשורי אדער ריכטער, איז נישט קאנווינסינג beyond a resealable doubt.
מיינט טאקע נישט, אבער סאיז קרוב צו זיכער אז יא,
למשל ווען איינער טעקסט אין דריוו מיינט נישט זיכער אז וועגען דעים האט ער געמאכט א עקסידענט, סקען זיין די צווייטע דריווער איז פינקט אריין געפאהרן אין עיהם,
טאמער האט מען אבער נישט קיין אינטערעסן מיינט נאט גילטי, נאט גילטי. טאמער האט מען אינטערעסן קען עס מיינען עפעס אנדריש
ווילסט מסביר זיין؟
I can't believe I just said that...
יא, וואס ווילסטו פארשטיין, כמיין כהאב זיך גוט מסביר געווען, כהאב געזאגט א געווענדליך מאט גילטי מיינט נאט גילטי טאמער האט מען נישט קיין אינטערעסן אויף אנדריש,
Re: דער טויבענפעלד קעיס
נאט גולטי מיינט נאט פראבען גולטי נישט אז דער אקיוזער איז א ליגנער
און עס האט נישט קיין שייכות מיט טעקסטן ביים דרייבען
איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז טוען דער ריכטער האלט אז דער אקיוזער איז א ליגנער קען ער לייגען שטראפען און מחייב זיין צו באצאלען די קאסטן
I can't believe I just said that...
Re: דער טויבענפעלד קעיס
מאטיאון אזוי אויך ביינונז ווען ס'גילטי, איז דער ריכטער בייעס קארופטירט, פיינט חסידים, אבער נאט גילטי, פראמפט עס חסדי השם כי לא תמנו'ס, דער ריכטער האט איינגעזען. וכו'
מאטי: זיי נישט ברויגז. אבער דער איצטיגער קעיס איז געמשפט' געווארן נאר אויף די מעריטס. איך גיי נישט צו גלייכן דעם פאל צו נחמיה וועבערמאן'ס פאל. אבער מיט דעם פרט איז עס יא אייניג. פונקט אזוי ווי ביי נחמיה האט מען אוועקגעווארפן אלע פיינע זיסע און וואוילע כללים איבער די רעכטן פון א באשולדיגטן. און מ'האט איהם פארמשפט' אן קיין טראפ עווידענס. בלויז אויף די ווערטער פון
איין באשולדיגערין. זאכן וואס זיי טענה'ן זענען יא אדער נישט געשעהן מיט א סאך יארן צוריק.