☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » א געפלאנטע נסיעה קיין עיראק (אמת)

א געפלאנטע נסיעה קיין עיראק (אמת)

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5485

חקרן » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 11:00 am

· #169798
א געפלאנטע נסיעה קיין עיראק (אמת)
א גוטן טייערע חברים.

אין די לעצטע טעג האבן זיך צוזאמענגענומען עטליכע חברים, היסטאריקער און פארשער, וואס זענען ערנסט אינטערעסירט און גרייטן זיך אראפצופארן קיין עיראק, קורדיסטאן והגלילות, זיך צו באקענען פון די נאנט מיט די היסטאריע פון אונזערע זיידעס, היסטאריגע פון אידישקייט און אידישע אינטערעסן אין יענע געגנט. צווישן אנדערע וועלן מיר באזוכן 'אור-כשדים', כותא (די שטאט פון אברהם אבינו), מגדל בבל (דער בנין פון דור-הפלגה), די היסטארישע בית-המדרש שב ויתיב, וואו טויזנטע אידן האבן דארט געלערנט תורה, צווישן זיי תנאים און אמוראים און לויט ווי די גמרא זאגט איז די שכינה פון דארט קיינמאל נישט אוועק. מיר וועלן בודק זיין די פלעצער, און באטראכטן די קראנטקייט פון די ערטער און וואו נאך עס זענען פאראן מעגליכע ערטער וואס האבן א שייכות מיט די תורה און אונזער היסטאריע. מעגליך אז מיר וועלן זיך דערוויסן פון שטעט וואו געוויסע אמוראים האבן געוואוינט, באזירט לויט די סימנים וואס ווערן דערמאנט אין די גמרא, און אפשר וועלן מיר געפינען אנדערע אינטערעסאנטע געפינסן.

פארשטייט זיך, אז אזא נסיעה איז נישט קיין לייכטע און נישט קיין באקוועמע, אבער די נאלעדזש און ידיעות וואס מ'קען קונה זיין דארט וועגן איבער אלע שוועריגקייטן פאר די דאזיגע וואס האבן אן אינטערעסע און האבי אין די סארט זאכן. דאס איז נישט געמאכט פאר אזעלכע וואס זוכן געשמאקקייט און באקוועמליכקייט, קיין כשר'ס איז דארט נישט פאראן (פאר די וואס זענען מקפיד) און עס פעלט אויס מיטצונעמען א לעבל ברויט מיט א קען טונה וואס זאל קלעקן אויף די גאנצע צייט, ווי אויך איז שבת נישט אזא באקוועמע צייט דארט. בכלל איז אין יענע מדינות זייער פרימיטיוו, נישט פאראן דארט די באקוועמסטע ערטער צו שלאפן. בנוגע דאס פארזיכערטקייט פונעם ארט, פאר א איד איז זיכער מסוכן דארט און מען מוז ארומגיין פארשטעלט ווי אן אראבער, אדער מינימום ווי א פאלנער גוי א טוריסט. מען מוז קענען לפחות ענגליש, צו קענען קאמיוניקירן מיט מענטשן און נישט ווארפן חשדות. פאר א פחדן איז עס זיכער נישט געמאכט, פאר ווער עס האט קאראזש און איז נישט קיין פוילער מענטש, און איז אינטערעסירט אין אידישע היסטאריע קען אזא נסיעה צונוצקומען.

פארוואס דערצייל איך די נייעס דא?
דער פראבלעם איז, אז כדי צו קענען אריינקומען לעגאל אין צענטרל עיראק אלס טוריסטן, דארפן מיר זיין גענוג א גרויסע קבוצה דערצו. לעת עתה האבן מיר נישט גענוג מענטשן דערצו און מיר ווילן נישט פארן אינאיינעם מיט גוים, וויבאלד מיר פארמאגן א געמיינזאמע מטרה צו פארשן אידישע היסטאריע. ווי אויך קענען מיר באשטיין לכתחילה צו פארן מיט מנין, וואס דערווייל האלטן מיר ווייניגער ווי דעם. מיר זענען אבער נישט געמאכט פאר מענטשן וואס זוכן סתם ארומצופארן א וועלט, מיר זענען נישט אינטערעסירט צו פארן פאר שוואוילטאג און מיר וועלן זיכער מאכן וואס זענען די מטרות פון די וואס ווילן מיטפארן.

דעריבער ווענדן מיר זיך צום ברייטן ציבור; אויב זענט איר אינטערעסירט אין אזא נסיעה, ביטע זיך פארבינדן אין אישי, אבער נאר אויב איר זענט ערנסט-פאראינטערעסירט. ביטע נעמען אין באטראכט, אז מיטן זיך ווענדן צו אונז וועט איר באיזה שלב מוזן ארויסגעבן אייער אידענטיטעט. דעריבער, אויב ווילט איר זיך האלטן פרטי דא אין קאווע-שטיבל, מאכט אייך א נייע ניק, אדער ווענדט אייך אויף אימעיל:
<!-- e --><a href="mailto:chakran1234@gmail.com">chakran1234@gmail.com</a><!-- e -->

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 11:11 am

· #169800
זיי לאזן בכלל אריין אידן אין עיראק? כ'מיין אז אין סאדיע אראביע, למשל, קענען אידן נישט אריינגיין. וויאזוי וועט מען זיך אן עצה געבן דערמיט? פעלשן פאספארטן?

חקרן » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 11:26 am

· #169806
מ'דארף האבן א וויזא, וואס נאר טוריסטן קענען באקומען, דעריבער דארף זיין גענוג א גרויסע קבוצה. פארשטייט זיך אז עס דארף געוויסע באדינגונגען, נישט יעדער קען אריינגיין אהין.

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 11:40 am

· #169811
איך בין אמאל געוועהן אין אן אראבישע לאנד, וואס איז גראדע נישט אזוי האסטיל צו אידן און זיי פארלאנגן נישט קיין וויזע אפילו, און פארט האבן זיי געמאכט שוועריקייטן ביים אריבער גיין די גרעניץ. נאך א לענגערע צייט חקירות און דרישות האבן מיר זיי משכנע געוועהן מיט שוחד (הונדערט דאללער יעדע וועכטער) און זיי האבן אונז ערלויבט אריינגאנג.

אליצפן » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:35 pm

· #169858
עצה טובה: נעם מיט גאר א דיקע בולעט פרוף וועסטל..

טיטאניק » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:43 pm

· #169861
ווענדט אייך צי "וועד הרבנים", זיי וועלען זיך צי כאפען
ס'סאונד נישט שלעכט
"ארבעים תלמיד חכמים ילמדו ארבעים משניות בית המדרש דשם ועבר להצלחה וברכה"
סגולה בדוק ומנוסה

קען אפשר זיין אז כולל חצות וועט זיך ציכאפען
מי יודע
ביזנעס איז נישט שלעכט די טעג

חביבי » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:56 pm

· #169871
קענסט זיך פארבינדען מיט די ליאזשנע רבי פין די תורה מאזועם ער פארקויפט אז ער איז שוין דארט געווען ווייל ער האט געזיכט טייערע אנטיק ער  זאגט אז ער איז געגאנגען אין באגלייטאנג פין די אמעריקאנע מילטער אלזוי פאר די לאזט זיך ארויס אויפן וועג געב עם א רוף צי הערן הערות פון איינער וואס איז שוין דארט געווען עס קען אלץ ציניצקימען
(בולט פראף וועסטלעך קענסטו מין הסתם דינגען פון די בארא פארקע שומרים פאר א מינעמאלע סומע)

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:02 am

· #170030
אז דו גלייבט זיינע געבעקס שטייט ער גוט.

עוד מישהו » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 6:29 pm

· #172900
חקרן, אויב האסטו א טשענס, קענסטו טשעקן אויב די שריפט אין די פאלאץ פון בלשאצר איז נאך אויפן וואנט? מנא מנא תקל ופרסין דאס דארף צו שטיין דארט אויפן וואנט.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:25 am

· #236205
עוד מישהו
חקרן, אויב האסטו א טשענס, קענסטו טשעקן אויב די שריפט אין די פאלאץ פון בלשאצר איז נאך אויפן וואנט? מנא מנא תקל ופרסין דאס דארף צו שטיין דארט אויפן וואנט.

און אז דו ביסט שוין דארט איז נישט אזוי שווער צו צו פארן אין די שכינות'דיגע מצרים. לויט ווי איך הער,איז דארט דא די הערנער פון פרעה'ס קיען. ערגעץ אין א מוזעאום אין לאנד גושן...מ'קען אויך זעהן די אפארטמענט בילדינג וואו יעקב אבינו און זיינע קינדער האבן געוואוינט. קומענדיג קיין מצרים...!

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 2:15 am

· #345029
<a class="postlink" href="http://www.col.org.il/show_news.rtx?fromAdmin=yes&artID=98724">http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... rtID=98724</a>

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:06 am

· #345035
אפטעמיסט
זיי לאזן בכלל אריין אידן אין עיראק? כ'מיין אז אין סאדיע אראביע, למשל, קענען אידן נישט אריינגיין. וויאזוי וועט מען זיך אן עצה געבן דערמיט? פעלשן פאספארטן?

דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס מ'פארציילט אויפ'ן זלאטשוב'ער רעבי'ן ר' מיכלי פון נתניה. ער פלעגט א סאך ארומפארן איבער יוראפ. נאך ווען ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל. איינמאל, ווען ר'איז א דורך געפארן די עסטרייכישע גרעניץ האבן איהם די גרעניץ-וועכטער שטארק געמוטשעט און באטאפט אלע זיינע חפצים. אפילו די תפילין האבן זיי איהם געהייסן ארויסנעמען און זיי האבן עס באקוקט. ווען ער איז שוין אדורך די גרעניץ רופט ער זיך אן צו זיינע מקורבים..."פון וואו האבן זיי געוויסט אז איך בין א איד. כ'האב זיי דאך נישט פארציילט"...?... 😂

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:13 am

· #345037
חקרן
מ'דארף האבן א וויזא, וואס נאר טוריסטן קענען באקומען, דעריבער דארף זיין גענוג א גרויסע קבוצה. פארשטייט זיך אז עס דארף געוויסע באדינגונגען, נישט יעדער קען אריינגיין אהין.

חקרן: אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל.
דו האסט גענימען א וואן וועי טיקעט. אדער א ראונד טריפ?... 😂
זעה אז מ'זאלל נישט דארפן שיקן נאך דיר די ציונים זיי זאללן דיך ארויסראטעווען פון דארט... 😂 🙄